שפיט
צויימלאד
ליטעראריש-קינסטלער'שעף
כוידעשזשורּנאל
"
אַרגאן פון שרײַבעריפארבאנד פון פססר
:
דערשײַנט פון 1961
:
פארלאג , סאַװעטסקי פּיסאטעל"
מאַסקװע דעקאבער יא
622
א
6/
7
//
///
66 62
2
*
כ/פן
אינהאלט!
ארן װערגעליס. די צײַט (ראָמאן. סאָף). צייכע-
װעש שךרת אינגער פ 3 + +-י . שי
צום 80'טן געבורטסטאָג פונעם גרויסן סאָװועטישן
ייִדישן דיכטער פערעץ מארקיש. פּערעץ מארקי-
שעס פופצן בריוו צו י. אָפּאטאָשו; זיכרוינעס וועגן
פּערעץ מארקישן פון א. יערוסאלימסקי און א. קאהאן
פונעם ליטעראטור-איצער. מויש עילײיב האל-
פּערן (פשא). דער גאס"פּױקער און אנד. לידער
מאָזי קאָבריאנסקי. מאמע אנע (דערציילונג.
סאָף). צייכענונגען פון ע. מאסטבאוס . . . .
בוזי מילער. מײַן א = בריק
(ליד) יש
5 --- צווישנפעלקערלעכער פרויען זיאָר. יויגע ס אי
וו אל אָ װו. א טיפער שפּור אין לעבף דאָ װיד
דאָברושין גאָלדע קאָגאן און אירע פראָנט-
כאוויירים; אי. אַָ קוניעװ. די יי
אנטקעגן פענצטער . . . ר
װעלװל װערניק. וי אין שפּיגל (לידער) יע
באריט פספגיננעקר. -אורלרער +. + + . :
קורצע דערציילונגען. יויסעף בורג. באם יאס' /
הארבסט. -- צװישן קאָסעוו און קיטעו; יא שע
רוביאן אן איבערלויף.--אין געסט . . . .
פון דעם שרײַבערס נאָטיץ:ביכל. הירש רעלעס.
רײַזעיבילדער; מירע לילינא. פּאול און גער-
והוא: יי
מישע מאָגילעװיטש. שיין איד דער בלויער
4 א יי ר אי אע
52
7
140
ליטעראטור-קריטיק, ביבליאָגראפיע, פראגן פון קונסט
ייַסראָעל סערעבריאני. דער יונגער יא
וועגן דעם יונגן מענדעלע . .
מוניע ג לײיזער. ייַסראָעל סערעבריאני - -א' פינף-
און-זיבעציקער יא
הערש רעמעניק. קולטור-היסטאָרישע און ליטע"
רארישע באטראכטונגען . . .
קורצע רעצענזיעס. ב. מיל ער. א א פאָדעם אין געװעב;
אידע שולקינע. א בוך נאַָװעלעטן . . .
בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען. פישל טאַ-
ביִאש. די עמעסע פרײַנט פון ייִסראָעל . . .
אונדזערע מיטיילונגען. ארן װינקאָװעצקי דאָס
לעבן און די ארבעט פון אן עטנאָגראף . .
צו אונדזער קינסטלערישער בײַלאגע. גריגאָרי פּער-
קאלס, נצע ל"פאראטעסטט . + + + . . .
די פּאָטשט פון , סאָװועטיש היימלאנף" . . . . . .
פארשיידנס . . . רע אי ר
ביראָבידזשאנער פאָטאָ-כראָניק : עי
וינקל פון געזעלשאפטלעכן פארשפּרייטער פון ר
װעטיש הימלאנד" . . .
דאָס איז טשיקאװע. י. גינעװסקי דיומא' איז גע-
דוי א קנע ריש ג רה
יולו הלע . + + יי ט. ) ו 2
לייב קװיטקאָס אלעפבייס (סאָף) . . . .
פון אונדזער פּאָטאָ-ארכיוו. ווייניק-באװוּסטע פאַטאָגראר
פיעס פון פּערעץ מארקישן . . . .
מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָווע"
טישער ליטעראטו" . . ...
כראָניק 6, +. 408; פנ 161 0דן,
לאָמיר זינגען נײַע לידער' קלעזמאָרימלעך. ווערטער
פון א. ווערגעליס, מוזיק פון ס. טשעבאָטאריאָוו .
אינהאלט פונעם זשורנאל , סאָװעטיש היימלאנד" פארן
,לעב { גד דער ! 6 ערו א א
* .
1441
145
140
153
158
162
16
167
12
14
115
16
17
179
12
184
11
186
188
8
הויפּט-רעדאקטאַר
א. ווערגעליס
רעדקאָלעגיע:
כ. ביידער, א. גאַנטאר,
ש. גאָרדאָן, ט. גען,
י. טשיטשעלניצקי,
נאָטע לוריע, מ. לעוו,
ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאָליאנקער, ס. פרט,
פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר
י. שוסטער
ארן ווערגעליס
69
: ראָמאן
זשןיפיהיזארענן- מיסטי-אן -עפיכאָג
פערטע נאַװעלע
יעדערער בלײַבט אף זײַן אָרט
1
= { עוויס װעט עס אויסזען מאָדנע, נאָר איידער איך װעל אײַך זאָגן, צוליב װאָס איך בין
אהער געקומען, מוז איך א ביסל אָפּעטעמען. ברענגען אין אָרדענונג די נערוון. ניין,
קיין גלאָז וואסער דארף מען ניט, עס װועט ניט העלפן...
-- עפשער עפענען דאָס פענצטער?
-- באומרויַקט זיך ניט. כ'וועל בלויז עטװאָס איבערכאפּן דעם אָטעם... גאָט מײַנער! צי
האָב איך אפילע אין כאָלעם געקאָנט זיך אױסמאָלן, אז איך על ווען-עס-איז טרעפן -- וווּ?
אין א ווינער האָטעל!-- פאלעקס ברודער...
סאָף. זע , סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 4, 8, 12 פארן 1974 יאָר.
-- מאדאם, דעם עמעס גערעדט, האָט אויך מיך פארכידעשט, װאָס גלײַך נאָך אונדזער
קומען קיין ווין האָט פּלוצלינג זיך באוויזן פאלעקס געוועזענע פרוי מיט זײַן זון...
-- מע רופט מיך עספיר שאנאָווסקא.
-- דאָס האָט איר מיר שוין געזאָגט אין טעלעפאָן. און איך ווייס אזוי אויך, ער איר
זײַנט. בא אונדז אין דער מישפּאָכע פלעגט מען וועגן אײַך אָפּט ריידן...
-- מע האָט ניט אויסגעמיטן צו ריידן וועגן מיר?
-- ניין, אפילע דאן, ווען אונדזער עלטערער ברודער יודאלעף האָט אין בערלין געפונען
אײַער אדרעס און איר האָט געענטפערט אף פאלעקס א בריו, אז אלץ איז פארענדיקט..
-- מײַן רוסישע שפּראך איז נאָך פארשטענדלעך?
-- יאָ, איך פארשטיי יעדעס װאָרט.
-- כ'האָב געבראכט צו אײַך צו פירן פאלעקס זון. א נאָמען האָב איך אים געגעבן--
פעליקס... נאָך פאלעקן. זײַן לעבן האָט זיך אָנגעהױבן אין ערשטן טאָג פון דער מילכאָמע,
אָן דעם טאטן. איר זעט, א מין באָכער דאָס איז! עטלעכע כאדאָשים אָפּגעלעבט מיט אים
אין א פּױליש דאָרף, ביז מע האָט מיך געכאפּט און פארשיקט קיין בירקענאו. פעליקסן האָט
די אלטע פּאָליאטשקע איבערגעלאָזט בא זיך -- קלוימערשט אירס אן אייניקל...
-- איר ווייסט אוואדע ניט, אז קיין בירקענאו איז מיט די ערשטע רויטארמייער ארײַן
פאלעק.
-- פאלעק? אין בירקענאו! ער האָט דאָרט געפונען סאלקען? זי לעבט?
-- סאלקע איז געשטאָרבן אין דער היים,
-- אין ביראָבידזשאן!
-- ס'ווערט מיר שווער צו ריידן, ווען איר וויינט...
-- איך בין אזוי אומגליקלעך, אזוי אומגליקלעך. סאלקע, זײַ מיר מויכל..
-- פארװאָס פרעגט איר מער גאָרנישט וועגן פאלעקן?
-- איך האָב מוירע צו פרעגן...
-- פאלעק איז בלינד,
-- בלינד!
-- אף ביידע אויגן בלינד... ער איז נאָך דער מילכאָמע געװאָרן א ליטעראטאָר, שרײַבט
ביכער. אין זײַן לעצטן בוך איז באשריבן אלץ, װאָס מיט אונדזער מישפּאַכע איז פאר-
לאָפן..
-- אנטשולדיקט, איך װעל זיך אָפּװענדן אף א רעגע. פעליקס פארשטייט ניט וועגן װאָס
מיר ריידן, נאָר אלציינס וויל איך ניט, ער זאָל זײַן באדערבײַ. װוּ איז אײַער טאָכטער? איר
זײַנט דאָך געקומען קיין ווין מיט א טאָכטער...
-- זי איז ארויסגעגאנגען אף א מינוט צום פּאָרטיע. שאט, אָט גייט זי צוריק. נאטאשע, דאָס
איז דײַנס א שוועסטערקינד. איך האָב דיר דערציילט... מע רופט אים פעליקס.
-- און די כאווערטע איז זײַן מאמע?
-- איך בין געװוען דײַן פעטערס װײַב. לאָז, װעל איך דיך א קוש טאָן...
-- הער אויס, שוועסטערקינד פעליקס! דו קאָנסט בלויז קוקן! צי עפשער קאָנסטו ריידן
אויך?
-- איך פערשטעע ניכט, קוזינא...
-- דו רעדסט ניט אף רוסיש! א ביסל ווייס איך ייִדיש...
-- איווריט?
-- אין אונדזער מישפּאָכע רעדט מען ניט אף איווריט. דו יו ספּיק אינגליש?
-- אָאו, יעס.
-- איר זעט, עספיר, זיי װועלן זיך וייניט-איז צונויפריידן. נאטאשע האָט אָקאָרשט
פארענדיקט אין מאָסקװע אן ענגלישע שול, זי װאָלט אָנגעקומען אין אינסטיטוט פון אויסלענ-
דישע שפּראכן, נאָר עס האָט זי א צי געטאָן צו סקולפּטור...
--- און מײַנער... אנטשולדיקט, איר הייסט, דוכט זיך...
-- אנדריי,
-- זײַנט איר עס יענער קאראפּוז, װאָס האָט זיך טאָמיד געהאלטן בא דער מאמע עסטער-
ראָכעלעס קליידל?..
--- װוײַזט אויס, אז דאָס בין איך...
-- איצט -- אזא גוואר, א קראסאוועץ... טײַערער אנדריי! מײַן זון, זאָלט איר וויסן, רעדט
אף די אלע שפּראכן, װײַל דאָס לעבן האָט אים געלערנט. פּוליש -- די צווייטע מאמע בייסן
4
קריג. דײַטשיש, איווריט און ענגליש קען ער, װײַל דער שטיפטאטע פירט אונדז ארום אין
אָט די לענדער...
-- דערלויבט אײַך פרעגן: ער איז אײַער מאן?
-- באלד, באלד... די קינדער... איר האָט דאָ א צווייטן צימער?
-- נאטאשינקע, קאָנסט גיין מיט דײַן שוועסטערקינד אין צווייטן צימער. דאָרט איז אין
שאפקעלע פאראן שווארצער רוג און דאָס געבעקס, װאָס די מאמע האָט אונדז מיטגע-
געבן... די פלעשער זײַנען ניט פאר אײַך.. אועל, גאָו טו דע נעקסט רום.. (נו, גייט אין
צווייטן צימער...).
-- פַּאפּא, דעם פּאַרטיע האָב איך איבערגעגעבן אין דײַן נאָמען, אז ווען דיעדושקא מארק
װועט זיך באװײַזן אין האָל פון האָטעל, זאָל ער ניט ארופגיין אינעם נומער, בעסער צוּווארטן
אונטן, ביזוואנען מירן זיך צו אים אראָפּלאָזן.
-- א דאנק. נו, און איצט גייט, קינדער,
-- קאם אָן... (קום).
-- אַ קעי. העוו ע ליטל טאָק (גוט. לאָמיר א ביסל זיך דורכריידן).
-- וועגן וועלכן דיעדושקא מארק רעדט זיז
-- וועגן מארק גריגאָריעוויטש װענגראָװוערן. איר דארפט אים געדענקען פון ביראָביד-
זשאן..
-- ער איז געווען עפּעס א נאטשאלניק אין ראיאָן...
-- יאָ, געווען.
-- לעבט ער נאָך?
-- ער אליין ענטפערט געוויינלעך אף דער פראגע, אז בא א קראנקן פרעגט מען ניט
וועגן געזונט, און אז כראָנישיקראנקע לעבן איבער כראָניש-געזונטע... יאָ, מארק גריגאָריע-
וויטש האָט שוין צעביטן דעם נײַנטן צענדליק...
-- און װאָס טוט ער דאָ אין עסטרײַך!
-- געקומען אף א קאָנגרעס פון היסטאָריקער. דאָס האָט ער טאקע אונדז אײַנגערעדט,
מיר זאָלן נעמען טוריסטישע פּוטיאָווקעס און מיט אים צוזאמען צופאָרן קיין ווין, קעדיי דאַ
באגעגענען מײַן טאטן. אגעוו, איר ווייסט ניט, ווען עס קומט אָן דער אעראָפּלאן פון טעל-
אוויוו?
-- איך בין שוין לאנג ניט געפלויגן פון ייַסראָעל.
-- אײַער מאן איז פון דאָרטן?
-- ער איז אָנגעשטעלט דאָ, אינעם װוינער סאָכנוט. בא אײַך אין דער מישפּאַכע מוז מען
וויסן וועגן אים. מאזאָר איז זײַן פאמיליע. כילוש מאזאָר... די פאמיליע פון מײַן מאן, זאָג
איך, איז מאזאָר. ער האָט געלעבט א קורצע צײַט אין ביראָבידזשאן.. װאָס קוקט איר אזוי
אף מיר?
-- מאזאָר האָט דערהארגעט סאלקען!
-- איר האָט דאָך ערשט געזאָגט, אז זי איז געשטאָרבן אינדערהיים...
-- מאדאם, אין בירקענאו זײַנט איר געזעסן אין איין באראק מיט סאלקען, און עס קאָן
ניט זײַן, איר זאָלט ניט וויסן, װאָס עס איז מיט איר פארלאָפן. אײַער קומענדיקער מאן האָט
ניט נאָר אויסגעפילט בענעגייע דער ארעסטאנטקע טשאָרניצער געסטאפּאָװישע פליכטן
ער האָט, דערצו נאָך, פירנדיק די ארעסטאנטקע אין טויט-לאגער, פארגוואלדיקט זי אין וועג,
און פון דעם איז זי אראָפּ פון זינען.. סאלקע האָט זיך מאזאָרן ניט אונטערגעגעבן, און איר
זײַנט געווען, װי איך פארשטיי שוין איצט, יענע צווייטע פרוי, וועלכע איז אוועק מיט אים,
ווען ער האָט איר צוגעזאָגט די פרליהײט.
-- ער האָט מיר געראטעוועט מײַן זון! אײַער ברודערס זון!
-- נו, און װײַטער?
-- װײַטער איז ער אים געװאָרן א טאטע. בא אײַך אין די אויגן בין איך שיר ניט א
גאסן-פרוי. נאָר איך בין געבליבן בא די דײַטשן מיט א זויגיקינד אף די הענט. אָט איז אף
מײַן לײַב דער לאגערינומער. סאלקען װאָלט דען גרינגער געווען צו שטארבן, ווען איך און
מײַן קינד װאָלטן אויך ניט געלעבט!
-- מיר האָבן דאָ גערעדט וועגן מאזאָרן...
-- מאזאָר איז פעליקסן א טאטע. ער האָט אים אופגעצויגן און זאָרגט זיך וועגן אים..
-- הער אויס, פעליקס. אז מע ויל אזוי האָבן א טאטן, זעצט מען זיך אװעק און מע
שרײַבט אים אָן א בריוו...
-- גלייב מיר, איך האָב אפילע ניט געװוּסט, אז איך האָב א טאטן. די מאמע מיט מא-
זאָרן פלעגן זאָגן, אז מײַן טאטע איז אומגעקומען אף דער מילכאָמע און איך דארף אים ניט
דערמאָנען צום גוטן, װײַל ער האָט אונדז אװעקגעװאָרפן, ווען איך בין געבוירן געװאָרן=.
ערשט איצט, בייס איר זײַנט אהער געקומען און כילוש האָט אונדז באפוילן גיין צו אײַך,
האָט מען מיר געזאָגט, אז דער טאטע האָט זיך אָפּגעפונען, ער לעבט...
-- פארװאָס האָט אײַך כילוש באפוילן גיין צו אונדז?!
-- עפּעס שושקעט מען זיך װעגן דעם זיידן. מאזאָר יל זיך דערװיסן, װאָס דײַן
טאטע קלײַבט זיך טאָן אין דעם איניען.. עמעס, קיין איינצלהײַטן ווייס איך ניט, די מאמע
מיט כילושן ריידן צווישן זיך אף רוסיש.
-- דו האָסט אים ניט ליב, מאזאָרן?
-- איך האָב מוירע פאר אים, איך האָב אים פײַנט!
-- איך גלייב אײַך, מאדאם, אז כילוש מאזאָר האָט פארביטן פעליקסן דעם טאטן. אוב
איר זאָגט עס, גלייב איך אײַך. אָבער דאָס קויפט דען אויס זײַן פארברעכן! לוט מיר, איז
ער א נאצי, מאזאָר! אין סאָוועטנפארבאנד פארמישפּעט מען אזעלכע צום טויט.
-- מאזאָר איז א פּאָליטישער קעגנער פון די סאָװועטן. זיי האָבן פארפאָלגט זײַן טאטן
און אים אויך... ער איז אנטלאָפן פון זיי און האָט קעגן זיי געקעמפט...
-- און אויך איצט קעמפט ער!?
-- ניין, איצט איז ער אן אַנגעשטעלטער אין סאָכנוט, פארנעמט זיך מיט ארײַנפירן
ייִדן קיין ייַסראָעל, טאקע פון רוסלאנד... ער קעמפט איצט ניט, ניין... און וועגן דעם, אז ער
איז א נאצי, זאָלט איר אזוי ניט זאָגן. די נאציס האָבן מיך ארײַנגעװאָרפן אין בירקענאו,
און ער האָט מיך פון דאָרט ארויסגעפירט..,
-- ער האָט געבראכט צו פירן אהין מײַן שוועסטער. די געסטאפּאָ האָט עס אים פאר-
טרויט אָפּצוטאָן. ווער זשע איז ער, אויב אזוי?
-- אנדריי, איר זײַנט יונג, איר ווייסט בלויז ביראָבידזשאן און, קאָן זײַן, מאָסקװע..
לעבט אָפּ עטלעכע יאָר אפן מײַרעװ, װעט איר זען, אז אין קאמף טוג אלץ און אז אלץ
אין לעבן איז ניט אזוי פּאָשעט. מאזאָר איז טאקע א קעגנער פון די סאָװועטן, און ער האָט,
עמעס, געהאט צו טאָן מיט דער געסטאפּאָ, אָבער צילן זײַנען בא אים געווען אייגענע. איר
פארשטייט? ס'איז געווען א קאמף מיט א סאך קאָלירן. מאזאָרס קאָליר איז געווען בלױי-װײַס,
ער האָט געראטעוועט ייִדן... דורך דער געסטאפּאָ געראטעוועט... יאָ, יאָ-.
-- סאלקען, און מיסטאמע נאָך פיל אנדערע, האָט ער דערמאָרדעט אויך וי ייַדן. מײַן
מאמע, מיליאָנען ייִדן זײַנען געטייט געװאָרן אין די גריבער און דושעגובקעס. און מאזאָר
האָט אין דער זעלבער צײַט ארויסבאפרײַט פאר זיך איינע א ייִדישקע, אײַך! איך גלייב, אז
אויך דעם טאטן אײַערן װאָלט ער אָפּגעראטעװעט... קרויווישע נעשאָמעס!
-- מײַן טאטע איז מיט מאזאָרס הילף אוועק קיין ייַסראָעל!
-- און װוּ איז ער איצט?
-- אין דער זעלבער רעגע, ווען מיר ריידן דאָ? פארװאָס דארפט איר עס ויסן?
-- גלאט טשיקאווע...
-- מײַן טאטע געפינט זיך איצט דאָרט, אין ייַסראָעל, ניט אין ווין...
-- איר ווייסט דען ניט, אז אײַער טאטע האָט שיר-שיר אומגעבראכט פאלעקן!
-- וויַאזוי האָט ער אים געװאָלט אומברענגען?!
-- מיט רעכילעס... געשריבן בריוו אין די פּארטיי-אָרגאנען. אװעקפאָרנדיק פונעם לאנד,
געלאָזט נאָך זיך א מעסירע אפן איידעם...
-- אוי, גאָטעניו, פאָטער אין הימל...
-- וויינט ניט, הערט אויס דעם עמעס...
-- איך נייטיק זיך ניט אין אײַער עמעס! בא די קאָמוניסטן איז שטענדיק פאראן איין
עמעס -- זײערער! און איר... איר זײַנט דערצו נאָך א כוצפּעניק! פעליקס, פעליקס! לאָמיר
גיין פונדאנען.
-- איך מוז װאָרענען דעם טאטן.
-- דאָס וועסטו טאָן, ווען מיר װעלן אוועקגיין פונדאנען...
-- נו, מיילע. איך בין געקומען צו אײַך מיט גוטן. זיך דערװוּסט בא א רוסישן כאווער,
אז צװישן די טוריסטן איז פאראן פאלעקס ברודער, בין איך געקומען צו אײַך. און איר האָט
זיך צערעדט וי א פּראָקוראָר. איז רעדט, רעדט...
-- מיט אײַך איז איבעריק צו ריידן. מע קאָן עפשער מיטפילן אײַער גוירל..
-- מײַן גוירל... מײַן גוירל איז ניט אין מײַנע הענט און ניט אין אײַערע..
-- אין מײַנע געוויס ניט.
-- סײַדן איר װועט מיך צוריק אראָפּברענגען קיין ביראָבידזשאן.
-- אָ, מאדאם, איר זײַנט א מייוון אף הומאָר...
-- פארן קאָמפּלימענט א דאנק. איך מוז זיך מוידע זײַן, אז וועגן ביראָבידזשאן טראכט
איך אָפט. עס װוילט זיך וויסן, ויאזוי די שטאָט זעט הײַנט אויס...
-- איך װווין אין מאָסקװע. דאָס לעצטע מאָל בין איך געװוען אין ביראָבידזשאן מיט
זעכצן יאָר צוריק, אין פיר-און-פופציקסטן. די גאנצע מישפּאָכע אונדזערע איז זיך צונויפי
געפאָרן. געקומען איז אויך װענגראָװער. אזא טראדיציע איז בא אונדז געװען: אין יודאלעפס
טאָג, אלע עלף יאָר, פלעגט מען זיך צונויפקלײַבן. דאָס לעצטע מאָל איז געווען א גרויל..
סאלקע איז אין דעם טאָג געשטאָרבן... נו, און די מאמע איז, פארשטייט זיך, אויך שוין ניט
געווען...
-- פיר און פופציק פּליוס עלף איז פינף און זעכציק.. און אין פינף-אוןיזעכציקסטן
איז אויך געווען בא אײַך יודאלעפס טאָג! מ'איז זיך צונויפגעפאָרן?
-- ניין, מע האָט באשטימט מער צוליב דעם ניט רופן די גאנצע מישפּאָכע. אין יענער
צײַט האָט דער טאטע שוין אָנגעהױבן באקומען פון ייִסראָעל בריוו, אז עס לעבט די מאמע.
דעמלט האָט ער געװוינט בא אונדז אין מאָסקװע. פון דער אוקראינע פלעגט קומען צו פּאָרן
װענגראָװער, און ס'איז געווען הימל עפן זיך! װענגראָװער פלעגט שרײַען, אז דער מאמעס
בריוו זײַנען א שפּיצל פון די ציעניסטן, און דער טאטע, ער האָט געגלייבט...
-- פארװאָס טאקע ניט גלייבן?
--- די בריוו זײַנען געווען געשריבן ניט מיט דער מאמעס האנט...
-- אָבער זי האַט דאָך אויך פריִער קינמאָל אירע בריוו אליין ניט געשריבן. שוואך
געווען אין דער איוורע.
--- פונוואנען ווייסט איר דאָס? װער האָט עס אײַך דערציילט?
-- איך בין געווען אײַער ברודערס װײַב. שרײַט ניט אזוי!
*
-- הער מיך אויס, קוזינקא! גיס מיר אָן נאָך א ביסל. איך בין אלט נײַן און צוואנציק
יאָר, קורווא טװאָיא מאטקא! און איך האלט זיך נאָך אלץ בא דער מאמעס קליידל. פארװאָס?
-- װײַל דו ארבעטסט ניט אינערגעץ. מיסטאמע דערפאר. בא אונדז ביסטו שוין לאנג
ארויס פונעם קאָמיוגישן עלטער...
-- װאָסער עלטער, וועלכער עלטער, דאָנער װעטער! איבעראיאָר, נאָך דרײַסיק, װעל איך
שוין זײַן אן אלטער, קיינער וועט מיך ניט נעמען אף ארבעט. קיין געלט האָב איך ניט! אלץ
איז בא מאזאָרן אין טײַסטער. און איך האלט זיך בא דער מאמעס קליידל... גיב נאָך א קאפּל!
-- דער טאטע האָט ניט דערלויבט. נו, איין קליין ביסעלע, און גענוג. זע, האלט זיך אין
די הענט, מע זאָל ניט שטארק באמערקן. דו זאָגסט, אז בא אײַך אין שטוב פלעגט מען
שרײַבן בריוו צום זיידן קיין רוסלאנד...
-- נו, יאָ. געווען אף דער װעלט א באָבע עספיר-ראכעל... מע האָט זי גערופן אזוי װי
מײַן מאמען, נאָר מיט א צוגאָב... ראכעל... איז כאָטש מע האָט זי אין רוסלאנד דערהארגעט,
האָט עס קיינער מיט די אייגענע אויגן ניט געזען. פארקערט, מע האָט געזען זי ארומגיין
א לעבעדיקע, און צי מע האָט זי דערשאָסן, צי ניט, איז נא ---א פײַג... אָבער מאזאָר, ער האָט
עס גוט געװוּסט. יאָ. די באָבע עספיר האָט מען דערהארגעט!
8
-- רעד שטילער... װאָס זשע איז פון דעם געדרונגען?!
-- פון דעם איז געדרונגען, אז די מאמע עספיר האָט געשריבן בריוועלעך פאר דער
באָבע עספיר... געשריבן: קום, זיידע נעכעמיע, קום צו אונדז צו פאָרן. כייכי-כי. קום,
באָלשעװיקעלע! קום צו דײַן װײַבעלע! מירן דיר העלפן זיך טרעפן מיט איר.. אף יענער-
וועלט. כי-כי-כי!.. קוזינקע, גיב נאָך א ביסל...
-- זאָג, מע האָט געװאָלט דעם זיידן דערהארגענען!
-- ניין, קיינער האָט אים ניט געטשעפּעט. בלויז אים ארויסנארן האָט מען געװאָלט..
ארויסנארן אים פון דאָרטן... ארײַנארן אים אהין... אהער... פון דאָרטן..
-- צוליב װאָס? צוליב װאָס?
-- גיב נאָך א ביסל... דער זיידע נעכעמיע האָט געשוויגן און געוויינט... דער זיידע יאנ-
קעוו האָט וועגן דעם זיידן נעכעמיע גערעדט מיט מאזאָרן בלויז אף רוסיש... די מאמע האָט
געשריגן... באנדיטן! קוזינא, גיב נאָך א קאפּל...
-- מאדאם, איך האָב אײַך שוין געזאָגט, אז געקומען בין איך קיין ווין צו באגעגענען
מײַן טאטן, וועלכער קערט זיך אום אהיים פון ייַסראָעל. זאָגט, איר קאָנט מיר מיט עפּעס
העלפן?! עפשער איז אײַך אין סאָכנוט באװוּסט, מיט וועלכן רייס ער פליט! ווען קומט דער
לײַנער אין אעראָפּאָרט שוועכאט? איר ווייסט ניט! איז זײַט מיר מויכל, מער האָב איך ניט
קיין צײַט...
-- אנדריי, טרײַבט מיך ניט ארויס, איר װעט נאָך דארפן אָנקומען צו מיר..
-- צו אײַך אָנקומען! איר ווייסט עפּעס אזוינס, װאָס מיר איז עס ניט באװוּסט?
-- אנדריי, איך האָב ניט געװאָלט זיך מיט אײַך קריגן... איר זײַנט געווען אין דער מיל-
כאָמע א פּארטיזאנער...
-- יאָ, געווען א פּארטיזאנער. פארװאָס פרעגט איר עס?
-- איך פרעג ניט, איך זאָג. מײַן מאן האָט מיר דערציילט, אז איבער א צופאל האָט
ער זיך אפן פראָנט ניט געטראָפן מיט אײַך און מיט װענגראָװערן, און דאָס האָט אים גערא-
טעוועט דאָס לעבן...
-- דאָס, װאָס ער האָט זיך ניט געטראָפן מיט מיר, איז גאָרניט אזוי וויכטיק. איך בין
דאן געװוען א קליין ייִנגל, א פארבינדלער בא די פּארטיזאנער. אָט מיט מארק גריגאָריע-
וויטש װענגראָװוערן, ווען מיט אים װאָלט זיך דעמלט געטראָפן מאזאָר... צי ווייסט איר, אז
מאזאָרס א פרײַנטל, פּערפילאָוון, האָבן מיר אין א קלאָזעט דערקאָנטשעט?
-- דערקאָנטשען, דאָס קאָנט איר.
-- דער פאשיזם, מאדאם, איז אף אונדז געגאנגען ניט אליין, מיט אים אין איין װאָגן
איז געזעסן װאָס אין דער קאָרט. די רויטע ארמיי האָט איבערגעקערט אָט דעם װאָגן מיט
די רעדער ארוף און פון דאָרט אויסגעטרייסלט די גאנצע אומרײנקײַט. מאדאם, עפנט מיר
דעם סאָד פארן אָפּגעזעגענען זיך: װאָס האָט איר געהאט אין זינען מיר צו זאָגן, קומענדיק
אהער אין האָטעל?
-- איינער א מענטש האָט געװאָלט אײַך פאָרלייגן זיך מיט אים צו טרעפן..
-- מאזאָר?
-- קאָן זײַן. פאר מיר איז איצט אָבער קלאָר, אז איר װעט ניט װעלן זיך זען מיט מא-
זאָרן... אָבער װאָס טומלען זיי דאָרט אזוי, די קינדער? פעליקס! פעליקס!
--- היי, מאָס! שטעל אונטער דאָס מויל, אָט איז װאָדקא!
-- ער איז שיקער! נא! נא דיר אין דער מאָרדע! שװלַן..
-- מאָם, כאפּסט מיט דער פלאש אין קאָפּ ארײַן!
-- זי האָט אים אָנגעפּױעט! כאווער אנדריי!
-- מאדאם, בארויקט זיך. כ'וועל זיך באלד אליין דערוויסן, װאָס דאָרט איז געשען. נא-
טאשע! קום אהער נעענטער!
-- שיק זי אָפּ, פּאפּא. מירן רעדן שפּעטער.
-- נאטאליא!
-- פַּאפּא.
-- נו, מאדאם, שוין צײַט. שוין צײַט... איך גלייב, אז אונטן ווארט מען אף אײַך.. נאטא-
שע, עס קלינגט דער טעלעפאָן. נעם אין צווייטן צימער דאָס טרטַבל...
-- קום, בענאָק. שטעל אװועק דאָס פלעשל און פּשאָל װאָן, מיט דײַן מאמען איניינעם...
-- העלאָ! קוזינא! שאלאָם!
-- נו, דאנקען גאָט, אוועקגעגאנגען... װער האָט געקלונגען אין טעלעפאָן?
-- דיעדושקא מארק.
-- ס'איז עפּעס געשען?
-- ער האָט זיך אין דער פינלענדישער געזאנדשאפט פארהאלטן, װאָרנט ער. אין הײַנ-
טיקן אעראָפּלאן פון דער קאָמפּאניע , על-אל" איז ניט פאראן אין די צעטלען קיין פּאסאזשיר
מיט דער פאמיליע טשאָרניצער. מע האָט געקלונגען אין דער ייִסראַָעלדיקער געזאנדשאפט
און געבעטן א זוך טאָן אין די צעטלען פונעם נעכטיקן רייס, נאָר נעכטן איז אין ,על-אל" איין
פּאַסאזשיר געשטאָרבן אין וועג, האלט מען דערװײַל דעם גאנצן איניען אין געהיים. ס'איז
שווער צו דערגיין א טאָלק...
-- וער איז געשטאָרבן אין װעג!
-- װײַזט אויס, א דאָרטיקער טוישעוו. זײַן פאמיליע איז א העברעישע.. פֹּאפֹּא, און
באגיין זיך אָן פארמיטלער קאָן מען ניט? נו, זיך ווענדן גלײַך אין דער געזאנדשאפט פון
ייַסראָעל...
-- ניין, טאָכטער. זינט דער זעקסטאָגיקער מילכאָמע זײַנען די דיפּלאַָמאטישע באציונ-
גען מיט ייַסראָעל איבערגעריסן. מיר קאָנען עפּעס טאָן בלויז מיט דער הילף פון דער פינ-
לענדישער געזאנדשאפט.
-- מוזן מיר ווארטן אפן דיעדושקא װענגראָווערס א נײַעם קלונג...
-- און דערװײַל דערצייל, װאָס עס איז דאָרט בא אײַך געשען.
-- זייער וויכטיקס, פּאפּא! די זאך באקומט גאָר א נײַעם קער...
2
פּונקט אין דער זעלבער מינוט, װוען בא דער זײַט פונעם האַטעל ,סטעפאני", אין הינ-
טערגעסל, האָט די צעיאכמערטע, שטארק פארשוויצטע עספיר שאנאָווסקע, מיט דער הילף פון
א באיאָרטן, שווארץיבאברילטן מאנצבל, געהאלטן באם ארײַנשטופּן פעליקסן אין א צע-
פּראלטן אף ביידע זײַטן פאָלקסוואגען, -- האָט לעם דער ארײַנגאנגס-טיר פון האָטעל, וועלכער
קומט אויס דאָס פערטע הויז פון דער קירכע ,סטעפאני", זיך אָפּגעשטעלט א ,װאָלגע" מיט
א דיפּלאָמאטישן נומער. מארק גריגאָריעװיטש װענגראָװוער האָט אָפּגעדאנקט דעם צוייטן
סעקרעטאר פון דער סאָוועטישער געזאנדשאפט גנאטיוקן פאר דעם, װאָס ער האָט אים אזוי
שנעל געהאָלפן זיך דערקלײַבן צו דער פינלענדישער געזאנדשאפט און דאָרט געווארט אף
אים, ביז ער האָט דערליידיקט זײַן איניען. די מאשין איז אָפּגעפאָרן, און װענגראָװער האָט,
ארײַנגייענדיק אין האָל פון האָטעל, געבעטן דעם פּאָרטיע, ער זאָל ארויסרופן א טאקסי און
װאָרענען דעם שאָפּער, אז עס שטייט פאָר א יאזדע אין א פאָרשטאָט, און מע װועט זיך דאָרט
פארהאלטן א שאָ צײַט, אויב ניט מער. דער פּאָרטיע האָט ארויסגעברומקעט זײַן געוויינלעכן
,יאװאָל" און דערבײַ דערציילט דעם הער פּראָפּעסאָר, אז די יונגע פרױלײַן פונעם נומער
דרײַ הונדערט נײַן און זעכציק האָט מיט א האלבער שטונדע צוריק געבעטן פארהאלטן אים,
דעם הער פּראָפּעסאָר, אין האָל, װײַל אינעם נומער זײַנען געווען געסט, און איצט האָט זי זיך
ווידער אראָפּגעלאָזט אהער מיט דער ווינדע, כאָטש מע האָט געקאָנט אלץ איבערגעבן דורכן
טעלעפאָן, װאָס דאָס איז פיל באקוועמער, און זי האָט אויכעט, פון איר זײַט, געבעטן ארויס-
רופן א טאקסי. װענגראָװער האָט געענטפערט דעם פּאָרטיע, אז אויב אזוי, שאפט ער אָפּ
זײַן פאראָרדענונג. ער האָט זיך אופגעהויבן אפן דריטן שטאָק. ס'האָט לאנג ניט געדויערט, און
ער האָט זיך אומגעקערט צוריק אין האָל אין דער באגלייטונג פון אנדרייען און נאטאשען. דער
שאָפער פון דער טאקסי האָט שוין געווארט אף זיי.
ס'איז געווען אן ערעװו-אָסיענדיקער ווארעמער טאָג. ווין איז געלעגן װאָכעדיק-גרוי, ניט
צוגעקליבן, ענלעך צו א גאָרטן, אין וועלכן מע האָט ערשט אראָפּגענומען די גערעטעניש.
אפילע אף קערנטנערשטראסע, װוּהין די מאשין האָט זיך גלײַך פארנומען, דורכפאָרנדיק אן
אָפּגעריבן בריקל איבערן דונײַיקאנאל, אפילע אף אָט דער אריסטאָקראטישער גאס האָט
גאָרנישט ניט געקאָנט קאָמפּענסירן די אָפּװעזנהײַט פון דער שײַןדרעקלאמע, װאָס אין אָװנט
טוט זי געוויינלעך אָפּ מיט די אלטע מויערן דעם זעלבן קישעף, װאָס עס טוט אָפּ דאָס זו-
מערדיקע גרינווארג מיט אן איינפאכן ברעטלדיקן פּלױט ארום א גאָרטן,
10
דאָרט, װוּ קערנטנערשטראסע גייט ארויס אף רינגשטראסע, האָט די מאשין פארקערעוועט
צום שווארצענבערג-פּלאץ און, דורכפאָרנדיק לאנגזאמער פארבײַ דעם דענקמאָל די געפא-
לענע סאָוועטישע סאָלדאטן, ווידער זיך פארנומען אף לינקס, צום הויז פון דער סאָוועטישער
געזאנדשאפט, װוּ װענגראָװוער, ארויסשטעלנדיק זײַן זקיינישן קערפּער אפן טראָטואר, האָט
בייסמײַסע אײַנגעטײַנעט דאָס מיט אנדרייען, דאָס מיט נאטאשען:
-- קיין שום פּארטיזאנישע גענג! הערסט, אנדריי? דו געפינסט זיך אין א פרעמד לאנד,
געדענק עס. און דו, נאטאשע, זיץ אין אװטאָמאָביל ביז דער טאטע וװעט זיך אומקערן. אוב
ס'וועט געדויערן מער פון א שאָ צײַט, געפינסטו א טעלעפאָן-אװטאָמאט און קלינגסט אָן
וולאדלען איוואנאָוויטש גנאטיוקן, איך װעל זײַן בא אים...
אַנשפּארנדיק זיך אף א מאסיוון שטעקן, איז װענגראָװער ארײַן אין דער געזאנדשאפט.
אנדריי האָט אומגעדולדיק א זאָג געטאָן צום שאָפער:
-- אלזאָ, צום שלאָס שענאו...
די מאשין האָט זיך א ריס געטאָן פון אָרט, צוריק צו רינגשטראסע און װײַטער -- איבער
גאסן און פּלעצער, פארבײַ בולווארן, װאָס ביידע פּאסאזשירן, וועלכע זײַנען געזעסן שװײגנ-
דיק הינטער דעם שאָפּערס פּלײצע, האָבן ניט געװוּסט, ויאזוי מע רופט זיי און װאָס פארא
בארימטע ווינער מויערן עס שטייען אף זיי.
אנדריי האָט געטראכט, צי ער האָט װי עס דארף צו זײַן געהאנדלט בייסן שמועס מיט
דער מאדאם שאנאָווסקע. בלויז אין איין מאָמענט האָט ער, זעט אויס, זיך געקאָנט נויהעג
זײַן אנדערש -- ווען די מאדאם האָט א זאָג געטאָן, אז מאזאָר װויל זיך מיט אים, מיט אנדי
רייען, באגעגענען. ס'װאָלט אוואדע ניט געשאדט, ווען ער זאָל געווען אף דעם אײַנגײן, בא"
זונדערס איז דאָס קלאָר איצט, ווען ס'איז באװוּסט געװאָרן, װאָס פאר א טײַװלאָנישע שפּיל
עס ווערט געפירט ארום דעם אלטן טאטן, אָנהײבנדיק פונעם ארײַנארן אים קיין ייַסראָעל און
ענדיקנדיק מיט דער געהיימניס ארום זײַן קומען קיין ווין. ס'האָט זיך אפילע באקומען אזוי,
אז די טרעפונג מיט מאזאָרן מוז פאָרקומען, װײַל מאזאָר און זײַן שווער שאנאָווסקי זײַנען
דאָך זיכער די, וועלכע האָבן פארקאָכט די גאנצע קאשע. אָבער אין דער זעלבער צײַט זײַנען
אין אזעלכע פאלן דערלאָזבאר בלויז באגעגענישן, וועלכע גייען דורך, װי מע זאָגט, לױיטן
פּראָטאָקאָל, און דאָס איז די סיבע דערפון, װאָס אנדריי פאָרט איצט אינעם סאָכנוטיצענטער
שענאו.
דאָס װיכטיקסטע איז --דערוויסן זיך, װאָס עס האָט פארטראכט מאזאָר, צי איז עס
קליינלעכע נעקאָמע פון א מעטורעף, צי עפשער א טייל פון עפּעס א פּלאן: װער שטייט היג-
טער מאזאָרן און שאנאָווסקין? ווען אנדריי האָט וועגן די דאָזיקע פראגעס געפּרוּװט אָקאָרשט
זיך דורכשמועסן מיט װענגראָװערן, האָט ער דערהערט א קורצן ענטפער:
-- אויב עס זײַנען דאָ פאראן סוידעס, פירט זיי מיט זיך אין ,על-אל" דײַן טאטע...
פארשטענדלעך, אז דער נײַנציקיאָריקער נעכעמיע טשאָרניצער האָט ניט געקאָנט אצינ-
דער ארויסרופן אן אינטערעס צו זיך בא די אזארטע לײַט. דאָס איינציקע, װאָס האָט אים
עטװאָס אויסגעטיילט פון די טויזנטער מענטשן, װועמען די ציעניסטן האָבן געשלעפּט מיט
אלע קויכעס פונעם סאָוועטנפארבאנד קיין ייַסראָעל, ניט ויסנדיק אליין, װאָס מיט זיי דאָרט
צו טאָן, איז געווען זײַן שײַכעס צו ביראָבידזשאן און צו סאלקען, אין פאל, אויב די ייִַדישע
געגנט װועט אויך איצטער זיך אוועקשטעלן װי א ביין אין האלדז די ציעניסטן און ס'וועט
אויסקומען נאָכאמאָל צו דערמאָנען דורך דער פּרעסע, אז זיי, די ציעניסטן, ווייסן, ויאזוי
ביראָבידזשאן איז געגרייט געװאָרן אף צו װערן דאָס פארשיקונגס-אָרט פאר די ייִדן אין רוס"
לאנד, אן איידעס דערפון איז די פאָטאָגראפיע, אף וועלכער מע זעט באשײַמפּערלעך, וויאזוי
א דעפּוטאטקע פונעם ביראָבידזשאנער שטאָט-סאָװועט---סאלקע טשאָרניצער, דעם אוילע
נעכעמיע טשאַרניצערס טאָכטער ---האָט איבערגענומען איינעם פון די קומענדיקע צוואנגס-
לאגערן בא די ענקאװעדע-לײַט. די ייִדישע געגנט אין סאָװועטן"רוסלאנד האָט אָבער נאָך
אלץ, װי ביז איצט אין די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר, ניט געדריקט אף די לײַדנשאפטן אין
דער גלאָבאלער ייִדן"פּאָליטיק, מע איז שוין צוגעוווינט צו זען אין איר א געגנט, װי אלע
אנדערע אינעם לאנד, אויב ניט רעכענען די אױסגעשפּראָכןינאטירלעכע ספּעציפישקײַטן, און
אפילע די ציַעניסטן פארשטייען, אז קעדיי ארױיסרײַסן א ייִדן פונעם רוסישן באָדן און אים
איבערפלאנצן קיין ייִסראָעל, איז ניט גענוג צוֹ פארשווארצן אין זײַנע אויגן ביראָבידזשאן,
וויכטיקער איז פארשלעפערן אינעם הארצן בא אים, כאָטש אף א קורצינקער צײַט, דאָס גע"
פיל פון צוגעבונדנקײַט צום גאנצן לאנד-סיידער.
רוסלאנד איז פאר אן אָרטיקן געבוירענעם ניט בלויז באָדן, קלימאט, לאָשן ניט נאָר
דערציונג, אופהאלט אין דער מישפּאָכע, טאקאָנעס פון ארבעט און פון אופירונג. װער עס
11
זאָגט, אז רוסלאנד איז -- בערעזעס, ווייסט ניט, װאָס רוסלאנד איז. בערעזעס טרעפן זיך אויך
אין פינלאנד, לעמאָשל, אין פּױלן, די בערעזע איז אין א גרויסן טייל פון רוסלאנד ניט דער
סאמע אָפּטער בוים, און אין היפּשע געגנטן איז זי זעלטן דאָ. ס'איז אויך ניט גענוג צו זאָגן,
אז בא אן אָרטיקן געבוירענעם ליגט אין בלוט רוסלאנד בלויז נאָכן זיבעצנטן יאָר. מע קאָן
זיך פארופן אף אָן א צאָל בײַשפּילן פון אלע יאָרהונדערטער. אך, װוי פּרימיטיוו איז דער
פארשפּרייטער פּאָרטרעט פון רוסלאנד -- דאָס געשטאלט פון א גוטמוטיקן, פּראָסטן קײַלע-
כיק"פּאָנעמדיקן, קלײַענדיקן, ברייט-נאָזיקן רובאכע-באָכער. רוסלאנד איז א סיידער פונעם
לעבן, א וועלט א גאנצע. אין פּראט פון מענטשלעכער פּסיכיק איז אָט דער סיידער צום
גוטן קאָנסערוואטיוו --- ער וויל ניט ווערן אן אנדערער. דאָס זעען מיר אין רוסלאנד, פּונקט
וי אין אינדיע, אשטייגער. וויפל װעט איר געפינען אינדוסן, וועלכע זײַנען געװאָרן עכטע
אײראָפּײער? פּונקט אזוי איז ניט מעגלעך, אז א קלאָרער מענטש, א געבוירענער און אופגע-
וואקסענער אין רוסלאנד, זאָל, ארױיספאָרנדיק פון דאָרט, ניט מוטשען זיך מיט אן אײַנגע-
בוירענער בענקשאפט. ,
טראכטנדיק וועגן דעם, האָט אנדריי ניט באמערקט, װי פארבײַ דעם פענצטער פון דער
מאשין טראָגן זיך דורך שוין ניט קיין מאסיווע מויערן, נאָר פריילעכע, געמיטלעכע שטיב-
לעך, יעדעס שטיבל --א באזונדערער פולווארק מיט געשניצטע וועראנדעס און גאנעקעס,
מיט בלומען-בייטן און אספאלטירטע שטעגעלעך, אף א רעגע האָט דער דאטשע-ייַשעוו אָפּי
געטראָטן דאָס אָרט פאר א פריילעך וועלדל, און, ארויסקוקנדיק פון דער מאשין, האָט אנדריי
מיטאמאָל אָנגעכאפּט נאטאשען פאר דער האנט און מיט גרויס כידעש אויסגעשריגן:
-- זע, נאטאשינקע, א בעריאָזקע!
נאטאשע האָט ניט געװוּסט, וועגן װאָס עס האָט אין דער רעגע געטראכט איר טאטע,
און דעריבער האָט זי זיך אויך פארכידעשט, נאָר ניט פון דער בערעזע. ס'האָט איר אויס-
געזען מאָדנע, װאָס דאָס באװײַזן זיך פון אָט דעם בוים אין א וואלדיק אָרט האָט געקאַנט
ארויסרופן אזא כידעש.
עס האָבן זיך געדארפט צוזאמענטרעפן און זיך איבערמישן די צוויי אין טאָך אזעלכע
פארשיידענע בלוט-ריטמען -- דער סלאווישער און ייִדישער, -- קעדיי עס זאָל זיך פון דעם
באקומען די הארמאָנישע באדאכטקײַט אין נאטאשעס נאטור, די געמאָסטנקײַט פון די צופלוסן
און אָפּפּלוסן אין אירע געפילן, װאָס עס האָט אויסגעזען אזוי, װי אין אָנהײב פון יעדער
טועכץ אירער װאָלט געשטאנען א זיפּעלע, אין וועלכן עס פארהאלט זיך דאָס איבעריקע
אינעם בלוט-געזאָד,
א געבוירענע אין מאָסקװע, אין א פולן פינפיאָר ארום נאָך דער וועלט-מילכאָמע, אן
אופגעקומענע צום לעבן קימאט שוין נאָך די פארדריסלעכע מאנגלען אינעם שטייגער, איז
נאטאשע, וי דער גאנצער דאָר אירער, געוואקסן פרײַער און אויסגעזען געזינטער, איידער
די עלטערע אין דער מישפּאָכע, מע קאָן ניט זאָגן, אז זי איז אין דער פארפונדעוועטער יוגנט
געווען פרײַ פון דײַגעס פארן קלאל. די צוויי זומערס, װאָס זי האָט שוין באוויזן דורכמאכן
אין קאָמיוגישע בוי-אָטריאדן, און דער סעזאָן-ארויספאָר אף דער צעלינא, װוּ זי האָט אונטער
ראָמאנטישע לאָזונגען געהאָרעװועט, אָנהײבנדיק שיר ניט פונעם ארױסלאָז-אָװנט אין שול
און ביזן אָפּפאָרן, צוזאמען מיטן טאטן, אהער קיין װוין, איצט, א װאָך פאר די ערשטע לעק-
ציעס אין אינסטיטוט, -- די דאָזיקע לעבנס-עפּיזאָדן האָבן, אומבאמערקט פאר די דערוואק-
סענע, ארופגעלייגט אף נאטאשעס שוין פארשװועריקטער מיט טאָגטעגלעכע פליכטן באדאכט-
קײַט אָט די נוצלעכע לאסט פון דײַגעס פארן קלאל. אויך איצט האָט זי, פאָרנדיק איבער אן
אומבאקאנטער לאנדשאפט, קלאָר זיך פאָרגעשטעלט דעם ברייטן באטײַט פון דעם, װאָס עס
קומט פאָר: די מישפּאָכע טשאָרניצערס, װאָס נאטאשע איז אירער א נײַער גליד, מאכט איצט
דורך אף איר וועג א ווייטעקפולן, נאָר אומבאדינגטן אומבײַט, אזא, װי סע איז אין דער בא-
לעכאיִם-וועלט דער אומבײַט פון דעם פעל-פוטער אָדער פון די הערנער. דאָס איז אָבער
בלויז א פּראט. שוין מער-װייניקער א האלבער יאָהונדערט, װי די מישפּאָכע טשאָרניצערס
גייט דורך, טראָט נאָך טראָט, אלע ענדערונגען און אומוואנדלונגען, וועלכע פאלן אויס אף
דער אָנגעשטרענגטער צײַט.
אויב צו דעם צוגעבן, אז איבער איין וועזנטלעכער סיבע שטייט זי, נאטאשע, גאנץ
באזונדער אין דער מישפּאָכע, -- זי איז, פּונקט װי אירע שוועסטערקינדער פון יודאלעפס
זײַט אף העלפט א ייִדישקע, אף העלפט א רוסישע, -- דאן קאָן מען פארשטיין, פארװאָס זי
לעבט איבער אף איר אייגענעם אויפן דעם זיידנס אװעקפאָרן קיין ייַסראָעל.
זי דערמאָנט זיך, וויאזוי דאָס אלץ איז פאָרגעקומען. אין די לעצטע טעג האָט זיך פון
סאראטאָוו אראָפּגעיאװעט קיין מאָסקװע נאטאשעס צווייטער זיידע, דער יינגערער, צוזאמען
12
מיט דער באָבען און מיט עטלעכע פעטערס און מומעס, און אויך אין די שאָען, ווען דער זיידע
נעכעמיע פלעגט אוועקגיין פון שטוב -- ער האָט שוין געהאלטן באם באקומען די פּאפּירן --
פלעגט מען ריידן צװישן זיך שטיל-שטיל, וי אין א שטוב פון א טויטן. און בלויז ווען פון
דער אוקראינע איז געקומען מארק גריגאָריעװיטש װענגראָװוער, האָט מען דערהערט א הויך
קאָל אין שטוב.
װענגראָװער האָט, שווער אָפּעטעמענדיק, װי ער װאָלט אהער, אפן צענטן שטאָק, זיך
אופגעהויבן צופוס מיט די טרעפּ, אוועקגעשטעלט דאָס קליינע טשעמאָדאנדל לעבן ארײַנ-
גאנג, אָפּגערוקט עס מיטן שטעקן צו דער וואנט און אליין זיך גוט אויסגעהוסט אין טיכל
ארײַן, באקוקנדיק דערבײַ די פארזאָרגטע מענטשן אינעם ניט צוגעקליבענעם צימער. ווען
קאטיע און נאטאשע זײַנען צוגעגאנגען, ער זאָל יעדע פון זי א קוש טאָן, האָט ער דער מא-
מען, קאטיען, אונטערגעטראָגן זײַן שטעקן צו דער סאמע נאָז:
-- װאָס ביסטו פאר א באלעבאָסטע! אלע זיצן הונגעריקע, איך זע ניט קיין איין פלעשל
אפן טיש!
-- מארק גריגאָריעװיטש, איר ווייסט דאָך...
-- איך ווייס, איך ווייס.., אָבער א קוש טאָן װעל איך דיך, ווען דו װעסט אָנטאָן דעם
פארטעך און אױסשפּרײטן אפן טיש א טישטעך,
אנדריי האָט אים צוגערוקט א שטול, נאָר ער איז פריער צוגעגאנגען צו יעדן אין צימער
און באגריסט זיך בא דער האנט, דערנאָך זיך צוגעזעצט צום טיש, ארומגענומען נאטאשען
בא דער טאליע און אָנגעהױיבן צו איר ריידן, האָבנדיק דערבײַ אין זינען, אז עס הערן אלע
איבעריקע:
-- דו, שיין בלאַָנד מיידל! ווען איין זיידע דײַנער װעט, װי געוויינלעך, זיך אומקערן
צוריק קיין סאראטאָוו און דער צוייטער װעט מעשוגענערהייט אָנשפּארן אזש קיין טעל-
אוויוו, דאן װעט באקוועם זײַן אוועקצושטעלן אף דײַן גוירל די וויכטיקע פראגע: װער זײַנען
מיר, און װאָס קומט מיט אונדז פאָר אין סאָף פון די זעכציקער יאָרן? און װען אין א צײַט
ארום װועט דער סאראטאָווער זיידע ווידער, װי געוויינלעך, געבן וועגן זיך צו וויסן פון סא-
ראטאָוו און דער צווייטער זיידע, דער מעשוגע-געװאָרענער, װועט, גאָט צו דאנקען, זיך אומ-
קערן פון טעל-אוויוו צוריק אהיים, דאן װעט יעדערער זאָגן זײַן װאָרט און ס'וועט גרינג
זײַן צו געבן אן ענטפער אף יענער וויכטיקער פראגע..
נאטאשע האָט ארויסגעוויזן איר נײַגעריקײַט:
-- דיעדא מארק, ווער בין איך, זאָג מיר טאקע...
-- דו, שיין בלאַנד מיידל, ביסט געבוירן געװאָרן בא טאטע-מאמע, בא וועלכע ס'איז
ניט געווען קיין נאצ;אָנאל בויכווייטעק, ביזוואנען דײַן מעשוגע-געװאָרענער זיידע האָט עס
צוגעטראכט...
ניט נאָר װענגראָװערס בארײידעװודיקײַט האָט דעמלט פארכידעשט נאטאשען, ס'האָט זיך
געװאָרפן אין די אויגן דער אויסזען זײַנער: װי בייס א פּײַערלעכקײַט--א פולע ברוסט מיט
אָרדענס און מעדאלן און מיט געלע סטענגלעך, וועלכע באצייכענען, אז דער מענטש איז
אין שלאכט געווען פארװווּנדעט.
-- צוליב װאָס די רעגאליעס? -- האָט זיך נאָכגעפרעגט נאטאשע,
װענגראָווער האָט געפּרוּווט אָפּקומען מיט א שפּאס:
-- מע זאָגט, אז אין מאָסקװע קלײַבט זיך צונויף א פּאראד פון בארימער, בין איך שוין
באצײַטנס אָנגעקומען אפן פּאראד...
-- און אויב ריידן ערנסט, דיעדא מארק?
-- אויב ריידן ערנסט, דו, שיין בלאָנד מיידל, װויל איך מיט
זיידן, דעם אלטן אייזל, אז מע האָט ניט װײגיק
זאָל מיטאמאָל נעמען און זי פארלאָזן!
פּונקט װוי אלעמען אין דער מישפּאָכע, האָבן נאטאשען געארט מארק גריגאָריעוויטשעס
צו שארפע רייד. פארנאכט, דעם זעלבן טאָג, האָט זי אים אפילע פײַנט געקראָגן, ווען ער
האָט, קריגנדיק זיך מיטן זיידן נעכעמיע, אים א שלײַדער געטאָן אין פּאָנעם ארײַן גראָבע
װערטער:
-- יאָ, יאָ! ביז איצט, ווען מע פלעגט שמועסן וועגן פאָרן, אריבערפאָרן אף א צווייט אָרט
און דעסגלײַכן, פלעגסטו נעמען ריידן וועגן פערד, און האָסט זיך בעעמעס באוויזן װי א
מייוון, פאָרט אמאָל געהאנדלט מיט זיי. איצט אָבער, נעכעמיע, זע איך, אז דו אליין ביסט
אֹ פערד, און דו טופּעסט אהין, װוּהין סע טרײַבט דיך א פרעמדער אָנטרײַבער..
דעם געבן צו פארשטיין דײַן
ארײַנגעלייגט אין דער רוסישער ערד, מע
13
נעכעמיע האָט וי ניט געהערט די גראָבע רייד. ער האָט נאָך טיפער ארײַנגענומען דעם
קאָפּ אין די אקסל און געענטפערט מיט א טויב קאָל:
-- מארק, דו ווייסט דאָך גוט מײַנע צוויי גלאוונע פערד: דעם גלויבן, אז איך װעל קיינ-
מאָל ניט פארלירן עסטער-ראָכעלען, און דעם גלויבן אין ביראָבידזשאן... אָט, ביזוואנען איך
בין ניט אראָפּגעפאלן פון די צוויי גלאוונע פערד מײַנע, האָב איך ניט אויסגעזען אין דײַנע
אויגן, װי א פערד...
װענגראָװער האָט א קלאפּ געטאָן מיטן פויסט אין טיש:
-- ביראָבידזשאן לאָז אָפּו איצט, אז דו לויפסט קיין ערעץ-ייַסראָעל, זאָלסטו, טשאָרנײ
צער, ניט דערמאָנען כאָטש ביראָבידזשאן! דאקעגן, וען דו װעסט א שמעק טאָן מיט דער
אייגענער נאָז ייַסראָעל, דאן קום צו מיר און מירן אונטערסאכאקלען אונדזער ביידנס ויסן
וועגן ביראָבידזשאן... און װאָס איז שײַעך עסטער-ראָכעלען, זאָלסטו געדענקען װאָס איך זאָג
דיר: איר קייווער איז דאָ! איר געביין איז דאָ! איר נעשאָמע איז דאָ:
-- װוריאָש! זי לעבט!-- האָט זיך צעשרנען ניט מיט זײַן קאָל נעכעמיע. ביידע הענט
האָבן אים געציטערט מיט א שטענדיקן ציטער. ער האָט אויסגעזען װי צעמישט. די עטלעכע
גרויע הערעלעך, וועלכע זײַנען אים פארבליבן עטװאַס העכער פונעם שטערן, זײַנען געװוען
נאס פון קאלטן שווייס. די אויגן, פארצויגענע מיט זעקעלעך, האָבן זיך אָפּגעשטעלט, און פו"
נעם אָנציינערדיקן מויל איז ארויס א קרעכץ:
-- אָך, מארק... איך וויל פון קיינעם גאָרנישט... און אף ביראָבידזשאן ווארף איך דע
כאָלילע, א שאָטן! איך פאָר דאָך אוועק קיין ייַסראָעל ניט פון ביראָבידזשאן, נאָר פון מאָ-
סקווע... מארק, שרײי ניט אזוי... איך פאָר דען קיין ייַסראָעל? איך פאָר צו עסטער-ראָכעלען,
פאָר איך, מענטש איינער װאָס דו ביסט...
און שוין אינגאנצן מיט א ווייך קאָל, אונטערשמייכלענדיק, האָט ער דערציילט אף טשיי
קאוועס:
-- הערסט, מארק, אין דער סינאגאָגע, װוּ מיר, די אָפּפּאָרנדיקע, נעמען זיך צונויף, האָט
מיר הײַנט איינער א ייד געזאָגט, איך כאזער דיר עס איבער, װײַל מיר רעדן וועגן פערדי..
ער האָט מיר געזאָגט, דער ייִד, אז איך זע אים אויס צו זײַן א באלעגאָלע, בא וועמען ס'איז
געפאלן דאָס פערד... ניט איך, הייסט עס, בין פונעם פערד אראָפּגעפאלן, נאָר דאָס פערד
אליין... כא-כא!
װענגראָװער האָט ניט דערלאָזט, אז דער טאָן זאָל געלינדערט װערן, און פאר נאטא"
שען איז עס געווען א באװײַז, אז ער האָט סטאם קיין הארץ ניט. ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם
זיידן נעכעמיען פון קאָפּ ביז די פיס און געזאָגט, אופהייבנדיק זיך שווער פון דעם אָרט:
-- עכע-כע... ניט אומזיסט זאָגט מען, אז װוען בא א באלעגאָלע פאלט דאָס פערד, ווערט
ער א מעלאמעד...
און דאָך האָט נאטאשע ניט געקאָנט זיך באפרײַען פונעם קישעף, װאָס עס האָט, װײ
שטענדיק, פארשפּרייט ארום זיך אין אָט דעם שװערסטן טאָג פון איר לעבן דער דיעדא
מארק, א פארגלייבטער אין קלאָרע עמעסן, אן אָפּנהארציקער ביז גראָבקײַט, אליין צו זיך
א שטרענגער און קארגער. זי ווייסט ניט פארװאָס, נאָר אויסער דעם, װאָס די סצענע פונעם
זיידן נעכעמיעס אװעקפאָרן פונעם לאנד האָט אן-און-פאר-זיך שוין ארויסגערופן אין הארצן
און אף שטענדיק איבערגעלאָזט דאָרט א קנויל מיט פראגן, פאָרגעפילן און ספייקעס, אכוץ
דעם אלעמען, װאָס דאָס אליין איז שוין געווען איבערגענוג פאר דער נאָך ניט אינגאנצן
פעסטער קינדערשער נעשאָמע, האָט דאָס עמיגרירן פונעם זיידן קיין ייַסראָעל א שפּאר געטאָן
אף איר אויך פון אן אנדער זײַט, און זי האָט אפילע איצט, זיצנדיק אין דער מאשין, וועלכע
האָט זיך געטראָגן איבער א פרעמד לאנד, אין אן אומבאקאנטער ריכטונג, איבערגעכאזערט
פון אלץ, װאָס עס איז אין יענעם טאָג געזאָגט געװאָרן, בלויז אָט די פראזע:
-- דיעדא מארק, ער בין איך, זאָג מיר טאקע...
דער וועג איז ווידער אריבערגעגאנגען אין א גאס מיט שטיבער-פולווארקן. די מאשין
האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן אן אלטן פּלױט, א צונויפגעלייגטן פון ציגל און א געדיכט-ארומ"
געוואקסענעם מיט קראָפּעװע. די לעכער אינעם פּלױט זײַנען געװוען ערטערװײַז פארצויגן
מיט שטעכל-דראָט, אָדער פארלאטעט מיט ברעטער. װען אנדריי איז ארויס פון דער מא"
שין, קעדיי א קוק טאָן, ויאזוי דורכצופאָרן אף יענער זײַט ואנט, פונוואנען עס האָט זיך
ארויסגעזען דער אָפּגעבליאקעװעטער בלעכענער דאך און די אייבערשטע טייל פון אן אלט"גרוי
געבײַ, האָבן זיך מיטאמאָל באוויזן לעבן אים צוויי וואכמענער מיט קאָבורעס פון פּיסטאָלעטן
הינטער די ציווילע פּידזשאקלעך, און איינער האָט קורץ א פרעג געטאָן:
-- װואָהין?
1* 14
ס'האָט זיך באקומען, אז דער צונג און די ליפּן באגעגענען זיך באם ריידן און זייערע טועכצן
מישן זיך צונויף: די רייד קומען ארויס סײַ פארקײַלעכיקטע, סײַ שעפּעליאװע.
אויסהערנדיק אנדרייען -- װער ער איז און צוליב װאָס ער איז אהער געקומען האָט
מאזאָר געפּרוּװוט צוגעבן דעם שמועס געמיטלעכקײַט, און צוליב דעם האָט ער פאָרגעלייגט
זיך צוזעצן, נאָר אנדריי איז געבליבן שטיין פײַנטלעך אין צווייטן ווינקל פונעם ענגן צי-
מערל, לעבן דעם קײַלעכיקן, װי אין א שיף-קאיוטע, פענצטערל, און מאזאָר האָט דאן גאנץ
קאָרעקט אים מיטגעטיילט, אז דער כאָשעװער זאָקן, וועמען מע האָט אין רוסלאנד גערופן
נעכעמיע טשאָרניצער, איז נעכטן, בייסן איבערפלי פונעם לײַנער קיין ווין, ניפטער געװאָרן
פון א הארץ-אטאקע, וועגן װאָס עס איז פאראן א פאָרמעלער מעדיצינישער פּראָטאָקאָל.
אנדריי האָט, הערנדיק עס, זיך געזשמורעט, וי פון דער זון, קעדיי ניט צעוויינען זיך, און
קוים מערקבאר זיך געשאָקלט מיטן גאנצן קערפּער, װײַל אנדערש װאָלט ער, װי אים האָט
זיך געדוכט, געפאלן אין כאלאָשעס. ס'איז שוין איינמאָל געשען מיט אים אזוינס, דאן, ווען
די מישפּאָכע האָט זיך דאָס לעצטע מאָל צונויפגעזאמלט אין ביראָבידזשאן, אפן האלבן אינדזל,
און נאטאשע, אן אויפעלע נאָך, איז ארײַנגעלאָפן אין צימער און, שלעפּנדיק אים צום פענצ-
טער, אויסגעשריגן: פַּאפֹּא, נאָך איין ברודערל.. אין הויף"...--און ער האָט דערזען אין
פענצטער סאלקען.. ס'האָט זיך אים פארדרייט דער קאָפּ, נאָר דערנעבן איז געשטאנען
יודאלעף, וועלכער האָט אים אונטערגעכאפּט אונטער די אָרעמס... דער טאטע, טאקע ער, דער
טאטע, איז דעמלט ארױיסגעלאָפן אין הויף און גלײַך זיך אומגעקערט צוריק, טראָגנדיק פרײַ
אף די האלב-אויסגעצויגענע הענט סאלקען. אלע אין צימער זײַנען פארבליבן אף זייערע
ערטער, בלויז אנדריי, וועלכער האָט מיט יודאלעפס הילף שוין געהאט צוגעזעצט זיך צום
טיש, האָט זיך אופגעשטעלט פאר סאלקעס ליידן, א בלאסער און אויסערלעך א בארויקטער.
יאָ, דאן איז ער געשטאנען פאר סאלקען, פאר אירע אומענטשלעכע ליידן. איצט אָבער שטייט
פאר אים דער אומענטש מאזאָר, דער מערדער אויך פון זײַן טאטן. ער װאָלט עפשער גע-
דארפט אים דערהארגענען, אָפּצאָלן אים דאָ אפן אָרט, נאָר אין קאָפּ האָט א קלאפּ געטאָן, וי
מיט א האמער: , קיין שום פּארטיזאנישע גענג. הערסט, אנדריי? דו געפינסט זיך אין א פרעמד
לאנד. געדענק עס..."
אנדריי האָט מיט גרויסע אָנשטרענגונגען ארויסגעשטאמלט:
-- װוּ ליגט ער!
-- מיר האָבן נאָך ניט געמאָלדן דער עסטרײַכישער מאכט וועגן דעם צופאל, דעריבער
האָבן מיר דעם קערפּער אריבערגעפירט אהער, קעדיי באשליסן, װוּ אים ברענגען צו קװוּרע,
דאָ, אין ווין, אָדער אין דער הײיליקער ערד אונדזערער...
-- אײַער הייליקע ערד האָט ער פארלאָזן, און ער האָט געװאָלט זיך אומקערן אהיים
קיין רוסלאנד. און באשליסן, װאָס װײַטער צו טאָן מיטן קערפּער פון מײַן טאטן, װעלן מיר,
זײַנע קינדער.
זאָגנדיק עס, האָט אנדריי ניט געקוקט אף מאזאָרן, און דעריבער האָט ער ניט געזען, אז
יענער האָט זיך צעשמייכלט, װי איינער זאָגט: דאָס װעלן מיר נאָך א קוק טאָן.. אנדריי האָט
איבערגעכאזערט די פראגע:
--- וווּ ליגט ער?
-- איך האָב אײַך שוין געזאָגט: דאָ איז זײַן קערפּער, אין שענאו.
-- באװײַזט מיר אים.
-- אָ, דאָס איז אײַער רעכט.
זי זײַנען ארויס אין א שמאָלן דורכגאנג, איבער וועלכן ס'האָבן זיך לענגויס די ניט-
געטינקעוועטע װענט געצויגן לײַכטיצוגעפעסטיקטע, צוליב צײַטװײַליקן באנוץ, עלעקטרישע
דראָטן און גאזירערן. לוט דעם און לויט די צוויי גראטע-פענצטערלעך, דורך וועלכע ס'האָבן
זיך ארויסגעזען קופּעס בלעך און שפּענער אינעם הויף, האָט אנדָריי ערשט איצט פאר-
שטאנען, אז מאזאָר האָט אים אופגענומען אינעם קעלער-שטאָק פון דער געבײַדע, וועלכע איז
אמאָל געווען א מיטלאלטערלעכער שלאָס, און איצט האלט מען דאָ ארויסגעוואנדערטע פונעם
סאָוועטנפארבאנד ייִדן אף זייער וועג קיין ייַסראָעל. טאקע דערפאר, װאָס ער איז גלײַך פון
דער גאס ארײַן אין קעלער-שטאָק, האָט ער דאָ קיין לעבעדיקן נעפעש ניט געזען. אין עק פו-
נעם דורכגאנג, לעבן דעם אײַזערנעם ספּיראלארטיקן לייטער, װאָס פירט אף ארוף, האָט
מאזאָר אופגעשלאָסן א פאנירענע טיר, און זיי זײַנען ארײַן אין א פינצטער קעמערל. מאזאָר
האָט א שאר געטאָן מיט דער האנט איבער א פּאָליצע בא דער טיר און, אָנטאפּנדיק דאָרט
אן עלעקטריש פאָנארל, געמאכט אין קעמערל ליכטיק. אֹף צוויי בענק, צונויפגערוקטע אין
דער ברייט, איז געלעגן, פארוויקלט אין א גרויער קאָלדרע און איבערגעדעקט איבערן קאָפּ
1--64 16
מיט א לײַלעך, א קליין גופל. אנדריי האָט פארשטעלט דעם וועג מאזאָרן, ווען יענער האָט
געװאָלט אופדעקן דעם קאָפּ פונעם מעס. ער האָט אליין אונטערגעהויבן דעם לײַלעך
און זיך אײַנגעקוקט אין דעם טאטנס אויסגעטריקנט פּאָנעם. שטייענדיק מיט דער פּלײצע צו
דער טיר, האָט ער ניט מוירע געהאט, אז מאזאָר וועט זען זײַנע טרערן.
ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט אין דעם צימערל מיטן קײַלעכיקן, װי א שיף-קאיוטע,
פענצטערל, האָט אנדריי מיט אן אקסל זיך צוגעשפּארט צו דער וואנט און געווארט, װאָס
מאזאָר װעט זאָגן. יענער האָט גערעדט לאנג, ניט אויסרעכענענדיק אף אן ענטפער.
דער ניפטער ליגט שוין דאָ דעם אנדערן מעסלעס, און ווען הײַנט האָט ער, כילוש מא-
זאָר, צוגעשיקט צו אנדרייען אין האָטעל זײַן פרוי, קעדיי אָפּרעדן וועגן א זאכלעכער טרע-
פונג אף צו באשליסן װאָס טאָן מיטן ניפטער --ברענגען אים צו קװוּרע דאָ, װוּ ער ליגט
שוין דעם צווייטן מעסלעס,.אָדער דרינגענדיק אָפּפירן אים צוריק קיין ייַסראָעל, און דאָרט
אים ברענגען צו קײיװער-ייסראָעל, -- האָט אנדריי זיך פון דער טרעפונג אָפּגעזאָגט, און איצט
איז שוין ניטאָ קיין אנדער בריירע: דער כאָשעװער זאָקן, װאָס אין רוסלאנד האָט ער גע-
האט א פאמיליען-נאָמען טשאָרניצער, איז א בירגער פון מעדינאס ייַסראָעל, מע רופט אים,
אגעוו, שוין א היפּשע צײַט נעכעמיע בען שאכאָר, און דאָס איז פארצייכנט אין די אידענטי-
טעט-פּאפּירן, אָט דער פּלוצעם-געשטאָרבענער אין וועג ייַסראַעל-בירגער װעט מאָרגן דער-
גרייכן דעם ברעג פון דער אײביקײַט אין זײַן היסטאָריש היימלאנד... אָן שום צווייפל, אנד-
ריי טשאָרניצער װאָלט געקאָנט פארהאלטן װוערן מיט קויעך אין אָט דעם עסטרײַכישן שלאָס,
װאָס איז איצט א מעלוכישע טעריטאָריע פון ייַסראָעל, די מעדינע האָט אים אָפּגעקױפט און
אוועקגעשטעלט אונטער איר וואך. דאָס זאָגט ער, מאזאָר, ניט אף צו שרעקן אנדרייען. ס'איז
קלאָר, אז פארהאלטן אים קאָן ער, און ער האָט אף דעם די פולע יורידישע רעכט, נאָר ער
װעט עס ניט טאָן, מאזאָר, װײַל ער איז ניט קיין סוינע דער ביראָבידזשאנער מישפּאָכע, און
דאָס, װאָס מע רעדט וועגן אים, איז א ליגן. ס'איז בלויז עמעס, אז ער איז אמאָל געווען אין
ביראָבידזשאן, און, װי דאָס לעבן באװײַזט, איז ניט בלויז ער פון דאָרט אוועק. אפילע אנד-
ריי טשאָרניצער אליין, װאָס ער איז אין ביראָבידזשאן געבוירן געװאָרן, אפילע ער װוינט
איצט אין מאָסקװע, ניט עמעס?
מע קאָן בעפיירעש אָנעמען אף א מינוט אזא וואריאנט. נו, לאָמיר זאָגן, אז ער, מאזאָר, פון
סענטימענטאלקײַט-וועגן, ברעכט די געזעצן פון ייִסראָעל און גיט ארויס אנדרייען דעם קער-
17
פּער פון זײַן טאטן. אָבער דאָס איבערפירן קיין רוסלאנד אזא סאָרט באגאזש קאָסט א מאסע
געלט. ס'איז נאָך א פראגע, צי די סאָוועטישע געזאנדשאפט וועט געבן א דערלויבעניש ארײַנ-
צופירן צוריק אין לאנד דעם עמיגראנט... יאָ, אפילע נאָכן טוט איז אן עמיגראנט -- אן עמי-
גראנט... מע קערט ניט אום די בירגערשאפט פון דער ראָדינע... איז טאקע א פראגע, צי די
געזאנדשאפט װעט געבן א ויזע... אָבער געלט אף הױצאָעס דעם עמיגראנט.. דעם ניפטערי
הייסט עס, -- דאָס זיכער ניט. די געזאנדשאפט װעט קיין געלט ניט געבן. קאָן מען זיך פאָר-
שטעלן, אז ער, מאזאָר, װאָלט געגעבן אנדרייען די נייטיקע סומע... װי א געוועזענער ביראָי
בידזשאנער א געוועזענעם ביראָבידזשאנער... און אנדריי װאָלט דאן געדארפט, פון זײַן זײַט,
אָפּדאנקען ייַסראָעל... דאָס הייסט, טאָן עפּעס-װאָס, וי א ייַד פארן יידישן לאנד...
ווען אנדריי האָט נאָך די דאָזיקע רייד מאזאָרס זיך א װאָרֹף געטאָן אף אים מיט די
פויסטן, האָט ניט געדויערט קיין סעקונדע אפילע, װוי יענער האָט אים אוועקגעלייגט מיט א
קונציקן קלאפּ אונטערן דיך. און דאן האָט זיך געעפנט די טיר, און אין צימערל איז ארײַן א
מאָדנע באשעפעניש: גאָר-גאָר קליין אין װוּקס, דער גוף אינגאנצן אײַנגעשרומפּן, דאָס פּאָ
נעם פארוואקסן מיט סיווע באָרד-און-פּייעס, אפן קאָפּ קיין סימען ניט פון האָר, בלויז נאָענט
לעבן נאקן א שמאָל גרוי פּאסיקל, דורכגעצויגן פון אוער צו אוער און ענלעך אף א פע-
לעכל, װאָס שטארצט ארויס פון אונטער דער פּיצינקער יארמלקע. די קורצע פיסלעך אונטער
דעם היפּשן בײַכל האָבן בא יעדן, װער עס האָט דעם דאָזיקן מענטשן געזען, דערװעקט א
ווילן צו זוכן בא אים נאָך צוויי, אָדער נאָך פיר פיסלעך. און אין דער זעלבער צײַט האָט
די סאמעטענע יארמלקע אפן שפּיץ קאָפּ בא אים, און טאקע אויך די גרײַזיגרױע באָרד און
פייעס און דאָס גרויע פּאסיקל האָר אפן נאקן, אָנגעדײַט אפן כאַשעװן עלטער און נאָך אף
עפּעט אזוינס, װאָס װער עס האָט אליין ניט אזא אויסזען, גלייבט אין דעם און האָט פאר דעם
אָפּשײַ.
דער ארײַנגעקומענער האָט אויסגעשריגן ניט מיט זײַן קאָל:
-- גאָט איז מיט אײַך, הער מאזאָר!
ער האָט זיך אָנגעבױגן אף צו העלפן אנדרייען אופשטיין, נאָר דערבײ פארלאָרן פון
דער נאָז די ברילן, און בעשאס ער האָט װײַטער זיך מיט די ברילן געייסעקט, האָט אנדריי
אליין זיך געשטעלט אף די פיס און, צוגייענדיק הארט צו מאזאָרן, געזאָגט מיט קאלטער אנט-
שלאָסנקײַט:
-- אף צו דורכשמועסן זיך מיט דיר, װי דו האָסט עס פארדינט, סקאָטינע דו איינער,
דארף איך דיך האָבן ניט דאָ, נאָר אין אן אנדער אָרט. אויב אזא געלעגנהײַט וועט זיך אמאָל
מאכן, װעל איך מײַן כויוו אויספילן.
ער האָט זיך אויסגעקערעוועט מיטן פּאָנעם צו דער טיר אף אװעקצוגיין, נאָר עס האָט
אים אָפּגעשטעלט דער ארײַנגעקומענער זאָקן:
-- זײַט זיך מאטריעך און ווארט צו א װײַלע. מײַן פאמיליע איז שאנאָווסקי, איך וויל
אפּעלירן צו אײַער סייכל-האיאָשער. געשיקט זיך, פארשטייט איר ניט, אז דאָ װעט קיינער
מיט אײַך ניט שפּילן, אין אײידלקײַט. איך װעל אײַך זאָגן גאנץ אָפן, אז אונדזער מיין איז
לאכלוטן אן אנדערער, איידער אײַערער. איר, טײַערינקער מײַנער, װוילט, מיר זאָלן אײַך אָפּי
געבן דעם קערפּער פון אײַער טאטן. אזוי, צי ניט! און מיר האָבן דערבײַ אונדזער אייגענעם
מיין. שרעקט זיך ניט, מע װויל אײַך ניט ווערבירן אין דער שפּיאָנישער נעסט פון ייִסראָעל.
די זאך איז א סאך פּאָשעטער. אָבער דורכשמועסן זיך דארף מען, און, נאטירלעך, אין א מער
פּאסיקער מינוט. און נאָך איין סאָד וויל איך אײַך פארטרויען. עס לאָזט מיך ניט צורו דאָס,
װאָס אין ווין געפינט זיך איצט מײַן אמאָליקער כאווער װענגראָװער. אוי, װויל איך זיך מיט
אים טרעפן, דאָס כײַעס גייט מיר אויס. זיך טרעפן אָן א סיבע װעט ער ניט װעלן. איצט איז
די סיבע פאראן. װאָס זשע לייג איך פאָר! איך לייג פאָר זיך צונויפקומען אין א נייטראל אָרט,
אפילע אין האָטעלינומער בא אײַך. הער מאזאָר, איר װעט דאָרט ניט זײַן, װײַל מיט אײַך האָט
מען זיך שוין געזען... איז אָט, כאָשעװער אנדריי, קלינגט אָן פונדאנען מארק גריגאָריעװיטשן
און רעדט זיך צונויף. איר װילט ניט, איז נאט אײַך מײַן קארטל, און איך װעל ווארטן
אף אײַער קלונג. געדענקט, אז קיין שאָדן װעט אײַך די טרעפונג ניט אָנטאָן, און אײַער בא"
קאָשע קאָן באפרידיקט ווערן...
אנדריי האָט צונויפגעלייגט אינצווייען דאָס הארטע שטיקל פּאפּיר, װאָס שאנאָווסקי האָט
אים געגעבן, און דורכגעפירט מיטן נאָגל איבערן ראנד דאָרט, װוּ ס'האָט זיך איבערגעבראָכן.
-- גוט, -- האָט ער געזאָגט. -- איך װעל װעגן אלץ איבערגעבן מארק גריגאָריעװיטשן
-- וועגן אונדזער אינצידענט? -- האָט זיך פון דער זײַט אָנגערופן מאזאָר.
אנדריי האָט געענטפערט, ניט קוקנדיק אויך איצט אהין, װוּ מאזאָר איז געשטאנעף
18
-- דאָס איז דען אן אינצידענט?! ווען איך בין געווען א ייִנגל, אין פּארטיזאנישן אָטריאד,
איז מיר איינמאָל אויסגעקומען אופצועפענען א קעלער, אין וועלכן די דײַטשן האָבן געפּײַ-
ניקט מיט מײַז אונדזערן א מענטשן. איך האָב געעפנט דאָס טירל און ארײַנגעשפּרונגען אין
קעלער, און דאן האָט איין שטשור פון גרויס דערשרעק א שפּרונג געטאָן מיר אין פּאָנעם,
איז עס דען געווען אן אינצידענט?
-- דו, שטשענאָק! -- איז צוגעגאנגען נעענטער מאזאָר. אנדריי האָט אף דעם קיין אכט
ניט געלייגט און זיך געווענדעט צו שאנאָווסקין:
-- איך האָב, פּאפּאשא, אן אינסטרוקציע זיך אופצופירן אזוי, וי ס'פאָדערט זיך, ווען מע
לעבט אין א פרעמד לאנד. דעריבער: זאָל ער שפּרינגען אין פּאָנעם ארלין..
און דאָך האָט דאָס פּארטיזאנישע אָדערל אין אנדרייען געגעבן וועגן זיך צו וויסן. ארויס-
גייענדיק פונעם צימערל, האָט ער א שטויס געטאָן די טיר מיטן פוס און זיך געמיעסט אפילע
צולייגן א האנט אף צו פארמאכן זי.
אין דער מאשין האָט ער, ניט ארויסברענגענדיק נאָך קיין װאָרט, פארדעקט מיט ביידע
הענט דאָס פּאָנעם, און נאטאשע, וועלכע האָט פון פריַער דערפילט מיט איר פרוייַשער אינ-
טויַציע דעם אומגליק, נאָר ניט געוואגט אין דעם זיך מוידע זײַן ניט דעם טאטן, ניט זיך
אליין, -- האָט שטיל זיך צעיאָמערט, כאָטש זי האָט דערװײַל נאָך ניט געקאָנט פּינקטלעך
זאָגן, איבער װאָס, אייגנטלעך, עס גיסן זיך די טרערן.
אנדריי האָט אויך געוויינט, ניט אָפּרײַסנדיק די הענט פונעם פּאָנעם. ער ווייסט ניט פון
װאָס, פון אױיסגעשעפּטקײַט אָדער פון דערנידעריקטקײַט, נאָר סע האָט זיך אים מיטאמאָל
פארװאָלט שלאָפן, און ווען דער שאָפּער האָט א טרײַב געטאָן די מאשין צו דער שטאָט, איז
ער געבליבן אין דער זעלבער פּאָזע, װי געווען, בלויז נעענטער זיך צוגערוקט צו נאטאשען.
-- ווען איז עס געשען? -- האָט נאטאשע שטיל געפרעגט.
ערשט אין א מינוט פינף ארום איז צו אנדרייען דערגאנגען, אז נאטאשע האָט געפרעגט
עפּעס. זײַן מידער מויעך האָט זיך אופגעכאפּט, װי פון שלאָף. ער האָט אראָפּגענומען די הענט
פונעם פּאָנעם, און אָנשטאָט צו ענטפערן אף דער פראגע, וועלכע ער האָט ניט געהערט, האָט
ער געזאָגט צו נאטאשען:
-- מענטשן װעלן מיינען: ער איז אוועק פון איין ערד מיט דער האָפענונג צו לעבן אף
א צווייטער ערד, איז ער געשטאָרבן אינדערלופטן, אָן ערד ביכלאל... אָבער מיר מיט דיר
ווייסן דאָך, אז וועגן דײַן זיידן דארף מען אזוי ניט טראכטן..,
-- אוואדע, טאטע... -- האָט געשעפּטשעט נאטאשע. -- אוואדע... דער זיידע איז ניט אוועק
צו זיי אין לאנד. ער האָט געזוכט א זייכער פון דער, װועמען מע האָט גערופן אין אונדזער
מישפּאָכע עסטער-ראָכעלע... איך זאָג ריכטיק ארויס דעם נאָמען אף ייַדיש?
-- יאָ, טאָכטער, מע פלעגט אן אנדערש מאָל ביידע װוערטער ארױסזאָגן איניינעם, און
ס'האָט זיך באקומען -- עסטערוכעלע... דײַן זיידע האָט ארומגעזוכט איבער דער ועלט זײַן
עסטערוכעלען. איז געקומען מאזאָר מיט זײַנע פּרײַנטלעך, װאָס אמװײניקסטנס קאָן
מען זאָגן, אז זיי זײַנען בײַגעװען בא דעם מאָרד פון די עסטערוכעלעס, -- זײַנען זיי געקומען
און אויסגענוצט די ליבע און די ליידן פון דעם אלטן מענטשן אף צו פארנארן אים און דער-
נאָך אים דערהארגענען...
א רעגע איז געווען שטיל, און זי, די רעגע, ווען ס'איז שטיל געװאָרן, האָט פון נאטאשען
געפאָדערט א סאך מער אָנשטרענגונגען, איידער דאָס הערן דעם טאטנס אומדערטרעגלעך-
ביטערע רייד. אין אָט דער רעגע האָט נאטאשע דערפילט א באדערפעניש צו פאנאנדערקלײַבן
זיך -- באלד, דאָ, זיצנדיק לעבן דעם טאטן, זיך פאנאנדערקלײַבן, װער עס זײַנען די יעגיקע,
וועלכע האָבן פון דעם גאנצן בוים אין אונדזער לאנד אויסגעקליבן די ייִדישע צװײַג אף
פּרוּוון זי אָפּברעכן און אונטערהאלטן מיט איר דאָס פײַער אין א פרעמדן אויוון. צי באטײַט
דער אומגליקלעכער סאָף פונעם זיידן נעכעמיע, אז אויך אין איר, אין נאטאשען, זײַנען די
צוויי צװײַגן ניט גענוג פעסט צונויפגעוואקסן, און א האנט קאָן פונדערװײַטן א נעם טאָן
איינע, די ייִדישע צװײַג, און, אוועקלייגנדיק זי צו דער קני, צעברעכן זי אף העלצלעך! ניין,
ניי? נאטאשע האָט ארומגעכאפּט דעם טאטן פארן האלדז און זיך שטארק צוגעדריקט צו אים.
זי האָט דאָך דאָס גאנצע לעבן געזען און געהערט אלץ, װאָס איז שײַעך סײַ צו איר טאטן,
דעם ייִדן, און סײַ צו איר מאמען, דער רוסישער, און זי האָט שטענדיק געװוּסט, אז דאָס אלץ,
װאָס איז נעגייע זיי, די עלטערן אירע, איז פרײ פון איבעריקע לאסטן, און גאָרנישט דראָעט
זיי ניט.
אירע געדאנקען זײַנען איבערגעריסן געװאָרן פון א לײַכטן שטויס. די מאשין האָט זיך אָפּגע-
שטעלט לעבן דער סאָוועטישער געזאנדשאפט, און זי האָט דערזען דורכן פאָדערשטן גלאָז
9
פעליקסן, װי ער דרייט זיך ארום באם ארײַנגאנג. זי האָט ניט געװאָלט איצט זען קיינעם,
און ס'װאָלט איר אָנגעטאָן אנגסט צו ריידן מיט עמעצן. נאָר אויסמײַדן פעליקסן איז געווען
אומעגלעך. ער האָט זי אָנגעכאפּט בא דעךְ האנט, און, ארײַנמישנדיק אין ענגלישן לאָשן דײַ-
טשישע ווערטער, װאָס עס איז אלציינס געווען פארשטענדלעך, האָט ער איר דערציילט, אז
ווען ער און זײַן מאמע זײַנען אָפּגעפאָרן א קווארטאל פונעם האָטעל, האָט מאזאָר זיי ארויס-
געזעצט מיט זידלערײַען פון דער מאשין. אויך מיט דער מאמען האָט ער, פעליקס, זיך צע-
קריגט, און ניט װײַל ער איז שיקער, ער איז איצט אינגאנצן שוין ניכטער, זאָגט ער איר,
דער קוזינא נאטאשע, אז מער צו מאזאָרן װעט ער זיך ניט אומקערן, ער בעט, מע זאָל אים
העלפן אװעקפאָרן קיין רוסלאנד, צום טאטן. נאטאשע האָט אים געענטפערט, אז זי קאָן מיט
אים איצט ניט ריידן, װײַל זיי האָבן זיך ערשט דערװוּסט, אז דער זיידע נעכעמיע איז נעכטן
אין אעראָפּלאן געשטאָרבן און זײַן קערפּער האלט מאזאָר פארשלאָסן אין שענאו.
פעליקס האָט זיך אָנגעכאפּט באם קאָפּ און אָנגעהױבן זיך וויגן אהער און צוריק. אנדריי
האָט געעפנט די טיר פון דער געזאנדשאפט און דורכגעלאָזט אהין נאטאשען.
װענגראָװער האָט אויסגעהערט אנדרייען שװײַגנדיק. און ווען אנדריי האָט שוין פארענ-
דיקט ריידן, האָט ער, װענגראָװוער, נאָך לאנג געשוויגן, זיצנדיק אין ווינקל פונעם צימער אָן
באוועגונגען, װי ער װאָלט אײַנגעדרעמלט. דער צווייטער סעקרעטאר פון דער געזאנדשאפט
גנאטיוק, א הויכער, שטאלטנער יונגערמאן, אונטערגעשוירן לויט דער מאָדע --די האָר קי-
מאט ביז די אקסל, איז אופגעשטאנען פון זײַן שטול און געזאָגט, ווענדנדיק זיך צו אלעמען
אין צימער:
-- כ'וועל בעטן דעם דעזשורנע, ער זאָל אונדז דורך מאָסקװע פארבינדן מיט כאבא-
ראָווסק און מיט קאָמסאָמאָלסק.
ער האָט א קוק געטאָן אפן האנט-זייגערל:
-- דאָרט איז איצט פיר באנאכט. מירן מוזן אופוועקן יודאלעפן און פאלעקן פון שלאָף..
קיינער האָט אף דעם גאָרנישט ניט געזאָגט, און ווען ער איז ארויסגעגאן פון צימער,
האָט די שטילקײַט נאָך געדויערט עטלעכע מינוט. ערשט שפּעטער האָט װענגראָווער
פּונקט וי אופגעכאפּט זיך פון דרעמל, אף לאנג זיך פארהוסט און אָן אן איבערײַס, ניט אָפּ-
עטעמענדיק, גענומען ריידן -- דאָס מאָל אף ייִדיש, ניט וויסנדיק אליין צו וועמען די רייך
זײַנען געווענדט:
-- דאָס טרויעריקסטע... דאָס סאמע טרויעריקסטע... ער איז געשטאָרבן בא זיי, אין זייער
אעראָפּלאן... און ער ליגט איצט בא זיי, אינעם ביקער-כוילים פונעם ייִדישן לעבן, אין שע-
נאו, װוּ מע באזאָרגט מיט אן אכסאניע די ארויסגענארטע ייַדן..
עס האָט זיך אומגעקערט גנאטיוק. דער דעזשורנע זאָגט צו, אז אין מעשעך פון דער
נאָענטער שאָ װעט מען געבן כאבאראָווסק און קאָמסאָמאָלסק.
-- קום אהער, וולאדלען, -- האָט זיך אָנגערופן װענגראָװוער. -- זעץ זיך צו לעבן מיר,
וולאדלען איוואנאָוויטש.
גנאטיוק איז געווען אן אייניקל פונעם אלטן סאָלדאט מיטראָפאן גנאטיוק. א כאדאָשים
צוויי פארן טויט האָט פֿיטראָפאן אוסטינאָװיטש אראָפּגעבראכט צו װענגראָווערן אין דער
גרויסער אוקראינישער שטאָט וולאדלענען --מע האָט דעמלט אינעם גאנצן לאנד געפּײַערט
דעם פופציקסטן יוביליי פון דער רויטער ארמיי, --קעדיי באקאנען דעם אָקאָרשט פארענ-
דיקטן יונגן דיפּלאָמאט מיט א לעבעדיקן בודיאָנאָװעץ. פון דעמלט אָן שרײַבט וולאדלען
בריוו צו װענגראָװערן, און איצט, אז דער אלטער פּראָפּעסאָר איז געקומען קיין ווין אפן
קאָנגרעס פון היסטאָריקער, איז וולאדלען באשטאנען, ער זאָל װוינען בא אים אין דער דירע,
קעדיי אױיסמײַדן די אומבאקװועמלעכקײַטן פון א האָטעל.
-- איך װויל בא דיר. פרעגן אן אייצע, וולאדלען, --האָט פאָרגעזעצט װענגראָווער, --
זאָלסט מיר זאָגן, ויאזוי מײַנע א געוויסע באגעגעניש דאָ אין ווין װועט אויסזען אין די אויגן
פון אונדזער מאכט. אין אויסלאנד, רעכן איך, איז א דיפּלאָמאט---די מאכט...
-- מארק גריגאָריעװיטש, איך ווייס ניט, װאָס איר האָט אין זינען...
-- פאראן דאָ אין װוין א מענטש... א מענטש אין מײַן עלטער... אמאָל געווען בא אונדז
אין לאנד א קאָמוניסט... אין טאָך אָבער קאָן מען וועגן אים זאָגן, אז ער איז א שמאטע, א
טריאפּקע, אזא טריאפּקע, װאָס מע קאָן זי לײַכט נעמען און וואשן מיט איר אומריינע פּאָד-
לאָגעס, און איבער דעם שמעקט זי טאָמיד מיט אומרײינקײַט, אפילע ווען זי איז אויסגעדרייט
און טריקנט זיך. נו, א שמאטאָווע מענטשל איז דאָס. ער איז ארויסגעפאָרן פון אונדזער
לאנד, און איצט איז ער א פארדונגענער בא די ציִעניסטן. פארשטייסט, וולאדלען איוואנאָ-
וויטש!
20
-- איר מיינט שאנאָווסקין, יאקאָוו גאװורילאָװיטשן, דעם באפולמעכטיקטן פונעם סאָכ-
נוט!
-- אים מיין איך. ער איז באקאנט דער געזאנדשאפט!
-- ניט באזונדערס שטארק. צוריק מיט א פּאָר װאָכן איז ער געקומען צו אונדז זיך
דורכצושמועסן.
-- װאָס זשע האָט ער געװאָלט, אויב סע איז קיין סעקרעט ניט!
-- ער איז גרייט פאלן צו די פיס...
-- אָט דאָס איז טשיקאוװוע! דו הערסט, אנדריי?!
אנדריי האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אף יאָ. װענגראָװער האָט ווידער זיך געװוענדט צו
גנאטיוקן:
-- דער דאָזיקער שאנאָווסקי שטעלט איצט ארויס אזא באדינג: ער וויל זיך מיט מיר
טרעפן און דורכשמועסן זיך מיט מיר. און דאן װעט גרינגער זײַן זיך צונויפריידן וועגן
איבערגעבן אונדז דעם קערפּער פונעם געשטאָרבענעם...
-- מארק גריגאָריעװויטש, איך מיין, אז ווען די ייַסראָעלדיקע מאכט-אָרגאנען װעלן דורך
דער פינלענדישער געזאנדשאפט זיך דערוויסן, אז צו אונדז איז דערגאן די געשיכטע מיט
נעכעמיע טשאָרניצערן, װעלן זיי, קעדיי אױיסמײַדן א סקאנדאל, אזוי אויך באפוילן, מע זאָל
ארויסגעבן דעם קערפּער... און מיט שאנאָווסקין זיך טרעפן ---איז אײַער זאך. אויב איר האָט
צײַט און געדולד מיט אים זיך דורכצושמועסן, איז פארװאָס ניט?
װײַזט אויס, אז ס'איז געווען ניט פון די גרינגע זאכן צו דערקלינגען זיך פון ווין
קיין קאָמסאָמאָלסק און קיין כאבאראָווסק, -- אין אײיראָפּע איז נאָך געװען אזא שאָ, װען
די טעלעפאָזינעץ איז איבערגעלאָדן, און פונדעסטוועגן האָבן װענגראָװער, אנדריי און נא-
טאשע, יעדערער באזונדער, באוויזן צו זאָגן אין טרײַבל עטלעכע טרייסט-ווערטער יודא-
לעפן און דערנאָך פאלעקן. ביידע זײַנען געווען אין דער מינוט פארשלאָפן און שטארק
דערשראָקן, און דאָך האָט מען אױיסגעקלאָרט, װאָס זיי װאָלטן געענטפערט, ווען מע פרעגט
זיי, צי ס'איז מעגלעך גאָר אזא זאך, אז נעכעמיען זאָל מען מעקאבער זײַן אין ווין, אויב,
פארשטייט זיך, די טאקאָנים פאר עמיגראנטן װאָלטן געשטעלט א מעכיצע דעם ווילן פון דער
מישפּאָכע. יודאלעף איז אין די לעצטע יאָרן, אין זײַן ראיעלן אופּשטײַג פון אן ארבעטער-
מענטש, געװאָרן א דעפּוטאט פונעם אויבער-סאָװעט פון דער רעפּובליק, און ער האָט, וואר-
שײַנלעך, דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן, געזאָגט אזוינס, װאָס קאָן אױסגעטײַטשט װערן
וי צופיל אײַנגעגלױבטקײַט אין די אייגענע קויכעס:
-- איך װעל עס ניט דערלאָזן. דער טאטע נעכעמיע האָט אפילע מיט זײַן ניט-גערעכ-
טער האנדלונג ניט פארדינט, ער זאָל ליגן אין פרעמדער ערד. איך װעל עס ניט דערלאָזן..
פאלעק האָט מיט א געפאלענער שטים געזאָגט, אז אויב אזוינס װעט זײַן אומפארמײַד-
לעך, בעט ער, מע זאָל אים מיטיילן וועגן דעם מיט א פאָרמעלער טעלעגראמע, א באשטע-
טיקטער אין דער געזאנדשאפט, קעדיי ער זאָל קענען דרינגענדיק ארויספליען קיין ווין. ווען
אנדריי האָט אים דערציילט וֶועגן דער באגעגעניש מיט פעליקסן און מיט עספיר שאנאָווסקע,
האָט ער איבערגעפרעגט, צי פעליקס מיינט טאקע ערנסט אריבערצופאָרן אין סאָוועטנפאר-
באנד, און דערבײַ באמערקט, אז אויך צוליב דעם איז נייטיק, אז ער, פאלעק, זאָל קומען קיין
ווין. װאָס איז שײַעך א באגלייטער, װעט ער קױידעמקאָל זיך דורכשמועסן מיט יודאלעפן, נאָר
אויב יודאלעף װעט זײַן אזוי פארנומען אפן זאװאָד, אז ער װעט ניט האָבן קיין מעגלעכקײַט
גלײַך ארויספליען, -- דאן װעט מען דורך דער געזאנדשאפט מוזן שיקן דעם ארויסרוף פאר
אים, פאלעקן, און פאר זײַן פרוי,
ווען די װוינער טעלעפאָן-צענטראלע האָט מיטגעטיילט דעם אבאָנענט--- דער געזאנדשאפט
פון פססר, אז ס'איז שוין פארענדיקט דער שמועס מיט די שטעט כאבאראָווסק און קאָמסאָ-
מאָלסק, און אין צימער פון דער געזאנדשאפט, װוּ עס ארבעט דער צווייטער סעקרעטאר גנא-
טיוק, איז געװאָרן אומהיימלעך-שטיל, װײַל אָט ערשט זײַנען פּונקט וי אהין ארײַנגעקומען
נעכעמיע טשאָרניצערס צוויי זין, יודאלעף און פאלעק, און זיי זײַנען מיטאמאָל פארשוווּנדן--
דאן האָט אין דער שטילקײַט זיך דערהערט דאָס קאָל פונעם דריטן זון, אנדרייס קאָל;
-- עס איז מיר ארײַן א סומבורנע געדאנק אין קאָפּ, מארק גריגאָריעװוויטש... איצט, ווען
ס'זײַנען שוין ניטאָ ניט די מאמע, ניט דער טאטע, און ווען יודאלעפס לעבן טיילט זיך מער
ניט אף אָפּשניטן, די גרייס פון עלף יאָר, איז עפשער שוין צײַט צו דערמאַנען יודאלעפן, אז
ער האָט באם געבוירן, וי זײַן ייַנגערער ברודער, געהייסן פאלעק, און זאָלן זײַן אין אונדזער
מישפּאַכע צוויי פאלעקס! הא!
װענגראָװוער האָט געענטפערט:
21
-- א שאָד, אנדריי נעכעמיעוויטש, װאָס דו האָסט ניט קיין פארשטאנד אין די קליינע
אויסיעלעך, אנדערש װאָלט דיך ניט אויסגעמיטן א געוויסער ניואנס פונעם װאָרט יודאלעף.
די יוך, טײַערינקער, באצייכנט אין ייִדישן אלעפבייס דעם קרײַזן פון דער ציפער 10, און
דער אלעף איז 1, ער הייבט אָן א נײַעם קרײַז. איז צוליב װאָס איצטער בײַטן דעם נאָמען! זאָל
זײַן יודאלעף. זאָל אזוי בלײַבן,
עפּילאָג
מאָסקװע, 7 אָקטיאבער 1975
טײַערער פאלעק טשאָרניצער!
אָט האָב איך הײַנט שוין אָפּגעגעבן אין זאץ די פערטע נאָװעלע פון דײַן ראָמאן ,די
צײַט". װי די פריערדיקע דרײַ נאָװעלן, האָב איך אויך זי אונטערגעשריבן מיט מײַן נאָמען--
קלוימערשט, כ'בין דער מעכאבער. װעגן דעם װאָלט איך דיר איצטער ניט געשריבן,
ווען עס זאָל גיין בלויז אין אונדזער סיכסעך, צי עס איז הײַנטיקע צײַטן בענימצע א מיסטי-
פיקאציע אין דער ליטעראטור. דו ווייסט מײַן מיינונג, נאָר העיויס אזא איז דײַן ווילן און
דו האָסט מיך געבעטן עס צו טאָן, האָב איך אויסגעגעבן דעם ראָמאן פאר מײַנער א שא-
פונג, און איך פרעג שוין מער ניט, צוליב װאָס דיר איז עס אזוי נייטיק.
די סיבע, װאָס איך שרײַב דיר איצט, איז דער וואיצאקו, װאָס אייניקע ייִדישע בלעטער
האָבן אופגעהויבן בייסן דרוקן בעהאדראָגעדיק די ערשטע, דערנאָך די צווייטע, דערנאָך די
דריטע נאָװועלע, איידער זיי װערן צונויפגענומען אין א בוך. ריבוינעשעלילעם, וי
פּלאטשיק און װי שטומפּיק עס זײַנען די לײַט פונעם צאדישעקענעגעד! קיין קינסטלערישע
שאפונג פארשטייען זיי ביכלאל ניט. ווען ס'איז אָפּגעדרוקט געװאָרן, לעמאָשל, די צווייטע
נאָוועלע, האָבן אין יענע ייִדישע בלעטער זיך דערהערט קוילעס, אז דער אװטאָר האָט צו-
געטראכט די געשיכטעס מיטן אונטערמאכן א פאָטאָגראפיע וועגן א ביראָבידזשאנער צוואנגס-
לאגער און מיט דעם ארויסזעצן א דעסאנט אף צו פארכאפּן דעם קאָמיסאר װענגראָװערן.
און נאָך: זאָל דער אװטאָר, אדעראבע, באשטעטיקן מיט דאָקומענטן, אז דער גענעראל טשער-
ניאכאָווסקי האָט אין זײַן שטאב בעעמעס זיך פארנומען מיט א ייַדישן אייסעק. נאָך דעם
װאָלט איך, בענעמאָנעס, זיך ניט געכידעשט, וען עמעצער זאָל פארלאנגען פון פּושקינען
דאָקומענטירטע באװײַזן, אז די באגעגעניש צװוישן גריניאָוון און פּוגאטשאָװן איז ניט צוגע-
טראכט; און ס'װאָלט מָיך ניט געכידעשט, ווען נאָכן פארעפנטלעכן ,מאָצארט און סאליערי"
װאָלט אן אמהאָרעץ אָנגעגעבן אין געריכט אף פּושקינען, לעמײַ ער באשרײַבט מיט אלע
פּראָטים, װי ער װאָלט אליין באדערבײַי געווען, אז סאליערי איז באגאנגען דעם שרעקלעכן
פארברעכן.
די ליטעראטוריקריטיקער קאָנען אף דעם זאָגן, אז דאָס, װאָס אָפּאַנענטן רופן זיך אָפּ
מיט אופגעבראכטקײַט אף דעם סיפּער-האמײַסע פון א ראָמאן און זיי פאָדערן מיט באנומענע
קוילעס, דער אװטאָר זאָל מיט דאָקומענטן דערװײַזן, אז די געשעענישן אינעם װערק זײַ-י
נען טאקע געווען אינדערעמעסן, ---איז א לויב פארן אװטאָר, װײַל א קינסטלעריש װערק
טראָגט מיט זיך אלפּייקלאל א געוויסע דאָזע גליקלעכן ,נארקאָטיק"--אמאָל א גרעסערע
דאָזע, אמאָל א קלענערע, אָפּהענגיק פונעם אװטאָרס פּראָפּעס;אָנעלן קויעך --אזא ,נארקאָ-
טיק", װאָס איז באם אײַנעמען אים, דאָס הייסט באם לייענען דאָס װערק, מעסוגל צו איבער-
אנדערשן, פארקישעפן די פּסיכיק פונעם לייענער אזוי, אז יענער זאָל זיך לאכלוטן אויס-
שליסן פון דער עמעסער רעאלקײַט און אָנעמען דעם סיפּער-האמײַסע פונעם װערק פאר א
רעאלן פאקט (װאָס אין דעם, אייגנטלעך, באשטייט דער בארוף פון קינסטלערישער ליטע-
ראטור).
א יאשער-קויעך דיר, טײַערער, און א דאנק פון פולן הארצן, װאָס בא דײַן טראגישער
לאגע, בלינדערהייט, האָסטו דאָך אָפּדיקטירט דעם ראָמָאן. איך וויל דיר אויך זאָגן, ניט אין
איינקלאנג מיט די קריטיקער, אז גראָד דײַן ניט-אױיסגעשפּראָכענע פּראָפּעס;אָנעלקײַט, דאָס
ניט קענען שרײַבן שיין און, איבערהױפּט, דאָס, װאָס דו באשרײַבסט דײַן אייגענע מיש-
22
פּאָכע, זיך אליין, און טוסט עס אָן אויסטראכטענישן, ניט רופנדיק צוהילף די פאנטאזיע,
הייבט אוף די װערט פון דײַן ראָמאן. און וען אין די פּראָטים טרעפט דער ליענער זיך
צונויף מיט אויסשליסלעכע אומשטענדן, איז עס דערפאר, װײַל יעדע מישפּאָכע, איבערהויפּט
א טיף-פארװאָרצלטע, פארמאָגט איר מיקראָיװעלט. אין אזעלכע פאלן זײַנען ניט אויסגע-
שלאָסן פּאסירונגען, מידעס און אײַנפירונגען, וועגן וועלכע מע זאָגט: ,,ווילט איר -- גלייבט,
ווילט איר --גלייבט ניט, נאָר אזוי איז געשען". די אומגלײיבלעכקײַט, וועלכע וויקלט זיך ארום
דעם נאָמען יודאלעף, ארום יודאלעפס צוויי טאטעס, פּונקט װי ארום דעם מאָדנעם מינהעג
באם פירלינג --בא נעכעמיען, װענגראָווערן, עסטער-ראָכעלען און יודאלעפן-- צונויפצו-
קלײַבן זיך אלע עלף יאָר, -- דאָס אלץ, און ניט װײיניק אנדערע אומגלײיבלעכקײַטן אין אײַער
מישפּאָכע, װאָלט געמוזט באשטעטיקט װערן מיט דאָקומענטן, ווען..---װוען די פונקציעס
פון עקספּערטן איבערן שטייגער-לעבן זאָלן אויספילן אידיאָטן. די רעאלקײַט פון די באשרי-
בענע פאקטן איז באשטעטיקט מיט דעם, װאָס יעדע מישפּאָכע האָט איר אָריגינעל לעבן.
זאָלסט אָבער, טײַערער פאלעק, ניט מיינען, אז דער וואיצאקו ארום דײַן ראָמאן איז, וי עס
זאָגט זיך, ניט מערער פון א שטורעם אין א גלאָז וואסער. די סקעפּטיקער האָבן, פארשטייט
זיך, אין זינען מער ערנסטערע זאכן, איידער אן אייגן-נאָמען פון א פּערסאָנאזש. זיי האָבן
דערזען, אז אינעם ראָמאן איז באשריבן די ניט געקינצלטע געשיכטע פון א טיפּישער ייִדי-
שער מישפּאָכע אין א צײַטיאָפּשניט, װאָס שפּרײט זיך אויס אזש פון די בודיאָנאָװישע יאָרן
און ביז איצטער-אָ. א ווערטעלע צו זאָגן! און װײַל איר, די טשאָרניצערס, און אײַערע
פּרײַנט האָבן ניט אויסגעמיטן ניט דאָס שטעטעלע, ניט ביראָבידזשאן, ניט דניעפּראָהעס מיט
קאָמסאָמאָלסק און אויך ניט דעם קריג קעגן היטלערן--די אָקאָפּן און די אָשװענטשימס,
ניט אויסגעמיטן אפילע ייַסראָעל, -- איז, טײַערער מײַנער, פאלעק, זאָג: װאָס איז עס! צי ניט
דאָס לעבן פון אונדזער פאָלק אין דעם האלבן יאָרהונדערט איז דאָס?!
און אויב דאָס איז א באשרײַבונג פון א מישפּאָכע ייִדן, וועלכע איז אײַנגעטונקען אינעם
פאָלקס-גוירל אין א צײַט פון היסטאָרישע ווידעראנאנדן, איז דאָך פונעם אװטאָר אָפּהענגיק,
אין וועלכע הענט ער װעט אף װײַטער איבערגעבן דעם גוירל פונעם פאָלק. אָט דאָס איז
דער איקער, פאלעק! אין ווין, אין דער פערטער נאָוועלע פון דײַן ראָמאן, שטייען שוין איינער
אנטקעגן אנדערן ניט נאָר און ניט אזוי װענגראָװוער און שאנאָווסקי, װי מאזאָר און --אָ,
װוּנדער-ישעבעװוּנדער! --אנטקעגן דעם שוין געעלטערטן מאזאָרן איז ארויס דער שוין אוג-
טערגעוואקסענער אנדריי, דײַן ייַנגערער ברודער. אינעם ואיִצאקו הער איך קוילעס: ,אנ-
דריי? װאָס איז עס פאר א ייַדישער נאָמען אזא -- אנדריי! אין וועלכער יעשיווע האָט אנדריי
געקנעלט טױירע? און צי טראכט ער ניט איבערגעבן דעם ייִדישן העמשעך אין די הענט פון
דער האלבער גאַיִשקע נאטאשען?". און איבער די אלע קוילעס -- דײַן קאָל, װאָס עס דרינגט
ארויס פונעם ראָמאן ,די צײַט": ,ראבויסײַ, געדענקט, אין וועלכער צײַט מיר לעבן איצט.
דאָס, װאָס אײַך כאָלעמט זיך, האָט געשװוינדלט פאר די אויגן מיט פופציק יאָר צוריק, און
דעמלט --אפן ראנד פון פארגעסן וערן. איצט האלטן מיר באם צוייטן עק פונעם שטע-
געלע -- באם הײַנטיקן, ראבויסלי".
דאָס רעדל פון דער װעלט דרייט זיך אָבער ניט אזוי פּאשעט, וי וועגן דעם שרײַבט
זיך. זייער גוט, װאָס דו האָסט באוויזן דאָס נײַע מיטן אלטן, צונויפגענומען אין איין קנויל,
אינעם קנויל פון געראנגל. אין לעבן טרעפט, אז דאָס ניט נייטיקע, דאָס איבעריקע, דאָס
אומריינע טוט מיטאמאָל א דראָע, און טאקע ניט אף קאטאָװועס, צו פארכליופּען דאָס לעבנס-
נייטיקע,
איך װעל עס דיר באװײַזן אף א גאָריגאָר טשיקאוון בײַשפּיל, און ווידער דאָס זעלבע:
,ווילסטו -- גלייב, ווילסטו --- ניט...י
בייס מײַנער א רײַזע איבער אמעריקע דארף אזוי טרעפן, אז אין ניו-יאָרק באגעגן איך
דעם אלטן שאנאָווסקין! װוי די רוסן זאָגן; 1606 קעא --די וועלט איז ענג.
ס'איז געווען באלד נאָך דעם, װי פעליקס האָט אין וין, פון פארצווייפלונג, געװאָרפן
מאזאָרן די פלאש אין קאָפּ און אים אוועקגעלייגט אפן אָרט. אין א ניר-יאָרקער ייִדישער
צײַטונג האָב איך וועגן דער פּאסירונג דורכגעלײיענט אזא מיטיילונג: פעליקס שא-
נאָווסקי, דער מערדער, האָט אין עסטרײַכישן פּאַליצײי-צירקל זיך מוידע געװוען, אז צויי
מאָסקװער אגענטן -- פעליקסעס פעטער אנדריי, א טעראָריסט, װאָס איז אויסגעשולט געװאָרן
אין דער סאָוועטישער מיליטערישער אױסשפּירונג, און דער געוועזענער באָלשעװיסטישער
קאָמיסאר װענגראָװוער, וועמען מאזאָר האָט אמאָל, אין קריג, געפּרוּוט אריבערפירן מיט
גוואלד איבער דער פראָנט-ליניע אף צו ברענגען אים צו א גערעכטן מישפּעט פאר בויען א
צוואנגס-לאגער אין ביראָבידזשאן, -- ביידע מאָסקװער אגענטן זײַנען געקומען, קלוימערשט,
23
צוליב זייערע היימישע איניאַנים, קיין ווין, פאקטיש אָבער קעדיי צוגרייטן דעם אקט פון
נעקאָמע איבער כילוש מאזאָרן. זי האָבן געבראכט מיט זיך אנדרייס טאָכטער, די בילדי
שיינע נאטאשע, א קוזינע פון דעם מערדער, װאָס טאקע זי האָט אים אײַנגערעדט צו באגיין
דעם פארברעכן.
איבערגעלייענט די דאָזיקע נאָטיץ, טראכט איך זיך: לאָמיך אָנקלינגען די רעדאקטאָרן
פון דער צײַטונג און זיך אָנפרעגן, װער עס האָט אראָפּגעבראכט אין רעדאקציע דעם דאָזיקן
טשאד. און שטעל זיך פאָר, װי פארכידעשט איך בין געװוען, באקומענדיק אן ענטפער, אז
דער קוואל פון דער אינפאָרמאציע איז א ראיעלער, -- ניט קיין אנדערער, װי דער לײַבלעכער
זיידע פונעם מערדער, וועלכער װוינט שוין עטלעכע כאדאָשים אין ניו-יאָרק, האָט עס דער-
ציילט. פון די רייד האָב איך פארשטאנען, אז יאנקעוו שאנאָווסקי האָט זיך אריבערגעקליבן
פון ווין קיין ניוײאָרק.
האקלאל, כ'האָב אָפּגעזוכט שאנאָווסקין. געפונען אים אין א פינצטערן, שטארק פארלאָזטן
בעסמעדרעש, אין וויליאמסבורג, אף דער סאטמארער זײַט פונעם ברוקלינער בריק. דאָס לעבן
האָט אים שוין אינגאנצן ארויסגעשפּיגן פון זיך. ער האָט אויסגעזען אזוי, װי גלײַך פונעם
אָרט, װוּ ער זיצט, הייבט ער זיך ניט אוף לאנגע װאָכן, און סע עסן אים שוין װוערעם. ער
איז געזעסן אין א פארשארטן וינקל און עפּעס געמורמלט, גלאט אין דער װעלט ארײַן
האלטנדיק פאר זיך א צוגעמאכטן סייפער. װײַזט אויס, אז די סאָכנוט-פארוואלטונג איז זיך
באגאנגען מיט אים אומענטשלעך. װען די עסטרײַכישע רעגירונג האָט צוגעשלאָסן דעם
אימיגראנטן-לאגער אין שענאו, און נאָכן טוט פונעם ענערגישן כילוש מאזאָר, האָט מען
דעם זאָקן ארויסגעטריבן אף דער גאס. מיט עמעצנס הילף איז ער געקומען קיין ניוײיאָרק,
אין וויליאמסבורגער געטאָ, און דאָרט געהאלטן אין דערלעבן זײַנע טעג.
ווען איך האָב אים דערציילט, װער איך בין, איז מיט אים געשען א װוּנדער. ס'האָט
אויסגעזען, װי זײַן קערפּער װאָלט געהאט אָפּגעלײגט א ביסל לעבנס-ענערגיע אף צו פאר-
טיילן עס אזוי, ס'זאָל סטײַען ביסקל דעם לעצטן אָטעם, און איצט װועט ער אָט די קנאפּע ענער-
גיע פארשווענדן אָן אויסרעכענונג, מיט א שיטערן אופבליץ פון זײַן פיזישן כײַעס און פונעם
אינטעלעקט. ער האָט גערעדט צו מיר װערטער, פול מיט פּשאטלעך, מיטאמאָל זיך אראָפּגע-
כאפּט פון דער באנק און גענומען פארשמײַעט ארומלויפן צװוישן די שאָטנדיקע פיר ווענט,
וי אפן אוילעם-האטויע. ס'איז געווען א ראכמאָנעס אף אים צו קוקן. וויסנדיק, װאָס פאר
א נישטיקײַט ער איז געווען דאָס גאנצע לעבן, האָב איך פונדעסטוועגן געטראכט: און דאָך..
א מענטשישער וועזן..
ווען איך האָב געפּרוּװוט אים ארופירן אפן געדאנק, אז אָט, ער איז אויסגעווען א וועלט,
געהאט גענוג פארגעניגן אין לעבן, האָט ער א כיכיקע געטאָן און וי ארײַנגעשפּיגן אין דער
אייגענער באָרד אזעלכע זויערלעכע װערטער:
-- א פּאטשיק ספּיטשיק אָנגעװאָרן, דעם טאָכעס אָפּגעפּראָרן און גאָרניט אויסגעפאָרן..
-- רעב יאנקעוו, -- האָב איך צו אים געזאָגט, ---איר האָט אליין אויסגעקליבן פאר זיך,
וויאזוי צו לעבן... איצט קאַנט איר דאָך זײַן אופריכטיק...
ער האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט:
-- ע, איך לאָז מיך גענארן, און דו לאָז דיך גענארן...
און ער האָט פאריכט די אייגענע רייד:
-- האשעם-ייסבאָרעך, אויב ניט איך צו דער דייע, איז די דייע צו מיר געקומען.
האשעםײייסבאָרעך...
ער האָט מיך געפרעגט, צי איך בין געקומען צו אים אין בעסמעדרעש מיט אן אװטאָמאָ-
ביל, און געבעטן, מאמעש געוויינט, קריכנדיק אף די קני, איך זאָל אים טאָן די טויווע און
אָפּפירן אים אהין, װוּהין ער מוז הײַנט קומען, און דאָרט אים איבערלאָזן. ער האָט עטלעכע
מאָל איבערגעכאזערט דעם נאָמען פונעם אָרט: ראָקועי פּאָינט.
איך האָב זיך ארײַנגעזעצט מיט אים אין דער מאשין, און ווען דער שאָפער האָט מיר
פארטײַטשט, װאָס דאָס איז אזוינס ראָקועי פּאָינט --די סוואלקע פון ניװוײיאָרק, האָב איך
זיך פארכידעשט:
-- רעב יאנקעוו, װאָס עפּעס פאָרן מיר צו דער סוואלקע?
-- אײַ, רעדט ניט קיין נארישקײַטן... -- האָט ער געענטפערט.
דעם גאנצן וועג איז ער געזעסן שװײַגנדיק, געקראצט זיך אונטערן קאָלנער, פון מאָל
צו מאָל זיך אראָפּגעגליטשט פונעם דיוואן, און אָנכאפּנדיק זיך פאר עפּעס, געבליבן אין
דער ניט באקוועמער פּאָזע, פּונקט װי הענגענדיק. איינמאָל האָט ער זיך צוגערוקט צו מיר
נעענטער, אזוי, אז עס האָט מיר אזש פארכאפּט דער אָטעם פונעם איפּעש, װאָס האָט זיך
24
פון אים געטראָגן, און קוקנדיק גלײַך אין מײַנע אוגן, האָט ער געזאָגט אין איין אָטעם, װי
ער װאָלט די גאנצע פראזע אויסגעלערנט אף אױסנװייניק און זי פארגעדענקט:
-- איר ווייסט, איך דערמאָן זיך די געשעענישן פון מײַן לעבן.. זיי דערװײַטערן זיך
איינע נאָך דער אנדערער אין זיקאָרן און זעען אויס קלענער און נאָך קלענער און לאכלוטן
ניט קלאָר, וי גלײַך איך װאָלט געקוקט אף זיי דורך דער איבערגעקערטער זײַט פון א בי"
נאָקל...
איך װעל דיר דאָ ניט באשרײַבן, טײַערער פאלעק, וויאזוי עס זעט אויס די סוואלקע אין
ראָקועי פּאָינט, דאָס איז די קלאָאקע פון ניוײיאָרק. אלץ, װאָס אין די שטיבער, אין די הויפן,
אין די גאסן צעברעכט מען, אָדער מע עסט ניט אוף, אָדער עס װערט קאליע, דאָס גאנצע
מיסט און דאָס אלטווארג -- שיקט מען אָפּ אין ראָקועי פּאינט. פונדאנען איז א קילאָמעטער
צוואנציק ביזן אָקעאן. און הער א מײַסע -- אין ניוײיאָרק ווייסט מען, אז אָט די דאָזיקע גי
גאנטישע סוואלקע, מע רופט זי טויטער יאם, רוקט זיך צוריק צו די מענטשן. אף פיל מײַלן
פונעם אָרט פון די אָפּפאלן איז דער דעק פונעם אָקעאן פארצויגן מיט א מין שליים, װאָס
די געלערנטע רופן אים שווארצער מאיאָנעז--א גיפטיקע מאסע, וועלכע שמעקט מיט טוכלע
אייער. ניט לאנג צוריק האָט דער שווארצער מאיאָנעז זיך גענומען רוקן צו ניװוײיאָרק, צו די
ברעגן פון לאָנגיאײַלענד. פאר א יאָר, זאָגט מען, מאכט ער דורך א מעהאלעך פון אַנדערי
האלבן קילאָמעטער. וויי-וויי, דו שטעלסט זיך פּאָר, װאָס עס װאָלט געשען מיט ניװוײאָרק,
ווען עס טוט אף אים א פלייץ ארוף אָט די אומרײינקײַט...
און דאָס איז ער טאקע, דער טשיקאווער בײַשפּיל, מיט וועלכן איך האָב דיר צוגעזאָגט
צו איליוסטרירן דעם געדאנק, אז צומאָל טוט דאָס אומריינע, דאָס ניט נייטיקע א דראָע צו
פארכליופּען דאָס לעבעדיקע. טראכטנדיק וועגן דײַן ראָמאן, קום איך צום געדאנק, אז גראָד
וועגן דעם װאָרנט ער אונדז, ייִדן, און עס װערט מיר גרינג אפן הארצן, ווען איך זע, אז דו
האָסט, אזוי װי איך דעמלט אין ניוײאָרק, אָפּגעפירט אף דער סוואלקע יאנקעוו שאנאָווסקין,
פּונקט אזוי, װוי דו האָסט עס פּריער אָפּגעטאָן מיט קאָסטיע פּערפילאָװון און מיט כילוש מאזאָרן.
טײַערער פאלעק! אנדריי האָט מיר אָקאָרשט געזאָגט -- כ'האָב אים געקלונגען אפן זא"
װאָד, -- אז דו קלײַבסט זיך קיין מאָסקװע, צום פּראָפּעסאָר קליוּיעוו. קום זשע װאָס גיכער!
בא נאטאשען אין אטעליע האָב איך געזען, שוין קימאט א פארטיקן, װענגראָװוערס סקולפּטורי
פּאָרטרעט. ס'ווערט באלד א יאָר צײַט, זינט מארק גריגאָריעװיטש, אונדזער אומפארגעס-
לעכער קאָמיסאר, איז אוועק פון דער וועלט. איז אײַל זיך צו, פאלעק, װײַל ניט בלויז עס
ווארט אף דיר דער אָפּעראציע-טיש פונעם גרויסן אויגן-מעכאשעף קליויעו; װען דו װעסט
קומען קיין מאָסקװע, װעט עס פּונקט זײַן דער סיגנאל צו עפענען דעם דענקמאָל אפן קייווער
פונעם ,דיעדא מארק".
( 31
ארן ווערגעליס
צום 780טן געבורטסטאָג
פונעם גרויסן סאָװועטישן ייִדישן דיכטער פּערעץ מארקיש
פערעץ מארקישעם פופצן בריוו
צו יויסעף אָפּאטאָשו
אין , פּינקעס פאר דער פאָרשונג פון דער ייִדישער ליטעראטור און פּרעסע" (ניוײיאָרק,
5) איז פארעפנטלעכט א בינטל פון 22 בריוו, וועלכע פּערעץ מארקיש האָט אין פאר-
שיידענע צײַטן געשריבן צו יויסעף אָפּאטאָשו.
אין זײַן ארײַנפיר צו דער פּובליקאציע שרײַבט דער ליטעראטוריפאָרשער יעכעזקל
ליפשיץ: ,, די 58 בריוו, װאָס געפינען זיך אין דעם אָפּאטאָשו-ארכיו, זײַנען באריידעוודיקע
איידעס פון דער טיפער און איבערגעגעבענער פרײַנטשאפט צװישן צויי באדײַטנדיקע
שעפער פון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראטור. בא זײַן לעבן האָט אָפּאטאָשו פארעפנט-
לעכט בלויז 4 בריוו פון מארקישן (,זאמלביכער", נומ. 8. ניוײיאָרק, 1952)...
איינס מוז מען אונטערשטרײַכן, אז סײַ אין די בריוו, װאָס זײַנען שוין פארעפנטלעכט
געװאָרן, סײַ אין די, װאָס ווערן איצט געדרוקט אָדער ווארטן נאָך געדרוקט צו װערן,
איז ניטאָ קיין אָנדײַט דערוף, אז מארקיש איז ניט געװען ערלעך איבערצײַגט אין זײַן
עמעס -- אין קאָמוניזם...
מיילעך ראוויטש, זײַן נאָענטער כאווער נאָך פון די ווארשעווער יאָרן, האָט געזאָגט
וועגן מארקישן, אז , ליבע צום ייִדישן פאָלק האָט אויסגעפילט זײַן נעשאַמע ביזן לעצטן
ווינקל. גלײַכצײַטיק אָבער א פלאמיקע ליבע, ניט נאָר איבערצײַגונג, נאַר מאמעש ליבע
צום ראטנפארבאנד, אין וועלכן ער האָט געזען די רעטונג פון דער מענטשהײַט און די
פולשטענדיקע נאציאָנאלע און סאָציַאלע באפרײַונג פון זײַן אייגן פאָלק, דעם ייִדישן"
(מיילעך ראוויטש, , פּערעץ מארקיש", ,זאמלביכער" נומ. 8)".
מיר ברענגען דאָ 15 בריוו, װעלכע האָבן אן אױסגעשפּראָכענעם געזעלשאפטלעכן
באדײַט. קעדיי ניט באלעסטיקן די פּובליקאציע מיט זײַטיקע דעטאלן, וועלכע האַבן אין
יעדן בריוו באזונדער, אין דער קאָנקרעטער צײַט, געהאט זייער אָרט, האָבן מיר די בריוו
ערטערװײַז אויסגעקירצט, שטעלנדיק זיך א ציל צו באװײַזן פארן הײַנטיקן לייענער דאָס
װיכטיקסטע: די אידייען-וועלט פונעם גרויסן סאָװועטישן ייִדישן דיכטער.
1
דניעפּרבױ (1929) 25.10
אָפּאטאָשו טײַערער, הארציקער!
לאָמיר זיך א ביסל אויסריידן דאָס הארץ:
ערשטנס, האָט מען מיר דײַן בריוו מיט דער
דערציילונג ערשט די טעג איבערגעשיקט
אהער. ווען זי איז אָנגעקומען קיין כארקאָוו,
בין איך געווען אין יאלטע; ווען מ'האַט זי מיר
איבערגעשיקט קיין יאלטע, בין איך אַפּגעפאָרן
אפן דניעפּרסטרױי--װוּ איך געפין זיך ביז
איצט, -- און ערשט איצט האָב איך זי באקומען
איבערגעשיקט אהער. איז וועגן דער דערציי-
לונג:
זי איז זייער שיין אָנגעשריבן, נאַר זי
שטימט ניט מיט דער װירקלעכקײַט -- פּסיכאָ-
לאָגיש. דײַן קאװאָנע איז געווען ארױסװײַזן
די פּאָזיטיװוקײַט פונעם ,נאראַבראזניק" מאקאָוו
צו רעליג;עזע אָנגעלעגנהײַטן, און אזא פּאָזי-
טיװוקײַט הייסט בא אונדז רעכטער אָפּנײג, און
26
דו ווייסט דאָך, װאָס הייסט רעכטער אַפּנײג.
קיין ייִדיש קינד זאָל פון דעם ניט ויסף און
קעדיי מ'זאָל דאָ בא אונדז (אין איצטיקן פאר-
שארפטן מאָמענט) קענען דרוקן ---מוז מען זי
א ביסל איבערארבעטן,
דעריבער וויל איך זיך מיט דיר האלטן אן
אייצע: אָדער איך זאָל זי דיר אַפּשיקן צוריק
אף איבערארבעטן, אָדער מיר זאָלן זי דאָ אליין
איבערארבעטן. בעסער, פארשטייט זיך, איז
דאָס ערשטע:(...)
איצטער די געשיכטע מיט דער כעוורע פון
דער , פרלַהײַט"?. מ'האָט אין כארקאַוו געמאכט
אן ,אסיפה רבה" און געמישפּעט לייוויקן. וועגן
לייוויקן איז די באליידיקונג געווען גרויס. אין
: אזא דערציילונג אין ניטאָ אין דעם באנד
דערציילונגען ,אף יענער זײַט בריק", װאָס איז
דערשינען 1929 אין כארקאָװוער מעלוכע-פארלאג.
? אווראָם רייזען, ה. לייוויק, מענאכעם באָריי-
שאָ, א. ראבאָי און ל. פײַנבערג האָבן דעם 4טן
סענטיאבער 1929 פארלאָזט די ,מאָרגן"פרײהײַט"
װײַל זיי זײַנען געווען קעגן דער שטעלונג פון דער
צײַטונג צו די געשעענישן אין פּאלעסטינע.
יאלטע |האָב איך| איבערגעלייענט א פּראַ-
טעסט:!, אונטער ועלכן איך בין אונטערגע-
שריבן. פאר לייוויקן האָבן מיר אלע געהאט
גרויס אגמעסנעפעש. ביכלאל איז בא אונדז די
לאגע איצטער זייער אן אַנגעשטרענגטע און
שארפע. עס גייט א גרויסער אַנגריף אף ליט-
וואקאָוון. די גראפאָמאניע, װאָס באהאלט זיך
אויס אונטער דער פּראָלעטארישער ליטעראטור
און װאָס זיצט בא איר פּאראזיטיש אף קעסט,--
אָט די דאָזיקע גראפאָמאניע האַט זיך אפן
פרעכסטן אויפן א רודער געטאַן. און אז מע
גיט איר א קלאפּ-- שרײַט זי, אז מע שלאַגט
דעם פּראָלעטאריאט, די פּארטיי און דעם סאָ-
ציאליזםן...} איך װאָלט מיט פארגעניגן אַפּגע-
פאָרן פון צענטער. און דאָס טאקע האַב איך
געטאָן. איך זיץ אפן דניעפּרבױ -- און באמי זיך
זײַן װײַטער פון די שלאכט-אלקערס.
שרײַב מיר אָן, װאָס זאָל איך טאַן מיט דײַן
דערציילונג -- און ביכלאל װאָס הערט זיך בא
דיר! די טעג גייט ארויס מײַנס א געזאמלט
בוך. כ'וועל עס גלײַך שיקן. זײַ געזונט און
שטארק.
דײַן פערעץ
שרײַב מיר אפן כארקאַווער אדרעס. פון
דאָרט שיקט מען מיר איבער.
2
כארקאָוו, 11. 3 (1929)
אָפּאטאָשו טײַערער!
מײַן בריוו פון ,דניעפּרבױ" האַסטו געוויס
באקומען. דאָרט האָסטו אין א געוויסן זין בא"
קומען אן ענטפער אף די פראגן, װאַס דו
שטעלסט מיר אין דײַן לעצטן בריוו. אַבער
איצט פיל איך, אז מײַן אינפאָרמירונג וועגן די
געשעענישן זײַנען ניט קיין גענוגנדע (אגעוו,
האָב איך שוין געזען אן אויסצוג פון דער
,װאָך", װאָס איז געװוענדט קעגן מיר און ניס-
טערן?. איז הער מיך אויס, טײַערער.
1 דאָ רעדט זיך וועגן דעם פּראָטעסט פון די סאָ-
וועטישע ייִדישע שרײַבער קעגן די, װאָס זײַנען
ארוױיסגעטראָטן פון דער (,מאָרגן-פרײַהײַט" איבער
דער שטעלונג פון דער צײַטונג צו די געשעענישן
אין פּאלעסטינע.
דער ,פּראָטעסט" איז צוגעשיקט געװאָרן דער
,מאָרגן-פרײַהײַט* און אין דאָרט דערשינען דעם
5"טן אָקטיאבער 1929. די פּראָטעסטירער ,באגריסן
די , מאָרגן-פרײַהײַט* מיט איר מוטיקער שטעלונג
צו די געשעענישן אין פּאלעסטינע", וועלכע זײַנען
,א רעזולטאט פון דער רויבערישער קאָלאָניזאטאָרי-
שער פּאָליטיק, װאָס די ציעניסטן, װי אגענטן פונעם
ענגלישן אימפּעריאליזם, פירן קעגן דעם אָרעמען
פּױערטום אין פּאלעסטינע". צװישן די 26 אונטער-
געשריבענע שרײַבער זײַנען געװען מארקיש און
דער ניסטער.
? אין דער ,װאָך" פון 4-טן אָקטיאבער 1929
װוערט צװוישן די קאָמענטארן געזאָגט: , מיר האָבן
דורכגעלייענט דאָס צעטל פון די נעמען און דערזען
צװוישן זיי אויך די נעמען פון אונדזערע נאָענטע
פּערעץ מארקיש און ניסטער, האָבן מיר געװאָלט
ארױיסשרײַען: אויך דו, מארקיש?! אויך דו, ניסטער?
דו מוזסט שאָלעם װוערן מיט איין געדאנק,
זיצנדיק אין ניװײאָרק, אזוי גוט וי זיצנדיק
אין מאָסקװע אָדער אין כארקאַוו. און דער גע-
דאנק איז אָט אזא, װי דו האַסט אים, זײַענדיק
אין ראטנפארבאנד, ארויסגעזאָגט. אויב דו גע-
דענקסט, האָסטו שטענדיק געטײַנעט, װען דו
בלײַבסט אין ראטנפארבאנד, װאַלסטו געגאנ-
גען אין ,װוּספּ"?, װאָלסטו געװאָרן א קאָמוי
ניסט. אָט דער געדאנק איז בא דיר ארויסגע-
רופן געװאָרן אדאנק דער לעבעדיקער בארי-
רונג מיט אונדזער סאָוועטישער װירקלעכקײַט.
ס'איז געווען זייער א ריכטיקער שטאנדפּונקט.
אָבער גיין אין ,װוּספּ" און ווערן א קאַמוניסט
איז ניט נאָר א ליטערארישער איניען, נאָר
אן איניען א געזעלשאפטלעכער, און ס'איז צו
עפּעס מעכײַעוו. מיר דאָ אין ראטנפארבאנד זײַ-
נען ניט קיין געסט, װאָס זײַנען געקומען אף
א סימכע פון איבערבויען א לעבן און באנוגע-
נען זיך מיט , לעכאים-געשרייען". מיר זײַנען
דאָ ניט אף , ארײַנגאנגסיקארטן" -- און ווארטן
ניט אף קיין האפסאָקעס, און ווארטן ניט, ס'זאָל
זיך אלץ ענדיקן, און מיר זאָלן זיך אוועקגיין.
ניין, מיר זײַנען דאָ--בלוטיק און גײַסטיק
אײַנגעוואקסן און אײַנגעגלידערט אין יעדער
באוועגונג, אין יעדן אָטעם פונעם לאנד -- װײַל
אין לאנד קלאפּט זיך איצטער אונדזער הארץ.
און די אָדער יענע ווענדונג אַדער שטעלונג
איז פון אונדז-- פון אלעמען. דעריבער איז
פאלש די מיינונג, אז מע צווינגט דאַ עמעצן
טאָן אזוי אָדער אנדערש.
דו ווייסט גוט, אז מע צווינגט דאַ קיינעם
ניט. און יעדערער טוט אזוי װי ער ויל. און
אין געגעבענעם פאל, אז לייוויק איז דעמאַנסט-
ראטיוו אװועק פון דער ,פרײַהײַט", האַט עס
דאָ בא אונדז יעדער ניט נאַר אויסגעווייטעקט,
נאָר אויסגעבלוטיקט. װײַל זײַן אוועקגאנג בא-
טײַט -- נִיט נאָר פון דער , פרײַהײַט", נאַר פון
אונדז, פון יעדער איינציקן פון אונדז דאַ, אין
ראטנפארבאנד. און דו ווייסט גאנץ גוט די בא-
ציונג פון אונדז אלעמען צו לייוויקן. און דו
ווייסט, דאכט זיך אויך, אז אין דער הויפּט-ביו-
מיר װעלן זיך דאָך וועןדעס-איז באגעגענען. װי װעט
איר אונדז קענען קוקן גלײַך אין די אויגן!"
אין ,אן אָפּענער בריוו צו ה. לייוויקן" (מאָסקװער
.עמעס", 19-טער נאָוועמבער 1929) שרײַבט מאר-
קיש: ,אין אײַער שריפט (געמיינט די ,װאָך' פון
ניוײיאָרק) איז פאראן א ווענדונג ספּעציעל צו מיר:
,דו אויך, מארקיש?..* אין די דאָזיקע מוזישורעס פון
אײַער שריפט האָט זיך דערלאָזט א טאָעס, װאָס ניט
נאָר ער שטימט ניט מיט דער װירקלעכקײַט, נאָר
ער שטעמפּלט מיט באליידיקונג יעדן איינציקן סאָ"
וועטישן שרײַבער -- אָדער װי אן אומװוירדיקן פּאר-
יער, אָדער װי א נעבעכדיקן שלימאזלדיקן מאר-
טירער, װאָס מוז טאָן, װאָס מע הייסט אים.. איר
אויך, לײיוויק? איר אויך! איר שרײַבט אויך, אז מיר
האָבן געמוזט! װען מיר שטעלן זיך צו דינסט דער
ניוײאָרקער ,פּרײַהײַט", איז עס פּונקט אזוי נאטיר-
לעך, וי מיר שטעלן זיך צו דינסט דער מאָסקװער
,פּראוודא" און אלע אונדזערע טריבונעס, װאָס זײַ-
נען צעװאָרפן איבער דער גאנצער וועלט".
װוּספּ -- ווסעוקראינסקי סאָיוז פּראָלעטארסקיך
פּיסאטעלײי, -- דער אלוקראינישער פארבאנד פון
פּראָלעטארישע שרײַבער.
27
ראָ איז געשטאנען די פראגע וועגן ארויסנעמען
לייוויקן פון אמעריקע אהער. דעריבער איז דער
קלאפ פון לייוויקס אוועקגיין געווען פאר אונדז
אלעמען אזוי גרויס. אין לייוויקס אוועקגאנג
האָט זיך יעדער סאָוועטישער שרײַבער געפילט
באליידיקט, און זײַן מאָביליזאציע און זײַן פּראַ-
טעסט איז געווען פון ווייטעק -- און ניט קיין
שפּײַ, װי דו רופט עס אַזי דער שפּײַ איז געווען
דאקעגן פון לייוויקן. וועגן |אװוראָס} רייזינען
און אנדערע ריידן מיר ניט. איך װעל די טעג
אָנשרײַבן אן אָפּענעם בריוו צו לייוויקן |..ן
איז אָט, טײַערער אָפּאטאָשו, קיינער ניט האָט
אונדז ניט געצװוּנגען, װי מע צווינגט אונדז
ביכלאל ניט, נאָר איך גלייב, אז ווען דו װאָלסט
געווען דאָ אין פארבאנד און טראָגן אף זיך א
טייל פון אונדזער אומגעהייער שװערער און
גרויסער ארבעט, װאָלסטו אין אן ענלעכן פאל
ניט געהאנדלט אנדערש. װײַל נאַכאמאַל זאָל-
סטו געדענקען, אז ניט אין אַלגינען און אין
עפּשטײנען האנדלט זיך עס, נאַר אין די גרוי-
סע ארבעטער-מאסןן...ז
דאָס איז אונדזער אלעמענס טיפסטע איבער-
צײַגונג. און אויב דו געפינסט, אז מיר האַבן
געהאנדלט ניט ריכטיק-- טאַ ייס זשע, אז
דער טראגישער קאמף פונעם ארבעטעריקלאס
דאָ און אומעטום שטייט בא אונדז אלעמען הע-
כער פון אונדזערע אייגענע אינדיווידועלע אמ-
28
ביציעס און אינטערעסן, און אויך העכער פון
אונדזערע שרײַבערישע אינטערעסן.
בא אײַך אין אמעריקע שפּילט מען זיך אין
פּאָליטיק, און אף אונדזערע אויגן װוערט גע-
בוירן א נײַער דאָר, אין גרויסן וויי און אין
פּײַן, און אין דעם זעלבן וויי און פּײַן קומט אום
א דאָר, און דוירעס. און מיט גרויס פארטרוי-
לעכקײַט קוקן מיר אין די אויגן פון אונדזער
צײַט און בענטשן זיך פון איר אף דעם װאָרט
און אף דער טאט. דאָס איז אלץ, טײַערער
אָפּאטאָשו,
זײַ מיר געזונט און שטארק און האַב אף מיר
ניט קיין פאריבל, מער װי ס'קומט מיר.
דײַן פּערעץ מארקיש
שרײַב מיר אָן.
3
מאַסקװע, 28.11 (1929)
טײַערער אָפּאטאָשו!
איך ווייס ניט דײַן באציונג צו מיר איצ-
טער, נאָך אָט דעם פּלוצלינגדיקן שטורעם פון
געשעענישן, װאָס איז געווען פאר מיר אזי
אומדערווארט, פּונקט וי פאר דיר. נאַר ס'איז
געשען, און מיר האָבן זיך דורכגערעדט.
מײַן בריוו צו לייוויקן האַסטו פאר געוויס
געלייענט, און זײַן בריוו צו די ייַדישע שרי-
בער פון פארבאנד האָסטו געוויס אויך גע-
לייענט. איז אָפּגערעדט,
די פארשיידענע מיִעסקײַטן, װאַס מ'האָט
איבערגעגעבן אין דער פּרעסע אין מײַן נאַמען,
איז שאָװועשעקער. קיין איין װאָרט, װאָס זאָל
דערנידעריקן לייוויקן, איז ניט ארויסגעבראכט
געװאָרן!. מײַן באציונג צו זײַן שריט, װאָס ער
האָט געמאכט, איז קלאָר לויט מײַן אַפענעם
בריוו. מיר האָבן זײַן שריט אלע אויסגע-
קרענקט, און איך באזונדער. ס'זײַנען צו מיר
דערגאנגען קלאנגען, אז איך זאָל האָבן גע-
זאָגט אזעלכע װערטער, וי ,,מיסט" און אנ-
דערע -- זאָג איך דיר נאָכאמאַל, אַפּאטאַשו טלי-
ערער, אז פּאָשעט מע באנוצט זיך מיט מײַן
נאָמען. איך װאָלט וועגן דעם געמאַלדן אין דער
1 אינעם אָפּענעם בריוו צו לייװויקן" שרײַבט
מארקיש: ,פאר מיר האָט איר באטײַט כוץ דראמא-
טורג -- אויך רעװאָליוצ;אָנער... פאר מיר זײַט איר
געווען כוץ איינער פון די בעסטע פּאָעטן, װאָס האָט
געשריבן די ,וועגן סיבירער"... אויך קאטאָרזשניק,
װאָס איז געגאנגען אין קייטן געקאָװעט אף די וועגן
סיבירער... מיט אײַך, קאָלעגע לייוויק, האָט סײַ די
ליטעראטור, סײַ מיר, שרײַבער, אנדערע כעזשבוי-
נעס. מיט אײַך האָבן מיר ערשט ניט לאנג גע-
טרוימט אופשטעלן א בריק פון רעװאָליוצײיַאָנערער
ליטעראטור איבער די דרײַ גרויסע ייִדישע צענטרען,
פארפעסטיקן גרויסע ליטערארישע פּאָזיציעס, קעמ"
פערישע, רעװאָליוציאָנערע -- קעגן דעם געלן נא"
ציאָנאליסטישן שונד --פאר א נײַער רעװאָליוציאָי
נער"-פּראָלעטארישער אידייע אין לעבן און אין דער
ליטעראטור".
פּרעסע, האָב איך אָבער ניט געלייענט די
,פּערל", וועלכע מ'האָט מיר צוגעשריבן, און
דאָס איז אלץ. דער שניט, װאַס ס'איז געמאכט
געװאָרן, װעט זיך אזוי גיך ניט פארהיילן,
מײַנע בריוו האָסטו פאר געוויס שוין בא-
קומען. די ,װאָך" זע איך ניט. איך װאַלט זי
זייער געװאָלט האָבן. אויב ס'איז מעגלעך, שיק
זי מיר ארויס -- פונעם ערשטן נומער אַן---אפן
אדרעס פון דעם ,עמעס". דליא מארקישא.
מ'וועט זיי מיר דאָ אָפּגעבן. איך בלליב ווינ-
טערן אין מאָסקװע.
דײַנע ,וועלדער" (,אין פּוױלישע ועל-
דער". -- רעד. סאָװועטיש היימלאנד") זײַנען
ארויס אף רוסיש אין פארלאג ,, זעמליא אי פא-
בריקא". ס'איז שוֹין געמאַלדן; די טעג װעל
איך קויפן א פּאָר עקזעמפּליארן און דיר ארויס-
שיקן. שיק מיר צו א מין דאָװערענאַסט -- אָדער
אין רוסיש אָדער אין ענגליש, װעל איך דאָ
ביכלאל פירן מיט זיי אונטערהאנדלונגען וועגן
אנדערע דײַנע ביכער,
מ'האָט מיר איבערגעגעבן, אז ניגער האָט
עפּעס אָנגעשריבן וועגן די ,.ברידער":-- אויב
דו קענסט, שיק עס מיר צו, װײַל דאַ איז או-
מעגלעך עס צו זען. איך ווארט אויך, דו זאָלסט
מיר ארויסשיקן דעם קאָמפּלעקט ,װאַך" אפן
אדרעס פונעם ,עמעס".
און ביכלאל זאָלסטו אף מיר ניט זײַן בא-
רויגעז, װײַל ס'קומט מיר ניט. און אויב מירן
זיך אינגיכן זען, װעלן מיר זיך קענען אויס-
ריידן אזוי וי ס'באדארף צו זײַן,
דײַן פּערעץ
מײַן אדרעס פאר בריוו:
מאָסקווא, באָלשאיא סאדאָוואיא נומ. 6, קוו. 3
אי. אווראדינערו, דליא מארקישא
ענטפער מיר גלײַך און שיק מיר אויך, װאָס
איך בעט בא דיר.
*
: וועגן מארקישעס פּאָעמע ,ברידער", וועלכע
איז דערשינען אין 1929 אין קיעווער פארלאג ,קול-
טור-ליגע", האָט ש. ניגער געשריבן ,דער אלגע-
מיינער פּאטאָס פון דער פּאָעמע ברענט מיט דעם
פּײַער פון דער גרויסער רעװאָליוציע, און אוב די
רעװאָליוציאָנערע העלדן זײַנען קינסטלעריש בלא-
סער, װי די קליינבירגערלעכע פּארשוינען, איז עס,
דוכט זיך מיר, ניט די שוֹלד פון דעם פארפאסער.
פארקערט, ער האָט דעם גאנצן אימפּעט פון זײַן
שפּראך און זײַן רײַכע, צו רײַכע, אימאזשיניסטישע
בילדלעכקײַט ארײַנגעלײגט אין דער שילדערונג פון
די רעװאָליוציאָנערע שטימונגען און פּאסירונגען.
אָבער טאקע דערפאר, װײַל ער איז געווען אזוי פּא-
טעטיש, אזוי צעקאָכט, האָט ער, מאָלנדיק די רע-
װאָליוציע און די רעװאָליוצ;אָנערן, ניט געהאט יענע
געלאסנקײַט, יענע קלאָרקײַט, יענעם דיסטאנץיגע-
פיל און יענעם הומאָר, וועלכע זײַנען נייטיק פאר
קינסטלערישער שאפונג. טאקע דערפאר זײַנען די
פּראָלעטארישע העלדן דערטרונקען געװאָרן אין א
מאבל פון רויטן טינט, בייס די ניט-פּראָלעטארישע
פּארשוינען האָבן זיך געראטעוועט אין דער שטילער
טייווע פון לעבנס-שטייגער און הומאָר".
111930(
טײַערער, הארציקער אָפּאטאָשו!
געוויס האָסטו שוין מײַן בריוו, װאָס כ'האָב
דיר מיט א פּאָר װאָכן צוריק ארויסגעשיקט,
און א סאך פון דעם, װאָס דו שרײַבסט מיר, איז
אין יענער בריוו פארענטפערט. איך וויל דיר,
טײַערער, מויסיף זײַן, אז ביסט אין אלץ גע-
רעכט. דו האָסט טײַנעס פון א שרײַבער מיט
גרויסע, געזונטע לעבנס-אינסטינקטן, װאָס
שפּײַט אויס דאָס שענסטע שטיקל ברויט, אויב
סע ליגט אינעװייניק גלאָז. אין פּראָלעטפּענש-
טשיקעס פון ניװײיאָרק, און אין א גרויסער
צאָל פון ראטנפארבאנד, איז פאראן גלאָז! און
זיי זײַנען אונדז אזוי ליב פּונקט װי דיר. נאָר
דער כילעק איז, װאָס מיר קעמפן מיט זי
אינעװײיניק און דו-- קעמפסט מיט זיי פון א
פרעמדן באלקאָן.
און סע מאכט אן אײַנדרוק, אז דו--א
גרויסער שרײַבער מיט שטארקע, פארצװײַגטע
װאָרצלען אין דער ייִדישער קולטור --ביסט
פארסאמט אין איין נערוו פון אזא מין-אָ ליטע-
ראריש פּאראזיטעלע און דו קראצסט זיך
איבערן גאנצן לײַב,
װאָס גייען זיי דיר אָן? קראץ זיי ניט, זיי
װעלן פארדארט װערן און אראָפּפאלף דו
דארפסט נאָר זײַן אין אָרדענונג מיט זיך אליין.
און דערצו דארפסטו זיך באװאָפּענען: דו ביסט
אין דער מיינונג, אז די ליטעראטור איז א הי-
סטאָריש-מאטעריאליסטישע; דו גלייבסט, אז די
וועלט וועט פריִער אָדער שפּעטער נאָכטאָן דעם
ראטנפארבאנד, און זײַענדיק בא אונדז, האָסטו
שטענדיק געטײַנעט, אז ווען דו בלײַבסט, װאָל-
סטו געגאן אין ,װוּספּ"---אָט די אלע דרײַ מאָ-
מענטן, װאָס זײַנען א פראגע ניט פון די פּראַ-
לעטפּענשטשיקעס, נאָר פון דײַן מענטשלעכן,
שרײַבערישן און קולטור געוויסן -- פארװאָס
באוועגן זיי דיך ניט צו א באשטימטן רעאלן
שריט אף צו באשטעטיקן דײַן אינעװייניקסטן
צושטאנד?
װאָס גייען דיר אָן די פארשיידענע פליי,
װאָס זאָגן און ווילן אײַנרײדן, אז זיי שפּרינ-
גען ניט פּראָסט, נאָר פּראָלעטאריש? װאָס גייען
זיי דיר אָן?
דו האָסט דאָך אזויפיל גרויסע און ברייטע
וועגן אף צו ריידן מיט דײַן קינסטלעריש װאָרט
צו ברייטע מאסן -- רייד מיט זיי! אָט נעם דײַנע
געדאנקען װעגן דעם גוירל פון דער װעלט,
װאָס װעט פריִער אָדער שפּעטער נאָכטאַן דעם
ראטנפארבאנד, --נעם אָט דעם געדאנק אלס
דײַן טיפע איבערצײַגונג און גלויבן ---נעם און
שרײַב עס אָן! אין א ראָמאן, אין א נאָװועלע,
אין אן ארטיקל -- אלציינס! שליס זיך אײַן אין
לעבן פון יענע, אין וועלכע דו גלייבסט,--
שליס זיך אײַן אף דײַן אויפן, מיט דײַן בארוף,
מיט דײַן װאָרט און הייב אָן זען גרויסע בארג-
שפּיצן, װעלן דיר אוועק פון אונטער די אויגן
די פארשיידענע לאפּיטוטן. קום צו אונדז! קום
29
ניט װי א גאסט, נאָר װי אן אייגענער--ניט
קוקן אף אונדז, נאָר לעבן מיט אונדז און לײַדן
מיט אונדז; טו עס אין אמעריקע. גיב א פאר-
שעפּ מיט דײַנע הענט אָט יענעם גרויסן, רויען
מאסיוו, װאָס טראָגט אף זיך די וועלט, און
זאָלן דײַנע געדאנקען און געפילן װערן נײַע
ילדישע ליטעראטור, ניט נאָר--- אונדזער קְאָי
רעספּאָנדענץ. דעמלט וועסטו ניט פילן די קליי-
ניטשקע מײַלעכלעך, װאָס ווילן א ביסל פּראָי
לעטארישע ארבעט..
קום צו אונדז, זאָג איך דיר, טײַערער אָפּא"
טאָשו! קום! זאָג זיך אָפּ פון א ביסל צווייפל-
האפטער באקװעמלעכקײַט. גיי אין דער ,פרפ"
הײַט" צו די גרויסע ארבעטערישיכטן. איך
ווארט אף דײַן ענטפער. זײַ געזונט און שטארקי
דײַן, מיטן גאנצן הארצן,
פּערעץ מארקיש
גריס אדעלען, לייװויקן און לעיעלעסן.
א הארציקן גרוס דיר פון נוסינאָוון און מאר-
שאקן.
5
{מאָסקװע}, 2 18. 1930
טײַערער, הארציקער אָפּאטאָשו!
פּאָ דושאם איז פּאָ דושאם.
וי דען אנדערש רעדן מיר איינער מיטן אנ"
דערן! ריישיס, וועגן דײַן אָפּענעם בריוו צו
אייב קאהאנען!. די בריוו איז אָנגעשריבן זייער
דערהויבן, מיט גרויס װירדע, נאָר א מאקע
װאָלט איך אים אָנגעטאָן דעם קאָװעד און זי
אדרעסירט אף זײַן טרייפענעם און פּאסקודנעם
נאָמען. אים װאָלט מען באדארפט כאָרעוו מאכן
מיזדהאצאד, אגעוויאורכע, און דײַן בריו
װאָלט באדארפט זײַן געווענדט צו דער ייַדיי
1 אייב קאהאן האָט אין א רעצענזיע אף דער
.טענצערן" (,פאָרװערטס", 21-סטער סעפּטעמבער
0) געשריבן, אז ,ס'איז א דעקאדענטישע מאכע-
רײַקע, כאָטש אָפּאטאָשוס סטיל איז ניט דעקאדענ-
טיש" דערוף האָט אים אָפּאטאָשו געענטפערט (ריי
שעס, א בריוו צו אב. קאהאנען, דער , אופקום", אָק"
טאַבערינאָװעמבער 1930), אז ,אף דער יידישער
פארװאָרלאָזטער גאס זענט איר, אב. קאהאן, מיט אפ-
ער צוריקגעשטאנענעם באגאזש פון פיר קלאסן גימ"
נאזיע דאָס , שײַנדל" און דער רעדאקטאָר פון דער
פארשפּרייטסטער ייִדישער צײַטונג, װאָס נעמט זיך
איבער מיט אירע ,גרעסטע שרײַבער".. דאָס, װאָס
ס'עקזיסטירט אין אמעריקע א ייִדישע ליטעראטור --
דאָס איז אונדזער קאמף מיט אײַך און אונדזער זיג
איבער אײַך... אין דער צײַט, װען איר האָט דערני-
דעריקט ס'ייִדישע װאָרט, באליידיקט די ייִדישע ליי
טעראטור, דערגאנגען די יאָרן די ייִדישע שרײַבער,
געהאלטן זייערע נעמען (און איר האלט נאָך) אין
, אינדעקס פּראָהיביטאָרום" בא זיך אין , פאָרװערטס",
אין דער זעלבער צײַט האָט איר בלאמירט די ייד
שע ליטעראטור בא די אמעריקאנער... זיך געשטופּט
מיט אײַערע ,טאלאנטן"... איר זענט געווען און איר
זײַט געבליבן אן אומגליק פאר דער גאנצער יידי"
שער ליטעראטור".
30
שער געזעלשאפּטלעכקײַט. קיינער פון אונדז,
ייַדישע שרײַבער, פארגינט אים ניט, אָט דעם
אלטן שאפּשאָװיטש, א דאָקומענט, װאָס איז גע"
שריבן פון דיר מיט הארץ און מיט בלוט. אין
בעסטן פאל שרײַבט מען וועגן אים א פּאמפ-
לעט. נאָר כאפּט אים דער רועך. דאָ אין ראטנ"
פארבאנד קומט עס באזונדער אויס מאָדנע,
װאָס אן אלטער קאטארינשטשיק איז בעקויעך
צו טעראָריזירן א ליטעראטור און מע שרײַבט
אים נאָך אָפּענע בריוו. איך װאָלט געשריבן א
בריוו צו דער אמעריקאנער ייִדישער ארבעטער-
שאפט, איבער וועלכער ער פּראװעט ציגײַנערשן
קישעף, און זי זאָל ענטפערן.
בא אונדז אין ראטנפארבאנד האָסטו פריער
פאר אלץ א כעזשבן מיטן לייענער. און דער
קריזיס האָט דיך ניט װאָס אָפּצושרעקן, רייי
שיס דערפאר, װײַל בא אונדז קאָן קיין קריזיס
ניט זײַן. דאָס, װאָס דאָס לאנד האָט,---דאָס
באקומען מיר; מיר עסן און טרינקען און מיר
צאָלן דער מעלוכע 4 קאָפּיקעס א פונט ברויט,
און כאלע --- 10 קאָפּ. קיין לאקירטע שיך טראָגן
מיר ניט, און מיר קומען גאנץ גוט אויס אָן
זיי, דערפאר האָבן מיר אויך ניט קיין אייב
קאהאנס און אין די מעלוכע-פארלאגן זײַנען
מיר אלע װוי קינדער פון איין מאמע. מע רײַסט
בא אונדז ביכער פון אונטער דער פּען. דיר
וועט ווארשײַנלעך אויסקומען בא אונדז א ביסל
שווער, ביז דו װעסט ניט עפנטלעך באװײַזן
דײַן באציונג צום ראטנפארבאנד. איך האלט,
אז דאָס איז דער עלעמענטישער כויוו פון יעדן
באװוּסטזיניקן שרײַבער אין דער איצטיקער
צײַט--דער ראטנפארבאנד האָט געמאכט אן
אנקעטע בא די װעלט-שרײַבער, און מיר האָבן
זיי אויסגעציילט, ער ס'איז מיט אונדז און
ווער -- קעגן אונדז. פון די ייִדישע שרײַבער
האָבן מיר קיין װאָרט ניט געהערט!!
איצט וועגן זיך: איך האָב הײַנטיקס יאָר אָנ"
געשריבן א שטיקל פּיעסע. זי גייט אין דרײַ
טעאטערן. אין 2 מעלוכישע ייִדישע (כארקאָו,
מאָסקװע) און אין איין -- רוסישן. סע דרוקט
זיך איצט מײַנע א גרויסע פּאָעמע װעגן יידן
אף ערד! זי הייסט ,ניט געדײַגעט", אומגעפער
אזוי װוי ,ברידער". איך ארבעט נאָך אף א פּאָר
זאכן און פיל זיך זייער גוט.
די פיר ,איאקסן", װאָס האָבן באדארפט קו-
מען קיין ניוײיאָרק, ועלן שוין ניט קומען. איצ-
טער איז ניט קיין צײַט פון ליטערארישע וי
זיטן ,אימאס". איצטער דארף מען ארבעטן
און מיר האָבן פארשטאנען און זיך אָפּגעזאָגט.
מײַן בוך האָב איך דיר שוין ארויסגעשיקט.
איך זאָל וויסן, אז ס'אינטערעסירט דיך רוסיש,
װאָלט איך דיר ארויסגעשיקט מײַן ראָמאן אין
רוסיש. ער איז ניט לאנג צוריק ארויס פון
דרוק. און איצט זײַ מיר געזונט און שטארק
מיט דײַן בניייבאיס און לאָז זיך ניט פארפירן
פון מאָרעשכוירע-שטימונגען אפן כעזשבן פון
ראטנפארבאנד. געלט קומט דיר בא אונדז, און
וועסט זיך אין גאָרנישט ניט נייטיקן.
דײַן מיטן גאנצן הארצן װי שטענדיק פערעץ
9*
6
{|דאטע פון פּאָסט-שטעמפּל; מאָסקװע,
אָקטיאבער, 8, 1931|
אָפּאטאָשו טײַערער!
שוין א גאנצער כוידעש, אז איך קלײַב זיך
דיר שרײַבן און בין אלץ אזוי פארטראָגן, אז
כ'קאָן ניט צונויפקלײַבן א װאָרט מיט א װאָרט.
און באזונדערס בענעגייע צו דיר בין איך אינ-
גאנצן דעזאָריענטירט. ס'איז מיר מאָדנע, װאָס
איך שרײַב דיר איצט א בריוו. כ'האָב זיך דרײַ
כאדאָשים צוגעװווינט צו א געדאנק, אז מיר
וועלן זיך זען. און איך האָב דיך שוין געפילט
נעבן זיך. און מיטאמאָל איז עס אלץ --- אראָפּ,
װאָס ס'איז געשען ---ווייס איך אדהײַעם ניט.
נוסינאָוו האָט מיר טעלעגראפירט, אז א וויזע
איז דיר אוועקגעשיקט געװאָרן, און איך האָב
בלויז געווארט אף דײַן טעלעגראם, ווען איך
זאָל דיך פאָרן באגעגענען. איך בין צוליב דעם
ניט געפאָרן אָפּרוען. נו, איצט װעלן מיר דײַן
קומען אָרגאניזירן אנדערש. כ'מיין עס דערפירן.
פּאָשעט דורכן ,װאָקס"1...
מיר גרייטן זיך יאָמטעװן דעם 15-טן אָק-
טיאבער-טאָג. גוט װאָלט געווען, ווען זאָלסט צו
דער צײַט זײַן בא אונדז און ניט נאָר געאָגרא-
פיש, נאָר אויך מיט דײַן גײַסט. גוט װאָלט
געווען, ווען דו זאָלסט אָנשרײַבן א בריוו אין
,עמעס" און צערײַסן מיט דעם קליינבירגער-
לעכן אמעריקאנער איפּעש און קומען צו אונדז
זיך איבערבאװאָפענען, װײַל סאָפּקאָלסאָף וועט
עס יעדער עמעסער שרײַבער טאָן פריַער אָדער
שפּעטער. איז װאָלט בעסער געוװען, אז דו
זאָלסט זײַן צװישן די פריִערדיקע. שרײַב מיר
אָן, װאָס דו טראכסט וועגן דעם און צי טראכ-
סטו אין אלגעמיין וועגן דעם.
זײַ מיר געזונט און שטארק.
דײַן פּערעץ
א גרוס אדעלען און לייוויקן.,
)1932 1(
טײַערער, הארציקער אָפּאטאָשו!
דײַן בריוו האָט מיך מעצאער געווען. דער
טאָן פון דעם בריוו איז פון א האלב-פרעמדן.
אָפִיציִעל. אונדזער בריוו-אויסטויש האָט זיך א
שטיקל צײַט איבערגעריסן צוליב דעם, װאָס
מיר האָבן גערעדט אין פארשיידענע זײַטן און
אונדזערע ווערטער זײַנען זיך ניט צוזאמענגע-
קומען. דו מוזט דאָך איין מאָל פאר אלעמאָל
פארשטיין, אז דו קאָנסט ניט זײַן גערעכט בע-
נעגייע צום פארבאנד -- סײַ צו זײַנע כּעסרוי-
: װוסעסאָיוזנאָיע אָבשטשעסטװאָ קולטורנאָי
סוויאזי ס זאגראניצעי -- אלפארבאנדישע געזעלשאפט
פאר קולטור-פארבינדונג מיט אויסלאנד.
נעס, סײַ צו זײַנע מײַלעס:--שטייענדיק אין
זײַן קעגנערישן לאגער. און קיין נייטראליטעט
עקזיסטירט ניט. סע מאכט דאָך סאָפקאָלסאָף
דעם אײַנדרוק פון יענעם , סיאַניסט", װאָס אליין
זיצט ער אין ניו-יאָרק פארטאָן אין זײַנע ,גאַ-
לעס"-געשעפטן און רײַסט זיך מיט אלע קוי-
כעס באצאָלן דעם שעקל... אנטשולדיק מיר, מײַן
טײַערער אָפּאטאָשו, פאר דעם פארגלײַך. {..ן
מיר דאָ, אין ראטנפארבאנד, האָבן דער רעװאָ-
ליוציע ניט געשטעלט קיין באדינגונגען, און
מיר האָבן זיך מיט איר פאר באקװעמלעכקײַטן
ניט געדונגען. אָט אזוי וואקסן מיר מיט איר
איניינעם, און אויב אין אמעריקע האָסטו זיך
צוליב פּרינציפּיעלע טײַמים ניט געקאָנט אויס-
גלײַכן מיט אייניקע כאוויירים פון דער ,פרלי-
הײַט", האָסטו אָבער צוליב עטלעכע ביימער
ניט געטאָרט פארלירן פון אויג דעם וואלד. מיר
האָבן דאָ, בא אונדז, אויך פארשיידענע סיכ-
סוכים מיט איינצלנע מענטשן, מיר קריגן זיך
אויך, -- אָבער אלע ווילן מיר איינס. און מיר
ווייסן קלאָר, װאָס מיר ווילן און פאר וועמען
מיר ווילן,
און אז מיר שטייען אף א ריכטיקן שטאנד-
פּונקט בענעגייע דער ייִדישער קולטור, האָסטו
זיך געקאָנט איבערצײַגן לט דעם, ויאזוי
פײַערלעך מ'האָט בא אונדז אופגענומען בער-
געלסאָנס ,באם דניעפּער". ניט קיין פּראָלעטא-
ריש װערק, נאָר א נאציאָנאל װערק, אָבער
מיט א באשטימטער װעלט-אָנשױוּנג, מיט א בא-
שטימטער ציל-אָנגעװענדטקײַט, װאָס האָט בער-
געלסאָנען אויסגעקערעװועט דעם פּאָנעם צו
יענער אידיי, װאָס דו אליין אנערקענסט, נאָר
צו וועלכער דו פארהאלטסט זיך נייטראל. טײַ-
ערער אָפּאטאָשו, איך גלייב, אז דו נעמסט ניט
אָן מײַנע רייד וי פּראָפּאגאנדע; ניט דו בא-
דארפסט עס, ניט איך באדארף עס. דאָס איינ-
ציקע, װאָס כ'װואָלט בעעמעס און מיטן גאנצן
הארצן געװאָלט, אז דו מיט דײַנע קרעפטיקע
מעגלעכקײַטן, דײַן קרעפטיקער טאלאנט זאָל
ניט אופגעפרעסן װערן פונעם ,טאָג" און פון
אנדערע אנשטאלטן, פאר וועלכע דו מוזט אר-
בעטן. איך װאָלט זיך געװוּנטשן, אז דו זאָלסט
נאָך אמאָל פאנאנדערבל:ען אין דער גאנצער
ברייט פון דײַן דיאפּאזאָן, אז זאָלסט זיך אָנ-
שלאָגן אין יענעם גרויסן קוואל, װאָס װעט קאַ-
נען דיך אָנזעטיקן און שטילן דײַן שרײַבערישן
דאָרשט. און דאָס איז מעגלעך ---אָדער אין יע-
נער טייל ניויאָרק, װאָס אקערט, אָדער בא
אונדז, און ניט אין דער צעפוילטער פילאָזאָפיע
פון הייליקע אינוואלידן -- סײַ אײיראָפּעיַשע, סלי
: אָפּאטאָשוס ווארעמע באציונג צום ייִדישן
שאפן אין סאָוועטנפארבאנד זעט זיך ארויס קלאָר
פון זײַנעם אן אינטערוויו אין די ליטערארישע
בלעטער" פונעם 15'טן מײַ 1931. , די ייַדישע סאָווע-
טישע ליטעראטור, -- האָט געזאָגט דאָרט אָפּאטאָי
שו, -- האָט פאר זיך דורכויס א נײַע סוויווע, א נײַע
מיליע, א נײַעם זשאנער. מע דארף נאָר ארויס אין
גאס און מע קען שעפּן פולע הויפנס. דאָרט ליגן אָן
א שיר נײַע מאטעריאלן פארן שאפן--נײַע יידֹן
פּויערים, קאָמיסארן, א נײַ לעבן אף נײַע יעסױי-
דעס".
1
ייִדישע. װעסט זײַן בא אונדז, און איך גלייב, אז
װועסט זײַן, װעלן דיר א סאך זאכן קלאָר
ווערן -- און װעסט פארשטיין, אז ס'איז פא-
ראן איין װועג, װאָס פירט פון העקדעש-קול-
טור, פון צדאָקע-קולטור און פון פארשיי-
דענע אנדערע געזעלשאפטן פאר קולטור,
וועלכע שטינקען מיט נעדאָװע, מיט באליידיי
קונג, מיט שאנד און מיט שפּאָט און מיט מאכט-
לאָזיקײַט, -- און דער דאָזיקער װעג איז די
נאציאָנאלע פּאָליטיק פון אונדזער פארבאנד,
װוּ אלע קולטורן זײַנען מעלוכישע און װוּ פאר
זייער װוּקס זײַנען פאראן אלע מעגלעכסטע
באדינגונגען.
איצטער וועגן דײַן וויזע. מיר האָבן אָנגענו-
מען א באשטימונג זיך ווענדן אין ,װאָקס", אז
צו דער צײַט פון דײַן װײַלן אין ווארשע זאָל
שוין די וויזע אף דיר ווארטן אין קאָנסולאט.
איך װעל נאָך וועגן דעם שרײַבן. דו װעסט מיר
נאָר אָנװײַזן אן אדרעס װוּהין. בא מיר איז קיין
באזונדער נײַס ניטאָ. איך ארבעט צוביסלעך.
איך פיל זיך זייער גוט אין דער גרויסער מיש-
פּאָכע פון אלע פארבאנדישע שרײַבער, און
ס'זאָל זיך מיר אײַנגעבן אָנשרײַבן אן אָנש-
טענדיקן בוך, װאָלט איך זיך אוואדע געפילט
גוט. און דאָס לאנד באציט זיך איצט צו א נײַ
גוט בוך מיט ניט װייניקער ליבע און פרייד, װוי
צו נאָך א נײַעם זאװאָד. ס'איז ניט איבערגע-
טריבן!
איצטער האָב איך דיר אינקורצן אָנגעשריבן
וועגן אלץ...
זײַ געזונט און שטארק, גריס אדעלען מיט
די כאוויירים.
דײַן מיט איבערגעגעבנקײַט און ליבע
9 מארקיש
מײַן אדרעס: מאָסקװע --34
מ. לעווינסקי, דאָם נומ. 8, קוו. 17
פּער. מארקישן
8 י
20/3-4
אָפּאטאָשו טײַערער!
איך וויל ניט אָנהייבן מײַן בריוו פון אנט-
שולדיקונג. פאר מײַן דאָוועראכערדיק שװײַגן
איז דאָס מער ניט קיין טערעץ. אָבער הער מיך
אויס, טײַערער, און פארשטיי מיך: סזײַנען
פאראן צײַטן, ווען א בריוו -- וי פּינקטלעך אין
דער צײַט זי זאָל ניט געשריבן װערן, קאָן שוין
ניט זײַן יענער בריק, װאָס פאריניקט
מענטשן -- אידיייַש און גײַסטיק -- איבערהויפּט
אין אונדזער צײַט און בא די פארהעלטענישן,
װאָס האָבן זיך געשאפן צװוישן ראטנפארבאנד
און יענער טייל אינטעליגענץ, װעלכע דו
שטעלסט פאָר. מיר האָבן גאנץ היפּש זיך דורכ-
גערעדט אין בריוו און דאָך זיך ניט צונויפגע-
רעדט. מיר װאָלטן זיך באדארפט טרעפן פֹּאַ-
נעם-על-פּאָנעם -- מיטן גאנצן ביסל האָביאון-
32
גוטס, װאָס מיר האָבן, אָדער װאָס ס'װײַזט זיך
אונדז אויס, אז מיר האָבן, און אין דער גאנ-
צער גרייס אװועקשטעלן די געזעלשאפטלעכע
און ליטעראטור-פּראָבלעמען, װאָס זײַנען צוגע-
גאן צו אונדז עפשער שוין צום לעצטן מאָל,
און זיך נאָך א מאָל איבערציילן... און זיך קלאָר
מאכן -- צי קאָנען מיר נאָך איניינעם עפּעס
ברענגען דער נײַער ייִדישער קולטור, אזוי וי
מיר דאָ אין איינציקן לאנד פון גרעסטער
מענטשלעכער גײַסטיקײַט פארשטייען זי, אָדער
ס'איז אומעגלעך. דעריבער ווילט זיך, זאָלסט
שוין װאָס גיכער קומען, װײַל װי דו װוייסט,
גלייב איך אין דײַן געזונטן, שעפערישן אינס-
טינקט און סייכל און לעכץ נאָך גרויסער
איניינעמדיקער ארבעט.
איך האָב דיר מײַנע ביכער ניט ארויסגע-
שיקט, װײַל איך בין ניט אינגאנצן מיט זיי צו-
פרידן און ניט צוליב וועלכע-ניט-איז אנדערע
סיבעס. דײַן ,קלאסנקאמף" האָט מיך פּאָשעט
געפרייט. איך האָב וועגן דעם פיל גערעדט אף
אונדזערע ליטערארישע פארזאמלונגען. אָבער
נאָך מער װאָלט מיך בעעמעס געפרייט, וען
דו זאָלסט זיך א באָד טאָן אין אונדזער נײַ און
גרויס לעבן, זאָלסט דערפילן דאָס נײַע, װאָס
האָט זיך געזעצט אף מענטשן, און עס קינסט-
לעריש דערקענען.
איז אן עק! קום צו פאָרן. מיר װעלן אלץ
טאָן, קעדיי דײַן ארײַנפאָר צו אונדז זאָל זײַן
מעגלעך. און איך בעט דיך, טײַערער אָפּאטאָשו,
זאָלסט ניט פארשטיין מײַן אומפּינקטלעכקײַט
אין בריוו װוי עפּעס בייזוויליקס. פּאָשעטע פאר-
טראָגנקײַט. איך שרײַב דיר איצטער נאָך א
גרויסן אומגליק, װאָס האָט מיך געטראָפן צו"
ריק מיט צוויי װאָכן. די מוטער מײַנע איז פּלו
צעם פון א הארצשלאָג געשטאָרבן, און איך האָב
ערשט מיט עטלעכע טעג צוריק זיך אומגעקערט
פון דער היים.
פארצײַע מיר די קורצקײַט פון דעם בריוו.
כ'האָב געטראכט דיר הײַנט שרײַבן זייער פיל.
זײַ געזונט און שטארק און גריס אלע דײַנע.
דײַנער װוי שטענדיק
פּערעץ
4/2--+5
אָפּאטאָשו טײַערער!
ערשט א פּאָר טעג, אז איך האָב זיך אומגע-
קערט פון דער רײַזע איבערן װײַטן מיזרעך.
א רײַזע אף אלעמען געזאָגט געװאָרן. קיין
ליטעראטור אין דער װועלט װעט דיר ניט קאָ-
נען געבן דעם באגריף, װאָס הייסט דער ראטן-
צוזאמענפאָר פון דער ייִדישער אװטאָנאָמער
געגנט. און איך אין מײַן בריוול --- אוואדע ניט.
אן עמפינדונג, װאָס װעט בלײַבן אפן גאנצן
לעבן. איך האָב דאָ געטראָפן דײַנע עטלעכע
2--64
בריוו. זיי געלייענט אלע מיטאמאָל
און געהאט גרויס פארגעניגן פון
דײַנע געזעלשאפטלעכע ארויס-
טרעטונגען. און דעם װוּנדערלעך
ארויסגעגעבענעם רעגנסבורג"
האָב איך געטראָגן אין די רוסישע
פארלאגן, זיך בארימען פאר דיר.
איצט איז שוין פעווראל - און
איך טראכט די גאנצע צײַט,
ויאזוי צו באצייכענען דײַן 25-
יאָריקן יוביליי. װען דו זאָלסט
ארבעטן אין דער +פרײַהטט",
װאָלטן מיר, פארשטייסטו אליין,
געמאכט דעם עמעסן יאָמטעװ, אז
מ'װואָלט אים געהערט פון מאָ-
סקווע ביז ניו-יאָרק. און אזוי
װעט מען מוזן עפּעס צוטראכטן.
יאָ, איינע פון מײַנע ערשטע ארבעטן, װאָס איך
האָב געטאָן, איז דאָס, װאָס כ'האָב דיר פאר-
שאפט דעם 8יטן באנד ענציקלאָפּעדיע. ס'איז
מיר בעעמעס א ווייטעק, װאָס דו ביסט דאָרטן
פאָרגעשטעלט ניט אזוי װוי דיר קומט:. די רוי
סישע ליטעראטור װאָלט געמעגט ויסן וועגן
דיר א סאך מער און גרינטלעכער. נאָר דו
פארשטייסט דאָך, אז רעדן װעגן דיר מיטן
גאנצן מויל װעט אונדזער א ליטעראטור-פּאָ-
ליטיקער קאָנען דאן, ווען ס'וועט זיך ניט פילן
יענער אידעאָלאָגישער טהאָם, װאָס טיילט נאָך
דערװײַל דיך אָפּ פון יענע אינטערעסן, מיט
וועלכע ס'לעבן די 170 מיליאָן בא אונדז און
ניט װייניקער מיליאָנען צעשפּרײטע אף דער
גאנצער וועלט. דאָך שיק איך דיר ארויס די
ענציקלאָפּעדיע מיט דער האָפענונג, אז צו דער
צווייטער אופלאגע װעט מען בא אונדז אין
ראטנפארבאנד וועגן דיר שוין קאָנען רעדן װי
וועגן אן אייגענעם.
לייוויקס ביכער באקומען. װײַנפּערס אויך.
װײַנפּערן שיק איך הײַנט א בריוו.
אף לעיעלעסעס ביכער--ווארט איך.
איצט די לעצטע סענסאציע. נעכטן באטאָג,
אזייגער דרײַ -- שטעלט זיך ארײַן צו מיר אין
צימער מיילעך ראוויטש. שטעלסט זיך פאָר מײַן
ווילדע איבעראשונג. ער פאָרט שוין נאָך צדאָ-
קע נאָך מאנטשוריע, אינדיע, האָצעקלאָץ -- און
נאָך װײַטער. אָבער א נומער איז דאָס געווען
אן ערשטראנגיקער. אין פארבאנד איז ער גע-
ווען טראנזיט -- א פּאָר שאָ.
וועגן .קלאסנקאמף" האָב איך גערעדט שוין
פיל מאָל. סאָפקאָלסאָף װעלן מיר עס דרוקן.
ווארשײַנלעך א ביסל שפּעטער. וועגן ,1863"
הענגט עס ניט !אָפּ|פון נוסינאָוון. דער באָכער
טשערניאק פון ,גיכל" דרייט א ביסל דעם קאָפּ.
איצט איז ער פארנומען מיט בערגעלסאָנען
אָבער אויך די דאָזיקע פעסטונג װעלן מיר נע-
מען. מעגסט זײַן רוֹיִק.
דערװײַל װינטש איך דיר נאָך א האלבן
יאָרהונדערט גרויסע, טאלאנטפולע ארבעט, װוּ
1 געמיינט די באָלשאיא ענציקלאָפּעדיא, באנד 8.
? דאָ רעדט זיך וועגן א רוסישער איבערזעצונג.
פון לינקס אף רעכטם: י. אָפּאטאָשו, פ. מארקיש, י. דאָברושין
אין צענטער זאָל זײַן דער מענטש פון יענעם
קלאס, װאָס באפרײַט די וועלט.
דײַן מיטן גאנצן הארצן
פּערעץ מארקיש
10
(דאטע פון פּאָסט-שטעמפּל; מאָסקװע, יאנוואר,
2 1936}
טײַערער אָפּאטאָשו!
האָסט דאָס מאָל רעכט צו זײַן אף מיר בא-
רויגעז. איך האָב דיר ווירקלעך שוין זייער
לאנג ניט געשריבן. כ'ווייס אליין ניט פארװאָס,
נאָר מיר דאכט זיך, אז אָט קומסטו צו אונדז.
כ'ווייס ניט, ס'אזא מאָדנע עמפינדונג בא מיר.
דײַן לעצטער בריוו האָט מיך געטראָפן אין בעט
א כוילע --מיט א קראנקן האלדז. איצט זיץ
איך שוין באם טיש און בין צופרידן, װאָס כ'קאָן
דיר ענטפערן.
בא אונדז גייט די נאָענטסטע טעג ארויס
ודער אלמאנאך) , סאָוועטיש" נומ. 3. כ'וועל
דיר אים גלײַך איבערשיקן. מיר גרייטן שוין
דעם פערטן נומער.
איך הייב אָן מײַן ענטפער דערפון, װײַל
דאָס איז שטארק פארבונדן מיט דעם א|ה|ויפּט-
פּונקט פון דײַן בריוו -- וועגן די זאמלביכער,
װאָס דו װוילסט ארויסגעבן אין ניוײאָרק.
דער איניען איז א קאָמפּליצירטער אין דער
פאָרם, אין וועלכער דו לייגסט עס פאָר, רי-
שיס -- מיקויעך מאטעריאל. פארשטייסט דאָך
אליין, אז גוטער מאטעריאל פעלט אומעטום.
וועלן מיר האָבן דאָ גוטן מאטעריאל, װועלן מיר
אים פארנוצן בא אונדז און פון די הענט אים
ניט ארױסלאָזן, -- ניט נאָר קיין ניוײאָרק, נאָר
אפילע קיין קיִעוו און קיין מינסק.
פארשטייסט דאָך אליין, אז מאַסקװע איז ביל-
כער און האָט מער רעכט און ווערט. פיל אינ-
טערעסאנטער װאָלט געװען, דו זאָלסט זיך
דרוקן דאָ בא אונדז אין מאָסקװע.
33
אָבער פריער פון אלץ שיק מיר צוֹ דעם
ערשטן נומער. לאָמיר זען, װאָס עס וויל און מיט
װאָס עס לעבט איצט דאָס ייִדישע ליטערארישע
ניוײאָרק. און גאָר גוט װאָלט געװען, וען
זאָלסט צושיקן א פּײַנע דערציילונג א גרעסע-
רע--פון א בויגן 3--4--פאר ,סאָוועטיש",
ס'מאכט ניט אויס א קלענערע אויך. אָבער דאָס
װאָלט געווען א פּײַנע זאך! סװואָלט דיר גע-
שאפן זייער א גוטע רעפּוטאציע בא אונדז אין
פארבאנד, איבערהויפּט בא די רוסישע כאוויי-
רים. איך אינפאָרמיר זיי וועגן דיר זייער אָפט!
וועגן איבערזעצן דײַנע ביכער װעל איך דיר
שרײַבן באזונדער. איך מיין, אז ס'װאָלט ניי-
טיק געווען פריַער פאר אלץ איבערזעצן א בוך,
װוּהין ס'זאָלן ארײַנגײן": , לינטשערײַ?, ,,מאָ-
ריס און פיליפּ", אייניקע דערציילונגען פון
קוילנגרעבער, , קארפּן", קעדיי די רוסישע קרי-
טיק זאָל דערזען דײַן סאָציָאל פּאָנעם. נאָך דעם
װעט מען בא דיר רײַסן דײַנע ראָמאנען. מע
דארף, אז די קריטיק זאָל דערזען אין דיר--
די זעלבע פּאָליטישע און אידיייַשע איבעראָר;-
ענטירונג, װאָס קומט פאָר אין דער אלגעמיינער
מײַרעװ-אײראָפּעיַשער און אמעריקאנער שרל-
בערישער אינטעליגענץ. װאָס דו שרײַבסט, אז
דו האָסט מוירע, מע זאָל אונדז ניט פארבאָטן
זיך באטייליקן אין די זאמלביכער. דאָס איז,
װייניקסטנס, זייער נאיוו. קיינער פארבאָט אונדז
ניט. און אז ס'איז נייטיק -- פארבאָטן מיר זיך
אליין.
אָט שרײַבסטו, אשטייגער, אז דאָס װעלן זײַן
זאמלביכער, װוּ די ייִדישע ליטעראטור ,פון
גאָר דער וועלט" װעט קומען צום װאָרט. זייי
ער א שלעכטע פאָרמולירונג! מיר שטייען ניט
אף א שטאנדפּונקט פון קאָלײיַסראָעליליטערא-
טור ביכלאל, און דער סופיקס , פון גאָר דער
וועלט" מאכט די קאשע ניט פעטער. מיר ווייסן
שוין, װאָס פאר א דרעקישע ייִדישע שרײַבער
ס'זײַנען פאראנען אין אָט דער שיינער ,גאָר
דער וועלט"!.. דארפן, הייסט עס, דו און ליי-
וויק און בערגעלסאָן און נאָך אנדערע-- זי
העלפן קומען צום װאָרט. דאָס איז מיצוועס פאר
כאָליערע-כאסאנים, ניט קיין ליטעראטור. מיר
דארפן ניט קיין ,פון גאָר דער וועלט". מיר
ווילן דאָס בעסטע און דאָס אינטערעסאנטסטע,
װאָס עס קאָן געבן אונדזער נײַע קאָנקרעטע
װועלט-אָנשױוּנג און ניט קיין ,אָרעמע מאָל-
צײַט". איך מיין, טײַערער אָפּאטאָשו, אז דו
ביסט מיט מיר אײַנפארשטענדיק. שרײַב מיר
גלײַך אָן. איך שיק דיר ארויס מײַנע ,ברידער"
אין רוסיש.
גריס הארציק אדעלען און דאָװוידן. וועגן
דאָװידן דארף איך נאָך רעדן אין טעאטער?.
מײַן פרוי און קינד גריסן דיר און דײַן מיש-
פּאָכע. בלײַב מיר געזונט און שטארק.
דײַן 9. מארקיש
1 , לינטשערײַ* איז שוין געהאט פארעפנטלעכט
געװאָרן אף אוקראיניש אין כארקאָוו נאָך אין 1931.
? די אָפּאטאָשוס האָבן דעמלט געטראכט ועגן
אוועקשיקן זייער זון דאָווידן, דעם איצטיבאקאנטן
אקטיאָר, קיין רוסלאנד צו שטודירן בינעיקונסט.
4
11
|דאטע פון פּאָסטישטעמפּל:
מאָסקװע, יול 20, 1936}
אָפּאטאָשו טײַערער!
ערשטנס, א דאנק דיר פאר די ,זאמלבי-
כער". דאָס בוך איז א גרוס ועגן דער צע-
װאָרפנקײַט, ניט נאָר טעריטאָריִעל, נאָר גײַי
סטיק. ס'איז גוואלדיק ניט אײנהײַטלעך, און
ס'האָט ניט קיין פירנדיקע אידיי. דאָס איז דער
גרונט-כיסאָרן זײַנער. ס'מאכט אן אײַנדרוק, אז
איר האָט דאָרט צונויפגענומען אלץ, װאָס ס'האָט
זיך נאָר געלאָזט... אָבער װאָס האָט מיך בע-
עמעס גערעגט און װאָס איך האָב געלייענט
מיט פארגעניגן, איז דײַן פּראָזע און קאדיעס
לעצטע ליד.
שרײַבן װויל איך דיר וועגן דײַנס. דער אל-
געמיינער אײַנדרוק, כוץ דעם, װאָס קינסט-
לעריש איז עס זייער לויטער, דורכזיכטיק, קי-
מאט קלאסיש, איז אזא: דו װערסט אינעם דאָ-
זיקן װערק אליין צעריסן פון אינערלעכע וי
דערשפּרוכן. דו װערסט פארכאפּט פונעם באָ-
כער, װאָס זאָגט, אז באנאכט רעדן צו אים די
בערג אף העברעיש, און דאָס היסטערישע גע-
שריי פון די טיינצדאקא (?) נעגערס װערט
בא דיר פארוואנדלט אין פּאטאָס פון א פאָלק.
פון דער אנדצרער זײַט -- דער ארבעטער, װאָס
דעקלאמירט ניט, אז די בערג רעדן צו אים, ער
איז פּאָשעט, ער איז שטיל און ער איז אָנגע-
שראָקן פאר אָט דער לאָשנקױדעשדיקער הי-
סטעריע.
ס'איז זייער שווער צו ריידן וועגן מענטשן,
װאָס טײַנען וועגן זיך וי וועגן אזעלכע, װאָס
ריידן מיט בערג. אין בעסטן פאל װאָלט עס
געפּאסט פאר ייַרמעיאָהו האנאָווי,---אין זײַן לע-
גענדאריש-עפּישער גרױסקײַט, אָבער ניט פאר
א פאשיסט, װאָס מיינט, אז לאַשנקודעשדיקער
פאשיזם איז הײיליק. און ס'איז פּונקט אזוי פּאָ-
זע װי קליינשטעטלדיק. און אונטער דעם אלע-
מען הערט זיך דער עפּאָס פון ,גזוז", פון
סעלצוואסער.
פארשטייט זיך, אז עכט איז דער פּרעזײי
דענט פון די בעזעם-מאכערס. אין אים רעדט
די נאקעטע זאָאָלאָגיע. און די ווירקלעכע גרויס-
קײַט, נאָך וועלכער דו בענקסט אינעם ייִדישן
פאָלק, איז ניט אין די מענטשן, װאָס דו האָסט
דאָרט געזען, נאָר אינעם טויטן אינווענטאר,
װאָס איז געבליבן פון דער ייִדישער געשיכ-
טע און װאָס האָסט דאָרט געזען אין דער בריי-
אָפּאטאָשו האָט דאָ פארעפנטלעכט ,צװישן
יאמען און לענדער. א רײַזע קיין ערעץײיסראָעל".
אָפּאטאָשוס אויספיר אין זײַן לענגערער באשרײַבונג
איז, אז ,בלויז דאָס גרויסע װאָרט, װאָס אין גע-
בוירן געװאָרן אין יערושאָלאיִם, װאָס האָט אויסגע-
לייזט מאָסקװע, קען פארברידערן דעם ייִד מיטן ארא-
בער" (זאמלביכער, ב. 1, ז. 325). קאדיע מאָלאָדאָװײ
סקי האָט אין דעם באנד אָפּגעדרוקט זעקס לידער.
טער אומיטלבארער אסאָציאציע. און אז מע
לייענט איבער די זאך, טראכט זיך זייער א
סאך און זייער ביטער וועגן א טראגעדיע פון
א צאנקנדיקער ביסל יוגנט, װאָס שמעקט דעם
פארדומפּענעם רייעך פון טויזנטיעריקער טויט-
קײַט, װי קאָקאין, קעדיי זי זאָל באקומען נא-
ציַאָנאלן פיבער און עקסטאז. אָבער אָנגעשריבן
איז עס געשמאק. מיט א סאך וויטעק און
טרויער.
איך האָב |דיר| ניט געשריבן, װײַל איך
{(ביןן א כוידעש צײַט געװוען אין אָדעס און
ס'האָט מיר באנק געטאָן, װאָס דו האָסט
ניט געזען, װי טויזנטער --4--5 טויזנט -- ייִדן
קומען אף א ליטערארישן אָװנט.
איך האָב וועגן דיר גערעדט אין איזווע-
סטיא", זיי קענען דיך דאָרט. מ'האָט מיר אפילע
געזאָגט, אויב דו האָסט א קליינע דערציילונג
וועגן אמעריקע, זאָלסטו זי מיר צושיקן, װעלן
זי זי אָפּדרוקן. ביכלאל, דארף איך דיר זאָגן,
בענקען דאָ אלע נאָך דיר און אלע װאָלטן דיך
געװאָלט האָבן בא אונדז אין לאנד. שיק מיר
צו, אויב דו האָסט, א פּאָר נײַע דערציילונגען,
שטארקע און פעטע, װעל איך זיי דיר אָפּדרוקן
בא אונדז אין רוסיש און אין ייַדיש.
דעם באנד ענציקלאָפּעדיע נומער 9 װעל
איך דיר די טעג ארויסשיקן. זײַ מיר געזונט
און שטארק מיט אדעלען און דאָװידן.
דײַן פערעץ
12
|דאטע פונעם פּאָסטישטעמפּל:
מאָסקװע, מײַ 16, 1927}
אָפּאטאָשו הארציקער!
איך האָב דיר ניט געשריבן דערפאר, װאָס
איך האָב דערווארט אן ענטפער פון דיר אף
מײַן בריוו צו דײַן יוביליי. נִיט אנדערש, וי
דו האָסט אים ניט באקומען. אויב אזוי, טוט מיר
זייער באנק. אזוי אָדער אנדערש איז דאָס די
איינציקע סיבע, װאָס איך האָב דיר אזוי לאנג
ניט געשריבן.
דעם בוך 2 ,זאמלביכער" האָב איך באקומען.
א דאנק. כאיִם גראדעס ליד , דוירעס" איז זייער
א גוט ליד! איך האָב עס דאָ פאָרגעלייענט פאר
אלע כאוויירים, און אלע אין איין קאָל --גוט!
אָבער ס'איז א פאָרװוּרף---אי דיר, אי ליי-
װיקן! באזונדערס ליוויקן --זײַן קריסטלעכן
פּאציפיזם און זײַן קעגנשטאנדלאָזן הומאניזם.
אָבער ער אליין, גראדע, פאלט אויך ארונטער
אָט די ביידע דעפיניציעס. ס'פעלט אקטיװוקײַט.
ס'פעלט אין דעם ליד --- קלאָרקײַט: װאָס זשע
וויל ער אליין! װאָס זײַנע זיידעס האָבן גע-
װאָלט -- ווייסן מיר! און ער אליין!.. דאָך איז
דאָס ליד א גוטס!
מאָרגן שיק איך דיר ארויס ,סאָוועטיש"
נומער 4. דעם פינפטן גרייטן מיר. ער װעט
דערשײַנען צו די אָקטיאבער-ײיאָמטױװוים. עפ-
שער װאָלסטו עפּעס צוגעשיקט? עס װאָלט אונדז
אלעמען געווען זייער אָנגענעם אָפּצודרוקן דײַנס
א זאך אין ,סאָוועטיש"! בא מיר איז קיין נײַס
ניטאָ. איך האָב אָנגעשריבן א פּיעסע ,די מיש-
פּאָכע אָוואדיס" און ארבעט אף א פּאָעמע ,יע-
רושע". אויב ס'וועט זײַן נישקאָשע, װעל איך
דיר זי שיקן.
זײַ געזונט און שטארק און גריס אדעלען
און דאָװידן.
דײַן פּערעץ מארקיש
13
91
אָפּאטאָשו הארציקער!
באקומען דעם פערטן באנד ,זאמלביכער".
סע מאכט אף מיר אן אײַנדרוק, אז ביסט אף
מיר בארויגעז. און דו ביסט ניט אומגערעכט,
אָבער אויך איך בין ניט שולדיק. איך האָב דיר
העכער א יאָר ניט געשריבן בלויז צוליב איין סי"
בע. אין דײַן לעצטן בריוו צו מיר איז געווען אָנ-
געוויזן א נײַער אדרעס פון דײַן דירע, און דער
איז בא מיר פארלוירן געגאן. און אזויווי כוץ
װוי מיט דיר שרײַב איך זיך מיט קיינעם אין
אמעריקע ניט איבער, האָב איך קיין מעגלעכ-
קײַט ניט געהאט בא עמעצן אָנפרעגן דײַן אד-
רעס. איז אױסגעקלאָרט דעם בארויגעז און --
וי געווען, כ'וועל דיר גלײַך אריבערשיקן אונ-
דזערע , סאָוועטיש" און אלץ, װאָס דיך אינ-
טערעסירט. איצט וװעלן מיר איבערגיין צו
איניאָנײי-דעיוימע. אין די ,זאמלביכער" איז פא-
ראן א סאך אינטערעסאנטס, א סאך טאלאנט-
פולס, אָבער בלאָנדזשענדיקס און אָפּטמאָל--
זייער נאיווס און עפּיזאָדישס. אָבער דאָך האָבן
די ,זאמלביכער" א שטויס געטאָן די ליטערא-
טור בא אײַך דאָרטן, אין אמעריקע. ס'איז גע-
נוג, װאָס דורך זיי איז דורכגעגאן כֹאיִם גרא-
דע -- מיט דער גאנצער פינצטערניש, װאָס ער
האָט ארױיסגעטראָגן אף דער ליכטיקער שײַן
אָבער די פינצטערניש האָט געמוזט ארויס, װי
מאטעריע פון א װוּנד. איצט איז פאר אים א
פראגע -- װוּהין װײַטער! ער האָט א נעכטן, פון
וועלכן ער האָט מיט די אייגענע ציינער זיך
אָפּגעריסן, -- אָבער װער און װאָס איז זײַן
מאָרגן? ס'וועט זײַן אינטערעסאנט -- װוּהין װעט
ער אָנשפּארן. מענאכעם: האָט א וואקס געטאָן
אין די ,זאמלביכער". א פּאָר דערציילונגען --
רויע, אָבער קרעפטיקע ---אין סאכאקל האָבן
זיי שוין עפּעס אָפּגעטאָן, די ,,זאמלביכער". און
דערפאר קומט דיר און לייוויקן א יאשער-
קויעך.
1 גראדע און מענאכעם האָבן זיך ניט באטייליקט
אין פערטן באנד ,זאמלביכער", זיי זײַנען אָבער גע-
ווען פארטראָטן אין די פריִערדיקע בענדער.
39
דער לעצטער נומער מאניפעסטירט א גוואל-
דיקן קער צו נאציאָנאליזם, צו קראנקן נאציאָ-
נאליזם -- דער באָדן אין די קאפּיטאליסטישע
לענדער איז פאר נאציאָנאליזם זייער א גינס-
טיקער. אָבער פאר אונדזער ייִדישער ליטערא-
טור איז ער א גרויסע געפאר. ער װעט ווידער
ארײַנטרײַבן די ליטעראטור אין א וויסטן כוי-
שעך. ס'איז ליידער אמאָל זייער א שלעכטע
רעמיניסצענץ.
די פּאָעמע , ציפּרעס" האָט אינגאנצן צוויי-
דרײַ גוטע זײַטלעך!. כ'האָב געמיינט, אז ער
האָט ליכטיקע אויגן. אָבער די גאנצע פּאָעמע
איז פיבער'קראנקע, שלעכטע ליטעראטור.
שטשינע. אן אָפּשלוקערץ פונעם עקספּרעס;אָ-
ניזם, װאָס האָט זיך אויסגעלעבט אין די 20-
סטע יאָרן. פארװאָס צאצקעסטו זיך מיט יעדן
גאָרנישט, װאָס גיט נאָר א קריי וועגן לאמעד-
װאָוו און וועגן גאָט!
זיי זײַנען דאָך אף קיין גראָשן ניט מויסיף
צו דער פאָלקסישאפונג וועגן די לאמעדװאָװו
און טוען נאָך אָן אף זיי די אייגענע פּוסטע און
ליידיקע ביאָגראפיעס.
די רעדאקציע פון די ,זאמלביכער" מוז
וועגן דעם א טראכט טאָן. איר מוזט אױסקלאָרן
א געשטאלט, אן אידיייַשן פּארצעף --ניט נאָר
זײַן אן אָרט, װוּ מע דרוקט זיך!
און איצט -- װאָס הערט זיך בא דיר! שרײַב
מיר אָן א גרויסן און בעפראָטעסדיקן בריו.
וועגן אלץ און וועגן אלעמען. איך ווארט מיט
אומגעדולד אף דײַן ראָמאן ,רעב אקיוע".
װאָס מאכט דײַן דאָװיד! גריס הארציק אדעלעףן!
שרײַב וועגן אלץ. איך האָב פארענדיקט דעם
2יטן באנד ,דאָר-אויס -- דאָר-אײַן" און ארבעט
אף א גרעסערער פּאָעמע , יערושע". אָפּאטאָשו,
טײַערער, שרײַב אָן. איך וויל דערהערן א
װאָרט וועגן דיר און ועגן דײַנע. און
זײַ געזונט
מיט ליבע, דײַן פּערעץ.
אלע אונדזערע שרײַבער גריסן דיר האר"
ציק.
ענטפער גלײַך!
מײַנע הארציקע גרוסן אײַך, ליבער אָפּא-
טאָשו! איר האָט, אפּאָנעם, אין מיר פארגעסן.
דערמאָנט אײַך און שרײַבט אָן.
י. נוסינאָוו
איך האָף, אז איר זײַנט ניט אף מיר בארוי"
געז. איך גריס אײַך זייער הארצלעך.
מ. װינער
: אריע שאָמריס פּאָעמע , לייזער ציפּרעס" האלט
זעקס און דרײַסיק זײַטן.
36
144
מאָסקװע, פעווראל 12, 1946.
טײַערער אָפּאטאָשו!
ערשטנס, א מאזלטאָוו מיט א ,יוירעש!!
דײַן דאָװידס דערציילונג איז ערטערװײַז זייער
שטײַף, מוסקוליער, און שפּראכלעך וואקסט זי
וי א צװײַג אף דיר.
ס'איז זייער גוט, װאָס ער האָט פארשטאנען,
בא ועמען זיך לערנען סלאָשן--און נאָך
עפּעס. גיב אים איבער א גרוס און א בראָכע!
פון דיר האָב איך קיין שום בוך ניט דער-
האלטן. ניט וועגן פּױלן און ניט דעם זאמלבוך
און ביכלאל גאָרניט. איך װאָלט זייער געװאָלט
א לייען טאָן,. שיק עפשער אפן אדרעס פונעם
ייִדישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט.
מאָסקווא, קראָפּאָטקינסקאיא נומער 10,
יעוורעיסקי אנטיפאשיסטסקי קאָמיטעט,
פּערעצו מארקישו.
צווייטנס, דארף איך זיך פארענטפערן פאר
מײַן פארשפּעטיקונג מיטן בריוו. איך בין א
פּאָר כאדאָשים ארומגעפאָרן איבערן לאנד און
דײַן בריוו געטראָפן, ווען כ'האָב זיך אומגע-
קערט פון דער רײַזע,
און דריטנס -- דײַן פאָרשלאָג וועגן פאר-
בינדן זיך איז זייער א געזונטער און א וויכטי-
קער. איך האלט, אז ער װאָלט קעגנזײַטיק אֶפַּי
געפרישט אונדזער ליטעראטור. נאָר מע װאָלט
דעם באדארפט צוגעבן אויך א געזעלשאפטלעכן
כאראקטער, ס'זאָל ניט בלײַבן בלויז אין אונד-
זער ליטערארישער קאָרעספּאַנדענציע.
דער פאקט, װאָס א באדײַטנדיקע גרופּע
שרײַבער האָט זיך א קער געטאָן מיטן פּאָנעם
צום ראטנפארבאנד, איז זייער א דערפרייענ-
דיקער און עפשער -- דאָס סאמע וויכטיקסטע--
באם איצטיקן מאָמענט, ווען דער פאשיזם וויל
אויסנוצן יעדע ניט גוט פארשטאָפּטע שפּארונע.
איצט װאָלט באדארפט א קלונג טאָן דאָס קאָל
פון דער גאנצער ייַדישער ליטעראטור אין אמע-
ריקע. דו האָסט מיר געהאט געשריבן, אז דו
טרעטסט ארויס אף אן אָװנט, אײַנגעאָרדנט
דורך דער ,מאָרגן-פרײַהט".
ס'װאָלט זייער נייטיק געווען א ריין ליטע-
ראריש-געזעלשאפטלעכע אונטערנעמונג דורך
דער ,מאָרג"פרײַהײַט", װוּ סזאָל מיט א
ברייטן געזעלשאפטלעכן רעזאָנאנס אדורכ-
קלינגען אונדזער קאָנסאָלידאציע אפן באָדן פו-
נעם קאמף קעגן פאשיזם. און דאָס איז לײַכטער
צו טאָן דיר און די כאוויירים אין אמעריקע,
װאָס זײַנען אפן אָרט. און זאָל אונדזער ליטע-
רארישע פארייניקונג ארויסדרינגען וי א פּו-
על-יויצע פון אונדזער אידיייַש-געזעלשאפטלע-
כער אײניקײַט. דאן װעט עס ווירקלעך זײַן א
װענדפּונקט אין אונדזער ליטעראריש-געזעל-
שאפטלעך לעבן. און מיר װעלן גלײַך קאָנען
צוטרעטן צום זאמלבוך מאָסקװע -- ניו-יאָרק.
ס'וועט זײַן -- א געשעעניש!
באטראכט איצט דו, וויַאזוי דער פארלאג פון
אײַער גרופּע זאָל װערן א געזעלשאפטלעכער
פאקטאָר.
א הארציקן גרוס און א דאנק יאנקעוו
גלאטשטיין!. אויב ס'איז ניט שווער, שיק מיר
צו זײַן ארטיקל וועגן מיר.
דײַן פּערעץ מארקיש
ס'ארויס מײַנס א בוך אין רוסישער איבער-
זעצונג. מעגלעך, אז כוועל עס דיר צושיקן
דורך גאָלדבערגן?.
15
7, מאָסקווע
אָפּאטאָשו טײַערער!
לויט דעם, װאָס ביז איצט איז פון דיר קיין
שום װאָרט ניטאָ, דארף מען זיך פאָרשטעלן,
אז מײַן בריוו צו דיר איז פארלוירן געגאנגען.
איז שרײַב איך דיר נאָכאמאָל: ערשטנס, ווינטש
איך דיר א גוט יאָר, און אדעלען און דאָװידן.
צווייטנס, געפין איך זיך נאָך ביז איצט אונ-
טערן אײַנדרוק פון די פּאָר אויסשניטן אין
,טאָג", װאָס דו האָסט מיר צוגעשיקט (ערעוו
שטורעם!5.
מיר דוכט, אויב אורטיילן לוט די פּאָר
קליינע קאפּיטלען, איז אָט דער בוך דײַן סאמע
רײַפסטער אין זין פון פּלאסטישער אויסדריק-
לעכקײַט, עקאָנאָמיע אין װאָרט און געפּרעסט-
קײַט אין דער עקספּרעסיע. די ווערטער, די
בילדער, די אונטערטעקסטן זײַנען אזוי ארלנ-
1 אין סאָף 1944 איז דערשינען אין מאָסקװע א
זאמלבוך , צום זיג", אונטער פּערעץ מארקישעס רע-
דאקציע. אין דעם זאמלבוך האָט מארקיש אָפּגע-
דרוקט א פראגמענט פון א פּאָעמע , דער כירורג".
יאנקעוו גלאטשטיין האָט דאָס בוך רעצענזירט אין
, ייִדישן קעמפער" (מארט 16, 1945; שפּעטער איבער-
געדרוקט אין גלאטשטיינס בוך אין טאָך גענומען",
ניוײיאָרק, 1947) און זיך ספּעציעל אָפּנעשטעלט אף
מארקישן, װאָס ,וואגט צו קלעטערן, און זײַן מײַלע
איז, װאָס ער דערקלעטערט... ער פארמאָגט פּאטאָס,
און ער קען ריידן אזוי שטיל, אז מע זאָל אים קוים
הערן... ס'גייט אים ניט אויס דער אָטעם. זײַן גרויס
ליד איז געשריבן מיט דער זעלבער געצאמטקײַט וי
א קליין ליד. ער האָט א רײַכן טאָן, זייער זעלטן
הייבט דער קינסטלער אין אים אַן צו קינצלעף.
? ב.-צ. גאָלדבערג, מיטארבעטער פונעם ניו-
יאָרקער , טאָג", האָט זיך דעמלט געפונען אין סאָ-
וועטנפארבאנד.
? א קאפּיטל פונעם ראָמאן ,רעב אקיווע".
געצויגן איינס אין אנדערן, װוי די אינעװוייניק-
סטע הויטן אין א בוים. איך האָב געמיינט, אז
כ'וועל באקומען נאָך. אָבער ליידער, האָב איך
בלויז געמאכט די מויצע און געבליבן ווארטן,
אויב דו האָסט די מעגלעכקײַט, שיק מיר צו
אלץ, װאָס האָסט אָפּגעדרוקט פון דעם ראָמאן.
וועגן דער קאָנצעפּציע איז נאָך דערװײַל פון
צוויי קאפּיטלעך שווער צו ריידן.
וועגן דײַן בוך ,ווען פּױלן איז געפאלן"
האָב איך דיר אויך געשריבן אין יענעם בריוו.
מיר דאכט, אז דאָס וויכטיקסטע, װאָס אינעם
בוך, איז -- װאָס דו האָסט מיט עכטער פּאָליטי-
שער װײַטזיכטיקײַט, ניט געקוקט אפן גרויסן
ווייטעק, דאָך אױסגעדײַט די פּערספּעקטיוו פון
פרײַנטשאפט צוישן ייִדן און פּאָליאקן. אין
יענע טעג האָט מען באדארפט צוֹ דעם א סאך
קויעך. וי דו זעסט, בענקען מיר דאָ נאָך דײַנס
א בוך. און אז ער קומט אָן, איז ער א גע-
װונטשענער און באליבטער גאסט. שיק װאָס
מער. איך דערמאָן מיך, אז האָסט בא מיר גע-
האט געבעטן א געזאמלטן באנד פּושקין. אויב
דו האָסט אים ניט, װעל איך דיר אים צושיקן.
מיר הייבן אָן ארויסגעבן אלמאנאכן פּעריאָדיש.
6 אלמאנאכן א יאָר. דער ערשטער דארף ארויס
צו דעם אָקטיאבער-יאָמטעװו. איך װעל דיר אים
אויך צושיקן.
איך גלייב, אז צום יאָמטעװו װועט אויך דער-
שײַנען מײַן פּאָעמע , די מילכאָמע". א גרויס
בוך פון אריבער 40 בויגן. קאפּיטלען פון איר
זײַנען געווען געדרוקט אין אלמאנאך , צום זיג",
אויב װועסט קויעך האָבן איבערלייענען אזויפיל
קליינע לידעלעך, װעל איך דיר דאָס בוך פאר-
שאפן. שרײַב מיר, צי דו האָסט געלייענט מײַן
צווייטן באנד ,דאָר-אײַן, דאָריאוס"? װאָס
מאכט דאָװיד! דרוקט ער עפּעס! אויב יאָ, איז
לאָז וועגן אים צו וויסן דאָ, בא אונדז, שיק צו.
יענע דערציילונג איז געווען זייער אינטערע-
סאנט און ערטערװײַז -- שטארק!
נו, האָב מיר א גוט יאָר און א כסימע-טוי-
ווע.
א הארציקן גרוס אדעלען און דאָװוידן.
דײַן פּערעץ
גיב איבער א גרוס י. גלאטשטיינען און א
דאנק פאר זײַן ארטיקל וועגן מיר.
שרײַב גלײַך אָן.
אויב דו זעסט נאכמען מײַזיל, גיב איבער
א הארציקן גרוס. זאָל ער מיר ארויסשיקן די
אויסגאבן פון , איקוף" און אויך דעם זשורנאל.
==
זיכרוינעס װעגן פערעץ מארקישן
ארן יערוסאלימסקי
זײַן האָרעפאשנער ייכעס
(לויט דערמאָנונגען פון פ. מארקישעס קרויווים)
דער זײדע שימשױבער
אף דער אלטער באקאניווקער גאס, ניט װײַט
פון דער גרויסער וואנט באם קלויסטער, איז
געשטאנען שימשן-בערס געראמע שטוב מיטן
ברייטן גאנעק. פונעם גאנעק איז געווען מיט
דער האנט צו דערלאנגען ביז צום בריקל
איבערן טיפן וואסער-ריוו, װאָס האָט זיך גע-
צויגן צו כאמוירי, א בײַטײַכל פון האָרין.
דאָס בלעכענע שילדל פון דער סטראכיריגע-
זעלשאפט אף דער פאָרטקע באם טױער האָט
אָנגעװיזן די פאמיליע פונעם שטוב-אייגנטי-
מער: ,, בערקאָ שטיינמאן". אָט אין דעם הױז
איז געבוירן געװאָרן און האָט פארבראכט זײַן
קינדהײַט פּערעץ מארקיש.
דער ריוו, א באוואקסענער מיט קוסטעס, די
כורוועס פון דער אלטער פעסטונג אפן בערגל
זײַנען געווען די געהיימניספולע באהעלטענישן,
װוּהין פּערעצל פלעגט פון כיידער אוועקלויפן
און זיך איבערגעבן זײַנע יונגע טרוימען. באם
טײַך לעבן דער אלטער מיל האָט ער זיך גע-
באָדן מיט אנדערע כיידערייינגלעך און צוזא-
מען מיט באלעגאָלישע יאטן געפּאָיעט פערד.
דאָ בישכיינעס האָט זיך געצויגן דער טראקט,
א באצוימטער מיט הויכע טאָפּאָלן. ער האָט
געפירט צום װאָקזאל, קיין פּאַנינקאָ, קיין טשוד-
נאָװיװאָלינסק, צו די פאבריקעס, קיין זשיטאָ-
מיר.
ס'איז גרינער בארג. ס'איז גרינער טאָל.
ס'איז גרין אף לינקס. ס'איז גרין אף רעכטסי.
און נאָר דער זיידע זיגרײַן און גרױי.
(9 מארקיש, ,מײַן זיידע").
די דאָרעם-מיירעוודיקע אײַזנבאן-ליניע האָט
פארכאפּט פּאָלאָנע מיט אירע ראכועסן. עס
זײַנען אופגעקומען פאיאנס-פאבריקלעך, פּא-
פּיריאונטערנעמונגען, גראבארניעס, גלאָזיזא-
װאָדן אין פּאָנינקאָ, ראָמאנאָו, סלאװוּטע, אל-
טע הוטע און אנדערע שטעטלעך און דערפער.
38
ס'האָבן זיך שנעל געמערט די קאפּיטאלן בא
די שפּילבערגס און בא אנדערע אופגעקומענע
גווירים.
פּאָלאָנע האָט אָנגעציילט א פּאָר טויזנט מיש-
פּאָכעס, עטלעכע הונדערט ארבעטער-פאמיליעס.
דאָס שטעטל האָט זיך אונטערגעגעבן דער
האשפּאָע פון זשיטאָמיר און טײילװײַז פון קיִעװו,
געװאָרן נײַװעלטיק. עס האָט געהאט אן איי-
גענעם ,, באנק" (לײַי און שפּאָריקאסע) און אן
אפּטײיק, א קאָמערץ-ישול און א פרויען-גימנא-
זיע, א ראבינער און א פעלדשער, און שעאָר-
יעראָקעס, װי אין אלע שטעטלעך: א מארק-
פּלאץ, שילן, כאדאָרים.
דער װוּקס פון דער רעװאַָליוציאָנערער בא-
וועגונג אין לאנד האָט באײַנפלוסט די פּאָלאָי
נער, פּאָנינקער אוקראינישע, ייִדישע, רוסישע,
פּוילישע ארבעטער. עס האָבן זיך אָנגעהױבן
אף די פאבריקן שטרײַקן, די אומלעגאלע רע-
װאָליצ;אָנערע קרײַזלעך האָבן ארױיסגעלאָזט
פלוגבלעטלעך.
מארקישעס זיידע איז געווען א שנײַדער בען
שנײַדער. אָבער ניט קיין לאטוטניק--גאָר א
כאָשעװער צושנײַדער. און גענייט האָט ער
לויט די נײַע מאָדעס, א מײַסטער געווען אויך
פון מיליטער-מאלבושים. ער האָט געהאט געהוי-
בענע באשטעלער: פאבריקאנטלעך און בוכ-
האלטערס, פּריצים און גאלאָכים, אָפיצערן און
אפילע גענעראלן. פלעגט ער זיך טראָגן א
גאנצע װאָך, פון זונטיק פרי ביז ערעוו שאבעס,
מיט זײַנע ארבעטער-מיטהעלפער -- לייבעניון,
ארעלען, שפּעטער קסילן -- קיין פּאָנינקע, טשו-
דנאָװויװאָלינסק, אפילע קיין באראנאָוויטש.
...,פערציק קײַלעכיקע יאָר, וי רעגנבויגנס
ליכטיקע, האָט אָפּגעקײַקלט אף פּאָנינקער וועג
מײַן זיידע"... (פון דער פּאָעמע , מײַן זיידע").
דוווירע סאנדאר, פּערעץ מארקישעס שווע-
סטערקינד, מוישע-בערס אייניקל, דערציילט:
-- מײַן זיידע איז געווען א קרעפטיקער, שייי
נער ייִד. מיטעלער װוּקס, ברײטפּלײציק. גע-
האט א שווארצע באָרד, שארפע שפּארבער-
אויגן. ער איז געווען א פּאַשעטער, העפלעכער
כײַװעקײַעם, היימיש געווען מיט די פּאָלאָנער
באלעבאטים, װי מיט די פּוערים פון די ארו-
מיקע דערפער.
,.און יעדן שרײַט ער: א גוטמאָרגן, סערד-
צע!."
די פּוערים פלעגן פון די וועגענער פרײַנט-
לעך רופן בערקען זיך צוזעצן צו זיי און צופאָרן
ביז דער פאבריקע.
שימשןיבער האָט געלט געשאנעװעט און
געלט געשפּאָרט, קעדיי צו אָנזאמלען פאר די
טעכטער נאדן און פאר די איידעמס גוטע קעסט.
אָבער קיין כעזשבן פון זײַנע פינאנסן האָט ער
ניט געװוּסט. פלעגט טאקע די הארציקע באָבע
קיילע גאנווענען בא אים געלט, באהאלטן עס
אין זאָקן-קניפּל און אויסגעבן אף מאטאָנעס די
קינדער, אייניקלעך און אף נעדאָוועס אָרעמע-
לײַט,
בערקאָ שטיינמאן איז געווען א פארמעגלע-
כער באלעבאָס, אָבער אף צו געבן פײַנע סכי-
רעס זײַנע ארבעטער פלעגט זײַן בײַטל ברייט
זיך ניט עפענען. האָט טאקע ארעלע, וועלכער
איז פארבונדן געווען מיט די פּאַלאָנער רעװאָ-
אװוראָם קאהאן
ליוצײ;אָנערן, אנומלטן זיך אָפּגערעכנט מיט אים
מיט א שטיין אין פענצטער...
א מענטש מיט לעבנס-דערפארונג, מיט פעסטן
ווילן און לעבנסלוסט, האָט דער כאָשעװער
באלמעלאָכישער שימשן-בער דעם קאָפּ ניט
אראָפּגעלאָזט אין א ביטערער שאָ. ס'האָט זיך
געטראָפן, אז זײַנע ניט-פארגינער האָבן אונטער-
געצונדן זײַן שטוב. קיילע מיט די קינדער און
מיט די אייניקלעך זײַנען געשטאנען בא דער
סרייפע מיט יאָמער און יעלאָלעס. שימשן-בער
האָט אָבער אָנגעטאָן די שאבעסדיקע קאפּאָטע
און מיט א באסאָווער שטים א ציקע געטאָן אף
קיילען און די קינדער:
-- שטיל זאָל װערף װאָס פאר א יאָמער!
אפן אָרט פון דער פארברענטער שטוב װעט
שטיינמאן אויסבויען א פּאלאץ.
און ער האָט טאקע אוועקגעשטעלט א פאר-
ברייטערטן סרוב מיט א גאנעק,
ער איז געווען א פרומער ייָד, אָבער די צוול-
עסדיקע קלייקוידעש און די רײַך געװאָרענע
שפּילבערגס האָט ער ניט געדולדעט. אין בעס-
מעדרעש האָט מען דעם שנײַדערוק קיין קאָ-
וועד ניט אָפּגעגעבן, האָט ער געדאוונט שאבעס
אין דער היים, כאָטש געװוינט אנטקעגן דער
מײַן ערשטע באגעגעניש מיטן דיכטער
צוערשט וועגן דעם, ויאזוי כ'האָב זיך בא-
געגנט מיט מארקישעס לידער, ניט קענענדיק
נאָך דעם אװוטאָר פּערזענלעך.
אין די קיִעווער זאמלביכער , אייגנס", וועלכע
זײַנען דערשינען אין די יאָרן 1918--1920, האָב
איך זיךך באקענט מיט לידער פון אָשער
שווארצמאן, דאָװיד האָפשטײן, פּערעץ מארקיש,
לייב קװויטקאָ, ליפּע רעזניק און פון אנדערע
יונגע דיכטער. די לידער האָבן מיך איבעראשט
מיט זייער נײַקײַט, מיט דעם נוסעך, װאָס איז
ביז זיי ניט געווען באקאנט אין דער ייִדישער
פּאָעזיע. גאנץ פארשטענדלעך, אז נאָך דער
אָרעמער לירע פון די דעמלטיקע דעקאדענטן
(פון דאָװויד אײינהאָרן, לעמאָשל) האָבן די
װוערק פון דער יונגער פּלעיאדע בעפיירעש גע-
קאָנט איבעראשן. איך וויל דאָ צום אָרט בא-
מערקן, אז צו יענער צײַט האָט אין דער ליטע-
ראטור זיך געהערט דאָס קאָל פון אזעלכע פּאַ-
עטן, װי כאיםינאכמען ביאליק, שאָול טשערני-
כאָווסקי, זאלמען שנייער, אָבער אָט די שרי-
בער זײַנען געווען אקטיוו דעריקער אין דער
העברעישער שפּראך.
און נאָך איינע א באמערקונג: איך בין בא-
האוונט געווען אין דער רוסישער קלאסישער
דיכטונג (פּושקין, לערמאָנטאָװו, טיוטשעוו, נעק-
ראסאָוו) און געװוּסט דאָס בעסטע, װאָס עס
האָבן געשאפן די מאָדערנע דיכטער אלעקסאנ-
דער בלאָק, וואלערי בריוסאָוו, סערגיי יעסע-
נין, וולאדימיר מאיאקאָווסקי און אנד., און דאָך
האָבן שווארצמאן, האָפשטײן, מארקיש גלײַך
צוגעצויגן מײַן אופמערקזאמקײַט.
פון מארקישעס לידער האָט ארױיסגעשפּריצט
פרישער זאפט. זי איז געווען באהויכט מיט
וועלט-באװוּנדערונג: ,אף ערד, אף ערד!,
,שײינהײַט, װער דו ביסט, איך וייס אליין
ניט"... דאָס האָט בעלי-סאָפעק צוגעצויגן דעם
לייענער, אים פארכידעשט מיט אומדערווארט-
קײַט און פּלוצעמדיקן װאָרט-אײַנפאל. אפילע
39
שול: ,ער קאָן זיך אָן דער שול באדרייעף"
אפילע בייס ער איז קראנק געװאָרן און דער
ראָוו האָט געװאָלט אים מעכאבעד זײַן מיט אן
אליַע, האָט ער אָפּגעענטפערט:
...,איך האָב אײַך אין דער ערד, מיט אײַער
שיל, מיט אײַער מאפטער!" (,מײַן זיידע").
שימשןיבער האָט טרײַ מעקײַעם געווען דעם
געבאָט וועגן פרוכפּערן און מערן זיך. ער האָט
געהאט דרל זין -- פּייסי, מוישע, פּיניע -- און
פיר טעכטער -- כײַע, זיסל, פריידל און גאָלדע.
אלע טעכטער געראָטענע, שיינע, הארציקע.
דער פאָטער האָט זיי פרי פארקנאסט.
מיטן זיג פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע
האָט ,די שטאָט געטאָן זיך א צערודער מיט
בלעטעלעך און מיט כאווער און מיט ברודער".
פּאָלאָנער ארבעטערשאפט האָט אָנגעהויבן אָנ-
פירן מיטן נײַעם לעבן. שימשן-בערס ארבעטער-
מיטהעלפער קסיל איז געװאָרן א מיטגליד פו"
נעם פּאָלאָנער רעווקאָם.
שימשןיבער איז די ערשטע צײַט נאָך דער
רעװאָליוציע ארומגעגאנגען א צעטומלטער, א
צערודערטער, געקוקט, געװוּנדערט זיך און
גאָרניט פארשטאנען. די גרעסטע טרייסט און
פרייד פאר אים איז געווען זײַן אייניקל פּערעץ.
שפּעטער האָבן זיך אויך פארגעדענקט די אויס-
טערלישע שורעס און קלאנגען (,אָ, אקאָרעדי-
קע הויך פון אויסגעבענטשטע ליכטער, פארגיי
אין טראָגן פון א דיכטער..."), װאָס כאָטש זיי
האָבן בא א ניכטער-לאָגישער פאנאנדערגלידע-
רונג ניט געבראכט צו קיין פולער געדאנקלע-
כער באפרידיקונג, האָבן זיי דאָך -- זאָל זײַן
אפילע , פארפירעריש"--געבראכט עסטעטישן
פארגעניגן! אין מארקישעס ערשטע צעכראסטע-
טע שורעס איז געווען אײַנגעפלאנצט פּאָעטי-
שער קישעף, װאָס האָט פיל צוגעזאָגט פאר
אונדזער ליטעראטור.
אייניקע שעצער און פײַנשמעקער האָבן גע-
טײַנעט, אז מארקישעס דיכטונג איז א פאָרזע-
צונג פון שוין אן אָנגעהויבענעם פערזן"-גאנג
פון לייב נײַדוס און אז, קלוימערשט, קיין שום
נײַס ברענגט עס ניט. אָבער זיי האָבן גע-
האט א טאָעס: בא לייב נײַדוסן איז דער פערז
געווען א צוגעפּוצטער, א גלאטער און א קאל-
טער, װוי בענגאליש פײַער, און מארקישעס פערז
האָט אין זיך פון טכילעס פארמאָגט געזונטע פּאַ-
טענץ פון פאָלקס-נוסעך.
מארקיש איז שוין אפילע אין ערשטן פּעריאָד
פון זײַן רומפולער שאפונג געווען אן עכטער,
אָרגאנישער דיכטער מיט א געזונטער נעטיע צו
עקספּערימענטאטאָרישקײַט אין דער פּאָעטישער
שפּראך און אין איר פערזן-קולטור.
עטװאָס שפּעטער איז מיר געקומען צו די
הענט מארקישעס בוך לידער ,סטאם", װוּ ס'איז
40
ער האָט אים שטארק ליב געהאט און מיט אים
זיך געגרויסט. סארא שארפער מויעך, ער וועט
טאקע אויסוואקסן א ראבינער, כאָטש שטאמען
שטאמט ער פון די שנײַדערס. באזונדערס האָט
דער זיידע זיך איבערגענומען מיטן אייניקל,
ווען יענער איז געװאָרן א מעשוירער באם
כאזן. לעפּאָנעם האָט ער אים געזידלט פאר
זײַנע שפּיצלעך. אָבער אין הארצן זיך גע-
טראכט: ,טאקע מײַן בלוט, מיט מײַנע שטיק-
לעך".
קיין פּאָלאָנע איז גיך דערגאנגען דער שעם
וועגן פערעץ מארקישן דעם סאָטשיניטעל, וועגן
שימשן-בערס אייניקל, װאָס שרײַבט שירים, וי
ביאליק. אין איינעם פון די זומעריטעג פון
9 האָט אים די נײַע מאכט און די לערער-
שאפט אײַנגעלאדן ארויסטרעטן אין פּאָלאָנע
מיט זײַנע לידער. די יעדיַע איז דערגאנגען צו
שימשן-בערן. האָט ער זיך יאָמטעװדיק אויס-
געפּוצט און געגאנגען איבער די גאסן צו װײַזן
זיך פאר די מענטשן. די אסיפע איז פאָרגעקו-
מען אין גרעסטן זאל פונעם שטעטל -- אין
בעסמעדרעש. סהאָבן זיך צונויפגעקליבן ייִדן
און װײַבער, יונג און אלט. באם ארײַנגאנג, אָנ-
שפּארנדיק זיך אף א שטעקן, איז געשטאנען
געווען אָפּגעדרוקט זײַנע א צעפּאטלטע פּאָעמע
לויפנדיק", וועלכע איז געוװוען קעגנזעצלעך
דעם עפּיש-רויִקן און מאָלערישן ,װאָלין" פון
זײַן לידער-זאמלונג ,, שװועלן". ,װאָלין" איז ביז
הײַנטיקן טאָג פארבליבן איינע פון די שענסטע,
שטארקסטע און מערקװוירדיקסטע װערק אין
דער ייַדישער פּאַעזיע.
ס'איז שווער זיך צו באפרײַען פון דער וויר-
קונג פון אָט דער צויבערלעך-שטילער און װוּג-
דערלעך-ראָמאנטישער פּאָעמע, וועלכע פאר-
וויגט אײַך, װי דער מאמעס א מעכײַעדיקער
ניגן. ,װאָלין" געהערט צו אונדזער קלאסיק.
איינער א דיכטער האָט געװאָלט מיר דער-
װײַזן, אז ,װאָלין" איז א װוּנדערלעך פּייזאזש-
בילד אין דער נײַער ייַדישער דיכטונג, נישט
מער. ער איז זיך טויע געווען, יענער דיכטער!
מארקישעס פּאָעמע , װאָלין" איז א טעמפּערא-
מענטפול, פּרעכטיק-אויסגעבויט פּאָעטיש ווערק
מיט אומפארגלײַכלעכן פּייזאזש און שארפזיניקן
שטייגער-געמעל.
און נאָך איין דעטאל וויל איך באצייכענען,
א דעטאל, פארבונדן מיט מארקישעס ביאָגרא-י
פיע, ביז איך האָב פּערזענלעך זיך באקאנט
מיט אים. גענוי דאָס יאָר איז מיר איצט שווער
זיך צו דערמאָנען -- עפשער אין 1920 אָדער,
מעגלעך, אין 1921 האָט אין א ייִדישער אויס-
גאבע, װאָס איז דערשינען אין װײַסרוסלאנד--
אפּאָנעם, אין וויטעבסק --זיך באוויזן א נאַ-
טיץ, אז אפן פראָנט פון בירגערקריג איז אומ-
שימשן-בער. מיט זײַן גוטמוטיקן שמייכעלע
האָט ער באגריסט די געקומענע:
-- איר ווייסט, סערדצע-לעבן, הײַנט װעט
זאָגן שירים מײַן פּערעצל, איר מעגט שױן
הערן...
דער זיידע פונעם יונגן פּאַעט איז כאָשעװו גע-
װאָרן אין פּאָלאָנע. די נײַע מאכט האָט אים
אָפּגעגעבן קאָװעד. ער האָט זיך דערנעענטערט
צו די אָנפירער פון שטאָט. באגעגענענדיק
קסילן, האָט ער אים געגריסט מיט קאָװעד פאר
דער האנט.
אין 1920 איז פּערעץ מארקיש געפאָרן קיין
פּאָלאָנע צו איבערפירן זײַן זיידן צו זיך קיין
קאטערינאָסלאוו. ער האָט אָבער שימשןיבערן
שוין ניט געטראָפן צװישן די לעבעדיקע.
מיט יאָרן שפּעטער האָט די באקאניווקער
גאס אין פּאָלאָנע באקומען דעם נאָמען , פּערעץ-
מארקיש-גאס".
אין דעם בוך ,סטאם" האָט דער גרויסער
פּאעט פארייביקט זײַן שנײַדערשן שטאם, מיט
וועלכן ער האָט זיך געגרויסט. רעאליסטיש און
ליריש, מיט ליבע און הארציקײַט האָט מארקיש
געמאָלט דאָס געשטאלט פון שימשן"בערן. וי
אן אמכאָימענטש, האָט שימשױיבער געקאַנט
האָרעװען, שלאָפן אין סעזאָןיצײַט נאָר א פּאָר
שאָ, קרעפטיקן זיך מיט א שקאליקל, פרייען
זיך אף כאסענעס, קלײַבן נאכעס פון די צװײַגן
פון זײַן שטאם, זיך ניט דערנידעריקן פאר די
קלייקוידעש און גווירים.
צוויי זעלן האָבן געלעבט אין שימשןיבערן:
די האָרעפּאשנע און די באלעבעסלדיקע. דער
אלטער צושנײַדער האָט ניט געקאָנט באנעמען
דעם אומבײַט פון צײַטן און דוירעס און געפי-
נען אין דער נײַער צײַט זײַן אָרט --,װאָס זשע
קאָן שוין זאָגן הײַנט א פּראָסטער שנײַדער..
דאָס האָבן אָבער גוט פארשטאנען די ארבע-
טער-יונגען, די באָלשעװיקעס פונעם נײַעם
דאָר -- שלוימע-בער און אזריעל. זיי האָבן אף
לעבן און טויט, אין ברידערלעכער אכדעס מיט
די רוסישע, אוקראינישע און אנדערע ארבע-
טער, געקעמפט פארן ניצאָכן פון דער ארבע-
טער-מאכט, פארן אופבוי פונעם נײַעם לעבן.
דער טאטע
דאָװידלען האָט שימשן-בער געהאלטן פארן
גרעסטן שלימאזל צװישן זײַנע איידעמס. דאָ-
די פובליקאציע פון אװוראָס קאהאנס זיכרוינעס
פאלט צונויף מיט זײַן 775טן געבורטסטאָג. איי"
נער פון די גרונטלייגער פון דער סאָוועטישער
ייִדישער פּראָזע, האָט א. קאהאן זײַנע לעצטע
װערק געשאפן אין די 60'ער יאָרן, זײַענדיק
א שעפער אויך פונעם הײַנטצײַטיקן פּעריאָד
אין אונדזער ליטעראטור.,, סאָוועטיש היימלאנד"
װעט פאָרזעצן דרוקן די ליטערארישע יערושע
פונעם אָנגעזעענעם פּראָזאיקער.
געקומען ,דער ייונגער ייִדישער דיכטער פּ.
מארקיש".
איך האָב געלייענט אויך דעם נעקראָלאָג, אין
וועלכן ס'איז, אגעוו, דערמאָנט געװאָרן, אז דאָס
איז שוין דער צווייטער פארלוסט אין דער יונ-
גער ייִדישער דיכטונג נאָכן טויט פון אָשער
שווארצמאנען. צום גליק, האָט מארקיש עס ניט
,באשטעטיקט".
איז אָט, האָבנדיק די פאָרשטעלונג וועגן א
בונטאריש-אייגנארטיקן סטיל פון א מאָדערנעם
רעװאָליצ;אָנערן דיכטער, האָב איך זיך מיט
פּ. מארקישן אין סענטיאבער 1921 פּערזענלעך
באקענט אין מײַן היים-שטאָט בערדיטשעוו. און
אָט ויאזוי דאָס איז פאָרגעקומען.
אין יענער צײַט בין איך געװען א לערער
אין איינער פון די פאָלקסשולן, װי מע פלעגט
זי דעמלט אָנרופן. איינמאָל, ווען כ'האָב זיך
אומגעקערט פון די שולילימודים, האָב איך
דערזען א פּלאקאט, װאָס האָט געמאָלדן וועגן
פּערעץ מארקישעס אן אָװנט אין שטאָטישן
ארבעטער-קלוב. אפן פּלאקאט איז געווען אָנ-
געשריבן דער נאָמען און די פאמיליע פונעם
דיכטער, דאָס אָרט, װוּ דער אָװנט װעט פאָר-
קומען, און אז דער ארײַנגאנג איז פרײ, אָן
בילעטן,
איך מוז דאָ זיך מוידע זײַן, אז ביז דעמלט
האָב איך נאָך קיין איין מאָל ניט געזען קיין
לעבעדיקן שרײַבער. איך געדענק, אז בלע-
טערנדיק די ליטעראטוריכרעסטאָמאטיע, האָב
איך זיך איינמאָל פארכידעשט, װאָס אונטער
41
וויד איז מער פון זיי אלעמען געזעסן באם
שווער אף קעסט, און טאקע צו קיין פּארנאָסע
זיך ניט דערשלאָגן. ס'איז ניט געווען װאָס צו
ריידן וועגן אן אייגענער דירע, איז ער אף לאנג
פארבליבן װווינען אין שימשן-בערס שטוב. דאָס
אריבערפאָרן קיין ראָמאנאָװ האָט קיין מאזל
דער מישפּאָכע ניט געבראכט. נאָר פאר פּערעצן
איז עס געווען א נײַער קוואל פון אײַנדרוקן און
פּאֶָעטישע געפילן.
דאָװיד האָט געשטאמט פון גרויסן ייַכעס, פון
די אלטע שפּאנישע דוירעס ייַדן. ער איז געווען
א לאמדן, אָבער א לוי-יוצלעך. װאָס שימשן-
בער האָט ניט געטאָן צו שטעלן דאָװידן אף
די פיס, האָט עס ניט געהאָלפן. אָט האָט דער
שווער אים געגעבן א גאנצן קאפּיטאל און
אוועקגעשיקט אים קיין אסטראכאן אײַנקױפן
עטלעכע פעסער הערינג; איז ער טאקע אוועק-
געפאָרן, געקויפט, נאָר ביז ער האָט זיך אויס-
געקליבן זיי איבערפירן, זײַנען אין די זומער-
דיקע היצן די פעסער צעטריקנט געװאָרן און
די הערינג זײַנען געװאָרן פארזשאווערט און
פארשטונקען. האָט דער שװוער אים געהאָלפן
ארענדירן אן אלטע מיל, איז זי אינגיכן אײַנ-
געפאלן...
מ. גאָרקיס א פּאָרטרעט איז ניט געשטאנען קיין
ציילעמל, הייסט עס, אז ער לעבט ערגעץ, װײַל
בא אלע אנדערע שרײַבער, וועמעס װערק מיר
האָבן דערלערנט אין שול, זײַנען געשטאנען
אונטער די ביאָגראפיעס דאָס יאָר פון געבוירן
און א ציילעמל מיטן יאָר, ווען דער שרײַבער
איז געשטאָרבן.
מארקיש איז געווען דער ערשטער ייִדישער
שרײַבער, וועמען כ'האָב דערזען א לעבעדיקן,
און, װי מע זאָגט, איינס-אף-איינס.
דערװוּסט זיך, װוּ מארקיש האָט זיך אָפּגע-
שטעלט, בין איך גלײַך אװועק צו אים. אופ-
געעפנט די טיר און ארײַנגעשטעקט דעם קאָפּ
(נאטירלעך, צוערשט אָנגעקלאפּט און דער-
הערט , מע קאָן"), בין איך אריבערגעטראָטן די
שװעל און געבליבן שטיין, געדענק איך, אין
א לענגלעכן צימער אנטקעגן א גרויסן שפּיגל
און דערזען זיך אליין, א ביסל א פארלוירענעם,
מיט זוכנדיקע אויגן. נאָר אָט וואקסט אויס פאר
מיר א שיינער יונגערמאן, עטװאָס העכער פון
מיטעלן װוּקס, מיט א ביסל א פארהויבענעם
קאָפּ, מיט שווארצע האָריקרײַזלעך, מיט א
שטעכיקן בליק. דאכט זיך, א באקאנט פּאָנעם
פון דער כרעסטאָמאטיע: בײַראָן, צי עפשער
שעלי... ניין, ניט בײַראָן און ניט שעלי. אָבער
גוואלדיק באקאנט. וי דאָס געשטאלט זאָל האָבן
אראָפּגעגאנגען פון א פרעסקע...
-- וועמען דארפט איר?
-- אײַך דארף איך,
42
אָבער אין פּראט פון רוכניעס האָט דאָװיד
זיך אויסגעטיילט װי א באגאבטע נאטור. ער
איז געווען א מענטש מיט טיפע קענטענישן
פון דער אלטער ייִדישער קולטור, געשעמט מיט
זײַן ערלעכקײַט, גערעכטיקײַט, פארשטאנד. גע-
ווען דער ערשטער באל-אייצע אין שטעטל און
אין שטאָט, א קאסיר און א כעזשבן-פירער פון
די בעסמעדרעש-געלטן. וועגן דאָװידס ערלעכ-
קײַט האָט מען דערציילט כידושים אין קאטע-
רינאָסלאװער אָפּטײלונג פון דער קאָאָפּערא-
טיווער פארייניקונג (,, צענטראָסאָיוז"), װוּ מע
פלעגט אים ארויסגעבן פּאפּיר און מעל צו
קלעפּן שקארמיצלעך. װעט בלײַבן אן איבעריק
ביסל מעל, האָט מען געװוּסט, װעט ער צוריק-
ברענגען, כאָטש די פאמיליע הונגערט.
דאָװידס טאָכטער פאניע פּאָלסקאיא און זײַן
איידעם ארקאדי קיסלאָוו, א קאָמיוגיסט פונעם
0 יאָר, דערציילן וועגן דאָװיד מארקישן:
-- א הויכער, שיינער ייֵד, ליכטיקיבלויע
אויגן, א לאנגע פירעקיקע באָרד, א קלאסיש
געטאָקטע נאָז, דינע ליפּן און זעלטן פילבארע
אויערן. עס האָט זיך געדוכט, זי כאפּן ניט נאָר
אוף יעדעס װאָרט, יעדן קלאנג, נאָר זיי ריידן
אליין. אָרעם, אָבער ציכטיק געקליידט. א קאמצן
-- מיך?
-- יאָ, איר זײַנט דאָך פּערעץ מארקיש!
-- געטראָפן. ויַאזוי האָט איר זיך דערװוּסט
וועגן מיר!
-- לויט דער אינערציע! -- שיס איך אויס.
מארקיש כאפּט א קוק אף מיר, און אונטער
זײַנע אויגן באװײַזן זיך דינע כויזעק-קנייטשע-
לעך.
-- עפשער האָט איר געװאָלט זאָגן ,לוט דער
אינטויציע"..
איבער אָט דעם לעפּישן דורכפאל מײַנעם
האָט צוערשט זיך ניט געקלעפּט דער שמועס,
צו וועלכן כ'האָב אזוי זיך געגרייט. ביסלעכװײַז
זײַנען מיר דאָך ביידע ארײַנגעצױגן געװאָרן
אין א ליטערארישן געשפּרעך, און אן ערעך
אין א האלבער שאָ ארום מאכט צו מיר מאר-
קיש:
-- איצטער לייענט מיר דורך א פּאָר לידער,
מײַן ליבער אװוראָם.
ס'האָט זיך מיר פארגעדענקט, אז באם אויס-
הערן די שורעס ,עס זײַנען שוין פארנאכטן
אזעלכע קראנקע" האָט מארקיש ארופגעלייגט
אף מײַן אקסל די האנט און מיט א מילדן טאָן
ווייך באמערקט: , יאָ, פײַן. אָבער צי ווייסט איר,
אז דאָס דאָזיקע בילד איזן באװוירקט פון
עמעצן?.."
כ'האָב גלײַך זיך דערמאַנט אין אן ענלעכער
שורע אין איינער פון זײַנע, מארקישעס, פּײ-
זאזש-לידער, און זיך פארויטלט.
אף וערטער, אָבער יעדער בליק זײַנער האָט
וועגן פיל גערעדט. טאָג און נאכט איז ער גע-
זעסן אײַנגעהױקערט איבער די ספאָרים. ,דער
טאטע דאוונט, הוסט און לערנט אײַנגעבױיגן"
(פּ. מארקיש. , בריוו פון דער היים").
דאָװיךד האָט דורכגעמאכט א שװער לעבן
גאָר יונג פארלאָרן דעם טאטן, און די מאמע --
א בידנע אלמאָנע.-- האָט אים ניט געקאָנט
אויסהאלטן. פאר זײַן האסמאָדע און גוטן קאָפּ
האָט קאָהאָל אים אָפּגעשיקט אין א יעשיווע. ער
איז געשטאנען אף טעג, געהונגערט, ביז
שימשן-בער האָט אים ניט אונטערגעכאפּט אף
צו כאסענע מאכן פאר אים די עלטערע טאָכ-
טער כײַע.
מארקישעס מוטער -- כײַע איז געווען א שיי-
נע, הארציקע, צניִעסדיקע פרוי. דאָס גאנצע
לעבן געזאָרגט פארן מאן, פאר די קינדער און
אייניקלעך. , און דײַנע, מאמע, הענט.. װאָס
זאָרגן סטאם, װאָס זאָרגן פרום, פּונקט וי זיי
האָדעװען און צערטלען".
כײַע האָט געבוירן זיבן קינדער. צוויי זין;
מייער און פּערעץ, און פינף טעכטער: לייע,
יענטע, גאָלדע, עטל, פייגע. אלע קינדער זײַנען
געװען סטאטנע, שיינע, געהאט א גריסן
-- אָבער ס'מאכט ניט אויס, דאָס איז נאטיר-
לעך באם אָנהייב, -- האָט מארקיש מיך בא"
רויַקט, און ער טוט זיך דערבײַ א דריי איבערן
צימער, מיט די הענט פארלייגט אין די קע-
שענעס, קוקט מיר ארײַן אין פּאָנעם און גיט
צו: ---איר מיינט, רעב אװוראָם, אז ס'איז בלויז
בא אײַך אזוי? אָ, ווען איך זאָל נעמען דערציילן
פון זיך און פון מײַנע באקענטע...
א ביסל שפּעטער האָב איך פאָרגעלייענט מײַן
איבערזעצונג פון אלעקסאנדער בלאָקס
, צוועלף", װאָס איז דעמלט געוֶוען שטארק פּאָ-
פּולער. מארקישן איז באזונדערס געפעלן גע-
װאָרן די איבערזעצונג פון די שורעס:
זאצאנקץ6 א8066 006 118 21
;זאסץ832ט קהאנסח //80סקחע!2ת
,/08קא 8 קהאנסת /80סקח!ת
.. 628000.1081 ,024חס10
איך האָב די שורעס אזוי איבערזעצט:
אף צעזעצעניש בורזשויען
װעט די סרייפע װײַטער וויען
ס'איז די וועלט-סרייפע אין בלוט,
בענטש אונדז, גאָט, און גיב אונדז מוט!.
-- גיט עס מיר אהער, --מאכט צו מיר מאר-
קיש, און ער נעמט פלינק פון מײַנע הענט
דעם מאנוסקריפּט און װיקלט אים צונויף אין
א טרײַבל און טראָגט צו צום מויל, און מיר
דאָרשט צו בילדונג און ארויסגעוויזן גוטע פייי*
קײַטן. לייע און יענטע זײַנען געװאָרן לערערנס
און, װי מייער און פּערעץ, פרי געקומען צוי
הילף די עלטערן. נאָר גאָלדע איז געווען פון
קינדװײַז קראנק און איז גאָר יונג געשטאָרבן.
פייגע איז, װי א בעזשענקע, אָנגענומען גע-
װאָרן אין קאטערינאָסלאװוער פרויען-גימנאזיע.
מיט די בעזשענצעס איז דאַװיד מארקישעס פא-
מיליע אין אָנהייב פון דער ערשטער וועלט-
מילכאָמע אריבערגעפאָרן קיין קאטערינאָסלאוו.
צו יענער צײַט האָבן דאָרט געוװווינט די טאָכ-
טער לייע, דער זון מייער און זייערע פאמי-
ליעס. זיי האָבן געהאָלפן די עלטערן זיך בא-
זעצן אף סטאראַידװאָריאנסקע-גאס (איצט
פּלעכאנאָװוו-גאס).
דאָװיד, װי כײַע, האָט שטארק ליב געהאט
אלע קינדער, נאָר באזונדערס איז זײַן שטאָלץ
געווען פּערעץ. נאָכן כיידער האָט ער מיט אים
אליין געלערנט, אײַנגעזען זײַן כאריפעס, דעם
זעלטענעם זיקאָרן, די כאָכמע, קענטענישן פון
גראמאטיק און שפּראכן. אויסערלעך איז פּע-
רעץ געווען אן אױסגעגאָסענער דאָװיד, נאָר א
זשוואווער וי קוועקזילבער, א גרויסער שטי-
פער און אן אפּיקױרעס פון די יונגע יאָרן.
האָט זיך געדאכט, אז ער האָט אין דעם ארײַנ-
געטרובעט: ---,, איך װעל עס ערגעץ אָפּשטעמפּ-
לעף"..
איך געדענק גענוי, אז מארקיש האָט בעפיי-
רעש געזאָגט: ,אָפּשטעמפּלען" אָנשטאָט ,אָפּי
דרוקן". און דאָס האָט אזוי אויסטערליש א קלונג
געטאָן אין מײַנע אויערן. אגעוו, די איבערזע-
צונג מײַנע איז קיינמאָל ניט אָפּגעדרוקט גע-
װאָרן, און דער מאנוסקריפּט איז בא מיר פאר-
לוירן געגאנגען.
--- מיינט ניט, -- דערהער איך װײַטער, --אז
ס'איז ניטאָ קיין איבערזעצונגען פון בלאָקס
,צוועלף". מוישע טײַטש, מוישע בראָדערזאָן.
אײַער איבערזעצונג איז אנדערש.
און ער האָט דערבײַ עטלעכע מאָל ארײַנגע-
װאָרפן דאָס װאָרט ,טאלענט". טאלענט בא
טײַטשן, טאלענט בא בראָדערזאָנען... איך האָב
א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען---דאָס ער-
שטע מאָל געהערט אין ייִדיש ,טאלענט" אָנ-
שטאָט , טאלאנט".
-- װאָס איז, רעב אװוראָם! אז ס'איז גאָרנישט
ניטאָ בא דער נעשאָמע, זאָגן מיר אויך, מיר
שעמען זיך ניט. אָבער מע דארף א סאך האַ-
רעווען אף צו געפינען די אייגענע שטימע אין
זיך. איר װעט ארבעטן, זוכן אין זיך, װעט איר
געפינען. ס'וועט ארופשווימען דאָס אייגענע,
און דאָס פרעמדע אין אײַער שאפונג װעט פּא-
מעלעך אָפּגײן.
..מיט יאָרן שפּעטער, בא פיל אנדערע בא-
43
פארן פאָטער איז קלאָר געווען-- קיין ראָװו
װעט ער ניט זײַן. אָבער א כאָשעװער מאס-
קיל -- אף זיכער. שפּעטער איז ער געװען
איבערצײַגט, אז זײַן פאָטערישער פארשטאנד
האָט אים ניט אונטערגעפירט. מיט ייראסיהא"
קאָװעד האָט ער געשריבן דעם 28-יאָריקן זון:
,לבני החכם והמשכיל" (מײַן זון, דעם כאָכעם
און מאסקיל). אז די וועלט האָט אָנגעהויבן ריי
מען דעם גרויסן סאָוועטישן פּאָעט, האָט דער
פאָטער מיט ליבע און שטאָלץ געשריבן פּע-
רעצן: , מײַן קינד, מײַן קלוגער אריסטאָטעל!"
פּערעצעס יוגנט-יאָרן האָבן געבראכט די על-
טערן אי פרייד, אי ניט פארווירקלעכטע האָפע-
נונגען. זיי האָבן געהאָפט -- ער װעט װערן אן
אפּטײיקער, װען א װײַטער קאָרעו האָט אים
אופגענומֶען אלס לערן-ייַנגל אין פּאָלאָנער אפּ-
טייק. אָבּער גאָר אינגיכן האָט ער זיך צעאמ-
פּערט מיטן באלעבאָס און איז פון אפּטײק
ארויסגעשמיצט געװאָרן. האָט ער פארנומען א
נײַע, גאָר א פײַנע שטעלע --א מיטארבעטער
אין קאָנטאָר פון דער פּאָלאָנער לײַ- און שפּאָר-
קאסע.
-- ער וװעט, מירצעשעם, א בוכהאלטער
ווערן, -- האָבן געטרוימט די עלטערן. אָבער די
האָפענונג איז צעשװוּמען, װוי וואסער. פאר אָר-
גאניזירן אין דער שפּאָרקאסע א ליאמע פאר
די אָנגעפאָרענע אקטיאָרן האָט מען אים ארויס-
געטריבן.
נאָך ייַנגלװײַז האָט פּערעצעס גוט הארץ און
זײַן פילבארע נעשאָמע שטארק איבערגעלעבט
די דאכקעס און נויט, װאָס ער האָט געזען
בא די שטעטלדיקע אָרעמעלײַט. זײַן הארץ האָט
באזונדערס געוייטעקט פאר טעװיע דעם
שטריקלדרייער, צו וועלכן ער פלעגט זיך ארײַנ-
כאפּן אין שטוב, סטארענדיק זיך מיט עפּעס
מיטצוהעלפן דעם אויסגעמאטערטן אָרעמאן.
אָפּט פלעגט ער אים פארבײַטן באם דרייען די
ראָד און ציִֶען די פעדעם.
אז פּערעץ איז אונטערגעוואקסן, איז דער
ווילן מיטצוהעלפן די לײַדנדיקע איבערגעוואקסן
אין א פעסטער שטרעבונג זיך באהעפטן מיט
די ארבעטער אין זייער קאמף. דאָס יונגע באָ-
כערל איז אוועק ארבעטן קיין סלאװוּטע אף א
פּאָרצעלײַ-פאבריק. גיך באפרײַנדעט ער זיך
מיט , בונטאָװושטשיקעס" און װוערט איינער פון
די אָרגאניזאטאָרן פון א שטרײַק. דאָס איז
דערגאנגען צו די באלעבאטים פון דער פירמע
,סעגאל", און קעדיי מע זאָל אים ניט ארײַנזעצן
עעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעאעאאאאאאא א
געגענישן, פלעג איך אין א שפּאס זאָגן מאר-
קישן, אָנרופנדיק אים באם נאָמען און פאָטער-
נאָמען (געווען אין אונדזערע קרײַזן אזא מינ-
העג);
-- פּערעץ דאװידאָוויטש,
אונטערגעטוקט...
און ער האָט אָפּט געענטפערט דערוף;
-- מע זעט עס, פאראן עכטע סימאָנים...
און ביידע האָבן מיר געלאכט.
דעמלט, באם ערשטן שמועס, געדענק איך,
האָט ער דערציילט וועגן דעם, אז אין קלעוו
האָט ער געהאט אן אָװנט, זווּ די קיעווער שרײַ-
בער ד. װאָלקענשטײן און ד. האָפּשטײן זײַנען
ארױיסגעטראָטן און װוּ האָפּשטײין האָט טרעפ-
לעך גערעדט וועגן דיכטערישן װאָרט, װאָס
פלייצט צו שטורמיש בא מארקישן מיט צו
גרויסע שטראָמען אָן אָפּהאלט, אָן קאָנטראָל..
-- און איך בין בייז געװאָרן אף האָפשטײינען
און אים ארײַנגעזאָגט: בא אײַך פליסן די לידער
מיט א שמאָל שטרעמעלע, וי פון א פּולװערי-
זאטאָר! און האָפּשטײן מיר צוריק: און בא אײַך,
וי פון א פּאָזשארנע קישקע...
מיר האָבן געלאכט: א פּולװעריזאטאָר, א פּאַ
זשארנע קישקע... מיילע, װאָס דיכטער דער-
לויבן זיך אויסווארפן איינער דעם צוייטן,
אָבער דער טאָך און די קאװאָנע זײַנען דאָך
גוטע -- דיכטונג, נײַע ייִדישע רעװאָליוצ;אָנע-
רע דיכטונג.
דערנאָך האָט מארקיש מיך געבעטן, איך זאָל
אים װײַזן, װוּ עס װוינט דעם ניסטערס מאמע,
41
כ'האָב זיך שין
זײַן אין דעם ניסטערס שטאָט און זיך ניט בא-
קאנען מיט זײַן מישפּאָכע -- איז עפּעס ניט פײַן
פון זײַן, מארקישעס, זײַט.
מיר זײַנען צוזאמען געגאנגען אף יענער זײַט
הרעבליע צום ניסטערס מישפּאָכע און געטראָפן
דאָרט די מוטער--א צארטע קלײנװוּקסיקע
זקיינע מיט מילדע קליינע אויגן, װאָס האָבן
זיך מיר פארגעדענקט. איך מעג שװערן, אז
די אלטע פרוי האָט ניט געװוּסט, מיט װאָס איר
ז פארנעמט זיך. עפּעס שרײַבט ער מײַסע-
עך..
אף צוריקוועגס האָבן מיר שוין גערעדט וועגן
דעם ניסטערס שאפונג.
אין א קורצער צײַט ארום האָב איך זיך
דערװוּסט, אז מארקיש געפינט זיך אין ווארשע
און ברענט דאָרט א וועלט, גיט ארויס א זשור-
נאל ,כאליאסטרע", טראָגט דאָס רעװאָליוצלאָ-
נערע װאָרט אין די מאסן, טרעט ארויס קעגן
הילעל צייטלינען און אזוינע, וי ער, און אז
דער דיכטער מיילעך ראװויטש האָט אפילע
ארויסגעלאָזט א ספּעציעלע בראָשור , פּראָ פּע-
רעץ מארקיש". אף א שטיק צײַט איז מארקיש
געװאָרן דער צענטער פונעם ווארשעווער רוי-
שיקן ליטערארישן לעבן.
אזוי איז פאָרגעקומען מײַן ערשטע באגעגע-
ניש מיט פּערעץ מארקישן. פיל מאָל האָבן מיר
זיך נאָך געטראָפן מיט אים אפן ליטערארישן
וועג אין די שפּעטערדיקע יאָרן. אָבער דאָס איז
שוין אן אנדער טעמע.
=
אין טפיסע, האָט ער געמוזט גלײַך זיך אָפּי
טראָגן.
ס'האָט זיך אָנגעהויבן זײַן נאווענאד-לעבן אין
קעשענעוו, באלטע, אָדעס. ער האָט זיך פאר-
נומען אי מיט לערערײַ, אי מיט שווארצער
ארבעט און קוים פארדינט אף ברויט.
אין 1916, בייס דער ערשטער וועלט-מילכאָ-
מע, איז פּערעץ מאָביליזירט געװאָרן אין דער
צארישער ארמיי. אינגיכן האָט מען אים אוועק-
געשיקט אפן דײַטשישן פראַנט, װוּ ער איז
פארװוּנדעט געװאָרן. די בעסטע רעפוע פאר
אים איז געווען די גיכע פארניכטונג פון דער
זעלבסטהערשונג.
מיט דער גרויסער סאָציָאליסטישער אָקטיא-
בער-רעװאָליוציע איז פּערעץ מארקיש געבוירן
געװאָרן אלס דיכטער. ער האָט גלײַך באנומען
איר וועלט-באנעם און זײַן אייגן אָרט צװוישן די
אופגעשטאנענע מאסן:
-- וועלט!
גענוג איז מיר א גרעזעלע נאָר זײַן פון דיר,
אז גרויס כ'זאָל זײַן, וי דו אליין...
(, שוועלן")
פינף יאָר האָט געלעבט פּערעץ מארקיש אין
קאטערינאָסלאוו (דניעפּראָפּעטראָװסק). אין
אלקערל פון דעם טאטנס דירע האָט ער געשאפן
זײַנע יוגנט-לידער, די באװוּסטע פּאָעמעס און
טעמאטישע ציקלען. זײַנע עלטערן האָבן גע-
שעפּט גרויס נאכעס פון דעם זונס דערפאָלגן,
זייער מאטעריעלע לאגע האָט זיך פארבעסערט,
זיי האָבן אָנגעהױבן באקומען אן ,אקאדעמישן
פּאיאָק", װאָס איז אין יענע צײַטן ארויסגעגעבן
געװאָרן די געלערנטע און שרײַבער. די דירע
איז פאר זיי פארפעסטיקט געװאָרן, די ייִנגערע
טעכטער האָבן כאסענע געהאט. דאָװוידס נײַע
איידעמס זײַנען געווען ארבעטער, קאָמוניסטן,
און זיי האָבן צוזאמען מיט פּערעצן ארײַנגע-
טראָגן דעם רעװאָליוציע-גײַסט און רעװאָליו-
ציעישטייגער אין דער מישפּאַכע. דאָװיד האָט
באקומען א זיכערע פּארנאַסע אלס א קוסטאר
און געשעפּט די כאיונע פון קלעפּן קוליאָקן
פאר דער קאָאָפּעראציע.
-- זעסט, ארן, איך בין איצט א פּראָלעטא-
ריאט, און כײַע, װאָס העלפט מיר קלעפּן, איז
טאקע אויך א פּראַלעטאריאט, -- האָט ער איינ-
מאָל א זאָג געטאָן זײַן איידעם קיסלאָון.
מײַנע א באגעגעניש מיט פּערעץ
מארקישן
קיין קאטערינאָסלאוו בין איך אָנגעקומען אין
אָנהײב מײַ 1920. באזעצט האָב איך זיך אין
דער קאָמיוג-יקאָמונע אין האָטעל ,פּאלמירא".
באטאָג האָבן מיר געארבעט אף פארשיידענע
ארבעטן פון , קאָמונכאָז" (אָפּטײילונג פון דער
שטאָט-ווירטשאפט) און אין די אָװונטן און נעכט
זיך באטייליקט אין יוגנטלעכן קאמפס-אָטריאד,
וועלכער האָט באשיצט די שטאָט,
אין איינעם פון די נעכט בין איך באשטימט
געװאָרן אין קאראול אפן װאָקזאל -- אָפּצוהיטן
וואגאָנעס מיט שפּײַז און געווער. די נאכט איז
געווען א ליכטיקע, א זויבערער הימל. ביקסן
האָט מען אונדז געגעבן אלטע, ערטערװײַז בא-
דעקטע מיט זשאווער. דאָס האָט אָבער אונדז
װײיניק געקימערט. מיר האָבן זיך מיט די ביקסן
ניט געצאצקעוועט, ניט גערײיניקט זיי, אגעווי
אורכע ניט פעסט געווען אין פאנאנדערקלײַבן
דעם ביקס-שלאָס. מיר האָבן זיי פארװאָרפן
מיטן רימען אף די פּלײיצעס און זיך געשטעלט
אפן פּאָסט.
אומדערווארט האָב איך דערזען פּערעץ מאר-
קישן. ער איז געשטאנען װי אן אוױיסגעגאָסענע
סקולפּטור, יאָמטעװדיק געקליידט. א וינטל
האָט געשויבערט זײַנע האַר און אופגעדעקט
דעם גרויסן שטערן. ער האָט געהאלטן די ביקס
בא די פיס. כ'האָב זיך מיט אים באגריסט. אין
א פּאָר שאָ ארום האָט מען אונדז פארביטן. עס
האָבן א קאפּע געטאָן רעגן-טראָפּנס. א ווינטל
האָט אָבער גיך פארטריבן דאָס פארבלאָנדזשע-
טע װאָלקנדל. כ'האָב געײַלט אין קאראול-הויז
א דרעמל צו טאָן ביז דער װײַטערדיקער וואכ-
טע. פארבײַגייענדיק, טו איך א קוק צו מאר-
קישן. אראָפּגײענדיק פונעם פּאָסט, האָט ער
ניט געײַלט זיך אָפּגעשטעלט אין א זײַט, ארויס-
געצויגן פון קעשענע א ציכטיק-װײַס טיכעלע
און גענומען אָפּװישן פון דער ביקס די רעגן-
טראָפּנס. ער האָט ניט געווישט, נאָר ליבלעך
געגלעט די הילצערנע טיילן פון דער ביקס.
דערזעענדיק מיך, האָט ער מיר בארויגעזלעך א
זאָג געטאָן:
-- מע דארף צו א ביקס זיך באציען צערט-
לעך...
מיט פיל יאָרן שפּעטער, אומקערנדיק זיך
פונעם פּראָנט פון דער פאַטערלענדישער מיל-
כאָמע קיין מאָסקװע, האָב איך איבערגעלייענט
מארקישעס לידעריזאמלונג ,פאר פאָלק און
היימלאנד", וועלכע איז אָפּגעדרוקט געווען אין
3. אין די אויגן האָבן זיך געװאָרפן די ער-
שטע סטראָפעס:
איך ווײס: דז האָסט געקושט די ביקס אין יענעם
טאָג,
װאָס האָט אף װאָגשאָלן געלייגט פון פאָלק דאָס
לעבן.
יאָ, מארקיש האָט װי געקושט די ביקס אין
יענעם מײַיטאָג פון 1920,
מוישעילײב האלפּערן
דער
זינגט דער פויגל פרײַ און פריילעך,
ציטערט אף זײַן טראָן דער מיילעך,
ציטערן איז ניט קעדלי,
זינג איך, װוי דער פויגל, פרלי,
און געשװוינד,
וי דער ווינט,
טאנץ איך העפקער, טאנץ איך בלינד,
גאס ארײַן און גאס ארויס!--
בין איך קראנק און אלט און גראָ,
וועמען ארט עס -- האָ-האָ-האָ!
פאר א קופּער-גראָשן בלויז
פּױיק איך, אז די פּױיק זאָל פּלאצן,
און איך דזשינדזשע אין די טאצן,
און איך דריי זיך רונד ארום --
דזשין, דזשין, בום-בום-בום.
דזשין, דזשין, בום! י
קומט א מיידל א מאכשייפע,
צינדט זיך אָן אין מיר א סרייפע,
נעם איך זיך נאָך װוילדער דרייץ,
און איך פּרעס צונויף די ציין.
און איך ברום:
--- מיידל, קום,
גיב די הענט און נעם ארום.
הייסער טאנצט זיך עס צו צוויי,
ס'האָט אזא, װוי דו, א שלאנג,
מיך פארלאָזן ערשט ניט לאנג.
קרענקט דאָס הארץ און פּלאצט פאר וויי--
פּױיק איך, אז די פּױק זאָל פּלאצן,
און איך דזשינדזשע אין די טאצן,
און איך דריי זיך רונד ארום --
דזשין, דזשין, בום-בום-בום.
דזשין, דזשין, בום!
46
גאסן-פּוקער
לאכן קינדער לוסטיק, מונטער,
פאל איך ניט בא זיך ארונטער,
רירט זיך, יונגען! פלינקער -- האָפּו
נאָכאמאָל א זעץ אין קאָפּ,
נאָך א שפּײַ!
סײַװיסײַ
מיטן שפּרונג גייט אלץ פארבלי.
צוגעוווינט צו אלדאָס בייז,
קנײַפּ איך א שטיק ברויט פון טאש.
און איך זשליאָקע פון דער פלאש.
ברענט דאָס בלוט און רינט דער שווייס --
פּױיק איך, אז די פּויק זאָל פּלאצן,
און איך דזשינדזשע אין די טאצן,
און איך דריי זיך רונד ארום,
דזשין, דזשין, בום-בום-בום.
דזשין, דזשין, בום!
אָט אזוי זיך דורכגעריסן,
דורכגעריסן, דורכגעביסן
מיטן קאַפּ, וי דורך א וואנט,
איבער שטעג און וועג און לאנד,
מיט די ציין
האק דעם שטיין!
האק דעם שטיין און בלײַב אליין!
הונט און שלעפּער, ליומפּל און ווינט,
העפקער, העפקער, דורך דער פרעמד!
האָב איך ניט קיין ראָק, קיין העמד,
האָב איך ניט קיין װײַב, קיין קינד.
פּױיק איך, אז די פּױיק זאָל פּלאצן,
און איך דזשינדזשע אין די טאצן,
און איך דריי זיך רונד ארום --
דזשין, דזשין, בום-בום-בום,
דזשין, דזשין, בום!
5*
בענק אהיים
בענק אהיים און האס דײַן היימלאנד,
זײַ אן אָפּגעבראָכן צװײַגל
פון א בוים א לאנג פארדארטן.
זײַ א קליינטשינק אשן-שטויבל
אין א ברענענדיקן טורעם.
קא'ס זיך, מענטשל, אין דײַן ווייטעק.
ווען א לייב זאָל דאָ פארבלאָנדזשען,
װאָלט ער וואנזיניק געװאָרן,
װאָלט ער זיך אליין צעריסן.
וויין אף דײַנע יאָרן, מענטשל,
וי אין יאם ארײַן א רעגן,
פאלן דײַנע טרערן.
זשום-זשום-זשום
שלאָפט מוישע-לייב, וי אין א וויג,
פליט ארום זײַן נאָז א פליג.
פליט די פליג מיט זשום-זשום-זשום,
וי א בין ארום א בלום.
דאכט זיך אים, אז שטילערהייט
װײַזט מען אָן אף אים מיט פרייד
און מע זאָגט, אז גאָר אין לאנד
איז ניטאָ אזא טאלאנט.
קוקט ער קלוימערשט ערגעץ העט,
גלײַך ער הערט ניט, װאָס מע רעדט.
נעמט זיך שוין די פליג פאר דאָס
און זי זעצט זיך אף זײַן נאָז,
דאכט זיך אים, אז צו זײַן קאָפּ
בייגט זיך עמעצער אראָפּ,
און ער זאָגט, אז גאָר אף דר'ערד
איז ניטאָ אזא מין פערד.
וויל ער, װער דאָס איז, דערגיין,
הערט ער ברומען זיך אליין...
גיט ער זיך אין נאָז א קראץ,
און ער טראכט זיך, אז ס'איז שוואץ,
און ער גיט א גענעץ אויך,
און ער לייגט זיך אפן בויך.
גלאט אזוי
האָט מוישע-לייב זיך אנידערגעשטעלט
אינמיטן דער נאכט צו דערטראכטן די וועלט.
הערט ער צום אייגענעם טראכטן זיך אײַן --
שעפּטשעט אים עמעץ אין אויער ארײַן,
אז אלצדינג איז גלײַך און אז אלצדינג איז קרום,
און ס'דרייט זיך די וועלט ארום אלצדינג ארום,
צופּט מוישע-לייב מיט די נעגל א שטרוי
און שמייכלט,
פארװאָס?!
גלאט אזוי.
צופּט ער אזוי זיך די שטרוי אין דער נאכט,
טוט זיך אים נאָכאמאָל עפּעס א טראכט.
טראכט זיך אים -- הערט ער זיך נאָכאמאָל אײַן --
47
48
שעפּטשעט אים עמעץ אין אויער ארײַן,
אז גאָרנישט איז גלײַך און אז גאָרנישט איז קרום,
און ס'דרייט זיך די וועלט ארום גאָרנישט ארום,
צופּט מוישע-לייב מיט די נעגל די שטרוי
און שמייכלט,
פארװאָס!---
גלאט אזוי.
אייבי קירלי, דער מילכאַמע-העלד
אייבי קירלי, דער מילכאָמע-:העלד,
מיט די מעדאלן אפן ברוסט, און מיט דער קוליע,
מאכט דאָס לינקע אויג צו, ווען ער וויינט.
נעכטן אָבער, אין א מיטן מיטװאָך,
האָט ער אינמיטן נאכט א יאָמטעוװו זיך געמאכט, --
זיבן לעבעדיקע זשאבעס אופגעגעסן.
זיבן מאָל האָט זיך מיר אויסגעדאכט,
אז בלויז דער נאכט-ווינט וויינט בא מיר אין גאָרטן.
נאָר איך האָב ניט געפּרוּװט בא זיך אפילע פרעגן,
פארװאָס ער וויינט.
אים פארדריסט עפשער,
פארװאָס ער קען די בלומען נישט באוועגן
אין מײַן גאָרטן.
זיי זײַנען שטיינערדיקע, -- אזוי האָב איך זיי אויסגעטרוימט.
נאָר מאָדנע, וי דאָס זאָל ניט זײַן,
ניט דער נאכט-ווינט -- אייבי קירלי האָט געוויינט.
איטלעך מאָל, ווען ער האָט איינע
פון די לעבעדיקע זשאבעס אופגעגעסן,
האַט ער באוויינט איר טויט.
איצט זיצט ער ווידער אין דער זון
און ווארט, די קינדער זאָלן קומען
זאָגן אים ,גוט-מאָרגן!",
ער האָט זיי ליב,
זייער ווארעמקײַט דערמאָנט אים אָן זײַן װײַב --
די ווילדע בארלא.
אים, לאכנדיק, אמאָל א ביס געטאָן אין מאָרדע.
נאָר דעמלט האָט ער נאָך געהאט זײַן קאטערינקע.
און א פּאווע-פעדער אף זײַן גרינעם קאפּעליוש,
און הויזן ענג-געפּאסטע,
און די שטיוול--
וי א שפּיגל האָבן זיי געפעכלט אין דער זון.
היי, מײַן בארלא!
אייבי קירלי טאָר זיך ניט דערמאָנען וועגן גליק,
װײַל ער שרײַט,
און דערנאָך, אז ער פארהוסט זיך, שפּײַט ער בלוט,
אזוי איז אָבער אייבי קירלי ניט קיין בייזער,
בלויז דאָס לינקע אויג פארמאכט ער,
ווען ער וויינט
מיט די מעדאלן אפן ברוסט און מיט דער קוליע.
3--4
אהאוואס-צייוין
מיט א בערדל וי א רויטער מאיער,
שאָקלט זיך דער כאָכעם הארשל באיער.
ער זאָגט טוירע, די טאלמידים הערן,
און זיי פאלן פאר אים אפן שטערן.
האָט ער אָפּגעזאָגט א שטיקל טוירע,
עסט ער אוף דאָס ליכט פון דער מענוירע.
און פארבײַסט מיט איילבירטן א שיסל,
און ער זעצט זיך אָפּצורוען א ביסל.
אָפּגערוט -- באטאפּט ער זיך דאָס בײַכל,
ווילט זיך, הייסט עס, נאָך עפּעס א מײַכל.
ברענגט מען אים דעם קאקערוזע-קוכן,
איז ער טרוקן, -- הייבט ער אָן צו פלוכן,
זעצן זיך ארום אים זײַנע װײַבער,
גלאנצט בא זיי דער בוימל אף די לײַבער.
קנײַפּט ער קוכן, און ער טונקט פּאמעלאך,
ווערט אים װוידער אפן הארצן פריילאך,
עסט ער אָפּ -- דער כאָכעם הארשל באיער --
טרינקט ער אויס א דראצן, פארצן אײַער.
ווישט זיך אָפּ די לעפצן, מיטן בערדל,
און ער כאָלעמט פון מאָשיִעך-פערדל,
וויל ער, עס זאָל װוילטון אים צו ליגן,
טרײַבן שקלאוון אָפּ פון אים די פליגן,
און עס טאנצט, און פּױיקט פאר אים זײַן גנענדל
מיטן יאמשעמשטאָק אין קופּער-פענדל,
איז דאָך אים, דעם כאָכעם הארשל באיער,
טאקע זייער גוט און זייער טאיער.
קראצט ער זיך פאר וווילטעק מיט א גופּל
אין זײַן שײַנעם װײַנגאָרטן באם נופּל,
און ער לייגט זײַן גנענדל אפן בעטל,
און ער טוט איר אויס דאָס פײַגנבלעטל.
און וי שלוימע, אונדזער קלוגער קײַניק,
זינגט ער שיר-האשירים אױיסנװײַניק.
ווער װועט ראטעווען
ער װועט ראטעווען די וועלט
פון דער פינצטערניש, װאָס ווערט שווערער און שװוערער?
דער הויף-האר װועט שיקן א קוימענקערער,
און דער ראָװו מיט זײַן הויכן סויבל-היטל
און דער גאלעך מיט זײַן װײַסן קיטל
וועלן אים העלפן די שיידים פארטרײַבן, --
די שיידים פארטרײַבן,
ווער װועט ראטעווען די וועלט,
אז דער הונגער ווערט אויך גרעסער און גרעסער?
דער הויף-האר האָט װײַן זיבן הונדערט פעסער,
און ראָוו און גאלעך -- גאָטס װוּנדער צו װײַזן
וועלן צונויפמישן בלאָטע מיט אײַזן
און װעלן פון דעם ווארעניקעס קאָכן, --
ווארעניקעס קאָכן.
ווער װעט ראטעווען די וועלט
פון דעם האס אין איר, װאָס ברענט, װוי א פײַער?
דעם הויף-האר באוואכט א העלד א געטרײַער,
און דעם ראָוו און דעם גאלעך, דעם ראָוו און דעם גאלעך,
היט אָפּ פונעם הימל א הײיליקער מאלעך,
און וועלף זאָלן פרעסן דאָס פאָלק דאָס וויסטע, --
דאָס פאָלק דאָס וויסטע.
49
0
דזשודאיזם
מײַן זלאָטשאָװער מומע הינדעיבאשע
בעט מיך, איך זאָל איר א שיפסקארטע שיקן;
זי װעט דאָ מאכן דאמען-פּאריקן
און געבן שטונדן אין כומעש מיט ראשע --
שרײַבט זי מיר אויף דײַטשיש.
דער יאם פון צאָרעס גייט שוין איבער,
און װוי איין ליכטעלכען, גייט אויס איר נעשאמע,
און זאָ העלף איר דער הערגאט, וי זינט דער מילכאמע
איסט קיין לעפל געקעכץ איר מונד ניכט אריבער, --
שרײַבט זי מיר אויף דײַטשיש.
איך האָב איר געענטפערט א בריוו און געשוווירן,
אז בא אונדז איז געקעכץ גענוג פאראנען;
נאָר די פּאניכעס אונדזערע מיט די פּאנען
פרעסן וי בערן און שטינקען וי טכוירן.
ס'איז פּאָשעט נישט אויסצוהאלטן, שרײַב איך.
און וועגן דעם, װאָס זי לאָזט מיר וויסן,
אז אפילע די הייליקע סאבאט-געזאנגען
זײַנען אין שטעטכען שוין אונטערגעגאנגען,
ענטפער איך איר, אז סע װוערט מיר צעריסן
דאָס הארץ אוואדע, ווען איך הער דאָס.
אויך וועגן איר מאן, דעם סאלאמאָן מאָזעס, --
שרײַבט מיר מײַן מומע, -- מע האָט אים געשמיסן,
און אים דאן, וי וועלפע איין שאף צעריסן,
און זי האָט אים איין קראנץ מיט ליליען און ראָזעס
געלייגט אויף זײַן היײליקן גריבע.
נאָר אויף דעם האָב איך דאפקע א טרייסט פאר מײַן מומען;
זאָל מיר נאָר, --- שרײַב איך, --- גאָט באגליקן,
איך זאָל דיר קענען א שיפסקארטע שיקן;
זאָל אזוי גיך מאָשיַעך קומען,
וי גיך דו װעסט האָבן א מאָזעס.
פאראנען, -- שרײַב איך, --א גאנצע סטאדע
מיט מאָזעסעס בא אונדז אין נוײיאָרצע.
איך קען איינעם, הייסט ער מאָזעס פאָרסע,
אף ייִדיש הייסט ער אנדערש אוואדע,
אָבער ערלעך איז ער ביז גאָר -- דאָס איז עמעס.
און די הויפּט-זאך איז דאָך -- ער זוכט איין אלמאָנא,
װאָס קען לייגן איין לאטכען אויף האָזע און רעק
און ארײַנמאכן צאצעס אין לעוואנא,
אז זי װועט קיין כאראָטע נישט האָבן,
און אויך בא זײַן נאָמען מאָזעס פאָרסע
שווערט ער זיך, אז אויב נאָר זי װועט װעלן,
וועט ער קעדאס-מאַָישע א כאפּע שטעלן,
אין עמאנועל-טעמפּל אין נוייאָרצע.
און אויך עפענען פאר איר איין דײַטשישן כיידאר.
און דאָס שרײַב איך איר טאקע.--איך האָב נישט קיין מוירע
פאר דײַטשיש צװוישן די ייַדישע שכיינים,
דאָס קען עפשער בלויז נישט געפעלן דעם קליינעם
דאָקטאָרל פּעמפּאק, װאָס וויל, אז די טוירע
זאָל מען לערנען דאפקע אף לאָשנקוידעש.
נאָר ער, וי מע ווייסט שוין, -- פינף מאָל טעגלעך
עסט ער ציבעלעס מיט רעטעך,
און מײַן דײַטשישע מומע שטינקט אויכעט (דאָס װעט איך).
וי דאָס דאָזיקע דאָקטאָרל פּעמפּאק.
אָבער קיינמאָל ניט אזוי אומדערטרעגלעך,
אבא רמ
בא א א גאט
7 ט
"ו
: א א '
:
עדו
רז
ףא
ייר יזא
: : גי
--
א פישלען דרייט זיך דאָס היטל אפן קאָפּ. ער איז פארוואלגערט מיט ארבעט. כוץ
אלע פּלענער, װאָס מע האָט צוגעשיקט, איז ערשט ניט לאנג אָנגעקומען א נײַער
באפעל, אז ער, דער פאָרזיצער פון ארטעל, זאָל דרינגענדיק זיך נעמען אופשטעלן די ציי
געלניע, וועלכע געפינט זיך אין כוטאָר, ניט װײַט פון דובאָווע, פון דעמבענעץ, הייסט עס.
ציגל דארף מען איצטער האָבן זייער נייטיק, אָבער װוּ זאָל מען נעמען מענטשן, װער װעט
אופשטעלן די אויוונס אף אויסברענען די ציגל. און אויב עס גייט א רייך וועגן אויסברע-
נען, מוז מען דאָך פיבּן האָלץ פונעם וואלד. ליים װעט אויך אליין ניט קומען צום ציגלי
זאװאָד, װוּ זשע נעמט מען סוסים? דערצו קומען אָן דירעקטיוון, אז די ארטעל זאָל העלפן
דער באפעלקערונג אופשטעלן זייערע הײַזער. ניין, ס'איז צו א שװער היטל פאר פישלען,
נאָר ער שטארקט זיך, ער ווייסט בלויז ניט װאָס פריער צו טאָן. און דאָ זײַנען די געקומענע
פון דער עוואקואציע אראָפּ פון זינען, --- מע װויל װאָס גיכער אופשטעלן, רעמאָנטירן די
אויוונס מיט די הרובעס, װײַל מע רעדט, אז נאפּטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט קלײַבט
זיך אװעקפאָרן פון דעמבענעץ,
פרויקע איז פאר אלעמען א גוטער. מענטשן רופן אים --- גייט ער, באטראכט די צערויי
נירטע אויוונס און הרובעס אין יעדער שטוב, מאכט א כעזשבן, וויפל מע דארף ליים און
זאמד, און גיט אייצעס, מע זאָל אין די כאָרעװ-געװאָרענע הײַזער זוכן ציגל, זיי אָפּרײניקן
און ברענגען צו פירן אין הויף ארלין,
דערװײַל איז אדורך קימאט א װאָך, און פראָיִם כאפּט זיך ניט שטעלן צו דער ארבעט,
ער פאַדערט, אז פישל זאָל אים געבן א באהעלפער, נאָר פישל ווייסט ניט װוּ נעמט מען אזא
איינעם, װאָס זאָל קענען העלפן אין דער ארבעט. אומגעריכט איז דער מענטש אליין געקו-
מען צום פאָרזיצער, דעריבער האָט הײַנט פישל מוידיע געווען פראָימען, אז זיידל דעם זייי
גערמאכערס באסיעכידקעלע װעט אים העלפן פארמישן א קאשע פון ליים און אונטערטראָגן
ציגל צו דער האנט.
סאָף. אָנהייב זע , סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 11, 1975.
52
4 אט
דערהערט די דאָזיקע יעדיע, איז פראָים רויט געװאָרן, די אויגן האָבן זיך אָנגעצונדן,
וי ער װאָלט װעלן דוירעס זײַן דעם כאווער זײַנעם. נאָר ער, פראָים, איז צוגעגאנגען צו
פישלען און אים שטילערהייט געפרעגט:
-- כאווער פאָרזיצער, איר ווייסט ניט, האָדעלע קאָן באקן קנישעס מיט פאסאָליעס!
פישל האָט פארשטאנען, װאָס די דאָזיקע קאשע באטלט. דאָס מאָל איז ער אָבער ניט
געװאָרן אופגעטראָגן, ניט ארויסגעשטעלט פאָרויס די ברייטע ברוסט זײַנע און ניט ארײַנגע-
רוקט די איין-און-איינציקע האנט אין דער הויזן-קעשענע. די קײַלעכיקע אויגן האָבן בלויז
אָנגעהױבן פּינטלען און ער האָט גאָר אָנגעהױבן זיך קלאָגן פאר פּראָיִמען, אז ער וייסט
אליין ניט, װאָס מע טוט מיט האָדעלען. צי איז זי אין עפּעס שולדיק, ווייסט ער ניט, אָבער
ארבעט דארף מען איר געבן, א ברויטיקארטל מוז זי דאָך האָבן. ס'איז א ראכמאָנעס אף
איר. ווען איר טאטע שטייט אוף פון דער גרוב און טוט א קוק, װאָס פון זײַן באסיעכידקעלע
איז געװאָרן, װאָלט ער זיך אָנגעטאָן א מיסע. זאָל פראָיִם זי צײַטװײַליק נעמען פאר א בא-
העלפערן, און אז מע װעט לאָזן דעם שנײַדעריצעך, װעט ער, פישל, זי איבערפירן ארבעטן
אף א ניי-מאשין.
פראָיִם איז אָפּנעקילט געװאָרן, נאָר ער האָט געװאָרנט, אז האָדעלע װעט מיט אים ניט
קאָנען ארבעטן, זאָל פישל זי אנידערזעצן אין קאָנטאָר פאר א סעקרעטארשע, דאָס װאָלט
בעסער געפּאסט פאר האָדעלען, וי מישן קאשע פון ליים און טראָגן ציגל.
פישל האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ, -- װאָס פאר א קאָנטאָר, -- האָט ער געפרעגט בא פראֵי-
מען, אז ער אליין האָט נאָך ניט קיין טיש און קיין בענקל. די איינציקע בוכהאלטערשע, פּע-
סעלע, פירט די ביכער בא נאָכעם שפּיץ אין סוקע, האָדעלע איז געװווינט צו שווערער ארבעט.
זי האָט דערציילט, אז בא די דײַטשן איז איר אויסגעקומען ארבעטן אף אופשטעלן די צע-
באָמבירטע הײַזער. זי ווייסט, ויאזוי פארמישן א קאשע, זי קען לייגן ציגל, און, אז ער,
פישל, האָט געפרעגט בא איר, צי זי װאָלט װעלן אים, פראָימען, העלפן אין דער ארבעט,
האָט זי זיך אָנגעכאפּט מיט ביידע הענט פארן פאָרשלאָג.
פראָיִם האָט אוועקגעמאכט מיט דער האנט, געמאָלדן, אז ער װעט זיך באגיין אָן א בא-
העלפער, און זאָל ער, דער פאָרזיצער, אהינטאָן האָדעלען װוּ ער װיל, ארבעט מוז מען איר
געבן,
פראָלִם האָט פונדערװײַטן געשיקט פישלען א זײַ-געזונט און געלאָזט זיך גיין אראָפּ א
בארג צום גרינעם געסל, און מיט די גערטנער אוועק אהין, װוּ דער בעסמעדרעש איז אמאָל
געשטאנען. װאָס ציט אים אהין, ווייסט ער, קלוימערשט, ניט, דערװײַל שלעפּט ער די ברעגן
פון דער גימנאסטיאָרקע, ציט אײַן שטײַפער דעם רימען, פארשפּיליעט דאָס קעלנערל אף
אלע קנעפּלעך, פּונקט װי ער װאָלט דארפן זיך באגעגענען מיטן קאָמאנדיר זײַנעם. שפּרײַזנ-
דיק, באטראכט פראָיִם, וי האלט עס מיט די זון-רויזן, זי וואקסן פון ביידע זײַטן סטעזשקע,
אייניקע האָבן פאריסן די קעפּ אף ארוף, אנדערע האָבן די קעפּ אָנגעבױגן צו דער ערד--
װײַזט אויס, די יאָדערן זײַנען שוין אָנגעפילט מיט װײַסער מילך. פראָים קלערט וועגן דעם,
אבי ניט אָנהייבן זיך מוסערן, ניט פרעגן --,װוּהין ציט עס דיך! דײַנע אויערן האָבן געכאפּט,
אז פּעסעלע זיצט בא נאָכעם שפּיץ אין סוקע, קיצלט דיך אין דער נאָז דער שטארקער כריין?"
ווען ער גייט ארײַן צו נאָכעמען, װאָלט ער א שמועס געטאָן מיט פּעסעלען. פון זינט זי האָט
זיך ארויסגעצויגן פון זײַן דירע, האָט ער זי בלויז איין רעגעלע געזען. זיי האָבן זיך ביידע
צופעליק באגעגנט, זי האָט געײַלט מיט ביידע קינדער ערגעץ. אף זײַן פראגע, פארװאָס איז
זי אנטלאָפּן פון זײַן שטוב, האָט זי אים געענטפערט: װוען ער זאָל געװוען אָנשפּיצן זײַנע
אויערן, װאָלטן זיי געהערט, װי דעמבענעצער טוישווים כקירען און זאָרגן זיך, ויאזוי ער,
פראָיִם, װועט לעבן מיט אן אגונע אונטער איין דאך. די סאָלדאטיקלעך האָבן ניט געלאָזט
זי שטיין מיט קיין פרעמדן מאנצבל--זיי האָבן זי אװעקגעשלעפּט מיט גוואלד. װאָס זשע
האָט ער װאָס צו גיין צו נאָכעם שפּיץ! ווען ער, פראָיִם, זעט ניט, װי פּעסעלע האָט נעכטן
אין אָװנט געשפּאנט פון קאראפּעיִשער בארג מיט א רוקזאק אף דער פּלײצע, װאָלט ער ניט
געװוּסט, אז זי גייט ארום איבער די דערפער בײַטן. זי זוכט שפּײַז פאר אירע קינדער. דער
קאָפּ איז איר פארקלאפּט מיט בילכערע זאכן, װאָס זשע װעט ער גיין צו נאָכעם שפּיץ אין
הויף ארלײין?!
פראָיִם פארקערעוועט צוריק, און װײַל ס'איז אים ווארעם געװאָרן, צעשפּיליעט ער דאָס
קעלנערל, ער באשטימט גיין אהיים, אים ארט ניט די איינזאמקײַט. פאר דער װאָך צײַט, װאָס
ער געפינט זיך אין דעמבענעץ, איז ער בלויז צוויי מאָל געװוען בא לוזערן, און ווען ער, פראָ-
יַם, זאָל זיך ניט געווען פארהאלטן ביז שפּעט אין דער נאכט און װען לוזער זאָל אים ניט
געווען בעטן, װאָלט ער ניט גענעכטיקט צוויי נעכט באם כאווער זײַנעם,
3
ווען פראָיִם זאָל ניט קומען אין שטוב, געפינט ער זיך אן ארבעט. הײַנט האָט ער זיך
געקליבן אופהענגען די אראָפּגעריסענע לאָדנס, נאָר ביז ער האָט זיך ארומגעוואשן, איז גע"
װאָרן טונקל אין דרויסן. און אינמיטנדערינען האָט זיך פון גאס דערטראָגן א געװוי פון א
הונט. פראָיִמען האָט זיך דערמאָנט, אז ווען די מאמע זײַנע פלעגט דערהערן דעם דאָזיקן
ניגן, האָט זי טייקעף איבערגעקערט א קאלאָש מיט דער פּאָדעשװע אף ארוף און יעדעס מאָל
דערציילט, אז די קינדער זאָלן געדענקען: קעדיי דער געוווי זאָל ניט ברענגען קיין אומגליק
אין שטוב ארײַן, דארף מען אזוי טאָן און דערבײַ ניט פארגעסן זאָגן: ,צו מײַנע סאָנימס
קעפּ".
פראָיִם האָט ניט געזוכט קיין קאלאָש, בלויז אָפּגעשיקט דעם הונט צו אלדי רוכעס, װײַל
לײַדן דעם געוווי איז געווען אומעגלעך --ער האָט זיך געפונען א סיבע אף אװעקגיין פון
שטוב.
אין דרויסן איז שוין געווען טונקל, פונעם טײַך האָבן זיך געטראָגן רייכעס פון ליוביס-
טעק, אויך די מעטיאָלעס זײַנען צו דער נאכט וואכנדיק געװאָרן און פארשמעקט דעם ארום
מיט א דופטיק-פרישן גערוך.
פראָיִם האָט אליין ניט באמערקט, װי ער איז אויסגעוואקסן לעם נאָכעם שפּיצס הויף.
אין איין פענצטער איז ליכטיק געווען. ער ווייסט אָבער ניט צי ברענט דער לאָמפּ בא פּעסע-
לען אין צימער. אָבער סײַװי האָט ער דאָך בא זיך געפּױעלט, צו איר אין שטוב ניט גיין. שטיין
און ווארטן ביז זי װעט ארויסגיין, קאָן די נאכט אוועקגיין.
פראָיִם האָט זיך ארומגעדרייט א צײַט, א קוק געגעבן אף די פינצטערע פענצטער, אפן
גרויסן שלאָס, װאָס איז געהאנגען אף דער טיר, און געלאָזט זיך װײַטער גיין.
בא לוזערן אין שטוב איז שטענדיק ליכטיק. לוזער איז טאָמיד אין דער היים, ער מײַי
סטרעוועט געװוער פארן פּלעמעניק. בא ניאַמען איז שוין פאראן ניט נאָר פּיסטאָלעטן און
אווטאָמאטן, -- קאטיושעס אויך. כוץ דעם שניצט דער פעטער מעבל צוליב דער פּלעמעניצע,
יענע װויל, מע זאָל איר מאכן א בעטעלע, זי זאָל האָבן װוּ צו לייגן שלאָפּן די ליאלקע אירע.
לוזערן איז גאָר ניט שווער. װאָס די קינדער באשטעלן בא אים -- מאכט ער.
דאָס מאָל האָט פראָלם געטראָפן לוזערן זיצן באט טיש, האלטנדיק ניאָמען אף די הענט.
דער יאט איז געלעגן באם פעטער אין שויס און געכאפּט א דרעמל, דאָס געווער זײַנס האָט
זיך געוואלגערט הינטערן טיש.
לוזער האָט באגעגנט פראָיִמען מיט א פּינטל פון אן אויג, װאָס האָט באטײַט, דער גאסט
זאָל נעמען א בענקל און זיך אנידערזעצן,
פראָיִם האָט זיך אײַנגעמאָסטעט אף דער קאנאפּע. ער ווייסט שוין, אז ער, פראָיִם, װעט
קוקן אף לוזערן, װעט יענער קוקן אפן פּלעמעניק, מוירע האָבן ניט נאָר אויסריידן א װאָרט,
נאָר זיך א ריר טאָן. מע קאָן מיינען, אז לוזערס אקסלען זײַנען אויסגעהאקט פון א שטיין,
בלויז די אויגן זײַנען ווארעמע. זיי באטראכטן דאָס שלאָפנדיקע יאטל, ער, דער פעטער, גע-
פינט די ענלעכקײַט פון זײַן אייגענעם ברודער. אמאָל טוען לוזערס ליפּן א ציטער, און אמאָל
א שמייכל. :
אומגעריכט צעשפּרײט לוזער די פּלייצעס, טוט א קוק אף פּראָיִמען און זאָגט מיט זײַן
ברומענדיק קאָל:
--- אוב ניאָמעלעס נעזל פײַפט שוין, מעג מען שיסן פון הארמאטן. א כידעש, נו, דער
קליינינקער לויפט זיך אָן א טאָג, קיין אײַנהאָרע, -- ער שמייכלט, דער פעטער, נאָר די רעגע
ווערט ער טרויעריק, טוט א קוק אפן גאסט מיט אומעטיקע אויגן, ברומט מיטן זעלבן נוסעך:
-- אז פישל קומט צו גיין צו זײַן מאמען -- דרייט ער זיך ארויס, דער קאָלבױניק, אנט-
לויפט פון שטוב, װײַזט אויס, ער האָט ליב פישלען פונדערװײַטן.
ס'איז געװאָרן שטיל. ערגעץ צװירקעט א גריל, און לוזער נעמט דערציילן װײַטער:
-- אז דער באָכערעץ שטעלט זיך ארײַן אהער אין צימער און טוט א כריפּע מיט זײַן
קאָל --,, פעטער לוזער, איך בין צו דיר געקומען", ווייס איך שוין, אז פישל האָט זיך ארײַנ-
געכאפּט צו מירלען.
אז ניאָמע קומט צו לויפן, הייסט ער דעם פעטער לוזער אוועקווארפן די ארבעט, מיט
וועלכער ער פארנעמט זיך, אנידערזעצן זיך באם טיש, אז ער, ניאָמע, זאָל קאָנען ארופקריכן
צו אים אף די קניעס. אָדער, אז מע זעצט זיך אנידער עסן וועטשערע, קײַען ביידע-- דער
גרויסער מיטן קליינעם---אף ביידע באקן. אז דער קונדעס עסט זיך אָן, באפאלט אים א
שלאָף, און לוזער זיצט, װי א סטאטעק, ביז דער פּלעמעניק הייבט אָן אונטערפײַפן מיטן
נעזל. אז מירל װעט ניט קומען צו לויפן נעמען דאָס ייַנגעלע, װעט ער, דער פעטער, אויס-
טאָן דעם באָכערעץ און אים אנידערלייגן צו זיך אין בעט ארײַן. קיינער איז ניט גלײַך צו
4
'
|
'
לוזערן, ווען ער פילט, װי ניאָמעלע טוליעט זיך צו אים מיט זײַן ווארעם גופעלע און פאר-
ווארפט א הענטל אף זײַן האלדז.
עס טרעפט אָבער, אז מירל קומט צו לויפן, קלוימערשט זי ווייסט ניט, אז איר זונעלע
באהאלט זיך אויס באם פעטער, אמאָל לאָזט זי אים איבער נעכטיקן און אמאָל װעקט זי אים
אוף פון שלאָף און הייסט אים לויפן אהיים. ניאָמע איז ניט צופרידן, רײַבט מיטן פויסטל די
פארשלאָפענע אויגן, נאָר ער פארגעסט ניט צונעמען זײַן געװער און, כליפּענדיק, גייט ער
ארויס פונעם שטוב. און מירל קוקט אף לוזערן, װאָס שטייט וי אן אָפּגעשמיסענער, פרעגט
מיט א פארטײַעטער בײזקײַט:
-- דו ווילסט אים אָפּגעװױנען פון זײַן היים! הא?
-- װאָס רעדסטו, מירל? בין איך עפּעס א פרעמדער, צי װאָס! -- נאָר מירל האָט סליווי זיך
ניט אונטערגעגעבן.
-- װאָס קומט מיר ארויס, אז דו ביסט א קאָרעװ?
-- איך מיין דאָך דײַן טויווע,
-- טו מיר ניט קיין טויוועס און מאך מיר ניט גוט. איך װעל װי סע ניט איז אָן קיינעמס
הילף דערציִען מײַנע קינדער,
און אלע מאָל דונערן מירלס װוערטער, און שטענדיק קוקט זי אפן שװאָגער, װאָס שטייט
אײַנגעבויגן, װי זי װאָלט װעלן הערן, װאָס װעט ער איר ענטפערן. אין דער צײַט גייט איר
אָפּ דאָס הארץ. זי פארשטייט, אז אים איז שווער צו ריידן. שטייט מען און מע קוקט זיך אָן.
פריער מיט עטלעכע טעג, אויך אין אָװנט, נאָך אזא געשפּרעך אן ערעך, האָט זי גערעדט א
ביסל ווייכער:
-- דאָס האָסטו צוגעשיקט דאָס זעקל קארטאָפליעס! -- האָט מירל געפרעגט,
לוזער האָט שװײַגנדיק געשאָקלט מיטן קאָפּ אף יאָ.
-- נו, און װער האָט אראָפּגעטראָגן צו מיר אין קעלער דאָס שטיקל פּוטער?
-- איך...
-- איך, עמעצער האָט דיך געבעטן!
-- ניין,
-- ניין? -- האָט מירל א פּאטש געטאָן מיט די הענט און געלאָזט זיך ארויסגיין, נאָר
פּלוצעם איז זי שטיין געבליבן און גענומען רעדן צו דער טיר,
-- לוזער, קום מאָרגן עסן ווארמעס, אז דו זיצסט באם טיש, זײַנען די קינדער צופרידן
און אין שטוב וװוערט היימלעכער,
נאָך די דאָזיקע רייד האָט זי זיך אויסגעקערעװועט, א קוק געגעבן אף לוזערן און א שטופּ
געטאָן די טיר אף ארויסצוגיין.
הײַנט איז מירל געקומען צו לויפן, וי זי װאָלט זיך ארויסגעריסן פון גענעם. מע האָט גע-
קענט מיינען, אז א שטארקער װוינט האָט אָנגעשמיסן איר פּאָנעם, אָבער די שווארצע לאָקנס
זײַנען געווען, װי צוגעקלעפּט צום שטערן, די ליפּעלעך האָבן געסארפעט, געגלאנצט, וי רויטע
װײַנשל. דאָס פארטעכל האָט .זי גאָר געהאלטן אין דער האנט, װי א קאנטשיק, ניט אנדערש,
אז זי האָט זיך געקליבן עמעצן אָנשמײַסן. איידער זי איז נאָך אריבער די שװועל, האָט זי גע-
עפנט א מויל:
-- לוזער, ניאָמע איז בא דיר! -- דערזען פראָלמען זיצן, האָט זי מיט דער פרײַער האנט א
װאָרף געטאָן צום טיש --טו נאָר א קוק אף זיי ביידן, מיינסט אז הײַנט איז דאָס ערשטע
מאָל?! יעדער אָװנט דארף איך לויפן זוכן דעם מאזיק מײַנעם, סע דארף מיר דרייען דער
קאָפּ, צי ער איז באם פעטער לוזער, צי ער איז ניט באם פעטער לוזער.---זי איז צוגעגאנ-
גען צום טיש, א נעם געטאָן ניאָמען פאר א הענטל:
--- װאָסי, טאכשיט מײַנער, האָסט ניט װוּ צו שלאָפן? צי דער מאמעס שטוב איז דיר
פרעמד געװאָרן! -- און צו לוזערן האָט זי אױסגעלאָזט, װאָס ס'איז איר געווען אפן הארצן, --
װאָס האָסטו צו מיר! איך האָב דאָך געבעטן: --זי האָט א נעם געטאָן ניאָמען אף די הענט,
נאָר אײַנהאלטן אים האָט זי ניט געקענט. זי האָט אים אנידערגעשטעלט אפן פּאָל און מיטן
פארטעכל א װיש געטאָן דעם יְיִנגלס פארשלאָפן פּאָנעם. זי האָט זיך אָנגעבויגן צו אים און
גענומען ריידן מיט א ניגן, ציילנדיק יעדעס װאָרט: -- נעם דײַנע ביקסלעך און לויף אהיים,
דײַן שוועסטערל וויינט דאָרטן, זי מיינט, אז איר ברודערל איז ערגעץ פארפאלן געװאָרן, און
די מאמע דײַנע איז אויך שיר ניט מעשוגע געװאָרן. איך האָב דאָך דיר עפּעס אָנגעזאָגט. -- זי
האָט א שטופּ געטאָן דאָס ייִנגל צו דער טיר, ער זאָל גיין אהיים און גענומען טײַנען צום
שװאָגער;
58
-- איך האָב דאָך דיך געבעטן, לוזער, דיר אָנגעזאָגט, טאָמער װעט צו דיר קומען ניאָמע
פארהאלט אים ניט און שיק אים אָפּ אהיים. איז ניין, דו טוסט זיך דײַנס.
לוזער איז וי וואכנדיק געװאָרן, זיך אופגעהויבן פונעם בענקל און אײַנהאלטנדיק זיך,
ער זאָל זיך ניט צעגוואלדעווען, גערעדט מיט הארבע װערטער:
-- איך װעל די קינדער פון מײַן שטוב ניט טרײַבן ס'איז מײַן ברודערס קינדער..
-- װאָס זשע ווילסטו פון מיר? װאָס זאָל איך טאָן?! צערײַסן זיך אף שטיקער! צי עפ-
שער מיינסטו, איך זאָל דיר אָפּגעבן די קינדער?
-- איך װעל מיט פארגעניגן זיי נעמען..
-- װאָס װעסטו טאָן מיט זיי, אז דו אליין קאָנסט זיך קיין אייצע ניט געבן..
-- פאר מיר זאָרג זיך ניט, איך װעל זיי אָפּהיטן, וי די אויגן מײַנע.
-- און איך אליין זאָל זיך שפּילן אין קוצו-באָבע, ארופווארפן דעם פארטעך אפן בוידעם
און ארומגיין זוכן נעכטיקע טעג? עפּעס בין איך א מאמע צי ניט!--כליפּענדיק איז מירל
ארויס פון שטוב און א קלאפּ געטאָן מיט דער טיר.
לוזער איז א פארגליווערטער שטיין געבליבן. אין א װײַלע ארום איז ער צוגעגאנגען
צום פענצטער, וי זײַן געװױינהײַט איז, ארויסגעקוקט אין דרויסן, פראָיִם איז אים איצטער
ניט אָנגעגאנגען. אָנשפּארנדיק זיך מיט א האנט אין דער וואנט, האָט לוזער געװאָלט אָנהייבן
ברומען דעם ניגן זײַנעם, נאָר, בײיסמײַסע, איז פראָיִם אניסגעוואקסן לעבן אים און מיטאמאָל,
וי אויסגעשאָסן מיט װערטער:
-- הערסטו, לוזער, ווען דו ביסט א לײַטישער מענטש, װאָלסטו כאסענע געהאט פאר
מירלען.
לוזער האָט א ציטער געטאָן און בלויז דעם קאָפּ אויסגעקערעוועט,
--- פּױיקער, -- האָט ער געזאָגט מיט א ביטער שמייכעלע,--מע דארף דיר פּיקן די
צונג, ---אזוי האָט לוזער געלאָזט זיך שפּאנען איבערן צימער. פּלוצעם שטיין געבליבן און אף
א קאָל גענומען טײַנען:---אזוי זאָגסטו? נו, און טאָמער וויל גאָר דעם ברודערס װײַב כאסע-
נע האָבן פאר אן אנדערן? װועסטו זי צווינגען?!
--- פונוואנען ווייסטו װאָס זי װיל! דו האָסט מיט איר גערעדט!
-- װאָס זשע מיינסטו, עס זײַנען מיר ארויס די אויגן? דו ווייסט, נעבעך, ניט, אז נאָך
מירלען און פישלען שלעפּט זיך נאָך א לאנגאָנעדיקע ליבע.
-- די קינדער זײַנען בילכער פון אלע דײַנע פּוסטע רייד...
-- מירל װעט פאר מיר ניט כאסענע האָבן, פארגעס ניט, אז איך בין עלטער פון איר
מיט א מיטװאָך.
-- נו, איז װאָס? וועסט איבערלעבן ייַנגערע פון מיר...
-- דו רעדסט מיר אין דער גאל ארײַן?---איז לוזער געװאָרן אויסער זיך. מיטאמאָל האָט
ער זיך צעגוואלדעוועט, -- זאלץ מיר ניט אף די װוּנדן און טשעפּע זיך אָפּ פון מיר!
אין שטוב איז געװאָרן טויטישטיל. ביידע זײַנען געשטאנען, װי פרעמדע, קלוימערשט
זיך אײַנגעהערט צו דער שטילקײַט. פראָיִם איז דער ערשטער וואכעדיק געװאָרן און לאנג-
זאם, מיט געציילטע טריט, געלאָזט זיך ארויסגיין פון שטוב. לעבן דער שװעל האָט לוזער
אים אָנגעיאָגט, א נעם געטאָן פאר די אקסלען, אים א דריק געגעבן צו זיך און אזוי, האלטנ-
דיק אים ארומגענומען, צוגעפירט צום טיש:
-- זיץ, -- האָט לוזער באפוילן.
-- מע דארף גיין, ס'איז שוין שפּעט.
-- אף נעמען א ביסל מאשקע איז שפּעט קיין טערעץ ניט.
פון דעם ערשטן זופּ בראָנפן האָט לוזער זיך פארקרימט, אראָפּגעשלונגען און גענומען
ריידן. גלאט אין דער וועלט ארײַן:
-- פע, װאָס פאר א מענטש האָט אויסגעטראכט אזא סאם-האמאָוועס?
-- ניט קיין מענטש, נאָר א רועך אָן הערנער און אָן א צונג,
-- מיט װאָס זשע האָט ער געלעקט דעם ביטערן טראָפּן--האָט לוזער א פארכידעש-
טער געפרעגט און אָנגעשטעלט א פּאָר קוקערס אף זײַן כאווער, אים באטראכט שװײַגנדיק.
-- האָסט געפונען א כיסאָרן אין מיר, רעבע, װאָס קוקסטו אזוי?! --- האָט פראָיִם געפרעגט.
-- אוי ביסטו א מאמזער, -- האָט לוזער מיט א ניגנדל געזונגען, -- ווען מע ווארפט דיך
ארײַן אין א קאלך-אויוון, װאָלטן פון דאָרט ארויסגעשפּרונגען צוויי מאמזיירים,
און פראָיִם גיסט אָן אין די גלעזער, מאכט זיך, אז ער פארשטייט ניט, װאָס דער אויג-
מעלעך-האבאָשן מיינט.
-- לעכאלם, לעכאיִם, --- האָט פראָיִם אונטערגעײַלט.,
6
-- ווארט א װײַלע, איך דארף דיך װאָרענען, -- קוקנדיק אף דער גלאָז מאשקע, האָט
לוזער גערעדט. --- מירל טאָר ניט וויסן, וועגן װאָס מיר האָבן געשמועסט, דו הערסט, װאָס
איך רעד צו דיר?
-- װאָס בין איך עפּעס א מעלופּן קינד! סײַדן עפשער אונטנארום, אף אן איידעלן אויפן
א טאפּ טאָן אין װאָגן?
-- גאָט זאָל דיך היטן.. טאָמער װעסטו וואגן, װעל איך דיך צעבראָקן אף לאָקשן
-- אויב דו הייסט ניט, איז דאָך ניט שײַעך.
לוזער גלייבט ניט פראָלמען. ער איז געגאנגען אים באגלייטן אהיים, דער מאמזער זאָל
זיך, אין איין וועג, ניט ארײַנכאפּן צו מירלען. אין דרויסן שוין האָט לוזער זיך באטראכט,
גענומען פּראָיִמען אונטערן אָרעם און פארקערעוועט צוריק צו זיך אין שטוב, אײַנריידנדיק
אים, אז אינצווייען וועט הײַנט זײַן היימלעכער צו שלאָפן,
6
לאנגזאם האָט די זון גענומען זיך ארויסרוקן פון אונטער דער ערד, מיטן רונדן עק זיך
פארטשעפּעט אינעם בארג, זיך אָפּגעשטעלט אף א װײַלע, װי זי װאָלט װעלן באטראכטן װוּ"
הין װײַטער גיין, און ניט געײַלט געלאָזט זיך שוועבן איבערן ריינעם רויטלעך-בלויען הימל.
די בלאַנדזשענדיקע כמארעס זײַנען נעלעם געװאָרן, װי א צעפּאַלאָכעטע טשערעדע שאָף.
די פויגלען האָבן זיך דערפרייט מיטן באגינען, געמאכט א געפּילדער, און די הענער
האָבן זיך צעקרייעט,
כאווע איז ארויסגעגאנגען פון שטוב, זיך אָפּנעשטעלט אינמיטן הויף, גענומען אױסגלײַכן
די ביינער. אן אױסגעשלאָפענע, אן אויסגערוטע. דאָס קאָפטל אף איר איז אויסגעפּרעסט,
דאָס פארטעכל אויסגעוואשן. אײַנשלינגענדיק א גענעץ, האָט כאווע געלאָזט זיך גיין צום
שטעלכל ארויסלאָזן די דרײַ הינער, מיט וועלכע זי קלײַבט זיך פארפירן א ווירטשאפט. בע-
שאס מײַסע האָט האָדעלע, װאָס האָט גענעכטיקט בא דער מומע כאווע, אויך זיך באוויזן אין
הויף, איין אויג דרעמלט נאָך בא איר, דאָס צווייטע זשמורעט זיך, קוקנדיק אף דער נאָרװאָס
געבוירענער זון, מע קען מיינען, אז האָדעלעס הייס גופעלע דערווארעמט דעם פארטאָגיק-
קילן דרויסן. רייכעס פון צעשפּאלטענע קאווענעס האָבן פארשמעקט ארום און ארום.
און אָט איז האָדעלע אינגאנצן וואכנדיק געװאָרן. די אויגן אירע, װוי נאָרװאָס אויסגעווא-
שענע, זוכן די מומע כאווע. זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע קאָן זיך ניט מויכל זײַן,
האלעמלי ניט זי איז די ערשטע אופגעשטאנען. זי האָט אפילע ניט געהערט, ווען די דרויסנ-
דיקע טיר האָט א סקריפּע געטאָן.
ניט לאנג געטראכט, איז האָדעלע צוגעגאנגען צו דער אָנגעפילטער דייזשקע, װאָס איז
געשטאנען הינטער א רינונע, אײַנגעטונקען דאָס פּאָנעם אין וואסער. עס א שוענק געטאָן
און בלויז מיט די הענט אויסגעווישט דאָס געזיכט, נאָכדעם פארנומען די פײַכטע פּאסמעס
האָר הינטער די קליינע אויערלעך און ארויסגעשטעלט דאָס פּאָנעם טריקענען אף דער זון.
איבערן הויכן פארברוינטן האלדז זײַנען גערונען בלישטשענדיקע טראָפּנדלעך, וועלכע האָבן
זיך אראָפּגעקײַקלט אין די גריבעלעך בא די שלאָס-ביינער,
כאווע האָט ארױיסגעטראָגן פון שטעלכל א קײַלעכדיקן קאַשעק מיט קיזיקעס, אויסגע-
שאָטן זיי אף דער קופּע ליים, װאָס איז געווען אָנגעוואלגערט ניט װײַט פון דער שטוב. האָ-
דעלע איז ארײַן אין פירהויז, די רעגע זיך אומגעקערט מיט אן עמער, צוגעגאנגען צו דער
דייזשקע, אָנגעשעפּט וואסער און גענומען באגיסן די קיזיקעס, וועלכע זײַנען געווען אויסגע-
שאָטן אף דער קופּע ליים.
-- האָדעלע, שוויץ ניט, קיין דײַטשן זײַנען דאָ ניטאָ, מע זאָל דיך אונטערטרײַבן, -- האָט
כאווע געזאָגט, דערבײ פארהויבן די ראנדן פונעם קליידל און זיי פארשטעקט בא די לענדן.
אראָפּווארפנדיק די שטעקשיך, איז כאווע א באָרװעסע, מיט אנטבלויזטע פיס ביז די קניִעס,
ארוף אף דער קופּע ליים און גענומען זיך טאָפּטשען אף איין אָרט.
האַדעלע שוויצט ניט, בא איר איז יעדער באוועגונג אויסגערעכנט, זי האָט פון זיך אראָפּי
געשלעפּט דאָס קליידל, עס אופגעהאנגען אף דער צעעפנטער טיר פון פירהויז, נאָכדעם גענוי
מען פארקאטשען די קאלאָשעס פון די שאראָווארעס און איז אויך ארוף אף דער קופּע ליים.
פון אָנהײיב האָבן האָדעלעס שלאנקע פיס זיך געהויבן לאנגזאם, נאָכדעם איז זי אוועק שפּא-
7
נען אין א קרײַז, זי האָט באוויזן פארשארן מיט ליים דעם קרײַז, די וואסער זאָל ניט ארויס-
רינען אף דער ערד.
כאווע הייבט אויך אירע פיס, בײיסמײַסע ווארפט זי מיט די הענט, װי א זעלנער, די אק-
סלען הייבן זיך קימאט ביז די אויערן, און האָדעלעס קערפּער רירט זיך ניט, בלויז די ראג"
לײַיַמלעך אירע ווייסן, װאָס מע דארף טאָן.
ביידע טוען זייער ארבעט שװײַגנדיק, דעריבער װײַזט זיך אויס האָדעלען, אז די מומע
כאווע איז אופגעשטאנען אף דער לינקער זײַט. די מומע כאווע שפּיגלט זיך אינעם מיידל.
דער מאזיק, טראכט זי, קען דאָך שפּילעװדיק און טאנצנדיק אָפּטאָן א װועלט מיט ארבעט און
אין איין וועג צונויפדרייען א רועך אין דרײַען, נאָר פון זינט זי, האָדעלע, איז זיך מעיאשעוו
געווען אײַנראמען א סאָד דער מומע כאווען, אז זי, די קליינע, פארמאָגט א לאנגאָנעדיקע
טרוים וועגן איינעם א באָכער, וועלכער האָט צוויי מאָל געראטעװועט איר דאָס לעבן, און
ערשט ניט לאנג איז זי, האָדעלע, געוווירע געװאָרן, אז יענער באָכער לעבט און זי איז גליק-
לעכער פון אלעמען אף דער וועלט. זי האָט גערעדט פאר פײַער און פאר וואסער. זי ווייסט
שוין, אז ער איז עטלעכע מאָל געווען פארװוּנדעט, ער איז געלעגן אין די שפּיטאָלן, דערבלי
האָט זי א זיפץ געטאָן:
,וי דערלעב איך מיט אים א װאָרט אויסריידן", הייסט עס, איציק גייט איר ניט אָן? אין
איר זון האָט זי אינגאנצן פארגעסן. דערפאר טאקע, פארטראָגע ניט כאווען דאָס הארץ מוידיע
זײַן האָדעלען, אז ס'איז אָנגעקומען א בריוו פון איציקן, װוּ ער שרײַבט, אז אינגיכן װעט ער
קומען אהיים און ער בעט, מע זאָל האָדעלען איבערגעבן א הארציקן גרוס. כאווען קאָרטעט
צו וויסן װער איז יענער באַכער? אין דעמבענעץ זײַנען, דאכט זיך, אזעלכע באָכערים ניטאָ
און ניט געווען. נאָר צו װאָס דאָס דאָזיקע מיידעלע קען זיך דערטראכטן, איז ניט שײַעךי
און עפשער איז זי גאָר ניט שולדיקז פאר די עטלעכע שװוערע יאָרן איז זי דאָך אויסגעווען א
וועלט, ווער ווייסט אין וועמענס הענט איז זי געווען.
כאווע האָט ראכמאָנעס אף דעם מיידל, דערפאר איז עפשער די קליינע צוגעזאָטן צו
איר, צו כאווען. זי האָט דאָך קיינעם ניט, זוכט זי, נעבעך, די וװארעמקײַט בא א נאָענטן
מענטשן.
אָפטלעך, נאָך א שווערן טאָג ארבעט, פלעגט כאווע זיך צולייגן אפן דיוואן אָפּרוען א
ביסל. דעמלט פלעגט האַדעלע באלד אויסוואקסן לעבן געלעגער און זיך צוגעשפּארט אפן
דיוואן, טוליענדיק זיך צו איר, צו כאווען. דערבײַ פלעגט זי אָנהײבן דערמאָנען די שרעקלע-
כע טעג, װאָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין אין דער פרעמד צוישן כײַעס. אָטידאָ ניט
לאנג האָט די קליינע דערציילט, וי אין איינעם א שיינעם טאָג איז אף דער פערמע, אף
וועלכער זי מיט די כאווערטעס האָבן געארבעט, געקומען דעם באלעבאָס! זון, אן עסעסאָװעץ,
א שיינער באָכער, א װוּקסיקער, א שלאנקער. די אוניפאָרמע איז אף אים געוען, װי אויס-
געגאָסן. אויסערלעך האָט ער אויסגעזען זײַן א גוטינקער, א װוילער, קארל האָט מען אים
גערופן. די בלויע אויגן האָבן בא אים געשײַנט, װי בא די מאלאָכימלעך, וועלכע זײַנען גע-
ווען אָנגעמאָלט אף א בילד, װאָס איז געהאנגען באם באלעבאָס אין שטוב. דערצו איז קארל
געווען א צוכט, ליב געהאט זיך פּוצן, מאמעש עס פלעגט פון אים שמעקן. ווען ער פלעג נאָר
קומען, האָט ער באפוילן, מע זאָל הייצן די באָד. די מיידלעך, װאָס ארבעטן אף דער פערמע,
זאָלן קענען זיך וואשן, זי זאָלן זײַן ריין. אָבער זיי, די מיידלעך, האָבן, פון אָנהײב, ניט גע-
װוּסט, אז דער דאָזיקער צוכט מיט די בלויע אויגן פלעגט דורך א פענצטערל כאפּן א קוק אף
די נאקעטע מיידלעך און אױסקלײַבן א קאָרבן פאר זיך. גוט, װאָס זי, האָדעלע, איז זעלטן-
ווען געגאנגען איניינעם מיט די מיידלעך זיך וואשן. זי פלעג זיך פּלײַסן האלטן ניט שטארק
ריין, קעדיי זיך ניט ווארפן אין די אויגן ניט דעם באלעבאָס און ניט דעם זון זײַנעם. זי האָט
זיך געהאט אָפּגעלאָזט, און דאָס פּאָנעם איז ניט שטארק לויטער געוען, װײַל זי איז מאָגער
געווען -- הויט און ביין, דערצו האָט זי געבעטן גאָט, אז די זײַדעס אין די ווינקלען פון מויל
זאָלן זיך קיינמאָל ניט פארהיילן, די אויגן זאָלן זײַן פארקיסנעט. און כאָטש מע האָט זי געִי
האלטן פאר א נעכליע, דאָך איז דעם באלעבאָס מיט דער באלעבאָסטע געפעלן געווען איר
ארבעט און זיי האָבן געהאלטן זי פאר א האַרעפּאשניצע, װײַל קיין בעסערע דינסט פאר די
כאזיירים האָבן זיי קיינמאָל ניט געהאט.
די ערשטע צײַט איז קארל געווען גלײַכגילטיק צו האָדעלען, זי ניט באמערקט, ער האָט
בלויז געװוּסט, אז אָנשטאָט זעקס מיידלעך קומען אין באָד ארײַן נאָר פינף.
ווען קארל איז א צווייט מאָל געקומען צו גאסט צו די עלטערן, איז װי אפצולאָכעס, זי,
האָדעלע, אים אָנגעקומען אנטקעגן. ער האָט באפוילן, זי זאָל זיך אָפּשטעלן. מיט די שפּיץ
פינגער האָט ער זיך צוגערירט צו איר קין און אונטערגעהויבן דעם קאָפּ העכער, באטראכטנ-
8
דיק די אויגן אירע, די נאָז, די ליפּן און װוי זיך אליין געפרעגט פארװאָס זעט ער זי דאָס ער-
שטע מאָל, הייסט עס, זי באהאלט זיך אויס פון אים! אָ, דאָס איז זי די זעקסטע! אף זײַן גע-
זיכט האָט זיך באוויזן א גוטמוטיק שמייכעלע, בלויז פון די בלויע קוקערלעך האָבן א שפּריץ
געטאָן שטעכיקע שפּיזלען און, װי פארבײַגייענדיק, האָט ער איר אָפּגעלאָזט אזא פּאטש אין
פּאָנעם, אז שטערנדלעך האָבן זיך א שאָט געטאָן פון אירע אויגן,
זײַן באפעל איז געווען א קורצער: מאָרגן אויסהייצן די באָד און זי, האָדעלע, זאָל זיך
וואשן מיט זודיקער וואסער.
א גאנצן טאָג איז בא האָדעלען די ארבעט געפאלן פון די הענט. פון שרעק האָט זי צע-
שאָטן א טאָרבע מיט קלײַען, ווען זי האָט געמאכט א מײַכל פאר די כאזיירים. זי האָט געי
װאָלט צונויפשארן די צעשאָטענע קלײַען, װײַל אויב די באלעבאָסטע װעט דערזען, פאר-
שפּאָרט זי לעבן אף דער ועלט. עס האָט זי געמוטשעט איין און דער זעלבער געדאנק: זיך
אָפּטראָגן פונדאנען, נאָר װוּהין אנטלויפט מען, אז זי ווייסט ניט קיין וועג און קיין שטעג. זי
האָט קוים דערלעבט דעם אָװנט. זיך אָפּגעפארטיקט מיט דער ארבעט, איז זי פון שטאל
ארויסגעגאנגען אין הייפל, געמיינט צוגיין צו דער שטוב, װוּ די מיידלעך װווינען, ארויסרופן
אָקסאנען, קיינער זאָל ניט באמערקן, זיך דורכריידן מיט איר, האלטן זיך אן אייצע, װאָס זאָל
זי טאָן, נאָר די כאווערטע אירע איז שוין אליין ארומגעגאנגען ארום די שטאלן, ווארטנדיק
אף איר, אף אנען, אזוי האָט מען אף דער פערמע גערופן האָדעלען.
אָקסאנע האָט דעמלט שוין ניט מוירע געהאט פארן באלעבאָס' זונדל, װײַל זי איז גע-
ווען אין די הויכע כאדאָשים,
ביידע כאווערטעס האָבן זיך אָנגעקוקט שװײַגנדיק, געטראכט און נאָך אמאָל געשויגן.
אָקסאנע מיט האָדעלען האָבן זיך אומגעקערט אין כאזערישטאל, דאָרט האָבן זי געקענט
ריידן.
אָקסאנע האָט דערציילט, אז מאריקע, װאָס ראמט די שטוב, האָט איבערגעגעבן, אז זי,
אנע, זאָל קיין מוירע ניט האָבן, אָבער אקשענען דארף זי זיך ניט, װײַל שפּילן זיך מיט קאר-
לען איז געפערלעך, סײַװוי װעט זי זיך ניט אויסדרייען פון זײַנע הענט. האָדעלע האָט געביסן
די ליפּן, געדרייט מיטן קאָפּ, סײַװוי װעט זי ניט בלײַבן, זי װיל ניט ארײַנפאלן צו קארלען
אין די הענט, זי װעט גיין װוּהין די אויגן װעלן זי טראָגן. בעסער זאָל מען זי שיסן.
אָקסאנע האָט מיט א טיכעלע געװוישט האָדעלעס פּאָנעם, זי בארויקט, דערציילט, אז אָק-
סאנע איז געוווירע געװאָרן, אז דעם באלעבאָס! זונדל נעמט מען צו אף דער מילכאָמע, דאָס
איז ער געקומען זיך געזעגענען מיט די עלטערן, אָבער װער ווייסט, װאָס ער װעט זיך דער-
לויבן אָפּטאָן, ביז ער װעט זיך אָפּטראָגן פונדאנען. זי איז ניט אומזיסט געקומען, אָקסאנע.
זי ווייסט, דאָס הייסט איר יוזיק ווייסט, װווּ מע קען זיך אויסבאהאלטן, נאָר דאָרטן דארף מען
זייער שווער ארבעטן, האָרעװען פון פארטאָג ביז שפּעט אין אָװנט און זי ווייסט ניט, צי זי,
אנע, װועט אויסהאלטן.,
האָדעלע האָט ארומגענומען איר כאווערטע, זיך געטוליעט צו איר און דורך טרערן זי
פארזיכערט, אז זי װעט קענען, זי װעט אויסהאלטן.
אין דער זעלבער נאכט זײַנען יוזיק מיט אנען געגאנגען, געפּױזעט אף אלע פיר צו א
טײַך, װוּ ס'איז אפן הויכן ברעג געשטאנען א פּוילישער מאָנאסטיר,
א כוידעש צײַט האָט האָדעלע אָפּגעהאָרעװעט אף יענער קאטאָרגע, געוואשן די פּאָלן
אין קאָסטיאָל, געװײַסט די ווענט אין די קעליעס, אָבער ערגער פון אלץ איז געווען שײַערן
די אײַזערנע פּליטעס באם ארײַנגאנג אין קאָסטיאָל. מע האָט זיי באדארפט רײַבן מיט זאמד,
זיי זאָלן בלישטשען.
איינמאָל האָט האָדעלע אזוי לאנג געשײַערט די דאָזיקע פּליטעס, ביז זי איז געפאלן כא-
לאָשעס. ווען זי זאָל ניט געווען זײַן אזוי שטארק הונגעריק, װאָלט עפשער אזוינס מיט איר
ניט פאָרגעקומען. עמעצער האָט אף איר א גאָס געטאָן וואסער פון אן עמער און זי איז גע-
קומען צו-זיך, קוים זיך אופגעהויבן און װוידער גענומען זיך צו דער ארבעט.
נאָך דער ארבעט, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן קאיאָר און זיך געענדיקט, ווען די זון איז
פארגאנגען, האָט האָדעלע באדארפט צוויי שאָ שטיין אף די קניעס אין א שמאָלינקער קעליע,
וועלכע איז ענלעך געווען אף א שטיינערנעם זאק, און בעטן די ,מאטקע באָזקע" זאָל איר,
דער זינדיקער, פארגעבן די כאטאָלִם אירע. די קני זײַנען פארקילט געװאָרן. זי פלעגט קוים
זיך דערווארטן, מע זאָל איר ארײַנטראָגן דאָס שיסעלע סופּ מיטן שטיקל ברויט. נאָר די צוויי
שאָ האָבן געדויערט אן אײביקײַט. קניענדיק, האָט זי באדארפט צוטוליען דלאָניע צו דלאַניע,
פינגער צו פינגער, האלטן אזוי די הענט לעבן דער ברוסט, שטאמלען איינע און די זעלבע
9
טפילע -- מע זאָל איר מויכל זײַן, מע זאָל איר פארגעבן, און װי אפצעלאָכעס פלעגט האָדע-
לע זיך דערמאָנען, װי די מאמע האָט דערציילט, אז גאָט איז איינער, ער געפינט זיך אין
הימל און קיינמאָל האָט אים קיינער ניט געזען כוץ מוישע ראביינו.
האָדעלע איז זיכער געווען, אז די איקאָנע װעט איר קיינמאָל ניט העלפן, נאָר בעטן האָט
זי געמוזט, װײַל אלע מאָל האָבן צוויי אויגן א קוק געגעבן דורכן טיר-פענצטערל. די דאָזיקע
קוקערס האָבן וי צוויי שפּינען געפּױזעט איבער איר פּלײצע.
דעמלט, ווען מע האָט זי אָפּגעגאָסן מיט וואסער, האָט זי געמיינט, אז זי װעט קײינמאָל
ניט קענען זיך דערקלײַבן צו דער שטיינערנער געבײַדע, װוּ די קעליע האָט זיך געפונען.
דאָס נאסע אָנטאָן איז צוגעקלעפּט געװאָרן צום לײַב. און יעדער אייווער איז אזויווי געװוען
געפּענטעט. זי האָט קוים געפּלאָנטערט מיט די פיס, די אויגן האָבן גענומען זיך צומאכן. אָט
טוט זי א פאל אף דער ערד. און פּלוצעם האָט זי דערהערט דער מאמעס קאָל: ,האָדעלע,
טאָכטערקע, שלאָף ניט". די אויגן האָדעלעס האָבן זיך געעפנט, זי איז זיכער געווען, אז די
מאמע גייט באנאנד מיט איר, דאָס אײַלן זי צו דער מאָדיסטקע אראָפּנעמען א מאָס אף אופ-
נייען איר, האָדעלען, א כאסענע-קלייד, און ס'איז איר אזוי גוט געװאָרן אפן הארצן.. נאַר
אינמיטנדערינען האָט די קעליע-טיר א סקריפּע געטאָן, און דער שיינער כאָלעם איז פאר-
שװוּנדן. די הענט אירע האָבן געטאפּט די שטיינערנע קאלטע ווענט. אין קעליע איז פינצי
טער געווען, װי אין א קייווער. בלויז דאָרטן אין װוינקל בלינצלט דאָס פײַערל און עס הייבט
זיך אָן די אײביקײַט, די צוויי שאָ. זי מוז זיך שטעלן אף די קני. וי נאָר זי האָט זיך אראָפּי
געלאָזט אפן פּאָל, װאָס איז געווען אויסגעלייגט פון ציגל, איז א פראָסט אדורך איבער איר
לײַב. די הענט האָבן ניט געפאָלגט, ניט געקאָנט זיך טוליען דלאָניע צו דלאָניע און פינגער
צו פינגער. פון די אויגן האָבן געיאָשעט טרערן, װאָס זײַנען געפאלן אף די ציגל, וי האָגל.
די קויכעס זײַנען אויסגעגאנגען און זי האָט דעם קאָפּ אָנגעבױגן צו דער ערד.
דרעמלענדיק װײַזט זיך איר אויס, אז זי האָט זיך אנידערגעשטעלט אף די קני, אופ-
געהויבן צו דער איקאָנע די אויגן. פּלוצעם דערזעט זי, װי דאָס שיינע ייִנגעלע, װאָס זיצט
אף די הענט פון דער הײיליקער מוטער, טוט זיך א דריי, און זי באמערקט, וי פון זײַנע אויגן
זײַנען אויך ארויסגעפאלן צוויי גרויסע טרערן; הייסט עס, ער האָט דערהערט איר געבעט, און זי,
האָדעלע, וויל אָנהייבן ריידן, נאָר עס ווארגן איר אין האלדז צוויי קאלטע שטיקלעך אײַז. ענד-
לעך איז דאָס אײַז צעגאנגען געװאָרן, און זי צעװויינט זיך אף א קאָל. זי ווייסט ניט, װאָס
זאָל זי פריער בעטן באם ייִנגעלע. א"א, זי האָט זיך דערמאָנט. זי בעט, מע זאָל איר געבן
צוויי שטיקלעך ברויט און דרײַ שיסעלעך סופּ, װײַל איין שטיקל ברויט איז װײיניק, די קוי-
כעס פארלאָזן זי. זי װעט ניט קאָנען ארבעטן. פּלוצעם האָט זיך דערהערט דאָס קאָל פון דער
הייליקער מוטער: ,זינדיק ניט, -- זאָגט זי, -- פארװאָס האָסטו געלייקנט װער דו ביסט! אויב
דו ביסט לעבן געבליבן, דארפסטו אָפנהערציק זיך מיסוואדע זײַן, און זיך ניט קלאָגן. דיר
וועט נאָך אויסקומען גוט זיך מוטשען..."
אויסהערנדיק האָדעלעס מײַסע, איז כאווע געבליבן ליגן א דערשיטערטע. ווען האָדעלע
איז אנשוויגן געװאָרן, יהאָט איר גופעלע אָנגעהויבן ציטערן. כאווע איז געקומען צו-זיך, גע-
נומען גלעטן דעם מיידלס פּלײצע, די הענט אירע, זי האָט אליין ניט געװוּסט, װאָס זי װיל
זאָגן. און זי, האָדעלע, האָט גאָר אָנגעהױבן לאכן, װאָס הייסט לאכן. די גאנצע שטוב איז גע-
װאָרן פול מיט איר געלעכטער. איצט, טאָפּטשענדיק זיך אף דער קופּע ליים און דערמאָנענ-
דיק זיך אין יענעם אָװנט, האָבן כאוועס אויגן זיך, קלוימערשט, געזשמורעט אנטקעגן דער
זון, אף איר געזיכט האָט זיך באוויזן א שמייכל. הייסט עס, איר, האָדעלען, האָט זיך דעמלט
אײַנגעגעבן אויסדרייען פונעם קוילערס הענט, אָבער װוער וייסט, װאָס איז איר װײַטער
אויסגעקומען אויסצושטיין. כאווע איז מילדער געװאָרן, פארגעסן אינעם פארדראָס, האלעמײַ
די קאָלבויניצע איז זיך מעיאשעוו געווען פארגעסן אין איר איציקן.
כאווע איז מיטאמאָל שטיין געבליבן, געהייסן האָדעלען אויך אָפּרוען א ביסל, בייסמײַי
סע, מיט גוטע אויגן געקוקט אפן מיידל, און זי, האָדעלע, דארף מער ניט. שמייכלענדיק נעמט
זי מיט א טיכעלע װישן דער מומע כאוועס פײַכטן שטערן, פארשארט א פּאסמע האַר, און
כאווע פארשפּיליעט א קנעפּעלע פון האָדעלעס צעכראסטעט קאָפּטעלע, טוליענדיק זיך צו
דער קליינער. אין א װײַלע ארום טוט זי א מעסט אָפּ דאָס מיידל פון אויבן ביז אראָפּ און
באשליסט ---ווען האָדעלע זאָל געווען האָבן א קינד און װאָלט עס געזויגן, װאָלטן די בריסט-
לעך אירע ניט געווען אזוי הארט, װוי שטיינדלעך..
נאָכן קליינינקן איבערײַס לייגט כאווע אנידער ביידע הענט אף האָדעלעס אקסלען און
יענע פארשטייט, װאָס עס באטײַט. ניט געײַלט טוט זי דאָס זעלבע, און ביידע זײַנען גרייט
00
געווען כאפּן א טענצל אף דער קופּע ליים. ניט לאנג געטראכט, האָט כאווע האָפּערדיק אויס-
גערופן;
-- אנו, איניינעם: איינס, צוויי, דרלי!
ביידע האָבן גענומען קנעטן מיט די פיס, טאנצנדיק פּונקט וי זיי װאָלטן דערהערט
קלעזמער שפּילן. האָדעלע האָט אונטערגעגעבן מיט א ניגנדל:
-- טשירי, טשירי באָם, באָם. טשירי, טשירי באָם באָם.
די ליים קוויטשעט אונטער זייערע פיס, ביידע שאָקלען מיט די קעפּ אף רעכטס און אף
לינקס, טאנצנדיק זאָגט כאווע:
-- מיר האָבן באקומען א בריוועלע פון איציקן,
-- נו! װאָס זשע שרײַבט ער! לאם צעדריצא האָצא, צא.
-- ער וועט אינגיכן קומען צו פאָרן אהיים. האָפּליא!
-- אוי, װועט ער דאָך באװײַזן אָנקומען אין אינסטיטוט אָן עקזאמענעס...
-- ביסט דאָך גערעכט! -- האָט כאווע פריילעך אויסגערופן.
-- דירי, דירי, באָם, באָם -- זינגט האָדעלע א צופרידענע, און כאווע האלט אונטער
מיטן זעלבן ניגן:
-- א הארציקן גרוס שיקט דיר איציק. באָם, באָם.
האָדעלע שאָקלט מיטן קאָפּ, זי דאנקט פארן גרוס. די ליים קרעכצט שוין, און זיי ביידע
הערן ניט אוף טאנצן. זיי האָבן ניט באמערקט, װי פראָיִַם האָט זיך באוויזן לעבן הויף, זײַנע
װאָנצעס בלישטשען אנטקעגן דער זון און אין די אויגן שפּרינגען פארשײַטע שיידימלעך.
אים געפעלט, װי מע טאנצט, און ער הייבט אָן פּליעסקען מיט די הענט:
-- װײַבעלעך, הייבט פּאָלקעס, לעבעדיקער. טשירי, בירי באָם-באָם.
דערזען פראָימען, זײַנען די פרויען שטיין געבליבן, װי די געליימטע. און מיטאמאָל האָבן
זי ביידע א פּישטשע געטאָן, װי מע װאָלט זיי אָפּגעגאָסן מיט וואסער. כאווע האָט אפגיך
ארויסגעשלעפּט די פארשטעקטע ראנדן פונעם קליידל -- זי איז פארטיק, ניטאָ װאָס זיך
צו שעמען. האָדעלע איז געװאָרן צעטראָגן, אראָפּ פון דער קופּע ליים, גענומען טיאָפּקען
מיט די פארפּאָפּטע פיס צו דער פירהויזיטיר, אײַליק אראָפּגעשלעפּט פון דאָרט דאָס קליידל,
ארופגעװאָרפן עס אפן קאָפּ, נאָר דאָס קליידל האָט זיך פארטשעפּעט, פארפּלאָנטערט, און זי,
האָדעלע, האָט ניט געקענט ניט ארײַן און ניט ארויס.
-- מומע כאווע, װוּ זײַנט איר ערגעץ?! --האָט האָדעלע אַקאָרשט ניט געוויינט.
פראָיִם איז אויסגעוואקסן לעבן מיידל און געענטפערט מיט כאוועס קאָל:
-- שוין, אָט באלד!--און ער האָט גענומען העלפן כאװעלען אָנטאָן דאָס קליידל,
ווען האָדלס פּאָנעם האָט זיך באוויזן אף דער ליכטיקער שײַן און זי האָט דערזען לעבן
זיך פּראָלמען, איז זי דערציטערט געװאָרן. די דערשראָקענע אויגן האָבן זיך קיין אָרט ניט
געקענט געפינען. און פראָיִם האָט אראָפּנעשלעפּט דאָס קליידל, עס א טרייסל געטאָן, נאָר
ווען ער האָט געװאָלט נעמען עס פארשפּיליען, איז האָדעלע געקומען צו-זיך און געמאכט א
שפּאן אין א זײַט, .
פראָיִם מאכט זיך ניט וויסנדיק, ער גייט נאָכן מיידל און רעדט שמייכלענדיק.
-- האָדעלע, װאָס מאכסטו עפּעס! װאָס קוקסטו אזוי אף מיר, דו דערקענסט מיך ניט!
האָדעלע שװײַגט, װוייסט ניט װאָס צו זאָגן, די אויגן אירע ווערן פּײַכט, בלישטשען
קוקנדיק אף איר, לאכט פראַיִם:
-- כאווע, -- זאָגט ער, --- טוט נאָר א קוק אף איר, נאָרװאָס איז זי געווען א שעד אין פּלו-
דערן, געטאנצט, געשפּרונגען, איצטער שטייט זי און ווייסט ניט ווען זי איז געבוירן געװאָרן,
כאווע איז צוגעגאנגען נעענטער, גענומען לאכן אף א קאָל איניינעם מיט פּראָיִמען, און
זי, האָדעלע, האָט געמאכט פּיסקעס, וי א קליין קינד, ווען מע באליידיקט עס:
-- װאָס איז מיט דיר, כיעס מײַנער! ע, ע, האָסט שוין פארגעסן, װי מיר פלעגן מיט
דיר גיין א פריילעכס.-- אויסקערעװוענדיק זיך צו דער באלעבאָסטע פון הויף, האָט ער גע-
זאָגט: -- איר געדענקט דאָך, כאווע, וי דאָס דאָזיקע מיידעלע פלעגט טאנצן, געווען בייגעוו-
דיק, װי א ווערבע-צװײַגל, -- ער האָט האָדעלען אויסגעשטרעקט א האנט, נאָר זי האָט ניט
געײַלט ענטפערן. א שטאָלצע האָט זי געמאכט צוויי שפּאן נעענטער צו פּראָלמען און, װי
נאָר די ערשטע טרער איז ארויסגעפאלן פון אן אויג, האָט זי מיט ביידע הענט ארומגענומען
פראָיַמען און זיך צוגעטוליעט צו אים.
כאווע מיט פראָיִמען האָבן זיך איבערגעקוקט. זייערע אויגן האָבן װי געזאָגט: א צע-
בראָכן הארץ, נעבעך.
61
גלעטנדיק דעם מיידלס אקסלען האָט פראָיִם זי בארויקט, און ווען ער האָט זיך באפרײַט
פון האָדעלעס אָרעמס, האָט ער ווייטעקדיק געזאָגט:
-- איר זײַנט א מייוון, כאווע, אומעטום באוויינט מען מיך, גיי האָב צו טאָן מיט װײַ-י
בער, --ער האָט א מאך געטאָן מיט א האנט און הילכיק אויסגערופן: -- װוּ איז ערגעץ ראכ-
מיִעל?
ווען פראָיִם איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, איז האָדעלע אװעקגעלאָפן אין סאָד. די מומע
כאווע ווייסט שוין, אז די קליינע װעט זיך וואלגערן אין גראָז און װעט אָנהייבן אָדער ויי-
נען, אָדער לאכן.
7
פּעסעלען איז נימעס געװאָרן װוינען אין שכיינעס. זי האָט ווי-ניט-איז אָפּנערעמאָנטירט
א צימער, די קיך, און מיט די קינדער, מיטן גאנצן דאָברע-מאזל, זיך איבערגעקליבן צו זיך
אין שטוב. זי האָט מער ניט באדארפט זיך ארומקוקן און טראכטן, װאָס מע מעג טאָן אין א
פרעמדער דירע און װאָס מע טאָר ניט, דערצו אײַנהיטן די קינדער זיי זאָלן ניט ארומלויפן
איבערן הויף, -- דאָס ניט טשעפּען, יענץ ניט אָנרירן, ניין, ס'איז ניט פאר אירע קויכעס. דער-
צו ווייסט בלויז פּעסעלע, װאָס דער באלעבאָס פון דער שטוב איז ווערט...
נאָכעם שפּיץ איז א מענטש אין די יאָרן, נאָר ער אײז א קרעפטיקער, א באוועגלעכער.
ער כאָליעט א שיינע שווארצע באָרד, װאָס פארמאָגט ניט קיין איין גרוי הערעלע. ער גלעט
זי אפילע באנאכט, ווען ער כאפּט זיך אוף פון שלאָף. ער האלט צוליב זײַן ליבלינג א ספּע-
ציִעל קעמעלע, װאָס ליגט באהאלטן אינעם אייבערשטן פּידזשאקיקעשענקעלע. די באָרד איז
בא אים א ברייטע, א קײַלעכדיקע, װאָס פּאסט צו זײַן רונד רויטלעך געזיכט און צו זײַן
האמעטנעם פולבלעכן קערפּער.
נאָכעם גייט ארום צװישן די רויַנעס און ליידיקע הײַזער זוכן א מעזוזע. ער זאָגט, טאָ-
מער װעט ער, אין איין ועג, אָנטרעפן אף א נישקאָשעדיק װײַבל, אן אלמאָנע, װעט ער.
גלײַך פאָרלייגן, זי זאָל פאר אים כאסענע האָבן, װײַל אָן קיין פּלױנעסטע קאָן ער זיך ניט
באגיין,
פּעסעלע פלעגט באמערקן, אז דער דאָזיקער זאָקן האָט א טעווע געהאט אָנשטעלן אף
איר זײַנע גרויסע אויגן און קוקן ניט אהין װוּ מע דארף. זי פלעגט פילן, אז די דאָזיקע קו-
קערס באגלייטן זי, ווען זי גייט ארויס פון הויף און באגעגענען זי, ווען זי קערט זיך אום
צוריק.
אמאָל איז נאָכעם געווען אן אָקסןיהענדלער, פאר די מילכאָמעײיאָרן איז ער געװאָרן א
קאצעוו. איצט, טײַנעט ער, אז מע רײַסט אים אף שטיקער. דעמבענעצער קאָאָפּעראציע שלעפּט
אים צו זיך, און קאראפּעיִשער פארגרייט-קאָנטאָר זאָגט אים צו גאָלדענע בערג. די קאָאָפּע-
ראטאָרן ווייסן, אז אף אים, אף נאָכעמען, מעג מען זיך פארלאָזן, ער פארשטייט א טשאד. אז
ער, דער אמאָליקער אָקסןיהענדלער, טוט א קוק אף א קאלב, אָדער אף א קו, וועגן אָפּ די
אויגן זײַנע דאָס שטיקל פי בעסער וי דער אפּטײקער וועגט אָפּ די פּראָשעקעס. ער דארף ניט
טאפּן די נעוויילע, זי באטראכטן. אז ער טוט נאָר א פיר מיט זײַן האנט איבערן רוקן, ווייסט
ער שוין די פּרײַז פון דער סקאָטינע. פּעסעלע האָט באדארפט אויסהערן אָט די אלע מײַסעס.
ווען די בוכהאלטערשע האָט געפירט די ביכער, אָדער, ווען זי האָט זיך געפּאַרעט אין שטוב,
פלעגט ער זיך אנידערשטעלן באם פענצטער גלעטן די באָרד און דערציילן, אז גנעסיע,
די פּלױנעסטע זײַנע, אָלעװהאשאָלעם, האָט בא אים געלעבט, װי א מאלקע. דער קאָפּ איז בא
איר פרײַ געווען פון דײַגעס, דאָס בעסטע און דאָס שענסטע פלעגט ער ארײַנטראָגן אין שטוב
ארײַן. הײַנט די מאלבושים אירע, װאָס ער פלעגט צוליב איר באשטעלן בא די בעסטע שני-
דער? איז דען אין דעמבענעץ נאָך בא עמעצן געווען אזא קאראקול-מאנטל, וי בא זײַן פּלױ
נעסטע?
איינמאָל איז נאָכעם ארײַנגעגאנגען אין צימער, געבעטן פּעסעלען, זי זאָל זיך מיט אים
אנידערזעצן באם טיש, ער דארף איר פאָרלייגן א נייטיקע זאך.
פּעסעלע איז גרייט געווען אָפּענטפערן, אז זי נייטיקט זיך אין גאָרנישט ניט און זי דארף
ניט אויסהערן קיין נייטיקע זאכן. נאָר ער, נאָכעם, איז דאָך פאָרט עלטער פון איר, דערצו װווינט
זי בא אים, איז זי מאסקים געווען אים אויסהערן.
ווען זיי האָבן זיך אנידערגעזעצט באם טיש, האָט נאָכעם אָנגעהויבן דאבערן. ער האָט
אײַנגעטײַנעט מיט דער שכיינע, אז זי דארף טראכטן וועגן טאכלעס, ביזוואנען װעט זי זיך
= 62
מוטשען מיט די קינדער איינע אליין. אן אלמאָנע, צי אן אגונע, דארף כאסענע האָבן. עמעס,
הײַנטיקע יאָרן, נאָך אזא מילכאָמע, װוּ ס'איז אומגעקומען אזויפיל יונגעלײַט, און דער מאנגל
אין מאנצבלען איז גרויס, דארף מען װאָס װינציקער איבערקלײַבן,
אויסהערנדיק די דאָזיקע רייד, איז פּעסעלע קוים אײַנגעזעסן אפן בענקל און ער, נאָ-
כעם, מאכט זיך ניט װויסנדיק. ער האָט ארויסגענומען דאָס קעמעלע פונעם אייבערשטן פּיד-
זשאק-קעשענקעלע, פארהויבן דעם קאָפּ און גענומען קעמען די באָרד הינטנארום, אָנהייבנ-
דיק פונעם האלדז. אז ער האָט פארענדיקט די דאָזיקע ארבעט און באהאלטן דאָס קעמעלע,
האָבן זײַנע גרויסע אויגן פּעסעלען דורכגענומען אף דורך און דורך:
-- א שידעך איז, וי א לייטער. אז מע שטעלט אים קרום, קריכט מען ארוף,
נאָכעם װאָלט נאָך גערעדט און געכקירעט, נאָר פּעסעלע איז פּלוצעם אופגעשפּרונגען.
ס'האָט געדאכט, אז זי װעט דעם זאָקן מיט דער שיינער באָרד באװײַזן אף דער טיר, נאָר
זי האָט באדארפט זײַן שטארקער פון אײַזן אף א שמייכל צו טאָן.
זי האָט באדאנקט דעם באלעבאָס, װאָס ער זאָרגט פאר איר, זי װעט אלץ גוט באטראכטן,
אָבער איצטער...
װעדליק דאָס קאָל אירס האָט געציטערט, איז נאָכעמען קלאָר געװאָרן, אז ער דארף װאָס
גיכער זיך אָפּטראָגן. אופהייבנדיק זיך פון בענקל, האָט ער יעכידנע געשמייכלט: זײַן מיין איז
דאָך געווען, הייסט עס, איר פאָרלייגן געדאליע טאם, ער איז דאָך געווען דער מיילעך בא
דעמבענעצער קאצאָווים, ער װאָלט זי געטראָגן אף די הענט. באמערקנדיק וי פּעסעלעס
אויגן האָבן זיך אָנגעצונדן, האָט נאָכעם האסטיק געלאָזט זיך ארויסגיין פון צימער.
ווען פּעסעלע איז געבליבן אליין, האָבן די אויגן אירע מיט צאָרן א קוק געגעבן אף דער
טיר. זי האָט זיך אראָפּגעלאָזט אפן בענקל, אָנגעשפּארט דעם קאָפּ אף די הענט, װאָס זײַנען
געלעגן אפן טיש, און שטילערהייט זיך ביטער צעוויינט.
אפן צווייטן טאָג האָט פּעסעלע זיך ארויסגעקליבן פון נאָכעם שפּיצס דירע.
פון זינט זי װוינט בא זיך אין שטוב, איז זי געקומען צו-זיך, געװאָרן גאָר אן אנדערע,
זי האָט אופגעראמט אין יעדער וינקל, דאָס איין-און-איינציקע פארגלייזטע פענצטער איז
אויסגעוואשן און בלישטשעט, װי דער שפּיגל, וועלכן זי האָט אופגעהאנגען אף דער וואנט
לעם שראנק, װאָס איז געבליבן אָן טירלעך. דער הויף איז אויך אין אָרדענונג, כאָטש די
קארטאָפליעס אינעם גאָרטן זײַנען שפּעט געווען פארזעצט, דאָך בליֶען זיי שוין.
פּעסעלע האָט אָנגעהויבן זיך ארומזען. דאָס כאקי-קליידל, דאָס סאָלדאטסקע העמד, ואָס
האָבן איר געדינט א היפּש ביסל צײַט, האָט זי באהאלטן אין קאסטן --זאָל דאָס בלײַבן אן
אָנדענק פון די שװערע יאָרן. פּעסעלע האָט אופגעהערט פארדרייען גלאט אזוי א קובליק.
איר גוף איז א ביסל פולער געװאָרן, און זי קאָן שוין זיך פארגינען אָנטאָן א קליידל, א קאָפטל,
װאָס זײַנען אף איר געהאנגען, װי אף א שטעקן. זי האָט אָנגעהױבן פארפלעכטן די צעפּ און
זי אויסגעלייגט װוי א קרוין אפן קאָפּ,
יעדן אָװנט גייט זי מיט די קינדער צום טײַך זיך באָדן. די יאטלעך לויפן אראָפּ א בארג,
און זי, די מאמע, גייט לאמנזאם, מיט ווירדע. זי איז אָנגעטאָן אין א לײַכטן געקװוייטלטן
סאראפאן. זי דארף זיך פאר קיינעם ניט שעמעןן. טאָמער װעט זי עמעצן באגעגענען, װועט
זי די פאטשיילע ארופווארפן אף די אנטבלויזטע אקסלען. די פאטשיילע דינט איר אויך צו"
ליב א צייכן, טאָמער דערװײַטערן זיך די קינדער פון איר אף א גרויסן מעהאלעך, טוט זי א
פאָכע מיט איר --- בלײַבן זיי שטיין.
אז די זון זעצט זיך, גײיען זיי אלע אהיים. אין איין וועג, רײַסט אָן פּעסעלע בלומען און
מיטן בוקעט שפּרײַזט זי אן אויסגערוטע, א פרישע. קומענדיק אהיים, צעעפנט זי דאָס פענצ-
טער, שטעלט ארײַן אין א קריגל די בלומען און עס הייבט אָן שמעקן אין שטוב,
ווען די קינדער עסן אָפּ וועטשערע, לאָזט זי זיי ארויס אין הויף זיך שפּילן, און זי, די
מאמע, ווארפט אראָפּ דעם סאראפאן און טוט אָן א העל-בלויען כאלאט, נעמט צעפלעכטן די
צעפּ אירע, װאָס זײַנען פײַכט געװאָרן בעשאס דעם באָדן זיך. מיט צעלאָזטע האָר גייט פּעסע-
לע צו צום שפּיגל, קוקט זיך אײַן אין איר געזיכט. די קנייטשעלעך, װאָס האָבן געהאט זיך
אָנגעמערקט בא די אויגן-ווינקלען און לעבן די שלייפן, זײַנען ניט געסטײַעט. זי פילט, װי
די אייוורים אירע זײַנען קרעפטיקער געװאָרן, שטײַפער. דער גוף איז מאמעש אופגעלעבט
געװאָרן. אָפטלעך טוט א ציטער די הויט און, נאָכדעם, פילט זי, פּונקט וי אין דער יוגנט, װי
לעבלעכער זאמד צעשיט זיך איבערן לײַב מיט א צארטער וארעמקײַט. אמאָל טרעפט זיך,
אז דער דאָזיקער געפיל קומט צו איר, ווען זי טוקט זיך אונטער אין טײַך. דעמלט גייט זי
ארויס פון וואסער, לייגט זיך אנידער אפן ברעג און פארמאכט די אויגן. צעשפּרײט די הענט
03
אין די זײַטן, ליגט זי און הערט זיך אײַן, װי דאָס לײַכטע ווינטל גלעט אויס יעדער אייווער
אירְן.
און אפדערנאכט קען זי ניט צומאכן מיט קיין אויג, די קינדער שלאָפן געשמאק, זיי האָבן
ניט קיין שום דײַגעס, און בא איר װערט דער קאָפּ צעשפּאלטן --װוּ קריגט מען עטלעכע
בלעך אף צורעכט מאכן דעם דאך. זי דארף אויך אין זינען האָבן געפינען עפּעס א זאך, זי
זאָל זי אױיסבײטן אף מילך פאר די קינדער. די אלע מאכשאָוועס טוען זי א הייב פון געלע-
גער. אז זי גייט זיך דורך איבער דער פינצטערער שטוב, הערן זי אוף צו מוטשען די דאָ-
זיקע געדאנקען. זי צעעפנט דאָס פענצטער, ס'זאָל ארײַן א ביסל פרישע לופט, דעקט אײַן
גוט די קינדער און גייט ארויס אין קיך, ווארפט ארוף אף זיך א שאלעכל, פארשפּיליעט אף
אלע קנעפּלעך דעם כאלאט און עס טראָגט זי ארויס פון שטוב.
אין דרויסן איז פריש, עס ציט א ווינטל פון טײַך. ערגעץ ניט װײַט אין א סאָד פאלן
עפּל פון די ביימער. עס װײַזט זיך אויס, אז א גרויסער װאָגיקער פויגל שנאָלט מיט די פיס
איבער דער ערד. ס'איז, װײַזט אויס, ניט שפּעט. צװישן די צעוואקסענע ביימער זעט מען,
אינדערװײַטן, בלימלט א פּײַערל. פּעסעלע מאכט זיך, אז זי ווייסט ניט אין װעמענס שטוב
לײַכט זיך. זי לאָזט זיך גיין אהין, װוּ דער טויער איז אמאָל געהאנגען, פונדאָרטן זעט מען
בעסער. זי דערקאַנט יענע שטוב, אין וועלכער זי האָט געװווינט א שטיקל צײַט, הייסט עס,
פראָיִם איז איצטער אין דער היים, ער קען אויך ניט שלאָפן, װאָס זשע טוט ער איינער
אליין! און עפשער איז עמעצער צו אים געקומען!
פּעסעלע איז שטיין געבליבן לעבן אן אקאציע-בוים, װאָס וואקסט פון יענער זײַט היף,
קוקט זיך ארום, הערט זיך אײַן צי די קינדער שלאָפן. ווען זי װאָלט אף זיי אוועקגעמאכט
מיט דער האנט, װאָלטן די פיס זי אװועקגעטראָגן דער רועך ווייסט װוּהין.
פריער מיט צוויי טעג אין דער צײַט, איז זי געגאנגען פון ראכמיעלן, ער האָט ערגעץ
געקראָגן טאָל אף דעקן דעם דאך, האָט זי געמיינט, אז ער װעט איר אויך מיט עפּעס העלפן,
לאָזט זיך אויס, אז דאָס האָט האָדעלע, צופעליק, אין בראָנװע בא א פּױער אויסגעביטן אף
צוויעכעס צוויי רולאָנען. פראָיִם איז איר אָנגעקומען אנטקעגן. ביידע זײַנען זיי, פּלוצעם,
שטיין געבליבן, ניט געקאָנט אויסריידן קיין װאָרט, װי זיי װאָלטן פארלוירן דאָס לאָשן. מע
האָט אפילע פארגעסן זיך באגריסן. אין א װײַלע ארום איז זי, פּעסעלע, געקומען צו זיך און
אָנגעהױבן ריידן:
-- טו נאָר א קוק אף אים, -- האָט זי געזאָגט, -- שליאָנדרעװעט ארום אזוי שפּעט. װאָס
שלאָפסטו ניט!
פראָיִם איז נעענטער צוגעגאנגען, זיך אײַנגעקוקט אין איר, װוי ער װאָלט זי ניט דערקענט,
קלוימערשט, און װוי ער װאָלט איר א סאָד אנטדעקט, שטילערהייט געזאָגט:
-- פּעסעלע-קרוין, איך האָב פארלוירן א כאָלעם, גיי איך ארום אים זוכן,
-- אוי, שלימאזל, כאלוימעס גייען אים אָפּ, װאָס זשע ביסטו צעכראסטעט, צעשויבערט!--
זי האָט ניט געװוּסט, ויָאזוי איר האנט האָט גענומען פארשפּיליען זײַן גימנאסטיאָרקע, נאָר
די רעגע האָט זי זיך געכאפּט, אז זי ווייסט ניט װאָס זי טוט, זיך אויסגעקערעוועט, װי א פאר-
שעמט מיידעלע און געלאָזט זיך גיין. פראָיִם איז איר נאָכגעגאנגען, עפּעס געשטאמלט, זי
געדענקט שוין ניט װאָס. זיי האָבן גענומען פּלױדערן ניט געשטויגנס און ניט געפלויגנס,
נאָכדעם האָט מען זיך גענומען דערמאָנען אין די יונגע יאָרן, פאר גאָרניט מיט נישט האָט
מען זיך צעקריגט, גרייט געווען אויסדראפּען די אויגן איינער דעם צווייטן, אָבער שפּעטער,
פלעגט ער, פראָיִם, איר נאַכגעבן און באשטעטיקן מיט צוויי װוערטער: , ביסט גערעכט". ער
האָט אָנגעהױבן דערציילן מײַסעס, און אז דער פּױקער דערציילט, איז דאָ פון װאָס צוֹ לאכן..
= װײַט פון איר שטוב איז איר געקומען אפן זינען א געשיכטע, װאָס מיט איר איז פאר-
אָפן.
דאָס איז פארגעקומען, ווען זי איז נאָך אין נײַנטן קלאס געגאנגען. ס'איז געווען אָנהײב
זומער, דער לעצטער עקזאמען איז שוין פארב, און זי מיט א כאָפּטע ייַנגלעך, פארפוצטע
מיידלעך, זײַנען געגאנגען אהיים פון דער שול. מע האָט געלאכט, געמאכט זיך מעשוגע, און
קיינעם איז ניט אײַנגעפאלן א קוק געבן אפן הימל, װאָס איז געװאָרן פארוואלגערט מיט
שווערע װאָלקנס. מיטאמאָל איז דאָס שטעטל פארפלייצט געװאָרן פון א שלאקסרעגן. דער
הימל האָט זיך געשפּאָלטן פונעם דונערן און בליצן, די ערד האָט געציטערט. אלע כעוורע,
די פארפּוצטע מיידלעך זײַנען זיך צעלאָפן, בלויז זי איינע, א דערשראַקענע אף טויט, איז
געבליבן שטיין, װי א געליימטע אין מיטן גאס. זי איז אף א װײַלע אנשוויגן געװאָרן, בא-
וויזן, װי זי איז געשטאנען א דערשראַקענע, וי פונעם נײַעם קליידל האָט געגאָסן און גערו-
נען, װי די שענסטע שיך אירע זײַנען געשטאנען אין וואסער. און די קאליוזשע איז געװאָרן
4--4 64
אלץ טיפער און גרעסער. פּעסעלע האָט געלאכט און דערציילט װײַטער: פּלוצעם האָט זי דער-
זען װי איינער, מיט א זאק אפן קאָפּ, לויפט צו איר, א באָרװעסער, די קאלאָשן פון די הויזן
פארקאטשעט העכער די קני, זי איז זיכער געווען, אז דאָס אײַלט גרישע זי ראטעווען, נאָר
ס'האָט זיך אויסגעלאָזט א שטייסל.
פּעסעלע איז װוידער אנשוויגן געװאָרן, אופגעהויבן די אויגן אף פראָיָמען און שטילערהייט
געפרעגט בא אים, עפשער וייסט ער, װער איז דאָס געווען. ס'איז דאָך פאָרגעקומען ניט
װײַט פון זײַן שטוב. פראָיַם האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף יאָ. נאָר ער האָט פון אָנהײב
דעמלט ניט געװוּסט, אז דאָס איז זי, פּעסעלע, געשטאנען א דערשראָקענע.
זי האָט פאָרגעזעצט דערציילן, װי ער האָט זי א נעם געטאָן אונטערן אָרעם, זי ארויס-
געשלעפּט פון דער קאליוזשע און זי מאמעש אװעקגעטראָגן צו זיך אפן גאנעק. דאָס קאָל איז
בא איר הייזעריק געװאָרן, אָבער שװײַגן האָט זי ניט געקענט. זי האָט געפרעגט, צי געדענקט
ער, װי ער האָט זי אין קאָרידאָר אײַנגעמאָסטעט אף א בענקל און אליין איז ער אוועקגע-
לאָפן ברענגען א האנטעך. פאָרזיכטיק האָט ער גענומען ארומװוישן איר נאס פּאַנעם, דעם
האלדז אירן, אפילע די צעפּ אויסגעדרייט, פארשארט די צוגעקלעפּטע פּאסמעס האָר פונעם
שטערן, פון די באקן, נאָכדעם זיך אראָפּגעלאָזט אפן פּאָל, געשטאנען אף איין קני, קעדיי
צעשנורעווען די שיינע שיכלעך אירע. זיי אראָפּגעשלעפּט פון אירע פיס, אױיסגעגאָסן פון זיי
די וואסער, אויסגעטרייסלט פון זיי װוּ א טראָפּנדל, ביײיסמײַסע האָט ער געשמייכלט, נאָכדעם
אָנגעהויבן לאכן. און איר איז געווען אזוי גוט, בלויז אין האלדז איז געשטאנען א קנויל שניי,
זי, די צעדרייטע, האָט געווישט די אויגן, ער זאָל ניט באמערקן. איר קאָל האָט קוים"קוים
מיט ווייטעק אויסגעשטאמלט: , װוּ נעמט מען יענע יאָרן, פרויקעלע".
פּעסעלע איז אנשוויגן געװאָרן, זי האָט דעמלט ניט געװוּסט, אז זיי שטייען אונטער דעם
זעלבן אקאציע-בוים, זי האָט ניט געפילט וי זי האָט זיך צוגעטוליעט צו פּראָיִמען, און ער
האָט מיט זײַנע הענט, פאָרזיכטיק, זי אָנגענומען פאר די אקסלען און פון דער גרינג זי צו"
געצויגן צו זיך. ווען זײַנע זײַדענע ווייכע װאָנצעס האָבן אָנגעהױבן בלאָנדזשען איבער איר
פּאָנעם, זוכנדיק די ליפּן אירע, האָט זיך, פּלוצעם, דערהערט דער געשריי פון די קינדער.
-- מאמע, װוּ ביסטו, מאמע?!
פּעסעלע האָט א ציטער געטאָן, מיט ביידע הענט א שאר געטאָן איבערן פּאָנעם, א צע-
טומלטע זיך ארומגעקוקט, װוי זי װאָלט זיך נאָרװאָס אופגעכאפּט פון שלאָף און פארלוירן דעם
שיינעם כאָלעם. זי האָט א קוק געגעבן אפן װײַטן פײַערל און געלאָזט זיך גיין צו דער שטוב
ארײַן, זי זאָל ניט הערן דעם געשריי , מאמע, װוּ ביסטו",
8
פון זינט פראָיִם איז פארנומען מיט אופשטעלן דעם ציגל-זאװאָד, סטײַעט אים קיין צײַט
ניט טראכטן וועגן זײַן איינזאמקײַט. עס דרייט אים דער קאָפּ, װוּ נעמט מען מענטשן אף
אופשטעלן די קאריערן, מאכן א וועג צו זיי, מע זאָל קאָנען פירן ליים. נאָך מער מאָראָקע
האָט ער מיטן אָפּרעמאָנטירן די פּרעסן. ראכמיַעל קאשנעק איז דער איינציקער, װאָס װאָלט
געקענט צורעכט מאכן די דאָזיקע מאשינעס, זײַנען די אויגן בא אים שלאף געװאָרן.
אלע אינדערפרי שפּאנט פראָיִם צום כוטאָר. אין אָװנט אײַלט ער זיך צוריק אהיים, און
ביז ער פאלט ארײַן אין שטוב און ביז ער וואשט זיך ארום און טוט זיך איבער, װוערט נאכט.
פראָיִם װאָלט געקענט נעכטיקן אפן כוטאָר, נאָר עס ציט אים קיין דעמבענעץ, ער וויל
זיך ניט מוידע זײַן נאָך וועמען ער בענקט. איצט װאָלט ער ניט באדארפט זוכן קיין צופעליקע
באגעגענישן, בלויז צוגיין צום הויף, אָדער א קלאפּ טאָן אין פענצטער לעצט בריירע, נאָר
אז ער דערמאָנט זיך, װי די קינדער היטן זי, סטײַעט אים ניט קיין מוט. דערצו, אז ער קומט
אהיים, איז ער מיד, עס ווילט זיך אנידערלייגן אָפּרוען, װי נאָר ער דערזעט די קישן, מאכן
זיך צו די אויגן.
נעכטן קאיאָר, ווען פראָיִם איז ארויסגעגאנגען פון שטוב און געלאָזט זיך גיין אפן זא-
װאָד, איז לוזער אים אָנגעקומען אנטקעגן. ער האָט זיך נאָכגעפרעגט, װי עס האלט מיט דער
ארבעט, ווען װעט מען שוין זען א לעבעדיקן ציגל... באגלייטנדיק פראָיַמען, האָט לוזער גענומען
זיך קלאָגן, אז פון מירלען איז אומעגלעך אויסצוהאלטן. זי לאָזט ניט די קינדער גיין צו אים
אין שטוב, און ער קען זיך דעריבער קיין אָרט ניט געפינען. לוזער האָט ניט אויסגעווארט,
659
פראָיִם זאָל אים עפּעס זאָגן, צי טרייסטן אים, זיך אָפּגעזעגנט און איז מיט אן אראָפּגעלאָזטן
קאָפּ שווער אוועקגעגאנגען.
נעכטן, טאקע, האָט פראָיִם מיט גוואלד זיך פארפרי באפרײַט פון דער ארבעט, באשטימט
ארײַנגײן צו מירלען און זיך דורכריידן מיט איר. ער האָט געװוּסט, פראָיִם, אז פישל איז
אוועקגעפאָרן אין א קאָמאנדירונג.
ווען פראָיִם איז ארײַנגעקומען צו מירלען אין שטוב, האָט שוין געברענט א לאָמפּ, זי איז
ניט געזעסן מיט קיין צונויפגעלייגטע הענט. זי איז געשטאנען באם טיש, זיך געדרייט דעם
קאָפּ, וויַאזוי פון אירס אן אלט קליידל אױיסשנײַדן א פּלאטקעלע פאר סימעלען.
-- מירעלע, א גוטער אָװנט זאָל זיך אין דיר ארײַנכאפּן, --האָט פראָיִם אויסגערופ.
דערזען דעם גאסט, האָט זי אראָפּגעשארט פון טיש דאָס אלטע קליידל, עס צונויפגעלייגט און
אנידערגעלייגט אף א בענקל.
-- זע נאָר, -- האָט זי געזאָגט, --אָט נעם איך באלד צעוואלגערן די הרובע, קום נעענ-
טער זעץ זיך אנידער. -- זי האָט זיך א דריי געטאָן, און א סערוועטל האָט זיך באוויזן אין
אירע הענט. זי האָט עס פלינק אױסגעשפּרײט אפן טיש, און פאָרגעזעצט ריידן: --באלד װעל
איך דיך מעכאבעד זײַן מיט א לעמעשקע פון פּאפּשוי-מעל און מיט געבריטער קאלטער מילך.
פראָיִם האָט אופגעהויבן ביידע הענט אין דער הייך, אָנגעהויבן זיך בעטן:
-- מירל, אויב דו ווילסט, איך זאָל בא דיר א ביסעלע זיצן, טשעפּע מיך ניט מיט קיין
מײַכאָלים, איך האָב נאָרװאָס געגעסן.
-- אין דײַן נאָז זע איך ניט, דו זאָלסט זײַן זאט.
-- װי קומט אהער די נאָז. ווען דער מאָגן האָט א פענצטערל, װאָלסטו געזען. דו גיב
בעסער א קוק אף זיך, כיעס מײַנער, מיט יעדער טאָג װערסטו ייַנגער און שענער.
-- שפּײַ אויס דרײַ מאָל, גיכער. -- האָט מירל זיך א דריי געטאָן, גלאנצנדיק מיט די
אויגן.
-- טפו, טפו, טפו, טפו. איך האָב שוין פיר מאָל אױיסגעשפּיגן, קיין גוט-אויג זאָל דיך ניט
נעמען.
-- און דו, פרויקעלע, ביסט אף צאָרעס, האָרעװעסט גאנצענע טעג, נאָר א מענטש ביסטו
געװאָרן. ווייסט דאָך, קיין קראסאוועץ ביסטו קיינמאָל ניט געווען, װאָס זשע דען?-- מירל
האָט א שנאָל געטאָן מיט צוויי פינגער און מאמזעריש א קוק געגעבן אפן גאסט, ---נאָר הונ-
דערטער כיינען האָבן זיך דיר נאָכגעשלעפּט פוסטריט, און אלע מיידלעך האָבן זיך צו דיר
געקלעפּט, וי בינען צו האָניק.
--- פונוואנען ווייסטו?
-- א מאָשל, נו, -- מירל האָט פראָימען גענומען פאר א האנט, װי מע נעמט א קלין
קינד, אים צוגעפירט צום דיוואן, בײיסמײַסע ניט אופגעהערט ריידן. דערציילט אים, אז זי
געדענקט, װי די מאמע זײַנע פלעגט טײַנען, אז א באָכער האָט ניט קיין צעפּ און װעט ניט
זיצן ביז די גרויע האָר. ביז ביידע טעכטער אירע װעלן ניט כאסענע האָבן, װעט זי, די מא-
מע זײַנע, ניט דערלאָזן, ער זאָל זיך פארשרײַבן אפילע מיט דער גרעסטער קראסאוויצע.
פראָיִם האָט זיך געװאָלט אופהייבן פון דיוואן, האָט מירל מיט ביידע הענט אָנגענומען
זײַנע אקסלען:
-- דו דריי זיך ניט, האָסט פארגעסן, װי דו פלעגסט זיך האלטן אין א זײַט, קיינעם ניט
באדארפט און קיינעם ניט געװאָלט. א סאך מיידלעך װאָלטן געשפּילט מיט דיר אן עמעסע
ליבע, נאָר פּאטערן דאָס הארץ אומזיסט און אומנישט, פארדרייען זיך דעם קאָפּ און ניט קו-
מען צו קיין טאכלעס -- דאָס אזיאס! מײַן מאמע פלעגט זאָגן: לוי מיט א ספּאָדעק!
פראָיִמס דורכגעטריבענע אויגן האָבן א קוק געגעבן אף מירלען, און מיטאמאָל איז ער
אופגעשטאנען פון דיוואן און געלאָזט זיך שפּאנען איבערן צימער.
מירל האָט זיך צוגעהערט צו זײַנע טריט, געקוקט אף זײַן פּלײצע, אפן הויכן שטארקן
האלדז און געשמייכלט צו זיך אליין. איר איז געפעלן, װאָס זי האָט געקענט אים ארײַנזאָגן
אזוי, ער זאָל ניט קאָנען אײַנזיצן.
פראָיִם האָט זיך אף א װײַלע אָפּנעשטעלט לעבן דיוואן און מיט א כויזעקינוסעך גע-
פרעגט:
-- זאָג מיר נאָר מעיכעסטע מײַנע, דו האָסט אמאָל געטרייסלט די סאזשע?
-- ביסט מעשוגע, וי קומט צו מיר טרייסלען סאזשע!
-- אָט דאָס מיין איך טאקע, -- פראָיִם האָט גענומען א בענקל און זיך אנידערגעזעצט
אנטקעגן מירלען, -- װי קומט טאקע צו א מיידל שפּרינגען איבער די דעכער! אָבער זאָג מיר
גלעקעלע, ווען דו האָסט א ברודער, װאָלסטו געװאָלט, ער זאָל װערן א קוימענקערער?
6
-- לעמײַ זאָל איך לייקענען, איך װאָלט בעסער געװאָלט, ער זאָל זײַן אן אינזשעניער,
אָדער א דאָקטער...
-- אזא יאָר אף מיר, וי צוקער איז זיס. און צו מיר איז אײינמאָל מײַן טאטע געקומען צו
כאָלעם און ער האָט מיר אזוי געזאָגט: , זוניו, דארפסט זיך ניט שעמען, װאָס דו האָסט צו
טאָן מיט אזא שמוציקער ארבעט, דעריקער די נעשאָמע זאָל בא דיר זײַן א ריינע."
-- אָ, דײַן הערצעלע איז ריין וי גאָלד!
-- כאפּ ניט, מירעלע, דו זײַ זיך מוידע, קנישעס מיט פאסאָליעס קאָנסטו באק?
-- װאָס זשע דען, איך קען ניט!
-- נו, און דעם אויוון, ניט איצטערט, פארשטייט זיך, פאר דער מילכאָמע, מיין איך, האָט
מען בא אײַך אין שטוב געהייצט יעדער מיטװאָך און דאָנערשטיק!
-- א מאָשל, קימאט יעדן טאָג, כוץ שאבעס...
-- איז דאָך אוואדע גוט! איצט זאָג מיר, כאכאָמע מײַנע, וויפל טראכסטו, איז אין דעמ-
בענעץ געווען הײַזער פארן כורבן.
-- איך ווייס, זייער א סאך,
-- איז דאָך קוימענס אויך געווען א מאיאָנטעק, האָט מײַן טאטע געזאָגט, װוען ער זאָל
ניט געווען טרייסלען די סאזשע, װאָלט דעמבענעץ פון לאנג אװעק מיטן פּײַער. און װער
האָט נאָכדעם גערייניקט די קוימענס?
-- װאָס הייסט װער? -- דו.
-- איז דאָך ניט קיין כידעש, װאָס יעדער מיידל האָט מיך ליב געהאט פונדערװײַטן, קע-
דיי זיך ניט אויסשמירן אין סאזשע.
--- אײַ, גיי זיך, פּױקערל, דו דערציילסט באָבעמײַסעס.
-- אדעראבע, הייב אוף דײַנע שיינע ליכטיקע אויגן צום הימל און זאָג דעם עמעס. שטעל
זיך פאָר, מירעלע, ווען איך האָב די האָזע און װאָלט אמאָל ארײַנגעשיקט צו אײַך אין שטוב
הערצל דעם שאדכן, ער זאָל מיט דײַן מאמען איבעריידן וועגן דעם, אז מיר ביידע זאָלן כאי
סענע האָבן, װאָלט דײַן מאמע געזאָגט דעם שאדכן: ,װאָיס? נאפּטאָלע דעם קוימענקערערס
טאכשיט פאר אן איידעם! גאָט איז מיט אײַך, הערצל, איר האָט, װײַזט אויס, ניט געפּאָקט
און ניט געמאָזלט?.
-- אײַ, גי דיר אוועק, מײַן מאמע װאָלט דאָס קיינמאָל ניט געזאָגט,
-- װאָלט דעם טאטן דײַנעם, דעם קעניג פון די דעמבענעצער שערערס, ניט אָנגעשטא-
נען, דו זאָלסט כאסענע האָבן פאר א ,סאזשעטרוס", דערציילסטו מיר כאלוימעס, אז אלע
מיידלעך האָבן זיך צו מיר געקלעפּט, וי בינען צו האָניק. -- פראָיַם האָט קלוימערשט געװאָלט
אָפּטרײסלען עפּעס אף מירלס קורץ ארבעלע, און װען זי האָט אָנגעבױגן דעם קאָפּ א קוק
געבן, װאָס האָט פראָם דאָרטן דערזען, האָט יענער, פון דער גרינג, איר א שנאָל געטאָן אין
נעזל.
מירל האָט זיך אופגעהויבן פונעם דיוואן, גענומען דעם גאסט אונטערן אָרעם, שפּאצירט
מיט אים איבערן צימער. פּראָיִם האָט איר געזאָגט, אז זי דארף וויסן, אז ער איז ניט אומ-
זיסט געשטאנען אין א זײַט יאון איז גלײַכגילטיק געווען צו מיידלעך. ס'איז פאראן א סיבע,
און ער וויל איר דערציילן, װי ס'איז געווען. איינמאָל איז ער געזעסן בא לוזי וועטמאן אפן
קוימען, האָבן זײַנע אויגן באמערקט גיין א מיידעלע איבער דער גאס. אזא שיין פייגעלע, אז
ער איז געפּלעפט געװאָרן און שיר ניט אראָפּגעפאלן פונעם דאך, נאָר איר שײינקײט האָט
אים געראטעוועט. און ביז הײַנטיקן טאָג קען ער אין יענעם מיידל ניט פארגעסן,
מירל איז שטיין געבליבן א פארכושטע, געקוקט אף פראָיִמען און שטילערהייט געפרעגט.
-- דאָס מיידל לעבט, צי זי איז אומגעקומען?
-- זי לעבט, -- האָט פּראָיִם שװער א זיפץ געטאָן, --נאָר װאָס קומט ארויס. איר לויפן
שוין נאָך צוויי קינדערלעך.
מירלס אויגן האָבן זיך צעפּינטלט, געזוכט דעם שפּיגל. ווען זי האָט אים געפונען, איז זי
צוגעגאנגען צו דער וואנט, און פון דאָרטן געפרעגט:
-- מעג איך וויסן, ווער איז די שײינהײַט דײַנע!
-- דערװײַל איז דאָס א סאָד. עס װעט קומען די צײַט, װעל איך דיר דערציילן, -- און קע-
דיי איבערגיין אף אן אנדער געשפּרעך האָט ער גענומען אויסטראכטן א מײַסע, װוי איינער
א באָכער, װאָס איז געלעגן מיט אים אין שפּיטאָל האָט דערציילט, אז יענער האָט זיך אויך
געהאט פארליבט אין א מיידל אן אנטיק -- דאַס פּענעמל א ליכטיקס, א שיינס, מיט אלע
טאמען, אירע אויגן האָבן געקאָנט א שטיין אופוועקן. די שווארצע געלאָקטע האָר האָבן גע-
גלאנצט, וי זײַד. אז דורכגייער האָבן זי באגעגנט, פלעגט מען זיך אָפּשטעלן. ס'האָט לאנג
67
ניט געדויערט, און זיי האָבן כאסענע געהאט. ער איז אזוי געווען פארבלענדט פון איר שיינ-
קײַט, אז ער האָט פארגעסן, אז דאָס מיידעלע פארמאָגט א צינגעלע, און באלד נאָך דער
כאסענע האָט דאָס צינגעלע באקומען לאָשן, און דאָס שיינע װײַבעלע האָט מיט אים אָנגע-
הויבן לערנען באָלעק.
מירל האָט פארביסן די ליפּן, זי זאָל זיך ניט צעלאכן, און ער, פראָיִם, האָט געפּינטלט מיט
די אויגן, געשמייכלט טאמעוואטע און טרויעריק פאָרגעזעצט דערציילן:
-- אז מע האלט בא כאסענע האָבן, דארף מען אין זינען האָבן ניט נאָר דאָס שיינע פּע-
נעמל, די געטאָקטע פיסלעך, נאָר דאָס צינגעלע אויך.
מירל האָט אוועקגעמאכט מיט דער האנט און באדױיערנדיק געקוקט אף פּראָיִמען
--- פּױיקערל, -- האָט זי געזאָגט, -- אויב דו װילסט זײַן קליגער פריער, וי דײַן װײַב נאָך
דעם, װועסטו פארבלײַבן אן אלטער באָכער.
פראָיִם בעט מעכילע. ער גיט איר צו פארשטיין, אז עס גייט ניט נאָר אין אים. ער מיינט
זי אויך, אָט יל ער זיך בא איר דערוויסן, מיט וועמען איז פארנומען איר הערצעלע:
-- וי א ברודער וויל איך בא דיר פרעגן, מירעלע, -- און דײַן זאך איז מיר זאָגן דעם
עמעס, אָדער מיר הייסן, איך זאָל זיך ניט מישן,
מירל האָט א װײַלע געשוויגן, נאָך דעם אנטשיידן געזאָגט:
-- פרעג.
--- זאָג מיר, פרײַנטעלע, דו טראכסט טאקע כאסענע האָבן פאר פישלען!
מירל האָט א צאפּל געטאָן, נאָר די רעגע איז זי געװאָרן האָפּערדיק, א שמייכל געטאָן.
דאָס שמייכעלע איז אָבער פארביטערט געװאָרן, און אין די אויגן האָבן זיך באוויזן צוויי
קליינינקע טראָפּנדלעך, נאָר מירל קען זיך האלטן אין די הענט, זי האָט פארהויבן דעם קאָפּ
אין דער הויך און גענומען ריידן קאלטבלוטיק:
-- ווער-ווער, נאָר דו, פּױיקערל, ווייסט גאנץ גוט, אז פון פישלען האָב איך קײינמאָל
ניט געהאלטן.
-- פריִער יאָ, דאָס ווייס איך, אָבער איצט?
-- איצט איז גרינג צו פרעגן און שווער צו ענטפערן. מע זאָגט, אז הײַנטיקע צײַטן טאָר
מען ניט איבערקלײַבן, דערצו שלעפּט זיך מיר נאָך א לאנגער שלייף. צוויי קינדער, געזונט
זאָלן זיי מיר זײַן. זי האָבן דאָך אויך א דייע אף מיר. און זיי ווילן ניט קיין פרעמדן טאטן,
װוּ זשע זאָל איך זיי נעמען דעם אייגענעם פאָטער זייערן!
-- די קינדער זײַנען גערעכט...
-- מיט װאָס זײַנען זיי גערעכט?
-- זי זעען דאָך, אז ס'איז פאראן א פעטער לוזער, װאָס לעבט איינער אליין, און די
קינדער פילן, אוי, פילן זיי, און זיי ציֶען זיך צו אן אייגענעם מענטשן.
מירלס אויגן האָבן זיך אָנגעצונדן:
-- ביסט געקומען מײַך אײַנרײדן, איך זאָל לוזערן אָפּנעבן די קינדער?
-- גאָט באהיט, זיי פילן מיטן גאנצן הארצן...
-- ווארט א װײַלע, פארקלאפּ מיר ניט דעם קאָפּ, פרויקעלע.
-- איך האָב ניט װאָס צו ווארטן, איך ווייס, אז לוזער װעט פאר דײַנע קינדער קיין
פרעמדער טאטע ניט זײַן.
-- גיי זיך, לוזער װויל צונעמען די קינדער, און אים װעט ניט ארן, איך זאָל זיך פאר-
שלייערן פארן טײַװל, אָדער איך זאָל זיך אפילע ארײַנווארפן אין טײַך ארײַן.
-- װאָס רעדסטו?! דו ביסט לוזערן טײַער ניט װייניקער, וי די קינדער.
-- װאָס זשע שװײַגט ער?! ער איז שטום, --האָט מירל מיט הארץ אויסגערופן, און ניט
געווארט אף קיין ענטפער, א דראָע געטאָן מיט א פויסט, -- פראָיִם, איך גיי באלד צו לוזערן.
איך װעל אים פרעגן, טאָמער האָסטו אויסגעטראכט, זאָלסטו געדענקען.
-- קום! מיר װועלן ביידע גיין.
-- ניין, דאָס ניט, דו האָסט דײַן ארבעט אָפּגעטאָן, דיר קומט פּױיקערל..---זי איז אנ-
שוויגן געװאָרן און אין א װײַלע ארום פאָרגעזעצט הייזעריקלעך, -- װאָס זשע קומט דיר?--
איר קאָל האָט א ציטער געטאָן. -- דו גי אהיים, מײַן טײַערער. א גוטע נאכט דיר.
פראָיִם איז געשטאנען, ביז ס'איז געװאָרן שטיל אין שטוב. אז ער האָט באמערקט, װי
מירל האָט ביגנייווע אראָפּגעשארט א טרער פונעם פּאָנעם, האָט ער געזאָגט א גוטע נאכט
און איז לאנגזאם ארויסגעגאנגען פון שטוב.
8
9
לעצטנס איז האָדעלען געװאָרן היימלעכער צו ווינען בא זיך אין דער היים. קימאט א
װאָך צײַט האָבן גענעכטיקט בא איר אין שטוב קיילע מיט אירע היישעריקעס. דאָרטן, װוּ עס
לעבט א היפּשער אוילעם, דערשרעקן זיך די שיידים פאר די מענטשן און אנטלויפן צו אלדי
רוכעס.
דאָס גאנצע שטעטל װוּנדערט זיך, ויַאזוי האָט עס קיילע געקענט פארהיטן אלע אירע
זיבן קינדער אין דער פרעמד, אין אזא אומגליקלעכער צײַט. א קלײניקײַט--דעם קלענסטן
דארף ערשט װערן זיבן יאָר, און דעם עלטערן מיידל ברושקען-- זיבעצן, פּונקט אזויפיל,
וויפל איר, האָדעלען, איז געווען, ווען די מילכאָמע האָט זיך אָנגעהױבן.
קיילעס מאן איז אומגעקומען אפן פראָנט, און די שטוב אירע האָט אויך געליטן פון דער
מילכאָמע --א לאסט-מאשין האָט פארטשעפּעט א ווינקל פון דער הײַזקע און צעוואלגערט א
וואנט. דער ייִשעוויראט האָט דער אלמאָנע פאָרגעלייגט א גוטע דירע, פון די, װאָס זײַנען
גאנץ געבליבן, קיילע זאָל װוינען מיט אירע קינדער וויפל זי דארף, װײַל די באלעבאטים
פון דער שטוב מיט אלע יאָרשים װעלן שוין קיינמאָל זיך ניט אומקערן פון יענער װעלט.
נאָר קיילע וויל ניט הערן וועגן דעם -- זי טײַנעט זיך אירס:
-- זאָל זײַן א כאָרעװוע נעסט, אבי אן אייגענע.
פונעם ערשטן טאָג אָן האָבן די קינדער מיט דער מאמען גענומען אופראמען ארום דער
שטוב -- צונויפלייגן, װוּ א בערווענע, װוּ א באלעק מיט א ברעט, אפילע יעדער שפּענדל.
אין דרײַ טעג ארום, זונטיק איז דאָס געווען, איז צו קיילען געקומען צוגאסט דער פע-
טער ראכמיעל, פראָיִם און איינער פון דאָרף, מיט א קוישל געצײַג אף די פּלײיצעס. מע האָט
לאנג ניט געברײַעט, פארקאטשעט די ארבל און גענומען צורעכט מאכן די וואנט פון דער
שטוב.
קיילע איז א געפּלעפטע שטיין געבליבן. ס'האָט געדוכט, אז די דאָזיקע װוּקסיקע, ברייט-
ביינערדיקע פרוי איז אײַנגעשרומפּן געװאָרן. זי האָט געהאלטן אין איין פארשארן די גרויע
פּאסמעס אונטערן שאלעכל, פּונקט וי זי װאָלט ניט װעלן, מע זאָל זען, וי זי איז װײַס גע-
װאָרן, און די װײַסע האָר זײַנען, װי אפּצעלאָכעס, געקראָכן צוריק, מע האָט געקענט מיינען,
אז זיי רייצן זיך מיט די שווארצע ברעמען, מיט די טונקעלע ברוינע װיִעס אירע.
די קינדער האָבן ארומגערינגלט די מוטער, שװײַגנדיק אופגעהויבן די קעפּ צו איר. אלע
זײַנען זיי געווען פארברוינט, די פּענעמלעך האָבן געגלאנצט. דאָס האָבן די אוראלער ווינטן
זיי אויסגעשליפן. קימאט פיר יאָר האָבן זיי אלע געארבעט אף די פעלדער, אָנהייבנדיק פון
פרילינג-צײַט, ביז שפּעט אין הארבסט.
קיילע האָט געפילט, װי די היישעריקעס האָבן אף איר אָנגעשטעלט די אומרויַקע קוקער-
לעך זייערע -- װײַזט אויס, באמערקט די טרערן אין אירע אויגן און דעם ביטערן שמייכל אפן
פּאָנעם:
-- װאָס קוקט איר אזוי אף מיר?-- האָט קיילע געפרעגט ---די וועלט איז נאָך ניט אונ-
טערגעגאנגען, ---און איבערגעפירט דעם בליק אף דער עלטערער.
-- ברושקע, דו זעסט דען ניט, בא יאָסעלען לײַכט זיך אונטערן נעזל.
בא קיילען זײַנען די קינדער ניט אָנגעטאָן לוט דער לעצטער מאָדע, אָבער אָפּגעריסן
זײַנען זיי ניט געווען. פון קלײינװײַז אוף האָט די מאמע געלערנט מיט יעדן איינעם, אז די
עלטערע קינדער דארפן אכטונג געבן אף די קלענערע.
קיילע קלאָגט זיך אף גאָרנישט ניט, בלויז א קלייניטשקע טײַנע האָט זי צום אייבערשטן.
ווען ער זאָל געווען װעלן, װאָלט זי אפריַער געבוירן די זין, נאָכדעם די טעכטער. ווען די
מאלאָכים פארבײַטן ניט די יאָצרעס, װאָלט זי שוין געהאט איצט א מאנצבל אין שטוב און
ס'װאָלט טאקע געווען אף וועמען זיך אָנצושפּארן. נאָר זי זינדיקט ניט, אבי קיינער האָט זיך
ניט געפעלט.
אז די מאנצבלען האָבן פארענדיקט די ארבעט בא דער שטוב, האָבן אָנגעהויבן האווען די
װײַבער. עס זײַנען געקומען די מומע כאווע, מירל, אפילע פּעסל האָט אָפּגעלײגט איר ארבעט
אין דער בוכהאלטעריע. אלע האָבן זיי גענומען קנעטן , טייג", טינקעווען די ווענט. האָדעלע
מיט ברושקען האָבן געגראָבן ליים אין יאר און געפירט זי אף דער טאטשקע צו דער שטוב.
אין עטלעכע טעג ארום איז אלץ פארטיק געװאָרן. קיילע קען זיך זאט ניט אָנקוקן אין
איר אייגענער שטוב. אז די אינװייניקסטע ווענט האָבן געכאפּט א טריקן, איז זי מיט די קינ-
דער איבערגעגאנגען װוינען צו זיך אין דער אופגעשטעלטער נעסט, און האָדעלען איז ווידער
געװאָרן אומעטיק אָן דער כאליאסטרע, נאָר ס'איז איר ניט אויסגעקומען זײַן איינע אליין.
69
קיילע איז לאנג ניט געזעסן מיט צונויפגעלייגטע הענט. זי ווייסט, אז מע װעט אף ווינטער
פארגרייטן קארטאָפליעס, פּאפּשוי-מעל, וועט די שטוב זײַן א זאטע. די היישעריקעס אירע
האָבן ליב צו פּיקן. ניט לאנג געטראכט, ניט געהײַעט קיין צײַט, האָט די מוטער פארנומען
דאָס געזינדל אירס, פון קליין ביז גרויס, און זיי זײַנען אוועקגעגאנגען זיך פארדינגען אף
ארבעט אינעם קאראפּעיִשן סאָװוירט. קיילע האָט האָדעלען אויך פארעכנט צו זיך אין דער
בריגאדע.
קעדיי ניט גיין יעדער טאָג אין דאָרף הין און צוריק, האָט מען באשלאָסן נעכטיקן אין
סאָװירטישן אמבאר. נאָך א שווערן ארבעטס-טאָג שלאָפט זיך געשמאק אפן היי.
האָדעלע נעכטיקט איניינעם מיט דער כאליאסטרע. פריַער פלעגט זי לויפן קיין דעמבע-
נעץ, איר האָט זיך אלץ געװאָלט באגעגענען מיט פּראָיִמען אויג-אף-אויג, װײַל וויפל מאָל זיי
האָבן זיך באגעגנט, איז איר ניט אויסגעקומען זיך דורכריידן, וי עס באדארף צו זײַן, אָבער פון
זינט זי האָט דערזען נאפטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט שפּאצירן מיט פּעסעלען, וי די גע-
ליבטע אין די הינטערגעסלעך, איז איר אלץ קלאָר געװאָרן. אויב דאָס שטעטל רעדט, אז זי
האלטן בא כאסענע האָבן, איז דאָס ניט אומזיסט. אָפּטלעך איז האָדעלע געלאָפן נאָך דער ארבעט
קיין בראָװונע זיך זען מיט יוזיקן. איצט איז דאָס ייַנגעלע בא איר די איינציקע טרייסט. ווען
זי טוט אים א נעם אף די הענט, כאפּט ער ארום איר האלדז מיט די הענטעלעך און טוליעט
זיך צו מיט זײַן ווארעם גופעלע צו איר. דעמלט פארגעסט זי אין אלע אירע צאָרעס.
הײַנט האָט די כאליאסטרע פריִער פארענדיקט די ארבעט, װײַל מע האָט זיך געקליבן
גיין אהיים זיך ארומוואשן און איבערטאָן זיך. קיילע מיט די קינדער האָבן געשפּאנט קיין
דעמבענעץ, און האָדעלע האָט פארקערעוועט קיין בראָוונע. זי האָט געמיינט בלויזן א קוק
געבן, װאָס מאכט דאָס ייַנגעלע און נאָכדעם לויפן אהיים, נאָר ווען זי איז ארײַנגעגאנגען אין
הויף, האָט זי דאָס קינד ניט געטראָפן. די אלטיטשקע, אָקסאנעס מוטער, איז געשטאנען אף
דער שװועל בא דער פירהויז-טיר און האָדעלען ניט ארײַנגעלאָזט אין שטוב, און דאָ טאקע
גלײַך געמאָלדן, אז זי, האָדל, זאָל מער צו יוזיקן נישט קומען, װײַל ווען זי גייט אוועק, הערט
ער ניט אוף וויינען און שרײַען, אז ער וויל צו דער מאמע אנען, בעסער זאָל זי אים ניט
רייצן, זאָל ער אין איר פארגעסן,
האָדעלע האָט עטלעכע רעגעס ניט געקענט געפינען די פאָרטקע. און אז זי איז שוין ארויס-
געגאנגען פון הויף, האָט זי סייווי ניט געװוּסט װוּהין צו פארקערעווען --אף רעכטס צי אף
לינקס. אייגנטלעך, איז איר געווען אלציינס װוּהין צו גיין. באהאלטן דארף זי זיך ניט. אָבער
שװײַגן מוז זי. אָבער דאָס איז ניט שרעקלעך. דעמלט, געדענקט זי, איז געווען שוידערלעך.
די געסטאפּאָילײַט פלעגן זיך אראָפּכאפּן אינעם ייַשעוו, און אין אָװנט מאכן אן אָבלאװע אף
די מיידלעך, װאָס האָבן געארבעט אף די נאָענטע פערמעס. זי, האָדעלע, האָט געהאט א גוטן
סעקרעט, זי פלעגט זיך באהאלטן אין שטאל צװישן אירע כאזיירים. איינמאָל האָט זי בא-
שטימט איבערנעכטיקן בא די קוויטשערלעך, װאָס זײַנען אנטוויינט געווען פון די כאזער-
מוטערס. אין א ווינקל פון שטעלכל האָט זי אויסגעבעט פון שטרוי א געלעגער, און, אז ס'איז
געװאָרן פינצטער, זיך געלייגט שלאָפן. באנאכט האָט זי זיך אופגעכאפּט פון א טופּערײַ. מייד-
לעך האָבן געפּישטשעט, געלאָפן װוּהין די אויגן האָבן געטראָגן. האָדל האָט זיך צונויפגע-
קאָרטשעט און געשוויגן. זי האָט דערפילט, וי די כאזיירימלעך באלאגערן זי, לייגן זיך אויס
ארום איר קערפּער. אייניקע האָבן געזויגן די פינגער פון אירע פיס. א דערשראָקענע האָט
זי זיך אופגעכאפּט, געװאָלט זיי אָפּשטױסן, אװעקטרײַבן פון זיך, האָט זיך אָבער װידעראמאָל
דערהערט דאָס טופּען אין הויף. מע איז, װײַזט אויס, ארומגעלאָפן זוכן די מיידלעך. האָט
האָדעלע געמוזט שװײַגן, די כאזיירימלעך זאָלן ניט אופהייבן קיין געפּילדער. איר האָט זיך
דעמלט אויסגעוויזן, אז זיי זייגן אויס דאָס בלוט פון די אָדערן, נאָר זי האָט פארציפּעט די
ציין און געשוויגן.
איצט איז זי געגאנגען איבערן וועג, װאָס איז געווען פארפלייצט מיט וואסער, אין וועלכן
די זון האָט זיך געטרונקען. זי האָט דערפילט, אז עס האקט איר אין רוקן, אז די עלנבויגנס הו"
דען, די פינגער שמארצן אויך א ביסעלע. דאָס גראָז איז איצט שארף, װי די מעסערס. אז מע
נעמט עס אױסרײַסן ארום די בורעק-געוויקסן, שנײַדט עס און רײַסט די הויט פון די פינגער,
האָדעלע האָט זיך שוין אָפּגעװױנט שטיין אין פעלד א גאנצן טאָג אײַנגעבױגן און שלײַדערן
מיט דער סאָפּקע אהער און אהין. נאָר מע דארף האָפן, אז מיט דער צײַט װעט איר װערן
גרינגער.
ארום און ארום איז שטיל. מע זעט קיינעם ניט. דאָס מיידל שפּאנט א באָרװעסע איבערן
שטעגל. די פארגייענדיקע זון ווארעמט אין פּלייצע, גלעט דעם האלדז, אז עס גייט אזש דורך
א ציטער איבערן מידן קערפּער. עס גלוסט זיך איר צומאכן די אויגן און אזוי גייענדיק כאפּן
70
א דרעמל. דאָס רענצעלע איז געװאָרן שװוער, די שיך, צונויפגעבונדענע מיט שנירלעך, באָמ-
בלען זיך אף די אקסלען, לאָזן ניט צורו. עס ציט צו דער ערד, עס ווילט זיך אנידערזעצן און
זיך אײַנהערן, װי די גרילן רימפּלען מיט די סמיטשעקעס אף די פידעלעך, װי א פּױקערל
קלאפּט ערגעץ אין גראָז און גייט נאָך האָדעלען פוס-טריט. ניט װײַט פון די ביימער האָבן
זיך שאַטנס אױסגעשפּרײט, און פונדערװײַטן װײַזט זיך אויס, אז בעהיימעס האָבן זיך אויס-
געלייגט אף דער ערד און מאלעגיירען אָן א סאָף. עס שמעקט מיט ווארעמער אויסגעמעלק-
טער מילך און מיט ביטערן פּאָלין,
אפן הימל האָט געצאנקט די פארגאנגענע זון.
האָדעלע דרייט זיך ארום איבערן שטעטל און ווייסט ניט װוּ די שטוב אירע איז. װאָלט
זי כאָטש געקענט טרעפן צו' קיילען, אָדער צו דער מומע כאווען --- ווייסט זי ניט דעם וועג.
זי פארשטייט ניט, וי קומט זי אין די אלייען, אָן זעט מען דאָך די בריק. דער טײַך שלאָפט שוין,
אף די ברעגן דרעמלען די ווערבעס, די טשערעטן, מ'זעט ניט די װוּנדן אף דער ערד, די
אָפּגעבראָכענע צװײַגן, די אָפּגעברענטע ביימער. עס דאכט זיך, אז די גאנצע וועלט האָט גאָר-
נישט ניט געליטן. ס'איז פרידן אומעטום,
א מידע האָט האָדעלע זיך אראָפּגעלאָזט אף דער ערד, א שאר געטאָן מיט די הענט ארום
זיך איבערן גראָז, זי דארף איצט קיין דאך ניט האָבן. וויפל נעכט איז איר אויסגעקומען רעדן
מיט די שטערן, ליגן פארטײַעט אין א גרוב, װאָס א באָמבע האָט אױיסגעגראָבן. איצט וועט זי
זיצן אזוי דאָ און זיך דערמאָנען, וי זי איז אמאָל מיט א כאָפּטע מיידלעך און װײַבלעך גע-
קומען אהער צום ברעג זיך באָדן אין איינעם א שיינעם אָװנט. איר איז דעמלט אלציינס גע-
ווען, צי די וואסער איז קאלט, צי ווארעם. זי האָט אראָפּגעװאָרפן דאָס סאראפאנדל, א גלעט
געטאָן מיט ביידע הענט דעם באָדיקאָסטיום, װי ער הילט אײַן די טאליע, די לענדן, געמאכט
א פּאָר לאנגזאמע שפּאן און פּלוצעם, װי א הירש, א שפּרונג געטאָן און ארײַן אין וואסער.
ס'איז איר דעמלט אזוי גרינג געװוען צו שווימען, זי האָט געלייגט פּאָלקעס, געגאנגען טריט
וואסער, עס האָט זי געטראָגן צום בריק. פון ברעג האָבן געשריגן די מיידלעך, זי זאָל זיך
אומקערן, נאָר זי האָט ניט געװאָלט הערן. זי שווימט און שווימט, און פּלוצלעם ניט װײַט פון
בריק האָט די וואסער אָנגעהויבן זיך דרייען, און זי אליין איז אזויווי פארדרייט געװאָרן אין
א קרײַז. זי האָט זיך געװאָלט ארױיסרײַסן פונעם קרײַז, צונויפגענומען אלע קויכעס אירע,
11
אָבער ס'האָט ניט געהאָלפן. די פיס מיט די הענט זײַנען שװער געװאָרן מיט רוכעס, ס'איז
אומעגלעך געװאָרן צו אָטעמען, ס'האָט געצויגן אראָפּ צום דנאָ, זי איז געגאנגען צו גרונט.
אפן זינען איז געקומען די מאמע, די מאמע, פארפאלן, אוי, פארפאלן, -- האָט װי א זייגער
געקלאפּט אין קאָפּ, עס שלעפּט זי די וואסער, און זי באָרבלט זיך אלץ, יל שרײַען און קאָן
ניט. אף דער בריק האָט עמעצער דערזען, װי זי ראנגלט זיך. יענער האָט אָנגעהױבן אראָפּי
שלעפּן פון זיך דאָס אָנטאָן. אין דער צײַט האָט זי זיך אונטערגעטוקט אונטערן וואסער און
מיט די לעצטע קויכעס זיך ארויסגעריסן צוריק. מיטן בליק האָט זי באוויזן באמערקן, װי דער
מענטש איז אראָפּגעשפּרונגען פון בריק אין טײַך ארײַיַן, נאָך דעם איז זי ניט געסטײַעט, נאָר
אינגיכן האָט זי דערפילט, װי א פּאָר קרעפטיקע הענט האָבן זי אונטערגעכאפּט. דער הימל
איז אזויווי אליין איר געלאָפּן אנטקעגן. ס'איז איר געװאָרן גרינגער צו עטעמען, די לופט איז
געווען אזא זיסע. זי האָט פארשטאנען, אז זי איז געראטעוועט. איין קרעפטיקע האנט האָט זי
צוגעטוליעט צו דער ביינערדיקער ברוסט און די צוייטע האָט געקערעװעט צום ברעג.
אינגיכן האָבן ביידע הענט זי אונטערגעכאפּט און אװעקגעטראָגן צו דער יאבאָשע, יענע צוויי
שטארקע הענט דערפילט זי שטענדיק, װען עס װערט איר שטארק שװער אפן הארצן
דער רעטער אירער האָט זי ארױיסגעטראָגן אפן ברעג, אנידערגעזעצט אפן זאמד, געקוקט
אף איר און שווער געאָטעמט. די מעכטיקע ברוסט זײַנע האָט זיך געהויבן און צוריק געפאלן,
די ליפּן האָבן געבלאָזן אף די טראָפּנס וואסער, װאָס האָבן געיאַשעט אים אין מויל ארײַן.
ענדלעך, האָט ער אָפּגעװישט דאָס פּאָנעם מיט די ברייטע דלאָניעס, צוגעגלעט די האָר, עס
זאָל פון זיי ניט רינען, און מיט א גוטמוטיק שמייכעלע געזאָגט:
-- האָסטו דאָס באדארפט, קעצעלע מײַנס, נאָך א ביסעלע פארלירן מיר דאָך א טענצל.
נו, זאָג אליין, מיט וועמען װאָלט איך מאָרגן געגאנגען א וואלס?
זי האָט געשמייכלט, זיך געשטארקט, און מוֹירע געהאט אופהייבן די אויגן אף אים. ווען
דער קאָפּ אירער איז צוגעפאלן צו דער ערד, האָט ער זי גענומען אונטערן אָרעם און זי אופ-
געשטעלט אף די פיס.
-- ס'איז דיר ניט גוט? האלט זיך, פישעלע מײַנס, טו נאָר א שפּרונג אף איין פיסל, בויג
אָן דעם קאָפּ אין א זײַט, װעט די וואסער ארויסרינען פון דײַנע שיינע אויערלעך. אָט אזוי,
אָט אזוי.
האָדעלע איז געשפּרונגען פריַער אפן רעכטן פוס, דערנאָך אפן לינקן. ווען זי האָט זיך
א שאָקל געטאָן, איבערכאפּנדיק דעם אָטעם, האָבן זײַנע הענט ארומגענומען אירע אָקסלען.
זי האָט געמיינט, אז אָט באלד כאלעשט זי אף אן עמעסן, אָט גייט זי אויס אף זײַנע הענט.
און אינמיטנדערינען האָט זי דערזען, װי די מיידלעך און די װײַבער, אייניקע הוילע, װי די
מאמע האָט זיי געהאט, זײַנען מיט צעשפּרײטע הענט, צופרידענע צו איר געלאָפן, זיי האָבן
געשריגן, געפּילדערט. ווען דער רועך טראָגט זיי ניט אָן דעמלט, װאָלט זי אים אויך ארומגע-
נומען, זי װאָלט אים געזאָגט אלץ, װאָס איז שוין פון לאנג געווען בא איר אפן הארצן, נאָר
ער האָט זיך פארשעמט פאר די נאקעטע װײַבער, ארײַן אין וואסער און גענומען שווימען צו
יענער זײַט טײַך. :
און ווען מע האָט אלעמען געטריבן צו דער גרוב, האָט האָדעלע געװוּסט, אז דאָס גייט
מען אהין, פונוואנען מע ועט זיך קיינמאָל ניט אומקערן. אָבער ווען זי האָט דערזען די בריק,
איז דאָס הארץ אף א רעגעלע שטיין געבליבן, נאָכדעם האָט עס האסטיק אָנגעהױיבן קלאפּן.
פאר אירע אויגן איז אופגעשטאנען דאָס בילד, װי פרויקע איז אראָפּגעשפּרונגען פון דער
בריק אין טײַך ארײַן, און איידער זי האָט באוויזן א קלער טאָן, אז זי װעט אויך טאָן דאָס
זעלבע, האָבן זיך אף דער בריק דערהערט טריט פון געקאָװועטע שטיוול, און אין א װײַלע
ארום האָבן אָנגעהױבן שארקען פיס איבער די ברעטער. עס האָט געדוכט, אז דער פּלאָנטער
פון די דאָזיקע פיס װועט צעהוידען די בריק און זי װעט זיך איבערברעכן אף צוויי כאלאָקים.
מע האָט זיך ניט באוויזן ארומקוקן, װי זי, האָדעלע, איז װי א קאץ איבערגעשפּרונגען
די פּאָרענטשע און אראָפּ אין וואסער ארײַן.
..אדאנק אים איז זי דעמלט געבליבן לעבן.
איצט, קומענדיק פון דײַטשלאנד, קאָן זי אים קוקן אין די אויגן. זי ווייסט, אז ער האָט
ליב פּעסעלען. איר װאָלט געווען גוט, ווען מע באאוולט זי ניט... אָבער יוזיקן טאָר זי אויך
קיינמאָל ניט זען. װאָס זשע איז איר געבליבן!
ווידעראמאָל לײַדן און שװײַגן,
72
----..,,,....,,.......,,.....,,,,.......,..,.,. ...קע ...יא ענעי יי
10
זינט מירל מיט לוזערן האָבן זיך פארשריבן, איז פישל ארומגעגאנגען, װי מע װאָלט
אים אונטערגעטוקט אין טײַך און ארױיסגעשלעפּט פון וואסער, דאָס אָנטאָן זאָל אף אים זיך
אויסטריקענען. ער האָט שוין ניט געהאט װוּהין צו אײַלן אין די אָװנטן. ער פלעגט קומען
אהיים, אראָפּווארפן פון זיך די גימנאסטיאָרקע, אױיסטאָן די פרעמדע האנט, און נאָכן ארומ"
וואשן זיך, נעמען ארומשפּאנען איבער דער שטוב, ברומען דאָס לידל, װאָס זײַן טאטע האָט
ניט ארויסגעלאָזט פון מויל, בייס ער איז געשטאנען באם צושנײַדיטיש. דער טאטע האָט גע"
זונגען און געדרייט זיך דעם מויעך, ויאזוי אױיסשנײַדן אן איבעריקן דאשעק, װאָס איז ניט
געסטײַעט צו דער צאָל צוגעשניטענע קארטוזן. די ערשטע עטלעכע װערטער פון דעם לידל
האָט פישל געװוּסט און זיי אָנגעהױבן זינגען אף א קאָל: ,װאָס װעט זײַן, אז מאָשיעך װעט
קומען!"... אָבער װײַטער איז די ליד געװאָרן א שטומע, בלויז א ניגן, אָן שום װערטער.
פישל האָט געשפּרײַזט אהער-און-אהין און סײַװי קיין אָרט ניט געקענט זיך געפינעף
זײַן װוּקסיקער קערפּער, די מעכטיקע פּלײצע איז, װי פארגליווערט געווען. עס האָט געדוכט,
אז דאָס בלוט איז בא אים פארקילט געװאָרן אין די אָדערן.
פריִער מיט א צײַט האָט פישל אין זינען געהאט זיך באפרײַען פון דער ארבעט ביז
ס'איז נאָך ליכטיק געווען אין דרויסן, פארגעסן אף א װײַלע פון קאָפּידרײענישן, פון אלע
דײַגעס, געײַלט אהיים, זיך ארומוואשן און זיך איבערטאָן אין דער אָפיצערישער אוניפאָרם,
װײַל ער איז זיכער געווען, און אפילע מירל האָט געהאט אים געזאָגט, אז דער מיליטערי-
שער אָנצוג פּאסט אים צום פּאָנעם, דערצו האָט ער ליב געהאט די כראָמעװע שטיוועלעך,
װאָס זײַנען געווען װי אױסגעגאָסן אף זײַנע פיס. אין דעם דאָזיקן אָנטאָן האָט פישל זיך גע-
פילט אויסגעצייכנט: אונטערגעצויגן, שטײַף און קרעפטיק, יעדער גליד זײַנער האַט געשפּילט
מאמעש.
מיט מירלען האָט פישל זיך אָנגעהױיבן באגעגענען נאָך פאר דער מילכאָמע. אינדרײען
פלעגן זי שפּאצירן: ער, פישל, שאכנע און מירל. ביידע באָכערימלעך האָבן קיינמאָל ניט
פארשפּעטיקט. מע איז צו דער צײַט געקומען נעמען דאָס מיידל און גיין אין קינאָ, אָדער
אין קלוב. איינמאָל האָט מירל אײַנגערוימט פישלען א סאָד, ער זאָל מאָרגן קומען פריער זי
נעמען, װײַל ס'איז איר שוין נימעס געװאָרן אלע מאָל שפּאצירן אינדרײַען. זי וויל זיך אָפּי
רוען פון שאכנען. פישל האָט נאָך דעמלט ניט געװוּסט, װאָס אין דער מירעלען שטעקט. דאָס
דאָזיקע מיידעלע איז געווען ניט קיין נאר, זי האָט געװוּסט, װוּהין זי צילט. איר שארף קע"
פּעלע, די קלוגע אייגעלעך, האָבן צונויפגעשטעלט א פּלאן, און ער, דער כאָכעם באלײַלאָ,
האָט געמיינט, אז דאָס מיינט זי אים, ער װועט זײַן איר באשערטער. אָבער שרײַ ניט גוואלד,
איידער מע וויל דיך פּאלמעסן. לויף, שפּרינג, נאָר ספּאָטיקע זיך ניט. דאָס האָט מירל געמאכט
א גאנג אף דער שאָך-ברעט, געװאָלט אָנלערנען שאכנען, ער זאָל קיין קאלטער מאלעך ניט
זײַן. זאָל אים טאקע פארדריסן, װאָס זי האָט נאָך עמעצן אין זינען. און זאָל שאכנע ניט מייי
נען, אז פישל איז בלויז אן איידעס באם גיין אין קינאָ. איז אין יענעם אָװנט, אפצולאָכעס
שאכנען, האָט זי אף אים ניט געֲווארט, און זאָל דער באָכער, הייסט עס, װיסן, װוּ ער האלט
אין דער וועלט.
אומגעריכט האָט פישל זיך דערװוּסט, אז שאכנע מיט מירלען האָבן זיך געגעבן דאָס
װאָרט. ווען איז דאָס בא זיי פאָרגעקומען, פארשטייט ער אדהאיעם ניט. אין צוויי כאדאָשים
ארום האָבן זיי טאקע געפּראװעט א כאסענע.
איצט איז פישל זיכער געווען, אז קיינער װעט בא אים מירלען ניט אויסכאפּן און אינ-
מיטנדערינען זײַנען זיי, לוזער מיט מירלען, זיך צונויפגעגאנגען. נאפּטאָלע דעם קוימענקע-
רערס טאכשיט זאָגט, אז אזוי דארף זײַן, ס'איז לויטן דין. װאָס װאָלט דער דין באטײַט, ווען
מירל אָדער לוזער װאָלטן ניט געװאָלט הערן וועגן שידעך? דער דין איז װי א קליאמקע --
ווילסטו פארקייטלסטו זי, ווילסטו ניט -- קייטלסטו זי אָפּ. און דער פּױקער טײַנעט זיך זײַנס:
ס'איז א גלײַכע זאך: די קינדער! פישל פארשטייט עס מיטן קאָפּ, אָבער אינװייניק טאָטשעט
א װאָרעם.
פישל ווייסט שוין פארװאָס פלעגט דער פּױקער אָפטלעך זיך ארײַנכאפּן צוגאסט צו אים,
צום פאָרזיצער, קלוימערשט זיך האלטן אן אייצע וועגן דער ארבעט.
פישל איז יעדער מאָל געווען צופרידן מיטן כאווערס קומען. ס'איז געווען מיט וועמען
אויסריידן א װאָרט און בעניי-ביי מאכן אמאָל א קליינינקן צעגיס. מע פלעגט טאקע ריידן
ביז שפּעט אין דער נאכט. לאָזט זיך אויס, אז ער, נאפטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט,
פלעגט קומען פישלען פאריידן די ציין,
78
נעכטן האָט פישלען זיך געדוכט, אז פראָיִם איז ארײַן אין שטוב אף א װײַלע, װי א
באלכויװועניק, װאָס לויפט ארײַן אָפּגעבן דעם כויוו און פארשווינדט. װעדליק ער איז געווען
פארפּוצט אין א פריש װײַס העמד, דארף ער, מיסטאמע, זיך באגעגענען מיט פּעסעלען, נאָר
פישל קוקט עפּעס ניט אפן זייגער, ער האָט נאָך פון דער שװעל א פיר געטאָן מיט זײַנע
דורכגעטריבענע אויגן איבער דער שטוב, צוגעהוילעכט צום פענצטער און עס צעעפנט:
-- ס'איז דאָ דושנע וי אין באָד, -- האָט פראָיִם געזאָגט און גענומען זוכן עפּעס א כי-
סאָרן אין צימער. אים איז טאקע ניט געפעלן געװאָרן װיאזוי דער הענגער איז געווען צו-
געקלאפּט צו דער טיר. און ער האָט גלײַך גענומען אים איבערקלאפּן. דערנאָך האָט פראָיִם
זיך צוגעזעצט צום טיש אנטקעגן פישלען און אָנגעהױבן דאבערן וועגן דער פּאָגאָדע:
-- עס וועט הײַנט גיין א רעגן, -- האָט ער געזאָגט.
-- װאָס זשע ארט דיך, דײַנע גיטער װועלן פארטרונקען װערן?
-- א מאָשל, נו, די שפּליטערלעך קאָיען, אז מע קען מעשוגע ווערן.
-- א שפּליטער אין א פוס איז, פארשטייט זיך, ניט קיין צוקערקע אין מויל,---פישל
האָט א שאר געטאָן מיט דער האנט איבערן טיש און גענומען דערציילן שמייכלענדיק צו זיך
אליין, אז ער האָט געזען א מאָדנעם כאָלעם. ער ווייסט ניט צוליב װאָס איז ער ארוף אפן
בוידעם, גענומען זוכן אין קאסטן, װוּ די מאמע זײַנע פלעגט האלטן פּייסעכדיקע כפייצים.
אָנשטאַט געפעס איז אין קאסטן געלעגן די גיטארע זײַנע, נאָר דערלאנגען זי קאָן ער ניט.
װאָס מער ער בייגט זיך אָן, ווערט דער קאסטן טיפער. אָט בייגט ער זיך אָן נאָך טיפער, נאָר
די גיטארע זײַנע נעמט זיך אליין אונטערהויבן. ער ציט אויס צו איר די רעכטע האנט, און
דאָ איז פּלוצעם אויסגעוואקסן די לינקע. ער וויל ניט גלייבן, אז דאָס איז זײַן האנט, ער
פּרוּװט שפּילן. יאָ, די פינגער קלײַבן איבער די סטרונעס, לויפן איבערן האלדז פון דער
גיטארע. ער שפּילט און זינגט: , איך זיץ און שפּיל מיר אף מײַן גיטארע און זינג זיך מיר
א ליד פאר זיך אליין"... אן אוילעם איז געקומען צו לויפן צו אים אין הויף ארײַן און גענו-
מען שרײַען: , פישל, גיי ארויס אפן דאך".. אָט דאָ האָט מען אים אופגעװועקט. אין שטוב
איז פּוסט, דער לינקער ארבל איז ליידיק און אים איז קאלעמוטנע אפן הארצן. אין פישלס
אויגן האָט זיך באוויזן א שמייכל:
-- וועמען װאָלט געווען ביטער, ווען איך זאָל געווען זיך צונויפגיין מיט מירלען?--
האָט פישל פּלוצעם געפרעגט. דער גאסט האָט אָפּגעמאָסטן פישלען מיט זײַנע קוקערס און
אין גוטן מוט געענטפערט:
-- מיר ניט, נאָר מירלס קינדער װאָלט געווען ביטער און פינצער,
אין שטוב איז שטיל געװאָרן. פראָיִם האָט פארשטאנען, פארװאָס קוקט אזוי אף אים
דער כאווער זײַנער. װײַזט אויס, ער וויל פרעגן, ויַאזוי װעלן זיך פילן פּעסעלעס קינדער?
נאָר ער, פראָיִם, איז דעם כאווער פארלאָפן דעם וועג, אָנגעהויבן דערװײַזן, אז קינדערשע
נעשאָמעלעך זײַנען זייער צארטע, און מע טאָר זיי ניט קאליעטשען. פריער איז אים, פראָימען,
געווען אלציינס, צי ס'איז פאראן קינדער, צי ס'איז ניטאָ קיין קינדער, אָבער איצט פאר-
שטייט ער זייער גוט, װײַל, אז פּעסעלעס סאָלדאטיקלעך פלעגן זיך דערוויסן, אז ער, דער
כאָסנבאָכער, דארף קומען צוגאסט צו זייער מוטער, האָבן זיי ניט געקענט אנשלאָפן װערן
און, אז זיי פלעגן אים דערזען ארײַנגײן אין שטוב, האָבן זיי אף אים געקוקט, װי אף א
גאזלען, װאָס איז געקומען צונעמען די מאמע זייערע. צום סאָף האָט נאפּטאָלע דעם קוימענ-
קערערס טאכשיט וי אײַנגעראמט א סאָד פישלען אפן אױער, אז אפילע צוליב פרעמדע
קינדער דארף מען זיך מאפקער זײַן,
ווען פראָיִם איז אוועקגעגאנגען און פישל איז געבליבן אליין אין שטוב, האָט ער ניט
געקענט זיך מויכל זײַן, האלעמײַ ער האָט ניט געפרעגט באם פּױקער, צי ער װעט זיך מאפי
קער זײַן צוליב פּעסעלעס סאָלדאטיקלעך?
11
ווען קיילע האָט זיך געגרייט פּראװען דעם כאנוקאס-האבאיס, האָט האָדעלע איר גע-
זאָגט: ווען דאָס זאָל זײַן א נײַע שטוב, איז קעדײַ זיך לאָזן קאָסטן, אָבער די דירע איז בלויז
דאָך אופגעשטעלט. קיילע איז געװאָרן אויסער-זיך. װאָס הייסט, האָדעלע רעדט אזוינס. פון
דער הײַזקע איז דאָך אויסגעוואקסן א גאנצער פּאלאץ, כוץ דעם, די סימכע פּראװעט מען
דאָך ניט צוליב דער שטוב, נאָר צוליב מענטשן.,
יענעם אָװנט, ווען דער שמועס איז מיט האָדעלען פאָרגעקומען, און די היישעריקעס זײַ-
נען ארויס אין דרויסן, האָט קיילע נאָכאמאָל געמאכט א שפּאציר פון איין כיידער אינעם
24
צווייטן. מיט איר האָט געטיאָפּקעט דער מעזיניק אף זײַנע אויסגעבויגענע קרעפטיקע פיס-
לעך, מײַסע באלעבאָס, פארלייגט די הענטלעך אף הינטן, אלע מאָל געכאפּט א קוק אף דער
מוטער, װאָס קען זיך קיין אָרט ניט געפינען, האלט אין איין שפּאנען א באָרװעסע איבער
דער שטוב און זעצט זיך ניט צו, אפילע אף קיין איין מינוט.
אומגעריכט האָט קיילע זיך אָפּנגעשטעלט אינמיטן גרויסן צימער, זיך אָנגעבױגן צום זון
און שטילערהייט געפרעגט:
-- יאָסעלע, זוניו, דו הערסט דען, די ברעטער זאָלן סקריפּען, קרעכצן מיין איך!
יאָסעלע דרייט מיטן קאָפּ אף ניין.
-- נו, און קיין לעכער זעט מען ניט אין פּאָל, עס שמעקט ניט מיט קיין הניל!
-- ניין, -- זאָגט יאָסעלע און קוקט, װי דער מאמעס אויגן שווענקען זיך אין א בורשטין-
ריין וואסערל. קיילע פילט, דאָס הייסט די פּיאטעס אירע, די פינגער פון די פיס פילן, אז זי
זײַנען זיך מעכײַע מיטן געהובלעוועטן פּאָל. איצט װעט זיך קיינער ניט פארשטעכן די פיס.
זי גייט צו צום פענצטער, פירט מיט די פײַכטע איגן איבער די שויבן, באטראכט די נײַע
ראמעס. זי טוט א זיפץ, פארשארט די װײַסע האָר אונטער דער פאטשיילע און לאָזט זיך
ארויסגיין אין דרויסן.
אָבער אין קיך איז זי שטיין געבליבן לעם אויוון, גענומען אים גלעטן מיט ביידע הענט,
געשפּיגלט זיך אין דער זויבערער װײַסקײַט און געטײַנעט צום ייַנגעלע, ער זאָל וויסן זײַן,
אז אזא אויוון און אזא הרובע איז בא קיינעם אין דעמבענעץ ניטאָ. איצט ועט זײַן ווארעם
בא זיי אין שטוב, װוי אין אן אויער. און מיטאמאָל טוט זי א קוק אף איר זונעלע און פרעגט
בא אים, צי ווייסט ער, װער האָט דעם אויוון מיט דער הרובע אוועקגעשטעלט?.
-- יאָ, איך ווייס, מאמע, -- האָט יאָסעלע אויסגעשריגן, א שאר געטאָן מיט די פארברויג-
טע הענטלעך איבערן צופרידענעם פּענעמל און אף א קאָל אויסגערופן:--פלויקע, פּױקעל!
-- שא, אזעסניק, גאָרנישט שעבעגאָרנישט, מע דארף זאָגן, אז דעם אווון מיט דער
הרובע האָט איבערגעװאָרפן נאפטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט מיט זײַנע אייגענע הענט,
זי זאָלן אים קיינמאָל ניט וויי טאָן.
קיילע האָט ניט אופגעהערט זיך גרייטן צום כאנוקאס-האבאיס, אף קיין ניסים האָט זי
זיך ניט פארלאָזט. אז ס'איז באזאָרגט געווען, װאָס צו דערלאנגען צום טיש, איז זי אליין
געגאנגען פארבעטן, מע זאָל מאָרגן, אינעם ארויסגאנג-טאָג, קומען צו איר א קוק געבן, װי
עס זעט אויס איר דירע, ועגן א כאנוקאס-האבאיס איז ניט דערמאַנט געוען.
און ס'איז געקומען דער טאָג. פון קאיאָר אָן האָט זיך אָנגעהױבן קאָכן בא קיילען אין
שטוב און ארום דער שטוב. דאָס קליינווארג האָט געראמט אין הויף, אויסגעקערט אין יע-
דער ווינקל און עס באשאָטן מיט פרישער זאמד. דאָס שטיינערנע שטעגל, װאָס פירט צו
דער ארײַנגאנג-טיר, איז געווען אױיסגעשײַערט. אין שטוב האָבן די עלטערע מיידלעך איניי-
נעם מיט האָדעלען געוואשן די פּאָלן, אופגעהאנגען פרישע, װײַסע פאָרהענגלעך אף די פענ-
צטער. אפן טיש האָבן זיך באוויזן בלומען אין א קריגל,
קיילע מיט עסטערקען האָבן זיך געפּאָרעט אין קיך. עסטערקע איז א בעריע אף גרייטן
מײַכאָלים. בא איר איז דער מאמעס נעזל, זי דערשמעקט דעם גערוך פון א געשמאקן געריכט,
זי ווייסט וויפל צײַט דארפן שטיין די פיש אין אויוון, זיי זאָלן פארברוינט און צעמליִעט
ווערן, אז אפילע די ביינדלעך זאָלן זיך צעגיין אין מויל. פון גאָרניט מיט נישט דרייט זי
צונויף אזא קוגעלע, אז מע קען מיט דעם אײַנשלינגען די צונג. דאָרט, אינעם דאָרף, װוּ זי
זײַנען עוואקוירט געווען, האָט זי זיך אויסגעלערנט גרייטן פארשיידענע מײַכאָלים פון קאר"
טאָפליעס. זי אליין, עסטערקע, האָט שטארק ליב די אכילע, זי איז, קיין איינהאָרע, א געזעצט
פולבלעך מיידל. דאָס שטײַף פארקנאָטענע לײַב האלט זיך אף איר, װײַל זי קען אײינצײטיק
עסן מילכיקס און פליישיקס, און עס װועט איר גאָרנישט ניט פארשאטן,
כאָטש עסטערקע איז ניט די עלטסטע בא קיילען, דאָך ווייסט זי, ווען מע דארף אָנהייבן
טראכטן וועגן א מאלבעש פאר ברושקען, וועלכע איז שוין א מויד צו לײַטן, און ברושקעס
מאנטעלע איז שוין גוט אף דער קלענערער שװעסטער, און איר, עסטערקעס, מאנטעלע װעט
איבערגיין צו סאָרקען, אזויארום װעט די גאנצע כאליאסטרע זיך באנײַען מיט אנדערע בגאָ-
דימלעך.
דאָס האָט עסטערקע פארפּוצט די מוטער אינעם שווארצן װאָלענעם קליידל. זי האָט
עס אויסגעבאהאלטן דאָרטן אין דאָרף, מע זאָל עס ניט אױיסבײַטן אף קארטאָפליעס, און דער
מאמעס ברוין קאָפּטל מיט די שווארצע פּינטעלעך האָט זי אויך פארהיט. אינעם דאָזיקן אָנטאָן
איז קיילע ארומגעגאנגען איבער דער שטוב, װי א נעגידעסטע. ס'איז איר בלויז אָפּגעגאנ-
גען דאָס בינטל שליסלען, װאָס דארפן זײַן באהאלטן הינטערן פארטעך, מע זאָל בלויז הערן
75
זייער קלונג. נאָר קיילע האָט ניט װאָס צו פארשפּארן, און זי דארף זיך פאר קיינעם ניט
היטן.
האָדעלע פּאָרעט זיך ארום ברושקען, פארקעמט איר די שווארצע האָר -- זי װויל אויסי
לייגן דעם מיידל א שיינע פריזור, נאָר עפּעס באקומט זיך ניט. ענדלעך האָט האָדעלע צוגע-
טראכט -- פארדרייט א קאטשלקע פון ברושקעס האָר אף א גומייסטענגעלע און זיי שיין
אויסגעלייגט העכער דעם האלדז-און-נאקן. האָדעלע האָט זיך מאמעש געשפּיגלט אין ברוש-
קען, וועלכע איז געווען א װוּקסיקע, א שטאלטנע, מיט א לויטער און פריש פּאַנעם. מע האָט
געקאָנט מיינען, אז דאָס מיידל האלט אין איין עסן סמעטענע, אז זי טרינקט מילך און
פארבײַסט מיט רויטע עפּעלעך, װאָס האָבן דעם קאָליר פון אירע באקן.
אז אלע זײַנען געווען פארטיק, אָנגעטאָן און פארקעמט, איז האָדעלע צוגעגאנגען צום
קליינעם שפּיגעלע, װאָס איז געשטאנען אף א טישל, גענומען צוקעמען די אייגענע האָרי
ארום איר זײַנען געשטאנען ברושקע, עסטערקע און האָבן געקוקט, װי זי, האָדעלע, צעטיילט
זי אף צוויי כאלאָקים און נעמט פלעכטן א צעפּל, װאָס בלײַבט הענגען לענגויס דער באק.
נאַכדעם האָט זי דאָס דאָזיקע צעפּל פארדרייט לעם אױער, און עס האָט זיך באקומען װי א
געפלאָכטן בייגעלע. אזוי האָט האָדעלע פארפלאָכטן א צווייט צעפּל און עס אויך פארדרייט
לעם צווייטן אױיער, נאָר ויאזוי די ביידע דריידלעך האָבן זיך געהאלטן, ווייסט איין גאָט.
האָדעלע איז ניט געווען פארפּוצט, זי האָט געטראָגן דאָס קליידל, װי אלע טאָג. הײַנט האָט
זי בלויז אָנגעטאָן א ראָזעװע קאָפטעלע מיט װײַסע פּערלאמוטרעווע קנעפּעלעך, װאָס האָבן
דעם זעלבן גלאנץ, װי האָדעלעס ציין, און װי די װײַסלעך פון די אויגן אירע.
האָדעלע האָט, אויסערלעך, אויסגעזען זײַן רויַק, נאָר אפן הארצן איז געווען ניט שטארק
היימלעך. זי איז זיכער געווען, אז דער הויפּטיגאסט, פרויקע, װעט ניט קומען, און אויב ער
װעט זיך יאָ באװײַזן, װעט ער זײַן פארמאָרעשכוירעט. װײַזט אויס, ער לעבט איבער, װאָס
צו פּעסעלען האָט זיך אומגעקערט דער מאן. שטייענדיק אזוי באם שפּיגל, באמערקט האָי
דעלע, װי די פארב טוט איר א זעץ אין פּאָנעם, אלעמאָל קומט פאָר אזוינס, ווען זי דער-
מאָנט זיך, וויאזוי זי האָט זיך דערפרייט, ווען זי איז געוווירע געװאָרן וועגן דער נײַס. די
כאליאסטרע האָט באמערקט, וי זי איז דעמלט רויט געװאָרן, און ניט געװוּסט װאָס מיט זיך
טאָן. דאָס איז פאָרגעקומען, ווען קיילע איז געווען אין דעמבענעץ, און דאָרט אין קאראפּעשי
האָבן די היישעריקעס איניינעם מיט איר, מיט האָדעלען, געווארט אף דער מוטער.
וי נאָר קיילע איז ארײַן אין אמבאר, האָט זי אויסגעשאָסן:
-- איר ווייסט, גרישע דודיס האָט זיך אומגעקערט צו די קינדער און צו זײַן פּעסעלע!
האָדעלע האָט אליין ניט באמערקט, װי עס האָט זי א הייב געטאָן פון אָרט, אָן איר
ווילן האָט פון איר מויל זיך ארויסגעריסן א פריילעכער , אוי", די הענט האָבן שיר ניט א
פּליעסקע געטאָן, נאָר האָדעלע האָט איבערגעטראכט. דער האלדז באם מיידל האָט זיך אויס-
געצויגן, מע האָט געקענט מיינען, אז קיינער פון דער כאליאסטרע װײַזט ניט ארויס קיין שום
היספּײַלעס, קיינער איז ניט אופגערעגט, איז זי, האָדעלע, לאנגזאם, מיט לײַכטע טריט,
צוגעגאנגען צו קיילען, זי ארומגענומען און שטילערהייט אויסגעשטאמלט:
-- איז, מאזלטאָװו, קיילע, מאזלטאָװ!
קיילע איז געווען צופרידן. גלעטנדיק האָדעלעס פּלײצע, האָט זי געזאָגט:
-- ער עס לעבט, דער קערט זיך אום. ס'איז זייער א גרויסע פרייד, װײַל ס'איז גע-
בליבן װייניקער מיט אן אלמאָנע און װינציקער מיט צוויי יעסוימימלעך. ניט אומזיסט פלעגט מײַן
מאמע זאָגן: א הון װערט פארפאלן, א ציג אנטלויפט, אָבער א מאן קערט זיך אום צום װײַב.
האָדעלע האָט זיך צעלאכט, אזוי וי זי קאָן, און קוקנדיק אף איר, האָבן די היישעריקעס
איניינעם מיט קיילען אויך געקײַכט פון געלעכטער.
און דעמלט טאקע האָט קיילע באמערקט, וי דאָס מיידל איז געװאָרן גאָר אן אנדערע,
דער אומעט איז פארשװוּנדן געװאָרן פון איר פּאָנעם, אירע ליכטיקע אויגן האָבן געשטראלט,
עס האָבן זיך װידעראמאָל אָנגעהױבן די ,,מילכאָמעס". האָדעלעס הענט האָבן פלינק געשלײַי
דערט דאָס היי, די עלטערע מיידלעך זײַנען אויך ניט געשטאנען מיט צונויפגעלייגטע הענט,
אפילע זי, קיילע, האָט געמוזט זיך ארײַנמישן אין דער שפּיל, העלפן די קינדער אירע. און
אז אלע האָבן זיך גענומען צו האָדעלען, --אָנגעהױבן זי ארומרינגלען פון אלע זײַטן --
איז יענע געװאָרן רויַק, אופגעהויבן די הענט אין דער הייך. דאָס האָט באטײַט, אז זי, די
בונטארקע, גיט זיך אונטער.
נאָך אלעמען, אז מע האָט זיך אויסגעלייגט אפן געלעגער, װאָס איז געווען אויסגעבעט
אף דער קופּע היי, האָט האָדעלע גענומען דערציילן, װוּ זי איז אויסגעװוען בעשאס דער
מילכאָמע, װאָס זי האָט אף דער וועלט געזען.
76
איצט, ווען ס'איז שוין גרייט דער טיש, אלץ איז אין אָרדענונג, זעט קיילע, אז האָדעלע
איז אומרויק, זי איז פול מיט ווארטעניש. אף וועמען קוקט זי דאָס ארויס, איז פאר קיילען
געווען א רעטעניש.
ווען פראָיִם האָט זיך באוויזן אין הויף, האָט קיילע באמערקט, װי דאָס מיידל איז בלאס
געװאָרן, די אויגן אירע האָבן, װי דערשראָקענע כײַעלעך, קיין אָרט זיך ניט געקענט געפי-
נען, אָבער אין א װײַלע ארום איז האָדעלע געקומען צו-זיך. זי איז אף די שפּיץ פינגער צו-
געגאנגען, ניין, צוגעשוועבט מאמעש, צום פענצטער, פארשארט א ביסעלע דאָס פאָרהענגל
און מיט איין אויג ארויסגעקוקט אין דרויסן. זי האָט זיך געשפּיגלט אינעם גאסט. און פראָיִם
האָט פון גאָרנישט ניט געװוּסט. ער איז דאָך מיט דער כאליאסטרע געװאָרן א גוטער ברו-
דער, האָבן זיי אים ארומגערינגלט, בלויז ברושקע מיט עסטערקען זײַנען געשטאנען אין א
זײַט, זיך אײַנגעהערט, װאָס דער גאסט דערציילט. די ייַנגלעך קוקן אים אין מויל און גאפן,
ווען פראָיִם איז ארײַנגעגאנגען אין צימער, איז זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכיד-
קעלע אלץ געשטאנען באם פענצטער.--עס גייט איר ניט אָן צי עמעצער איז שוין געקו-
מען, צי ניט געקומען. זי האָט אזויווי ניט געהערט, וי פראָיִם איז צו איר צוגעגאנגען, זיך
אנידערגעשטעלט הינטער איר פּלײצע. עפּעס האָט ער איר געזאָגט, און זי איז גאָר ניט ניס-
פּאָעל געװאָרן, קאלטבלוטיק זיך אויסגעקערעוועט צו אים מיטן פּאָנעם. אזא מאלעך-פּענעמל
האָט קיילע באם מיידל קיינמאָל ניט געזען. ווען זי, קיילע, איז אף פּראָיִמס אָרט, װאָלט זי
קלאפּירט. וויאזוי קען א מענטש אזוי קוקן? בא וועמען לויכטן זיך אזוי די אויגן -- זי קענען
דאָך דורכדרינגען אין דער נעשאָמע. און דאָס שמייכעלע איז ניט װאָס באגײַסטערט--עס
באהאלט אין זיך די געהיימע טרוימען אירע. און אז ער האָט זיך צוגערירט מיט די שפּיץ-
פינגער צום דריידעלע האָר לעם איר אויער, האָט זי אָנגעבויגן דעם קאָפּ, װי זי װאָלט װעלן
די האנט זײַנע צודריקן צו איר אקסל, דערבײַ האָבן די אויגן אף א װײַלע זיך צוגעמאכט
און באלד געעפנט זיך צוריק. װײַזט אויס, ער האָט איר עפּעס געזאָגט, װײַל דאָס הענטעלע,
די פינגערלעך אירע האָבן פארשטעלט איר מײַלעכל, און סײַװיסײַ האָט זי ניט געקענט זיך
אײַנהאלטן און א שפּריץ געטאָן מיט א געלעכטער, און ער דאָס זעלבע. ס'איז צו מערקן
געווען, וי זײַנע ברייטע פּלײיצעס טרייסלען זיך, און דאָס װײַסע העמדל אף אים ציטערט.
דער פארברוינטער הויכער האלדז בייגט זיך אָט אף רעכטס, אָט אף לינקס, און לאכנדיק,
קוקן זיי זיך ביידע אין די אויגן.
קיילע טראכט, אז ניט אומזיסט איז פראָיִם פארפּוצט, װי א כאָסן-באָכער, די געגרײַזלטע
ברוינע האָר זײַנע גלאנצן, װי מע װאָלט זיי אָנגעשמירט מיט א פעטקײַט. װעדליק דאָס
װײַסע העמדל איז אָנגעקראָכמאליעט און אױסגעפּרעסט, און די לוגן פון די הויזן זײַנען
שארפע, װי די מעסערס, קאָן מען מיינען, אז פראָיִם פארמאָגט א װײַב, װאָס גייט ארום אים,
טוט אכטונג, דער מאן זאָל ניט אויסזען װוי קיין שמאראװאָזניק.
אינגיכן זײַנען געקומען ראכמיעל מיט כאווען. לוזער מיט מירלען האָבן אויך לאנג
ניט געלאָזט אף זיך ווארטן. בלויז פישל האָט א ביסל פארשפּעטיקט. די געסט האָבן פאר-
נומען ערטער באם טיש, מע האָט באשטאט בענקלעך פאר דער באלעבאָסטע מיט די צוויי
עלטערע טעכטער, די איבעריקע היישעריקן האָבן זיך געשפּילט אין דרויסן, װײַל זיי האָבן
שוין זייער ארבעט אָפּגעטאָן -- מע האָט אפילע פארזוכט די קנישעס, וועלכע מירל האָט געהאט
צוגעשיקט, און דעם שטרודל, װאָס כאװוע האָט אָפּנעבאקט אין קיילעס נײַעם אױיון.
פישל האָט אָנגעפילט די גלעזער, געװאָלט זאָגן ,לעכאים, קינדער", נאָר קיילע האָט זיך
אופגעהויבן פון אָרט, האלטנדיק די קויסע אירע אין דער האנט, א קוק געגעבן אף פישלען,
אף די געסט און שמייכלענדיק געזאָגט:
-- ווארט אויס, פישל. איך ווייס, בעדערעך-האטעווע, באגריסט מען פריַער דעם באלסימ-
כע. אָבער הײַנט דארף מען דעם מינהעג ענדערן. פריַער פאר אלץ וויל איך פארנייגן מײַן
קאָפּ פאר אײַך, מײַנע טײַערע, און זאָגן א גרויסן דאנק אײַך, -- קיילע האָט זיך אָנגעבוגן.
די גלאָז האָט א ציטער געטאָן אין איר האנט, און אין די אויגן זײַנען אָנגעלאָפן צוויי קליי-
נינקע טראָפּנדלעך. זי אליין איז אזוי װי העכער געװאָרן, דאָס ביטערע שמייכעלע איז ניט
געסטײַעט, איר געזיכט איז שטרענג געװאָרן, װי זי װאָלט זיך קלײַבן געבן א פײַערלעכע
שוווּע, -- איך װעל מײַנע קינדער לערנען, זיי זאָלן זײַן אזעלכע גוטע מענטשן, וי איר זײַט;
זי זאָלן שטענדיק צו הילף קומען יעדערן, װאָס נייטיקט זיך, איך ווינטש אײַך דאָס, װאָס איר
ווילט אליין, לאָזט ניט אראָפּ די קעפּ, די לעבעדיקע מוזן לעבן. -- קיילע האָט זיך אויסגעקע-
רעוועט אין דער זײַט, װוּ פראָיִם איז געזעסן, ---און דיר, טאטע מײַנער, דיר, נאפטאָלע דעם
קוימענקערערס טאכשיט, ווינטש איך, איך זאָל גאָר אינגיכן זײַן די סארווערן אף דײַן כא-
סענע. איז לעכאים, קינדער!
77
-- לעכאיִם! לעכאיִם! -- האָבן אלע אופגעהויבן די גלעזער.
פראָיִם איז אָפּגעקומען מיט א וויץ. דער אוילעם האָט געגאפט.
אלץ װאָלט גוט געווען, נאָר קימאט באם סאָף פון דער סודע, ווען מע האָט געהאלטן באם
פארבײַסן מיט צימעס און כאוועס שטרודל, איז קיילעס עלטער ייִנגל ארײַן אין שטוב און
אויסגערופן אף א קאַל:
-- האָדעלע, גיי גיכער, בא דיר אין הויף ווארט די באָבע נאסטיע מיט עפּעס א ייִנגעלע.
אלע האָבן זיך אויסגעקערעװועט אין האָדעלעס זײַט, בלוין קיילע מיט כאוען האָבן
שװײַגנדיק זיך איבערגעקוקט, און זי, האָדעלע, איז אופגעשטאנען פון אָרט, וי ניט אומיסטן
אנידערגעלייגט א האנט אף פראָיִמס אקסל, זיך אָנגעבויגן און עפּעס אים אײַנגערוימט אפן
אויער.
קיינער האָט ניט באמערקט, אז האָדעלע זאָל זײַן צעטראָגן, אָדער אומרויִק. וי געווייג-
לעך, האָבן אירע אויגן זיך צוגעזשמורעט, נאָכדעם זיך ברייט צעעפנט און א בלענד געטאָן
מיט פײַערדיקע פונקען. זי האָט זיך העפלעך אנטשולדיקט פאר אלעמען, װאָס זי דארף
פארלאָזן די היימלעכע שטוב און די טײַערע געסט, און ניט געײַלט ארויסגעגאנגען פון שטוב.
קיילע האָט פארשטאנען, אז האָדעלע דארף זײַן שטארקער פון אײַזן, קעדיי קענען זיך
אזוי האלטן. אין גאס איז מען זיכער געווען, אז האַדעלע אײַלט ניט, אָבער קיינער האָט ניט
באמערקט, אז די ערד לויפט מעשוגענערװײַז אונטער אירע פיס.
מענטשן האָבן געזען, וי זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע, איז ארײַנגעגאנגען
צו זיך אין הויף, און ווען דאָס קינד האָט זי דערזען, האָט עס אזוי אויסגעשריגן , מאמע אנע",
,מײַן מאמע אנע", אז מע האָט געקענט מיינען, אז דער הימל װועט זיך צערײַסן אף שטיקער.
האָדעלע איז שטיין געבליבן, װוי אן אײַנגעגראָבענע, בלויז ווען דאָס ייַנגעלע איז צו איר
צוגעלאָפן, האָט זי עס א נעם געטאָן אף די הענט און גענומען שטאמלען:
--- יוזיק, טײַערער, יוזיק.
יוזיק האָט פארװאָרפן די הענט ארום איר האלדז, געקושט און געטוליעט זיך צו איר.
דערבײַ האָבן טרערן א גאָס געטאָן פון זײַנע אויגן. האָדעלע האָט ביטערלעך געשמייכלט,
געגלעט דעם קינדס פּלײצעלע און אים געמוסערט, האלעמײַ ער ויינט. און ער האָט בעשום
אויפן ניט געקענט מיטאמאָל אופהערן צו יאָמערן -- דאָס געוויין איז איבערגעגאנגען אין א
כליפּען.
די באָבע נאסטיע האָט ניט געקענט צוזען דעם קינדס טרערן, זיך אָפּגעקערעװעט, ווישנ-
דיק די אויגן מיט די דלאָניעס.
אז האַדעלע מיטן קינד אף די הענט און מיט דער באָבע נאסטיען זײַנען ארײַנגעגאנגען
אין שטוב, האָבן די דורכגייער, װאָס האָבן זיך געהאט אָפּנעשטעלט זען, װאָס קומט פאָר אין
הויף, לאנג ניט געקענט זיך רירן פון אָרט. אז מע איז געקומען צו-זיך, האָט מען אָנגעהויבן
כקירען: װעדליק מע פארשטייט, וויל די באָבע נאסטיע זיך ניט ,װאָזיען" מיט האָדעלעס
מאמזערל. אנדערע האָבן ארויסגעזאָגט א האשאָרע, אז דאָס קינד איז טאקע דער באָבע נא-
סטיעס טאָכטערס, װאָס איז אומגעקומען אין גערמאניע, אָבער די אלטיטשקע וויל אלץ ניט
גלייבן, אז ניט קיין אייגן קינד זאָל אזוי ליב האָבן א פרעמדע פרוי.
קיילע האָט אויסגעהערט אָט די אלע רייד און קיינעם גאָרנישט ניט געענטפערט און ניט
געזאָגט, אָבער בא זיך אין הארצן איז געלעגן פארטײַעט א סאָפעק, און אײַלנדיק אהיים האָט
קיילע זיך דערמאָנט, אז ווען די באָבע נאסטיע האָט האָדעלען ניט געהייסן קומען צום קינד,
פלעגט זי, קיילע, ליגנדיק אין אמבאר אפן היי, הערן, װוי האָדעלע וויינט דורכן שלאָף, גערעדט
צום קינד און אָנגערופן זײַן נאָמען. איינמאָל האָט קיילע אפילע געזען, װי האָדעלע איז גע-
זעסן אפן היי, זיך געשאָקלט, צונויפגעלייגט די הענט, װי זי װאָלט געהאלטן א קינד, עס
געוויגט און מיט א הייזעריקלעך קאָל שטיל געזונגען איאיאיא. וען קיילע האָט דעמלט
זיך צוגערירט צו האָדעלעס האנט, האָט יענע זיך אופגעכאפּט פון שלאָף, א שאר געטאָן מיט
די הענט ארום זיך און זיך א וואלגער געטאָן אפן געלעגער. אין א װײַלע ארום איז זי וויי
דער אנשלאָפן געװאָרן מורמלענדיק עפּעס. און אף מאָרגן איז האָדעלען געווען ניט צו דער-
קענען, זי איז די ערשטע אופגעשטאנען, אופגעהויבן די גאנצע כאליאסטרע, געשטיפט מיט
די ייַנגלעך. בלויז יאָסעלען האָט זי געזשאלעוועט אופוועקן, זי האָט באפוילן אים ניט טשע-
פּען, מע זאָל אים לאָזן נאָך א ביסל שלאָפן, װײַל ער איז א קליינינקער. װאָס פאר א שעד
זיצט אין דעם מיידל, פארשטייט קיילע ניט, בלויז דאָס הארץ טוט וויי, קוקנדיק אף איר.
78
5*
12
נאָרװאָס האָט האָדעלע געלייגט דאָס קינד שלאָפן. ביז אהער איז ער געלעגן בא איר אין
שויס. ביידע האָבן זיך געקוקט אין די אויגן און ביידע האָבן געשוויגן. יוזיק האָט געפירט מיט
זײַן הענטל איבער דער מאמע אנעס האנט, געגלעט איר געזיכט. מע האָט ניט באמערקט, ווען
ס'איז נעלעם געװאָרן דער ביין-האשמאָשעס, און כאָטש דעם קינדס פּענעמל איז אײַנגעהילט
געװאָרן אין טונקלקײַט, דאָך האָט האָדעלע געזען זײַנע שארפע פלינקע גרויסע אױגן, די
סארפענדיקע פארקלעמטע ליפּעלעך און דאָס גריבעלע אף דער ברייטלעכער קין, פּונקט וי
בא זײַן טאטן. די באָבע נאסטיע האָט דערציילט, אז פונעם קונדעס איז אומעגלעך אויסצו-
האלטן. א שטיפער איינער אין דער וועלט. אנומלטן האָט ער א שלײַדער געטאָן א שטיינדל
אינעם קריגל, װאָס איז געהאנגען אפן פּלױט-פלאָקן, און געמאכט א לאָך פּונקט אין דער
מיט, װי מע זאָל זי אומיסטן אױיסקלעפּן. דערנאָך איז ער ארופגעקראָכן אפן בוידעם און,
װײַזט אויס, מוירע געהאט צוריק אראָפּקריכן. זי, די באָבע, האָט דעם הויף, די שטוב איבער-
געקערט און ניט געקענט אים געפינען. ער איז אנשלאָפן געװאָרן אפן בוידעם! וװען ער
הייבט ניט אָן צו זיפצן פונעם שלאָף, װאָלט זי אים אזוי גיך ניט געפונעןן.
אין איינעם א שיינעם טאָג איז ער אוועקגעגאנגען פון דער היים, אזש לעם די קאָל-
ווירטיגערטענער האָט זי אים אָנגעיאָגט, געפרעגט װוּהין גייט ער, -- צו דער מאמע אנען--
איז געווען זײַן ענטפער. אין די אָװנטן, ווען זי פלעגט אים לייגן שלאָפן, איז ער געזעסן
אפן געלעגער, גענומען זיך שאָקלען און זינגען אף זײַן אויפן: , מאמע אנע, אוי, װויל איך
צו דער מאמע אנען". הערנדיק דעם טרויעריקן געזאנג זײַנעם, איז דאָס הארץ אירס אָקאָרשט
ניט צעריסן געװאָרן. זאָל ער אמאָל געווען וויינען, שרײַען צי בעטן עפּעס!---דאָס ניט. מע
דארף גאָר אױיספאָרן די וועלט און קענען געפינען אזא ייַנגעלע.
אים איז שווער צו דערקענען.--- ער איז אויסגעוואקסן, רעדט און כקירעט, װי א דער-
וואקסענער. האָדעלע האָט אים אָפּגעװױנט פון טומלען און שרײַען. װי נאָר ער האָט עפּעס
אָנגעהויבן פארשטיין, האָט זי מיט אים אײַנגעטײַנעט, אויב ער װעט וויינען, ראשן, װעט מען
זי, די מאמע אנע, מאכן בא-בא. ער האָט געװוּסט, אז דאָס באטײַט --מע װעט זי, די מאמע
אנען, בא אים צונעמען. דעמלט איז ער שוין בעקויעך געווען אָנבײַלן צוויי פויסטלעך, אָדער
זיך אָנטשעפּען מיט די הענטלעך אין אירע האָר. דאָס האָט געהייסן --- ער װעט ניט לאָזן,
דערבײַ פארקוועטשן אין זיך א זיפץ און פארפּרעסן די ליפּעלעך זײַנע.
די באלעבאָסטע פון דער פערמע האָט געזען, װי אנע מוטשעט זיך מיטן קינד. די דאָזיי
קע באלעבאָסטע, א פרוי מיט בלאָנדיגעפארבטע האָר, מיט א קליינעם פּענעמל, אף וװעלכן
עס איז קוים באמערקט געווען, װי די שארפע, דינע ליפּן באוועגן זיך בייס זי רעדט, האָט
געװאָלט, אז די ארבעטערן זאָל דאָס מאמזערל אָפּגעבן אין פּריָוט, נאָר האָדעלע פלעגט אלע
מאָל אויסבעטן בא יענער, זי זאָל ניט צווינגען, מע זאָל דאָס קינד אָפּגעבן עמעצן. אנע האָט
פארזיכערט, אז דאָס ייַנגעלע װעט איר ניט שטערן אין דער ארבעט, זי װעט טאָג װי נאכט
ארומגיין לעם די כאזיירימלעך און קוויטשערלעך, זי װעט פאר צווייען האָרעװען. אז יוזיק
איז שלאף געװאָרן פלעגט זי אים א גאנצע נאכט ארומטראָגן אף די הענט, ער זאָל ניט
וויינען.
איצט איז האָדעלע מיטן קינד בא זיך אין שטוב, זי דארף זיך מער ניט ארומקוקן, היטן
זיך, מע זאָל עפּעס א כעט אף יוזיקן ניט געפינען, מע זאָל קיין כיסאָרן אין איר ארבעט ניט
אנטדעקן. זי האָט שוין פאר קיינעם קיין מוירע ניט. ווען יוזיק איז געלעגן אפן געלעגער,
און זי האָט זיך איבערצײַגט, אז ער שלאָפט, איז זי ארויסגעגאנגען אין קיך, אָנגעצונדן דאָס
לעמפּעלע, גענומען זיך צום פּעקל, װאָס די באָבע נאסטיע האָט איבערגעלאָזט. געװאָלט א
קוק געבן, װאָס דארף מען איבערוואשן, אױספּרעסן, פון יוזיקס אָנטאָן, ער איז שוין אויסגע-
וואקסן קימאט פון אלע זײַנע מאלבושימלעך. בעשאסמײַסע האָבן זיך דערהערט טריט אין
דרויסן. קעדיי מע זאָל ניט קלאפּן אין טיר, ניט אופוועקן דאָס קינד, איז האָדעלע ארויס אין
דרויסן א קוק טאָן וער איז דאָרט.
קיילען קאָן מען דערקענען אין דער פינצטער, זי שפּאנט האסטיק און אימפּעטדיק, דערצו
האָט זי פונדערװײַטן געלאָזט זיך הערן:
-- און איך האָב געמיינט, אז דו פּאָפסט שוין, נאָר דאָס פײַערל אין פענצטער זאָגט
דאָך עפּעס, א גוטן אָװנט דיר, האָדעלע, -- זי איז צוגעגאנגען צו דער באנק, װאָס איז גע-
שטאנען הינטערן אלטן בארנבוים, זיך אנידערגעזעצט, -- קום אהער, זעץ זיך צו לעם מיר, --
האָט קיילע געזאָגט און אנידערגעשטעלט לעם זיך עפּעס א קוישל, און שוין שטילערהייט
געפרעגט: -- דער גענארניק שלאָפט? דאָס קינד מיין איך,
79
-- שלאָפט, -- האָט האָדעלע א זיפץ געטאָן.
-- דו נעם זיך ניט צום הארצן. דאָרטן, װוּ ס'איז פאראן זיבן היישעריקעס, װעט יוזיק
זײַן דער אכטער, מירן ארבעטן, און ער װעט אויך העלפן מיט א קרעכץ, אזוי װי מײַן יאָסע-
לע. מײַן שטיפער פלעגט בלאָנדזשען איבערן פעלד און װוּ די װועלט האָט אן עק. אײינמאָל
האָבן מיר אים פארלוירן. וויי, װויי וויפל צאָרעס מיר האָבן דעמלט געהאט, ביז מיר האָבן
אים געפונען. אין א ריוו, צווישן װילדגראָז, איז ער אנשלאָפן געװאָרן. נישקאָשע, יאָסעלע
װועט זיך מיט יוזיקן שפּילן, און עס װעט זײַן גוט, -- קיילע האָט געהאלטן אין איין רעדן.
פרעגן עפּעס וויל זי ניט, אויב זי, האָדעלע, װעט געפינען פאר נייטיק, װעט זי אליין דער-
ציילן װער און װאָס.
-- דו הער זיך ניט צו, װאָס מע רעדט, -- האָט קיילע ניט געקענט שװײַגן. --א קינד איז
אן אומשולדיקע נעשאָמע, עס ווייסט ניט צי דער טאטע איז געווען א רעצייעך, צי א צאדיק.
עס װעט אויסוואקסן און װעט װערן א מענטש, איז אזוי וויל װעט זײַן צו אים.
-- װאָס זשע רעדט מען דאָרטן! -- האָט האָדעלע געפרעגט.
-- װאָס דארף דיך ארן, א צונג אָן ביינער פּלױדערט. אוב מע קען א פּיצל קינד אָנ"
רופן פאשיסטל, דארף בא יענעם דאָס מויל זיך שטעלן פּאָפּערעק.
--- יוזיקס טאטע איז געווען א פּאַליאק, די מאמע -- אן אוקראינקע.
--- אזוי די מײַסע! די מאמע אן אוקראיִנקע?! נאָר װאָס טויג מיר מײַסעס, דאָס האָבן
די פאשיסטן אויסגעטראכט, אז בא זי איז דאָס בלוט פון א געהויבענעם סאָרט. װעדליק
איך פארשטיי, איז בלוט רוט בא פּאָליאקן, בא רוסישע און בא ייִדן, און אויב די פאשיסטן
ווילן שטארק, ארט מיך אויך ניט, אוב דאָס בלוט װעט בא זיי װערן װײַס. איך פרעג דען?
גלאט, ס'איז געקומען צו רייד. אבי דו ביסט צופרידן, איך זע דאָס פּענעמל זעט בא דיר
אויס יאָמטעװדיק, איז מיר אויך גוט אפן הארצן.
קיילע איז געזעסן און גערעדט וועגן דער גוטער פּאָגאָדע, געדאנקט דעם אויבערשטן,
װאָס עס רעגנט ניט. זאָל מען פּרוּװון אין א בלאָטע און אין א שליאָטע גראָבן בורעקעס.
פּלוצעם האָט קיילע זיך דערמאָנט אינעם קוישל, עס גענומען אין די הענט:
-- מאָרגן װעסטו מיט יוזיקן בלײַבן אין דער היים, זאָל ער זיך צוגעװווינען צו א נײַ
אָרט, מעשאנע מאָקעם, מעשאנע מאזל, נאָכדעם װעסטו מיט אים ארויסגיין אף דער ארבעט,
אין דער היטשקע װעט יוזיק האָבן װוּ זיך צו שפּילן. אף צוויי טעג האָב איך אײַך געבראכט
עסן, און װײַטער װועלן מיר זען. נא, נעם.
-- מע דארף ניט, -- האָט האָדעלע געװאָלט זיך אָפּקערעװען, ניט נעמען דאָס קוישל,
נאָר קיילע האָט באוויזן איר האנט מיט אלע פינף פינגער.
-- װאָסי! דו נעמסט בא פרעמדע, צי דו האָסט עס ניט פארדינט, ויאזוי איז דיר ניט
קיין ביזויען?!
ביידע האָבן זיך אופגעהויבן פון דער באנק; האָדעלע מיט קיילען זײַנען ארײַנגעגאנגען
אין קיך. בייס קיילע האָט גענומען אױסליידיקן דאָס קוישל, האָט זי אָנגעזאָגט: -- האָדעלע,
זאָלסט באלד עסן די קנישעס, װײַל אף מאָרגן װעלן זיי װוערן אלט"געבאקן. א שאָד, װאָס
דאָס קינד שלאָפּט שוֹין, טאָמער װעט ער זיך אופכאפּן, זאָל האָדעלע ניט פארגעסן מעכאבעד
זײַן אים, זאָל ער וויסן, װאָס פאר א טאם האָבן דעמבענעצער קנישעס מיט פאסאָליעס. ניש-
קאָשע, יאָסעלע פארגינט זיך אופשטיין אינמיטן דער נאכט, און איידער ער עפנט די אױגן,
שרײַט דאָס מויל -- עסן! -- קיילע האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אוועקגעגאנגען אהיים.
דאָס ערשטע מאָל, אינגאנצן א רויקע, איז האָדעלע געלעגן אפן געלעגער בא זיך אין
שטוב. זי הערט װי דאָס קינד עטעמט, ער שלאָפּט געשמאק, עפשער כאָלעמען זיך אים גוטע
כאלוימעס, און זי, האָדעלע, שמייכלט צו זיך אליין, דערמאָנענדיק זיך אין דער באָבע נאסטי-
עס מײַסעס. א יינגעלע קען שוין קריכן אף א לייטער, צעברעכן א קריגל מיט א שטיין, אָבער
הײַנט איז ער ניט געזעסן אפן געלעגער, ניט געשאָקלט זיך, זינגענדיק, אז ער װיל צו
דער מאמע אנען. ער איז אנשלאָפן געװאָרן אָן שום דײַגעס, און זי, האָדעלע, הייבט אויך
אָן דרעמלען, און דרעמלענדיק פּלאָנטערן זיך דערינערונגען, װי כאלוימעס. זי זעט כאָרעװע
שטעט, ברענענדיקע גאסן. עס װײַזט זיך אויס, אז גאנץ דײַטשלאנד איז אין פײַער און אין
רויך. זי דערמאָנט זיך אין די צערויַנירטע דערפער, שטעט. פון די װאָקזאלן און סטאנציעס
זײַנען בלויז שטיינערנע בערג איבערגעבליבן. דאָס האָט האָדעלע געזען דורך די קליינע
פענצטערלעך, פארקאָוועטע מיט אײַזערנע פּרענטלעך פון די לאסט-וואגאָנעס, אין וועלכע
מע האָט געפירט מיידלעך אף ארבעט קיין גערמאניע. דעמלט האָט זיך איר געדוכט, אז די
גאנצע װעלט װעט כאָרעוו װערן. הייסט עס, איצט פילט מען דאָ אויך דעם טאם פון מילי
כאָמע, -- האָט זי דעמלט געטראכט. די היגע טוישווים ווייסן אויך װאָס הייסט די אראָפּגע-
5--4 80
פאלענע מאטאָנעס פונעם הימל. עס האָט געשמעקט פּונקט װי דאָרטן אין דער היים, מיט
געברענטע ציגל, אָנגעגליטע שטיינער, און פּונקט אזא געדיכטער רויך איז געהאנגען איבער
די צעבאָמבירטע שטעט און דערפער. ערגעץ אין א כאָרעװו געװאָרענער גאס, צװישן די רוי-
נעס האָט ארויסגעקוקט א גאנץ געבליבן מױיערל, אָבער ס'איז ניט באמערקט געווען, אז עס
אָטעמט מיט לעבן. ס'האָט זיך אויסגעוויזן, אז דאָס דאָזיקע מויערל שאָקלט זיך, באוויינענדיק
די כאַרעוו געװאָרענע שכיינעסדיקע הײַזער.
איבער א ברייטן ועג, װאָס האָט זיך געצויגן צװישן בערג שטיינער, אָנגעוואלגערטע
ליים און ערד, האָבן זיך געשלעפּט פּלײטים, מע איז געלאָפן אף מײַרעװו, קעדיי ניט ארײַנ-
פאלן אין די הענט פון דער אָנגרײַפנדיקער סאָוועטישער ארמיי, און בא דער זײַט פונעם
ברייטן וועג האָט מען געטריבן א קאָלאָנע מיט מיידלעך און פרויען. זיי זײַנען געווען פאר-
שטויבט, אופגערעגט. אייניקע האָבן אפילע א לוסטיקן אויסזען געהאט, דאָס האָבן זיי דער-
שמעקט די נאָענטע היים זייערע. זיי האָבן אראָפּגעריסן די בערעטן, קאפּעליושלעך פון די
קעפּ און אויסגערופן , פּאריזש, פראנקרײַך", אנדערע האָבן געפאָכעט מיט פאטשיילעס און
געשריגן: ,טשעכיא". די רוסישע מיידלעך האָבן, שעפּטשענדיק, סקאנדירט , דאיאָש מאָסקװוּ"
מע האָט פאר דער וואך קיין מוירע ניט געהאט. די דאָזיקע זעלנער זײַנען געװוען פון
היטלערס לעצטע רעזערוון: אלטע לײַט, הינקעדיקע. לוט דעם, װי זיי האָבן געהאלטן דאָס
געווער אין די הענט, איז קענטיק געװוען, אז זיי זײַנען קיינמאָל קיין סאָלדאטן ניט געווען.
ווען ניט די עטלעכע עס-עס-לײַט, װאָס האָבן געהיט אי די מיידלעך, אי די וואך, װאָלטן
די דאָזיקע זעלנער אָפּגעלאָזט אלעמען און אליין מיט גרויס פארגעניגן אנטלאָפן אהיים.
קיינער פון זיי האָט ניט געװוּסט װאָס װעט מאָרגן זײַן. זי האָבן זיך געשושקעט צװוישן זיך,
אז דער פיורער איז קאפּוט, בערלין איז, װײַזט אויס, געפאלן,
האָדעלע האָט אויך זיך געשלעפּט מיט דעם דאָזיקן אוילעם, האלטנדיק יוזיקן אף די
הענט. ער האָט זי ארומגענומען ארום האלדז, געלעקט מיט דער צונג דאָס פײַכטע פּאָנעם
אירס. ער האָט ניט געװויינט, בלויז געזיפצט, און איר זײַנען דעמלט אויסגעגאנגען די קוי-
כעס. גוט, װאָס זי האָט זיך געשלעפּט אין דער לעצטער ריי, געקאָנט זיך א וואקל טאַן
אָפּשטײן, ביז עס װעט זיך ניט דערהערן דער היזעריקער ,שנעל, שנעל!" דאָס האָט
זיך געלאָזט הערן דער זעלנער, װאָס האָט געשפּאנט הינטער דער לעצטער ריי, געשלעפּט
קוים די פיס.
האָדעלע איז ניט איינע געווען מיט א קינד אף די הענט. א נידעריטשקע פרוי האָט
אײַנגעמאָסטעט א מיידעלע אין א רוקזאק און עס געטראָגן אף דער פּלײצע. בא האָדעלען
האָבן געקוואטשעט די שיך. מענערישע שיך מיט גראָבע אָפּגעריסענע פּאַדעשװעס און אויסי
געקרימטע אָפּצאסן. האָדעלע האָט געפילט, װי דאָס העמד װערט צוגעקלעפּט צום לײַב,
81
און דער פרילינגדיקער װוינט שמײַסט אין פּאָנעם, רײַסט מאמעש שטיקער פון איר. זי נעמט
ארום יוזיקן מיט ביידע הענט, ער זאָל זיך ניט צוקילן, װײַל דאָס פּידזשאקעלע איז נאָך ניט
אויסגעטריקנט געװאָרן נאָכן רעגן. און דאָ באָמבלט זיך דאָס פּעקל, װאָס הענגט אראָפּ ביז
צו די קני.
זי האָט צום פּעקל צוגעבונדן א שטריקל, געמאכט א שלייף און עס אופגעהאנגען אפן
האלדז, די הענט זאָלן בא איר פרײ זײַן, דערפאר האָט אָבער דאָס שטריקל אומבעראכמאָי
נעסדיק געריבן דעם נאקן. די נאסע שיך האָבן אזוי געמוליעט די פיס, אז ס'איז אומעג"
לעך געווען אויסצוהאלטן.
יוזיק האָט װוי געפילט, אז דער מאמע אנען איז שווער צו גיין. ווען ער פלעגט פון איר
דערהערן א זיפץ, האָט דאָס פּענעמל זיך פארקרימט בא אים. איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז
ער, יוזיק, פלײַסט זיך װערן גרינגער, סע זאָל איר זײַן לײַכטער צו שפּאנען.
אזוי איז מען געגאנגען און געגאנגען. ס'איז געווען קענטיק, װי די רייען פון די רוסישע
פרויען ווערן שיטערער, אייניקע מיידלעך האָבן האָדעלען געגעבן אָנצוהערן -- ווען ניט דאָס
קינד, װאָלט זי אויך געקענט מאכן די פּלײטע, נאָר יוזיק קען דאָך אָנהײבן װיינען, װוען מע
דארף ניט, און לויפן מיט אים איז אויך אומעגלעך: .
אומגעריכט איז פאָרגעקומען אזוינס, װאָס קען בלויז זיך כאָלעמען. ס'איז פּלוצעם גע"
װאָרן א בעהאָלע אין דער קאָלאָנע. מע האָט געמוזט מאכן א וועג די מאשינעס, װאַס האַבן
געיאָגט מיט געהויבענע פּלײטים. די וואכלײַט האָבן באפוילן האלטן זיך רעכטס. ס'איז גע"
װאָרן א שטופּעניש, א געפּילדער מיט א געלעכטער. האָדעלען האָט מען פארשטופּט צו די
קוסטעס, װאָס זײַנען געוואקסן פון יענער זײַט וועג. זי האָט זיך אפילע ניט ארומגעקוקט,
זיך אָנגעבױיגן און איז ארײַן אין דער געדיכטעניש פון די געװויקסן, זיך אָפּגעשטעלט אף א
װײַלע, װײַל דאָס הארץ האָט האסטיק אָנגעהויבן קלאפּן. איבערכאפּנדיק דעם אַטעם, האַט זי
געלאָזט זיך גיין װײַטער. איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די ביימער פון יענער זײַט קוסטעס
גייען איר אנטקעגן און ווילן זי באהאלטן. זי האָט זיך געלאָזט לויפן צום וועלדל. פּלוצעם
האָט זיך דערהערט א שיסערײַ. נאָר װאָס פאר א װערט האָט געהאט דאַס שטעפּן פון אן
אווטאָמאט, אז ארום און ארום האָט געדונערט א קאנאָנאדע פון הארמאטן. מיט די לעצטע
קויכעס איז זי געלאָפּן טיפער אין וואלד, טוליענדיק יוזיקן צו זיך, און װי אפּצולאָכעס האָט
ווידעראמאָל אָנגעהױבן גיסן א רעגן. דאָס אָנטאָן איז טייקעף געװאָרן שווער מיט רוכעס,
דאָס קליידל האָט זיך געקלעפּט צו די קני, דערצו איז יוזיק געװאָרן שווער, מאמעש, װי א
שטיין. עס האָט געצויגן צו דער ערד. זי האָט געװאָלט כאָטש אף א רעגע זיך אנידערזעצן,
אָפּרוען א ביסל. דער שווייס, װאָס איז גערונען איבער איר פּאָנעם, האָט זיך איבערגעמישט
מיט אירע טרערן און מיט די טראָפּנס פון רעגן. איר האָט זיך געדוכט, אז יוזיק וויינט, ציי
טערט פאר קעלט, נאָר זי איז אזוי װי טויב געװאָרן. באוועגט זיך, װי א טאם, װאַס ווייסט
בלויז איין זאך --- לויפן, גיין, נאָר ניט אומפאלן.
פון די ביימער האָט געיושעט, און דער הימל איז געװען נידעריק, געהאנגען איבערן
קאָפּ. מע האָט געקענט מיינען, אז די שווערע װאָלקנס שלעפּן אים צו דער ערד.
ויאזוי זי איז געקומען צו א שטוב, האָט האָדעלע ניט געװוּסט, ניט געדענקט, צי זי
האָט אָנגעקלאפּט אין דער טיר. זי דערמאָנט זיך בלויז, װי זי איז געשטאנען אונטער א דאך,
און פון איר האָט געיושעט דאָס וואסער. יוזיק איז געװוען בלאָ, װי א דערטרונקענער. װען
זי האָט זיך אָנגעבױגן און אים אראָפּגעלאָזט אף דער ערד, איז זי ניט בעקויעך געװען זיך
אױסגלײַכן. א װײַלע איז זי געשטאנען אף די קני, נאָכדעם א פאל געטאַן אפן פּאַל. יוזיק
האָט געוויינט, און איר האָט זיך אזוי געװאָלט שלאָפן!
איצט האָבן אירע אויגן אויך זיך געקלעפּט. זי הייבט אָן אײַנדרעמלען אף אן עמעסן.
יוזיק װויינט ניט, ער ציטערט ניט, אים איז ווארעם, ער ליגט אף דער קושעטקע און שלאָפט
געשמאק.
ניט יעדער מענטש ווייסט, װאָס ער קען איבערטראָגן און פארװאָס קען ער זײַן שטאר-
קער פון אײַזן.
13
פראָיִם איז געוווינט געװאָרן צום כוטאָר. פון זינט דער ציגל-זאװאָד האָט אָנגעהױבן
ארבעטן, פארגעסט ער אָפּט אין דער היים. פריער פלעגן אים טרײַבן קיין דעמבענעץ זײַנע
דײַגעס. די צעלעכערטע דעכער פון די שטאלן, װוּ די ציגל טריקענען זיך, און די צעבראָ-
כענע אויוונס האָבן אים געמאטערט. ער האָט געמיינט, אז ער װעט זיי קיינמאָל ניט אופשטעלן,
88
הײַנט די פארזשאווערטע פּרעסן, די לייםימישערס האָבן אים ניט געלאָזט שלאָפן. דער צעפּא-
טערטער וועג, װאָס האָט זיך געצויגן פונעם זאװאָד צו די קאריערן, כאָלעמט זיך אים אדהאיעם,
ווען סטעפּאן קאלעניק האָט זיך אומגעקערט פון דער מילכאָמע, איז פראָימען געװאָרן ליכ-
טיק אין די אויגן. סטעפּאן איז א מענטש, װאָס ווייסט װוּ אײַן און װוּ אויס. ער האָט שוין דאפ-
קע געװוּסט, װאָס מע דארף טאָן מיט די פארזשאווערטע פּרעסן. קאלעניק איז א מענטש מיט
גאָלדענע הענט. כוץ דעם געדענקט ער די מיידלעך, װאָס האָבן געארבעט בא די ליים-ימישערס
און בא די אויוונס. איצט זײַנען אייניקע פון זיי סאָלדאטקעס ---אלמאָנעס. ווען ניט סטעפּאן,
װאָלט פראָיִם מיט דער ארבעט זיך ניט געקענט ספּראווען.
איצט איז דער זאװאָד, װי אפסנײַ געבוירן געװאָרן. אין די שטאלן זײַנען אויסגעשטעלט
פרישע ציגל, מע האָט אויך אָפּגערײניקט א פּלאץ, װאָס איז גלײַך װי א טיש, און מע װעט
קענען פּרעסן נײַע ציגל, זיי אויסשטעלן אף דער ערד, זי זאָלן כאפּן א טריקן. סטעפּאן קאלעניק
טײַנעט, אז מע דארף זיך צוײַלן, װײַל אז די פרעסט װועלן א נעם טאַן, װועסטו אין דרויסן קיין ציגל
ניט שטעלן. ארום די שטאלן איז ריין און ציכטיק, יעדער שטעגל איז באשאָטן מיט זאמד, עס
שמעקט מיט פרישער ליים און מיט פײַכטע ציגל. א קוק טאָן פונדערװײַטן אף די שטאלן, װײַזט
זיך אויס, אז דאָס שטייען א היפּש ביסל שטיבלעך מיט נײַע דעכער. און אז מע האָט אײַנגעהייצט
אין די אויוונס, האָבן זיי געהודעט. די פרויען האָבן אונטערגעכאפּט דעם דאָזיקן ניגן און ס'האָט
זיך באקומען א טרויעריק-זיסע ליד. אײַ, זינגען זיי, די סאָלדאטקעס!
ווען עס האָבן אָנגעהױבן ארבעטן ביידע פּרעסן און מע האָט גענומען אויסשטעלן די ציגל
אין די שטאלן, האָט פראָיִם זיך גענומען צו די אויוונס. די מיידלעך האָבן אף זייער אויפן כויזעק
געמאכט פון אים.
אניוטע די קלוגע, א פולברוסטיק מיידל מיט א דינער טאליע און מיט שמאָלע שפּיצעכיקע
אויגן האָט מיט א זיפץ ארויסגעזאָגט אירע מעווינעס:
-- װאָס איז דאָס פאר א נאטשאלניק, װאָס קען קיין פּאָרטפעל ניט טראָגן..
און די סאָלדאטקע פריסקע, א יונגע פרוי, װאָס פארגעסט אָפטלעך אראָפּלאָזן דאָס קליידל,
װאָס איז פארשטעקט בא די לענדן, און קען, װוי זי שטייט און גייט, זיך א דריי טאָן אף איין
אָרט מיט אירע נאקעטע פארברוינטע פעסטע פיס, אזוי, אז עס זאָלן אָנהײבן שפּילן אלע אייוו-
רימלעך פון איר שלאנקן קערפּער, האָט אומשולדיק, באשיידן אונטערגעכאפּט:
-- װאָס איז דאָס פאר א נאטשאלניק, אז ער קען גאָר פארקאטשען די ארבל און אויסלייגן
די קײַלעכדיקע סטעליעס אין די אויוונס.
ניורע האָפּאק איז א פולבלעכע מויד, א שטײַפע און א װוּקסיקע, באגלייט יעדער ווערטל
מיט א געלעכטערל, װאָס קײַקלט זיך ארויס פון איר קליין מײַלעכל. דאָס געלעכטערל קלינגט,
וי אלערליי גלעקעלעך, דערבײַ פארווארפט ניורע דעם קאָפּ ארוף, צעשפּרײט די הענט אין די
זײַטן, װוי זי װאָלט װועלן עמעצן ארומנעמען.
-- אן עמעסער נאטשאלניק, -- האָט ניורע אָנגעהױבן מיט א ניגנדל, -- דארף צוגיין צו דער
קופּע ליים און מיט די שפּיץ פינגערלעך זײַנע נעמען א הרודקעלע, א קוק טאָן אף דעם, עס
באשמעקן, באלעקן און טרעפֿן, צי די ליים איז פעט, צי מאָגער, צי מע װעט פון דעם דאָזיקן
טייג קענען באקן פּאָמפּעשקעס מיט קנאָבל, צי מע װעט ניט קענען! כאיכאיכא, כייכאיכי!--
אז ניורעס געלעכטערל הייבט אָן קלינגען, צעקיצלט עס אלעמען, װער עס שטייט דערבל.
די סאָלדאטקעס גיבן אָפּ קאָװעד דעם נײַעם נאטשאלניק. און פארװאָס טאקע ניט! ער האָט
פאר אלעמען אױסכלאָפּאָטשעט גוטע פּראָדוקט-קארטלעך, זשאלעוועט ניט שיקן א פורל נאָך
די פּראָדוקטן, אז זיי, די מיידלעך, זאָלן ניט לויפן יעדערע באזונדער קיין דעמבענעץ נאָכן
פּאיאָק, און איז ביכלאל א װוילער מענטש. דערפאר זײַנען זיי גרייט פאר אים גיין אין פײַער
און אין וואסער.
פראָיִם ווייסט, אז די סאָלדאטקעס שעמען זיך ניט זאָגן, װאָס זיי געפעלט און װאָס ניט.
מע ווארט ניט אף קיין פארזאמלונגען. זיי קענען אינמיטן הויף זיך צונויפקלײַבן, אָנהײיבן
אָפּשפּעטן, אָדער דורכפירן א ניט פּלאנירטע באראטונג. אפילע ווען דער פאָרזיצער פון
ארטעל, פישל, הייסט עס, קומט צו פאָרן, לייגט מען אים אויך ארײַן אין קאָלנער. מע זאָגט
אָן, ער זאָל ניט זיצן און שוויצן אין דעמבענעץ, זאָל ער זיך פאָרן אין שטאָט, קלאפּן אין טיש
דאָרטן, װוּ מע דארף, פאָדערן א פּאָמפּע, און אויב ניט קיין נײַע, זאָל מען כאָטש אויסטיילן
אן אָפּגערעמאָנטירטע. אויך פּראָיַמען לאָזט מען ניט צורו, ער זאָל װאָס גיכער דורכלייגן די
טרויבן פון דער אָזערע צום זאװאָד, װײַל מיט דער קליאטשע, װאָס שלעפּט דאָס פעסל, װעט
מען װײַט ניט פארפאָרן, און זיי, די מיידלעך, װאָס איז דאָס פאר אן ארבעט! מע דרייט זיך
ארום פּוסט-און"פּאס און מע ווארט ביז דאָס פורל ברענגט א ביסל וואסער. און זאָל קאלע-
8
ניק אופהערן דרייען זײַנע לאנגע װאָנצעס און זיך מאטריעך זײַן רעמאָנטירן די אלטע
פּאָמפּע.
עס איז געווען א צײַט, ווען פראָיִם האָט געטראכט זיך געזעגענען מיטן זאװאָד. אָבער
איצט, ווען מע װאָלט אים געהייסן אוועקגיין פון דער דאָזיקער ארבעט, װאָלט אים שטארק
באנק געטאָן זיך צעשיידן מיט די מענטשן, מיט די שטאלן, מיט דער ליימענער ערד און מיטן
בארג-אָפּריס בא די קאריערן.
די לעצטע צײַט האָט פראָיִם ניט געהאט קיין צײַט לויפן קיין דעמבענעץ. די טעג זײַנען
געװאָרן קלענער, מע באװײַזט זיך ניט ארומקוקן, פאלט צו די נאכט.
אז פראָיִם בלײַבט אליין אין צימערל, ועלכן ער פארנעמט בא קאלעניקן אין שטוב,
הייבן זיך אים אָן פּלאָנטערן פארשיידענע געדאנקען. אינמיטנדערינען שטעלט זיך אנידער
פּעסעלע פאר די אויגן. אים װײַזט זיך אויס, אז פון זינט גרישע איז געקומען, איז זי עפּעס
אומעטיק געװאָרן. פריִער פלעגט מען זי זען אמאָל ארויסגיין אין גאס מיט די סאָלדאטיקלעך
אירע, איצט שפּאצירט מיט די קינדער דער טאטע, און זיי, די ייַנגעלעך גרויסן זיך מיט אים,
מיט גרישען, װאָס ער איז מיליטעריש געקליידט און צוויי זילבערנע מעדאלן הענגען בא
אים אף דער ברוסט. דודי וועטמאנס זון האלט פון זיך א וועלט. ער האָט אָנגעהױבן די מיל-
כאָמע אלס סערזשאנט און זי פארענדיקט װי אן עלטערער לייטענאנט פון אינטענדאנט-
דינסט.
פּעסעלע מאכט פון דעם א קליינעם צימעס. זי קוקט ניט אף זײַנע פּאָגאָנעס, אף דער
שטעלע זײַנער. זי האָט אירס אין זינען. אפילע מיטן פאָרזיצער, מיט פישלען, לערנט זי
באָלעק. אלעמאָל גיט זי אָנצוהערן, װאָס א פאָרזיצער מעג זיך דערלויבן טאָן אליין און
װאָס ער דארף פרעגן באם הויפּט-בוכהאלטער און בא דער פארוואלטונג. זי האלט אין איין
װאָרענען, אז מעלוכיש געלט דארף מען אָפּהיטן, װי דאָס אויג אין קאָפּ. זי שעמט זיך ניט
באפוילן, אז איידער מע דארף אויסגעבן מעזומאָנים, אָדער עמעצן איבערפירן א סומע געלט,
זאָל מען פריער צונויפרופן די פארוואלטונג. נאָך דעם באשלוס װעט זי הייסן דעם קאסיר
אויסצאָלן, דערצו דארף מען וויסן צי מע מעג אזא באשטימונג ארױיסטראָגן.
בייס גרישע איז געקומען, איז זי ,פּעסעלע, געווען פארנומען מיט אײַנאָרדענען די קאָנ-
טאָר פון ארטעל אין מירלס שטוב, װײַל זי איז מיט די קינדערלעך איבערגעגאנגען ווינען
צו לוזערן. פּעסעלע האָט אָנגעפירט מיטן רעמאַנט, באשטאט א קאבינעט פארן פאָרזיצער,
א צימער פאר דער בוכהאלטעריע, װוּ עס איז אויך געווען אָפּגעגרײַזעט אן אָרט פארן קא-
סיר. פּעסעלע האָט באוויזן ויַאזוי אויסשטעלן די טישן אין קאָנטאָר. דער גרעסטער צימער
פון דער דירע איז אויסגעטיילט געװאָרן פארן רויטן ווינקל, װוּ די ארבעטער זאָלן קענען זיך
צונויפזאמלען. עס זײַנען אָנגעמערקט געווען טעג און שאָען, ווען דער פאַרזיצער און דער
הויפּטיבוכהאלטער ועלן אופנעמען באזוכער.
פראָיִם האָט ניט געװוּסט, אז פּעסעלע קען זײַן שטרענג און אזוי ערנסט. אין דער
עוואקואציע האָט מען זי אויסגעלערנט ויָאזוי א הױיפּט-בוכהאלטער דארף זיך פירן און װאָס
פאר א דייע זי האָט בא איר טיש. ס'איז צו זען, אז פּעסעלע איז בא זיך ניט אראָפּגעפאלן.
אין שטעטל האָט מען איר צוגעשטעמפּלט דעם צונעמעניש פינאנס-מיניסטער. זי האָט איינמאָל
געגעבן אָנצוהערן, אז זי װאָלט אליין געקענט זיך דורכלעבן און דערצלען די קינדער אָן קיי-
נעמס הילף,
איינמאָל האָט פּעסעלע פאר גרישען אין די אויגן געהייסן פראָימען, ער זאָל קומען אין
אָװונט אין קאָנטאָר, זי דארף אים װײַזן, װיאזוי פארפירן די ביכער און וויָאזוי אױסשרײַבן די
נאריאדן, װײַל ביז מע װעט ניט באשטעטיקן די שטאטן, װעט זי אפן זאװאָד קיין כעזשבן-
פירער ניט שיקן. און אז גרישע איז יענעם אָװנט אויך געקומען אין קאָנטאָר איניינעם מיט
די קינדער, איז פּעסעלע געווען אומצופרידן און פאר קיינעם זיך ניט געשעמט ארויסמעשא-
לייעכן גרישען מיט די סאָלדאטיקלעך, מע זאָל איר ניט שטערן. מע האָט באמערקט, אז
גרישען איז דאָס ניט געפעלן געװאָרן -- זײַנע שווארצע אויגן האָבן פּעסעלען אָפּגעמאָסטן
פון אויבן ביז אראָפּ. ארײַנגערוקט די האנט זײַנע צװישן צוויי גאָלדענע קנעפּ פונעם קיטעל,
װי ער װאָלט זיך װעלן דערקלײַבן צו דער בוזעם-יקעשענע, האָט ער מיט רוגזע געהייסן, אז
די קינדער זאָלן פאָלגן די מאמע...
פּראָיַם האָט באמערקט, װי גרישע מיט די קינדער האָבן זיך ארומגעדרייט הינטער די
פענצטער, און אז ער האָט פאָרגעלייגט, פּעסעלע זאָל זיי דערלויבן ארײַנגיין צוריק אין
קאָנטאָר, איז דער ענטפער אירער געווען א קורצער: זי נייטיקט זיך ניט אין קיין אייצעס.
ער, פראָיִם, איז דעמלט אופגעשטאנען פונעם בענקל און גענומען שפּאנען פון איין וואנט
צו דער צווייטער. פּעסעלע האָט פון זיך אראָפּגעװאָרפן דאָס טריקאָטאזש-קאָפּטעלע, פאריכט
84
דאָס קעלנערל פון דער װײַסער בלוזקע, ארופגעצויגן אף די הענט, אריבער די עלנבויגנס,
די האלבע ארבל, אופגענייטע פון טונקל-בלויען סאטין און זיך אנידערגעזעצט בא איר טיש,
וי א מאלקע. אירע אויגן מיט די גאָלדענע רינגעלעך האָבן אָפּגעמאָסטן פראָלמען פון קאָפּ
ביז די פיס און מיט א פארטײַעטער אומצופרידנקײַט געזאָגט, ער זאָל פארנעמען אן אָרט
בא איר טיש, ער זאָל זען, װאָס זי טוט, װײַל אלע מאָל װעט זי ניט קומען אין די אָװנטן
זיצן מיט אים און קנעלן. און כאָטש זי האָט ארויסגעבראכט פון איר מויל הארבע ווערטער,
דאָך זײַנען זיי געווען אײַנגעהילט אין א ווארעם לײַבעלע. די אויגן אירע האָבן ניט געפיי-
ערט, נאָר זייערע שטראלן האָבן דערלאנגט צו זײַן נעשאָמע. ער איז געזעסן, װי א פלײַסיק
לערן-יינגל, און געהערט קימאט צוויי שאָ. זי האָט אים אָנגעזאָגט, ער זאָל אין די ביכער
פארשרײַבן די צאָל אויסגעברענטע ציגל און וויפל ליים איז אף די ציגל געווען אויסגענוצט,
וויפל האָלץ איז אוועקגעגאנגען. יעדער קלײניקײַט דארף ער פארשרײַבן, און צום סאָף
כוידעש װעט ער מיט אלע ביכער קומען אין קאָנטאָר, דעמלט װעט זי אים װײַזן ויַאזוי צו
מאכן די אקטן. זי האָט מיט אים געקנעלט, װוי מיט א כיידער-יינגל, געהייסן אלע מאָל איבער-
כאזערן דאָס, װאָס זי זאָגט אים אָן.
אז מע איז ארויסגעגאנגען פון קאָנטאָר, האָט ניט פּעסעלע זיך ארומגעקוקט צי גרישע מיט
די קינדער ווארטן אף איר, נאָר ער, פראָלִם, האָט זיי געזוכט און ניט געקענט געפינען. ווען
פּעסעלע האָט אים גענומען אונטערן אָרעם, איז אים געקומען אפן זינען יענע װוינטערדיקע
נאכט, אָבער דאָס מאָל האָט אים ניט געארט, צי טוט זי עס קעדיי א רייץ טאָן גרישען. ער
האָט זיך אפילע אײַנגעשטעלט צו פרעגן פארװאָס זי איז ניט צופרידן מיט גרישעס אומקערן
זיך, בעשאסמײַסע האָט ער באמערקט, װי א ביטער שמייכעלע איז דורכגעלאָפן אף איר גע-
זיכט. אף זײַן קאשע האָט זי געענטפערט מיט א פראגע:
-- פישלס פרעמדע האנט קען װערן צוגעוואקסן צו זײַן לײַב! קיין אָפּגעריסענעם אייווער
וועסטו צוריק ניט צוקלעפּן.
דעמבענעצער פרויען זײַנען די גוטע צוקער-לעקעכלעך! זיי ווילן ניט לײַדן, אז מע באליי-
דיקט זיי, קענען ניט מויכל זײַן די זינד אפילע פון אן אייגענעם מענטשן. און זיידל דעם זיי-
גערמאכערס באסיעכידקעלע איז אויך א גוט קאָנפעקטל. א מיידל מיט א פארביטערט נעשאַ-
מעלע. װאָס איז אין דער האָדעלען פארבאָרגן, פארשטייט פראָיִם אדהאיעם ניט, מאָנעפשעך,
איז דאָס קינד ניט קיין פרעמדס, אן אייגנס, איז צוליב װאָס דארף זי לייקענען? װאָס עס זאָל
ניט זײַן, איז דאָס קינד ניט שולדיק, און װעדליק מע קאָן זיך אָנשטױסן, איז זי מיט קיין גוטן
ווילן צו דער כופּע ניט געגאנגען.
האָדעלע װעט דאָס קינד ניט ווארפן, ביפראט, מע דערציילט, אז זי קען אָן דעם ניט זײַן
קיין איין מינוט.
זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע איז ניט קיין נאר און ניט קיין פארשלאָפענע,
זי איז דורכגעגאנגען דורך פּײַער און דורך וואסער. איז דאָך ניט שײַעך, זי זאָל זיך שעמען,
זיך אויסבאהאלטן. עמעס, זי טוט זיך אמאָל א באװײַז מיטן קינד אף דער גאס. זי פארפּוצט
דאָס ייַנגעלע אין טונקל-בלויַע קורצע הייזעלעך, אין א װײַס בלוזקעלע. דאָס שווארצע באנ-
טיקל לעבן האלדז באשיינט דעם גאנצן הוילעך זײַנעם. די װײַסינקע האָר זײַנען פארקעמט
מיט א שרונט בא דער זײַט קאָפּ. זי טראָגט דאָס קינד אף די הענט, אָדער זי פירט עס פאר א
הענטעלע. ביידע זעען אויס גליקלעכער פון דער גאנצער ועלט. זי שפּאנט מאמעש אף די
שפּיץ-פינגער, האלט שטאָלץ פארהויבן דעם קאָפּ, וי איינער זאָגט: --- איר רעדט און טראכט
װאָס איר ווילט, -- איך ווייס מיר מײַנס,
14
אז ראכמלעל קומט פון דער ארבעט אהיים, געפינט ער אויך װאָס צו טאָן אין שטוב אָדער
אין הויף. אים דוכט זיך, אז ניט אלץ איז נאָך צוגעקלאפּט און צוגעשרויפט. אָט-דאָ ניט לאנג
האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז דער שלאָס פון דער דרויסנדיקער טיר סקריפּעט עפּעס, -- איז
ניט געפוילט זיך און ארויסגעדרייט דעם שלאָס, קעדיי א קוק געבן פארװאָס קוויטשען דאָרט
די געדערים,
פריַער מיט עטלעכע טעג האָט ראכמיעל געבראכט פון ערגעץ א שטייסל און גענומען
שטויסן קרײַד, נאָכדעם האָט ער דעם קרײַד אױיסגעשאָטן אף א בלעך, ער זאָל זיך טריקענען,
איצט דארף ער קריגן א ביסל אייל, װעט ער מאכן קיט, דער װוינטער שלאָפּט נאָך ערגעץ אין
9
אױסרײַסעניש, און ער גרייט זיך שוין קיטעווען די פענצטער. הײַנט איז ער געווען פארנו-
מען מיט מאכן דעקלעך צו די דייזשקעס, אין וועלכע מע שטעלט זײַערן אוגערקעס און עפּל.
ווען ער האָט זיך אראָפּגעלאָזט מיט די געמאכטע דעקלעך אין קעלער, איז נאָך געווען גוט
ליכטיק אין דרויסן, אָבער, אז ער איז ארויסגעקראָכן צוריק, איז שוין דער ביין-האשמאָשעס
נעלעם געװאָרן -- קען ער ניט פארשטיין װוּהין איז די צײַט אהינגעקומען, ער האָט דאָך
בלויז צוגעדעקט די דייזשקעס, ארופגעלייגט די שטײנער אף די דעקלעך און שי
ראכמיעל האָט פארגעסן, אז דײַקע אין קעלער איז אינמיטנדערינען אים געקומען אפן
זינען, װי גרישע דודיס איז פריַער מיט עטלעכע טעג ארײַנגעגאנגען אין שנײַדעריצעך, װוּ
ער, ראכמיעל, איז געווען פארנומען מיט אויסרעגולירן די נייימאשינעס, װאָס דארפן אינגיכן
אָנהײיבן ארבעטן. דער גאסט האָט אויסגעפרעגט, װאָס מאכט עפּעס כאוע, װאָס שרײַבט
איציק. בייסמײַסע האָבן זײַנע הענט פאריכט די גימנאסטיאָרקע, א גלעט געטאָן דעם רימען.
גרישע האָט זיך אויסגעצויגן אין פולן װוּקס, מע זאָל זען, װי דער אָפיצערישער מונדיר איז
אף אים אױסגעגאָסן. נאָכדעם איז דודיס זונעלע פארפאָרן פון פאָצן-זײַט---מיט א כניפעדיק
שמייכעלע אָנגעהויבן ריידן, אז ער ווייסט גוט אף װאָס ראכמיעל איז פיייָק, אזא מומכע, און
אזעלכע גאָלדענע הענט דארף מען לאנג זוכף! ער געדענקט, ווען ער, גרישע, איז נאָך געווען
א קליין ייִנגל, פלעגט ער הערן װי זײַן טאטע, אָלעװהאשאָלעם, האָט ניט איין מאָל געזאָגט:
,אָן ראכמיעלן װעט מען דאָ זיך ניט באגיין", און לאנג ניט געטראכט געשיקט די בריטשקע,
א געשפּאנטע אין א פּאָר הייסע פערד, מע זאָל דעם מײַסטער ברענגען צו דער מיל. איצט
זעט ער, גרישע, אז דער פעטער ראכמיעל פילט זיך, קיין אײינהאָרע, אין די קויכעס, ארבעט
צוביסעלעך. מיט די שפּיצן פון צוויי פינגער האָט דודיס זונעלע אָנגענומען דעם לאקירטן
דאשעק פונעם אָפיצערישן קארטוז, א רוק געטאָן אים העכער א ביסעלע אפן שטערן, מע זאָל
בעסער זען די געדיכט-שווארצע ברעמען, וועלכע טוען א ציטער, בייס גרישעס אויגן הייבן
אָן זיך זשמורען, און דאָ טאקע מיט האנאָע פאָרגעזעצט, אז ער געדענקט גוט, וי איינמאָל
האָט ראכמיַעל א לאנגן לאָם אונטערגערוקט אונטער א מילשטיין, װאָס איז א סאך יאָרן
געלעגן בא זיי אין הויף, אים אונטערגעהויבן, אוועקגעשטעלט דיבאָם און אים ארױיסגעקײַקלט
פון יענער זײַט טויער. װער פארמאָגט איצט אזא קויעך?! אמאָל זײַנען געווען גאָר אנדערע
מענטשן, אי געזונטע, אי מיט סייכל, הײַנט די לײַטישקײַט פון דעמבענעצער באלעבאטים.
גרישע האָט געגעבן אָנצוהערן, אז זײַן פאָטער איז געווען דער איינציקער, װאַס פלעגט
קענען אױיסגלײַכן אלע כלוקעדייעס צװוישן מענטשן. זײַן מישפּעט איז געווען אַנגעלײגט מער,
וי דער פּסאק-דין פונעם דעמבענעצער ראָוו.
ראכמיַעל האָט לעכאטכילע ניט פארשטאנען, װאָס מיינט גרישע, װאָס איז אים געקומען
אפן זינען זײַן טאטע! נאָר, אז וועטמאנס זון האָט אָנגעהויבן שיטן פּעך און שוועבל אף לו-
זערן און אף פראָיִמען, איז אלץ קלאָר געװאָרן.
לאָזט זיך אויס, אז פראָיִם מיט לוזערן זײַנען געפאָרן אין שטאָט, װוּ ער, גרישע, האַט
געוווינט. זיי זײַנען, קלוימערשט, געקומען זיך זען מיט אים, פאָרט א זעמליאק. פארשטייט זיך,
אז ער האָט זיי באגעגנט װי עמעסע גוטע ברידער, און זיי, די כאכאָמים, האָבן גאָר אָנגעהױבן
אים מוסערן, האלעמײַ ער קערט זיך ניט אום צום װײַב און קינדער. לוזער האַט געהאט די
האָזע װאָרענען -- אויב גרישע װעט ניט פארשטיין, װאָס מע רעדט צו אים, װעלן דעמבענעצער
לעבן-געבליבענע כעוורע אים געבן עסן כריין אָן פיש, אזוי אז ער װעט פארזאַגן א צענטן..
און נאפּטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט האָט געשראָקן, אז ער װעט כאסענע האַבן פאר
פּעסעלען, און די קינדער אָפּגעבן אין קינדערהויז. ער, גרישע, איז ניט ניספּאַעל געװאָרן, ער
איז אליין געקומען צום סייכל, אז ער האָט געטאָן ניט גוט, נאָר װער האָט די דאָזיקע יוישער-
לײַט געבעטן זיך ארײַנמישן אין א פרעמד לעבן. גרישע האָט געמיינט, אז דאָס האָט פּעסעלע
זי צוגעשיקט. זעט ער אָבער, אז די פרוי זײַנע איז ניט שטארק איבעראשט מיט זײַן קומען,
באלד עפּעס שיקט זי אים אָפּ צו דער דאָקטערשע, אלע מאָל גיט זי אים אָנצוהערן, אז זי װועט
קיינמאָל אים ניט מויכל זײַן די זינד זײַנע,
גרישע איז אנשוויגן געװאָרן אף א װײַלע, אָנגעשטעלט די גרויסע שווארצע אויגן אף
ראכמיעלן, און דערנאָך שוין פאָרגעזעצט מיט גאָר אן אנדער נוסעך:--װאָלט עפשער קעדלַ
געווען, אז ער, ראכמיַעל, זאָל זיך ארײַנמישן אין דערינען און טאקע איניינעם מיט לוזערן
פּרוּוון לערנען מיט פּעסעלען מוידע אני. בײיסמײַסע האָט ראכמיעל א שלעפּ געטאָן די ברילן
פון די אויגן, גענומען װישן די גלעזלעך מיטן זאמשענעם שטיקל לעדער, און זשמורענדיק זיך,
געקוקט אף גרישען.
ראכמיעל האָט גרישען ניט געמישפּעט, ניט ארױיסגעטראָגן קיין פּסאק-דין, ער האָט בלויז
אים געייצעט, אז ער זאָל זיך ניט אמפּערן און צו קיינעם קיין טײַנעס ניט האָבן, װײַל ניט לו-
6
זער און ניט פרויקע האָבן קיינעם קיין שלעכטס ניט געװאָלט טאָן. װאָס איז שײַעך פּעסעלען,
דארף מען זי אויך פארשטיין, מע קען זי דען באשולדיקן אין עפּעס! ס'איז דאָך נאטירלעך,
װאָס זי בלאָזט זיך אף אים, אף גרישען, נאָר ער דארף זיך ניט שטארק נעמען צום הארצן.
עס װעט איבערגיין. זי װועט בעסער וערן. מע דארף איר איצט נאָר נאָכגעבן, זײַן צו איר גוט,
מילד און טאקע מיטן גאנצן הארצן, װעט בא איר דער ווייטעק זיך אײַנשטילן.
ווען ראכמיעל האָט זיך ארומגעוואשן, האָט ער זיך געװוּנדערט, װאָס די פּלױנעסטע זײַנע
זוכט אים ניט און רופט אים ניט, װי אלע מאָל, ווען ער װוערט פארטאָן אין אן ארבעט. װײַזט
אויס, אז זי, כאווע, איז אויך פארנומען מיט עפּעס א טועכץ.
ראכמיעל איז שטילערהייט ארײַנגעגאנגען אין שטוב, שטיין געבליבן ניט װײַט פון דער
שװעל, צוגלעטנדיק די געדיכטע, גרוילעכע האָר, װאָס האָבן געגלאנצט מיט פײַכטקײַט אנט-
קעגן דער שײַן פון לאָמפּ. די דיקע ברילן-גלעזלעך האָבן א שטראליקן בליק געװאָרפן אף דער
פּלױנעסטע זײַנער, װאָס איז געזעסן באם טיש און געשטריקט א שקארפּעטקע. ערשט נעכטן
האָט זי פארענדיקט צעטריפּען דאָס טריקאָטאזש-קאָפטל און די פאָדעם צונויפגעװויקלט אין
קנוילן. איין קנויל ליגט אפן פּאָל, ער זעט אויס זײַן א שווערער. כאווע מינטערט אים, טוט
אלעמאָל א צי דעם פאָדעם, װערט דער קנויל וואכנדיק, הייבט אָן שפּרינגען, קײַקלט זיך צו
צום טיש-פוס און ניורעט זיך ווידער אײַן אף צו כאפּן א דרעמל.
ראכמיעל פארשטייט שוין -- אויב די שפּיזלעך טאנצן אימפּעטדיק און כאוועס פינגער
שפּרינגען, װי די שיידימלעך, איז א סימען, אז אירע מאכשאָוועס טראָגן זיך האסטיק בא איר
אין קאַפּ.
ראכמיעל קוקט, וי דאָס פּאָנעם רויטלט זיך באם װײַב, װי זי װאָלט געשטאנען בא א
ברענענדיקן אויוון. זי פילט ניט, װי א פּאסמע האָר האָט זיך אראָפּגעגליטשט פון הינטערן
אוער אף דער רעכטער פלאמיקער באק. די ליפּן אירע שעפּטשען עפּעס, אײינצײַטיק לאָזט
זיך הערן א שטילער זיפץ. װײַזט אויס, כאווע טײַנעט זיך אויס מיט זיך אליין,
ראכמיעל שטויסט זיך אָן, אז טוענדיק איר ארבעט, טראכט די פּלױנעסטע זײַנע וועגן זון.
נעכטן, ווען ס'איז געקומען צו רייד וועגן דער בריוו, װאָס איז געקומען מיט עטלעכע טעג
צוריק, האָט כאווע בלויז געזאָגט, אז ס'איז דאָך בא איר אלץ גרייט געווען אף באגעגענען
איציקן. לאָזט זיך אויס, אז מע פארהאלט אים נאָך אף א כוידעש. איר װאָלט אזוי ניט גע-
ארט, ווען זי זאָל וויסן, אז ער װעט ניט פארשפּעטיקן אָנקומען אין אינסטיטוט, נאָר ראכמל-
על האָט זיך געכידעשט, װאַס זי פארשװײַגט דעם װויכטיקסטן איניען פון יענער בריוו. איציק
שרײַבט, אז די מאמע זײַנע זאָל אכטונג געבן אף זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע,
מע זאָל איר העלפן מיט װאָס נאָר מע קען, װײַל האָדעלע איז דאָך געבליבן אליין, און האָט
קיינעם ניט. באם לייענען דאָס ערשטע מאָל די דאָזיקע שורעס, האָט כאווע א שװערן זיפץ
געטאָן און ארויסגעזאָגט א האשאָרע, -- װעדליק זי פארשטייט, איז נאָך פון קלײינװײַז אָן
זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע איציקן גוט ארײַן אין נאָז. די מאמע האָט דאָך
אים געשריבן, אז האָדעלע איז ניט אליין געקומען פון גערמאניע, אז זי האָט אויך געבראכט
מיט זיך א שיינע מאטאָנע פון דאָרטן, און ער, איציק, מאכט זיך ניט וויסנדיק. כאווע װאָלט
דען עפּעס געהאט צו האָדעלען, ווען זי ווייסט, אז דאָס קינד איז ניט היטלערס אן אייניקל,
דאָס הייסט, ניט קיין עסעסאָוועץ איז דעם קינדס פאָטער?
און דאָך, ווען זיידל זייגערמאכערס באסיעכידקעלע איז פריער מיט עטלעכע טעג ארײַנ-
געגאנגען זען, װאָס די שכיינים מאכן, האָט זי באמערקט, אז די מומע כאווע איז צו איר גע-
װאָרן אָפּנעקילט. האָדעלע איז געווען האָפּערדיק און פריילעך, העפלעך זיך באגריסט מיט די
שכיינים אירע, דערבײַ האָבן אירע אייגעלעך דערזען, װי די מומע כאווע מוטשעט זיך, קאָן
ניט צעפּלאָנטערן א קנופּ פונעם קאָפטל, װאָס זי טריפּעט. ניט לאנג געטראכט, האָט האָדעלע
צוגענומען די ארבעט צו זיך אין די הענט, און די קישעף-פינגערלעך האָבן טייקעף געפונען
דעם עק, צעפּלאָנטערט דאָס קניפּל און האָבן האסטיק גענומען וויקלען א קנײַלעכל. כאווע
האָט נאָר אָנגעקוקט, װי דער מאזיק ארבעט געשיקט מיט די יאָדאיַמלעך אירע. און קעדיי
עפּעס זאָגן, האָט זי, כאווע, אָנגעהױבן ריידן. דערציילט וועגן דעם, ויאזוי פראָיִם מיט לו-
זערן האָבן מיט גרישען געלערנט באָלעק, און פארװאָס ער איז געקומען צוריק צו פּעסעלען.
האָדעלע האָט אופמערקזאם געהערט, און אירע הענט האָבן האסטיקער גענומען ארבעטן,
פונעם קנײַלעכל איז אויסגעוואקסן א היפּשער קנויל, און דאָס פּענעמל בא איר האָט אָנגע-
הויבן שײַנען, די אויגן אירע האָבן זיך צעשטראלט מיט אָן א שיר שפּיגעלעך, אפילע די פיס
האָבן שוין ניט געקענט אײַנשטײן אף איין אָרט. זיי האָבן זיך אזוי לאנג געדרייט, ביז האָדע-
לע האָט געזאָגט, אז זי מוז לויפן אהיים. זיך אָפּגעזעגנט, און אוועק.
87
ווען עס הייבט אָן שאריען אף טאָג, גייט ארויס נאָכעם שפּיץ אין דרויסן. אלע אינדער-
פרי קומט ער אפן גאנעקל כאפּן פרישע לופט, בלויז הײַנט האָט ער פארשפּעטיקט, פאר"
שלאָפן א ביסל, דערפאר איז זײַן גענעץ געווען הילכיקער, וי אלע מאָל, און אונטער די פיס
האָבן די ברעטער מיט רוגזע געסקריפּעט. עמעס, זיי קרעכצן אויך, ווען נאָכעם שטעלט זיך
אנידער, צעשפּרײטנדיק די ראגלײַיִם זײַנע, און קוקט וי די לעװאָנע, די כוצפּעניצע, אקשנט
זיך און וויל ניט אָפּטרעטן דאָס אָרט דער נאָרװאָס געבוירענער זון.
אײַנגעשלונגען דעם צווייטן גענעץ, האָט נאָכעם פארשפּיליעט דעם זשילעט אף אלע
קנעפּלעך, אראָפּגעשארט די פארקאטשעטע ארבל פונעם העמד, װײַל אָן דעם פּידזשאק פילט
זיך, װי די פארטאָגיקע קעלט דרינגט ארײַן אין יעדער אייווער. אָבער נאָכעם רירט זיך ניט
פון אָרט, ווערט פארגליווערט בלויז אף א װײַלע. ער נעמט ארויס דאָס קעמעלע פונעם זשי-
לעט-קעשענקעלע, טוט א בלאָז אף דעם מיט זײַנע פליישיקע, רויטע ליפּן און הייבט אָן זײַן
ארבעט, דערבײַ באגלייט ער מיט די גרויסע אויסגעוואשענע שווארצע אויגן די נעפּלען, וועל-
כע טראָגן זיך אָפּ. די נאָרװאָס געבוירענע זון טוט א קוק מיט איין אויג אף דער שיינער
וועלט, ווארפט א בליק אף די שפּיץ ביימער, װאָס שטייען פארזאָרגט, וי זיי װאָלטן וויסן,
אז גאָר אינגיכן װעט מען זיך מוזן צעשיידן מיט די גרינע בלעטער און בלײַבן הויל און
בלויז. אָט װעלן אָנהײבן גיסן רעגנס, און די נאקעטע צװײַגן װעלן באגיסן זיך מיט טרערן.
איצט איז די זון געװאָרן די באלעבאָסטע אפן הימל, אפילע פארטריבן אן איינזאמען
װאָלקן, װאָס האָט זיך געשלעפּט איבער דער טיפער בלוױקײַט, װי א וואנדערער מיט א טאָר-
בע אף די פּלײיצעס. די שטראלן האָבן ארויסגעכאפּט אף א בוים א פּאָר געלע בלעטער צווישן
די גרינע שכיינים, און די דאָזיקע פּאָר בלעטלעך האָבן א פלאקער געטאָן מיט א פײַער, װי
זי װאָלטן זיך אָנגעצונדן אין די הייסע בליקן פון דער זון. ס'איז קענטיק געווען, אז הײַנט
וועט זײַן א ווארעמער טאָג, וי עס מאכט זיך אין אָנהײב הארבסט.
נאָכעם הערט זיך אײַן, װי דאָס אָנגעלאָפענע ווינטל גלעט זײַן אָפּגעװאשן פּאָנעם, װאָס
זעט אויס אויסגערוט און פריש, װי בא א בע באָקער. ער פילט זיך קרעפטיק -- אין זײַנע
אָדערן שטראָמט ווארעם בלוט, אים װײַזט זיך אויס, אז זײַנע קויכעס װעלן אים אזוי גיך ניט
פארלאָזן. ווען מע טוט איצט א וואלגער ארוף אף אים א געבונדענעם קאלב, װאַלט ער אים
אָפּגעטאסקעט אין בוינע ארלַן.
קעמענדיק די באָרד, קרעכצט נאָכעם מיט האנאָע. פריער נאָך, פאר דער מילכאַמע, ווען
ער האָט זיך נאָר דערמאָנט אין א נארישקײַט, האָט עס אים אויך קאיאָר ארויסגעטראָגן פון
שטוב. א נארישקײַט, װאָס ער האָט אפילע אין דער יוגנט געהאט אָפּגעטאָן...
איצט עסט זיך נאָכעם לעבעדיקערהייט, װאָס ער איז א באלן געווען אָפּטאַן אזא נאריש-
קײַט. אויב דעמבענעץ װעט זיך דערוויסן, דערצו גרישע דודיס, װאָס ער, דער שויטע, האָט
פאָרגעלייגט פּעסעלען, װעט ער מוזן אנטלויפן פונעם שטעטל.
נאָכעם שפּיץ טראכט אפילע ניט נעמען א װײַבל אין זײַנע יאָרן. ער געדענקט דאָך, ווען
דער טאטע זײַנער, אָלעװוהאשאָלעם, איז געבליבן אן אלמען מיט דרײַ קינדער, און אים, דעם
בכאָר, איז געווען קנאפּע פערצן יאָר, האָט דער פאָטער, שלוימע דער קאצעוו, פון ערגעץ גע-
בראכט א שטיפמוטער; װאָס איז עלטער געווען פון נאָכעמען מיט זעקס יאָר. דערפאר וויל
ניט שלוימע דעם קאצעווס זון זיך צוגעוווינען צום געדאנק, אז דער הארבסט געהערט צו אים
אויך. דאָס װילדגראָז שטייט טאקע איצט מיט אראָפּגעלאָזטע קעפּ, עס איז פארפּאָראָשעט מיט
שטויב און פארמאָרעשכוירעט, װײַל עס הייבט אָן וויאנען און װערט באפארבט מיט געלע
פלעקן, אָבער צו אים, צו נאָכעמען, האָט עס קיין שײַכעס ניט. בא אים איז ניט צו געפינען
קיין גראָװוע האָר אין קאָפּ און אין דער באָרד.
די פארזאָרגטע ביימער קוקן אף די כורוועס און שאָקלען מיט די צװײַגן, װי מע װאָלט
געשעפּטשעט: ,וויי, וויי, װאָס פון די הײַזער איז געװאָרן", אָבער דאָ און דאָרטן, צווישן די
רויַנעס, הייבן זיך אופגעשטעלטע הײַזער מיט אױסגעװײַסטע װענט, און די פענצטער זײַנען
פארהאנגען מיט ריינע ציכטיקע פאָרהענגלעך. הייסט עס, דאָס לעבן וויל פון גאָרנישט ניט
וויסן.
אין א װײַלע ארום האָט נאָכעם אין א פענצטער גאָר דערזען בלימלען א פײַערל און ניט
אין איין פענצטער, אין אלע שטיבער ברענען ליכט. און דאָס גאנצע שטעטל איז פון גאנצפרי
אָן פארמאָרעשכוירעט. אלעמאָל אין דער צײַט טומלט זיך דאָ אין יעדער הויף, מענטשן אײַלן
צו דער ארבעט, יעדערער איז פארטראָגן מיט דײַגעס פון אָנהײבן א נײַ לעבן נאָכן כורבן,
און הײַנט איז עפּעס סוידעסדיק-שטיל.
די ליכט, װאָס ברענען אין די שטיבער, האָבן דערמאָנט, אז הײַנט האָט מען די דעמבע-
נעצער ייִדן געפירט צו דער אקיידע. נאָכעם האָט יאָרצײַט ווינטער-צײַט, די פּלױנעסטע זײַנע
88
איז געשטאָרבן אין דער עוואקואציע, און דער זון איז פארפאלן געװאָרן אף דער מילכאָמע,
און מע ווייסט ניט ווען און ווּ,
נאָכעם האָט אָפּגעלײגט אלע זײַנע מאכשאָװועס אין א זײַט. ארײַנגעגאנגען אין שטוב אָנ"
צינדן א לעמפּל. זײַנע קרויווים ליגן אין דער גרוב, און זי, איטע, פּעסעלעס מומע, פאר וועל-
כער ער האָט געזאָלט כאסענע האָבן, אויך. קוקנדיק אפן פײַערל פונעם לעמפּל, איז אים גע-
קומען אפן זינען, אז ניט אומזיסט האָט ער אײַנגעלאדן פּעסעלען װוינען צו זיך אין שטוב.
די יונגע אגונע האָט אים דערמאָנט אין איטען, װאָס האָט אויך געהאט אזעלכע גאָלדענע צעפּ
און פּונקט אזעלכע אויגן. ער קען זיי ניט פארגעסן ביז איצט. ווען איטע לעבט, װאָלט זי איצ-
טער אויך שיין געווען, װײַל אזא בלום װאָלט קיינמאָל ניט פארוויאנעט געװאָרן.
נאָכעם איז ארויסגעגאנגען פון הויף, זיך אָפּגעשטעלט לעבן טױער, א קוק געטאָן אף
רעכטס און אף לינקס. ער האָט דערפילט, װי דער ענגער קאָלנער ווארגט א ביסל. אָנטאפּנ-
דיק דעם שטײַפן קנופּ פונעם שניפּס, האָבן די פינגער גענומען מאכן אים לויזער. ער װאָלט
עפשער ניט באדארפט אָנטאָן דעם נײַעם גארניטער, עס פּאסט ניט, װען דאָס שטעטל האָט
יאָרצײַט, טראָגן א העל-ברוינעם פּידזשאק מיט ארופגעלייגטע קעשענעס, װי בא עפּעס א
פראנט, א כאָסןיבאַכער. געוויס זײַנען געקומען צום יאָרצײַט געוועזענע דעמבענעצער טויש-
װוים, װאָס װוינען אין אנדערע שטעט, קאָן מען דאָך ניט אויסזען װי א שלעפּער. נאָכעם פּויי
עלט בא זיך--- עס מאכט ניט אויס, װאָס ער איז א ביסעלע פארפּוצט. ער האָט א װײַלע זיך
אײַנגעהערט אין דער שטילקײַט און געלאָזט זיך גיין צוֹם הייליקן אָרט. ארום און ארום איז
געווען פּוסט. אפילע די אופגעשטעלטע הײַזער מיט די װײַסע װענט האָבן אין דעם שיינעם
הארבסטיקן פרימאָרגן אויסגעזען פאריאָסעמט. עפשער פּונקט אזוי טרויעריק זײַנען זיי גע-
שטאנען אין די פּוסטע הויפן, ווען מע האָט די ייִדן ארויסגעטריבן צו דער אקיידע. דעמלט
האָבן געװויס קיין ליכט ניט געברענט. די פּײַערלעך, װאָס בליצן אין די פענצטער, ווארפן אָן
א מאָרעשכױרע אפן גאנצן שטעטל. נאָכעמען װײַזט זיך אויס, אז זיי, די פײַערלעך, קוקן אים
אין פּאָנעם, באגלייטן אים פוס-טריט, ער פילט אפילע, װי עס טוט א ברי אין פּלײצע, נאָר
ער גייט װײַטער מיט א פארהויבענעם קאָפּ, די באָרד זײַנע זאָל זיך ניט פארטשעפּען, װי בא
אן אלטן ייִדן, פארן שניפּס און אין דער װײַסער העמד.
אין דער שטילקײַט דערטראָגט זיך פון טאָל א קינע-ניגן. עס יאָמערט אן אלטע ייִדענע,
און װײַבער האלטן אונטער דעם דאָזיקן ניגן מיט א טרויעריקער יעלאָלע. עס װײַזט זיך
אויס, אז עס גולקעט די טשאטע בושלען, װאָס דרייט זיך ארום אין דער הייך איבערן הייליקן
אָרט. די בושלען לאָזן זיך אראָפּ נידעריק צו דער ערד, װי זיי װאָלטן װעלן זיך געזעגענען
מיט די קדוישים. און מיטאמאָל טוען זיי זיך א הייב אוף צום הימל, שטעלן זיך אויס, װי א
פײַל, און פּליִען אוועק אין דער װײַט. די טשאטע בושלען װערט װאָס אמאָל קלענער און
קלענער. אינדערװײַטן בלײַבט א פּאסיקל, א פּינטעלע און עס סטײַעט ניט. דער געיאָמער אף
דער ערד איז געבליבן, ער בלאָנדזשעט דאָרטן צװישן די כורוועס אין שטעטל, טראָגט זיך
איבערן טאָל צו די פעלדער און וועלדער.
ווען נאָכעם שפּיץ איז געקומען צום קייווער, איז די יעלאָלע שטילער געװאָרן, בלויז דאָס
הײַפל זקיינעס, װאָס איז געשטאנען אין א רעדל, צוגעטוליעט איינע צו דער אנדערער מיט
אראָפּגעלאָזענע קעפּ צו דער ערד, וי זיי װאָלטן עפּעס געזוכט אינעם טרוקענעם גראָז, זיי,
די זקיינעס, האָבן פאָרגעזעצט מורמלען דעם זעלבן קינע-ניגן.
אנדערע פרויען, מיידלעך האָבן גענומען אױסרײַסן דאָס געלע, פארטריקנטע װילדגראָז,
געשלעפּט העט-װײַט צום שײַטער, װאָס האָט געברענט לעם טײַך. דער רויך פונעם שײַטער
האָט זיך געצויגן צום וואסער, זיך געשפּרײט פון איין ברעג צום צווייטן און װײַטער צעוויי-
עט געװאָרן מיטן ווינט.
די מאנצבלען האָבן גענומען איבערטראָגן די שטיינער, װאָס מע האָט געבראכט צו פירן
צוליב דעם דענקמאָל-פונדאמענט. דעם ערשטן לענגערן געטעסעטן שטיין האָבן, װי א באליק,
געטראָגן אף די אקסלען לוזער מיט פּראָיִמען. ביידע האָבן דאָ אין קייווער א היפּשן כיילעק,
זי ביידע זײַנען די אָנהײבער, זי האָבן עס פאָרגעלייגט, מע זאָל שטעלן דעם דענקמאָל
מיט די אייגענע קויכעס. ווען זיי האָבן דעם שטיין אראָפּגעװאָרפן אף דער ערד, האָט דער
באָדן זיך א טרייסל געטאָן. די װײַבער זײַנען אנשוויגן געװאָרן, געשאָקלט מיט די קעפּ, אָפּי
געווישט די ליפּן, װי זיי װאָלטן װאָרענען, מע זאָל ניט ראשן, מע זאָל די שלאָפּנדיקע ניט
וועקן. און באלד טאקע האָט מען אָנגעהױבן װוידער כליפּען, און נאָכאמאָל האָט זיך צום הימל
געטראָגן א ביטערער געוויין.
האָדעלע טוט זיך איר ארבעט, זי גראָבט ארום די ביימער, װאָס זי האָט געהאט פארי
89
פלאנצט, זי טראָגט וואסער פון טײַך און באגיסט די צעגראָבענע ערד. לעבן איר דרייט זיך
ארום יוזיק, עפּעס גריבלט ער זיך מיט די הענטלעך אינעם גראָז, געפינט הארבסטיבלימע-
לעך און טראָגט זיי אוועק אהין, װוּ קיילעס כאליאסטרע רייניקט די ציגל פארן פונדאמענט
און לייגן זיי אויס לעבן די געבראכטע שטיינער ניט װײַט פון די אױסגעגראָבענע טראנ-
שייען.
האָדעלע האָט מיט איין אוער געהערט, װי אן אלטיטשקע האָט א בורטשע געטאָן, אז
מע האָט דאָס דאָזיקע ייִנגעלע אפן הײליקן אָרט ניט באדארפט ברענגען, נאָר זי, זיידל דעם
זייגערמאכערס באסיעכידקעלע, האָט זיך געמאכט ניט וויסנדיק. קיינער האָט זיך לעבן איר
ניט אָפּנעשטעלט און קיינער האָט איר ניט געהאָלפן, זי װעט זיך באגיין אָן קיינעמס הילף,
אָבער זי האָט געפילט, װי עס טריפן טראָפּנדלעך בלוט פון איר הארצן,
קיינער האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז דאָס שטעטעלע דעמבענעץ װעט אין דעם זעלבן
טאָג, דאָס הייסט אין אָװנט-צײַט, װערן פול מיט דעם דאָזיקן ייִנגעלע און מיט האָדעלען
מענאשע דער באלעגאָלע, װאָס איזן באטאָג מיט א פורל געקומען אין שטעטל נעמען
ציגל, װאָס מע האָט אױסגעגראָבן צװישן די רויַנעס צוליב דעם פונדאמענט, האָט געזען װי
צום יישעוויראט איז צוגעפאָרן א וויליס. פון דער מאשין איז ארויסגעשפּרונגען א פּארשוין
אין ציווילע קליידער, נאָכדעם איז ארויס פון דער מאשין א מיליטערמאן, א יונגער, א שטאלט-
נער, אָנגעטאָן אין אן אָפיצערישן מונדיר, װאָס האָט זייער געפּאסט צו זײַן װוּקסיקן קער-
פּער, נאָר דער דאָזיקער מונדיר איז ניט ענלעך געווען אף דער אוניפאָרם, װאָס די סאַװועטי-
שע אָפיצערן טראָגן. דער דענעק פונעם קארטוז איז גאָר געווען מיט שפּיצן --פון פאָרנט
איינער, בא די זײַטן צוויי און פון הינטן אויך א שפּיץ. די פּאָגאָנעס שמאָלבלעכע, מיט א
שטערן. ער זעט אויס זײַן א מאיאָר. די שטיוועלעך, אנטיקלעך, זײַנען װערט געווען אלע
געלטן, זיי האָבן געזונגען מאמעש, די כאָליעװעס האָבן אזוי געבליאסקעט, וי זיי װאָלטן גע-
ווען געמאכט פון לאקירטן לעדער.
מענאשע האָט זיך געטאָן זײַן ארבעט, געװאָרפן די ציגל אין װאָגן ארײַן. דערבײַ האָט
די נעשאָמע זײַנע געוויינט. מענאשע פילט זיך שולדיק, װען מע האָט געהאט מאָביליזירט
אים מיטן שפּאן זײַנעם, ארויספירן צוקער צו דער סטאנציע, װאָלט ער באדארפט מיטנעמען
כײַקען מיטן זונעלע זײַנעם. און ער האָט עס אָפּגעלײגט אף שפּעטער, געװאָלט פארנעמען
א ביסל בעבעכעס, איז ער אף דער סטאנציע מיטן צוקער געקומען, נאָר צוריק פאָרן איז
שוין געווען אומעגלעך. די דײַטשן האָבן פארנומען דעמבענעץ. אים, מענאשען, האָט מען גע-
הייסן פאָרן װײַטער, ער איז געבליבן לעבן, און כײַקע מיט לייזערקען ליגן אין גרוב.
מענאשע האָט געזען, װי דער וויליס איז אוועקגעפאָרן. ווען ער האָט אָנגעגריזעװעט דאָס
פורל, איז צו אים צוגעגאנגען די סעקרעטארשע פונעם יישעוויראט און געפרעגט בא אים,
צי ווייסט ער ניט א ייִדיש מיידל פון דובאָװוע, װאָס הייסט אנא קאץ,
מענאשע האָט א הייב געטאָן די שװוערע אקסלען זײַנע ביז די אױערן, און מיט א
סווישטש, װײַל די צוויי פאָדערשטע ציין זײַנען ארויסגעפאלן, געענטפערט:
-- ער זאָל אזוי ניט וויסן פון קיין מערידן, װי ער ווייסט ניט, אז אין דעמבענעץ זאָל
זײַן אן אנא, דערצו נאָך א קאץ. -- און די סעקרעטארשע האָט וי צו זיך אליין געזאָגט, אז
זי זײַנען אװעקגעפאָרן קיין בראָוונע זוכן דעם נעכטיקן טאָג.
פאָרנדיק מיטן פורל צום הײליקן אָרט, האָט מענאשע אין זינען געהאט דערציילן, װאָס
ער האָט געזען און געהערט, נאָר אז מע קומט צו דער גרוב, פארגעסט מען װוּ מע איז אין
דער וועלט.
אין אָװנט, ווען די ארבעט אפן הייליקן אָרט איז געווען פארענדיקט, האָט קיילע בא"
מערקט, אז האָדעלע קלײַבט זיך ניט גיין אהיים איניינעם מיטן אוילעם, עפּעס דרייט זי זיך
לעם א ביימעלע, טוט איבער דאָס קינד. האקלאל, זי אײַלט ניט און כאפּט זיך ניט. קיילע
האָט אפן װוּנק דער כאליאסטרע באפוילן גיין אהיים, און אליין צוגעגאנגען צו האָדעלען, צו-
גענומען בא איר די לאָפּעטע, זי זאָל קענען נעמען יוזיקן אף די הענט.
מע איז שװײַגנדיק געגאנגען ארוף בארג. דאָס ייַנגל איז, װײַזט אויס, געווען שלעפעריק,
װײַל דאָס קעפּעלע זײַנס איז צוגעפאלן צו דער מאמע אנעס האלדז, און דאָס קינד איז דאָס
מאָל אויך געווען שטיל. דאָך האָט האָדעלע אָנגעהױיבן ריידן די ערשטע, ס'איז געגאנגען א
רייד וועגן דענקמאָל. אויב מע װעט אזוי ארבעטן, װי הײַנט, װעט מען טאקע עפּעס אופּטאָן,
דערבײַ האָט זי געפרעגט, צי קיינער האָט ניט באמערקט, אז עמעצער זאָל הײַנט געוען
קומען. נאָך א מינוט שװײַגן, האַט זי געגעבן אָנצוהערן, אז די לעוויטינס זײַנען צום יאָרצײַט
געקומען צו פאָרן פון וויניצע. קלארע, די געוועזענע כאווערטע אירע, מיט וועלכער זי האָבן
איניינעם געלערנט אין שול, האָט זיך פונדערװײַטן מיט איר, מיט האָדעלען, געגריסט, א
0
פאָכע געטאָן מיט דער האנט און צוגעזאָגט, אז זי װעט צוגיין א קוק געבן אפן ייַנגעלע, נאָר
קלארע האָט פארגעסן. בײיסמײַסע האָבן האָדעלעס ליפּן באוויזן א ביטער שמייכעלע, קיילע
האָט אוועקגעמאכט מיט דער האנט, וי איינער רעדט --גענומען אײַנרײדן, אז קלארע ועט
זיך געוויס אראָפּכאפּן צו איר, צו האָדעלען, אהיים, זיך דורכשמועסן, װײַל אפן הײיליקן אָרט
איז דאָך געווען א טומל, א געוויין, און אזוי ריידנדיק, האָט מען פארקערעוועט צום גרינעם
געסל. אינמיטנדערינען איז האָדעלע אומרויק געװאָרן, זי האָט דערזען, װי די באָבע נאסטיע
גייט איר אנטקעגן.
האָדעלע איז אזוי צעטראָגן געװאָרן, אז ס'איז איר ניט אָנגעגאנגען דער מיליטערמאן,
װאָס איז נאָענט, באנאנד מיט דער אלטיטשקער, געגאנגען. זי איז נײַגעריק געווען צו וויסן,
װאָס איז געשען,
אז דער מיליטערמאן האָט פּלוצעם אויסגערופן ,אנא, אנא, דזענקוּיו" און מיט צעשפּרײ-
טע הענט געלאָזט זיך האסטיק גיין צו האָדעלען, איז זי, מיטן קינד אף די הענט, שטיין גע-
בליבן, װי אן אײַנגעגראָבענע, בלויז אירע ליפּן האָבן געשעפּטשעט. איר האָט זיך געדוכט,
אז זי זאָגט ,יוזיק, דו לעבסט, יוזיק!", נאָר זי האָט ניט געקענט ארויסברענגען קיין איין
װאָרט, און יוזיק האָט ניט אופגעהערט דאנקען, ארומגענומען האָדעלען איניינעם מיטן קינד
און זיי ביידן געקושט. זײַנע פּלײיצעס האָבן זיך א טרייסל געטאָן, נאָר די רעגע פארגליווערט
געװאָרן.
קיילע איז נישטוימעם געװאָרן. די האָר האָבן איר אָנגעהױבן שטעכן אין קאָפּ, צו איר
געהער איז דערגאנגען א געוויין. דאָס האָט די באָבע נאסטיע דערציילט, אז דאָס איז איר
איידעם, ער איז געקומען אהער מיט אן עשעלאָן פארנעמען פּולישע פּלײיטים אהיים, װאָס
זײַנען פון היטלערן געלאָפן צו אונדז אין לאנד. איז אין איינוועג, האָט ער געזוכט דאָס קינד
מיט דער באָבען. די אלטיטשקע האָט א קוק געגעבן אף האָדלען און מיט ווייטעק אויסגע-
רופן;
-- אוי, אנא, אנא! -- און מיטן פארטעך פארשטעלט זיך דאָס פּאָנעם,
האָדעלע האָט ניט געװוּסט ווען איז זי באפרײַט געװאָרן פונעם גרויסן יוזיקס אָרעמס.
זי האָט אים אָנגעקוקט און אלץ ניט געגלייבט, אז דאָס איז יענער באָכער, װאָס האָט זי געי
פירט אין מאָנאסטיר, געהייסן פּױזען איבער דער ערד, מע זאָל זיי ניט דערזען. געשלעפּט זי
פאר א האנט, קעדיי עס זאָל איר זײַן גרינגער צו קריכן. האָדעלע האָט א װאָרף געטאָן מיטן
קאָפּ, וי זי זאָל װעלן א שלײַדער טאָן די פאסמע האָר, װאָס איז איר געקראָכן אין די אויגן.
אין האלדז איז געשטאנען אן אײַזיקנויל, אָבער זי האָט זיך געשטארקט, באוויזן אפילע א
שמייכל אפן פּאָנעם. דער גרויסער יוזיק שמייכלט אויך, קוקט אפן קינד און קוקט אף אנען
און לעבן די ראנדן פון די אױגך"לעפלעך בלאָנדזשען דורכזיכטיקע קליינינקע טראָפּן-
דלעך.
דער פאָטער יוזיק האָט דעם זון זײַנעם א גלעט געטאָן איבער די װײַסע זײַדענע האָר,
געװאָלט דאָס ייַנגעלע נעמען אף די הענט, האָט דער קליינינקער ארומגעכאפּט האָדעלען
ארום האלדז, שטארק זיך צוגעטוליעט צו איר און באהאלטן דאָס פּענעמל אף איר
ברוסט. :
האָדעלע האָט גענומען אים מוסערן, װאַס ער שעמט זיך פארן טאטן, װיל ניט גיין צו
אים, ער האָט דאָך אזוי לאנג געזוכט זײַן זונעלע, אים געבראכט אן עמעסן פּיסטאָליעט. אָך,
א מין שיינעם פּיסטאָליעט.
די מאמע אנא האָט אײַנגערעדט דאָס קינד גיין צום פאָטער, דער קליינער יוזיק פאָלגט
זי שטענדיק. דער גרויסער יוזיק האָט גענומען דאָס ייַנגעלע אף די הענט, עס צוגעדריקט צום
הארצן און איז שטיין געבליבן, וי א דענקמאָל, אויסגעהאקט פון גראניט.
ווען האָדעלעס הענט זײַנען באפרײַט געװאָרן, איז איר אומגעהויער שװוער געװאָרן, עס
האָט זי געצויגן צו דער ערד, ס'איז איר פּלוצעם קאלט געװאָרן, זי האָט געפילט, װוי עס װוערן
פול די אויגן אירע, אָבער ווען זי האָט דערזען, וי יוזיק האָט אראָפּגעשלעפּט פונעם פאָטערס קאָפּ
דעם קארטוז, און אים אָנגעטאָן אף זיך, איז א שמייכל דורכגעלאָפן אף איר פּאָנעם. און די
באָבע נאסטיע האָט געגאפט פאר נאכעס, דעם אייניקל אירן איז גוט, ער קײַכט פון געלעכ-
טער. האָדעלע האָט גענומען דעם גאסט אונטערן אָרעם, און מע איז אלע אוועקגעגאנגען לענ-
גוס דעם געסל. פונדערװײַטן און פון די נאָענטע הויפן האָט מען געקוקט, װאָס איז נאָרװאָס
פאָרגעקומען, און אז אלע באגלייטער און דער גאסט אליין זײַנען ארײַנגעגאנגען צו האָדעי
לען אין שטוב, זײַנען די הויפן און דאָס גרינע געסל ליידיק געװאָרן. מע איז אוועק דער-
ציילן, װאָס מע האָט געזען און װאָס מע האָט געהערט.
91
15
בא לוזערן אין שטוב האָבן געבלימלט די אויסגייענדיקע ליכט, און דער בייןיהאשמאָשעס
האָט ארײַנגעקוקט אין די פענצטער. אינעם גרויסן צימער, װוּ מע האָט אָפּגעגעסן ווארמעס,
איז געווען געמיטלעך, שטיל, אפילע דער קונדעס ניאָמע איז א פארטײַעטער געזעסן בא לו-
זערן אף די קני, אָנשפּארנדיק דעם קאָפּ אינעם פעטערס ברייטער, מעכטיקער ברוסט, און לו-
זער אליין האָט געקוקט אפן בארג רויטע עפּל, וועלכע זײַנען געווען אָנגעלײיגט אין א יי
סער שיסל. אים איז געקומען אפן זינען, אן אמאָל, װוען ער איז געווען א קליין ייִנגל, איז
ער ארומגעלאָפן װי א פארסאמטער זוכן א רויטע פּיירע, מע זאָל קענען אין איר מאכן א
לעכל אף ארײַנשטעלן א ליכטל און דעם עפּל ארופשטעכן אפן שפּיצעכיקן עק פונעם פענדל,
מע זאָל קענען גיין אין שול צו די האקאָפעס.,
מירל איז א פארטראכטע געזעסן לעם לוזערן, ארופגעלייגט א האנט אף זײַן אקסל, אין
די ברייטיצעעפנטע אויגן האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט די צאנקענדיקע פײַערלעך פון די ליכט.
די קליינע סימע איז געשטאנען לעם פראָיִמען, װאָס איז געזעסן אפן דיוואן. נאָך דער
ארבעט איז ער, פּראָיִם, געווען פארבעטן אף ווארמעס אהער אין שטוב ארײַן. סימע האָט
ליב, ווען דער דיאדיע פראָיִם קומט צו זיי צו גיין, שטענדיק שפּילט ער זיך מיט איר, ער
נעמט זי אונטער די פּאכװועס, הייבט זי אוף, טוט זי א װאָרף אזש ביז דער סטעליע, און בא
איר, בא סימען, ווערט פארקילט אינװייניק, זי קען ניט כאפּן דעם אָטעם, אָבער זי האָט אפי-
לע ניט קיין מוירע, אז דער דיאדיע טוט זי א הוידע הין און צוריק און באפוילט דעם פעטער
לוזער, ער זאָל זי כאפּן, אניט װועט זי, די כוצפּעניצע, בא אים, בא פראָימען, פליען אפן בוידעם.
דער דיאדיע פראָיִם טוט זי טאקע א װאָרף, נאָר פון די הענט לאָזט ער זי ניט ארויס, און אז
זי פאלט ארײַן צום פעטער לוזערן אין די אָרעמס, איז איר אויך ניט שלעכט. זי ליגט אזוי בא
אים אין שויס, ביז זי הייבט אָן דרעמלען. דרעמלענדיק פילט זי, װי ער צעפלעכט אירע צעפּי
לעך, דורך א שפּארונע פון א שלעפעריק אייגל זעט זי, װוי ער וויקלט צונויף א סטענגע, דער-
בײַ פּלאָנטערט זיך איר אין קאָפּ, אז מאָרגן װעט ער די זעלבע סטענגע ארײַנפלעכטן אינעם
זעלבן צעפּל.
סימע שטייט לעבן פּראָיָמען, ווארט ער זאָל זיך אָנהײיבן מיט איר שפּילן, נאָר ער איז
גאָר פארכאָלעמט, קוקט אף דער סטעליע. דאָס מיידעלע ווערט אָנגעבלאָזן, זיפצנדיק, וי אן
עלטערער מענטש, זעצט זי זיך אויך אנידער אפן דיוואן, אין א װײַלע ארום פילט זי, װי דעם
דיאדיע פראָימס האנט טוט א גלעט איר פּלײצעלע, ער נעמט זי אָן פאר די אקסלען און
דריקט זי צו צו זיך. סימע האָט געמיינט, אז אָט באלד וועט זיך אָנהײבן די שפּיל, נאָר אינמיטנ-
דערינען, איז א צעהיצטע ארײַן קיילע אין שטוב, געמאכט א פּאָר האסטיקע שפּאן, אָפּגע-
שטעלט זיך אינמיטן צימער און, שווער אָטעמענדיק, אָנגעהױבן רעדן מיט ברען:
-- הא, איר זיצט דאָ און ווייסט פון גאָרנישט ניט! מיר האָבן ניט געװאָלט גלייבן. זיידל
דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע?--א מאמזערל, א פאשיסטל, איז מען דערגאנגען איר די
יאָרן, נאט! אָט האָט איר דעם עמעס. צום ייַנגעלע איז דאָך דער טאטע געקומען, איר זאָלט
זען, א מין אָפיצער, און עפשער גאָר א גענעראל, איך ווייס? ער איז געווען דער באָבע נאס-
טיעס טאָכטערס מאן, און זי, האָדעלע, האָט פארהיט זייער קינד, װאָסיזשע װעט איר זאָגן
דערוף, הא! -- קיילע האָט מיט א האנט א זעץ געטאָן אין דער אונטערגעשטעלטער דלאָניע,
נאָכדעם אונטערגעשטעקט די װײַסע האָר אונטערן טיכל און מיט ווירדע, וי זי װאָלט זיך
געגרויסט מיט אירער א טאָכטער, גענומען שפּרײַזן איבערן צימער.
לוזער מיט מירלען האָבן זי אָנגעקוקט, ניט פארשטאנען, װאָס קומט פאָר מיט קיילען,
און פראָיִם האָט זיך אופגעהויבן פון דיוואן, א נעם געטאָן סימעלען אף די הענט, זי אופגע-
הויבן אין דער הייך, נאָכדעם זי ארומגענומען און פּלוצעם זי אָנגעהױבן קושן.
מירל האָט גענומען בעטן קיילען, יענע זאָל דערציילן מיט א טאָלק, װאָס איז אזוינס
פאָרגעקומען.
ענדלעך איז קיילע שטיין געבליבן און מיט גאדלעס גענומען אויסלייגן די געשיכטע פון
אלעף ביז טאָף מיט יעדער קלײניקײַט. זי האָט באוויזן, װי זי איז געשטאנען, װי דער גענע-
ראל איז געשטאנען, װיַאזוי מע האָט זיך געקושט, און ויָאזוי די באָבע נאסטיע האָט געגאָסן
טרערן. און פּלוצעם האָט קיילע זיך א כאפּ געטאָן, װי זי װאָלט זיך אין עפּעס נייטיקס דער-
מאָנט. אהא, זי ווייסט שוין, זי דארף לויפן, זי דארף וועגן דעם דערציילן, און זאָל גאנץ
דעמבענעץ שלאָפן רויָק, זאָל מען וויסן, אז זיידל דעם זייגערמאכערס באסיעכידקעלע איז
אזא מענטש, װאָס מע זאָל אויספאָרן די וועלט פון איין עק ביזן צווייטן, װעט מען אזא קאָ-
שערע נעשאָמע ניט געפינען. מיט די ווערטער איז זי ארויס אין דרויסן,
92
אזוי איז קיילע געגאנגען פון שטוב צו שטוב. דעם ערשטן באזוך האָט זי געמאכט צו
ראכמיעל קאשניק, דאָס הייסט, איצט איז באװוּסט, אז כאווע איז געשטאנען באם פענצטער
און געזען טאקע, וי עפּעס א מיליטערמאן האָט געהאלטן יוזיקן אף די הענט, און האָדעלע
האָט געפירט יענעם אָפיצער אונטערן אָרעם. קיילע מיט דער באָבע נאסטיע זײַנען צעפּורעמט
געווען, מע האָט געטײַנעט געשמאק איינע צו דער צווייטער. כאווע װאָלט קענען שװערן, אז
זי האָט געפילט, װי די פיס אירע האָבן זיך אונטערגעהאקט, דערצו איז א שווייס ארויסגע-
טראָטן אף איר שטערן. זי האָט באוויזן א געשריי טאָן;
-- ראכמיעל, גיכער, קום אהער, טו א קוק!
ראכמיעל איז ניט קיין כאפּנדיקער, ביז ער איז צוגעגאנגען צום פענצטער, זײַנען שוין
אלע ארײַנגעגאנגען צו האָדעלען אין שטוב, בלויז קיילע האָט זיך אומגעקערט.
-- עפּעס געפעלט מיר ניט די מײַסע, -- האָט כאווע אן אומרויקע געזאָגט דעם מאן, ניט
געװוּסט װאָס צו טאָן. נאָר אז ס'איז באמערקט געווען, װי קיילע פארקערעוועט צוֹ נאָכעם
קאשניקס שטוב, איז כאווע ארויסגעגאנגען זי באגעגענען. דאָרטן, אין פירהויז, האָט זיך
אופגעהויבן א טומל, א ראש, ווען ס'האָט זיך דערהערט, וי כאווע האָט וויינענדיק א שלוכץ
געטאָן, איז ראכמיעל אוועק צו די װײַבער אין פירהויז און, אז כאווע האָט אים דערזען, האָט
זי אף אים א טײַטל געטאָן מיט א פינגער:
-- ער, ראכמיַעל מײַנער, האָט אָבער געהאלטן אין איין טײַנען, אז זיידל דעם זייגערמא-
כערס באסיעכידקעלע ועט קיין ליגן ניט זאָגן. איצט דערציילט אים, קיילע, װאָס שװײַגט
איר!
-- איך האָב קיין צײַט ניט, איר זײַנט ניט קליין אליין אלץ צו וויסן געבן אײַער מאן, --
און קיילע איז ניט געסטײַעט.
ביז לוזער האָט באלייגט די קינדער שלאָפן, איז מירל געווען אין אלקער. ער וייסט
שוין, אז זײַן פּלױנעסטע איז מיטן שפּיגל דער בעסטער גוטער ברודער, דערצו, אויב מע
דארף ארויסגיין אין גאס, דארף זי זיך איבערטאָן, באנײַס א קאָן פארקעמען און אויסלייגן די
האָר, -- איז מיילע, ער װעט אף איר צוווארטן. שטילערהייט איז לוזער געגאנגען פון איין
פענצטער צום צווייטן, אקוראט פארהאנגען די פאָרהענגלעך. און בײיסמײַסע זײַנען אלערליי
געדאנקען געקראָכן אין קאָפּ: אז מע וויל, האָט ער געקלערט, קען מען אויסטראכטן אף א
מענטשן, אז ער האָט באגאנוועט א קלויסטער. וויפל האשאָרעס און גלאט באָבע-מײַסעס איז
געווען דערציילט וועגן האָדעלען, װאָס האָט מען ניט אָנגערעדט אף זײַן מירלען. מע האָט
שוין געהאט אָנגעמערקט דעם טאָג, ווען זי װעט מיט פישלען כאסענע האָבן. אזעלכע האשאָ-
רעס און אויסטראכטענישן קענען ארופברענגען אפן פײַער.
לוזער געדענקט, װי ער פלעגט יעדער טאָג ווארטן, מע זאָל אים אָנזאָגן די שיינע נײַס.
אין יענעם אָװנט, ווען פראָיִם האָט געהאט דעם שמועס מיט מירלען, איז ער, לוזער, געזעסן
אָט דאָ באם טיש און געטראכט:-- פאר וועמען מירל זאָל ניט כאסענע האָבן, װעט ער ניאָ-
מען מיט סימעלען צונעמען צָו זיך, אים האָט מען אײַנגערעדט, אז מירל קען איבערלאָזן די
קינדער אף העפקער, זי קען זיך באגיין אָן זיי. ווער זשע האָט אים געהייסן גלייבן אין דעם,
הערן װאָס עמעצן גלוסט זיך פּלױדערן.
אז מירל איז אין יענעם אָװנט ארײַן אהער אין צימער, און װעדליק דאָס פּאָנעם אירס
איז געווען פארפלאמט און די ליפּן האָבן געציטערט, איז ער זיכער געװען, אז דאָס איז זי
געקומען אים אָנזאָגן די גוטע בסורע. אים האָט זיך געדוכט, אז דאָס הארץ זײַנס איז ארויס-
געפאלן און א זעץ געטאָן אין דיל. ער געדענקט ניט אקוראט, דאכט זיך, אז ער האָט א
דערשראָקענער געפרעגט, װאָס איז געשען, האָט זי פארװאָרפן די הענט אף די לענדן אירע,
מיט יענע גוטע ווערטער אָנגעהױיבן:
--- מײַן כאָסן װויל מיך ניט נעמען מיט צוויי קינדער, האָב איך זיי דיר געבראכט, צי
עפשער האָסטו שוין כאראָטע.
ער האָט געמיינט, אז דאָס איז אן עמעס, געװאָלט אָנהייבן בעטן, זי זאָל צוּווארטן, די
קינדער װעט ער נעמען, אז מיט כאסענע האָבן זאָל זי זיך ניט אײַלן. און בײיסמײַסע, אומ-
געריכט האָט ער באמערקט אין אירע אויגן אזוינס, װאָס זאָגט צו א האָפענונג. און טאקע
אינמיטנדערינען איז זי צו אים צוגעגאנגען, גענומען אים באטראכטן. און טאקע וי אן
אייגענער מענטש געפרעגט:
-- לוזער, װאָס ביסטו אזוי בלאס געװאָרן? װאָס האָסטו זיך דערשראָקן?---א שמייכעלע
איז אדורך איבער איר ליכטיקן פּאָנעם, זי האָט זיך צוגעשטעלט גאָר נאָענט, מאמעש זיך
3
צוגעטוליעט צו אים, און קוקנדיק אים אין די אויגן, האָט זי מיט א הייזעריק, געבראָכן קאָל
געזאָגט:
-- איצט זע איך, אז פראָיִם האָט מיך ניט אָפּגענארט, --דער קאָפּ אירער איז צוגע-
פאלן, קוים דערלאנגט צו זײַן ברוסט. מירל איז א קליינינקע, דערפאר איז זי זייער א גוטע,
א הארציקע, נאָר אין יענעם אָװנט טאקע האָט זי אים גוט געמוסערט: האלעמײַ ער האָט איר
אליין ניט געזאָגט, געמוזט צו איר שיקן א שאדכן, באדארפט זיך שעמען פאר איר? און אין
א װײַלע ארום האָט זי אים גענומען פאר א האנט און קוים אויסגעשטאמלט:
-- קום, לוזער, אהיים, די קינדער זײַנען דאָרטן אליין.
האָט ער דען געקענט זיך ריכטן אף אזעלעכס!
מירל איז ארויסגעגאנגען פון אלקער, האלטנדיק לוזערס פּידזשאק, זי איז צוגעגאנגען
צו אים, און קעדיי ניט אופוועקן די קינדער, שטיל געזאָגט:
-- אנו, קליינינק ייַנגעלע, קריך ארײַן מיט דײַנע צארטע הענטעלעך אין די ארבל, די
אָװונטן זײַנען שוין קאלטע...
לוזער פאָלגט מירלען, ער טוט אָן דעם פּידזשאק, דרייט אײַן דעם לאָמפּ, און ביידע אף
די שפּיץ-פינגער גייען ארויס פון שטוב.
שפּרײַזנדיק איבער דער גאס, האָט מירל גענומען לוזערן פאר א האנט. פון דער װײַטן
קען מען מיינען, אז דער אויגימעלעך-האבאָשן פירט זײַנס א טעכטערל, אָדער א שוועסטערל,
דאָס שטעטל איז געווען אוף. קיינער איז איצט אין שטוב ניט געזעסן, מע איז, קלויי
מערשט, גלאט אזוי זיך דורכגעגאנגען, אָבער וי ניט אומיסטן האָט מען פארקערעוועט אינעם
גרינעם געסל, נעענטער צו זיידל דעם זייגערמאכערס הויף.
פראָיִם האָט אויך ניט געקענט שלאָפן, ער איז ארומגעגאנגען װײַט פון גרינעם געסל. ווען
דער אוילעם איז זיך פאנאנדערגעגאנגען און די פענצטער האָבן אָנגעהױבן זיך אויסלעשן,
האָט ער, פראָיִם, פארבלאָנדזשעט נאָענט צו האָדעלעס שטוב. דאָרטן איז שוין געווען פינצ-
טער, ער װאָלט א באלן געווען וויסן, צי דער גאסט מיט דער באָבע נאסטיען זײַנען געבליבן
נעכטיקן, צי זיי זײַנען אוועקגעגאנגען קיין בראָוונע.
פראָיִם האָט נאָך קיינמאָל אזוי ניט געװאָלט א קוק געבן אף האָדעלען, װי איצט.
16
די לעצטע טעג האָבן געגאָסן רעגנס, נעכטן האָבן זיי אופגעהערט. ס'האָט בלויז געזיפּט,
וי דורך א זיפּל. און הײַנט, פון קאיאָר אָן, איז דעמבענעץ געווען אײַנגעהילט אין א געדיכטן
נעפּל. די זון האָט זיך געפּלײַסט דורכשלאָגן, א קוק געבן אף דער ערד, איז דער נעפּל װאָס
אמאָל געװאָרן שיטערער, ביז ער האָט זיך אינגאנצן פארשארט אין א זײַט, װי א פאָרהאנג,
און עס האָבן זיך באוויזן די געלע בלעטער אף די בימער, װאָס האָבן פונדערװײַטן א
גלאנץ געטאָן, װי גאָלדענע פּיירעס. דער הימל איז געװאָרן א ריינער, א בלויער, וי פריי
לינג-צײַט.
ס'איז געקומען א שיינער פרימאָרגן, געבראכט מיט זיך רייכעס פון היי, װאָס איז א ביסל
פײַכט געװאָרן. עס האָט פארשמעקט מיט טרוקענע זונרויזן, פון וועלכע מע האָט אויסגעמעלוי-
צעט די יאָדערן, מיט פארוויאנעטן פּאָלין.
אין דעם דאָזיקן פרימאָרגן איז פראָיִם געגאנגען צו דער סטאנציע. אף אים איז געווען א
שווארצע לעדערנע קורטקע, פארשפּיליעט אף אלע קנעפּלעך, װאָס האָט אײַנגעצױגן די
ברייטע פּלײיצע. אפן קאָפּ---א מיליטערישער קארטוז מיט א גלאנציקן דאשעק. די קירזעווע
שטיוול זײַנען װי אױסגעגאָסן אף זײַנע פיס, זיי האָבן אויסגעזען זײַן לײַכטע. די געקאָ-
וועטע אָפּצאסן האָבן זיך קוים צוגערירט צו דער ערד.
דער סאָלדאטישער רוקזאק גייט נאָך פראָיָמען פוסטריט, הענגענדיק אפן רעכטן אקסל.
פראָיָמס דורכגעטריבענע אויגן קוקן שפּאָטיש אף דער זון. ער װאָלט איר א באלן געווען
זאָגן: ,דו שײַנסט גוט, טײַערינקע, נאָר ווארעמסט ווייניקלעך".
פראָיִם איז, װי שטענדיק, האָפּערדיק. א קוק טאָן אף אים, קאָן מען מיינען, אז אים איז
גוט אפן הארצן און ער הערט די וועלט פאר א פירער,
די ציגעלניע האָט דעם ארבעטיסעזאָן פארענדיקט, און פּראָיָמען האָט מען פאָרגעלייגט
אין שטאָט אן ארבעט -- אָנפירן מיט א בריגאדע, װאָס װעט דארפן אײַנמױערן דאמפסיקעסלען
6 4
ן
,
,
,
'
אף באהייצן די אופגעשטעלטע הײַזער. שפּרײַזט ער ניט געײַלט, ער װעט צום באן באװליזן,
ווען ניט דער שיינער פרימאָרגן, װאָלט עס אים אזוי פרי ניט ארױיסגעטראָגן פון דער שטוב,
נעכטן אין אָװנט האָט ער מיט אלעמען זיך געזעגנט. איבערגעלאָזט אין דעמבענעץ גוטע
פרײַנט, כאוויירים. ערשט ניט לאנג האָט אָנגעהויבן אים זיך כאָלעמען אזא שיינער כאָלעם,
האָט מען אים אינמיטנדערינען אופגעװועקט. עס טוט אים באנק ביז ווייטעק,
די ביימער אין די אלייעס שטייען, װי אָפּנעשמיסענע, און בא פּראָימען אין די אױגן
זעען זיי אויס צעוואקסענע, צעגרינטע, עס דוכט זיך אים, אז האָדעלע גייט באנאנד, אָט װועט
זי באלד אים אָנהייבן דערציילן א מײַסע, װי זי איז צו דער סטאנציע געלאָפן, ווען מע האָט
אים, פראָיַמען, מיט אלע מאָביליזירטע אוועקגעפירט אף דער מילכאָמע. זי האָט געמיינט, אז
דאָרטן, בא דער באן, װעט זי קאָנען מיט אים זיך געזעגענען, נאָר זי האָט, װײַזט אויס, פאר-
שפּעטיקט און עפשער ניט געקענט אים געפינען,
א מאָדנע הארציק מיידעלע, און ער האָט זי ניט פארשטאנען.
אז דער אָפּיצער איז געקומען, און ס'איז שוין גוט קלאָר געווען, אז דאָס קינד איז ניט
אירס, האָט מען אים, פּראָיָמען, געדרייט א קאָפּ מיט פארשיידענע מײַסעס, מע האָט פארזי-
כערט, אז מע וייסט, מע האָט געהערט, װי די באָבע נאסטיע האָט געװאָרנט דעם איידעם
אירן, אז דאָס קינד װעט אָן דער מאמע אנען קיין איין טאָג ניט קענען זיך באגיין. אז האָ-
דעלע איז דעם אָפיצער געפעלן געװאָרן אין שלייער, דעריבער כאפּט ער זיך ניט אװעקפאָרן,
ער װויל איר אײַנרײדן, זי זאָל פאָרן מיט אים קיין פּױילן.. נאָר װאָס זײַנען װערט געווען די
דאָזיקע מײַסעס, אז אין איינעם א טיפן אָװנט זײַנען ביידע יוזיקס אוועקגעפאָרן. אונטערוועגנס
האָט מען בלויז די באָבע נאסטיע אָפּגעפירט אהיים קיין בראָװנע. קיינער האָט פון גאָרנישט
ניט געװוּסט און ניט געהערט, בלויז ער, פראָיִם, האָט געזען.
אין יענעם שפּעטן אָװנט איז נאפטאָלע דעם קוימענקערערס טאכשיט געקומען פון כוטאָר
קיין דעמבענעץ. אָנשטאָט גיין אהיים, האָט עס אים אװעקגעטראָגן צום גרינעם געסל. די
מאשין איז דורכגעפאָרן פארבײַ, און ער, פראָיִם, איז זיכער געװוען, אז האָדעלע זיצט אויך
דאָרטן. ער האָט שוין געװאָלט זיך אומקערן צוריק, נאָר װען ער האָט דאָס לעצטע מאָל א
קוק געגעבן צו זיידל דעם זייגערמאכערס הויף, האָט ער באמערקט, װי אין א פענצטער
לײַכט זיך א פײַערל.
פראָיִם געדענקט ניט, ווען איז ער צוגעגאנגען צו דער שטוב. ער האָט זיך געכידעשט
בלויז, פארװאָס איז די טיר אָפן. א קאשע אף א מײַסע. מע איז, װײַזט אויס, געװען אזוי
צעטראָגן מיטן פאָרן, אז מע האָט פארגעסן פארשפּארן די טיר און פארלעשן דאָס לעמפּל.
ווען פראָיִם איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, האָט ער דערזען, װי האַדעלע זיצט, דער קאָפּ
אירער איז אָנגעשפּארט אין די הענט, וועלכע זײַנען געלעגן אויסגעצויגן אפן טיש. אים האָט
זיך אויסגעוויזן, אז זי שלאָפּט. װאָס זשע טוט מען! איז ער געשטאנען אין פארלעגנהײַט בא
דער שװועל און אומגעריכט שטילערהייט געפרעגט:
-- פארװאָס זײַנען די טירן צעפּראלט?
האָדעלעס פּלײצע האָט א ציטער געטאָן, און דער קאָפּ האָט לאנגזאם גענומען זיך אופ-
הייבן, װי ער װאָלט שער געווען מיט רוכעס. דערזען פּראָימען, האָבן די אויגן אירע זיך
צעשטראלט, און װעדליק זי האָט זיך מיטאמאָל א הייב געטאָן, האָט מען געקענט מיינען, אז
זי װעט האסטיק זיך לאָזן גיין אים אנטקעגן. נאָר זי האָט זיך בלויז א שאָקל געטאָן, ניט
געקענט זיך רירן פון אָרט, פּונקט װי עמעצער װאָלט זי אײַנגעהאלטן. עס האָט זיך אויסי
געוויזן, אז די װײַסע בלוזע אף איר אָטעמט, ציטערט. האָדעלע האָט זיך אױסגעגלײַכט אין
פולן װוּקס. איר שטאָלצקײַט האָט זיך צו איר אומגעקערט. זי איז געווען פארפלאמט און
אופגערעגט, די בעקלעך האָבן זיך גערויטלט, און דאָס באטיסטענע בלוזקעלע האָט אײַנ-
געהילט איר גופעלע, וי א זויבער װײַס װאָלקנדל.
שמייכלענדיק ביטערלעך האָט זי אָנגעהבן ריידן: ,זיי זײַנען שוין אװעקגעפאָרן,
אװועקגעפאָרן, און שוין". אין דער צײַט האָט זי צעשפּרײט די הענט אין די זײַטן, װי זי
װאָלט װעלן אױסגלײַכן די ביינער און מיט פארגעניגן געזאָגט: ,א בארג איז אראָפּ פון די
פּלײיצעס".
און דעמלט האָט פראָיִם א טראכט געטאָן, אז, סאָפּקאָלסאָף, איז האָדעלע פּאָטער געװאָרן
פון א נאָכשלעפּעניש, און ס'איז בעסער, װאָס דאָס קינד װעט וואקסן באם אייגענעם טאטן.
אָבער מיט יעדן טאָג איז האָדעלע געװאָרן אומעטיקער. דאָס פּענעמל האָט זיך פארצויגן
מיט א שאָטן, אירע לעבעדיקע אייוורימלעך האָבן גענומען דרעמלען, און דער שיינער הוי-
כער האלדז איז װי נידעריקער געװאָרן. זי איז ארומגעגאנגען שטיל און פאָרזיכטיק, װי זי
װאָלט מוירע האָבן עמעצן אופוועקן. עס האָט געדוכט, אז איר געהער וויל כאפּן א שיינע
9
ליד, װאָס טראָגט זיך פון װײַטן. און אָידאָ ניט לאנג, ווען פראָיִם איז ארײַנגעגאנגען אין
שטוב, האָט זי א צעטומלטע זיך אנידערגעשטעלט אינמיטן צימער און פּלוצעם אָנגעהױבן
דערציילן ויַאזוי יוזיק איז געווען צעטראָגן מיטן פאָרן, ניט געקענט זיך אויסווארטן, מע זאָל
אים אנידערזעצן אין אװוטאָ, פאָרט א קינד, אזא קליין ייַנגעלע, האָט זי בייסמײַסע א שווערס
עפּעס אראָפּגעשלונגען און װײַטער גענומען דערציילן, אז די מאשין איז צוגעפאָרן צום הויף,
און אלע האָבן זיך געלאָזט ארויסגיין אין דרויסן, האָט ער, יוזיק, אנשטאָט לויפן צו דער מא-
שין, פארקערעוועט גאָר צום אלקער, װוּ ער פלעגט שלאָפן. האָדעלע האָט א שפּריץ געטאָן
מיט א געלעכטערל, באוויזן א מין טומל ס'איז געװאָרן אין שטוב, און אומגעריכט איז פון
איר רעכט אויג ארויסגעפאלן א טרער די גרייס, װוי א האָגל.
פון דעמלט אָן האָט פראָיִם אָנגעהױבן פארשטיין, אז דאָס קינד װעט נאָך לאנג ניט צורו
לאָזן האָדעלען.
און דער לעצטער אָװנט װעט אף איביק פארבלײַבן אין זײַן זיקאָרן. זיי זײַנען דעמלט
געגאנגען צום הײיליקן אָרט. ווען די זון האָט זיך געזעצט, האָט האָדעלע זיך צו אים צוגעטו-
ליעט, האלטנדיק אים אונטערן אָרעם, דערבײַ געשטאמלט שטילערהייט --צי װעט ער גין
אהער באגיסן די ביימלעך.
פראָיִם האָט ניט פארשטאנען די קאשע. װאָס עפּעס ער? װוּ װעט זי זײַן, איז ער א באלן
געווען וויסן. האָדעלע האָט אָפּגעקערעװעט דעם קאָפּ אין א זײַט און געענטפערט: ,מאלע-
װאָס, מע האָט דאָך אָפּגערעדט, אז זי װעט פאַרן זיך לערנען". און דעמלט טאקע איז זי
שטיין געבליבן, א קוק געגעבן אף פראָיִמען:
-- ס'איז מיר עפּעס קאלט, --- האָט זי געזאָגט.
ווען ער האָט גענומען ארופווארפן אף איר זײַן פּידזשאק, האָט זי אים ארומגענומען און
זיך שטארק צוגעטוליעט צו אים. אזוי זײַנען זיי געשטאנען, און זי האָט אָנגעהויבן שעפּטשען
לעם זײַן אויער:
-- דו הערסט, פראָיִמל, יוזיק וויינט... ער רופט מיך.
זי האָט ניט דערלאָזט, ער זאָל זי טרייסטן, בארויָקן. זי האָט אים געקושט, געהאלדזט,
און ער האָט ניט געװוּסט, אז זי געזעגנט זיך מיט אים,
אז מע איז געגאנגען צוריק פונעם הייליקן אָרט, האָט מען אָפּגערעדט, אז ער, פראָיִם,
דארף װאָס גיכער זיך באפרײַען פון דער ציגעלניע, זיי זאָלן קענען פאָרן אין שטאָט ארײַן.
ער האָט זי פארזיכערט, אז פאר א פינף טעג װעט ער זײַן פארטיק, און ווען ער איז אין
דרײַ טעג ארום געקומען אין שטעטל, האָט ער האָדעלען שוין ניט געטראָפן.
דעמבענעץ האָט ניט געראשט און ניט געטומלט. דעמבענעץ האָט אזויווי אָנגענומען א
מויל מיט וואסער. ניט יעדערער האָט זיך אָנגעשטױסן װווּהין זיידל דעם זייגערמאכערס
באסיעכידקעלע איז אוועקגעפאָרן.
בלויז קיילע האָט געװוּסט, און זי האָט קיינעם ניט באשולדיקט. זי, קיילע, ווייסט גוט,
װאָס הייסט, אז א קינד ווערט אײַנגעבאקן אין הארצן,
ניט װײַט פונעם הײיליקן אָרט האָט פראָיִם זיך אף א װײַלע אָפּגעשטעלט, ער װאָלט
וועלן האָדעלע זאָל זיך באװײַזן צװוישן די ביימלעך, װאָס זי האָט פארפלאנצט, ער זאָל הערן
די שיינע וויגליד, װאָס זי האָט אָנהײיב זומער דאַרטן אפן קייווער געזונגען.
פראָיִם גייט אוועק פונעם שטעטל, װוּ ער איז געבוירן געװאָרן, ער גייט ניט געײַלט,
דעם צוג װעט ער ניט פארשפּעטיקן.
בוזי מילער
מײַן הארץ--א לעבעדיקע בריק
אין ברייטן פענצטער
(א וואנט א האלבע)
פון מײַן ליכטיקן האָטעל
די אלטע ווילנע
קוקט ארײַן
מיט אירע טונקלע, גראָבע
ווייניקיפענצטערדיקע ווענט.
זי קוקט ארײַן
מיט שפּיצעכיקע צלאָמים
אף די קלויסטערס, קירכעס
און קאָסטיאָלן,
קוקט
מיט שווארצע טשערעפּענע דעכער,
מיט שלאָס אף בארג.,
און אלץ צוזאמען,
דאכט מיר,
דריקט
און רוקט זיך אָן
מיט טײַנע גרויזאמער
אף מיר:
צי ווייסטו כאָטש,
דו איינער
באם ברייטן פענצטער
פון דײַן ליכטיקן האָטעל,
וויפל דוירעס
פינצטערניש
און וויי
און פּײַן
צווישן דיר און אונד י
זיך שפּרײטן?
צי ווייסטו,
צי פארגעסטו ניט?
מיר װעלן עס
דערמאָנען דיר
מיט צלאָמים אונדזערע,
מיט טונקלע, גראָבע,
ווייניקיפענצטערדיקע ווענט..
און ווילנע ייִדישע
עס קוקט אף מיר
פון יאטקע-גאס,
פון גלעזער-גאס,
פון שניפּישאָק
מיט טונקלע, אויסגעקרימטע
און פארדרייטע הויפן,
מיט האנדל-וואנדלדיקן
דאלעס,
מיט טאלייסים,
מיט טאנייסים,
װאָס האָבן פון קיין שום שלעק
ניט אויסגעהיט,
מיט ביידע געטאָס אירע --
און אלע זיי,
די טויזנטער און טויזנטער,
די אָװעס מײַנע,
װאָס זײַנען שוין ניטאָ,
נאָר װעלן אײיביק זײַן,
זי פרעגן;
װייסט!
געדענקסט?
האָסט ניט פארגעסן
אונדזער דאלעס,
אונדזער נויט,
אונדזער לעבן,
אונדזער טױט?
כ'געדענק!
דערפאר
באטרעט איך
אזוי פאָרזיכטיק און שטיל
די שטיינער הייליקע
אף יאטקע-גאס,
אף גלעזער-גאס,
אין שניפּישאָק,
באטרעט מיט צאר און ויי..
און ניט קיין צאר,
נאָר טיפער שטאָלץ
מיך נעמט ארום
אף אנטאָקאָלסקי-גאס,
אף דער מאדייסקער-גאס.
דער קויעך שאפנדער פון פאָלק,
דער העלדנמוט פון פאָלק
דאָ זײַנען
איבער אומקום, איבער טוט
צו קיִעם אײיביקן דערהויבן!
פון גאס צו גאס
איך גי
און לייען פון שטילע שטיינער
פּאָעמעס הימלשרײַענדיקע
פון א לעבן,
אויס
97
װאָס איז ניטאַ,
נאָר שאָטנס זײַנע
וועלן שטענדיק זײַן
אין שײַן
פּון אונדזער טאָג.
בא יעדן ראָג
איך זע דיך,
ווילנע אלטע,
אין געווימל דולן
פון דײַנע
ווייניק-זוניקע
און בלאָטיקע
און בלוטיקע
מעסלעסן.
אף שטיינער דײַנע הייליקע
איך שװוער:
כ'וועל ניט פארגעסן!
די קרומע ליקן דײַנע,
ווילנע אלטע, איך פארלאָז,
מיט טרויער אנגסטיקן
באלעסטיקט.
אף אלץ און אלעס
לויערט דאָ
דער אלטער שלאָס --
פון צײַטן לאנג פארגאנגענע
די פעסטונג.
וי הויך אָבער
שאלט אוף מײַן גליק,
ווען כ'שפּאן די הויכע בריק
אריבער
און, ווילנע נײַע,
כ'טרעט ארײַן
אין הייכלען פון צעשטראלטער שײַן,
אין דײַנע ליכטיקע קווארטאלן --
אין זשערמינלי,
אין לאזדינלי.
די פענצטער בלענדנדיק צעפּראלן
דאָ מויערן אף טריט און שריט.
דאָס אויג װעט קיינמאָל װערן מיד
דאָ זען די פּרעכטיקע פּראָפּאָרצן
פון נידער און פון הייך,
פון נאָענט און פון װײַט,--
די ריטמען פריידפולע
פון אונדזער הויכער צײַט.
אמאָל האָט וואלד
דאָ ווילד
גערוישט.
זע, שטיקער גאנצע --
גרין און גרויס --
פון אלטן וואלד
מ'האָט צװוישן מויערן געלאָזט..
דער אָוואר דאָרט --
באם אלטן שלאָס.
די צוקונפט דאָ
קומט יונג און נײַ
מיט זשערמינײ,
מיט לאזדינלי.
די לענג און ברייט
פילט אָן מיט פרייד
אף יעדן ראָג
מײַן זשעדנעם בליק,
צוישן דעם נעכטיקן
און מאָרגנדיקן טאָג
פארבלײַב, מײַן הארץ,
א לעבעדיקע בריק.
-79
צווישנפעלקערלעכער פרויעןיאָר
א טיפער שפּור
אין לעבן
איידער מיר גיבן דאָס װאָרט דעם אװטאָר פון דער דאָזיקער פארצייכענונג,
ווילן מיר ברענגען צוויי דאָקומענטן.
דער ערשטער--א בלעטל פון א פרויען קאלענדאר פארן 11 אװגוסט 1966,
געווידמעט דעם אלפארבאנדישן טאָג פון בויער, מיט א נאָטיץ, װאָס הייסט ,די
דאטע פונעם דיפּלאָם --1916'. אָט װאָס עס װערט דערצײילט אין דער נאָטיץ:
,אין 1906 האָט דער פּראָפּעסאָרן ראט פונעס קיעווער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט,
ניט געקוקט אפן געזעץ, וועלכער האָט פארבאָטן אָנעמען פרויען אין טעכנישע
הויכשולן, צוגעלאָזט צו די אויספּרוּוון מיידלעך, װאָס האָבן פארענדיקט די גיז"
נאזיע. דערפאָלגרײַך האָבן אויסגעהאלטן די עקזאמענעס בלויז 20 פון זיי. 19
זײַנען ארײַנגעטראָטן אפן כימישן, אגראָנאָמישן, מעכאנישן פאקולטעטן, איינע -
סאָפּיע גריגאָריעוונע ראבינאָוויטש --אפן פאקולטעט פון בוי אינזשעניערן
הײַנטיקע סטודענטקעס קאָנען זיך אפילע ניט פאָרשטעלן, וויפל שװעריקײַטן
יענע מיידלעך האָבן געהאט אויסצושטיין אפן וועג צו זייער טרוים.
אין 1908 האָט מען זי אויסגעשלאָסן פונעם אינסטיטוט. די פּראָפּעסאָרן האָבן
זיך קוים דערשלאָגן, מע זאָל די מיידלעך כאָטש איבערלאָזן אלס פרײַע צוהע"
רער. בלויז אין 1915 האָט מען זי דערלויבט, לט א ספּעציעלער העכסטער
אָנװײַזונג", אָנטײילצונעמען אין די דיפּלאָס: עקזאמענעס.
סאָפּיע גריגאָריעוונע האָט באקומען א דיפּלאָס פון א בוי-אינזשעניער. זי האָט
געארבעט אין א סאך בוי- אָרגאניזאציעס, און אָט איז שוין געװאָרן 50 יאָר, זינט
זי איז א מיטארבעטער אין א וויסנשאפטלעך פאָרשערישן אינסטיטוט. סאָפיע
גריגאָריעוונע איז דער אװטאָר פון 84 וויסנשאפטלעכע ארבעטן אין בוי וועזן",
דער צוייטער דאָקומענט - דאָס איז א בוך, װאָס הייסט בעטאָך און אײַזנ'
בעטאָ-ארבעטן" און איז דערשינען פאראיאָרן אינעם מאָסקווער פארלאג ,סטראָי
יִזדאט", אין 96 טויזנט עקזעמפּליארן--א לערנבוך פאר בויער פון אינדוסטריע-
לע אָביעקטן. דאָס איז שוין די צווייטע אַופלאגע, און מיר לייענען דאָרט:
אינעם בוך װוערן באלויכטן די הײַנטצײטיקע מעטאָדן פון בעטאָך און אייזנ'
בעטאָן-ארבעטן לויט מאָנאָליטע קאָנסטרוקציעס, עס װערן געגעבן רעקאָמענדא-
ציעס װעגן אָנװוענדן פאָרגעשריטענע ארבעטס-מיטלען מיט דער מאקסימאלער
אויסנוצונג פון מעכאניזאציע.
דאָס בוך אין אויסגערעכנט פאר בריגאדירן, מײַסטערס און בוי ארבעטער,
וועלכע האָבן בעדייע צו העכערן זייער קוואליפיקאציע".
די אװטאָרן פונעם בוך זײַנען סעמיאָן לעווי, סאָפיע ראבינאָוויטש און יוינע
סאָוואלאָוו. איינער פון זיי, דער דאָקטער פון טעכנישע וויסנשאפטן, צויי מאָל
לאורעאט פון דער מעלוכע-פּרעמיע, וויסנשאפטלעכער מיטארבעטער פונעם פאָר-
שערישן אינסטיטוט פאר עקספּערימענטאלער בױוּנג באם גאָססטראָי פון פססר"
יוינע גריגאָריעוויטש סאָוואלאָוו, האָט געבראכט אין רעדאקציע די פארצייכענונג
װעגן דער פרוי מיט א מערקװירדיקן גוירל - וועגן סאָפיע גריגאָריעװונע ראבי"
נאָוויטש.
09
אין 1886 איז אין דער מישפּאָכע פונעם קיע-
ווער אדװאָקאט, דעם פּריסיאזשנע פּאָװערענע
פון דער געריכט-פּאלאטע גריגאָרי צעלטנער
געבוירן געװאָרן א צווילינג --- צוויי מיידעלעך.
מע האָט זיי געגעבן די נעמען סאָפיע און נא-
דעזשדע. דאָס פּאָרל איז געוואקסן צוזאמען, זיך
איניינעם געלערנט, פריִער אין דער היים, דער-
נאָך אין א פרויען-גימנאזיע. ביידע האָבן זי
גלענצנד באהערשט אויסלענדישע שפּראכן--
דײַטש און פראנצויזיש, געשלונגען ביכער, זיך
באקאנט מיט די יעסוידעס פון געזעלשאפטלע-
כֶּע וויסנשאפטן.
- ס'איז געווען א צײַט, ווען די יוגנט האָט זיך
פארכאפּט מיט סאָציַאלע פּראָבלעמען, און דעם
אדװאָקאט צעלטנערס מיידלעך האָבן בעסאָד
פונעם טאטן אָנטײלגענומען אין אומלעגאלע
גימנאזיסטישע קרײַזלעך ---דאָס האָט זיי בא"
קאנט געמאכט מיטן דעמלטיקן פּאָליטישן לעבן,
װאָס איז פול געווען מיט האָפּענונגען אף גרוי-
סע ענדערונגען.
די מיידלעך האָבן פארענדיקט די גימנאזיע
אין 1904. זיי האָבן פארשטאנען, אז די גרעסטע
נוץ װעלן זיי קאָנען ברענגען דעם קינפטיקן
פרײַען רוסלאנד, אויב זיי װעלן האָבן א געוויסן
פאך. נאדעזשדע האָט שוין פון לאנג באשלאָסן,
אז איר בארוף איז מעדיצין, נאָר סאָפיען איז
ניט געווען צום הארצן דער פאך פון א דאָק-
טער. און דאָך, ווען נאדעזשדע האָט אָנגעהױיבן
שטודירן לאטײַן, װאָס אָן אים האָט מען אפילע ניט
געקאַנט טראכטן וועגן דעם מעדיצינישן פא-
קולטעט, האָט סאָפיע אויך צוזאמען מיט דער
שוועסטער אויסגעהאלטן דעם עקזאמען לױט
דער פּראָגראם פון אכט קלאסן פון דער קלאסי-
שער גימנאזיע. פארלויפנדיק פאָרויס, דארף
מען אָפּמערקן, אז לאטײַן איז פון דעמלט אָן
אזוי פעסט ארײַן אינעם באגאזש פון אירע בע-
עמעס ענציקלאָפּעדישע קענטענישן, אז אפילע
אף דער עלטער האָט זי געקענט איבערלייענען
אױיסװײיניק א בלעטל יוליָוס צעזאר אָדער אויס-
צוגן פון די אלט-רוימישע פּאָעטן. איך אליין
בין געווען ניט איין מאָל אן איידעס פון אָט די
לאטײַנישע פאָרלעזונגען.
ביז װאָס-ווען האָבן די מיידלעך ניט געקאָנט
זיצן אין דער היים מיט פארלייגטע הענט, און
זיי האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אלס לערערנס אין
איינער פון די קיעווער קינדערישולן, וועלכע
האָבן עקזיסטירט אף פילאנטראָפּישע יעסוידעס.
בא סאָפיען האָט זיך דעמלט אנטפּלעקט אן
עמעסער פּעדאגאָגישער טאלאנט, און ס'איז איר
געפעלן געװאָרן צו דערציִען קינדער. נאָר וועגן
פּעדאגאָגישער טעטיקײַט האָט מען ניט געקאָנט
אפילע טרוימען. אינעם אטעסטאט, װאָס די
גימנאזיע האָט ארויסגעגעבן סאָפיען, איז גע-
ווען שטרענג אָנגעװויזן: ,דאָס מיידל צעלטנער,
פון ייִדישן גלויבן, באקומט דעם פאך פון א
פּריוואטער לערערן מיט דער רעכט צו אונטע-
ריכטן בלויז פּערזאָנען פון איר גלויבן".
און די צײַט איז געגאנגען. טראגיש האָט זיך
פארענדיקט די רוסישייאפּאָנישע מילכאָמע.
100
סאָפיע ראבינאָוויטש
ס'האָט אָפּגערושט די רעװאָליוציע. אן איבער-
געשראָקענע פון דעם רעװאָליצ;אָנערן שטו
רעם, האָט די צארישע רעגירונג געמוזט זיך
רעכענען מיט דער געזעלשאפטלעכער מי"
נונג, --- און אין סאָף 1905 האָט מען אָנגעהױיבן
צו דערלויבן פרויען ארײַנצוטרעטן אין אייני-
קע הויכשולן, דערונטער -- אינעם קיעװוער פּאָ-
ליטעכנישן אינסטיטוט. און סאָפיע באשליסט:
זי װעט אָנגעבן די דאָקומענטן אין אָט דער
הויכשול.
עס רעדט זיך -- אָנגעבן די דאָקומענטן! און
װויאזוי װעט זי אויסהאלטן אזא שװערן קאָני
קורס און נאָך האָבן די זכלע ארײַנצוגין אין
די באגרענעצטע 3 פּראָצענט פון דער ,נאָרמע
פאר ייִדן"? און נאָך איין צוגאָבלעכע שוועריי
קײַט איז געשטאנען אף איר וועג: אין די פרוי-
עןיגימנאזיעס האָט מען אזעלכע קעגנשטאנדן,
װי טריגאָנאָמעטריע און אייניקע אָפּטײלן פון
פיזיק, אינגאנצן ניט דערלערנט. די קרויווים
האָבן געפּרוּװוט אָפּרײידן דאָס מיידל פון דעם
געדאנק וועגן ארײַנטרעטן אין פּאָליטעכנישן
אינסטיטוט. זי איז אָבער געװוען אן אײַנגע-
שפּארטע און קיינעם ניט געהערט.
אלע עקזאמענעס האָט זי אויסגעהאלטן אף
אויסגעצייכנט. באזונדערס אויסגענומען האָט
איר קאָנטראָליארבעט, וועלכע זי האָט אָנגע-
רופן , צו וויסן איז ניטאָ קיין וועג אָנעם װעג .
צו פרליהטַט".
אלס עפּיגראף צו דער טעמע האָט זי גענומען
גאלילייס בארימטע פראזע: ,,און דאָך דרייט זי
זיך!".
געלערנט האָט זיך סאָפיע אינעם פאקולטעט
פון בוי-אינזשעניערן אף אויסגעצייכנט. אײינמאָל
האָט דער לערער פון געאָמעטריע זי צוגערופן
און אין דער אָנװעזנהײַט פונעם גאנצן קורס
איר געזאָגט:
סאָפיע ראבינאָוויטש (די צווייטע פון לינקס) מיט
א גרופּע סטודענטקעס פונעם קיַעװער פּאָליטעכנישן
אינסטיטוט (1906)
-- פיל יאָרן האָב איך אונטעריכט געאָמעט-
ריע אין א פרויען-גימנאזיע, און איך האָב שוין
געמיינט, אז פרויען האָבן ניט קיין שום אנונג
וועגן רויס-פארהעלטענישן. איר אָבער צווינגט
מיך צו בײַטן אָט די מיינונג...
און ווירקלעך, די שװוערסטע ארבעטן פלעגט
סאָפיע, דערצו זייער א שוואכינקע אין געזונט,
אויספילן ניט ערגער פון די מאנצבלען. צוזא-
מען מיטן גאנצן קורס פלעגט זי ארױיספאָרן אף
געאָדעזישע ארבעטן אפן דניעפּער אזייגער פיר-
פינף גאנצפרי, קעדיי זיך אָפּפארטיקן ביז דער
באטאָגיקער היץ, און נישקאָשצ, אלע האָבן זיך
איבערצײַגט, אז זי שטייט פון קיינעם ניט אָפּ,
אף דער אינזשעניעראָפּטײלונג האָט דעם
קורס פון בריקן-בויוּנג געפירט דער פּראָפּעסאָר
יע. אַ. פּאטאָן (דער שפּעטערדיקער העלד פון
סאָציאליסשישער מי און אקאדעמיקער). ער
האָט געהאלטן, אז העיויס דער בוייפאך פאָ-
דערט פונעם אינזשעניער ניט בלויז טיפע קענ-
טענישן, נאָר אויך שווערע פיזישע אָנשטרענ-
גונגען, איז אָט דער פאך פאר א פרוי לאכלוטן
ניט צוגעפּאסט. ווען סאָפיע צעלטנער האָט גע-
האלטן בא אים דעם עקזאמען איבער בריקן-
בויוּנג, האָט ער זי גענומען קאָנטראָלירן ניט
בלויז לויט די פראגן, װאָס זײַנען געווען אָנ-
געמערקט אינעם בילעט, נאָר איבערן גאנצן
לערן-"קורס. ענדלעך, האָט די סטודענטקע ניט
אויסגעהאלטן און געזאָגט:
-- יעווגעני אָסקאראָװיטש, אײַער טירכע איז
יע קיין שום פראגע איז מיר ניט שרעק-
עך..
דער אינסטיטוט איז ניט געשטאנען אין א
זײַט פון די שטורמישע פּאַליטישע געשעענישן.
אַפט פלעגן דאָ פאָרקומען ,סטודענטישע אומ-
רוען", װי מע האָט זיי גערופן. ס'איז געשען
אזא פאל. אף איינער א סכאָדקע האָבן די סטו-
דענטן אָנגענומען א רעזאָליוציע קעגן דער צא-
רישער רעגירונג. ווען די פארזאמלונג האָט זיך
פארענדיקט, האָט מען זיך דערװוּסט, אז באם
ארויסגאנג קאָנטראָלירן די זשאנדארמען די
סטודענטישע בילעטן. האָט מען זיך באלד צונויפ-
גערעדט: קיינער גייט פון אינסטיטוט ניט אוועק.
וי ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, האָבן זיך אף דער
סכאָדקע געפונען פאָרשטייער פונעם קאָמיטעט
פון דער אָרטיקער באָלשעװויסטישער אָרגאני-
זאציע, און, קאַנטראָלירנדיק די סטודענטישע
בילעטן, האָט די זשאנדארמעריע געהאָפט אזוי-
ארום פּאקן די באָלשעװיקעס. צוויי מאָל האָט
די אדמיניסטראציע פונעם אינסטיטוט פאָרגע-
לייגט די סטודענטן פארלאָזן די געבײַדע, דער-
נאָך איז אָנגעקומען א באפעל פון דער פּאָלי-
ציי. אָבער קיינער האָט זיך פון אָרט ניט גע-
רירט. ס'האָט אָנגעהובן שמעקן מיט פּולװער.
צו דער געבײַדע איז געבראכט געװאָרן מילי-
טער. און דעמלט האָט סאָפיען ארויסגערופן צו
זיך דער דירעקטאָר פונעם אינסטיטוט.
-- איך פארלאָז די געבײַדע, -- האָט ער איר
געזאָגט, -- און איר װעט גיין מיט מיר. מיר
װועלן ארויסגיין דורך א באזונדערער טיר, קיי-
נער װעט אײַך ניט פארהאלטן, מע װעט בא
אײַך ניט פרעגן קיין בילעט, און אין צען מינוט
ארום װעט איר זײַן אויסער געפאר.
דער דירעקטאָר, װײַזט זיך ארויס, איז געווען
אמאָל א מיטשילער לוט דער גימנאזיע פון
סאָפיעס פאָטער, און ער האָט געהאלטן פאר זײַן
כויוו צו טאָן א טויווע דער טאָכטער פונעם כאָ-
שעוון אדװואָקאט. סאָפיע אָבער האָט זיך אָפּגע-
זאָגט:
-- וועגן מײַן געפארלאָזיקײַט באומרויק איך
זיך ניט מער, װוי וועגן דער געפארלאָזיקײַט פון
מײַנע כאוויירים, און אוועקגיין װעל איך, ווען
אלע װועלן אוועקגיין.
-- נאָר איר דארפט פארשטיין, -- האָט גענוי
מען זי אײַנרײדן דער דירעקטאָר, -- אז די לא-
גע איז זייער אן ערנסטע, מע קאָן באשיסן די
געבײַדע, און מיט װאָס װעל איך זיך פארענט-
פערן פאר אײַער פאָטער, אויב מיט אײַך װעט
עפּעס געשען?
-- איר װעט אים זאָגן, -- האָט געענטפערט
דאָס מיידל, -- דאָס, װאָס מע װעט זאָגן אלע
עלטערן, אויב מיט אײַערע סטודענטן װועט עפּעס
פּאסירן.
אף דעם האָט זיך דער געשפּרעך געענדיקט,
און אינגיכן איז מען געוווירע געװאָרן, אז מע
קאָן זיך צעגיין: די מיטארבעטער פונעם אינ"
סטיטוט האָבן ארויסגעפירט די באָלשעװיקעס
דורך דער קאנאליזאציע-נעץ..
אזוי זײַנען געגאנגען די יאָרן, און סאָפיע
װאָלט בעשאָלעם פארענדיקט די לער, ווען ניט
די סטאָליפּין-רעאקציע. אין 1909 איז געמאָלדן
101
געװאָרן, אז אין אינסטיטוט האָט מען די פרויען
אָנגענומען אומגעזעצלעך, און מע דארף זיי
אויסשליסן. דער פּראָפּעסאָרן-ראט האָט דאָך
באשטימט דערלויבן די אױיסגעשלאָסענע מייד-
לעך צו זײַן פרײַע צוהערער. וי פריִער, האָבן
זיי באזוכט די לעקציעס, אויסגעפילט פּראקטי-
שע פארגעבונגען, אָבער פארטיידיקן דיפּלאָם-
פּראָיעקטן האָבן זיי שוין ניט געקאָנט. וויפל
מע האָט זיך ניט מישטאדל געװוען, האָט גאָר-
נישט ניט געהאָלפן. א ספּעציַעלע דעלעגאציע
פון די סטודענטקעס, צװוישן זיי אויך סאָפיע
צעלטנער, איז געפאָרן קיין פּעטערבורג, נאָר
אויך דאָס האָט ניט געגעבן קיין רעזולטאטן,
אומגעריכט האָט ,געהאָלפן" די מילכאָמע. די
בױוּנג פון מיליטערישע אָביעקטן האָט געפאָ-
דערט װאָס מער אינזשעניערן, און אין 1915
ווערט סאָפיע גריגאָריעוונע צעלטנער, וועלכע
האָט שוין דעמלט געטראָגן די פאמיליע פון
איר מאן ראבינאָוויטש, צוגעלאָזט צום מעלוכע-
עקזאמען, זי האלט אים דערפאָלגרײַך אויס און
באקומט דעם דיפּלאָם פון א בוייאינזשעניער
פון דער ערשטער מאדרייגע.
סאָפיע גריגאָריעװונע איז שוין אלט דרײַסיק
יאָר, איר מאן איז אויך א בוי-אינזשעניער, און
עס הייבט זיך בא זיי אָן א געוויינלעך לעבן פון
נאווענאדניקעס. סאָפיע גריגאָריעװונע ארבעט
אפן פּולװער-זאװאָד אין שאָסטקע און אפן
פּאטראָן-זאװאָד אין לוגאנסק. די אדמיניסטרא-
ציע גייט אף דעם אײַן, ניט האָבנדיק קיין אנ-
דער בריירע. דאָס ערשטע מאָל זעט מען א
בוי-אינזשעניער א פרוי. עס קומען טאקע פאָר
קוריאָזן.
איינמאָל האָט מען געדארפט אופנעמען בא א
פּאָדריאדטשיק בעטאָזידעטאלן, האָט מען פאר-
טרויט די זאך סאָפיע גריגאָריעװנען. דער פּאָד-
ריאדטשיק הייסט איינעם אן ארבעטער דורכ-
קאַנטראָלירן, צי אלץ איז קעשורע: מע טוט א
קלאפ מיט א העמערל איבער דער דעטאל, און
אויב זי קלינגט װי עס באדארף צו זײַן, בא-
טײַט עס, אז זי איז פון דצר נייטיקער קוואלי-
טעט. דער פּאָדריאדטשיק האַט שוין פון פאָרויס
צוגעגרייט דעם אופנאםסיאקט -- מישט זיך אָבער
ארײַן דער אינזשעניער און הייסט דעם ארבע-
טער קלאפּן ניט דאָרטן, װוּ דער פּאָדריאדטשיק
האָט אָנגעװויזן, נאָר אין אן אנדער אָרט. דער
ארבעטער טוט א קלאפּ, און די דעטאל צעפליט
זיך אף שטיקער. ער נעמט זיך צו דער צוויי-
טער דעטאל -- דאָס זעלבע, צו דער דריטער--
אויך דאָס זעלבע... האקלאל, דרײַ פערטל פון
די געבראכטע דעטאלן האָבן זיך ארויסגעוויזן
אלס בראק. דער פּאָדריאדטשיק האָט זיך אזש
געכאפּט פארן קאָפּ;
-- און איך האָב זיך דערפרייט, װאָס מע
האָט צוגעשיקט א פרוי... איצט לאָזט זיך אויס,
אז דאָס איז ניט פּאָשעט א דאמאָטשקע, נאָר
טאקע אן עמעסער אינזשעניער!
אָט אזוי איז געקומען די אנערקענונג.
אין 1919 קערט זיך סאָפיע גריגאָריעװונע אום
מיטן מאן אינעם באפּרײַטן קיעוו און הייבט אָן
102
ארבעטן אין דער פארוואלטונג פונעם וואסער-
טראנספּאָרט. אָבער נאָכאמאָל באדראָעט די
שטאָט דער סוינע -- דעניקין איז נאָענט. די
רויטע ארמיי מוז זיך עוואקוירן. אין דער פאר-
וואלטונג קומען צוויי מאטראָסן נאָך אן אייצע:
ויַאזוי פארפעסטיקן די הילצערנע בריק, מע
זאָל קענען איבער איר איבערפירן א שװערע
פראכט!
-- וועגן װאָס פאר א בריק רעדט איר?--
פרעגט סאָפיע גריגאָריעװנע.--און ועלכע
שווערע פראכט דארף מען איבערפירן!
קווענקלען זיך די מאטראָסן: ס'איז דאָך א
סאָד, און װוער ווייסט, צי אָט די פרוי איז א
פרײַנט צי א סױנע! סאָפיע גריגאָריעװונע האָט
זיך אָנגעשטױסן, וועגן װאָס עס גייט דאָ, האָט
זי געזאָגט די מאטראָסן:
-- פארשטייט זיך, דאָס איז אײַער זאך: ווילט
איר -- גלייבט מיר, און ווילט איר ניט --איז
אדעראבע. נאָר איך בין אײַער פרײַנט, און איר
מעגט מיר פארטרויען, װײַל אָן דעם קען
איך אײַך ניט העלפן,
סהאָט זיך ארויסגעויזן אז מע דארף
איבערפירן איבערן דניעפּער שווערע הארמאטן.
מע וועט דאָס טאָן דורך דער קייטן-בריק, אָבער
װײַטער, בא די אײַנגוסן, איז די בריק א היל-
צערנע -- ווייסט מען ניט, צי זי װעט איס-י
האלטן.
סאָפיע גריגאָריעװנע האָט זיך פארטראכט:
קעדיי זיך איבערצײַגן, אז די בריק װעט אויס-
האלטן, דארף מען אהין צופּאָרן, א קוק טאָן
מאכן די געהעריקע כעזשבוינעס. אָבער אף דעם
איז שוין ניטאָ קיין צײַט. און זי האָט געגעבן
אן אייצע:
-- מע דארף ריזיקירן. אויב איבערקײַקלען
די הארמאטן זייער גיך, ניט פארהאלטנדיק זיך
אף קיין רעגע, קאָן די בריק אויסהאלטן. אָבער
זאָלן די הארמאטן פירן ניט קיין פערד, נאָר
מענטשן, װײַל קיין אויסגעשולטע פערד און
דערפארענע אָנטרײַבערס האָט איר ניט. בא-
זאָרגט די מענטשן מיט רעטונגס-פּאסיקעס, זאָלן
זי גוט אָפּרעפּעטירן די זאך -- און ריזיקירט.
וועלן זיי באװײַזן און די בריק װעט אױס-
האלטן, איז גוט, װעלן זיי ניט באװײַץ, די
בריק װעט ניט אויסהאלטן--װעט מען די
מענטשן קאָנען ראטעווען, און די הארמאטן,
מיילע, בעסער זיי דערטרינקען, איידער זי
זאָלן ארײַנפאלן צום סוינע אין די הענט.
אָט דער געדאנק האָט, װײַזט אויס, מער פון
אלץ איבערצײַגט די מאטראָסן, אז דער איני
זשעניער סאָפיע ראבינאָוויטש איז לאכלוטן ניט
גלײַכגילטיק צו דער זאך פון דער רעװאָליוציע.
זי האָבן זי באדאנקט. דערנאָך האָבן זיי געפו-
נען א געלעגנהײַט צו מיטיילן איר, אז אלץ איז
דורכגעגאנגען קעשורע.
אין 1922 פּאָרט דאָס פּאָרפּאָלק ראבינאָװויטש
אריבער קיין מאָסקװע. סאָפיע גריגאָריעװװנע
ארבעט אף דער בױויוּנג פון דער געבײַדע פו"-
נעם טעפּלאָטעכנישן אינסטיטוט אונטער דער
אָנפירונג פונעם באװוּסטן בויער (שפּעטער א
פּראָפּעסאָר פונעם בארג-אינסטיטוט) א. אי
דיכאָוויטשני, און אין די די יאָרן 1926--1927--
אף דער בױיוּנג פונעם פּעדאגאָגישן אינסטיטוט
אף וו. אי. לענינס נאָמען. זעקס יאָר איז זי
פארבונדן מיט איינער פון די גרעסטע בוי-
אָרגאניזאציעס פון יענער צײַט --מיטן טרעסט
,טעקסטילבוי". דאָ הייבט זי אָן זיך אינטערע-
סירן מיט פּראָיעקט-קאַנסטרוקטאָרישער און
וויסנשאפטלעך-פאָרשערישער ארבעט אין גע-
ביט פון ראציאָנעלע און שפּאַרעװדיקע סיסטע-
מען פון האָלץיפאָרמען פאר מאָנאָליטן אײַזנ-
בעטאָן.
צו יענער צײַט האָט דער אינזשעניערישער
געדאנק נאָך װייניק זיך פארנומען מיט פּראָב-
לעמען פון רישטעוואניע-פאָרמעןן. און יעדער
מײַסטער אָדער בוי-בריגאדיר האָט קאַנסטרויַרט
די רישטעוואניעס לוט זײַן אייגענעם פאר-
איז מען צוגעטראָטן צו בויען דעם פּאלאץ פון
די סאָוועטן בא די קראָפּאָטקינער טויערן, האָט
מען זי פארבעטן אין דער פּראָיעקט-קאָנטאָר צו
פאנאנדערארבעטן די האָלץ-קאָנסטרוקציעס פאר
אָט דער אוניקאלער געבײַדע.
אין 1926, שוין אין 50ייאָריקן עלטער, הייבט
סאָפיע ראבינאָוויטש אָן צו ארבעטן אינעם
וויסנשאפטלעך-פאָרשערישן אינסטיטוט, וועל-
כער פארנעמט זיך מיט אָרגאניזירן און מעכא-
ניזירן דעם בוי-וועזן. דרײַסיק יאָר מידט זי זיך
דאָ. עס אנטפּלעקט זיך ניט בלויז איר טאלאנט
אלס קאָנסטרוקטאָר און פאָרשער, נאָר אויך
אלס אװטאָר פון לערנביכער, לוט וועלכע עס
שטודירן דעם פאך צענדליקער טױיזנטער בוי-
ארבעטער, מײַסטערס, סטודענטן.
סאָפיע ראבינאָװויטש איז שטענדיק געוען
יענער מענטש, װאָס אָן אים פלעגן ניט געלייזט
סאָפיע ראבינאָוויטש (די צווייטע פון לינקס) בייס געאָדעזישע ארבעטן אפן דניעפּער (1908)
שטאנד. פריִער פאר אלץ האָט מען געטראכט,
וויאזוי צו מאכן פעסטער די בעטאָן-קאָנסטרוק-
ציעס, און װוען דער בעטאָן פלעגט זיך פאר-
הארטעווען, האָט מען געדארפט צענעמען די
הילצערנע אָפּאלובקע אף טיילן. אראָפּנעמען זי
אזוי, זי זאָל קאָנען נאָכאמאָל אויסגענוצט װערן,
האָט זיך קימאט קיינמאָל ניט אײַנגעגעבן -- די
האָלץ-פאָרמען פלעגן זיך ברעכן, און מע האָט
געמוזט זוכן נײַע ברעטער.
אין לאנד איז געגאנגען א ריזיקע בויונג, און
מע האָט געדארפט אין גרונט לייזן די פראגע,
וויַאזוי אויסנוצן עטלעכע מאָל נאָכאנאנד די
דאָזיקע האָלץ-קאַנסטרוקציעס. סאָפיע גריגאָ-
ריעוונעס פאָרשלאָגן אין אָט דעם געביט האָבן
איר געמאכט א גרויסן שעם, און ווען אין 1933
ווערן די סאמע קאָמפּליצירטע אופגאבעס. אין
1 האָט דער אינסטיטוט זיך עוואקוירט אף
אוראל, און אין מאָסקװע האָט מען איבערגע-
לאָזט בלויזן א קליינע גרופּע מיטארבעטער,
וועלכע האָט אויסגעפילט פארגעבונגען פארן
פראָנט. אין אָט דער גרופּע איז, געוויינלעך,
געווען סאָפיע גריגאָריעוונע. אין 1942 איז גע-
שטאָרבן דער מאן --זי האָט פאָרגעזעצט זיך
מיִען פארן זיג.
אָט ליגט פאר מיר אן אויסצוג פון דער אטע-
סטאציע פונעם וויסנשאפטלעכן מיטארבעטער
ס. ג. ראבינאַוויטש, דאטירט מיטן 1948;
,א דערפארענער אינזשעניער מיט א 30-יאָ-
ריקן סטאזש... צייכנט זיך אויס מיט אלגעמיי-
נער הויכער קולטור, טיפע קענטענישן, אויס-
103
שליסלעך הויכער דיסציפּלינירטקײַט און ער"
לעכקײַט אין דער ארבעט.. קלײַבט זיך פרײַ
פאנאנדער אין אויסלענדישער טעכנישער לי-
טעראטור לויט דער ספּעציָאליטעט (אין אָט די
פראגן װײַזט זי ארויס הילף אלעמען, װער עס
ווענדט זיך צו איר, ניט רעכענענדיק זיך מִיט
דער צײַט און מיט דער מי, באזונדערס דער
יוגנט, וועלכע זי האָט זייער ליב)... צו זיך און
צו די כאוויירים שטרענג, ווען עס האנדלט זיך
וועגן פּראָדוציר-נײטיקײַט. אין קאָלעקטיוו בא-
װוּסט װי א גוטער ספּעציָאליסט און װי א גו"י
טער מענטש. ניט געקוקט אף דעם שוואכן גע-
זונט, פילט זי אויס אלע פארגעבונגען פּינקט-
לעך, וויפל צײַט און קויכעס עס זאָל בא איר
ניט פארנעמען..."
אָבער די צײַט גייט. אין 1956 מערקט אָפּ
דער קאָלעקטיוו פונעם אינסטיטוט איר 70
יאָריקן יוביליי, וועגן אוועקגיין אף פּענסיע
וויל זי אפילע ניט הערן. בלויז אין 1966, נאָך
דעם װוי אף א פּײַערלעכן אָװנט מערקט מען אָפּ
איר 780טן געבורטסטאָג און דעם 50ײיאָריקן
יוביליי פון איר ארבעטס-טעטיקײַט, גיט זי אָן
א מעלדונג וועגן פּענסיע.
סאָפיע גריגאָריעװנע האָט געהאט מיט װאָס צו
שטאָלצירן. די גרופּע, בעראָש פון וועלכער זי
איז אמאָל געשטאנען, האָט זיך פארוואנדלט אין
א גרויסער לאבאָראטאָריע, װאָס איז באװוּסט
אין גאנצן לאנד. די עסטאפעטע האָט זי איבער-
גאָלרע קאָגאן
געגעבן אין זיכערע הענט --דעם געוועזענעם
שילער אירן וולאדימיר דמיטריעוויטש טאָפּי
טשי, וועלכער איז שוין הײַנט דער שטעלפאר-
טרעטער פונעם דירעקטאָר פון אינסטיטוט לוט
דער וויסנשאפט.
הייסט עס, מע קאָן זיך שוין בארויקן! ניין,
סאָפיע גריגאָריעװנע איז ניט פון די מענטשן,
וועלכע שטייען אין א זײַט, װען אלץ ארום
קאָכט און זידט, ביפראט נאָך אין אזא געביט,
וי בוי-וועזן. אוועקגייענדיק אף פּענסיע, שוין
אינעם נײַנטן יאָרצענדליק פון איר לעבן, רײַסט
זי ניט איבער די שעפערישע פארבינדונגען
מיטן אינסטיטוט. זי אינטערעסירט זיך מיט דער
הײַנטצײַטיקער בוי-פּראקטיק, שרײַבט אָן א
ריי נײַע וויסנשאפטלעכע ארבעטן. עס גײט
ארויס אין דער צווייטער אופלאגע אירער א
בוך, דער טיראזש צעגייט זיך אין געציילטע
װאָכן. דעם דאָזיקן בוך האָט זי אונטערגעשריבן
צום דרוק אין פעווראל 1974, נאָר אין צוויי כא-
דאָשים ארום האָבן מיר, אירע דערשיטערטע כא-
וויירים, זי ארויסבאגלייט אין לעצטן וועג..
סאָפיע גריגאָריעװנע ראבינאָוויטש, די ער"
שטע פרוי אין רוסלאנד, וועלכע האָט באקומען
דעם טיטל בוי-אינזשעניער, האָט איבערגעלאָזט
א טיפן שפּור אין לעבן,
יוינע סאָוואלאָוו
דאָקטאָר פון טעכנישע ויסנשאפטן,
לאורעאט פון דער מעלוכע-פּרעמיע פון פססר
און אירע פראָגט= כאוויירים
געבוירן געװאָרן איז זי אין קרעמענטשוק.
איר טאטע, א שנײַדער, איז געווען א קאפּצן
אין זיבן פּאָלעס, דערצו א מעטופּל מיט קינדער.
קעדיי אין שטוב זאָל ניט אויספעלן דאָס טרו-
קענע שטיקל ברויט און די ייַנגערע קינדער
זאָלן ניט הונגערן, האָט גאָלדע פרי כאסענע
געהאט. ווען מיר האָבן זיך מיט איר באקאנט,
איז זי, אין עלטער פון איין און צוואנציק יאָר,
געווען שוין א מאמע פון צוויי קינדער.
גאָלדעס קינדהײַט איז, װי מיר שטויסן זיך
שוין אָן, געווען א שווערע, אָבער דאָס ערגסטע
איז מיט איר געשען אינעם ערשטן טאָג פון
דער מילכאָמע. דער מאן אירער, א מאָביליזיר"
טער אין דער ארמיי, איז צוזאמען מיט אנדערע
מאָביליזירטע געגאנגען צום זאמלפּונקט. אין
וועג האָט זיי באשאָסן א דײַטשישער אעראָי
פּלאן, און גאָלדע האָט מיט די אייגענע אױיגן
געזען, װי איר מאן איז אומגעקומען אינעם
ערשטן מילכאָמע-טאָג.
גאָלדע האָט באשלאָסן גיין אפן פראָנט,
שלאָגן די פאשיסטן. זי איז אװועקגעפאָרן קיין
פּאָלטאװע צו איר שװעסטער דווירע, קעדיי
104
אופריידן זיך מיט איר וועגן עוואקוירן די על-
טערן און די איבעריקע קינדער. אומגעקערט
זיך פון פּאָלטאװע, האָט זי נאָך פונדערװײַטן
דערזען, וי קרעמענטשוק ברענט. אז זי איז צוי
געקומען נעענטער, האָט זי געטראָפן האמוינים
מענטשן, וועלכע לויפן פון דער שטאָט. דער"
זעענדיק זי, האָט אירע א שכיינע זיך צעוויינט
אף א קאָל:
-- גיי ניט אהיים, אין דײַן שטוב האָט גע-
טראָפן א באָמבע. דײַניקע ליגן דערהארגע-
טע..
אפן פראָנט איז זי געווען א מעדשוועסטער.
אף איר שיינעם פּאָנעם האָט זיך זעלטן װען
באוויזן א שמייכּל. איר דרײסטקײַט אין די
שלאכטן האָט ניט געװוּסט פון קיין גרענעץ.
גאנץ אָפט איז דאָס, פארשטייט זיך, געווען אן
אומפאָרזיכטיקע דרײיסטקײַט, און דער דאָקטער,
די קאָמאנדירן פלעגן איר מאכן דערפאר שטרענגע
באמערקונגען. באם ארױיסטראָגן די פארװווּנדע-
טע פון אונטערן פּײַער פלעגט גאָלדע קאָגאן
זיך ניט אָנבייגן. א פרוי א גוואר, פלעגט זי
ארױיסטראָגן צענדליקער פארװוּנדעטע אף די
גאָלדע קאָגאן
הענט. וועגן אייניקע פאלן פון איר העראָיִזם
ווילן מיר דאָ דערציילן.
..אין יענעם טאָג זײַנען אין מעשעך פון לאנ-
גע שאָען ניט געשטילט געװאָרן די הייסע
שלאכטן. אָלגע (אזוי האָבן זי די סאָלדאטן גע-
רופן) האָט ארױסגעטראָגן פונעם שלאכט-י
פעלד שוין דעם זיבעצנטן פארװוּנדעט א
באיאָרטן סאָלדאט. מיטאמאָל האָט זי דערזען,
וי אונדזער קאוואלעריע איז אוועק אין אטאקע.
-- קאוואלעריסטן אין אטאקע! -- האָט אֶל-
גע אויסגעשריגן.
-- א דאנק דיר, טאָכטערקע, פאר דער גו"
טער בסורע, --איז דער סאַלדאט וי אופגע-
לעבט געװאָרן.
אין א װײַלע ארום איז דער פאָנענטרעגער
אראָפּגעפאלן פונעם פערד, און צוזאמען מיט
אים איז געפאלן די פאָן...
-- פּעטערקע! כאװוער! -- האָט גאָלדע געזאָגט
צום פארװוּנדעטן. -- אן אומגליק האָט געטראָפן,
די פאָן איז אראָפּגעפאלן, מע דארף זי אופ-
הייבן! איך װעל אײַך דאָ אוועקלייגן, אופהייבן
די פאָן און באלד זיך אומקערן. איר האָט ניט
קעגן, טײַערינקער?
-- װאָס פאר א פראגע? לייג מיך אוועק אף
דער ערד, איך על שוין אליין צופּױזען. לויף
גיכער, הייב אוף די פאָן.
לעבן דעם פאָנענטרעגער האָבן זיך אָפּגע-
שטעלט צוויי רײַטער און צוזאמען מיט גאָלדען
פאנאנדערגענומען די פינגער פונעם דערהאר-
געטן סאָלדאט. די רײַטער האָבן זיך צוריק גע"
זעצט אף די פערד און געזאָגט צו גאָלדען:
-- נו, מיידל, גיב די פאָן, מע דארף אָניאָגן
דעם עסקאדראָן.
אוועקגעגעבן די פאָן, האָט גאָלדע געװאָלט
אומקערן זיך צום פארװוּנדעטן, נאָר ניט װײַט
פון איר האָט אופגעריסן א סנאריאד, און די
אופרײַס-כוואליע האָט זי א שלײַדער געטאָן אין
א זײַט. געקומען צו-זיך, האָט זי אװעקגעפּױ
זעט צום אָרט, װוּ דער סאָלדאט איז געלעגן,
נאָר יענער האָט פארלוירן דעם באװוּסטזײַן
שטעלן זיך אף די פיס, א נעם טאָן דעם סאָל-
דאט אף די הענט און אװעקטראָגן אים, וי פר!-
ער, האָט גאָלדע שוין ניט געקאָנט. זי האָט,
שטייענדיק אף די קני, ארופגעצויגן דעם סאָל-
דאט אף דער פּלײצע און גענומען פּױיזען אי
בערן שלאכטפעלד. אינגיכן איז זי אויך גע-
בליבן ליגן אָן באװוּסטזלַן.
פארבײַפאָרנדיקע ארטילעריסטן האָבן אופ-
געהויבן גאָלדען און דעם סאָלדאט און אָפּגע-
פירט זיי אין דעם נאָענטן מעדסאנבאט. וען
דער סאָלדאט איז געקומען צויזיך, האָט ער
גלײַך געפרעגט:
-- און װוּ איז דאָס מיידל?
-- װאָסער מיידל?
-- נו, זי האָט אונטער דעם סוינעס פײַער
אופגעהויבן די שלאכט-פאָן.
--- מיר ווייסן ניט...
-- אײַיאײַיאײַ! זי איז אומגעקומען, די טײַע-
רינקע! אזא װווילע, אזא גוטע, זי האָט דאָך
אויך מיך געראטעוועט פון א זיכערן טױט!
-- אויב אזוי, איז זי טאקע דאָ. אינעם רעכטן
ווינקל ליגט זי. אײַך ביידן, דיך מיט איר, האָבן
די ארטילעריסטן געבראכט אהער...
אָט אזוי האָט די קאָמאנדשאפט זיך דערװוּסט
וועגן גאָלדעס העלדנטאט.
גאָלדע האָט געדינט אין דער רײַטער-דיװויי
זיע, װוּ קאָמאנדיר איז געווען דער גענעראל
קרוטשענקין. פון די פיל װוּנדן, וועלכע ער האָט
באקומען, איז דער גענעראל געװוען ערנסט
קראנק. דערװוּסט זיך, אז אין א פּאָלק דינט
איינער א סאָלדאט ארסען, װאָס איז א קוכער,
האָט דער קאָמאנדיר פונעם קאָמענדאנטן-עס-
קאדראָן, מיט דער דערלויבעניש פונעם פּאָלק-
קאָמאנדיר, ארויסגערופן צו זיך ארסענען, און
געבעטן, ער זאָל נעמען אף זיך די זאָרג פאר
דער קיך, װױּ עס שפּײַזט זיך דער גענעראל
קרוטשענקין. גאָלדע איז געװאָרן ארסענס גע-
הילף.
באדינט די קיך האָבן נאָך דרײַ סאָלדאטן
פּאָלאָסין און יעגאָראָוו פונעם ווירטשאפטלעכן
ווזװאָד און דער שאָפּער אנדריי.
גאנץ אָפּט פלעגט דער פינפלינג פון קיך זיך
נעמען צו די ביקסן און גראנאטעס. איינמאָל
איז דער שטאב ארײַנגעפאלן אין א שװוערער
לאגע. דרײַ דײַטשישע טאנקען מיט א דעסאנט
האָבן אומגעריכט זיך דורכגעריסן, עס איז גע-
מאָלדן געװאָרן אן אליארעם, אָבער קיין קויכעס
אף אָפּשלאָגן די טאנקעןיאטאקע האָבן ניט גע-
סטײַעט. צוהילף איז געקומען די אײַנפאלעריש-
קײַט, דרײיסטקײַט און אנטשײידנקײַט פונעם גע-
וואגטן פינפלינג פון דער קיך. אינעם שכיינישן
הויף זײַנען געשטאנען פורן מיט שלאכט-מא-
טעריאלן, דאָרט זײַנען געווען אויך גראנאטעס,
קאסטנס מיט פלעשער צינדיגאז. ס'איז געווען
דאָרט א האנט-קוילנווארפער, אף וועלכן עס איז
105
געווען א מײַסטער יעגאָראָוו. גאָלדע און פֹּאַ-
לאָסין האָבן גענומען ביקסן. דער דײַטשישער
דעסאנט איז געווען איבעראשט, ווען ער האָט
דערפילט, אז פונעם הויף באשיסט מען אים,
דערבײַ טראָגט ער פארלוסטן פונעם פראָנטאלן
פײַער פון די שטאב-אָפיצערן. אויסנוצנדיק די
לאגע, װאָס דאָס דערבײַיקע װעלדל שטערט
דעם דעסאנט צוֹ זען דעם ארום, זײַנען ארסען
און אנדריי אומבאמערקט צוגעלאָפן צום ערשטן
טאנק און פארװאָרפן אים מיט גראנאטעס און
מיט פלעשער צינדיגאז. דער טאנק האָט זיך
אָנגעצונדן. דאָס זעלבע איז געשען אויך מיטן
צווייטן טאנק. דער דריטער האָט זיך גענומען
רוקן אף צוריק. גאָלדע האָט געטראָפן אין אים
מיט צוויי פלעשער און אונטערגעצונדן דעם
בענזיןיבאק.
דער שעף פונעם שטאב איז געווען צופרידן:
,איר זײַט דאָך אונדזערע העלדן. מיר װעלן
אײַך אלעמען צושטעלן צו באלוינונגען".
אָבער באקומען די באלוינונגען האָט דאָס
פינפלינג ניט באוויזן...
הינטער מאָסקװע האָט זיך געגרייט די גרוי-
סע אָפּעראציע, אין וועלכער דער דריטער
גווארדיייַשער קאוואלעריע-קאָרפּוס האָט זיך
באזונדערס אויסגעצייכנט און באקומען די
גווארדיע-פאָן,
דער קאָרפּוס איז ארײַנגעפירט געװאָרן אינעם
דורכרײַס דעם 5 דעקאבער 1941. דעם 2 דעקא-
בער האָבן די אָפיצערן זיך פארזאמלט אף אן
אָװונטיברױט, און דערנאָך האָבן אלע זיך
געײַלט כאפּן א דרעמל, קעדיי קאיאָר זיך לאָזן
אין ועג ארײַן, צום דאָרף באָלשאָיע-װיסאַ-
קאָיע --- איינעם פון די פּונקטן, װוּ עס האָט זיך
קאָנצענטרירט דאָס מיליטער ערעוו דעם דורכ-
רײַס.
גאָלדע און ארסען האָבן צוגעקליבן פון די
טישן. דער פינפלינג האָט באשלאָסן אופשטיין
פריַער, לאָזן אין גאנג די מאשין און דעריאָגן
די קאוואלעריסטן אין דָאָרֹף, דאָרט פארגרייטן
פּראָדוקטן, און ביז די אָפיצערן װעלן קומען,
זאָל פארטיק זײַן דער פרישטיק,
איך געדענק, וי איצט, יענעם טראגישן פרי-
מאָרגן. מיר האָבן געזען, װוי אונדזערע שפּײַזער
מאטערן זיך און קאָנען ניט ברענגען אין אָר-
דענונג די מאשין. דער פראָסט האָט דערגרייכט
ביז 40 גראדוס. עמעצער האָט געזאָגט:
-- הערט אוף, כעוורע, צו פּאָרקען זיך אין
מאָטאָר, זעצט זיך ארײַן אין פורלעך און יאָגט
אונדז אָן.
די מאשין האָבן זיי פאָרט געבראכט אין אָר-
דענונג און אוועקגעפאָרן לינקס פון אונדז, מיטן
גריידער-וועג. זיי האָבן ניט געװוּסט, אן די
דײַטשן האָבן נאָך אן אומגעריכטער אטאקע
פארכאפּט דעם מיזרעך-טייל פונעם דאָרף. גאָל-
דע איז געזעסן צוזאמען מיטן שאָפער אנדריי,
פּאָלאָסין און יעגאָראָוו --- אין פארמאכטן קוזאָוו,
און זיי האָבן ניט באמערקט, װי די סאָלדאטן
האָבן צו זי עפּעס געשריִען און געמאכט מיט די
106
הענט. די פאשיסטן האָבן גערן דורכגעלאָזט די
מאשין אין דאָרף ארײַן. אנדריי איז צוגעפאָרן
גלײַך צום דאָרפּסאַָװעט. און דאָ האָבן פון פאר-
שיידענע זײַטן זיך א לאָז געטאָן צו דער מא-
שין דײַטשישע סאָלדאטן און אָפיצערן. דערזען
דײַטשן, האָט אנדריי גענומען דרייען די מא-
שין אף רעכטס און לינקס, קעדיי ארױיסרײַסן
זיך פון דער ארומרינגלונג, אָבער די דײַטשן
האָבן געשאָסן אין די רעדער, און איינע א גרא-
נאטע האָט זיך אופגעריסן באם מאָטאָר. פּאָלאָ-
סין און יעגאָראָוו האָבן געשאָסן פונעם קוזאָוו.
עטלעכע היטלעראָווצעס זײַנען דערהארגעט און
פארוװווּנדעט געװאָרן. אָבער אויך פּאָלאָסין און
יעגאָראָוו זײַנען שוין געווען שווער פארװוּנ-
דעט. מע האָט זיי ארויסגעשלעפּט פון דער מא-
שין און צעשטאָכן מיט די באגנעטן.
גאָלדען, ארסענען און אנדרייען האָבן די פא-
שיסטן געטריבן אפן פארהער. אין וועג האָט
גאָלדע שטילערהייט געזאָגט צו אירע כאויי-
רים:
-- פארגעסט ניט, אז מיר זײַנען קאָמיוגיסטן.
די דײַטשן טאָרן ניט וויסן, אז דאָ געפינט זיך
אונדזער גאנצער קאָרפּוס...
נאָכן פארהער האָט מען זיי ארויסגעפירט
אין הויף, אוועקגעשטעלט בא דער וואנט פונעם
שײַער, און עטלעכע פאשיסטן האָבן אויסגע-
שאָסן. געפאלן איז בלויז אנדריי.
-- זעט איר, -- האָט געשריען א דײַטשישער
אָפיצער, -- אף אײַך ווארט אויך דאָס זעלבע.
וועט איר שוין אמאָל ענטפערן?
גאָלדע און ארסען האָבן געשוויגן. דער אָפי-
צער האָט אָפּגעגעבן א קאָמאנדע אף דײַטש.
מע האָט זיי אוועקגעפירט, נאָר דאָס מאָל אין
פארשיידענע הײַזער...
גאָלדען האָט מען געבראכט אין א קליין קע-
מערל. די באלעבאטים פון דער שטוב האָט מען
ארויסגעטריבן אין שטאל ארײַן. א ייַנגל פון א
יאָר דרײַצן, וועמען די פאשיסטן האָבן ניט בא-
מערקט, האָט זיך פארוקט הינטערן אויוון און
איז געװאָרן אן איידעס פונעם ווילדן פארהער.
באם טיש זײַנען געזעסן דרײַ פאשיסטישע
אָפיצערן. איינער פון זי דער עלטערער, האָט
געפרעגט בא גאָלדען:
-- דו האָסט געזען, װי מיר האָבן דערשאָסן
דײַן כאװער? אזא סאָף ווארט אויך אף דיר.
כאָטש ניט אינגאנצן אזא.,
ער האָט עפּעס געזאָגט צו זײַנע קאָלעגן אף
דײַטש, און אלע דרײַ האָבן אויסגעשאָסן מיט
א געלעכטער.
-- אלזאָ, איך ווארט אף אן ענטפער: װאָס
פאר א מיליטער, װער איז דער קאָמאנדיר, װוּ
געפינט זיך דער שטאב!
-- איך האָב שוין געזאָגט, אז איך ווייס גאָר-
נישט ניט. איך האָב געהאָלפן דעם קוכער.
-- דײַן נאָמען איז אָלגע?
-- אזוי רופן מיך מײַנע פרײַנט. מײַן עמע-
סער נאָמען איז גאָלדע. איך הייס גאָלדע אנא-
טאָליעװונע קאָגאן!
-- איר, ייִדן, ברענגט צאָרעס דער גאנצער
מענטשהײַט! און מיר, אריִער, ראטעװוען די
וועלט פון אײַך.
-- איר ראטעוועט! איר?! צי דען דערמאָרדעט
איר נאָר ייַדן? אָט זײַנען מיר פינף מענטשן,
דרײַ פון אונדז האָט איר שוין דערהארגעט,
צוויי זײַנען געוװוען רוסן, און איר האָט זיי,
פארװװוּנדעטע, דערשטאָכן מיט די באגנעטן,
דערשאָסן האָט איר א װײַסרוס, און איצט גע-
פינט זיך אין אײַערע שמוציקע לאפּעס מײַן
פרײַנט, א גרוזינער. איך ווייס, אז איר װעט
אונדז דערהארגענען, נאָר צי דען איז דאָס א
סימען פון קויעך!
--- שװײַג, ייַדישע צויג! אנו, טו זיך אויס!
-- איך װעל זיך ניט אױסטאָן, איר קאָנט
מיך דערהארגענען אן אָנגעטאָנענע.
די פאשיסטן האָבן פון איר אראָפּגעריסן די
בגאָדים. זי האָט זיך קעגנגעשטעלט און גע-
שריען;
-- איך װעל אײַך גאָרנישט ניט זאָגן, מענוּי
די טריומפאלארקע
אנטקענן פענצטער
די פענצטער פון איזאבעלע רומערס דירע אפן
קוטוזאָװ-פּראָספּעקט געפינען זיך פּונקט אנט-
קעגן דער טריומפאליארקע. הײַנט-צוטאָג
שטייען דאָ פילשטאָקיקע הײַזער, זיי זײַנען
אויסגעוואקסן שוין נאָך דער מילכאָמע. אין
1 איז דאַ געװען א פּוסטער פּלאץ באם
ארױיספאָרן פון דער הױפּטשטאָט. אָבער גראָד
פונדאנען פלעגט זי, דער יונגער וויסנשאפט-
לעכער מיטארבעטער פון ניקאָלײַ אָסטראָווסקיס
מוזיי, ארויספאָרן אפן פראָנט. אינעם מוזיי האָט
איזאבעלע אָנגעהויבן ארבעטן טאקע אין 1941,
באלד נאָכן פארענדיקן דעם ליטעראטור-אינ-
סטיטוט אף גאָרקיס נאָמען.
אָנגעפירט מיטן אָסטראָווסקי-מוזײ האָט דעם
שרײַבערס פרוי ראיִסע פּאָרפיריעוונא אָסטראָװו-
סקאיא. א גאנצער דאָר סאָוועטישע מענטשן
איז דערצויגן געװאָרן אף די העראַָישע גע-
שטאלטן פון די ראָמאנען ,וי ס'האָט זיך פאר-
הארטעוועט שטאָל" און ,, געבוירענע אין שטו-
רעם". פּאווקע קאָרטשאגין איז געװאָרן די
פארקערפּערונג פון דרײיסטקײַט. אף זײַן בײַ-
שפּיל האָט מען זיך געלערנט בײַצוקומען באלי-
ביקע שװעריקײַטן. אָט פארװאָס ס'איז געווען
אזוי וויכטיק, אז אפן פאַָדערשטן פּלאצדארם
פונעם קאמף מיטן פאשיזם זאָל ריידן מיט אונ-
דזערע שלאכטלײַט אויך דער בריגאדע-קאָמי-
סאר ניקאָלײַ אָסטראָווסקי. ראיסע פּאָרפיריעװו-
נא פלעגט, ארױיספאָרנדיק אפן פראָנט, אָפט נע-
מען מיט זיך די יונגע מיטארבעטערן.
װאָלים! איר זײַט דען מענטשן, פארשאָלטן
זאָלט איר זײַן!
וועגן דעם האָט דאָס ייִנגל, װאָס איז געווען
אן איידעס פון אָט דעם שוידער, דערנאָך דער-
ציילט אונדזער אוױיסשפּירונג.
די פאשיסטן האָבן גאָלדען אױיסגעשטאָכן די
אויגן, אָפּגעשניטן איר די נאָז, די אויערן, אָנ-
געהויבן שנײַדן די ברוסט, נאָר אין דער דאָזי-
קער רעגע האָט די ארטילערישע שיסערײ פון
אונדזערע באטארייעס זיך פארשטארקט, די
סנאריאדן האָבן אָנגעהױבן פאלן אלץ נעענ-
טער, און איין סנאריאד האָט זיך אופגעריסן
אפן שטרויענעם דאך, די שטרוי האָט זיך אָנ
געצונדן, די פאשיסטישע פּײַניקער האָבן גע-
לאָזט ליגן זייער קאָרבן און זײַנען ארויסגע-
שפּרונגען פון דער שטוב. פונעם פענצטער איז
ארויסגעשפּרונגען אויך דאָס ייַנגל. די פארפּלי-
ניקטע גאָלדע איז געבליבן אין דער ברענענדי-
קער שטוב,
דאָוויד דאָברושין,
גווארדיע-פּאָלקאַװניק אין דעמיסיע
פונעם ערשטן טאָג פון דער מילכאָמע איז
געווען א פראָנטאָװיק איזאבעלעס מאן.
ניט לאנג צוריק האָט די צײַטונג ,ליטערא-
טורנאיא ראָסיֵא" אָפּגעדרוקט א ליד פון איר
טאָכטער -- לאריסע מילער -- געווידמעט דעם
פאָטער. וענדנדיק זיך צו אים, שרײַבט די יונ-
גע דיכטערן, אז זי איז איצט אלט פּונקט אזוי-
פיל, וויפל ער איז אלט געוען, בייס ער איז
אומגעקומען. דער טאלאנטפולער דרײַסיקיאָרי-
קער זשורנאליסט יעמעליאן מילער איז ארײַנ-
געטראָטן אין דער אָפּאָלטשעניע. א באפרל-
טער דורך דער מעדיצינישער קאָמיסיע פון דער
מיליטער-דינסט, האָט ער דאן געזאָגט: ,דאָס
איז א מילכאָמע מיטן פאשיזם, און איך קאָן
ניט שטיין אין א זײַט". אין 1942 האָט א פײַנט-
לעכע קויל איבערגעריסן זײַן לעבן. איצט איז
זײַן נאָמען פארשריבן אף דער מעמאָריאל-
ברעט, וועלכע הענגט אין דער רעדאקציע פון
דער , ליטעראטורנאיא גאזעטא".
איזאבעלע רומער איז געבליבן מיט א זעקס-
כאדאָשימדיק קינד אף די הענט. זי האָט אָפּי
געפירט דאָס טעכטערל קיין קוּיבישעוו צו דעם
זיידן מיט דער באָבען און אליין אװועק ארי
בעטן אינעם מיליטערישן זשורנאל ,קראסנאָי
ארמייעץ". אין אזעלכע פאלן זאָגט מען, אז זי
האָט פּונקט װי אונטערגעכאפּט די פּען װאָס
איז ארויסגעפאלן פונעם מאנס האנט,
אין מעשעך פון דער גאנצער מילכאָמע האָבן
זיך געדרוקט אין אָט דעם זשורנאל איזאבעלע
107
איזאבעלע רומער
רומערס פּראָנט-נאָטיצן. ווען מע װאָלט אצינד
צונויפגעזאמלט די פארצייכענונגען פונעם אומ-
דערמידלעכן מיליטערישן קאָרעספּאָנדענט,
װאָלט זיך באקומען א בוך וועגן העלדנמוט ניט
בלויז פון די סאָוועטישע סאָלדאטן, נאָר אויך
פונעם אװטאָר אליין, דער סאָוועטישער פרוי,
וועלכע איז אויסגעווען אף פיל שלאכטפּאָזי
ציעס און עס האָבן זי גוט געקענט סײַ פליער,
סײַ טאנקיסטן, סײַ פּארטיזאנער.
אף דער ביכער-פּאָליצע אין אי. רומערס די-
רע קאָן מען זען א סאך טײַערע מאטאָנעס. אפן
טיטליבלאט פון א. סעראפימאַוויטשעס , אײַזער-
נער שטראָם" האָט דער מעכאבער אָנגעשריבן:
,דעם פּרעכטיקן רעדאקטאָר, וועמענס אײַנגע-
שפּארטקײַט קינער קאָן ניט בײַקומעף.
ס. מארשאק שענקט איר זײַן בוך מיט אזא אופ-
שריפט: ,דעם טײַערן רויטארמייער -- פונעם
גאנצן הארצן". א. אכמאטאָווא: ,,איזאבעלע ווע-
ניאמינאָוונען אן אָנדענק וועגן אונדזער באגע-
געניש". דעם מיליטערישן קאָרעספּאָנדענט
פונעם זשורנאל ,קראסנאָארמייעץ?" האָט גע-
שענקט די ערשטע אויסגאבע פון זײַן ,וואסילי
טיאָרקין" אויך א. טווארדאָווסקי.
מיט די דאָזיקע און מיט פיל אנדערע בארימ-
טע מײַסטערס פון דער סאָוועטישער ליטעראטור
האָט איזאבעלע רומער זיך באפרײַנדעט אין די
מילכאָמע-יאָרן. זי איז געפאָרן אפן פראָנט אי
ניינעם מיט א. טאָלסטאַי, װו. לעבעדיעוו-יקו"
מאטש, ס. שטשיפּאטשאָװ. אָלס פאָרשטייער
פונעם סאָלדאטישן זשורנאל האָט זי אָרגאני-
זירט די באגעגענישן פון די שרײַבער מיט די
שלאכטלײַט.
דער כיינעוודיקער, ענערגישער, פלינקער בע-
לאָטשקע, װוי מ'האָט זי גערופן אין רעדאקציע,
108
איז אויסגעקומען פליען אף שלאכט-אעראָפּלא-
נען, זיך ארופכאפּן אף פארבײַפאָרנדיקע אוו"
טאָמאָבילן, דורכשפּאנען פיל קילאָמעטער צוי
פוס. בייס איינעם א פלוג אפן בארימטן האָרע-
פּאשניק צווישן די אעראָפּלאנען ,או-2" האָט גע-
טראָפן אן אוואריע, און דעם פּליער האָט זיך
מיט א נעס אײַנגעגעבן צו לאנדן אין א וואלד.
דערנאָך האָבן זיי צוזאמען, דער פליער און די
פּאסאזשירקע, מיט די לעצטע קויכעס געלאָזט
דעם מאָטאַר, און די רעדאקציע האָט באקומען
דעם מאטעריאל צו דער צײַט.
איזאבעלע רומער דערמאַנט זיך וועגן עפּי
זאָדן, װאָס האָבן זיך פארגעדענקט אפן גאנצן
לעבן. אָט, אשטייגער, דעם סאניטאר-צוג, מיט
וועלכן זי האָט זיך איינמאָל אומגעקערט פונעם
פראָנט, און די פאשיסטישע אעראָפּלאנען האָבן
גענומען אים באָמבארדירן. זיי האָבן אויסגע-
צייכנט געזען די רויטע קרייצן אף די דעכער
פון די וואגאָנען, נאָר געװאָרפן באָמבעס און גע-
שאָסן פון קוילנווארפערס, װען מיר האָבן
ארױיסגעטראָגן די פארװוּנדעטע. אזוינס פאר-
געסט זיך ניט..
זײַן א פראָנטיקאָרעספּאַנדענט איז ניט
לײַכט--מע שטעלט אײַן דאָס לעבן באגלײַך
מיט די שלאכטלײַט. אָבער צוזאמען דערמיט
האָט יעדער טאָג געבראכט מיט זיך די פרייד
פון דערוויסן זיך נײַס וועגן העלדישקײַט, וועגן
דער גרױסקײַט פון דער מענטשלעכער נעשאָ-
מע. אומפארגעסלעך איז געווען די באגעגעניש
מיט דעם בארימטן סנײַפּער ליודמילע פּאווליי
טשענקאָ, וועלכע האָט פארניכטעט צו יענער
צײַט העכער דרײַ הונדערט פאשיסטן. אין מײַ
2 האָט אף די זײַטן פונעם זשורנאל ,קראס-
נאָארמייעץ? זיך באוויזן א פאָטאָגראפיע פון
נאָך דרײַ סנײַפּערס --אי. בעלאָװן, א. גוי
ליאיעוון, נ. ספּירינען. די זשורנאליסטקע האָט
געפונען פּראָסטע, הארציקע וװערטער אף צו
דערציילן וועגן זיי.
א סאך מיליטערישע קאָרעספּאָנדענצן האָט
רומער געווידמעט די העלדנטאטן פון די מילי-
טערישע פליִער. נאָך הײַנט לייענט זיך מיט
גרויס אינטערעס איר פארצייכענונג וועגן דער
לופט-שלאכט פון פינף סאָוועטישע אעראָפּלא-
נען קעגן דרײַסיק דײַטשישע. די פליער װו. יעפ-
רעמאָװו, ב. זשורין, פ. דאכאָוו, פּ. פּעסקאָוו און
אי. לעווייקין האָבן פארניכטעט אין אָט דעם ניט
גלײַכן געראנגל פינף פאשיסטישע אעראָפּלאנען
און די איבעריקע געצװוּנגען פארקערעווען אף
צוריק.
דעם מיליטערישן קאָרעספּאַנדענט איזאבעלע
רומער איז אויסגעקומען צו פליִען אויך אף
באָמבארדיר-אעראָפּלאנען. און ווען זי האָט זיך
באגעגנט מיטן העלד פונעם סאָוועטנפארבאנד
וו. קאפּיטאָנאָוו, וועלכער איז הונדערט מאָל
געפלויגן באנאכט אינעם טיפן דײַטשישן הינ-
טערלאנד, און מיטן צוויי מאָל העלד פון סאָ-
וועטנפארבאנד א. מאָלאָדטשי, דעם אָנטײלנע-
מער פון די ערשטע אָנפּליַען פון דער סאָוועטי-
שער אויאציע אף בערלין, -- האָט זי אײַנדרוקס-
פול דערציילט וועגן דעם אף די זײַטן פונעם
זשורנאל.
הײַנט איז בא אונדז אין לאנד ניטאָ אזא
מענטש, וועלכער זאָל ניט האָבן געהערט וועגן
דעם דרײַ מאָל העלד פון סאָווטנפארבאנד, דעם
אוויאציע-מארשאל א. פּאַקרישקין. איזאבעלע
רומער האָט געהאט דאָס גליק איינע פון די
ערשטע צו דערציילן וועגן אים אף די זײַטן
פון דער פּרעסע. א גוואלדיקן אײַנדרוק האָט
געמאכט אף איר דער דאָזיקער פּראָסטער
העלדנמוטיקער מענטש.
פרילינג 1943 איז רומער אין דער אוניפאָרם
פון א ייַנגערן פּאָליטרוק אָנגעקומען אינעם
פרויישן אװיאציע-פּאָלק, וועמענס קאָמאנדיר
ס'איז געווען די בארימטע פּליִערן וואלענטינע
גריזאָדובאָווא.
-- דִי פאשיסטן האָבן אוועקגענומען בא אונדז
די טאטעס, די ברידער, די מענער, די געליבטע.
זיי האָבן אופגעהויבן א בלוטיקע האנט אפן
סאמע טײַערסטן --אף אונדזערע קינדער..
אזוי האָט איר געזאָגט גריזאָדובאָווא, און די
דאָזיקע ווערטער האָבן זיך אינגיכן באוויזן אף
די זײַטן פונעם זשורנאל , קראסנאָארמייעץ",
זשורנאליסטן שרײַבן פארצייכענונגען און
רעפּאָרטאזשן, קאָרעספּאָנדענצן און ארטיקלען.
מעמוארן שרײַבן זיי זעלטן. דאָס דורכגעלעבטע
און געזעענע בלײַבט איבערהױיפּט אף די זײַטן
פון דער פּערי;אָדיק. נאָר װוען דער מיליטערי-
שער קאָרעספּאָנדענט אי. רומער זאָל אָנשרײַבן
אירע זיכרוינעס, -- וויפל בארימטע און אָפט
אומבאװוּסטע העלדן װאָלטן אופגעלעבט פאר
אונדז! געוויס װאָלט אין אזא ביכל זיך געפונען
אָרט פארן סטארשינא בריליאָוו, וועלכער האָט
איינער קעגן זעקס געפירט א שלאכט מיט פא-
שיסטישע טאנקען און פארברענט דרײַ פון זיי.
מיר װאָלטן דאָרט, פארשטייט זיך, איבערגע-
לייענט וועגן דער באגעגעניש פון איזאבעלע
רומער מיט די לעגענדארע יעגאָראָוו און קאנ-
טאריא, וועלכע האָבן אופגעהויבן די פאָן פון
זיג אפן געפאלענעם רײַכסטאג.
צענדליקער קאָנצערט-בריגאדעס פון סאָווע-
טישע ארטיסטן פלעגן רעגולער ארויספאָרן אף
די פראַנטן. אויך וועגן דעם האָט איזאבעלע רו-
מער דערציילט אין איר זשורנאל. שרײַבן וועגן
די קונסט-מײַסטערס איבערצײַגעװדיק און אינ-
טערעסאנט האָט איר געהאָלפן די באהאװונטקײַט
אין קונסט.
פארגעדענקט האָט זיך אזא עפּיזאָד.
אף א לאָנקע, װאָס איז פון אלע זײַטן ארומ-
גערינגלט מיט סאָסנע-וואלד, טרעט ארויס לעאָ-
ניד אוטיאָסאָוו. מיט צוואנציק מינוט צוריק זײַ-
נען זײַנע צושויער געגאנגען אין א באגנעטן-
אטאקע און אָפּגעטריבן די פאשיסטן. איצט, נאָך
ניט קיין אָפּגעקילטע פון דער שלאכט, הערן
זיי לידער אין דער אויספילונג פונעם באליבטן
ארטיסט. בייסן קאָנצערט דערהערט זיך אן אר-
טילערישע קאנאָנאדע. זעט אויס, ס'גרייט זיך
א נײַע אטאקע אונדזערע.
-- כעוורע, -- ווענדט זיך אוטיאָסאָוו צוֹ די
שלאכטלײַט, -- װער דיריזשירט עס דאָרטן מיטן
דזשאז, וועלכער װעט דערלאנגען די פאשיסטן
אין דער זיבעטער ריפּ?
-- װאָס הייסט װער?--האָט געענטפערט
איינער פון די סאָלדאטן. -- דער קאָמאנדיר פון
אונדזערע ארטילעריסטן אלעקסיי בערג.
-- כעוורע, דאָס איז דאָך אונדזער בערג, אן
ארטיסט פון אונדזער דזשאזיאָרקעסטער!--
האָט אויסגעשריגן אוטיאָסאָו. -- מע קאָן גלײַך
זען, פון וועלכער שול ער קומט..
די רעדאקציע פונעם זשורנאל ,קראסנאָאר-
מייעץ" האָט זיך געפונען אין דער געבײַדע פו-
נעם צענטראלן הויז פון דער סאָוועטישער אר-
מיי. די מיטארבעטער פונעם זשורנאל האָבן
געלעבט לויטן מיליטערישן רעזשים. אװעק-
גײיענדיק, האָט יעדערער געדארפט פארשרײַבן,
װווּ און ווען װעט ער זײַן, מע זאָל אים קענען
גיך געפינען. איזאבעלע רומערס מארשרוטן זײַ-
נען געווען קימאט אלציינע אלע טעג: רעדאק-
ציע -- פאָדערשטע פּאָזיציע, פאָדערשטע פּאָזי
ציע -- רעדאקציע.
..אין דער קויבישעווער דירע, װוּ ס'האָבן
געװווינט אירע עוואקװירטע עלטערן מיטן איי-
ניקל, איז איזאבעלע רומער אראָפּגעקומען, וי
עס קומט א סאָלדאט פונעם פראָנט--אף א
קורצװײַליקן אורלויב. זי איז טאקע געװען א
סאָלדאט אין עמעסן זין פון װאָרט. און די
טעג, ווען די מאמע איז געווען אין דער היים,
האָט די קליינינקע לאריסע ניט אראָפּגענומען
פונעם קאַפּ איר שלעם מיטן רויטן שטערן.
אין 1944 האָט דער זשורנאל ,קראסנאָאר-
מייעץ" אָפּנעמערקט דעם צוואנציקסטן יאָר-
טאָג פון זײַן עקזיסטענץ. די רעגירונג האָט
אים באלוינט מיט אן אָרדען פון רויטן שטערן.
דעם אָרדען האָט אין קרעמל איבערגעגעבן מ.
אי. קאלינין. צװישן די באלוינטע מיטארבעטער
פונעם זשורנאל איז געווען אויך איזאבעלע רו-
מער. דריקנדיק איר די האנט, האָט מיכאיל אי-
וואנאָוויטש א שפּאס געטאָן:
-- דער שטערן פארמאָגט פינף עקן, און איי-
נער פון זיי איז אײַערער,
הײַנטיצױיטאָג איז איזאבעלע רומער, לױטן
מאן -- פאדייעווא, ברייט באקאנט דער פּעדא-
גאָגישער געזעלשאפּטלעכקײַט פון דער הויפּט-
שטאָט. זי איז איצט א דערפארענער פּעדאגאָג
פון מוזיק. אָפּט קלינגען אינעם קינדערגאָרטן,
וװוּ זי ארבעט, אויך מעלאָדיעס פון די מילכאָמע-
יאָרן, און דאָס איז גאנץ נאטירלעך -- זיי זײַ-
נען אן אייגנארטיקע געשיכטע פון אונדזער
העראָיַשער פארגאנגענהײַט.
...פון איזאבעלע רומערס דירע זעט מען די
טריומפאל-ארקע. די רו און דער װוױילזײַן זײַנען
געקומען אין איר לעבן נאָכן קריג. קעדיי דער-
גרייכן דאָס אלץ, האָט מען געדארפט באזיגן
דעם סוינע. און אין אָט דעם אלפאָלקישן זיג
האָט איזאבעלע רומער אויך איר באשיידענעם
כיילעק.
אי. אָקוניעוו
װעלװל װערניק
וי אין שפיגל
דער מאמעס הענט
איך װאָלט זיי צווישן טויזנטער דערקענט --
דער מאמעס צארטע, האָרעפּאשנע הענט,
װײַל אלדאָס גוטס, װאָס זי האָט נאָר געקענט,
געטאָן עס האָבן אירע גוטע הענט,
ווער-ווער, נאָר איך, איך ווייס עס זייער גוט:
מײַן מאמע, זי האָט קיינמאָל ניט גערוט.
אין שניייִק-יװײַסע, ציכטיק-ריינע ווענט
האָב איך דערקענט
די מי פון אירע גוטע הענט.
געפעכלט האָט פון ציכטיקײַט דאָס וועש,
פון סאמאָוואר געבלאנקט עס האָט דאָס מעש,
וי געלעכלעך געווען זײַנען די דילן,
די אָנגעמידטע הענט זי פלעג אין אָװנט שוין ניט פילן.
איך װאָלט זיי צווישן טויזנטער דערקענט,
דער מאמעס הענט,
מײַן מאמעס הענט,
ברויט
ווען מע דערלאנגט אצינד צום טיש
א לעבל ברויט, װאָס איז נאָך פריש --
כ'דערמאָן זיך די בלאָקאדע,
דעם הונגער לענינגראדער.
כ'דערפיל דעם טאם פון פראָסט און קעלט,
פון א פארטריקעניש אין פעלד...
מיט יעדן אָדער
פיל איך דאן,
וי ער איז שווער,
פון ברויט א גראם,
וי ער איז זיס,
פון ברויט דער ביס.
צוגאסט אין הײַסין
(רעפּאָרטאזש)
אין שטעטל הײַסין כ'בין געקומען --
מײַן קינדהײַט האָב איך דאָ פארבראכט,
ס'איז ווידער יול, ס'איז ווידער זומער,
פּונקט וי אמאָל די נאכט איז צארט,
אף געסלעך שמאָלע די לעװאָנע--
איר געלן מעש זי שיקט פון רוים.
און פּאָרלעך (כ'קען זיי ניט אין פּאָנעם),
זיי קושן זיך בא יעדן בוים,
10
אף דער ראבאָטשי-גאס די שטיבער,
איך האָב קיין איינע ניט דערקענט,
שוין מער פון דרײַסיק יאָר פאָריבער --
פאשיסטן האָבן אלץ פארברענט.
ניטאַ שוין מער איז אונדזער כאטע,
װאָס איז מיט ליים געווען געשמירט,
פונוואנען ס'האָט אמאָל מײַן טאטע
אין ערשטן קלאס מיך אָפּגעפירט.
יך
נאָר נאָכן קריג איז אלץ געענדערט,
די גאס איז אויסגעבויט אפסנט,
װווּהין נאָר מײַנע אויגן כ'ווענדע --
א נײַע שטוב, א נײַ געבײַ.
שוין אספאלטירט די טראָטוארן,
און גרין די ביימער אומעטום,
קיין װילדגראָז וואקסט שוין ניט אין יארן,
מיט בלומען שמעקט איצט דער ארום.
איך קוק אף שילדן, וי אין שפּיגל,
און קען ניט אָפּרײַסן דעם בליק;
אָט דאָ ניט װײַט מע מאכט איצט ציגל,
און אָט איז זי, די ניייפאבריק,
באָריס מאַגילנער
ניט װײַט איז די פאבריק פון מעבל,
די טרויבן פון זאװאָד פון ספּירט,
געפעס-זאװואָד אָט דאָ דערנעבן,
דער ברויט-זאװאָד און דער קאָלװירט.
מײַן שול-כאווער אװוראָם ארשינאָוו,
דירעקטאָר פון א קאָמבינאט --
באגעגנט אים כ'האָב בא מאשינעס,
ניט לאנג מ'האָט זיי אהער געבראכט.
און מענטשן מיִען זיך מיט ליבע.
אף יעדן שפּאן, אף יעדן טראָט
פילשטאָקיקע מע בויט דאָ שטיבער --
עס וואקסט א גרינע שיינע שטאָט.
יאם= לידער
געראנגל
געקניפּט און געבונדן ביידע,
זיי קענען זיך ניט צעשיידן --
דער יאם און די ערד.
פרײַנט זײַנען זיי אָדער סאָנים!
זיי ווייסן דאָס ניט, אפּאָנעם --
דער יאם און די ערד.
זייערע שטארקע נעשאָמעס
פירן אָן אופהער מילכאָמּעס --
פאר יאם און פאר ערד.
עס שלײַדערט דער יאם זײַנע װעלן,
ער ברעכט בא דער שכּיינע די שװעלן --
דער יאם בא דער ערד.
מיט שטיינער די ערד אים באגעגנט,
מיט פעלדזן פארשטעלט אים די וועגן --
זי שטרײַטן, דער יאם און די ערד.
דער קאמף איז א לאנגער, א שװערער,
ווער קויכעס באװײַזן װעט מערער --
דער יאם צי די ערד?
א ביסל געשטילט די באגערן,
מידע און מילדע זיי װוערן --
דער יאם און די ערד,
זיי רוען, זיי שמייכלען, זיי שלאָפן,
און װוידער זיך ראנגלען, זיי האָפן --
דער יאם און די ערד.
פּערל
ס'קאָן זײַן, אז די זון אינעם הימל דעם ריינעם
געװאָרן א ביסל איז קאליע:
צעשפּאָלטן זי האָט זיך, און שפּליטערן קליינע
צעשאָסן אין יאם אף די כוואליעס.
איצט יאָגן זי אלע צום ברעג זיך בארימען,
באװײַזן די גאָלדענע פלעקן.
וי ווילדע, זיי שרײַען מיט טויזנטער שטימען
און פּרוּװון די שטיינער צעוועקן,
ווו
נאָר ווערן צעשמעטערט אף טויזנטער טראָפּנס,
אף זויבערע קילבלעכע בליצן.
און פריילעך דעם ברעג פון די פיס ביז צוקאָפּנס
מיט זוניקע פּערל באשפּריצן,
עס ווערט ניט פארפאלן דער פּורפּור פון שפּליטערס,
ער צאפּלט אין כוואליעס אין נײַע.
אָן אופהער דעם זון-שטויב זיי שיטן און שיטן --
אף לאנג בא דעם יאם קאָן ער סטײַען.
א כיטרע דער יאם איז -- די אויגן פארבלענדט ער,
קעדיי אין דער טיפעניש קאלטער
בא זיך אפן דעק, נאָך ביז איצט ניט דערקענטע,
די עמעסע פּערל באהאלטן.
כ'װאָלט גלייבן,
אז דער יאם איז ערלעך,
ווען ער איז שטיל
אין דעם פרימאָרגן.
כ'געדענק אָבער
צום אַנדענק פון לייע קאָלינע
עס איז געשטאָרבן איינע פון
די אָנגעזעענע שישפּילערנס פון
דער ייִדישער בינע לייעי קאָלינע.
די ייַדישע טעאטראלע קונסט האָט
פארלוירן אן אקטריסע פון א
גרויסן דיָאפּאזאָן.
אין אָנהייב פון די דרײַסיקער
יאָרן קומט לייע קאָלינע אָן זיך
לערנען קיין מאָסקװע אין דער
באװוּסטער מיערכאָלד-סטודיע.
ווען אין ביראָבידזשאן עפנט זיך
דער ייִדישער מעלוכעיטעאטער,
איז זי צװישן די ערשטע מיט-
גלידער פון זײַן קאָלעקטיוו. אינ-
גיכן װערט זי א ליבלינג פונעם
ביראָבידזשאנער צושויער.
מיט יעדער נײַער ראָל וואקסט
קאָלינעס סצענישע קונסט --אָנ-
הייבנדיק פון דער פארקערפּערונג
פון דער רעװאָליוצ;אָנעריראָמאנ-
טישער ראָל פון זיאמקע קאָפּאטש,
ביז די ראָלן פון סאָנקע אין , אינ-
טערווענץ", קאראָלינע אין , צוויי
קונילעמל", יעהודעס אין , אוריעל
אקאָסטא", ראָכעלע אין , סטעמ'
פּעניו", עטיע-מעניע אין .200.000",
באסיע אין ,קאָלדוניע" אא.
אין די לעצטע יאָרן איז לע
קאָלינע ארױסגעטראָטן אין בא-
שטאנד פונעם מאָסקװער ייַדישן
דראמאטישן אנסאמבל, װוּ עס
האָט זיך נאָך בוילעטער אנט-
פּלעקט איר שוישפּילערישער טא-
לאנט. דער צושויער האָט זי גע-
זען אין די ראָלן פון דאָנא מא-
ריִע (,די שפּאניער"), פון גאָלדען
(, טעוויע דער מילכיקער"). לע
קאַָלינע אין געװען א זעלטענע
פאַרלעזערן פון די װערק פון די
קלאסיקער פון דער ייִדישער לי-
טעראטור און פון א ריי סאָווע-
טישע ייִדישע שרײַבער.
גרויס איז דער צושטײַער,
וועלכן לייע קאָלינע האָט ארטנ-
געטראָגן אין דער ייִדישער טעא-
טראלער קונסט. עס טרויערן אי-
כ'געדענק אָבער,
וי ס'איז געפערלעך
דער קאס, װאָס ליגט
אין אים פארבאָרגן.
בערן פארלוסט אלע די,
װאָס
האָבן געקענט אָט דעם הארציקן,
באשיידענעם מענטשן, די טאלאנט-
פולע ייִדישע שוישפּילערן.
ערע איר אָנדענק.
112
יויסעף בורג
קורצע דערצײלונגען
באם יאם
אלע, יאָר, אין איין און דער זעלבער צײַט,
איך ווייס אפילע פּינקטלעך ווען, הייבן זיך אוף
איבער די בערג סטײַעס פייגל און לאָון זיך
אוועק אין װײַטע ווארעמע קאנטן. איך פא-
רײַס, װי אין דער קינדהײַט, דעם גרויען קאָפּ
צום הימל און קוק נאָך זייער פלי, הער זיך
אײַן אין זיײיערע זילבערנע קלאנגען, װאָס מישן
זיך אויס מיטן הארבסטיקן רויש פון די וועל-
דער, גלײַך ביידע װאָלטן זיך געזעגנט, און
מיר דאכט זיך, אז די בערג װערן מיטאמאָל
פאריאָסעמט.
שטילע, דרימלענדיקע בערג, װי א פּלאָנטער
פון פארבן, אײַנגעהילטע אין לײַכטע נעפּלען,
גלײַך דער באשעפער װאָלט צוננויפגענומען
דאָס גאָלד פון דער זון, די גרינקײַט פון די
סאָסנעס און דעם שמייכל פון א קינד, און אויס-
געוועבט דערפון א װוּנדערלעך געוועב.
קייטלען זיי זיך שוין טויזנטער יאָרן לענגויס
די רויטלעכע האָריזאָנטן, בארוישטע פון זייער
אייגענער שײינקײַט.
אין טאָג פון מײַן געבוירן האָבן זיי ארלינ-
געקוקט אין מײַן פענצטער. א צארט-פארטראכ-
טער ווינט האָט געזונגען מיר א ויגליד, און
דער רויש פון פארבענקטע ווערבעס, אריבער-
געבויגענע איבער שפּיגל-ריינע טײַכןן, האָט
דערציילט מיר אלטע אומעטיקע לעגענדעס..
ס'נעמט דער הײַנט זײַן אָנהײב אינעם נעכטן,
איך פארמאך די אויגן און הער טריט, פאר-
הוילענע טריט פון ייַנגלעך און מיידלעך, זין
און טעכטער פון מײַן דאָר, וועלכע האָבן פאר-
לאָזט זייערע אײַנגעפונדעוועטע ייִדישע היימען,
און אין פינצטערע נעכט געשפּאנט איבער טוי-
בע סטעזשקעס און וועגן, טראָגנדיק אין פאר-
װאָרפענע דערפער און ייִשוּװים דעם ליכטיקן
טרוים פון א נײַער וועלט. א טרוים פון פּאָעטן,
װאָס האָבן זייער באגײַסטערונג ניט אויסגעזונ-
גען אף פּאפּיר, נאָר, װוי א טײַערן מאשקן, אָפּי
געגעבן דעם לעבן. און ווען טױט האָט צע-
שטערט די בעריישעסדיקע שטילקײַט, און סריי-
פעס האָבן פארשלונגען שטעט און דערפער,
האָבן זיי אין פּארטיזאנישע טיילן זיך געשלאָגן
מיטן סוינע און זײַנען געפאלן אף די זעלבע
וועגן, געפאלן קעדיי נאָכאמאָל אופשטיין, אָדער,
שטארבנדיק, ווערן אומשטערבלעך...
שוועבן איבער די בערג גרויסע שאָטנס פון
א מוטיקער פארגאנגענהײַט, די ארומיקע נאטור
אָטעמט מיט העראָיִשע שטימונגען, און ס'דאכט
זיך מיר צומאָל, וי די אָפּפליענדיקע פייגל פאר-
טראָגן די שטימונגען צו אנדערע װײַטן.
היימישע קארפּאטן!
זיי האָבן, װי א מיראזש, געבלענדט איבער
פארקניפּטע ועגן פון מײַן לעבן.
װוּ בין איך עס ניט אויסגעוועף!
אף צאָפן האָב איך געזען דעם קישעף פון
װײַסע נעכט, און אף דאָרעם -- שטומע זאמדי-
קע מידבאָריעס, מיט כמורע פארגליװװוערטע
האָריזאָנטן. כ'האָב געזען גאָלדענע סטעפּעס און
נאקעטע בערג, וי ריזיק פארשטיינערטע קעמ"
לען, באדעקטע מיט אײיביקן שניי..
און אומעטום האָט זיך מיר אויסגעוויזן גייט,
וי אן אייגענער שאָטן, מיר נאָך דער אומרו
פון היימישע ועלדער, און דער רויש פונעם
היימישן ווינט.
נאָר ס'האָט אזוי זיך באקומען, אז קיין לע-
בעדיקן יאם האָב איך אף מײַנע וואנדער-וועגן
קיינמאָל ניט געזען, ביז איינעם א זומערדיקן
פארטאָג האָט אן אעראָפּלאן מיך אופגעהויבן
איבער די בארג-הייכן, פארטראָגן צו די כמא-
רעס, דעם שווארצן יאם אנטקעגן, און מיר האָט
זיך געדאכט, אז דער יאם דארף זײַן ענלעך צו
די הימלישע ראכוועסן און צום טונקל-גרינעם
שטורעם, װאָס דונערט איבער די בערג.
דער טאָג האָט אריבערגעשפּאנט די צווייטע
העלפט.
א זאלציק ווארעם וינטל האָט שטיפעריש
גערוישט אין די צװײַגן פון שלאנקע קיפּאריסן,
און דער ברויזנדיקער יאם האָט געטריבן צום
ברעג זײַנע גרויסע, שװוערע כוואליעס.
113
איך האָב דערזען פאר זיך אן אומענדלעך
בלויע װײַטקײַט, א בלויען געװעלבטן הימל
און בלויע אויגן פון א בלומעז-פארקויפערן באם
פּאָרט. און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װי איך
האָב דערזען דרײַ הימלען מיטאמאָל,
-- גלאדיאָלוסן װײַסע, רױטע!
א הייסער שמייכל, װי די שטראלן פון דער
דאָרעם-זון, האָט מיט א צאפּלדיקער פרייד גע-
שפּילט אף אירע פולבלעכע ליפּן. פײַכטע ציין
האָבן באלויכטן איר קופּער-ברוין פּאָנעם, און
א הויפן גאָלדיק-שװערע האָר זײַנען מיט א לע-
בעדיקער װאָג אראָפּגעפאלן איבער אירע שמאָ-
לע אקסלען און שטאָלץ פאריסן איר דעם קאָפּ,
איך האָב געקויפט עטלעכע בלומען. פאר
וועמען? גלאט אזוי, קעדיי פון דער נאָענט זיך
אנציקן מיט דער הארמאָנישער שײינקײַט, מיטן
יונגן צויבער פון אירע גראצ;עזע באוועגונגען,
און מיר האָט פּלוצעם זיך אויסגעוויזן, אז דער
יאם האָט זיך צעזונגען, געזונגען ברייט און
פײַערלעך:
קוק ניט, זאָג ניט, איך בין שווארץ,
לויטער פײַער אין מײַן הארץ.
און דער ווינט אין די קיפּאריסן-צװײַגן האָט
אויך געזונגען שיריהאשירים.
איך בין ארוף אפן אייבערשטן דעק פון א
שיף, װאָס האָט באדארפט אינגיכן אָפּשװימען,
און באװוּנדערט דעם יאמס ,מענערישע
קראפט", באװוּנדערט זײַן גוטמוטיקע פאר-
טראכטקײַט, מיט וועלכער ער טרײַבט זײַנע כווא-
ליעס פון ברעג צו ברעג. טרײַבט זיי א יאָר,
צוויי און עפשער גאנצע טױיזנט נאָכאנאנד,
טראָגנדיק די זעלבע ברויזנדיקע שטילקײַט.
ארום מיר א געמיש פון פעלקער און קלי-
מאטן. מענטשן פון פארשיידענע טיילן וועלט
האָבן געבראכט אהער דעם רייץ און טעמפּע-
ראמענט פון זייערע היימען. לעשוינעס האָבן
זיך געפּלאַנטערט אינעם רויש פונעם יאם, כווא-
ליעס האָבן געטאנצט זייער אײיביקן טאנץ און
די דאָרעםיעקזאָטיק האָט געשימערט מיט דער-
הויבענע שטימונגען.
א מאן אין די יאָרן, װעלכער האָט אף א
האלבן מעסלעס באדארפט וערן מײַן קאיוטע-
שאָכן, האָט מיר אויסגעשטרעקט א ברייטע,
פעסטע האנט.
-- מאָיסײי איזראילעוויטש אגא!
איך האָב זיך פארנייגט.
-- איר פאָרט אויך קיין יאלטע?
ער האָט אָפּגעענטפערט פּונקט אזוי קורץ, װוי
איך האָב געפרעגט. אפילע זײַן טיפן, נידעריקן
באס האָט ער געפּרוּװוט צופּאסן צו מײַן שטים.
זײַן פּאָנעם לענגלעך, טונקל-ברוין, און די
אויגן, אָנגעפילט מיט א שװערן ערנסטן בליק,
האָבן נאָך עלטער געמאכט זײַן אויסזען. ער
114
האָט געטראָגן א שווארצע אוניפאָרם אָן פּאָגאָ-
נעס, אף זײַן ברוסט האָט געפינקלט א גאָלדן
שטערנדל.
ווער איז ער! אן אויסגעדינטער מאטראָס פון
יענע ברענענדיקע שיפן בא נאָװאָראָסייַסק, װאָס
װעלן שוין קיינמאָל מער ניט דורכשנײַדן די
יאםיוואסערן, צי עפשער גאָר איינער פון יענע
מוטיקע קאפּיטאנען, װאָס האָבן צוויי הונדערט
פופציק טעג נאָכאנאנד פארטיידיקט סעוואס-
טאָפּאָל?
זײַנע טונקעלע, רויַקע אויגן, אויגן פון א
שיפמאן, װאָס האָט אסאך געזען, האָבן געקוקט
אף מיר מיט א ווארעמער גוטסקײַט.
-- נו, וי געפעלט אײַך דער שווארצער יאם,
א קראסאוועץ?
ער איז ניט געשװוּמען, וי איך, אף אָפּרו קיין
יאלטע. טאוורידע איז געווען זײַן היים, און דער
יאם פון קינדװײַז אָן -- זײַן גליק און זײַן גוירל.
ס'האָבן שוין לאנג זיך געזילבערט זײַנע האָר.
דער בליק איז געװאָרן מיט יאָרן טריב און
שווער. א שווערער בליק, װאָס זעט װײַט.
יון 1941,
די צײַטונגען האָבן געשריבן וועגן דעם, אז
דײַטשישע טאנקען זײַנען פארעטעריש אריבער
די סאָוועטישע גרענעץ...
אין איינער א נאכט, ווען די לעװאָנע האָט
געטאנצט אין די קרוינען פון קיפּאריסן, און
דער יאם האָט שטיל געברומט, האָבן מיידלשע
ליפּן געמורמלט:
-- איך װעל דיך שוין מער ניט זעף
ער האָט אָפּגעענטפערט:
-- װאָס רעדסטו, נארישע?!..
און געקוקט אף איר מיט גוטע, טרייסטנדיקע
בליקן.
דערנאָך זײַנען געווען בלוטיקע שלאכטן..
-- גוט, ווען ס'װאָלטן מער קיין מילכאָמעס
ניט געווען אף דער וועלט. ווען יונגע פרויען
װאָלטן געװאָרן מאמעס און ניט קיין פריצלי-
טיקע אלמאָנעס.
פּלוצעם האָב איך נאָענט באם ברעג דערזען
די יונגע בלומען-פארקויפערן. זי איז געגאנגען
א באָרװעסע, א פארטראכטע און געשארט מיט
די פיס איבערן נאסן זאמד. עפּעס האָט זיך ניט
געגלייבט, אז דאָס זעלבע פּאָנעם, װאָס האָט
מיט עטלעכע שאָ צוריק געשפּרודלט מיט אזוי-
פיל פרייד, זאָל מיטאמאָל אויסזען פארטרויערט.
כוואליעס זײַנען אָנגעלאָפן, זיך איבערגעגאָסן
אין טויזנטער בלישטשענדיקע בריזגן, װײַסע
מעוועס האָבן געשוועבט איבערן יאם און גע-
לאכט. ס'האָט אויסגעזען, וי אין די יאם-טי-
פענישן פּליַען פּונקט אזעלכע סטײַעס, נאָר װי
שאָטנס טונקעלע,
עטלעכע שפּאן װײַטער איז איר נאָכגעגאנגען
א ייַנגל, קימאט אין איר עלטער. דער קאָפּ
אראָפּגעלאָזט, גלײַך ער װאָלט עפּעס געזוכט
אונטער די אייגענע טריט,
זי האָט זיך צוגעזעצט אף א שטיין, און ער
לעבן איר. עטלעכע מינוט זײַנען זיי אזוי גע-
זעסן און געשוויגן. פּלוצעם האָט ער עפּעס אָנ-
געשריבן מיטן פינגער אפן זאמד. זי האָט גע-
כאפּט א פלינקן באהאלטענעם קוק, נאָר די
כוואליעס האָבן אָפּגעװישט די אָנשריפט. ער
האָט נאָכאמאָל אָנגעשריבן, דאָסמאָל האָט זי
אפגיך איבערגעלייענט און זיך צעשמייכלט.
פון מײַרעװ-זײַט הימל האָט אראָפּגעקוקט צו
זי אן אונטערגייענדיקע זון, און איבערן יאם
איז אָנגעגאנגען א זעלטענע שפּיל פון פארבן
און קאָלירן.
מיטאמאָל האָט זי זיך אָפּגעריסן פונעם אָרט
און געלאָזט זיך לויפן. דאָס ייַנגל איז איר נאָכ-
געלאָפן און דעריאָגט. זי האָט אויסגעשטרעקט
צו אים א האנט מיט צארטע פינגער, און זיי
האָבן גענומען שפּאנען פּאמעלעך, האלטנדיק
זיך פאר די הענט.
איבערן יאם האָבן זיך געטראָגן װײַסע מע-
וועס. מײַן שאָכן האָט אויך נאָכגעקוקט די
פייגל.
דערװײַל איז די שיף אָפּגעשװוּמען, און ס'האָט
אויסגעזען װוי זי האלט איר קורס גלײַך צו דער
אונטערגייענדיקער זון, װאָס טרינקט זיך אין די
יאם-אָפּגרונטן,
ביסלעכװײַז האָט אָנגעהױיבן דעמערן. דער
מענטשן-גערויש האָט גענומען אײַנדרימלען.
דער יאם האָט מיטאמאָל אױסגעלאָשן אלע
זײַנע פארבן, דערמאָנט אן איבערגעקערטן
הימל, באגאָסן מיט מאטער לעװאָנע-שײַן.
מײַן שאַכן אָבער האָט ניט געקוקט אף די
שטערן. ער האָט געקוקט אין זײַן זיקאָרן,
5, אָנהייב מײַ.
די צײַטונגען האָבן געשריבן;
,דאָס פאשיסטישע דײַטשלאנד האָט קאפּיטו-
לירט..."
בלוטיקע וועגן האָבן זיך געצויגן פונעם
שווארצן יאם ביז בערלין. און מיט די זעלבע
וועגן האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן היים,
קיפּאריסן האָבן געבליט. א לעװאָנע האָט גע-
טאנצט איבער די צװײַגן. קיין מיידל איז ניט
געווען. וויפל זײַנען זיי עס העלדיש אומגעקו-
מען אף די מילכאָמע-װעגן, און, שטארבנדיק,
געװאָרן אומשטערבלעך...
ער האָט געקוקט אף מיר מיט זײַנע גוטע,
ווארעמע אויגן, און מיר האָט זיך געדאכט, אז
ער ווארט נאָך אלץ אף מײַן ענטפער. ווארט
אף מײַן אנציקונג מיט זײַן ,קראסאוועץ", דעם
שווארצן יאם, בא די ברעגן פון וועלכן עס
האָט לאנגע דוירעס געלעבט זײַן קאראימישער
שייװועט, געשריבן זײַן טערקיש לאָשן מיט ייִדי-
שע אויסיִעס...
הארבםסט
דרײַסיק יאָר האָב איך פון איר גאָרנישט ניט
געװוּסט, ביסלעכװײַז אָנגעהױבן זי פארגעסן.
כאָטש אין מײַנע כאלוימעס האָט אָפט, װי א
פונק, אופגעפלאמט איר געשטאלט, א שטראל
געטאָן און פארלאָשן געװאָרן.
און אָט שטיי איך הינטער איר טיר.
איך ווארט, מיר זאָל עפענען א יונג, שווארצ-
כיינעוודיק מיידל מיט א ליכטיקן שמייכל אפן
פּאָנעם.
-- אזוי אומגעריכט!
נאָר וויפל האָב איך עס געווארט... א מינוט,
צוויי -- א גאנצע אײביקײַט!
א שארפער אומרו האָט פארפלייצט מײַן גע-
מיט, און פאר די אויגן האָט א בלענד געטאָן
מיט יונגע זוניקע טעג.
יונגע, זוניקע טעג...
כאָטש א צײַט איז דעמלט געווען אן אומרוי-
קע. דער מילכאָמע-יקאָשמאר האָט דערגרייכט
צו די ברעגעס פון דער װאָלגע.
מיר האָבן זיך באגעגנט אין א שטאָט אפן
אוראל, װוּהין דער גוירל האָט אונדז ביידן פאר-
טראָגן -- מיך פון דאָרעם, זי פון צאָפן.
איך האָב זי דערזען אף אן אויסשטעלונג פון
קינסטלער -- רויטארמייער. זי איז לאנג גע-
שטאנען פאר א געמעל און אופמערקזאם עס
באטראכט.
ס'איז געווען אן ארבעט פון א װייניק בא-
קאנטן מאָלער,
א פּייזאזש, געמאָלט אין טונקעלע אומרויקע
פארבן. אפן פאָדערשטן פּלאן --א פארגליווער-
טער סטעפּ, באדעקט מיט טרוקענעם בוריאן.
איבערן סטעפּ זײַנען געהאנגען שװערע
115
װאָלקנס, און אין דער סאמע טיף א בערגל, װי
א פארלאָזטער קייווער. דער סטעפּ האָט גע-
שוויגן שטרענג און טרויעריק, און ס'האָט זיך
געדאכט, אז נאָר דער װינט לעבט און יאָגט
איבערן סטעפּ א פארשטיקטן געוויין.
זי איז אָפּגעטראָטן עטלעכע טריט אף צוריק
און געבליבן שטיין א װײַלע מיט פארזשמורע-
טע אויגן.
איך האָב געקוקט אף איר פּאָנעם, ס'איז גע-
ווען ייִדיש און ניט-ייִדיש. שווארצע, לײַכטי
צעפלאָסענע האָר זײַנען אראָפּגעפאלן אף אירע
אקסל. מיר האָט זיך געדאכט, אז איך האָב זי
שוין ערגעץ-וווּ געזען, און פּלוצעם זיך דער-
מאָנט אינעם ייִדישן מיידל -- מיריאם פון נא"י
ציירעס.
כ'האָב ניט געקענט אָפּרײַסן דעם בליק פון
איר. זי האָט געקוקט אף דעם בילד, און אן
ערנסטע פארטראכטקײַט האָט עטװאָס פארצויגן
אירע פולבלעכע ליפּן.
-- אײַך געפעלט אזא מאָלערלי!
זי האָט גערעדט וועגן סימעטריע און פּראָי
פּאָרץ, וועגן הארמאָניע פון פארבן, און איך האָב
מיט א באהאלטענער אומזיכערקײַט, סטאם אין
דער וועלט ארײַן אָפּגעענטפערט:
-- ניין!
און געענטפערט פּאָשעט דערפאר, װײַל מיר
זײַנען געווען יונג און דאָס פארװאָגלטע לעבן,
וי אן איבערגעריסענער כאָלעם, האָט ניט גע-
װאָלט זען קיין װאָלקנס איבער זיך...
דערצו נאָך איז געשטאנען א שטילער, זו"
מערדיקער פארנאכט, אזא רויַקער, װי אלץ
ארום װאָלט פארזונקען געווען אין א פרידלעכן
דרעמל. די זון האָט געהאלטן באם אונטערגיין,
און שטיקלעך צעריסענע בלוטירויטע כמארע-
לעך האָבן געברענט איבערן הימל. דער מײַי
רעוו האָט לאנגזאם זיך געלאָשן.
זי האָט געשטאמט פון לענינגראד, לײַדנ-
שאפטלעך געבענקט נאָך איר היים, װאָס האָט,
א פארשמאכטע און אויסגעהונגערטע, נאָר העל-
דיש זיך פארטיײידיקט, געבענקט נאָך דער
קונסט-אקאדעמיע, וועלכע זי האָט געמוזט פאר-
לאָזן, זײַענדיק אפן לעצטן קורס. איר אויסזען,
צארט און טונקל-הויטיק, װוי אוױיסגעגאָסן פון
קופּער. אירע באוועגונגען זײַנען געווען לײַכט
און עלאסטיש.
דאָס שווערע מילכאָמע-לעבן האָט מיט גאָר-
נישט ניט אָנגערירט איר נעשאָמע. פארקערט,
זי האָט אײַנגעשפּארט פּאָרגעזעצט שטודירן
קונסט און מאָלערײַ. געווען, װי א קינד, פאר-
ליבט אין וואן גאָגן און קימאט מיט א היילי-
קער באגײַסטערונג גערעדט װעגן שאגאלף
דערבײַ האָט א ליכטיק פּײַערל געברענט אין
אירע גרויסע שווארצע אויגן.
116
מיר האָבן אָפּט פארבראכט די אָװנטן, שפּא-
צירנדיק איבער שטילע, ליידיק געװאָרענע
גאסן. צומאַל אזוי לאנג, ביז די פענצטער אין
די אייבערשטע עטאזשן האָבן אָנגעהױבן בלוי
ווערן.
זי האָט אנטפּלעקט פאר מיר א וועלט, וועל-
כע איז געווען פארשלאָסן אף זיבן שלעסער.
איך האָב אָנגעהויבן באנעמען די הארמאָניע פון
ליניעס און דעם צויבער פון פארבן. בילדער
האָבן גענומען רעדן צו מיר אף א שפּראך,
וועלכע איך האָב ביז דעמלט ניט פארשטאנען.
אויך אין פּאָעזיע איז זי געווען לײַדנשאפט-
לעך פארליבט און מיט אן אינערלעכער וא-
רעמקײַט געלייענט פיל לידער אף אויסװייניק.
דערבײַ איז איר שטים געפּלאָסן לײַכט און פרלי,
מיט יענער באשיידענער צוריקגעהאלטנקײַט,
וועלכע וויל היימיש מאכן די טיפקײַט פון איי-
גענע געפילן.
ס'האָט געטראָפן, אז מיר האָבן זיך געביטן
מיט די ראָלן און איך האָב איר געלייענט אף
ייִַדיש, א שפּראך, וועלכע זי האָט מער געפילט
וי פארשטאנען. זי האָט געהערט מיט א זעל-
טענער אופמערקזאמקײַט, און מיר האָט זיך
געדאכט, אז מײַנע װוערטער דרינגען ארײַן טיף
אין איר נעשאָמע.
אונדז האָבן באגלייט דערינערונגען פון א
קורצער פארגאנגענהײַט, װאָס איז געבליבן אין
װײַטע, פארוויסטע היימען.
דערװײַל זײַנען טעג פארוואנדלט געװאָרן אין
כאדאָשים. און אין איינעם אזא טאָג האָב איך
געמוזט פארלאָזן אוראל.
באם געזעגענען זיך האָט זי מיר געשענקט
א קליין בילדל, א רעפּראָדוקציע פון יענעם
אייל-בילד אף דער אויסשטעלונג. אף דער
אנדערער זײַט אָנגעשריבן: ,, ס'איז אזוי שווער
צו געפינען איצט עפּעס בעסערס... עפשער װעל
איך נאָך האָבן א געלעגנהײַט שפּעטער, אוב
מיר װועלן זיך טרעפן...*
איך האָב געקוקט אף דעם טונקעלן בילדל --
דעם אָנהייב פון אונדזערע ליכטיקע טעג, און
נאָך שטארקער איבערגעלעבט די ביטערקײַט
פון צעשיידונג. מיר האָט זיך געװאָלט איר
זאָגן א פּאָר הארציקע ווערטער, וועלכע זײַנען
ניט איין מאָל געווען גרייט זיך אָפּרײַסן פון
מײַנע ליפּן, און וועלכע איך האָב קיינמאָל ניט
ארויסגעבראכט און אויך איצט פארשוויגן. מיט
א געמאכטער רויַקײַט געדריקט איר האנט און
געפילט די פּולסירנדיקע ווארעמקײַט פון אירע
בלוטן,
און װאָס האָבן מיר געקענט זאָגן איינער דעם
אנדערן?
אונדזערע וועגן זײַנען זיך צעגאנגען און
װוער ווייסט אף וי לאנג. אונדזער ליבע האָט
געהאט דעם אויסזען, װי א שפּיל אין באהעל-
טעניש.
ס'האָט מיטאמאָל זיך איבערגעריסן מײַן יונ"
גער, ריינער טרוים, װאָס האָט אזוי װײיניק גע-
דויערט. איך בין געבליבן מיט מײַן כאָלעם און
מיט מײַן װאָר און ניט געװוּסט, אז דאָס איז
אף לאנג, קימאט אף א גאנץ לעבן.
און אָט האָב איך אריבערגעשפּאנט די שװעל
פון איר װווינונג.
מיך האָט באגעגנט א פרוי, װאָס האָט מיט
גאָרנישט ניט דערמאַנט דאָס געשטאלט, וועל-
כע האָט געלעבט אין מײַן זיקאָרן. פאר מיר
איז געשטאנען א שטילע אלטיטשקע מיט טרוי-
עריק-קלוגע אויגן. איר פּאַנעם האָט געהאט
דעם קאָליר פון מאטן העלפאנד-ביין. די האָר,
שיטער און שטרענג פארקעמט, האָבן זיך גע-
זילבערט מיט א בלוילעכן אָפּגלאנץ. עפשער
נאָר די אויגן האָבן אין זייער טיף אָפּגעהיט די
אמאָליקע ליכטיקײַט.
איך האָב זיך װוי פארלוירן.
איז עס א מוז פון דער נאטור צו זײַן אזוי
גרויזאם צו עלטערע מענטשן!
זי האָט אויסגעשטרעקט צו מיר אירע הענט,
בלייכע, מיט דינינקע אָדערלעך איבערגעפלאָכ-
טענע. א קוק געטאָן מיט א טרויעריקן בליק און
געפרעגט אזוי, גלײַך װי מיר װאָלטן ערשט
נעכטן זיך צעשיידט.
--- פונוואנען?
און א בלייכער שמייכל האָט, װי א שאָטן, א
ריר געטאָן איר פּאָנעם.
דאָס קאָל האָט געקלונגען צארט--סאיז
געווען איר קאָל. און די אויגן, עטװאָס פאר-
װאָלקנט, האָבן אויסגעדריקט פארװוּנדערונג.
מיך האָט ניט געכידעשט, װאָס זי װוינט אייי
נע אליין, גלײַך איך װאָלט זיכער געווען, אז זי
װעט שטענדיק ווארטן אף מײַן קומען, מיך האָט
אויך ניט געכידעשט דאָס, װאָס זי איז א פּראָ-
פעסאָר פון קונסטיגעשיכטע, װי דען אנדערש
האָט געקאָנט זײַן?!
איך האָב געקוקט אף איר און, װי אין א
שפּיגל, געזען די לעצטע פרייד פון מײַן װײַ-י
טער יוגנט. א דינער שטאָך האָט זיך אָפּגערופן
ערגעץ אין דער טיף, װי עפּעס א דערמאָנונג
אין א ווייטעקלעכער אוולע, פאר װעלכער
ס'איז נישטאָ בא וועמען צו מאָנען...
און אף יענער זײַט פענצטער האָט א הארב-
סטיקער אָװנט צעגאָסן אף די שויבן שווארצע
טרערן, א קאלטער ווינט האָט געוויגט אָפּגע-
לעבטע, נאקעטע צװײַגן, און די ביימער האָבן
אומעטיק געקרעכצט.
צװישן קאָסעװ און קיטעוו
וועגן לויפן בארג-אראָפּ. וועגן קרייצן זיך,
וי מענטשלעכע לעבנס.
גרויע אספאלטירטע ועגן פּלאָנטערן זיך
צװישן אלטע װײַסע הײַזלעך מיט גאנעקלעך
פון פאָרנט, און עפּעס א בענקשאפט קוקט
ארויס פון די צארט-פארהאנגענע פענצטער,
טרויעריק און פארטראכט.
אָט שארט זיך מיט שטילע טריט א באָכערל,
ער טוט פאָרזיכטיק א קלאפּ אין פענצטער, און
אפן גאנעקל באװײַזט זיך ראָכעלע צי ברל-
נעלע, מיט לאנגע צעפּ און א פײַערדיקן אומרו
אין קויל-שווארצע אויגן.
-- װאָס אזוי שפּעט, אוורעמעלע?
מיראזש... בלענדעניש...
זי זײַנען שוין לאנג אף דער װעלט נישטאָ,
די אוורעמעלעך, מיט ווארעמע הערצער, װאָס
האָבן, פארבלענדטע פון עפּעס א גרויסן שעלי-
כעס, אונטער שטעכיקע בליקן פון זשאנדארן
און געהיים-אגענטן, זיך געצויגן צו א נײַער
וועלט... און קאלע-מיידלעך האָבן אין די אָװונטן
שטיל געבענקט און די בענקשאפט זייערע אף
זײַדענע טפילן-זעקלעך אויסגענייט.
בלייכע שאָטנס פון פארגאנגענע יאָרן!
איך גיי מיט דער , פּוױלישער זײַט" צװישן
קאָסעוו און קיטעוו.
ס'איז זונטיק,
מענטשן גייען פונעם יאריד, פריילעכע, טומל-
דיקע. אנדערע מענטשן אף די זעלבע װעגן.
עמעצער פארציט אן אלטן הוצולישן ניגן, כאפּן
שטימען אונטער דעם רעפרען, און די בערג
ענטפערן אָפּ:
-- העי -- העי... האָ -- יאָ!
בא א קרייצוועג שטייט א ברונעם מיט א
117
הילצערנער באנק און א הילצערנעם ציילעם, א
זייכער פון אמאָליקע צײַטן. די וואסער איז
פריש און דערקוויקנדיק. פארטאָג גייט פון זײַן
טיפקײַט אוף די זון, און פארנאכט באהאלט זי
אין זײַן אָפּגרונט דאָס גאָלד פון אירע שטראלן.
באם ברונעם זיצט א בלינדער באנדוריסט,
אויך װוי א זייכער פון אמאָל. זײַנע צעקרימטע,
קנאָכיקע פינגער לויפן פלינק איבער די פיל-
צאָליקע סטרונעס, און א טרויעריקער דוינע-
טרילער ציטערט אין דער לופט:
-- העי --- העי... האָ -- יאָ...
דעמלט איז אויך געווען זונטיק,
מאמעס, וי גערירטע פון זינען, מיט קליי-
נע דערשראָקענע קינדער אף די הענט, זײַנען
געלאָפן איבער די וועגן און סטעזשקעס, װאָס
האָבן זיך געפּלאָנטערט. בלוטיקע סרייפעס האָבן
זי באגלייט.
די װועלדער האָבן טויב גערוישט, און בא די
קרייצוועגן זײַנען פארסאמטע ברונעמס, ענלע-
כע אף ניט פארשיטע קװאָרים, געשטאָרבן
איניינעם מיט דער ליד פונעם באנדוריסט,
וועלכער האָט נאָך נעכטן געזונגען:
פייגל פון װײַטע קאנטן קומען אונדזערע דוי"
נעס הערן,
בא אונדז זײַנען לידער און בלומען פאראן,
און שטיבער פול מיט טרערן..
העי-- העי, האָ--יאַ!
די זון פארקערעוועט אף מײַרעו.
רויטע שטראלן בלאָנדזשען איבער די וועגן,
אין די פענצטער ברענט א בלוטיק פײַער, און
װײַט אינעם בלוילעכן הימל שנײַדן זיך ארײַן
גאָלדענע צלאָמים אף בונטע סלאווישע קלוי-
סטער-טורעמס און טרינקען זיך אין דער טיף
פונעם קלאָרן טײַך, װאָס קײַקלט בארג-אראָפּ
זײַנע ברויזנדיקע וואסערן.
באם ברעג פונעם טײַך וואקסן ווערבעס, אל-
טע ווערבעס.
צװישן די ווערבעס זײַנען מאסן-קװאָרים,
צוקאָפּנס פון פריצײַטיקיפארשניטענע לעבנס
שטייט, װי א ריזיקע מאצייווע, א שטיינערנער
בארג.
און די וועלדער זינגען... זינגען מעכטיק, וי
אן אָרגאן, זייער פריילעך און אייביק געזאנג..
-- העי -- העי... האָ --- יאָ!..
ביסלעכװײַז װערן די וועגן ליידיק, און א
געמיטלעכע רויַקײַט שוועבט איבער זיי.
רויטע שטראלן צינדן אָן די בארג-שפּיצן,
ברענען זיי, װי אײַנגעהילטע אין פלאמען. די
בערג קייטלען זיך אין א טונקל-גרינער סוי-
דעספולער דעמערונג, און ס'ווייעט פון זיי אזא
אומבארירטע בעריישעסדיקע שײנקײַט, און עס
קומען אפן זיקאָרן שורעס פון א ליד:
צי בין איך דען שולדיק, װאָס ס'גראמט זיך
אלפּי טאָעס שיין" מיט געוויין"?
אמאָל, מיט יאָרן צוריק, האָט איציק מאנגער
געוואנדערט איבער די זעלבע ועגן, געפונען
אונטערוועגס א גאָלדענעם ברונעם מיט גאָלדע-
נער שײַן אין זײַן וואסער. און ער האָט גע-
טראָגן איבער די וועגן
דאָס ליכטיקע װאָרט אף די ליפּן,
די גאָלדענע שײַן אין דער האנט.
האָבן ראָצכים אין שווארצע מונדירן מיט
בלוט פארגאָסן יענץ װאָרט, אויסגעלאָשן יענע
שײַן, נאָר די מאנגערישע בענקשאפט איז גע-
בליבן, און זי גייט מיר נאָך איבער די ועגן
צווישן קאָסעװו און קיטעוו.
דער פארנאכט לאָזט לאנגזאם זיך אראָפּ פון
די בערג. ס'ווערט אומהיימלעך-שטיל. און דער
וואלד וויגט זײַן איײיביקן רויש:
-- העי -- העי... האָ -- יאָ.-.
פון מײַן פריסטער קינדהײַט האָב איך ליב
געהאט דעם רויש פון װועלדער, דעם זײַדענעם
שאָרך פון סאָסנעס. ליב געהאט דעם ציטער
פון פּלאצנדיקע קנאָספּן און דאָס שטילע פאָר-
זיכטיקע פאלן פון ווילדע צײַטיקע פרוכטן,
כ'האָב נאָך דעמלט ניט געװוּסט, אז די זעלבע
ביימער, די שטומע פרײַנט פון מײַן קינדהײַט,
קאָנען דינען פאר טליִעס, און זייער גערויש
װעט אמאָל קלינגען אין מײַנע אויערן, וי דאָס
לעצטע געוויין פון אומשולדיק אומגעבראכטע.
העי -- העי -- האָ -- יאָ!
יאשע רוביאן
אן איבכערליף
-- אָט אִידאָ איז ער! -- אזוי האָט זיך אָנגע-
רופן צו מיר יוינע פויגל און מיר געהאָלפן אראַפּ-
שפּרינגען פונעם אװוטאָבוס. --- הערסטו, שאכנע,
פאר אלע זיבן און צוואנציק יאָר, װאָס איך אר-
בעט דאָ, איז דאָס דער ערשטער איבערלויף,
עמעס, יענער ווייסט א פּײַג, נאָר איך האָב א
פּאָנעם פון כויזעק. קיין שטארק קלוגער בין
איך ניט, נאָר זיך לייגן אין די קלײַען בין איך
ניט מעכוּיעוו. בעקיצער, װאָס זאָל אֹיך דיר
אױסברײַען, טייקעף נאָך דער מילכאָמע האָב
איך איבערגענומען אן ארטעלעכל פון א פּאָר
צעכן מיט צעפאָרענע פּרעסן און פארזשאווער-
טע שטאמפּן, אן אלטע שטומפּיקע שער, א קא-
לאדאטש, אף שנײַדן בלעך. די ארבעטער האָט
מען געקענט איבערציילן אף די פינגער. עמער
און פענדלעך פלעגן מיר ארױסלאָזן. איצטער
קען איך אָנרופן דרײַסיק נעמען: טיי-סערוויזן,
ראזיר-פּריבאָרן, מולטערס, אליומיני-קיילים פאר
גאָרקיכן, שפּיטאָלן, קינדערגערטנער... אָט אַידאָ
איז געווען אָנגעשיט א מאָגעלע ערד, הײַנט איז
דאָ דער פארגרייטונגס-צעך, און דאָרטן איז גע-
ווען דער מיסטקאסטן -- איצט איז אף אָט דעם
אָרט דער ניקל-יצעך. בעקיצער, כ'האָב אראָפּגע-
װאָרפן דעם פּידזשאק, פארקאטשעט די ארבל,
געקריגן מאשינעס, אופגעשטעלט סקלאדן, צו"
געבויט אן עס-זאל, א סאןאָפּטײל מיט אלעם
נייטיקן. און בעשאסן איבערבויען די קאָנטאָר-
געבײַדע האָבן מיר שוין איניינוועגס באשטאט
דעם דאָקטער. בעקיצער, װאָס זאָל איך דיר
אױסברײַען, ווען דו כאפּסט זיך ארײַן צו אונדז
אינעם נײַעם קלוב מיטן ווייכן מעבל און דו
זעסט א קאָנצערט, א טעאטער-שטיק, װאָס
ס'פירן אוף טאקע אונדזערע ארבעטער, -- קומט
דיר צו א שטיק געזונט.
ס'איז אוועק א יאָר, און צוויי, און פינף, מיר
האָבן אויסגעבויט פאר די ארבעטער עטלעכע
מויערן, אויסגעטיילט מאשינעס אף איבערפירן
דאָס מעבל. איך ווייס ניט, ויאזוי פירן זיך אנ-
דערע, נאָר ווען איך זע, אז אן ארבעטער בא-
קומט א דירע, קויפט מעבל, פאָרט אף קוראָרט,
טוט מיר טאקע גוט האנאָע. דער זאווקאָם האָט
געקויפט מוזיקאלע קיילים און געשאפן אן איי-
גענע קאפּעלע, געעפנט א קינדערגאָרטן און
פאָדערט פון מיר וי פון א טאטן. הײַנטיקע
צײַטן אָנפירן מיט אן אונטערנעמונג איז, וויי-
סטו דאָך, ניט קיין שפּילעכל. מע דארף בא-
זאָרגן דעם זאװאָד מיט רויווארג, צעשטעלן די
קויכעס אזוי, אז מ'זאָל קענען אויספילן דעם
פּלאן, און ניט נאָר אויספילן, נאָר טאקע איבער-
שטײַגן, געבן א גוטע קוואליטעט, ניט דערלאָזן
קיין בראק, ארײַנגלידערן די נײַע טעכניק,
שפּאָרן רויווארג און הױצאָעס. און אין די צעכן
מוז שטענדיק זײַן ריין, און אין עסצימער, אכוץ
שיין און ריין, דארף טאקע זײַן געשמאק דאָס
עסן. בעקיצער, דער זאװאָד איז געװאָרן מײַן
צווייטע היים. זעקס פארטאָג בין איך שוין אף
דער ארבעט און עלף באנאכט אויך אפן זאװאָד,
מײַנע זאָגט: ,נעם, יוינע, מיט זיך א קישן און
נעכטיק שוין אויך אפן זאװאָד!"
האקלאל, דאָ ניט לאנג קום איך ארײַן אין
צעך, גריס זיך מיט די ארבעטער און שטעל זיך
אָפּ בא דער גיליאָטינע-שער, װאָס בראָקט אײַזן,
וי לעקעך. פּלוצעם קומט צו לויפן מײַן סעק-
רעטארשע און גיט מיר איבער, אז מ'האָט גע-
קלונגען פון דער פראכט-סטאנציע: ס'איז אָנ-
געקומען א וואגאָן אליומיני און אָן מיר גיט מען
ניט ארויס. איך האָב פײַנט לײַכטע מאשינעס,
כאפּ איך זיך ארײַן אין אן אװטאָבוס און קריך
ארויס אף דער סטאנציע. אלץ ווערט גיך דער-
לייזט, און אף צוריקוועגס שטעל איך זיך אָפּ
צוליב א וויכטיקן איניען נאָך אין א זאװאָד. אף
דער ארבעט קער איך זיך אום שוין נאָך מיי
טיק-צײַט. ס'ווארטן שוין מענטשן, דער בוכ-
האלטער קומט מיט די פּאפּירן פארן באנק. קוים
זיך באפרײַט, רוקט זיך ארײַן מײַן סעקרעטאר-
שע מארינע און בלײַבט פאר מיר שטיין מיט
אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ. איך טו זי א פרעג, װאָס
וויל זי, ווערט זי רויט, װי א צוויק, און זאָגט
צו מיר: ,יאן מאטווייעוויטש, צו אײַך האָט גע-
קלונגען א מענטש, ער וויל אײַך זייער נייטיק
זען. כ'האָב פארשריבן זײַן פאמיליע, נאָר עס איז
מיר ניט באװוּסט, װוּ מאָרגן װעט ער זײַף.
,טײַערינקע, -- זאָג איך צו איר, -- האָסט דאָך
געקענט פארשרײַבן אין ביכל זײַן טעלעפאָן,
אויב דו האָסט ניט געװאָלט פרעגן, ער איז ער
און פונוואנען קומט ער?"--,אָט באלד וװעל
פון
איך זיך דערמאָנען, -- ברעכט זי זיך דעם מוי-
עך, --א גרויסער נאָמען בא אים, א מארשאל
אָדער א גענעראל". אָט דאָ האָב איך שוין ניט
אויסגעהאלטן און איר געגעבן דעם עמעסן כיי-
לעק.
בעקיצער, װאָס זאָל איך דיר אױסברײַען
איך האָב זיך קיין אָרט ניט געקענט געפינען,
װײַל װאָס פאר א שמעלקע, טראכט איך, איז א
מארשאל מיט מײַנע טשײַניקלעך און פענדלעך,
אז בעסאכאקל באקומט דער װאָיענטאָרג סכוי-
רע פון דער באזע. זאָל דאָס זײַן א גרויסע רע-
וויזיע, װאָלט איך פר;ער דערשמעקט. כאָטש
איך בין ריין, װי קרישטאָל. אלע פּאפּירן זײַ-
נען אין אָרדענונג. דעם דריטן טאָג א שטיקל
ברויט, אבי ערלעך. און עפשער, קלער איך,
האָט געקלונגען אן אלטער באקאנטער, מיט ווע-
מען כ'האָב געדינט אף דער מילכאָמע! צי, שאט,
עפשער גאָר א בילבל, א דאָנאָס, א זאיאוולע-
ניע, א זשאלאָבע, א מעסירע, װײַל שטענדיק
האלט איך מילכאָמע מיט די שיקורים, און
צווישן אזויפיל מענטשן קאָן זיך דאָך געפינען
איין ליגנער. מיט איין װאָרט, װאָס ס'זאָל ניט
זײַן, האָב איך קיין מוירע ניט. איך בין ניט קיין
גאנעוו, ניט קיין שווינדלער, און קיין שיקער
אוואדע ניט. נאָר פונדעסטוועגן האָב איך ארויס-
גערוקט דעם קאָפּ אינעם אָפענעם פענצטער,"
דערזע איך, װי איבערן הויף טראָגט זיך אום
דער קאָמערטשעסקע. איך גיב אים א צייכְן, ער
זאָל גלײַך ארײַן צו מיר. און װען ער גייט
ארײַן, טו איך אים א פרעג, צי אלץ האָט מען
ארויסגעפירט פון דער סטאנציע און װען
קלײַבט ער זיך אָפּשיקן די גרייטע סכוירע. און
איניינוועגס בעט איך אים הייסן איבערקוקן די
אויסשטעלונג, א קוק טאָן אין סקלאד, צי אלע
פּארטיעס האָבן אופשריפטן. שוין באם אוועק-
גיין הייס איך אים מיר ארײַנשיקן דעם שעף
פונעם צוגרייטונגסיצעך. און ווען יענער קומט
צו לויפן, פרעג איך אים גאנץ געמיטלעך, װאָס
מאכט זײַן װײַב און די קינדערלעך, ויאזוי אר-
בעט דער טעלעװיזאָר און מאָטאָציקל, און
ערשט דערנאָך בעט איך אים צונויפלייגן דאָס
בלעך, ארויספירן דאָס מיסט, נאָר שא-שטיל, אָן
טומל.
דעם פּארטאָרג און דעם פאָרזיצער פון זאוו-
קאָם, וועלכע קומען ארײַן צו מיר, זאָג איך
ארויס מײַן מיינונג װעגן דעם קלונג--איך
ווארט, הייסט עס, אף א מענטשן. בעקיצער,
דאָס איבעריקע האָט שוין געטאָן די פאָרזיצערן
פונעם זאווקאָם. זי איז ארײַן צום דאָקטער, א
120
קוק געטאָן, צי אלץ איז בא אים אין אָרדענונג,
אוועק איבער די צעכן און פארביטן בא וועמען
מע דארף די ספּעצאָווקעס. ס'איז טאקע אלץ בא
אונדז װוי בא לײַטן, נאָר אפילע איין-און-איינ-
ציקע שלעכטע באמערקונג װוילט זיך ניט הערן.
האקלאל, א צעשרויפטער בין איך אוועק אהיים,
ווייס'איז אָפּנעגעסן, א גאנצע נאכט מער גע-
טראכט, וי געשלאָפן.
אפּמאָרגן בין איך נאָך פריער, װי אלעמאָל,
אוועק אפן זאװאָד. דער הויף-קערער באגיסט
די קווייטן, באשפּריצט די ביימער. כ'בין ארײַן
אין קאבינעט, א פריש װינטל ציט דורך די
אָפּענע פענצטער. איך קוק ארײַן נאָכאמאָל אין
די פּאפּירן, און פונעם קאָפּ גייט ניט ארויס דער
נעפעש, װאָס דארף אָט-אָט קומען. נאָר װוּ זשע
איז ער? יאקאָס דערצויגן ביז סאָף טאָג, און
קיינער איז ניטאָ. איך הייב שוין אָן צו טראכטן,
אז מארינען האָט זיך עס אויסגעוויזן. די ארי
בעטער גייען זיך וואשן, די בּוכהאלטעריע פאר-
מאכט די פענצטער. װוער ס'וועט צו מיר דארפן,
קלער איך, װעט קומען מאָרגן. איך טו שוין אָן
דעם מאנטל, לייג ארײַן די האנט צו נעמען די
שליסל, וי פּלוצעם עפנט זיך די טיר און ס'טוט
זיך א שִטעל ארײַן א מענטשל אין גרויסע קלַי
לעכדיקע ברילן מיט א געלן, פול אָנגעשטאָפּטן
בײַטל, און שטעלט זיך מיר פּאָר: װאָראָטילאָװו
צי אוטילאָוו, אלעקסיי אלעקסאנדראָװיטש--
הױפּט-אינספּעקטאָר פון דער פירמע , מאָסגאָר-
וטילפּראָמפּערעראבאָטקא". ער איז געקומען
פארלענגערן, ריכטיקער שליסן, דעם אָפּמאך אף
אונדזער אוטיל. ,וװעגן דעם איניען --זאָגט
ער, -- האָב איך נעכטן גערעדט מיט אײַער סע"
קרעטאר. אנטשולדיקט, װאָס אזוי שפּעט, ס'האָט
ניט געקלעקט קיין צײַט ארײַנקומען פריִער".
בעקיצער, ווען איך שעם זיך ניט פאר זיך
אליין און פאר די פיר ווענט, װאָלט איך א כאפּ
געטאָן אָט דעם שמאטניק, דעם אוטילשטשיק,
און ארױיסגעװאָרפן אים אף דרײַ שפּענדלעך.
נאָר דער נאָמען דירעקטאָר לייגט ארוף א געי
וויסע היסכײַװעס, האָב איך דערשטיקט אין זיך
דעם צאָרן און אפילע גאנץ רויִק געענטפערט,
אז אזא אָפּמאך האָבן מיר שוין געשלאָסן נאָך
אָנהײב יאָר. און מער פארהאלט איך אים ניט.
איצט פארשטייסטו שוין, װאָס פאר א כויי
זעק" פּאָנעם האָב איך געהאט. עמעס, אָרדענונג
דארף זײַן שטענדיק און אומעטום, נאָר דאָס
מאָל בין איך אוועק אהיים א פארשעמטער, אן
אָפּגעשמיסענער, װײַל װער האָט געקאָנט
ווארטז אף אזא איבערלויף, הא!
צוג אסט
וי אפצולאָכעס האָב איך זיך אין יענעם טאָג
פארהאלטן אף דער ארבעט מער וי אלעמאָל
און שפּעטלעך געקומען אהיים, מיד און הונ-
געריק. כ'האָב געטראכט װאָס גיכער כאפּן עפּעס
אין מויל, נאָר אָנשטאָט דערלאנגען צום טיש
האָט מײַן יעכעװועד מיך באגעגנט מיט טײַנעס.
שטייענדיק באם שפּיגל און גלעטנדיק די לאָקן,
האָט זי געשריגן;
--- שיידים שלעפּן דיך ארום ביז האלבער
נאכט! אן אָנשיקעניש, א פּאָהיבעל, ניט קיין
מאן! מיר דארפן שוין לאנג זײַן דאָרטן, מ'ווארט
שוין אף אונדז!
-- וועלכע לאָקשן?! װאָס פארא פלוימען! װאָס
פאר א ווארטן? -- האָט מיך אָנגעכאפּט א קאס.
-- עפשער צען מאָל האָט שוין געקלונגען
דעבאָרע גריגאָריעוונא. ס'איז הײַנט איר גע-
בורטסטאָג, קיין פרעמדע װעלן ניט זײַן. זי בעט
גאָרניט קויפן, אלץ װעט קלעקן איבערן קאָפּ,
נו, ריר זיך, בלײַענער פויגל, איך ווארט דאָך.
,א היץ אין באָד! דאָברעש הערשל-כאים מע-
נאשעס איז אלט געװאָרן פופציק יאָר, דארף
איך זיך פרייען!", -- טראכט איך. נאָר מיט יע-
כעוועדן זיך קריגן וויל איך נִיט און נעם זיך
הונגעריקערהייט אפגיך זיך אײַנװאשן. זיך אי-
בערגעטאָן, גענומען מײַן פּלױנעסטע אונטער
דער האנט און ארויס פון שטוב. מיטן וועג פאר-
כאפּט א בינטל נארציסן, ארײַן אין טראָלײיבוס
און ארויס אף סטראָמינקע.
אופגענומען האָט מען אונדז מיט א ויוואט,
זיך צעקושט, אראָפּגענומען פון אונדז די מאנ-
טלען און דורכגעפירט צו די געסט. אין גרויסן
ליכטיקן צימער איז שיין און ריין. אין איין
ווינקל שטייט א פּלושענער מישקע, אין
צווייטן -- א פּופּסיק פון וואטע. מיר באקענען
זיך מיט די געסט און זעצן זיך צו. א געוועזענער
מאטראָס דערציילט, וועלכע מינים פיש און
כײַעס ער האָט באגעגנט אף זײַן לעבן אין יאם.
פרויען ריידן פון קליידער, שטוב'זאכן און
וויַאזוי בעסער אָנפילן פיש. צו מיר קלעפּן זיך
די רייד, װוי ארבעס צו דער וואנט. ווען עמע-
צער האָט סייכל, קלער איך, און דערלאנגט מיר
א שישקע מיט א קנאָבל, װאָלט איך אים גע-
װוּנטשן דאָס אייביקע לעבן. ווען א מענטש איז
הונגעריק, גייט אים גאָרנישט ניט אין קאָפּ
און װוי אפצולאָכעס דערטראָגן זיך פון דער
קיך אזעלכע געשמאקע רייכעס, אז מע קאָן
אויסגיין. מיר גרימט שוין אין בויך, די ליפּן
זײַנען פארטרינקט.
נאָר אָט האָט זיך באוויזן די באלעבאָסטע,
דעבאָרע אליין. זי איז גרעבער וי לענגער, מע
קאָן פון איר מאכן צוויי. נאָר זי איז שיין פאר-
קעמט, טראָגט א טשאָלקע, כיינדלט זיך מיט די
געפארבטע נעגל און רויטע ליפּעלעך. איר
קלייד פינקלט קעגן דער שײַן מיט קאָלערלײ
קאָלירּן. א גאָלדן זייגערל אף דער האנט. זי בעט
אנטשולדיקונג און רופט דעם מאן צערוקן דעם
קײַלעכדיקן טיש.
אָט איצט, טראכט איך, װעל איך אופגעריכט
ווערן. מיר דוכט, אז אנדערע הערן שוין, װי
ס'קריגן זיך בא מיר די קישקעס אין בויך. ווער
רעדט פון שעמען זיך, װער טראכט פון דערעכ-
ערעץ, ווען דער מאָגן איז שוין אפן שפּיץ נאָז,
נאָר דאָברעש-דעבּאָרע האָט צײַט. פּאמעלעך
פארשפּרייט זי א קלאָר-װײַסן סּערװועט, צע-
שטעלט די מינייטעלערלעך, צו יעדן טעלערל
א בעכערל, א קעלישעקל, און טאָן טוט זי עס
אקוראט, ניט געײַלט. דערנאָך צעלייגט זי די
זילבערנע לעפל, גאָפּל, מעסערס. ס'באװײַזן זיך
אפן טיש עטלעכּע זעלצערלעך מיט געמאָלטער
זאלץ, גאָרטשיצע, כריין, פעפער, עטלעכּע פאר-
כאסמעטע פלעשער בראנפן, װײַן, א פּאָר פלע-
שער ביר און סאָדע-וואסער. אלץ טאקע איז
שיין און גוט, נאָר איך פיל, די קויכעס גייען
מיר אויס. נאָר שאט, אָט גייט זי, דעבאָרע! בעט
אלעמען צום טיש, מיט א האָניק-שמײכעלע
זאָגט זי;
--- פארזוכט מײַנע מארינירטע הערינג.
און שטעלט אוועק א היפּשן פּאָלומעסעק מיט
אָנגעשניטענעם הערינג, פארפּראוועט מיט גריי
נע ציבעלקעס, עסיק און בוימל. מאמעש
סרײַסט די נאָז. נאָר ויַאזוי נעמט מען זיך
פארן הערינג, ווען קיין ברויט איז ניטאָ?
דער מאטראָס עפנט דערװײַל די פלעשער,
פארפולט די בעכערלעך. מיר הייבן אוף די קוי-
סעס און ווינטשן צו דעבאָרען געזונט, גליק
און מאזל.
מיט א זיפץ נעם איך זיך פארן גאָפּל און וויל
כאפּן א שטיקעלע, א ברױזל הערינג אָן
ברויט -- טראָגט דער רועך אַן דאָברעשן מיט א
גרויסן שטרויענעם געפלאָכטענעם טעלער, פול
מיט אָנגעשניטן ברויט. קונציק טוט זי א כאפּ
אויס דעם הערינג און שטעלט אװעק אפן
זעלבן אָרט דאָס ברויט.
פון דער קיך דערטראָגן זיך קוילעס. דאָס
שרײַט דעבאָרע. זי זידלט דעם מאן, האלעמלַ
האָט ער געקויפט הערינג, װאָס קיינער וויל אים
צום מויל ניט נעמען. הערט א מײַסע! און מיר,
פארקערט, דאכט זיך אויס, אז איך װאָלט אײַנ-
געשלונגען דעם הערינג מיט דער באלעבאָסטע
איניינעם. נאָר מיילע, פארפאלף! איך דריי זיך
1
אויס און װיל נעמען כאָטש א טרוקן שטיקל
ברויט, -- אזוי האָט מיך דער בראנפן צעווא-
רעמט. אָבער מײַן יעכעוועד טוט אזא קוק אף
מיר, אז איך בלײַב א געפּלעפטער. זיץ איך שוין
אין געהאקטע װוּנדן.
אָט איז שוין װוידער דעבאָרע. אפגיך כאפּט זי
די ליידיקע טעלער, פארענטפערט זיך און פאר-
שווינדט. ס'האָט היפּשלעך געדויערט, און זי
קערט זיך אום, בעט פארזוכן אירע סארדינען
און שפּראָטן און דערלאנגט װוידער די טעלער-
לעך.
הארגעט מיך, פארשטיי איך ניט, צוליב װאָס
דארף מען וואשן די טעלער, אז מ'האָט נאָך
גאָרנישט ניט געגעסן? דערװײַל שליסט אײַן
דעבאָרעס מאן דעם מאגניטאָפאָן. א פּאָר װײַ-
בער טופּען שוין, טאנצן, דרייען זיך. אָבער מיר
גייט קיין טאנץ ניט פארן עסן. איך פיל, אָט
כאלעש איך, איך עק זיך, גיי אויס. נאָר דאָב-
רעש לאָזט ניט פאלן. זי האָט באוויזן אָפּראמען
די שפּראָטן איניינעם מיט דעם טעלערל, װאָס
איז געשטאנען פאר מײַנע פײַכטע אױגן, און
אפן טיש איז אויסגעוואקסן אן עסיק-פלייש.
איך וויל זיך פאר אײַך ניט קלאָגן, נאָר א קינד,
אפילע דער קאץ גיט מען אויך מער, װי דאָרט
איז געווען. נאָר מיילע, װאָלט כאָטש דאָס
פלייש געווען פארטיק. אָבער עס גיט זיך ניט
אונטער ניט דעם גאָפּל און ניט דעם מעסער.
און דערצו איז נאָך בא מיר פרעמדע ציין,
ארײַנגעשטעלטע.
ס'האָט שוין מיט מיר געװאָרפן, געטרייסלט,
וי אין א קאדאָכעס, ווען דער אוילעם האָט זיך
אופגעהויבן פון טיש. ס'רעדט זיך אזוי: אופגע-
הויבן. בא די װײַבער איז נײַן מאָס רייד. די
אויגן זײַנען מיר שוין ארויסגעקראָכן, ביז איך
!|
האָב זיך דערווארט די מינוט, ווען דעבאָרע האָט
אונדז באגלייט און פארענטפערט זיך: איר, זעט
איר, איז א גרויסער פארדראָס --זי האָט זיך
אזויפיל געגרייט, זיך געסטארעט, נאָר די געסט
האָבן זי פארשעמט און ניט געװאָלט עסן. לאכ-
לוטן זיך ניט צוגערירט צו גאָרנישט. ס'איז
איר זייער און זייער ניט אָנגענעם,
איצט, טראכט איך, מעג זי שוין ריידן צום
דאשעק. ארויס וי פון א סרייפע, האָב איך גע-
פּאקט א טאקסי און זיך געהייסן פירן אהין, װוּ
מע קען שטילן דעם הונגער.
מײַן יעכעװועד שװײַגט װי א פיש. אָפּגע-
שטעלט זיך לעבן א קאפע, האָב איך זיך צע-
צאָלט פאר דער מאשין און גלײַך צוגעלאָפן צו
דער סטאָיקע. נאָר אזויווי ס'איז שוין האלבע
נאכט, איז אין קיך געבליבן בלויז ווארעניקעס
מיט לעבער און קאווע. קיין פרעסער בין איך
ניט, נאָר איצטער האָב איך באשטעלט פאר זיך
אליין פיר טעלער ווארעניקעס און פיר גלעזער
קאווע.
מײַן יעכעװועד קען ניט עסן, ווען עמעצער,
קוקט. זי האָט זיך שיר ניט דערװאָרגן מיט א
ווארעניק. דרײַ מאָל האָב איך איר געקלאפּט אין
האלדז-אוןינאקן, אין דער פּאָטיליצע, זי זאָל
אראָפּשלינגען. און איך אליין האָב אויסגעלעקט
די טעלער און געװאָלט נאָך. נאָר יעכעװועד,
רויט װי א צוויק, מיט א ווארעניק אין דער
האנט, האָט געמאכט קוילעס: ,ס'וועט דיר שאט
זינט איך לעב, האָב איך נאָך ניט געזען אזא
געשמאדטן האלדז, א קישקע אָן א דנאָ, א זוי-
לעל-וועסויװועניק...*
פון דעמלט אָן האָב איך זיך באשוווירן: האר-
געט מיך, איך זאָל אריבערטרעטן די שװועל,
ארויס פון שטוב א ניט-געגעסענער!
הירש רעלעס
גי
האר
רײַזע= בילדער
בא דער אָזערע
די רויטע גרויסע זון זינקט אלץ טיפער און
טיפער אין דער אָזערע און צינדט אָן אף די
וואסערן א פײַערדיקן זײַל, וועלכער פלאטערט,
וויגט זיך און צעשיט זיך אין אומצאָליקע גינ-
גאָלדענע שפּליטערלעך.
די שוועלבעלעך טראָגן זיך ארום איבער
דער אָזערע אזוי פלינק, אז דו באװײַזט ניט צו
נאָכשפּירן זיי. ארום געװעלטיקט א שטילקײַט--
דו הערסט דײַטלעך, װי די בינען זשומען אף
די בלימעלעך פון גריקע, װאָס וואקסט דאָ ניט
װײַט פון ברעג. די לופט איז פול מיט האָניק-
דופט.
אין אָט דער געראמער װוּנדערלעכער וועלט
פארגעסטו מאמעש אלע דײַנע קליינלעכע
זאָרגן.
און פּלוצעם, װוי צום רומל, פארגייט זיך א
פויגל. הונדערטער פארשיידנארטיקע טרעלן
גיסן זיך צונויף אין א דאנקבארער ליד דער
װוּנדערלעכער נאטור.
איך זיץ און קלער: ,איי, ד! נאר, װאָס דו
ביסט, װאָס זיצסטו אין דײַנע דאלעדאמעס און
שרײַבסט דײַנע קורצע לידעלעך, און נאָכדעם
קריכסטו פון דער הויט, קעדיי זיי אָפּדרוקן,
און וויפל מע דרוקט ניט, איז דיר אלץ װייניק,
דײַן געדאנק איז שטענדיק פארנומען דערמיט,
וויַאזוי צו פארלויפן דעם וועג דײַנע קאָלעגן.
װוי אומגעלומפּערט ביסטו אין פארגלײַך מיטן
סאָלאָװײ! ווארף אװועק אלע דײַנע האװענישן
און שמײַענישן און קום בעסער געניסן פונעם
ארום. פון קיין שום זאך װועסטו אזויפיל פאר-
געניגן ניט האָבן.
אפן צעצװײַגטן וילדן בארנבוים טשוויטשערן
פייגעלעך. דעם זשום פון די בינען אין דער
גריקע הערט מען שוין ניט. נאָר דער סאָלאָװײ
פארגייט זיך נאָך מער. פונוואנען נעמען זיך צו
אים אזויפיל מעלאָדיעס?
פּלוצעם טוען א גרילץ אין די אויערן וויל-
דע קלאנגען פון עפּעס א דזשאז, און אלץ ארום
פארלירט דעם כיין,
איך גיב א קער דעם קאָפּ אהין פונוואנען
עס דערטראָגן זיך די קלאנגען, און כ'דערזע א
באָכער אין א בונט העמדל. ביידע עקן פון די
פּאָלעס זײַנען איבערגעבונדן אין א קנופּ באם
הוילן פּופּיק, אין דער האנט האלט ער א
פּאָרטאטיוון מאגניטאָפאָן, פון וועלכן עס צע-
טראָגן זיך די ווילדע קלאנגען.
איך בין זיך מוידע, אז איך האָב פײַנט
דזשאז-מוזיק. די ריטמישע גרילצנדיקע קלאנ-
גען נערווירן מיך,
און אָט דאָ, בא דער אָזערע, נערווירט מיך
דער דזשאז נאָך מערער. אלץ ארום װוערט וי
ניט אף דער װאָר, נאָר דעקאָראטיו.
ערשט איצט באמערק איך, אז ניט װײַט פון
מיר זיצט א מענטש, שוין ניט גאָר קיין יונגער,
ער האלט א ווענטקע פארװאָרפן אין וואסער און
קוקט אפן באָכער מיטן מאגניטאָפּאָן מיט גרויס
ביטל. ער גיט א שאר מיט דער לאנגער האנט
די געדיכטע שווארצע װאַנצן און זאָגט צום
יונג:
-- אָדער שליס אויס דעם מאגניטאָפאָן, אָדער
טראָג זיך אָפּ פונדאנען!
דער יונג מאכט זיך ניט הערנדיק, צי עפשער
הערט ער טאקע ניט. ער מאכט מיטן קאָפּ, מיט
די הענט באוועגונגען, װאָס אנטשפּרעכן דעם
ריטם פון דזשאז.
דאָס פירט מיך שוין אויך ארויס פון געדולד.
און מאכמעס איך געפין זיך נעענטער צום באָ-
כער, װי דער פישער, פרעג איך:
-- האָסט געהערט, װאָס מע האָט דיר פאָר-
געלייגט!
-- איר זאָגט עפּעס? -- פרעגט ער מיט אזא
מינע, װי ער װאָלט זיך ערשט אופגעכאפּט
פון א שווערן שלאָף. עס שאפט זיך אן אײַנ-
דרוק, אז ער קלײַבט זיך טרײַבן מיט אונדז
קאטאָוועס.
-- שליס אויס דעם מאגניטאָפּאָן, -- באפוילט
אים מײַן שאָכן.
-- אזא נײַס, -- ענטפערט דער באָכער, ניט
אופהערנדיק דיריזשירן, -- מוזיק שטערט זי
שוין אויך.
123
-- דאָ גייט ניט אָן אזא מוזיק, דו שטערסט
אונדז הערן דעם סאָלאָװײ,
-- אך, אזוי גאָר, -- הייבט זיך אוף דער
יונג און נעמט דעם מאגניטאָפּאָן אין דער
האנט, -- נו, איז פּארדאָן, פּארדאָן.
ער װערט פארשװוּנדן צװישן די קוסטעס,
און די ווילדע קלאנגען דערװײַטערן זיך אלץ
מער און מער.
-- גראדע נישקאָשע פון א באָכער, --זאָג
איך צום קאָמפּאניאָן.
-- א באָכער, װי א באָכער, -- ענטפערט ער
פארטראכט, -- נאָר מיך װוּנדערט: שוין זשע
פארמאָגט ער ניט קיין שוֹם געפיל פאר דער
נאטור? איר מיינט, מיך אינטערעסירן די פיש.
דאָ כאפּט זיך גראדע שלעכט. דאָס קום איך
אהער ספּעציִעל הערן דעם סאַלאָװײ. מיר דוכט,
ס'איז ניטאָ אזא מענטש, וועמעס הארץ ער זאָל
ניט רירן. שוין דאָס דריטע יאָר, אז איך פאר-
ברענג דאָ די צײַט פון אורלויב,
אויב אזוי, בין איך זייער צופרידן מיט מײַן
נײַער באקאנטשאפט. איך זעץ זיך צו נעענטער
און פארפיר מיט אים א שמועס.
איך דערוויס זיך, אז ער איז אן אינזשעניער,
א ליבהאָבער פון קונסט און דעריקער פון לי-
טעראטור,
כאָטש אף דער לאָנע פון דער נאטור, ווען
איך בין אפילע איינער אליין, פיל איך זיך ניט
איינזאם, אָבער ס'איז פיל אײַנגענעמער, ווען
ס'איז דאָ א קאָמפּאניאָר, וועמעס געדאנקען עס
גארמאָנירן מיט דײַנע.
-- איך פארמאָג א שנור, -- קלאָגט ער זיך
פאר מיר, -- איז זי געראָטן אין אָט דעם באָכער.
די נאטור אינטערעסירט זי ניט. מע קאָן אָבער
ניט זאָגן, אז זי פארמאָגט ניט קיין עסטעטישע
געפילן. זי האָט ליב שיין מעבל, שיינע קליי-
דער. אָט דאָ ניט לאנג האָט זי דעראָבערט א
ליוסטרע פון ריינעם קרישטאָל. 800 רובל האָט
זי אָפּגעצאָלט. ,,צו װאָס האָסטו געדארפט אויס-
געבן אזויפיל געלט אף דעם?--פרעג איך בא
איר. -- איר האָט דאָדיבעסער געקאָנט קויפן א
קאָלירטן טעלעװויזאָר". --.,װאָס הייסט! --- ענט-
פערט זי מיר. -- איר זײַט דאָך עפּעס א ליב-
האָבער פון קונסט, שוין זשע באמערקט איר
ניט, סארא שיינע זאך מיר האָבן דעראַ-
בערט". ---,פיל שענער זעען אויס די לעװאָנע
מיט די שטערן, -- זאָג איך איר. --- גייט ארויס
אין אָװנט אף שפּאציר און קוויקט זיך וויפל
דאָס הארץ גלוסט. און דאָ, אין צימער, װעט
אײַך די ליוסטרע מיט דער צײַט דערעסן, און
זי װועט פאר אײַך אויסזען זייער געוויינלעך". --
,נו, און צוליב לײַט לוינט ניט פארמאָגן אזא
שײינהײַט? -- ענטפערט זי. -- מיר לעבן דאָך
עפּעס ניט אף קיין אינדזל. צו אונדז גייען ארײין
מענטשן און ניט אבייווער. מײַנע קאָלעגן --
דאָקטוירים. דימקעס כאוויירים -- אינזשעניערן
און געלערנטע".
דימקע איז מײַן זון. לויטן פּאספּאָרט הייסט
ער מענדל, מיר האָבן אים גערופן מאקס. נאָר
איר, זײַן װײַב, איז מאקס אויך ניט געפעלן.
1244
האָט זי אים געקרוינט מיטן נאָמען דימקע --
איצטער רופן מיר אים אלע אזוי, און איך אויך.
נו, מיילע, דער זון מישט זיך ניט אין אירע אינ-
יאָנים, אלע אירע אײַנפאלן גייען אים ניט אָן.
ער איז א פיייִקער יונג; נאָר אָן א גאל און מיט
א שוואכן כאראקטער. זי טוט מיט אים, װאָס זי
וויל. פון איין זײַט איז עס, פארשטייט זיך, גוט,
זיי לעבן בעשאָלעם. נאָר איך טרעט איר אמאָל
אָן אפן קאָרעק. װאָרעם אויב ניט טאָרמאָזירן,
קאָן זי װוער ווייסט װוּ װײַט אוועק מיט אירע
אפּעטיטן צו כפייצים. זאָג איך צו איר: ,נו, איז
װאָס, אז לײַט װעלן באמערקן, אז בא אונדז איז
א שיינע ליוסטרע? אונדזער אװטאָריטעט װועט
זיך פון דעם פארגרעסערן, צי װאָס? ס'וועלן זיך
נאָך געפינען נאראָנים, װאָס װעלן קוקן אף דעם
מיט קינע".--,טאָ זאָלן זי טאקע פּלאצן"--
ענטפערט זי, נו, װוי געפעלט עס אײַך?
-- זאָגן, אז זיי ציט ניט אינגאנצן צו דער
נאטור, קאָן מען ניט, -- זעצט ער פאָר, -- אמאָל
קלײַבן זיי זיך צונויף אין קאָמפּאניע און פאָרן
אין וואלד כאפּן פרישע לופט. איר ווייסט דאָך,
אז מענטשן מיט ענלעכע כאראקטערן ציט איי-
נער צום צווייטן. באשטייט די קאָמפּאניע קימאט
פון אזוינע, וי זי. ווען זיי קומען אהין, ווערט
דער וואלד אָן זײַן גאנצן כיין. עס רוישן טראנ-
זיסטאָרס, עס הערן זיך געזאנגען, געשרייען,
ארום וואלגערן זיך צײַטונגען, צעלאָפאן-פּא-
קעטן. זיי זײַנען פארטראָגן נאָר מיט זיך, יע-
דערער סטארעט זיך װאָס שענער ארײַנזאָגן. מע
קריכט מאמעש פון דער הויט אף צו דערװײַזן,
אז מע איז שארפזיניקער און קליגער פון
יענעם. וויצן שיטן זיך, װי ארבעס פון א לע-
כערדיקן זאק. קיינעם גייט ניט אָן ניט דער
סאָלאָװײ, ניט די קוקאווע, גאָרנישט ניט. די
כײַעס און די פויגלען װײַכן פון זיי.
מע הערט שוין ניט דאָס זשומען פון די
בינען. עס טשוויטשערן שוין ניט די פייגעלעך,
א װײַסער נעפּל באזוימט די קוסטעס. דעם דופט
פון דער גריקע פילסטו מאמעש אף די ליפּן
און אין די נאָזלעכער.
ערשט איצט צעגייט זיך דער סאָלאָװײ נאָך
הילכיקער, נאָך שענער. זײַנע טענער װערן
קלינגעוודיקער, און ס'דוכט, אלע ביימער, אלע
קוסטעס --אלץ ארום הערט זיך אײַן אין די
צויבער-קלאנגען.
און א ביסל װײַטער פון אונדז זיצט א יונג
פּאָרל. דער באָכער האלט זײַן האנט אף איר
אקסל. זיי זיצן שטיל, װי די טויבן, און הערן
פארגאפטע די מעלאָדיע.
און װײַטער זיצט נאָך א פּאָרל.
איך ווענדע די אופמערקזאמקײַט פון מײַן
קאָמפּאניאָר אף די דאָזיקע פּאָרלעך,
-- פארשטייט זיך, --זאָגט ער --אז מע
קאָן אלע יונגע ניט מעסטן מיט איין מאָס.
שטענדיק, ווען איך געפין זיך אין וואלד
אָדער אין פעלד, קאָן איך מאמעש ניט פאר-
לײַדן, ווען מע דולט מיר א קאָפּ מיט פארשיי-
דענע מײַסעס און איניאָנים. עס נערווירט מיך,
עס נערווירט מיך, עס װערט געפּאטערט די
שטימונג.
נאָר דעם פישער הער איך זייער גערן. עס
פרייט מיך, װאָס כ'האָב געפונען א מענטשן,
מיט וועמען ס'וועט זײַן אײַנגענעם צו פאר-
ברענגען. איך װעל איצט אויך קומען אהער אין
די אָװונטן הערן דעם סאָלאָװײ,
-- ס'טרעפט, אז זיי קומען אהער אף א
פּאָר טעג, -- גיסט ער פאר מיר אויס זײַן ביטער
הארץ, -- איז קוידעמקאָל לויפט מען איבער די
מאגאזינען און מע טאפּט איבער יעדער שמא-
טע. און אז מע שטויסט זיך אָן אף די מאָדנע
באָטן, װאָס זעען אויס, װי בוטעלעך, כאפּט מען
צו פינף פּאָר פאר זיך און פאר די כאווער-
טעס.
און דאָ, װי אפצולאָכעס, דערמאָנט זיך מיר,
אז מײַן פרוי האָט מיר פארזאָגט, אז איך זאָל
זיך פארינטערעסירן, צי קאָן מען דאָ קריגן
אזעלכע באָטן, און דערבײַ האָט זי האלב אין
שפּאס, האלב ערנסט מיר אופגעװאָרפן, אז אלע
אירע באקאָשעס גייען בא מיר אין איין אויער
ארײַן און דורכן צווייטן ארויס.
-- װאָסי,. דאָ פארקויפט מען
באָטן! -- רײַסט זיך בא מיר ארויס,
איך טו אף אים א קוק, און ערשט איצט
דערגייט צו מיר, װאָס פאר א גרויסן פעלער
איך בין באגאנגען.
מײַן נײַער באקאנטער גיט נערוועז א שאר
מיט די פינגער איבער די װאַנצן און קוקט שוין
ניט אין מײַן זײַט.
דער סאָלאָװײ הערט ניט אוף צו קנאלן. נאָר
איצט פילט זיך אין זײַנע טרעלן עפּעס אן
אומעטיקער שפּאס.
א מאָדנע סיטואציע האָט זיך באקומען. יע-
נער האָט מיר אויסגעדערציילט דאָס הארץ,
זײַענדיק זיכער, אז איך װעל אים מיטפילן.
לאָזט זיך גאָר אויס א בוידעם. פּרוּוו איך זיך
שוין פאר אים פארענטפערן.
-- איר פארשטייט דאָך, -- זאָג איך אים, --
מײַן פרוי טרוימט וועגן אזוינע באָטן, דארף
מען דאָך ארײַנגײן אין איר לאגע אויך.
-- איך קאָן אײַך מיט גאָרנישט ניט העלפן.--
ענטפערט ער אנטשיידן --װוען מײַן שנור
װאָלט דאָ געװוען, װאָלט איר באקומען א
פּינקטלעכע אינפאָרמאציע. -- און קעדיי ער
זאָל זײַן גאראנטירט, אז איך װעל זיך אָפּטשע-
פּען פון אים, הייבט ער זיך אוף און גייט
אוועק.
איך בלײַב שטיין װוי אן אָפּגעשמיסענער.
דעם קומענדיקן אָװנט בין איך ווידער געקוּ-
מען הערן דעם סאָלאָװײ,
מײַן נעכטיקן קאָמפּאניאָן האָב איך בא-
מערקט ערגעץ װײַט לעבן די קוסטעס. ניט אנ-
דערש, אז ער האָט אויסגעקליבן אן אָרט, קעדיי
זיך ניט טרעפן מיט מיר,
אף דער לאָנע פון דער נאטור, ווען איך בין
אפילע אליין, פיל איך זיך אויך ניט איינזאם.
אזעלכע
מיט דער פור
א געדיכטע טונקעלע כמארע רוקט זיך פון
דאָרעם, און כאָטש די זון שײַנט, פילט זיך דאָך
אין דער הייסער לופט א פײַכטקײַט, װאָס פון
צײַט צו צײַט טראָגט אָן דער ווארעמער ווינט.
די שוועלבעלעך טראָגן זיך ארום נידעריק. יע-
דעס גרעזעלע, יעדער געוויקס איז פארשמאכט
און ווארט מיט אומגעדולד אף א רעגן. וי איך
פארשטיי, קוקן אלע היגע אײַנװווינער מיט גרויס
האָפּענונג אף דער כמארע, נאָר פאר מיר איז
זי איצט גראדע ניט צום רומל.
איך געפין זיך װײַט פון א ייַשעו, באם
ראנד וואלד, לעבן הריבאָק, װוּ עס שטעלן זיך
אָפּ די אװוטאָבוסן.
איך ווארט אפן אװטאָבוס, װאָס גייט אין
ראיצענטער. װי עס װײַזט דער טאָװול, דארף
ער אָנקומען אכט אין אָװנט, און איצט איז
זעקס מיט צוואנציק. דער רעגן װעט מיך געוויס
ניט מינערן, און, צום באדויערן, האָב איך דעם
רעגנמאנטל מיט זיך ניט פארכאפּט. גוט כאָטש,
װאָס דער הריבאָק איז פאראן. נאָר וי איך
פארשטיי, װעט ער װײיניק װאָס העלפן. װאָרעם
ס'וועט, קאָנטיק, גיין א שלאקסרעגן. דערצו
װעט שטארק בליצן און דונערן. א קלײניקײַט,
אזא כמארע! און ארום איז קיינער ניטאָ.
ס'ווערט מיר א ביסל קאלאמוטנע. געדארפט
פאָלגן דעם פאָרזיצער פון קאָלװירט און בלײַבן
איבערנעכטיקן אין דאָרף. נאָר אומקערן זיך
איז שוין שפּעט.
וי אָפט אין אזוינע פאלן, ווארף איך זיך
אוף פאר מײַן ניט אױיסגערעכנטקײַט, און וויפל
איך עגבער זיך ניט דערפאר, בין איך ניט גא-
ראנטירט, אז אף װײַטער װעל איך אין געהע-
ריקן מאָמענט אָריִענטירן זיך, ויאזוי צו טאָן.
אין מערהײַט פאלן קומט צו מיר די ריכטיקע
לייזונג נאָך אלעמען.
די כמארע פארשטעלט שוין די זון. און גלײַך
האָבן גענומען שורשען די בלעטער אף די ביי-
מער -- דער װוינט טראָגט זיי פריילעכע בסו"
רעס. קיין פויגלען זעט מען שוֹין ניט, נאָר די
שוואלבן טראָגן זיך נאָך אלץ ארום מעשוגע-
נערװײַז,
די כמארע איז שוין איצטער ניט בלוי, נאָר
טונקל-שווארץ. טיף אינװוייניק אין איר צאפּ-
לען זיך גילדענע שלאנגען. און ס'הערט זיך
א װאָרטשעניש.
הינטער מײַנע פּלײיצעס הערט זיך א טראס-
קערײַ. איך קער זיך אום. עס דערנעענטערט
זיך א פור, און אף וויפל פאר מיר, דעם שטאָ-
טישן מענטשן, איז עס הײַנט א זעלטענע דער-
שײַנונג, ציט עס צו מײַן אופמערקזאמקײַט,
א בלאָנדער ריסאק, א פעסטער, א געזעצ-
טער, אײַנגעשפּאנט אין א קאָלימאגע, יאָגט
בארג-אראָפּ, אופהייבנדיק א שטױיב. אף א
ברעט, אױסגעשפּרײט אין דער ברייט, װאָס
פארבײַט א סידעלניע, זיצט אן אלטער, א פאר-
פּאליעטער פון זון. אפילע דאָס װײַסע בערדל
125
זעט אויך אויס וי פארסמאליעט. בא די ראנדן
פארמאָגט עס א געלן קאָליר. :
-- טר-ר-ר"ר!
די פור שטעלט זיך אָפּ.
-- אײַך שטייט פאָר א גוטער דוש, -- זאָגט
צו מיר דער פורמאן אף װײַסרוסיש.
באמערקנדיק, קאָנטיק, אז עס באומרויַקט
מיך, זעצט ער פאָר שוין מיט צוטרוי:
-- װוי לאָזט מען זיך אין וועג אָן א רעגנ-
מאנטל?
-- אז ווער האָט זיך עס געקאָנט ריכטן! אזא
טריקעניש!
דער פורמאן באטראכט דעם הימל און איז
צופרידן:
-- דאָסמאָל װעט ער שוין אונדז ניט מינערן,
דער לאנג געווארטער גאסט. ער װועט דערלאנ-
גען, װי מע דארף. און איר, אויב איר ברעז-י
געוועט ניט, קריכט אין װאָגן. װי איך פאר-
שטיי, דארפט איר אין ראיצענטער. פונדאנען
איז עס א קילאָמעטער אכט. פאר א שאָ זײַנען
מיר דאָרטן,
-- דער רעגן װעט דאָך סײַװי דורכנעמען.
-- אין דעם בין איך מער פון אײַך אויסגע-
רעכנט. מײַן באראָמעטער, --- װײַזט ער אף דער
פּלײיצע, -- האָט מיר פאָרױיסגעזאָגט. האָב איך
טאקע פארכאפּט א פּלאשטש-פּאלאטקע, װועט
זי סטײַען פאר אונדז ביידן.
באמערקנדיק, אז איך קװוענקל זיך, זאָגט
ער:
-- נו, מיילע, אויב אײַך שטייט ניט אָן פאָרן
מיט דער פור, טאָ האָט זיך אײַך א גוטע באָד,
אלי-אָפּ! -- גיט ער א קאָמאנדע, און דאָס פערד
שטעלט פיס.
א גוואלדיקע פּײַערדיקע שלאנג האָט זיך א
צאפּל געטאָן צװוישן די כמארעס, און עס הערט
זיך שוין א רודערײַ, װי שטיינער װאָלטן זיך
געשאָטן ערגעץ טיף אין וואלד.
די בלעטער אף די צװײַגן האָבן אָנגעהויבן
נאָך מער ציטערן.
און אָט פארדריסט מיך שוין, פארװאָס איך
לאָז דורך די מעגלעכקײַט באנוצן זיך מיט דער
פור. אומזיסט האָף איך אף א צופעליקער מא-
שין. דער וועג איז א זײַטיקער. דער אװטאָ-
טראנספּאָרט קורסירט איבער דער טראסע, װאָס
געפינט זיך א קילאָמעטער דרײַ פונדאנען.
איך לאָז זיך יאָגן נאָך דער פור.
-- שטייט! --- שרײיַ איך.
דער פורמאן האָט עפּעס א בורקע געטאָן
צום פערדל און זיך אָפּגעשטעלט.
איך שפּרינג ארײַן אין װאָגן. דער פורמאן
רוקט זיך אָפּ, איך זעץ זיך לעבן אים.
-- ריסיו! -- גיט דער פורמאן א קאָמאנדע.
דאָס פערדל הייבט אָן יאָגן און שפּרינגט אזש
אונטער.
איך בין שוין לאנג אָפּגעװױנט פון אזא
טראנספּאָרט. איך פיל, מאמעש עס ווארפט מיך,
וי אין קאדאָכעס, און עס טרייסלט אין מיר
א צאָן אָן א צאָן. דער פורמאן קוקט אף מיר
און לאכט. דאָס װײַסע בערדעלע מיט די געלע
ראנדן צעשפּרײט זיך אין דער ברייט,
126
-- װאָס? ניטאָ די באקװעמלעכקײַטן, װאָס
אין מאשין?!
עס מאכט אן אײַנדרוק, אז ער איז זיך אין
מיר נויקעם.
מיט ביידע הענט האלט איך זיך שטארק
פאר דער ברעט, אף וועלכער איך זיץ. דער
פורמאן, קאָנטיק, באמערקט מײַן מאטערניש און
גיט א קאָמאנדע:
-- אלי-אָפּ!
דאָס פערדל הייבט אָן גיין לאנגזאמער.
-- זעט, װי עס פארשטייט אײַך, -- װוּנדער
איך זיך.
-- כ'האָב דאָך אמאָל געדינט אין דער קא-
וואלעריע.
-- בייס דער פאָטערלענדישער!
-- אין בירגערקריג. אין גײַס דיוויזיע. בייס
דער פאָטערלענדישער איז מיר שוין געװען
ארום די פופציק, האָב איך געדינט אין דער
אינטענדאנטסקער, אויך מיט א פור געהאט צו
טאָן.
עס גיבן שוין צו וויסן די ערשטע שעליכים
פון הימל. שיטערע שווערע טראָפּנס האָבן מא-
מעש געפּאטשט אין פּאָנעם.
דער פורמאן האָט געעפנט דעם קאסטן, װאָס
איז געשטאנען אפן װאָגן, ארױיסגעשלעפּט א
פּלאשטש-פּאלאטקע און ארופגעװאָרפן אף אונדז
ביידן.
די טראָפּנס וערן אָפטער און געדיכטער,
און אָט פליען זיי שוין מעשוגענערװײַז. א
בליץ באצירט די שפּיצן פון די ביימער, און
גלײַך דערהערט זיך א טראסק און א בייזער
ברום. גרויסע שטיקער אײַז קנאקן איבער די
ביימער, איבער אונדז, קלאפּן זיך אָפּ אָן דער
ערד און ווערן צעשאָטן.
-- אוי, אָט דאָס טויג ניט, -- זאָגט דער פור-
מאן מיט אומרו. --- אויב עס װעט אזוי האָגלען,
איז א סאָף צו די געוויקסן.
א בליץ און א פּראל, עס הודזשעט אזש אין
די אויערן. דאָס פערד שטעלט זיך דיבאָם..
שטיקער אײַז קלאפּן איבערן קאָפּ, איבער דער
פּלײיצע.
-- אלי, -- קאָמאנדעװעט דער פורמאן, און
דאָס פערד פארקערעוועט אף רעכטס און שפּאנט
איבער א שטעגל, װאָס פירט טיף אין וואלד.
דער האָגל גייט איבער אין א גוסרעגן. פון
די צװײַגן רינען ריטשקעס איבער דער
פּלאשטש-פּאלאטקע, און פילסט זיי מאמעש
מיטן גאנצן קערפּער, כאָטש דיר איז ניט נאס.
די קאָפּיטעס פונעם פערד פּליוסקען זיך אין ווא-
סער, ארום איז פארנעפּלט, די פײַכטקײַט פיל-
סטו אין מויל, אין האלדז און אין די לונגען.
עס דונערט און עס בליצט, נאָר שוין ניט אזוי
בייז, װוי פריער. דער פורמאן פארקערעוועט צו
א דעמב און שטעלט אָפּ דאָס פערד.
--- איר האָט עפּעס א היפּש פּעקל געלט מיט
זיך! -- פרעגט ער בא מיר.
ווען דאָס טרעפט אמאָל, װאָלט איך זיך טא-
קע אפאנעמעסן דערשראָקן.
דאָך אף א שפּאס דארף מען ענטפערן.
8*
-- וויפל איך זאָל ניט פארמאָגן, װעט עס
אײַך ניט לוינען.
ער שמייכלט.
דער דעמב, אונטער וועלכן דאָס פערד האָט
זיך אָפּנעשטעלט, איז א שוואכער שיצער. פון
זײַנע ברייטע צװײַגן רינט, װי פון א פאס.
פּונקט וי מיט שלאנגען װאָלט מען פון דאָרטן
געשפּריצט.
-- שאט, -- פאלט דער פורמאן אף אן אייצע
און גיט א צי פאר די לייצעס,
איצט פארקערעווען מיר אף לינקס. ארום
איז כוישעך, פארנעפּלט.
אָט װערן די צװײַגן שיטערער, מיר פאָרן
ארוף אף א בערגל, און ס'אנטפּלעקן זיך פאר
אונדז עטלעכע זעמליאנקעס.
-- אָט דאָ װעלן מיר איבערווארטן, -- זאָגט
צו מיר דער פורמאן.
איך שפּרינג אראָפּ פון װאָגן און לאָז איבער
דעם פורמאן די פּלאשטש-פּאלאטקע. ביזוואנען
איך בין דערלאָפן צו דער נאָענטסטער זעמ-
ליאנקע, בין איך געװאָרן פיטשינאס, װי איך
װאָלט ארויס פון א קוואל.
דער פורמאן שפּאנט אויס דאָס פערד, בינדט
עס צו אף א לאנגער שטריק צום בוים. לאנג
ניט געטראכט, נעמט דאָס פערד צופּן דאָס
גראָז,
דער אלטער גייט ארײַן אין זעמליאנקע,
ווארפט פון זיך אראָפּ די פּלאשטש-פּאלאטקע,
צעשפּרײט אף דער באנק, און אליין זעצט ער
זיך לעבן מיר, נעמט ארויס א טיכל און ווישט
דאָס נאסע פּאָנעם. דאָס בערדל--כאָטש דריי
עס אויס.
-- לאָמיר זײַן באקאנט, -- זאָגט ער צו מיר
און דערלאנגט זײַן נאסע האנט, --איך הייס
זאכאר אָסיפּאָװיטש. איך ארבעט אלס װאָז-
שטשיק אפן קלימאָוויטשער געהילץ-זאװאָד,
וי איך פארשטיי, וויל ער זיך דערוויסן,
ווער איך בין, און צוליב דעם האָט ער פאר-
טראכט די צערעמאָניע פון דער אָפיציֶעלער בא-
קאנטשאפט. :
דערהערנדיק, אז איך בין א זשורנאליסט,
ווערט ער אופגעלעבט:
-- עס באקומט זיך, וי אינעם גלײַכ-
ווערטל: , די כײַע לויפט אליין צום יעגער".
פארשטיי איך שוין, אז ער האָט עפּעס אן
אָנקלאָגע.
דער רעגן הייבט אָן גיין שיטערער, אין
וואלד ווערט א ביסל ליכטיקער,
דאָס פערד צופּט דאָס נאסע גראָז. עס איז
אזוי פארטאָן אין דער אכילע, אז עס גייט דעם
גאָרנישט אָן, װאָס ארום טוט זיך.
אין זעמליאנקע איז ריין, ציכטיק. די בענק,
די טישן צעשטעלט אין אן אָרדענונג.
-- דאָ איז אמאָל געווען א פּארטיזאנישע
זאָנע, -- דערקלערט מיר זאכאר אָסיפּאָװיטש,--
האָט מען רעסטאוורירט די זעמליאנקעס, וי זיי
זײַנען דאן געווען. אהער קומט מען אף אן
עקסקורסיע,
א נאסע, אומבאהאָלפענע האלקע שטייט אף
א צװײַג און איז עפּעס זייער אומרויִק, זי קערט
מיטן שנאָבל הין און הער און גראגערט. באלד
דערזע איך אונטן אין גראָז א יונגינק האלקעלע.
עס האלט צעשפּרײט זײַנע נאסע פליגעלעך,
וועלכע פאָלגן ניט. דאָס האלקעלע שיפּעט, װי
עס װאָלט געוויינט. אָט פארװאָס ס'איז אומרויק
די האלקע אף דער צװײַג. זי האָט מוירע, אז
מיר זאָלן ניט אָנטאָן איר אייפעלע קין
שלעכטס.
דער רעגן איז געװאָרן נאָך שיטערער און
איז ארײַן אין א רעגלמעסיקן שטראָם. אָט אזוי
קאָן ער גיין און גיין שאָענװײַז.
דער אלטער טוט אָן די פּלאשטש-פּאלאטקע
און לאָזט זיך שפּאנען דאָס פערד.
און אָט פאָרן מיר שוין פון וואלד.
-- דער רעגן איז א ראטונעק, ---זאָגט זא-
כאר אָסיפּאָװויטש.
װי נאָר מיר זײַנען ארויסגעפאָרן אפן
טראקט, האָט דער אלטער א קאָמאנדעווע גע-
טאָן:
-- ריסיו!
דאָס פערד לאָזט זיך אין גאלאָפּ. איך האלט
זיך פעסט פאר דער ברעט.
-- אלי-אָפּן
דאָס פערד הייבט אָן גיין לאנגזאמער,
-- אלי-אָפּ!
דאָס פערד הייבט אָן שטעלן מער אָפּטערע
טריט,
דער אלטער קוועלט.
-- אָט האָט איר אים אויסגעמושטרירט.
-- א װוּנדער! א לעבן געהאט אייסאָקים
מיט פערד. זיי פארשטייען מיך אפן װוּנק.
עס בלאָזן זיך אוף בורבולקעס אין די קא-
ליוזשעס. הייסט עס, אז דער רעגן איז שוין א
גלײַכער. איז עס א סימען, אז ער װעט שױן
לאנג ניט דויערן, אלנפאלס, ער שמײַסט שוין
ניט אזוי איבערן רוקן, װוי פריער,
די רײַזע געפעלט מיר -- איך האָב אינדער-
עמעסן האנאָע.
-- אויב ס'איז שוין באשערט צו טרעפן זיך
מיט אײַך, -- זאָגט זאכאר אָסיפּאָװיטש, -- מוזט
איר מיר העלפן דערקונדיקן אן איניען, װאָס
איז פארבונדן מיט מײַן ארבעט אזוי, אז דאָס
האָט א שײַכעס ניט נאָר צו מיר אליין, נאָר צו
א סאך אזעלכע, וי איך. שטעלט זיך פאָר, אז
בא אונדז אין ראיאָן איז ניטאָ װוּ א ראָד צו
קויפן, ניטאָ װוּ אן אקס אונטערשלאָגן, סברוּיע
וועסטו פאר קיין געלט ניט קריגן. אָט איז מיר
איצט צוליב א כאָמעט אויסגעקומען פאָרן אזש
קיין קאָסטיוקאָװיטשי, א טאָג אף דעם געפּא-
טערט. איז עס ניט קיין מאטעריאל פאר א
פעליעטאָן!
אף דער פראגע שטעל איך אים אויך א
פראגע:
-- װאָס פאר אן ארבעט פילט איר אויס אפן
געהילץ-זאװאָד?!
-- אָט איז דאָס! -- ענטפערט ער מיט אנטוי-
שונג, -- אָבער איך האָב פארשטאנען, אז די
פראגע װעט אופשווימען. איז אָט װאָס, איך פיר
127
אָפּ די ברעטער פון צירקוליארקע צום צעך.
אף א מאשין איז עס אומעגלעך, װײַל אין הויף
איז ענג. אויסער דעם, קומט מיר אויס אָפּפירן
די אָפּילקעס. איך קאָן אײַך אויסרעכענען נאָך
פיל ארבעטן, װאָס איך מיט מײַן אָרליקן טוען.
ווייסט איר גאָר װאָס, -- פאלט ער פּלוצעם אף
אן אייצע, -- אײַך װעט אויסקומען פארפאָרן צו
מיר, װעט איר זיך איבערצײַגן, אז מיר זײַנען
ניט קיין פינפטע ראָד צום װאָגן אפן זאװאָד.
מיר פאָרן ארויס פון וואלד. דער רעגן קא-
פעט נאָך. אפן מײַרעװיראנד איז דער הימל
העל, נאָר די זון געפינט זיך נאָך הינטער די
װאָלקנס. די טװוּע איז ערטערװײַז צוגעפאלן
צו דער ערד, נאָר אָפּנעפרישט, א מעכײַע. די
לופט איז פּײַכט, עס עטעמט זיך לײַכט, ערגעץ
צוויטשערן די לאָרכן, נאָר מע זעט זיי ניט.
אָט װײַזן זיך שוין די נײַע מױערן פון
שטעטל.
-- עפשער פּאסט פאר אײַך ניט אזוי ארײַנ-
צופאָרן אין ראיצענטער? -- פרעגט בא מיר זא-
כאר אָסיפּאָװויטש.
-- פאָרט בעסער, איידער צופוס, -- ענטפער
איך אף זײַן כויזעקיפראגע,
מיר פארקערעווען אין א שמאָל אספאלטירט
געסל. בא די זײַטן שלענגלען זיך ריטשקעס.
דאָס פערד פארקערעוועט צו א הויז מיט געלע
לאָדן.
זאכאר אָסיפּאָװיטש קריכט אראָפּ פון װאָגן,
עפנט דעם טויער, און אָרליק ווארט ניט אף קיין
אײַנלאדעניש.
-- גייט אין שטוב, -- לייגט מיר פאָר דער
באלעבאָס, -- איך שפּאן אויס דאָס פערד און
קום שוין ארײַן.
אין אלקער באמערק איך א שווארצכיינעוו-
דיקע יונגע פרוי. זי פּאָרעט זיך לעבן דער גאז-
פּליטקע און איז אזוי פארטאָן אין דער מעלאָכע,
אז זי ענטפערט ניט אף מײַן באגריסונג,
אין זאל גייט ארום א בלאָנדער יונגערמאן
אין א װײַס העמדל. דערזעענדיק מיך, גייט ער
אוועק אין שלאָף-צימער. באלד קומט ער ארויס,
שוין אָנגעטאָן אין א פּידזשאק. איך גריס זיך
מיט אים, ער ענטפערט ניט.
-- איך בין געקומען מיט זאכאר אֶסיפּאָ-
וויטשן, -- פארענטפער איך זיך.
ער קוקט אופמערקזאם אף מײַנע ליפּן. פאר-
שטיי איך שוין, אז ער איז א טויבשטומער.
כאזער איך איבער נאָכאמאָל די פראזע און
דריק אויס דײַטלעך יעדער װאָרט. װערט עו
אופגעלעבט און שאָקלט מיטן קאָפּ.
די פרוי גייט ארײַן, דערזעט מיך און ווערט
פארװוּנדערט. דער מאן שמייכלט צו איר.
איך הייב מיט איר אָן ריידן, זי שפּירט אויך
אופמערקזאם נאָך מײַנע ליפּן. איז דאָך שוין
פארשטענדלעך, אז זי איז באשטראָפּט מיטן
זעלבן מום, װאָס דער מאן.
איך באטראכט די בילדער אף דער וואנט.
אָט זע איך אף אן אלטער פאָטאָ א מיליטערמאן
אין א בודיאָני-אוניפאָרם, רײַטנדיק אף א
פערדל. בא דער זײַט א שיידל, אף דער פּלײצע
128
א ביקס. דער בראווער מיליטערמאן האָט אויס-
געזען, װי ער װאָלט זיך געקליבן לאָזן אין
אטאקע. ניט אנדערש, אז דאָס איז אליין זא-
כאר אָסיפּאָװיטש. לוט דער קירפּאטער נאָז
קאָן מען דערקענען, אז דאָס איז ער.
נאָך א בילד האָט זיך מיר באזונדערס גע"
װאָרפן אין די אויגן. דאָ איז זאכאר אָסיפּאָי
וויטש שוין אין די מיטעלע יאָרן, און ס'איז ניט
שווער אים צו דערקענען. ער זיצט אין צעני
טער צװישן פיל לײַט, אויבן איז אָנגעשריבן
מיט ייִדישע בוכשטאבן: ,קאָלװירט נײַילעבן.
װי קומט ער אהער? און אויב ער זיצט אין סא"
מע צענטער, איז דאָך ניט אנדערש, אז ער איז
געווען דער פּאָרזיצער פון קאָלװירט. זאָל זײַן,
אז ער איז א ייַד! עפּעס גאָר ניט ענלעך. די
שטומע פרוי זעט יאָ אויס װי א ייִדישקע.
און אָט איז ארײַן אין שטוב דער באלעבאָס,
אָנגעטאָן אין א בלויען קאָסטיום. ער עפנט דעם
קאָמאָד און נעמט ארויס א גרויסן אלבאָם.
--- איר זעט, וויפל ערןיגראמאָטעס איך האָב
באקומען פאר די לעצטע צען יאָר, זינט איך
ארבעט אלס װאָזטשיק אפן קאָמבינאט! װי
טראכט איר, װען מײַן ארבעט װאָלט געװען
ניט קיין וויכטיקע, װאָלט מען מיך באלוינט?
אויסער דעם באקום איך פּרעמיעס, ניט ווייני-
קער פון די שאָפערן. איז דאָס ניט דער בעסטער
באװײַז, אז מײַן ארבעט ברענגט נוצן? מיינט
איר, אז נאָר אף אונדזער זאװאָד נייטיקט מען
זיך אין א װאָזטשיק? און אין די קאָלװירטן,
מיינט איר, באגייט מען זיך אָן פערד? און אז
מע דארף סברויע, איז ניט צו קריגן. איז בעט
איך טאקע, איר זאָלט זיך ארײַנמישן.
-- װי קומט איר אהער?--װײַז איך אף
דער פּאָטאָ מיטן ייִדישן אופשריפט.
--- דאָס האָט קיין שלַכעס ניט צום איניען, --
ענטפערט ער און גייט וידער איבער צו
דער פּריִערדיקער טעמע, ---איר זאָגט מיר צו,
אז איר װעט אָנשרײַבן א פּעליעטאָן?
-- יאָ.
איך פארפיר מיט אים װידער א געשפּרעך
וועגן דער פּאָטאָ.
--- נו, אויב איר זײַט שוין אזוי נײַגעריק צו
וויסן, קאָן איך אײַך דערקלערן. איך בין געווען
א פאָרזיצער פונעם קאַלװירט ,נײַילעבן" פונעם
ערשטן טאָג, ביז די היטלעריסטן זײַנען אָנגע-
פאלן. געציילטע מענטשן זײַנען פארבליבן פון
קאָלװירט. די איבעריקע זײַנען אומגעקומען.
-- וי קומט איר אין א ייִדישן קאָלװירט!
-- װאָס הייסט? איך האָב דאָך געענדיקט א
ייַדישן אגראָנאָמישן טעכניקום.
-- זײַט איר א ייָד?
ער קוקט אף מיר אָנגעשטרענגט:
-- אנטקעגן װאָס פרעגט איר?
-- גלאט אזוי, -- זאָג איך אים אף ייִדיש.
-- זײַט איר אויך א ייִד! -- פרעגט ער מיט
פארווונדערונג. -- גראדע איר זײַט ניט ענלעך.
דערצו רעדט איר אזוי דײַטלעך אף װײַסרוסיש.
זאכאר אָסיפּאָװיטש דערציילט מיר, אז
ער לייענט רעגולער דעם זשורנאל , סאָװעטיש
8--4
היימלאנד". איך דערצייל אים, אז איך דרוק זיך
אין זשורנאל. װײַזט זיך ארויס, אז ער האָט
געלייענט מײַנע ווערק.
-- גלײַך נאָך דער מילכאָמע זײַט איר
געװאָרן א פורמאן? -- פרעג איך.
-- פארװאָס אינטערעסירט עס אײַך?
-- כ'ווייס,. עפשער װעט אויסקומען שרײַבן
וועגן אײַך.
-- וועגן מיר שרײַבן! -- פארװוונדערט ער
זיך. -- װאָס איז דאָ וועגן מיר צו שרײַבן?
װאָס בין איך, א קאָסמאָנאװט צי א קיבערנע-
טיק, אָדער אן אָנגעזעענער פוטבאָליסט! אָט
ווען איר קומט מיט א יאָר צען צוריק, ווען
איך בין געווען פאָרזיצער פון קאָלװוירט.
-- איז צוליב װאָס האָט איר באדארפט אֹף
דער עלטער וערן א פורמאן!
-- אָ, דאָס טאקע אינטערעסירט ניט נאָר
זשורנאליסטן. פיל מענטשן שטעלן מיר די
זעלבע פראגע. איז אָט װאָס, מײַן טײַערינקער,
גלייבט מיר, אז ניט צוליב געלט. די פּענסיע
סטײַעט מיר איבערגענוג. אויסער דעם, זײַנען
מײַנע קינדער אויך גוט באװאָרנט. מײַן טאָכ-
טער טאניע איז א שנײַדערן. דער איידעם --
א סטאָליער. אוֹיסֶער געהאלט באקומען זי
פּרעמיעס. נאָך צוויי טעכטער פארמאָג איך, װאָס
לעבן מיט זייערע פאמיליעס אין מאָהיליאָו.
די צאָרע איז, װאָס ס'איז מיר שװער צו זיצן
אָן ארבעט. כ'האָב געפּרוּװוט. און כ'דארף זיך
מוידע זײַן, אז ס'איז גאנץ ביטער, ווען געזונט
איז פאראן, און קיין קלעצער ניטאָ. בין איך
געװאָרן גראדע א װאָזטשיק און ניט קיין דיס-
פּעטשער און ניט קיין פארוואלטער פון סקלאד,
װי מע האָט מיר אפן זאװאָד פאָרגעלייגט.
אויסער אלץ בין איך דאָך עפּעס אן אלטער
בודיאָנאָװועץ, האָב איך ליב אייסעקן זיך מיט
פערד. איר מיינט, אז ס'װואָלט מיר איצט גרינג
געווען שיידן זיך מיט מײַן אָרליקן?
עס קומט ארײַן דער איידעם און רופט אונדז
צו זיך. אין צווייטן צימער ווארט אף אונדז
טאניע. ס'איז זי ניט צו דערקענען די האָר
פארקעמט, די ליפּן אונטערגעפארבט. זי צע-
שנײַדט דאָס ברויט, צעשטעלט די גלעזלעך,
לייגט אָן סאלאט אין די טעלערלעך, ס'ברענט
בא איר מאמעש אונטער די הענט.
מיר ווילט זיך זייער א שמועס טאָן מיטן
יונגן פּאָרפאָלק, נאָר גיי מאך עפּעס, אז איך
פארשטיי ניט קיין שטומלאָשן. דאָך באמערק
איך, אז זיי זײַנען זייער פילבאר צו מענטשן,
פארשטייען אפן װוּנק און דערקענען לױטן
פּאָנעם דײַן צושטאנד. לויט דעם, װי איך עס,
באמערקט טאניע, צי עס געפעלט מיר, צי ניט.
דעם טרוקענעם קאָלבעס האָב איך געגעסן מיט
אפּעטיט און מיט מוירע, מאכמעס איך בין א
דיעטניק. האָט זי אים פון מיר אָפּגערוקט און
דערלאנגט היימישן קעז מיט סמעטענע. דער
איידעם גיסט אָן די גלעזעלעך. איך און זאכאר
אָסיפּאָװויטש האלטן זיך אָפּ פון טרינקען. דער
איידעם פילט זיך ניט באקועם, נאָר טאניע
פירט אים גלײַך ארויס פון דער אומבאקוועמער
לאגע. זי גיסט זיך אָן א בעכערל און טשאָקעט
זיך מיט אונדז, קומט שוין אויס בעמיילע אונ-
טערצוהאלטן.
-- מײַנע קינדער איז ניט אזוי גרינג אָפּצו-
נארן, -- זאָגט מיר זאכאר אָסיפּאָװיטש, -- זאָל
מיט מיר ערגעץ טרעפן אן אומאָנגענעמקײַט,
איז וי איך זאָל עס ניט מאסקירן, באמערקן
זי עס גלײַך.
-- זיי קענען לייענען!
-- א פראגע! זיי האָבן באקומען מיטעלע
בילדונג. ניט װײַט פון מאָהיליאָוו איז פאראן
א ספּעציִעלע שול פאר אזוינע. אלע זומער, אין
דער צײַט פון אורלויב, פאָרן זיי קיין מינסק,
דאָרטן איזן דאָ א טעאטער פאר טויבשטומע,
רעכנט ער זיך אלס איינער פון די בעסטע אין
רבג באזוכן זיי דאָרטן די ספּעקטאק-
ען.
עס עפנט זיך די טיר, און מיט גרויס טומל
רײַסט זיך ארײַן א כאָפּטע קינדער -- דרײַ
ייִנגעלעך און צוויי מיידעלעך,
-- דער זיידע איז געקומעף
-- איר כאנפעט זיך שוין, -- מוסערט זיי
זאכאר אָסיפּאָװויטש און קוועלט, -- איר ווייסט,
אז דער זיידע קומט ניט צו פאָרן מיט פּוסטע
הענט.
ער גייט ארויס, און די כעוורע לאָזט זיך
נאָך אים.
טאניע גייט אויך ארויס.
דער איידעם נוצט אויס די געלעגנהײַט,
גיסט אָן אונדזערע בעכערלעך. ער טשאָקעט
זיך מיט מיר. איך טרינק אויס א טראָפּן. ער
ליידיקט אויס דעם בעכער, פארבײַסט מיט א
שטיקל פּאָמידאָר און גייט ארויס.
אינגיכן באװזט זיך זאכאר אָסיפּאָװיטש.
-- אך, וי זיי זײַנען צופרידף -- זאָגט
ער. -- זעט איר דאָך, אין די דאָרפישע קראָ-
מען קאָן מען אמאָל קריגן אזוינע שפּילעכלעך,
װאָס אין שטאָט זעט מען ניט.
-- א היפּשע מישפּאָכע בא זיי, -- זאָג איך.
-- צוויי זייערע און די איבעריקע דער
יינגערער טאָכטערס. אין אָפּרויטעג קומען די
עלטערן צוגעסט. זי האָבן א מאשין. און די
עלטערע טאָכטער האָט שוין אייניקלעך. טאניע
איז בא מיר די מיטעלע.
שפּעטער, ווען איך האלט שוֹין באם אוועק-
גיין, ווענדט זיך זאכאר אָסיפּאָװיטש צום על-
טערן אײניקל:
-- פיר אָפּ דאָס פערד אף פּאשע.
אין דרויסן איז פריש, א מעכײַע. די שוועל-
בעלעך צוויטשערן.
דער מײַרעװיראנד איז פלאמיק-רויט. א
סימען, אז מאָרגן װעט זײַן א גוטער וע-
טער,
דער זיידע פירט ארויס דאָס פערד פון הויף.
דאָס אייניקל זעצט זיך רײַטנדיק.
-- ריסיו! -- הערט זיך זײַן דין קעלכל.
דאָס פערד פאָלגט אים און שטעלט פיס.
דער זיידע װוערט צעגאנגען פון נאכעס.
129
אײַנגעװאַרצלט
דער ייִשעוו ענדערט זיך. דאָ און דאָרט
וואקסן הױכשטאָקיקע געבײַען. די געסלעך
זײַנען אספאלטירט. עס וואקסט א נײַער מיק-
ראָראיאָן, אין פארגלײַך מיט וועלכן דער הויפּט-
ייִשעוו וועט גאָר אינגיכן אויסזען װי א צוגאָב.
קינדער װוערן דערװאָקסענע, יונגע -- סאָליד,
עלטערע -- נאָך עלטער, נאָר באסיע זעט אויס
שטענדיק די זעלבע. דאָס זעלבע רונדע פרישע
פּאָנעם, װאָס דערמאָנט די לעװאָנע, די זעלבע
לאנגע קליידער, קימאט ביזן די פּיאטעס.
די היגע זײַנען שוין צוגעװוינט צו איר
הוילעך. נאָר אָנגעפאָרענע, ווען זיי פלעגן בא-
מערקן באסיען, פלעגן זיי זאָגן;
-- װי שעמט זי זיך ניט
אלטמאָדיש געקלײידט!
איצט, ווען לאנגע קליידער זײַנען װוידער
ארײַן אין דער מאָדע, זאָגן זיי:
-- שוין ניט קיין יונגע פרוי מיט אזא שרעק-
לעכער פיגור זאָל זיך אזוי יאָגן נאָך די נײַסטע
מאָדעס.
באסיע טראָגט שטענדיק מאלבושים פון
איין און דער זעלבער מאָדע, װאָס זי האָט זיך
אָנגעגרײט, נאָך זײַענדיק א מיידל. זי האָט
פאָרויסגעזען, אז נאָך דער כאסענע װעט ניט
אזוי לײַכט זײַן דעראָבערן א קליידל צי א
מאנטל. ס'וועלן זיך אין שטוב פּאָיאװען ביל-
כערע באלאָנים אף דעם.
מײידלװײַז איז זי אויך געווען א גראָבטשינ-
קע און א קײַלעכדיקע, אזוי אז די פיגור האָט
זיך בא איר וייניק װאָס געענדערט פון יענער
צײַט, און װאָס שײַעך דער מאָדע -- לייגט זי
אף דעם קיין שום אכט ניט, נאָר אליין די
מאָדע האָט זיך מיט א צײַט צוריק פון איר
דערװײַטערט און איצט זיך וידער אומגע-
קערט.
דאָס, װאָס בא באסיען זײַנען פארבליבן די
זעלבע מידעס, די זעלבע גענג און די זעלבע
טנועס, איז שוין גראדע קיין װוּנדער ניט,
זעלטן װער עס בײַט זיך לויטן כאראקטער.
דער מאן אירער, אריע, האָט פאר דער
לעצטער צײַט זיך יאָ א ביסל אונטערגעגעבן.
די האָר זײַנען געװאָרן שיטערער און העלער,
ס'האָט גענומען וואקסן דער בויך, דאָס פּאָנעם
זעט אויס מיד. אויסער דעם, איז ער געװאָרן
מער היציקער, מער באריידעוודיק, קאָנטיק, אז
דאָס נעמט זיך פון נערװעזקײַט.
װאָס איז שײַעך באסיעס מאמע, קאָן איך
ניט באשטימען, צי זי האָט זיך געענדערט, צי
ניט, איך זע זי דאָס ערשטע מאָל אין לעבן
פריִער פלעגט מיר ניט אויסקומען זײַן בא זי
אין דער היים. די באגעגענישן פלעגן בא אונדז
פאָרקומען אָדער אין גאס, אָדער באם לאריאָק,
װוּ זי פארקויפט צײַטונגען און זשורנאלן.
איצט זיצט די אלטע אפן סאָפקעלע באם
פענצטער, די הענט אָנגעשפּארט אף א היל-
צערנעם אלטמאָדישן שטעקן. פּונקט אזוי זײַנען
אמאָל פרומע ייִדן געזעסן פּייסעך באם סיידער.
130
ארויסגיין אזוי
װאָס שײַעך באסיעס זון סיאָמע, קאָן איך
אים ביכלאל ניט, נאָר אָנגעהערט זיך ועגן
אים פון באסיען האָב איך. די מאמע האלט אין
איין אויסדערציילן וועגן איר איינציקן יוי-
רעש. הערנדיק זי, שאפט זיך אן אײַנדרוק, אז
קליגער, געראָטענער און ערלעכער פון איר
סיאָמען איז גאָר אף דער וועלט ניטאָ.
איצט, זיצנדיק בא באסיען אין שטוב, האָב
איך זיך דערװוּסט, אז סיאָמע האָט שוין מיט מאזל
פארענדיקט דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט און
ארבעט אין ויטעבסק אלס טעכנאָרוק אפן
צעמענט-זאװאָד. ער האָט שוין א װײַב און
ווערט אינגיכן א טאטע.
באסיען רופט מען כאכיימע. מיט יעדערן
איז זי אויסגעבונדן, אלעמען וייסט זי און
יעדערער קאָן זי. אפילע אין מיקראָיראיאָן
אויך, ווען זי קומט אהין מיטן אװוטאָבוס דורכ-
צוגיין זיך איבער די מאגאזינען, װוּ מע קאָן
אמאָל קריגן עפּעס אזוינס, װאָס אין די קראָ-
מען פון שטעטל גופע איז ניטאָ, שטעלט מען
זיך אָפּ ריידן מיט איר אף יעדן טראָט.
אויסער די נײַסן, קאָן מען זיך פון איר
דערוויסן פיל פּראקטישע אייצעס: ויאזוי בע-
סער צוגרייטן פארשיידענע מֿײַכאָלים, װאָס
פאר א רעפועס פון געװויקסן דארף מען גע"
ברויכן בא דער אָדער יענער קרענק, ויאזוי
צוגרייטן די רעפועס, ויָאזוי בעסער פארקאָנ-
סערווירן יאגעדעס, פרוכטן, ויַאזוי אראָפּנעמען
פּליאמעס פון קליידער, ויַאזוי פארטרײַבן מו-
ראשקעס פון שטוב. וועגן װאָס איר זאָלט זיך
מיט איר ניט אייצען, װעט זי אײַך טייקעף
געבן אן אױסשעפּנדיקן ענטפער, ס'איז נאָר
א װוּנדער, פונוואנען ווייסט זי עס אלץ. עפּעס
זעט מען ניט, אז זי זאָל אמאָל ארײַנקוקן אין
א בוך אָדער אין א זשוֹרנאל. און װאָס שײַעך
קולינאר;ע, איז זי איין בעריע אין דער וועלט,
פון א הון מאכט זי צוויי, און פון קארטאָפל
מאכט זי פופציק געריכטן. ווען מע גרייט זיך
צו א כאסענע אָדער גלאט צו א סימכע, באגייט
מען זיך ניט אָן איר הילף. און אז די געסט
לויבן די מײַכאָלים, װאָס זי האָט צוגעגרייט,
איז באסיע אפן זיבעטן הימל.
מיט מענער האָט באסיע אויך װעגן װאָס
צו שמועסן. זי דערציילט וויצן, אנעקדאָטן אָדער
עפּיזאָדן. ויאזוי זי טײַנעט זיך אויס מיט לײַט,
און לויט דעם, וי זי גיט איבער איר געשפּרעך
מיט יענעם, דרינגט ארויס, אז זי קאָן גוט ענט-
פערן, ווען מע פארטשעפּעט זי מיט א װאָרט.
ס'באקומט זיך, אז די זיגערן איז שטענדיק זי.
דאָך, אז מע צעווערטלט זיך מיט איר, מערקט
זיך ניט, אז זי זאָל שארפזיניק דאָ אפן אָרט
ענטפערן.
אָט דערציילט זי;
-- עס באגעגנט מיך דער געהילפס-רעדאק-
טאָר פון דער ראיאָנער צײַטונג, זאָגט ער מיר;
,אָט װעמען מיר האָבן באדארפט האָבן אין
רעדאקציע, אין מאטעריאל װאָלט שוין קין
מאנגל ניט געווען". ענטפער איך אים: ,מע
קאָן זיך שוין פאָרשטעלן, װאָס פאר א זשור"
נאליסטן זײַנען בא אײַך דאָרטן, אז איר האָט
ניט מיט װאָס צו פארפולן א צײַטונג, װאָס איז
גרויס, װוי א גענעץ".
-- האָסט טאקע אזוי געזאָגט, צי האָסט
נאָכדעם באטראכט, אז אזוי האָסטו באדארפט
זאָגן! --- מישט זיך ארײַן דער מאן.
זײַן רעפּליק איז פאר מיר אומדערווארט.
איך האָב קיינמאָל ניט געהערט, ער זאָל מיט
איר אזוי ריידן. פריִער, ווען זי פלעגט דערציילן
אזוינע עפּיזאָדן, פלעגט ער פּאָשעט צושמייכ-
לען, און פון זײַן שמייכל איז שװער געוען
צו באשטימען, ויַאזוי ער באציט זיך צו דעם,
װאָס זי דערציילט.
באסיע האָט, קאָנטיק, באמערקט מײַן פאר-
לעגנהײַט, זאָגט זי צו מיר:
-- איר ווייסט, װאָס עס קאָכט אין אים!
דאָס קאָן ער מיר ניט מויכל זײַן, װאָס אונדז
קומט אויס פארלאָזן דאָס שטעטל.
דאָס איז שוין פאר מיר א נײַס.
דאָ האָבן אירע עלטערן און אורעלטערן
געלעבט, אזוי אז זי איז אײַנגעװאקסן און
אײַנגעװאָרצלט. און ביכלאל שטעל איך זיך
ניט פאָר באסיען אָן דעם שטעטל און דאָס
שטעטל אָן באסיען.
-- איר פאָרט טאקע אװועק פונדאנען?
באסיע שװײַגט. איך באמערק, װי די אלטע
קוקט אף מיר זייער אופמערקזאם.
-- װאָס, איר זעט ניט, אז מיר זיצן שין
אף די טשעמאָדאנעס! -- פרעגט בא מיר
אריע.
ערשט איצט באמערק איך טאקע, אז דער
סערוואנט איז שוין פּוסט און אין װוינקל
שטייען פּעק און טשעמאָדאנעס.
-- װאָלט איר טאקע פונדאנען באדארפט
אָנהײבן דעם שמועס, און איר דרייט מיר א
קאָפּ מיט פארשיידענע געשיכטעס.
-- װאָסי! איר הערט עס ערשט פון
מיר! -- װוּנדערט זיך באסיע. -- אין שטאָט
האלט מען אין איין ריידן וועגן דעם.
-- איז װוּהין זשע פאָרט איר?
-- צי דען פארשטייט איר ניט װוּהין?
אף א רעגע בלײַב איך דערשטוינט.
בא באסיען רופט עס ארויס א שמייכל.
-- נו,. װי טראכט איר? װוּהין קאָנען מיר
אריבערפאָרן?! פארשטייט זיך, אז אהין, װוּ דער
זון געפינט זיך. און װי זשע אנדערש! װוּהין
די נאָדל, אהין דער פאָדעם.
-- איר האָט עס גוט באטראכט!
-- װאָס רעדט איר? אָן סיאָמינקען קאָן איך
קיין טאָג ניט אויסקומען. און אים װעט אָן
אונדז אויך זײַן שלעכט. ער איז דאָך אזא
שוואכינקער, און דאָס װײַב איז פארטראָגן אין
דער ארבעט. זי איז דאָך א לערערן. שטענדיק
פארנומען. אינגיכן װערט זי א מאמע. װעלן
אונדז צוקומען נײַע זאָרגן, מײַן שנור איז
נעבעך א יעסוימעלע, פארמאָגט קיין טאטן ניט,
און די מאמע אירע האָט א צוייט מאָל כא-
סענע געהאט, האָט זי אירע דײַגעס. אזוי אז אָן
אונדזער הילף װעט דעם יונגן פּאָרפּאָלק זײַן
זיײיער שווער. איך װעל ניט ארבעטן א פּאָר
יאָר, ביז דאָס קינד װועט זיך ניט שטעלן אף די
פיס. און אריע װעט זיך אײַנאָרדענען, װוּ ער
װעט װעלן, שלאָסערס פאָדערן זיך אומעטום.
פארשטייט זיך, אז ס'איז ניט אזי פּאָשעט
פארלאָזן דאָס אײַנגעזעסענע אָרט. ס'קאָסט
גענוג געזונט. נאָר װאָס קאָן מען העלפן! קיין
אנדער אויסוועג איז ניטאָ, אָן סיאָמינקען איז
דאָס לעבן בא אונדז קיין לעבן ניט.
-- און װוּ װעט איר לעבן אין װויטעבסק!
-- מיר בויען דאָרטן א קאַאָפּעראטיוע דירע.
מיר האָבן זיך טאקע גוט פארענגט,
נו, אויב זיי זײַנען שוין אזוי װײַט פאר-
קראָכן מיטן איבערפאָרן, איז דאָך ניט שײַעך
צו ריידן, שװײַג איך.
וי מיר האָבן אָפּגערעדט, בין איך אפמאָרגן
ווידער ארײַן צו זיי. נאָר געקומען בין איך
ניט אין קיין געלונגענער צײַט. באסיע און דער
מאן זײַנען אינדערהיים ניט געוען. געטראָפן
האָב איך נאָר די אלטע.
זי האָט מיך באטראכט און, קאָנטיק, דער-
קענט.
-- זיצט א ביסל, -- האָט זי געבעטן, --
באלד ועלן זיי ארײַנקומען.
אָן דעם פּלאָקן קאָן זי קײַן טראָט ניט
שטעלן, בייס זי גייט, שפּארט זי זיך אָן אף
אים מיטן גאנצן קערפּער.
איך זיץ באם טיש, און זי אפן זעלבן אָרט,
װוּ זי איז נעכטן געזעסן.
-- איך בין שוין אלט, קראנק, קוים װאָס
איך לעב... -- קלאָגט זי זיך פאר מיר. --- איז
קאָלזמאן איך זיץ אף מײַן אָרט, האלט איך
זיך נאָך, און דאָס אריבערפאָרן קאָן מיך דאָ-
קאָנײַען.
װײַזט זיך ארויס, אז זי איז גאָר ניט גלײַכ-
גילטיק צו דער רײַזע, װי מיר האָט זיך אויס-
געדוכט.
-- מײַן טאָכטער פארשטייט עס ניט. זי איז
אזוי פארטראָגן מיט סיאָמינקען, אז ניט וועגן
זיך און ניט ועגן קיינעם טראכט זי ניט, און
מע קאָן קיין טײַנעס ניט האָבן. זי איז טאקע
גערעכט. פאר מיר איז סיאָמינקע אויך טײַער.
זאָג איך קיין װאָרט ניט קעגן דער יאזדע. איך
ווייס, אז ס'איז פאר איר אויך ניט אזוי פּאַשעט
צו פארלאָזן דאָס שטעטל. נאָר איבעריידן זי
דארף מען ניט. דאָס איז נאָר שיטן זאלץ אף
די װוּנדן, אָן גייען זיי שוין ארום זוכן קוינים
אף דער שטוב. ניט נאָר זי, נאָר איך בין דאָ
געבאָרן געװאָרן, דאָ בין איך געוואקסן, און
אלע יאָרן מײַנע זײַנען דאָ אדורך. אין דער
צײַט פון דער מילכאָמע האָבן מיר געלעבט אין
סיביר. װען סהאָט זיך באפרײַט אונדזער
שטעטל און מיר האָבן זיך דערװוּסט, אז די
שטוב איז גאנץ געבליבן, האָב איך געטראכט,
אז דאָס איז א באשערטע זאך, א לוין פאר די
גרויסע צאָרעס, װאָס מיר האָבן איבערגעטראָגן,
איז װוי קלערט איר, ס'איז מיר אזוי פּאָשעט צו
פארלאָזן די שטוב! נאָר איך שװײַג, אפילע
131
מיט שכיינים רייד איך ניט וועגן דעם, װאָרעם
זי קאָנען נאָך איבערגעבן דער טאָכטער, איז
װאָס דארף איך איר שאפן נײַע אנגסטן? מוז
איך דאָך פאר וװעמען-ניט-איז אויסריידן דאָס
הארץ, איז טאקע דערפאר דערצייל איך עס
אײַך.
-- עפשער זאָלט איר דערװײַל די שטוב
ניט פארקויפן, נאָר פארדינגען? -- ראט איך
איר.
-- מע װאָלט געוויס געטאָן אזוי, נאָר מע
איז פארקראָכן אין גרויסע כויוועס. איר מיינט,
ס'איז אזוי פּאַשעט צו בויען א קאָאָפּעראטיוע
דירע?
אינגיכן קומט דאָס פּאַרפאָלק. די שטימונג
איז בא זיי ניט קיין געהויבענע. נאָר דעם
געפיל פון הומאָר פארלירט ניט באסיע בא
קיינע אומשטענדן. זי כאָכמעט זיך, װי שטענ-
דיק.
איך פארשרײַב זייער וויטעבסקער
און געזעגן זיך מיט זיי.
אדרעס
אין א יאָר ארום האָב איך זיך דערװוּסט,
אז באסיעס מישפּאָכע איז נאָך אלץ אין
שטעטל. זי איז שוין א באָבע. אין דער קאָ-
אָפּעראטיווער דירע לעבט דער זון מיט דער
מישפּאָכע. אין שטעטל האָט זיך געפונען א
ייִדענע, װאָס איזן אװעקגעפאָרן אין וי"
טעבסק העלפן ניאנטשען סיאָמעס יוירעש.
יעדער כוידעש כאפּט זיך באסיע אראָפּ צום זון
אף עטלעכע טעג. פון דאָרטן קומט זי א מונ-
טערע, א פריילעכע.
וועגן איבערפאָרן אין שטאָט גייט שוין קיין
רייד ניט.
די פּלעמעניצע
די שלאנקע יונגע פרוי; װאָס האָט זיך אין
פראָסטיקן פרימאָרגן פאוויזן אין דער אלטער
טייל שטאָט, האָט צוגעצויגן די אופמערקזאמ-
קײַט פון פיל דורכגייער ניט מיט איר שײינקײַט
און ניט מיט איר עלעגאנטן אויסזען. דאָס,
פארשטייט זיך, האָט אויך געהאט א ווירקונג.
אזא שײינהײַט טרעפט זיך זעלטן. איר קלאָר
פּענעמל איז געווען ראָז פון פראָסט. די שוואר-
צע אויגן האָבן ארויסגעשײַנט פון די אונטער-
געפירטע וװיִעס. דאָס מאנטעלע פון קאראקול
איז מאמעש אױסגעגאָסן געווען אף איר שלאנ-
קער דינער פיגור. די לאקירטע באָטן זײַנען
געווען װוי אויסגעטאָקט אף איר פוס. בייס די
פרוי האָט געשפּאנט איבערן טראָטואר, האָט
דער שניי אונטערגעסקריפּעט צום טאקט.
נאָר ניט מיט דעם אלץ האָט זי צוגעצויגן
די אופמערקזאמקײַט, מע האָט אין איר דער-
קענט די אקטריסע פון אָנגעפאָרענעם טעאטער
מאריע יעלאנסקאיא, די, װאָס האָט אין נעכ-
טיקן ספּעקטאקל אויסגעפילט די ראָל פון דער
פּױקערן.
132
אפילע יענע, װאָס זײַנען אף דער פּרעמ-
יערע ניט געווען, האָבן זי אויך דערקאָנט לויט
די אפישן, װאָס זײַנען אויסגעהאנגען געװען
אין שטאָט.
מע האָט זיך געכידעשט -- װאָס טוט זי
אין ווינטערדיקן פרימאָרגן אין די הינטער-
געסלעך, און װאָס קוקט זי זיך אזוי אײַן אין
אייניקע דורכגייער, ניט אנדערש, װי איר
שטייט פאָר א באגעגעניש מיט עמעצן, און
זי וויל ניט, אז אירע קאָלעגן זאָלן דערפון וויסן.
ווען זי האָט באמערקט, אז אלע ווארפן אף
איר ציקאווע בליקן, האָט זי מיט גיכע טריט
אװעקגעשפּאנט צו דער באקאליי-קראָם. דאָרט
איז זי ארומגעגאנגען פון איין אָפּטײל צום
צווייטן. נאָר מע האָט ניט באמערקט, אז זי
זאָל עפּעס קויפן.
באם ארויסגאנג איז זי צוגעגאנגען צו אן
עלטערער פרוי אין א ואטאַװער קורטקע און
אין א מאָכערעװער גרינער שאל.
-- אנטשולדיקט, -- האָט זי זיך געווענדעט
צו איר אף רוסיש, -- איר װוינט דאָ לאנג!
-- װאָס היײיסט? איך בין א געבאָרענע פון
דאנען, -- און װי זי װאָלט זיך אָנגעשטױיסן,
װאָס קימערט די אומבאקאנטע, האָט זי צוגע-
געבן, -- איך קאָן דאָ קימאט אלעמען. אונדזער
שטאָט איז ניט אזא גרויסע.
די אקטריסע האָט ניט דרייסט א פרעג
געטאָן:
-- עפשער האָט איר געקאָנט די מישפּאָכע
ארליוק!
-- ארליוק! -- האָט איבערגעפרעגט די
אלטע, -- ווארט, לאָזט מיך א װײַלע א טראכט
טאָן.
-- װאָס איז דאָ צו טראכטן, פיליפּאָװונע? --
מישט זיך ארײַן העניע די שוסטערקע.
ניט געקוקט דערוף, װאָס העניען איז שוין
איבער פופציק, זײַנען די האָר אירע שווארץ,
װי פּעך, דאָס רונדע פּאָנעם סײַ זומער, סײַ
ווינטער פארפּאליעט פון זון. די אויגן שווארץ,
וי קוילן, טוט איר אָן קארעלן און אוירינגלעך,
װאָלט זי אויסגעזען, װי א ציגײַנערן. זומער
ארבעט זי אין א שוסטער-לאריאָק. זי לאקירט
שוכווארג, שלאָגט צו פּאַדקאָװקעס, און אז
מע דארף, לייגט זי א לאטקע אויך. ווינטער
ארבעט זי ניט, און זאָגן, אז זי האָט רו, קאָן
מען ניט. איר סטײַעט קאָפּדרײעניש סײַ פונעם
מאן, סײַ פון די קינדער און סײַ פון די
אייניקלעך.
-- אכצן מאן זײַנען געווען אין דער מיש-
פּאָכע ארליוק, -- טיילט מיט די שוסטערקע, --
אלע אומגעקומען, נאָר איינע איז עפּעס גע-
בליבן, נעבעך אף צאָרעס. זי פלעגט פארקויפן
מאָראָזשענע אין פּראָדוקטאָװון מאגאזין, װאָס
לעבן שנײַדער-יסאלאָן. איצט איז זי שוין אף
פּענסיע. מע זעט זי ניט און מע הערט זי ניט.
יעלאנסקאיא װערט שטארק אופגעלעבט:
-- איך װאָלט זי זייער געװאָלט זען.
נאָר כאנע האָט ליב אלץ טאָן מיט א טאָלק,
-- זאָגט אונדז פריַער, װאָס גייט עס אײַך
אָן!
דאָ האָט זיך יעלאנסקאיא פארטראכט. זאָגן,
אז איר מוטער שטאמט פונדאנען און זי גע-
הערט אויך צו דער מישפּאָכע ארליוק, װועט
די סענסאציע װוערן גרויס און ס'ועט זיך
דאָ צונויפקלײַבן א גאנץ רעדל. בעסער, אז זי
װעט אויג אף אויג ריידן מיט דער איבערגע-
בליבענער פון דער מישפּאָכע. ס'וועט זיך געוויס
ארױיסװײַזן, אז יענע איז עפּעס א װײַטע
קרויווע.
די אקטריסע מאריִע יעלאנסקאיא איז גע-
וואקסן אין א קינדערהיים. זי געדענקט ניט די
מוטער, ניט דעם פאָטער. װעגן פאָטער האָט
זי א פאָרשטעלונג לוט דעם, װי די באָבע,
װאָס האָט זיך אויסגעפונען מיט א יאָר צען
צוריק, האָט איר דערציילט. די באָבע אָקסאנע
פיאָדאָראָוונע װווינט אין פּערם, דאָרט איז גע-
בוירן געװאָרן מאריִעס פאָטער. ס'זײַנען פארבליבן
אייניקע פאָטאָגראפּיִעס פונעם טאטן, די באָבע
האָט זיי צוגעשיקט. פון איר האָט זיך מאריִע
דערװוּסט, פונוואנען עס שטאמט אי מוטער
און וויַאזוי איז געווען איר מיידלשע פאמיליע.
מאריַע האָט זיך די גאנצע צײַט געװאָלט
דערוויסן גענויער וועגן איר מוטער. איצט, אז
זי איז געקומען אף גאסטראָלן אין דער שטאָט,
װוּ איר מוטער איז געבוירן געװאָרן און האָט
פארבראכט איר קינדהײַט, האָט דער נײַגער
אירער זיך נאָך מער פארשטארקט.
-- װאָס גייט עס מיר אָן? -- האָט מאריִע
איבערגעפרעגט דער שוסטערקעס פראגע. --
א באקאנטער האָט מיך געבעטן דערוויסן זיך,
פון דער ייִדענע איז ניט אזוי פּאָשעט
געווען אָפּטשעפּען זיך.
-- איז װער איז דער באקאנטער,
ס'איז ניט קיין סעקרעט!
-- א ביסל איז עס א סעקרעט, -- האָט
געענטפערט יעלאנסקאיא און האָט זיך שױין
געווענדעט צו פיליפּאָװנען, -- איך בעט אײַך
זייער, פירט מיך אָפּ צו דער פּרוי ארליוק.
-- איך װאָלט גערן געגאנגען, -- האָט
געענטפערט פּיליפּאָװונע, -- נאָר איך קאָן דאָס
אייניקל אליין אין שטוב ניט לאָזן, א פיריאָריק
קינד. כ'האָב אים איבערגעלאָזט בא א שכיינע,
נאָר קימערט זיך ניט, די פרוי װעט אײַך
באװײַזן, -- װײַזט אָן פיליפּאָװנע אף כא-
נען, -- זי וייסט דאָ אלעמען נאָך בעסער
פון מיר.
כאנען איז ניט אָנגעשטאנען, װאָס די פרוי
האָט זיך פון אָנפאנג ניט געװענדעט צו איר.
נאָר אז יעלאנסקאיא האָט זי גענומען אונטער
דער האנט, איז זי מיט איר אוועק.
איצטער האָט מען פון דער זײַט געקוקט
מיט נאָך מער נײַגער: װאָס פאר א געשעפטן
האָט יעלאנסקאיא מיט דער שוסטערקע! נאָר
כאנע איז געגאנגען, דעם קאָפּ פאריסן, דאָס
פּאָנעם האָט געפלאמט ניט פון פראָסט, נאָר
פון טײַנעג.
כאנע האָט גוט געװוּסט, צו ועמען און
אויב
װוּהין זי פירט די אקטריסע, האָט זי באשטימט
אפריִער זי צוגרייטן צום פאָרשטייענדיקן
וויזיט.
-- זאָל אײַך ניט קימערן, אויב אין שטוב
װועט ניט זײַן צוגעקליבן און אויב די אלטע
ארליוק װעט מאכן אף אײַך א שװערן אײַנ-
דרוק. מע דארף פארשטיין איר לאגע, דער מאן
איז אפן פראָנט געפאלן. די קינדער, די על-
טערן און אלע קרויווים אומגעקומען. דאָס האָט
זי מאָראליש דערהארגעט. בייס זי האָט געאר-
בעט, האָט זי זיך נאָך געהאלטן, איצט, אז זי
איז אף פּענסיע, האָט זי זיך אינגאנצן אָפּגע-
ריסן פון דער וועלט. ניט מע זעט זי, ניט מע
הערט זי. די שטוב איז בא איר א גרויסע, זי
לעבט אליין. װוען אין דער אכסאניע זײַנען
ניטאָ קיין פרײַע ערטער, לאָזט זי ארײַן קוואר-
טיראנטן. ניט אזוי צוליב דירע-געלט, וי צוליב
הײמלעכקײַט. מיט איין װאָרט, ס'איז אָך און
וויי. און דאָס, װאָס איך האָב בא אײַך געפרעגט,
ער איז דער מענטש, װאָס האָט אײַך פאר-
טרויט דערוויסן זיך װעגן דער מישפּאַכע
ארליוק, איז האָב איך ניט פון טשיקאוועסוועגן
געשטעלט די פראגע. אױב ער האָט קיין
שײַכעס ניט צו דער מישפּאָכע, איזן עפשער
בעסער, אז איר װאָלט גאָרניט דערמאָנט וועגן
דעם, צוליב װאָס אן איבעריקן מאָל אָנרירן
די װוּנדן?
- יאָ, -- האָט באשטעטיקט יעלאג-
סקאיא, -- ס'וועט טאקע זײַן זייער שווער פאר
איר, נאָר איך מוז מיט איר ריידן.
יעלאנסקאיא האָט מיט נײַגער באטראכט
דאָס געסל, װוּ זײי זײַנען געגאנגע ס'קאָן
זײַן, אז דאָ פלעגט ארומשפּאצירן איר מאמע
מיט אירע כאווערטעס.
און אָט איז א געוועזענער קלויסטער, סיקאָן
זײַן, אז איר זיידע מיט דער באָבע פלעגן קומען
אהער. און עפשער זײַנען זיי געווען ניט קיין
גלױיביקע. אלנפאלס, זי װעט זיך שוין איצט
וועגן אלץ דערוויסן.
זיי האָבן פארקערעוועט אין א הויף, יעלאנ-
סקאיא קוקט מיט א פארטײַעטן אָטעם אף דער
שטוב.
געעפנט האָט עפּעס א מיידל. זי איז גלײַך
נעלעם געװאָרן אין א זײַטיקן צימער.
פון קיך האָט זיך דערטראָגן א רייעך פון זויע-
רער קרויט.
אין עסצימער -- א גרויסער אלטער טיש אָן
א טישטעך. עטלעכע שטולן אפן טיש -- אן
עמאלירטער טשײַניק, א גלאָז און א בלעכן
קענדל. אין ווינקל -- אן אלטמאָדישער קאָמאָד,
אין שטוב איז געווען ניט ווארעם. קאָנטיק,
נאָך ניט געהייצט.
-- העניע, װוּ ביסטו דאָרטן! -- האָט אויס-
געשר;ען די שוסטערקע,
פונעם זײַטיקן צימער איז ארײַנגעקומען אן
עלטערע פרוי מיט שווארצע טריבע אויגן, זי
איז געווען אָנגעטאָן אין א וואטאָװוע רעקל אָן
ארבל, אפן קאָפּ א ציצענע פאטשיילקע, פון
133
אונטער וועלכער ס'האָבן ארויסגעקוקט פּאסמעס
גרויע האָר. אף די פיס -- װאָליקעס.
די געסט האָבן זי ניט װײיניק פארװוּנדערט,
נאָר זי האָט געדולדיק געווארט, װאָס װעט מען
איר זאָגן.
-- די פּרײַלן װויל מיט אײַך ריידן, -- האָט
א זאָג געטאָן די שוסטערקע.
העניע האָט א קוק געגעבן אף יעלאנסקען
און האָט זיך אזש א צאפּל געטאָן. זי איז קוים
אײַנגעשטאנען אף די פיס.
-- קאַנטיק, אז ס'איז א טאָעס, -- האָט גע-
זאָגט די אקטריסע, באטראכטנדיק די באלע-
באָסטע. -- ניט לויטן אדרעס געטראָפן. --
פּרוּווט זיך דערמאָנען, -- האָט זי זיך געווענ-
דעט צו דער שוסטערקע, -- עפשער האָט דאָ
געלעבט נאָך א מישפּאָכע ארליוק, אן אנדערע,
איך מיין צװישן די װײַסרוסן.
-- ניין, קיין אנדערע האָט דאָ ניט געלעבט.
איך געדענק זייער גוט.
העניע האָט זיך פון אָרט ניט גערירט.
-- װאָס האָסטו זיך אזוי פארלאָרן? -- האָט
געטײַנעט צו איר די שוסטערקע, -- א מענטש
וויל זיך בא דיר פאנאנדערפרעגן ועגן דײַן
מישפּאָכע. איז װאָס איז די שרעק! שוין אזוי-
פיל יאָרן דורך. אלע האָבן מיר װוּנדן. אָבער מע
דארף דאָך זײַן מענטש.
-- גיב גוט א קוק, אף וועמען זי איז ענ-
לעך, -- האָט מיט א ציטערדיקן קאָל ארויסגע-
רעדט די אלטע.
-- נו, יאָ, -- זאָגט די שוסטערקע, -- דו
האָסט טאקע געטראָפן, דאָס איז די באװוּסטע
אקטריסע פון אָנגעפאָרענעם טעאטער. האָסט זי
דערקאָנט לויט די אפישן.
-- נו, איז מיילע.
-- װאָס פאר אן אפישן! װער קוקט אף די
אפישן?!
זי איז צוגעגאנגען צום קאָמאָד און מיט
ציטערדיקע הענט ארויסגענומען אן אלבאָם,
האָט אים פאנאנדערגעוניקלט.
-- נא, קוק, -- האָט זי
אקטריסע.
פון דער אלטער פאָטאָ האָט ארויסגעקוקט
די אקטריסע יעלאנסקאיא, נאַר אנדערש גע-
שלייערט -- אין א קאָפטע און אין א לאנג
קלייד -- ביז איבער די קני.
מאר;ע האָט מיט די דלאָניעס פארקוועטשט
די שלייפן. זי האָט זיך שװער אראָפּגעלאָזט
אפן שטול און זיך אײַנגעגעסן מיט די אױגן
אין דער פאָטאָ.
-- זע, פונוואנען קומט צו דיר אזא קאר-
טאָטשקע?! -- האָט זיך פארװוּנדערט כאנע די
שוסטערקע, -- קאָלעקציאָנירסט קארטלעך פון
אקטיאָרן אף דער עלטער!?
פאר זיך האָט זי נאָך א קלער געטאָן, צי
האָט זיך העניע, כאָלילע, גאָר ניט גערירט אֹף
דער עלטער.
-- װאָס פאר א אקטיאָרן? דאָס איז דאָך
מײַן שװועסטער זינע, װאָס,. געדענקסט ניט!
1544
געוויזן דער
די שוסטערקע האָט אויסגעשטעלט אף דער
אקטריסע א פּאָר אויגן.
-- און זע, װי האָב איך גלײַך ניט דער"
קענט! -- און האָט זיך געכאפּט פארן קאָפּ. --
אוי וויי, װאָס דאָ קומט פאָר!
די אקטריסע האָט זיך שװער אופגעהויבן
פון אָרט:
-- די פאָטאָ על איך אײַך ניט אָפּגעבן
הײַנט בין איך מער ניט אימשטאנד מיט אײַך
צו פארברענגען, איך דארף קומען צוזיך.
הײַנט איז בא מיר א רעפּעטיציע און א ספּעק-
טאקל. מיר װועט זײַן שווער...
די אלטע האָט זיך א װאָרף געטאָן אף דער
סאָפקע און האָט זיך גענומען בעטן בא דער
שוסטערקע:
-- כאנעלע, איר קאָנט דאָך זיך אױיסטײַנען
מיט מענטשן, לאָזט זי ניט אָפּ פונדאנען! דאָס
איז דאָך זינעס טעכטערל! מײַן פּלימעניצע!
דאָס הארץ האָט מיר אָבער געזאָגט, אז זי
דארף ערגעץ זײַן! אז די מילכאָמע האָט זיך
אָנגעהױבן, איז זי צוויי יאָר אלט געװוען. אין
מינסק האָבן זיי געלעבט. מירעלע האָט מען
דאָס אויפעלע גערופן. לויט דער מעטריקע איז
זי א רוסישע. טײַערע שוועסטערקע מײַנע! דו
ביסט לאנג אף דער וװעלט ניטאָ, אָבער דײַן
קינד האָט זיך אויסגעפונען!
די שוסטערקע האָט געפּינטלט מיט די
אויגן.
-- העניע! -- האָט זי געזאָגט מיט א ויי-
נענדיק קאָל, -- א גליק האָט דאָך דיך גע-
טראָפן, טאָ זײַ א מענטש, טו זיך איבער און נעם
אוף דײַן פּלימעניצע, װי מע דארף, שטעל טיי
מיט ווארעניע, גיב עפּעס צובײַסן. אויב דו
ווילסט, קאָן איך צוגיין אין קראָם און ברענגען
אלץ, װאָס מע באדארף.
-- ניין, ניין, ניט הײַנט, -- האָט זיך גע-
בעטן יעלאנסקאיא. זי האָט א קוק געטאָן
אפן זייגערל, -- איך פארשפּעטיק. מאָרגן קום
איך אינדערפרי. און אײַך װעל איך בעטן, --
האָט זי זיך געווענדעט צו דער שוסטערקע, --
בלײַבט דאָ איבער. מע דארף זי ניט לאָזן אליין
אין אזא צושטאנד.
מאריִע איז צוגעגאנגען צו דער מומען און
האָט איר געװאָלט א קוש טאָן אין שטערן. נאָר
די אלטע האָט זי, װי מיט צוואנגען, ארײַנגע-
כאפּט אין די אָרעמס און ניט געװאָלט אָפּלאָזן.
-- העניע, מע דארף זײַן א מענטש, --
האָט די שוסטערקע זי געמוסערט, -- דו דארפסט
זי אויך פארשטיין. זאָל זי זיך צוגעװוינען
מיטן געדאנק, אז דו ביסט אירע א מומע. זי
האָט זיך ערשט איצט דערװוּסט, פון װאָס פאר
א צװײַג זי שטאמט.
און ווען יעלאנסקאיא איז ארויס פון שטוב,
האָט העניע ערשט באקומען א כיײלעק פון
דער שוסטערקע:
-- מע דארף זיך קאָנען האלטן אין די
הענט. מיט דײַנע פאָקוסן װעסטו זי נאָר אָפּי
שרעקן. פאָלג מיך, מאך אן אָרדענונג אין שטוב,
טו זיך אָן, װי א מענטש, װועט זי גאָר אנדערש
באצִיִען זיך צו דיר.
-- איך װעל דיך אלץ פאָלגן, -- האָט זיך
געבעטן העניע, -- נאָר העלף מיר עס אײַנאָר-
דענען. געלט האָב איך.
-- ס'וועט זײַן רעכט.
ווען יעלאנסקאיא איז געקומען אין טעאטער,
האָט דער רעזשיסער באגעגנט זי מיט רוגזע:
-- װוּ ווערט מען עס פארפאלן אין א פרעמ-
דער שטאָט אף אזויפיל צײַט!
מאריִע האָט ניט געענטפערט.
ווען ס'האָט זיך אָנגעהויבן די רעפּעטיציע,
האָט ער שטיל געפרעגט:
-- װאָס האָט פּאסירט, אויב ס'איז ניט קיין
סעקרעט?
אף דעם האָט יעלאנסקאיא געענטפערט:
-- איך בין ניט מעכוּיעוו אײַך אָפּצוגעבן
א כעזשבן.
נאָך מער װוּנדער האָט ארויסגערופן דאָס,
װאָס נאָך דער רעפּעטיציע האָט יעלאנסקאיא
זיך לאנג געסוידעט מיט דער עלטערער אק-
טריסע סאָפיע ראָזענבערג. פריִער זײַנען זי
געווען בארויגעז איינע אף דער צוייטער און
האָבן צװוישן זיך ניט גערעדט.
אפּמאָרגן, װוען מאריַע איז מיט א טאקסי
געקומען צו דער מומען, האָט זי מאמעש ניט
דערקאָנט די װוינונג.
דער דיל איז באדעקט מיט א טעפּיך, אף
די פענצטער װײַסע פאָרהאנגען, אף דער
סאָפּקע -- א שיינער צודעק, אף די שטולן
טשעכאָלן. און דעריקער װאָס די מומע אליין
האָט געהאט גאָר אן אנדער אויסזען -- אין
א פּײַן בלוי קלייד. די האָר פארקעמט, אפן
פּאָנעם -- א שמייכל.
-- נו, מומע, -- זאָגט מארלע מיט א טרוי-
עריקן שמייכל, -- װי איך זע, זײַט איר אויך
אן אקטריסע.
-- װאָס זשע מיינסטו, פאר דער מילכאָמע
האָב איך טאקע אָנטײל גענומען אין דער
זעלבסטעטיקײַט, און דײַן מאמע האָט גע-
טרוימט אָנקומען אין א טעאטראלער סטודיע.
אזוי אז דײַן טאלאנט שטאמט פון אונדזער
צאד.
באמערקנדיק, אז די פּלימעניצע האָט אוועק-
געלייגט א פּעקל אפן טיש, האָט העניע צו איר
געטײַנעט:
-- צוליב װאָס האָסטו באדארפט אויסגעבן
געלט? איך נייטיק זיך ניט אין גאָרנישט. און
דוו װעסט פונדאנען ניט אװעקפאָרן, ביז איך
װעל אף דײַן נאָמען ניט איבערשרײַבן די
שטוב.
-- מומע, וועמען גייט עס אָן?
דערנאָך, ווען מע איז געזעסן באם טיש און
מע האָט געפרישטיקט, האָט די מומע געטײַנעט:
-- פאר אזויפיל יאָרן װי האָסטו עס ביז
איצט ניט געגעבן וועגן זיך צו וויסן?
--- פונוואנען האָב איך געקענט וויסן? כ'בין
אין א קינדערהיים געוואקסן. דעם טאטנס מוטער,
מײַן באָבע אָקסאנע פּיאָדאָראָוונא, האָב איך
געפונען, דערנאָך, ווען איך בין געווען בא איר
צוגאסט, האָב איך פון איר זיך דערװוּסט דער
מאמעס מיידלשע פאמיליע און פונוואנען זי
שטאמט.
באם עסן האָט די מומע געסטארעט זיך נוצן
מיטן גאָפּל און מיטן מעסער, פּונקט װי די
פּלימעניצע. מאריַע האָט עס באמערקט.
דערוויסנדיק זיך ועגן דער פּלימעניצעס
שטייגער-לעבן, האָט די מומע געטײַנעט:
-- מיר געפעלט ניט, װאָס דו פאָרסט ארום
אוּן דעם זון לאָזסטו איבער אין שול-אינטער-
נאט. דאָס טויג ניט. און דער מאן האלט אויך
אין איין ארומוואנדערן. װאָס איז דאָס פאר
א מישפּאָכע-לעבן! דײַן מאמען װאָלט עס ניט
געווען צום הארצן.
-- איז װאָס זאָל איך טאָן! אוועקגיין פון
טעאטער!
העניע האָט געשוויגן.
יענעם אָװנט איז זי צום ערשטן מאָל נאָך
דער מילכאָמע געווען אין טעאטער. מע האָט
ווידער געשטעלט ,די פּױקערן", װוּ יעלאנסקאיא
האָט געשפּילט די הױפּט-ראָל.
די מומע איז געזעסן אין לאָזשע. אין דער
צײַט פון דער פאָרשטעלונג זײַנען אירע אויגן
פול געווען מיט טרערן. און אין לעצטן אקט,
ווען נילא איז געפאלן פונעם סוינעס א קיל,
האָט די אלטע שיר ניט געכאלעשט, נאָר זי
האָט זיך געהאלטן מיט די לעצטע קױכעס,
קעדיי ניט פארשעמען די פּלימעניצע,
זינט ס'האָט זיך אויסגעפונען די פּלימעניצע,
איז העניען גאָר ניט צו דערקענען. גאָר אן אנ-
דער מענטש! זי איז געװאָרן גיריק צום לעבן,
מונטער און באריידעוודיק. הײַנט א בעריע --
אלץ ברענט אונטער די הענט.
-- װי א מענטש קאָן זיך עס ענדערף --
האָבן זיך געװוּנדערט די יונגע.
-- ווען איר זעט זי פאר דער מילכאָמע! --
האָבן אף דעם געענטפערט די עלטערע. -
איין בעריע אין דער וועלט געװען! הײַנט סא-
רא לעבנסלוסטיקע! דער גרויסער בראָך האָט
אף איר געװירקט! ניט געקאָנט זיך נעמען אין
די הענט. צו א פילבארע נאטור געװוע! איצט
איז זי א ביסל צו-זיך געקומען.
װען די ארטיסטן האָבן פארענדיקט די
גאסטראָלן, איז העניע אוועקגעפאָרן צוזאמען
מיט דער פּלימעניצע.
אין שטוב האָט זי דערװײַל אריינגעלאָזט
קווארטיראנטן, און װאָס װײַטער װועט זײַן, װעט
װײַזן די צײַט.
א
מירע לילינא
פּאול און גערטרודא
פאר מײַן אװעקפאָרן פון בערלין האָב איך
געװאָלט באזוכן דעם פּערגאמער אלטאר.
די דײַטשישע קאָמוניסטקע לאָטא, מײַנע א
נאָענטע פרײַנדן, האָט גערן אונטערגענומען
זיך צו זײַן מײַן גיד.
איך האָב ביז איצט ניט געקאָנט פארגעסן
דאָס, װאָס אָסקאר האָט מיר נעכטן דערציילט.
אָסקאר האָט דרײַ יאָר, פּונקט וי לאָטא, געאר-
בעט אין דער אנטיהיטלערישער אונטערערד.
לאָטא איז מיט ניסים געבליבן גאנץ און אומ-
בארירט, אָסקאר אָבער איז ארײַנגעפאלן אין
די לאפּעס פון דער געסטאפּאָ און איז בעערעך
צען יאָר געווען א קאצעטניק אין די טױיט-
לאגערן. נאָר אויך דאָרט האָט ער דרייסט און
מיט ענערגיע געפירט דעם קאמף. מע האָט
אים צוגענאָגלט צו דער וואנט װי א קרייץ,
אכזאָריש געמיימעסט, נאָר קיין זאך האָט אים
ניט אײַנגעבראָכן.
לאָטא האָט מיט אינטערעס געהערט מײַן
דערציילונג וועגן אָסקארן.
-- א סאך פון אונדז האָבן דורכגעמאכט די
שיווע-מעדורע-געהענעם פון די קאָנצלא-
גערן, -- האָט לאָטא געזאָגט. -- איך האָב צוויי
פרײַנט פּאול און גערטרודא. אָסקאר האָט
כאָטש היפּש אָנגעזאלצן די היטלעריסטן, האָט
ער געװוּסט, פארװאָס ער זיצט, פּאול אָבער
האָט נאָך ניט באוויזן צו טאָן עפּעס, ער איז א
ייִד, האָט מען אים מיט זײַן גאנצן געזינד גע-
כאפּט און ארײַנגעװאָרפן אין א לאגער. און
דעמלט איז ער, דער פּאָשעטער פּאלגע, דער
געוויינלעכער שנײַדער, געװאָרן א העלד.
איבעריקנס, פּאול ווייסט נאָך ביזן איצט ניט,
אז ער איז טאקע א העלד. אויב דו וילסט,
װעל איך דיך באקאנען מיט זיי, מיט פּאולן
און מיט גערטרודע.
-- א שײַלע, צי איך וויל! ווען?
-- נו, כאָטש מאָרגן, -- האָט געענטפערט
לאָטא.
...איך האָב א קוק געטאָן אפן אלטאר, אף די
געניאלע פרעסקעס, וועלכע רינגלען אים ארום.
איך האָב געטראכט וועגן דער אומשטערבלעכ-
קײַט פונעם מענטשנס נעשאָמע, ועגן איר
גרויסער קראפט. צי װעלן די קינפטיקע דוירעס
זיך דערוויסן וועגן יענע, וועלכע האָבן זיך ניט
אונטערגעגעבן, װעלכע האָבן געקעמפט, וי
ריזן?! װער װעט זיי, אָט רי ריזן, פארײיביקן
אין אזא מירמל, פון װאָס עס איז געשאפן גע-
װאָרן אָט דער אלטאר! זיי האָבן פארדינט צו
זײַן אומשטערבלעך.
136
איך זיץ בא לאָטען און הער איר דערציילונג
ועגן דעם ייִדישן שנײַדער פּאול. און איך
טראכט, אז אלע קאפּצאָנים, יאָ, יאָ, די קאפּצאָ-
נים -- אָט דאָס װאָרט איז שוין פארשװוּנדן
פון אונדזער לעקסיקאָן, און סארא טיפן זין עס
האָט פארמאָגט! -- איך כאזער איבער: אלע
קאפּצאָנים, װוּ זיי זאָלן ניט געבוירן װערן, צי
אינעם צארישן רוסלאנד, צי אינעם קײַזער-
דײַטשלאנד אָדער ערגעץ אנדערש -- האָבן
געלעבט און זיך געמאטערט אף איין אויפן.
א שװערע קינדהײַט האָט געהאט פּאוֹל. א
קײַלעכדיקער יאָסעם -- אָן א טאטן אָן א
מאמען, אָן קרויווים -- איין אליין, עלנט, װי
א שטיין. געהאָדעװעט האָט ער זיך אין א
פּריִיוט. פונעם פּריִיוט האָבן אים גענומען צו
זיך עפּעס גוטהארציקע מענטשן. זיי האָבן ראכ-
מאָנעס געהאט אפן ייַנגל און גענומען אים אף
האָדעװען און דערציען. דערפאר װאָס זי גיבן
אים עסן, טרינקען, דערפאר, װאָס זיי לערנען
אים, האָבן זי באקומען געלט. די אפּעטראָפּי
סים האָבן גענומען געלט, און דאָס ייִנגל האָט
געהונגערט, גאָרנישט ניט געלערנט, אומדער-
בארעמדיק עקספּלואטירט געװאָרן און געכאפּט
נאָך קלעפּ. אָט אזוי איז דורכגעגאנגען זײַן
קינדהײַט -- אין דאלעס, דערנידעריקונג, הונ-
גער, קלעפּ,
אז עס האָט זיך געענדיקט די ערשטע וועלט-
מילכאָמע, אין דאָס לעבן אין לאנד געװאָרן
שווער. פּאול איז פון א קינד א יאָסעם אריבער
צו א שווער לעבן: וידער ניט דערעסן, ניט
דערשלאָפן. ער האָט זיך אָבער אויסגעלערנט
א מעלאָכע, ער איז געװאָרן א שנײַדער, דערצו
איינער פון די בעסטע שנײַדערס -- ער האָט
צום שנײַדעריפאך געהאט אן עמעסן טאלאנט
און געטאָן זײַן ארבעט מיט ליבע.
-- שוין נאָך דער באפרטונג, -- דערציילט
לאָטא, -- ווען פּאול האָט שוין געהאט אין דער
פולער מאָס די מעגלעכקײַט צו ארבעטן, איז
ער געװאָרן איינער פון די בעסטע בערלינער
שנײַדערס.
דעמלט איז ער געווען יונג, געזונט, האָט א
סאך און גוט געארבעט און אָנגעהױבן לעבן
װי א מענטש. ער האָט כאסענע געהאט מיט
זייער א שיין מיידל, געבוירן א זון. פּאול האָט
זײַן בכאָר ליב געהאט הייס, מיטן גאנצן הארצן.
נאָר... דאָ איז אָנגעקומען דער פאשיזם.
פּאול איז א מענטש מיט א קאָפּ אף די פּלֵײי
צעס. ער האָט זיך גיך אָריִענטירט אין דער
סיטואציע און האָט פארשטאנען, אז די היט-
לעריסטן ברענגען די ייִדן טויט. זיי װעלן זיך
ניט באנוגענען מיט זידלערײַ און דערנידערי-
קונגען, זיי װעלן פיזיש אױיסראָטן אלע ייַדן
ביז איינעם--די מענער, פרויען, קינדער.
דעריבער דארף מען װאָס גיכער אנטלויפן פו-
נעם היטלערישן רײַך. נאָר ויַאזוי לויפט מען?
מע מוז דאָך האָבן אן ארויסרוף פון אויסלאנד
און א סאך געלט. היטלער האָט נאָך דעמלט
יאָ געלאָזט די ייִדן ארויספאָרן קיין אויסלאנד,
נאָר פאר א גרויסער סומע אויסקויף-געלט.
פּאול האָט לאנג געטראכט, וועמען ער האָט
אין אויסלאנד. און ער האָט זיך דערמאָנט: ער"
געץ אין װײַטן כארבין האָט ער, דוכט זיך,
קרויווים. האָט ער טעלעגראפירט קיין כארבין.
צי װעלן זיך אָפּרופן די האלב-פארגעסענע
קרויווים, אָדער זיי װעלן זיך באציען גלײַכי
גילטיק צום אומגליק! צי װעלן זיי ראטעווען?
זיי האָבן זיך יאָ אָפּגערופן! און פּאול האָט
שוין אף די הענט א דאָקומענט, װאָס איז אויס-
געפורעמט לוט אלע קלאָלים. אים, זײַן פרוי,
זײַן זון האָט מען ארויסגערופן קיין כארביףן
דערצו געשיקט א גרויסע סומע געלט..
גייט פּאול אין דער פּאָליצײי, טראָגט ארײַן
געלט פאר זיך, פאר זײַן פרוי, פארן זון --
דאָס ייִנגל איז דעמלט אלט געווען פערצן יאָר,
צוגעשטעלט אלע דאָקומענטן, פאָטאָגראפיעס.
קורץ, ער האָט אויסגעפילט אלץ, װאָס עס האָט
זיך געפאָדערט פון אים, און ער האָט גענומען
גרייטן זיך אין וועג ארײַן.
אינעם באשטימטן טאָג איז פּאול אוועק אין
דער פּאָליצײי נאָך א דערלויבעניש אף ארויס-
פאָרן פונעם רײַך. דער פּאָליצייבאאמטער האָט
אף אים אָנגעשטעלט א פּאָר פארכידעשטע
אויגן: פּאול װויל דען צוויי מאָל באקומען זײַנע
דאָקומענטן?!! איינמאָל האָט ער זיי דאָך שין
באקומע! -- און דער באאמטער האָט אים
באוויזן א דיק רעגיסטראציע-בוך, װוּ עמעצער
האָט זיך פאר אים, פּאולן, אונטערגעשריבן.
די מײַסע איז געווען א גאנץ פּאָשעטע: דער
פּאָליציייבאאמטער האָט עמעצן פארקויפט
פּאולס דאָקומענטן.
דערלאנגען אן אָנקלאָגע? װוּהין?!
נאָך פּאולן איז מען געקומען. דאָס הויז צע-
ראבעוועט, אלץ צעבראָכן, פּאולן מיטן געזינד
אוועקגעפירט קיין אָשװוענטשים.
מע האָט זיי גלײַך צעשיידט: די מאנצבלען --
רעכטס, די פרויען און קינדער -- לינקס. פּאול
האָט געװאָלט נעמען דעם זון מיט זיך -- שוין
א דערוואקסן ייִנגל, זעט ניט אויס װי א קינד.
נאָר די מאמע האָט ניט געװאָלט אָפּגעבן דעם
זון. ביז איצט קאָן זיך פּאול ניט מויכל זײַן
פארװאָס איז ער ניט באשטאנען, אז דער זון
זאָל גיין מיט אים. אים דוכט זיך, אז אין אזא
פאל װאָלט דער זון געבליבן לעבן.
פּאולס פרוי מיטן ייִנגל זײַנען פארסאמט גע-
װאָרן אין דער גאזיקאמער, פארברענט געװאָרן
אין קרעמאטאָריע. פּאול איז מיט ניסים געבליבן
לעבן.
ווען דאָס סאָוועטישע מיליטער האָט צע-
פּראלט די טויערן פון די טויט-לאגערן און פּאול
איז ארויס אף דער פרײַ, איז ער געווען אזוי
דאר און קוואר, אז אים האָט זיך געדוכט, אז
זײַן לעבן איז שוין געענדיקט. אין אזא צושטאנד
האָט אים דערזען די פּאָשעטע דײַטשישע פרוי,
די גוטע, הארציקע גערטרודא. זי האָט אים
אומגעקערט צום לעבן און מיטן גאנצן הארצן
זיך צוגעבונדן צו אים. אינגיכן האָבן זיי כאסע-
נע געהאט און בא זיי איז געבוירן געװאָרן א
זוּן -- זייער האָפּענונג, טרייסט און פרייד. ער
איז שוין אויסגעוואקסן, דאָס ייִנגל, ער האָט
שוין אָפּגעדינט זײַן צײַט אין דער פאָלקס-
ארמיי, אוּן איצט ארבעט ער, לעבט צוזאמען
מיט די עלטערן.
אָט דאָס האָט מיר דערציילט לאָטא. איר
דערציילונג האָט געמאכט אף מיר א שטארקן
אײַנדרוק. איך האָב נאָך ניט באויזן קומען
צו-זיך, װי מיר האָבן שוין געשפּאנט אף הויכע
הילצערנע טרעפּ. פון אויבן, אָנגעשפּארט אף
די פּאָרענטשעס, האָט אף אונדז געווארט פּאוֹל.
א הויכער, א דארלעכער, מיט א קרענקלעך
= אָבער די אויגן שײַנען און שמייכ-
ען.
גערטרודא -- א מילדע, באשיידענע פרוי,
איז געשטאנען א פארשעמטע. דאָס ערשטע
מאָל אין לעבן נעמט זי אוף אלס גאסט אן
אויסלענדערן, דערצו נאָך פון סאָוועטנפאר-
באנד. גרייטנדיק זיך צו מײַן וויזיט, האָט גער-
טרודא טעלעפאָנירט לאָטען: זי האָט ניט גע-
װוּסט, װי צו פארקאָכן טיי אזוי גוט, װוי די
רוסן. אין רוסלאנד, האָט זי געהערט, טרינקט
מען טיי, ניט קיין קאווע. לאָטא האָט איר גע-
געבן די נייטיקע אָנװײַזונגען.
דער טיי איז פארקאָכט געװאָרן גרויסארטיק.
איך האָב אים אופריכטיק געלויבט. גערטרודא
האָט זיך דערפרייט, באלד איז פארשווונדן איר
פארשעמטקײַט, זי איז געװאָרן לעבעדיק. איצט
איז געווען לײַכט פאָרצושטעלן זיך. סארא
כיינעוודיקע זי איז געווען אין יענע װײַטע
יאָרן, ווען זי האָט זיך באגעגנט מיט פּאולן.
אָט אזוי האָט באם טיי זיך לײַכט פארפירט
א געשפּרעך.
דער טיש האָט זיך געבראָכן פונעם רײַכן
קיבעד, װאָס גערטרודא האָט צוגעגרייט. אז
פּאול האָט דערזען, וי איך בלאָנדזשע ארום
צװישן די מײַכאָלים און לייג ארײַן אין מײַן
טעלער װײַט ניט דאָס בעסטע, האָט ער, אן
אנטוישטער, געפרעגט: -- פארװאָס!? פארװאָס
נעמט איר ניט דאָס, יענץ, אָט די לעבער, װאָס
איז אזוי געשמאק?..
איך האָב אים דערקלערט: זײַט רויַק, איך
עס אלץ, אלץ. אָבער נאָר מיט די אויגן. אנ-
דערש קאָן איך ניט, דער דאָקטער געװועלטיקט
איבער מיר.
-- איצט פארשטיי איך! איך ווייס, װוי מע
עסט מיט די אױיגן.. -- האָט זיך צעלאכט
פּאול. -- אז איך בין געווען אין לאגער, האָב
איך זיך אויסגעלערנט צו עסן מיט די אױגן
אָט אזוי האָט פון א ביטערער כאָכמע זיך
137
אָנגעהױבן א שמועס וװעגן דער פארגאנגענ-
הײַט.
פּאול האָט פארקאשערט די ארבל. אף דער
האנט איז בא אים געווען אויסגעברענט א נומער,
מיט ועלכן ער איז געװען פארעגיסטרירט
אינעם היטלערישן געהענעם: 105310.
ער האָט געװאָרפן א בליק אף דער האנט,
װאָס איז געווען געשטעמפּלט מיטן עקלהאפטן
שטעמפּל, און א פארדריסלעכער שמייכל האָט
פארקרימט זײַנע ליפּן. זיי, זײַנע טאליאָנים,
האסט ער אויך איצט! ער לאכט אָבער פון
זי -- ער האָט זיי איבערגעלעבט, ער האָט
אויך דעמלט געװוּסט, אז ער װעט זיי איבער-
לעבן. לעבן בלײַבן אום יעדן פּרײַז, לעבן
בלײַבן און זען, מיט די אייגענע אױיגן זען
זײיער אומקום! אָט דאָס האָט באהערשט אלע
זײַנע געדאנקען, אלע זײַנע געפילן. א מענטש
מיט אזא פרידלעכן פאך, א שנײַדער, א גוטער
פאמיליען-מענטש, האָט פּלוצעם דערפילט אין
זיך א שלאל קויכעס. דאָס האָט דער האס זיי
גענערט, די קויכעס, צעצונדן זיי, דערפירט
מאמעש ביז פאנטאזיע. ווען אין אים װאָלטן
ניט אופגעברויזט אזעלכע אינערלעכע קויכעס,
װאָלט ער דען געבליבן לעבף! ער װאָלט
אָומגעקומען נאָך פריִער, איידער עס װאָלט צו
אים דערגאנגען די ריי אָפּגעשיקט צו װערן
אין דער גאזיקאמער. מיט די אופגעברויזטע
קויכעס איז פּאול פיייק געװאָרן צו אלץ -- ער
האָט באשלאָסן צו אנטלויפן!
דאָס איז געווען אן אומזין -- װוּהין האָט
א ייד אין ארעסטאנטישע בעגאָדים מיט אן
אויסגעברענטן נומער אף דער האנט 105310
געקאָנט לויפן אינעם היטלערישן רײַך? פּאול
האָט װעגן דעם ניט געטראכט. ער האָט גע-
ברענט פון האס. און פונעם דראנג צום לעבן.
ער איז געלאָפן.
א גרופּע קאצעטניקעס האָט מען איבערגע-
פירט פון איין לאגער אין א צווייטן. פּאול איז
ארויסגעשפּרונגען פון צוג.
װײַט לויפן האָט ערי ניט געקאָנט. מע האָט
אים באלד געכאפּט, געשלאָגן מאקעס רעצעך,
לאנג און אָן ראכמאָנעס. נאָר ער איז געװען
יונג און געזונט, אין אים האָט געפלאקערט
דער האס -- האָט ער די קלעפּ אויסגעהאלטן,
איז געזונט געװאָרן.
פון לאגער אנטלויפן קאָן מען ניט. עס האָט
זיך געדוכט -- שוין געקומען דער סאָף. אין
לאגער האָט מען געפּײַניקט מיט הונגער, גע-
קאָרמעט מיט פוילן אָפּפאל, נאָר אויך דאָס
האָט מען געגעבן אזוי וייניק, אז מענטשן
זײַנען געשטאָרבן פון א הונגער-טויט. דעמלט
האָט דאָס פּאול אָנגעהױבן פארפאסן אין גע"
דאנק פארשיידענע מײַכאָלים, די סאמע גע-
שמאקע, און געגעסן זיי...
-- איר ווייסט, אז אזוי קאָן מען זיך לאנג
האלטן, -- זאָגט פּאול, -- די יאָגן אין אינדיע
קומען דאָך אויס אָן עסן...
-- הא, די יאָגן, -- האָט מיט א קרעכץ
איבערגעשלאָגן גערטרודא. --- איר װאָלט זען,
138
װאָס פאר א פּאָנעם ער האָט דעמלט געהאט,
אָט דער יאָג..
-- אוב ריידן ערלעך, -- האָט א שמייכל
געטאָן פּאול, -- איז מיר, ניט געקוקט אף די
אלע דעליקאטעסן, וועלכע איך האָב פארפאסט
אין געדאנק און מיט וועלכע איך האָב זיך
דערנערט, -- געבליבן ביזן סאָף גאנץ ווייניק...
גאָר װייניק, -- האָט ער איבערגעכאזערט. --
און ווען ניט די סאָוועטישע סאָלדאטן, װאָלט
איך שוין לאנג אף דער וװעלט ניט געװוען
גערטרודא האָט זיך אופגעהויבן, ארויסגענו-
מען פון אלמער די שרעקלעכע פּאספּאָרטן פון
די היטלערישע צײַטן. אף די דאָזיקע שענד-
לעכע דאָקומענטן, וועלכע זאָגן איידעס, אז
זייערע באלעבאטים געהערן צו דער נידע-
ריקסטער ראסע, זײַנען געװען אָנגעקלעפּט
פאָטאָגראפיעס. די דאָזיקע פאָטאָגראפיעס פון
מענטשן, וועלכע זײַנען נאָך מיט דרײַסיק יאָר
צוריק אומגעקומען, האָבן אויסגעזען אזוי לע-
בעדיק, וי זיי װאָלטן ערשט נעכטן געקוקט
אינעם אָביעקטיוו פונעם פאָטאָ-אפּאראט.
אָט איז דאָס ייַנגל, װאָס איז אומגעקומען פון
די הענט פון די היטלעריסטן, -- פּאולס זון.
ער איז ניט ענלעך אפן טאטן. בא פּאולן איז
דאָס פּאָנעם א לענגלעכער אָװאל, קלאָרע,
שארפע שטריכן, באם זון -- א קײַלעכיק פּע-
נעמל, קינדעריש אָנגעבלאָזענע ליפּן, א הויכער
שטערן, געדיכטע שווארצע האָר.
-- און דאָס איז די פאָטאָגראפיע פון אונדזער
זון, ווען ער האָט געדינט אין דער ארמיי אלס
סערזשאנט, -- האָט לעבהאפטיק זיך צערעדט
גערטרודא. -- דער זון האָט באדויערט, װאָס
ער האָט ניט געקאָנט בלײַבן הײַנט אין דער
היים. אים האָט זיך זייער געװאָלט באקענען
זיך מיטן סאָוועטישן גאסט. אָבער גראָד הײַנט
ארבעט ער אין אָװנט -- גערטרודא האָט מיר
דערלאנגט זײַן פאָטאָגראפיע, פון וועלכער עס
האָט ארויסגעקוקט זייער א סימפּאטישער יונגער
סערזשאנט אין דער פולער פּאראד-אוניפאָרם,
מיט רעגאליעס און אן אקסעלבאנד. וי נאָר
איך האָב אף אים א קוק געטאָן, האָב איך
דערפילט, אז עס שטיקט מיך אין האלדז. נאָך
א רעגע, איך װעל זיך ניט אײַנהאלטן און זיך
צעוויינען. איך האָב אויסגעמיטן צו קוקן אף
פּאולן.
דער סערזשאנט איז געװען זייער ענלעך
אף זײַן עלטערן ברודער. דאָס זעלבע קײַלע-
כיקע פּאָנעם, דער זעלבער שטערן, די זעלבע
האָר און פּונקט אזעלכע קינדערשע אָנגעבלאָ-
זענע ליפּן. װי יענער װאָלט גאָר ניט אומגע-
קומען. װי ער װאָלט אויסגעוואקסן און געװאָרן
עלטער.
צום ערשטן מאָל האָב איך דערזען אין
פּאולס אויגן א טיפן טרויער.
-- איין פּאָנעם, -- האָט געזאָגט פּאול ניט
אף דײַטש, נאָר אף ייִדיש.
-- איין פּאָנעם, -- האָב איך איבערגעכא-
זערט, פארגעסנדיק, אז לאָטא און גערטרודא
האָבן ניט געקאָנט פארשטין, װאָס מיר
ריידן... -- דאָס איז ער, פּאול, ער איז אויסגע-
וואקסן,
פּאול האָט מיט ביטערניש געשאָקלט מיטן
קאָפּ. דערנאָך האָט ער שנעל און לעבהאפטיק
גענומען ריידן וועגן עפּעס אנדערס. מיט גרויס
אינטערעס האָט ער בא מיר פאנאנדערגעפרעגט
וועגן דעם סאָוועטנפארבאנד, וועגן מאָסקװע.
געהערט האָט ער מײַנע רייד מיט גיריקער
אופמערקזאמקײַט, מיט אופריכטיקער, הייסער
סימפּאטיע צו מײַן לאנד...
-- איך בין אלט שוין 65 יאָר, -- האָט גע-
זאָגט פּאול און אין זײַנע אויגן האָבן זיך צע-
שײַנט קלוגע פײַערלעך, וועלכע גייען זייער
צו אים, מאכן אים ייַנגער. -- אָבער מײַן לעבן,
קאָן מען זאָגן, האָט זיך אָנגעהויבן אין 1945,
ווען די סאָוועטישע סאָלדאטן האָבן מיך בא-
פּרײַט. אזוי, אז איך בין נאָך יונג, -- ער האָט
זיך צעלאכט.
ניק,
אפן געדאנק איז אופגעקומען א פראגע: צִי
איז ער דאָס דער אײַזערנער מענטש, װעמען
קיין זאך האָט ניט געקאָנט אײַנברעכן און װאָס
איז אזוי פול מיט הייסן אינטערעס צום לעבן,
צו מענטשן, צי איז עֹר דאָס דורכגעגאנגען
אלע זיבן פּײַניקונגסיקאמערן פונעם היטלע-
רישן געהענעם? ער, מיטן נומער 11052310
עס איז מאמעש א גליק, װאָס אף דער וועלט
לעבן מענטשן, ועלכע, נִיט געקוקט דערוף,
װאָס זיי זײַנען אויסגעשטאנען אומגעהערטע
ליידן, דערנידעריקונגען, פּײַניקונגען, האָבן זיי
פארהיט אין זיך אין דער אומבארירטער רייני
סטער פאָרם די לעבעדיקע, קלוגע און גוטע
נעשאָמע. װי דאנקבאר בין איך לאָטען, װאָס
זי האָט מיך באקאנט מיט פּאולן און גערטרודא,
די אופריכטיקע פרײַנט פון מײַן לאנד.
ייִדישע פּאָלקסלידער אין דער אויספילונג פון זינאָװוי שולמאן
די אלפארבאנדישע מוזיק-פיר-
מע ,מעלאָדיע" האָט ארויסגעגעבן
א לאנגשפּילנדיקן גראמאָפאָן-
פּלאט ,עס זינגט זינאָװוי שולמאן".
די ליבהאָבער פון ייִדישער מו-
זיק װעלן באקומען 12 לידער פון
ז. שולמאנס רעפּערטואר, צװוישן
זײ: , בין איך מיר א שנײַדערל",
,מאשקע", ,ווארנעטשקעס", ,דאָס
פּאסטעכל", ,די גאָלדענע כאסע-
נע", , אוי, מאמע, שלאָג מיך ניט"
און אנד.
דער קינסטלערישער קאָנװוערט
צום גראמאָפאָן"פּלאט איז איליו-
סטרירט מיט א פּאָרטרעט פונעם
זינגער און מיט קורצע יעדיִעס
וועגן זײַן שעפערישער ביאָגרא-
פיע.
זינאָװי שולמאן איז געבוירן גע-
װאָרן אין 1904 אין אָדעס. אלס
זינגער איז ער באקאנט פון 1922.
אין 1933 פארענדיקט ער דעם
מאָסקװער מעלוכישן אינסטיטוט
פון טעאטראלער קונסט און קומט
אָן אין אָפּערע-טעאטער אפן נאָ"
מען פון ק. ס. סטאניסלאווסקי.
פון 1935 הייבט ז. שולמאן אָן
ארויסטרעטן מיט סאָלאָרקאָנצערטן.
זײַן רעפּערטואר באשטייט פון
לידער פון די פעלקער פון סאָ-
וועטנפארבאנד און פון אָפּערע-
אריעס. באזונדערס פּאָפּולער
ווערט ער נאָך דעם, װי ער האָט
אָנגעהויבן אין 1937 ארויסטרעטן
מיט ייִדישע לידער.
מישע מאַגילעוװויטש
שיין איז דער בלויער הימל
דאָס הירשעלע
עס האָט די הירשעכע זיך אײַנגעמידט פון טאָג און הייסער זון
און איז אוועק זיך אָפּרוען צום קילן זומפּ,
עס האָט איר הירשעלע זיך ערשט צעשפּילט אין וואלד,
און ס'האָט זײַן יונגע לוסטיקײַט געשאלט.
אָט אָפּגעשטעלט עס האָט זיך אף א װײַל
און איז געבליבן מיט דער אומבאקאנטער װײַט,
און װוידער וי פון שלאָף זיך אופגעוועקט,
דאָס פעלעכל געציטערט האָט פון שרעק.
דאָס הירשעלע געמיינט האָט, אז באם שטיין
און בא דעם בוים א װאָלף עס שארפט די ציין,
די אויגן בא דעם װאַלף א גרינער פלאם איז,
עס שרײַט דאָס הירשעלע דאָס צארטע: ,מא-מעו!"
די מאמע דערציילט
די מאמע דערציילט:
אף א צעבליטער בייט
האָב איך איינמאָל געפונען
א קווייטעלע פרייד.
עס האָט, װי א פײַערל,
ליכטיק געברענט,
און ס'האָט װוי געבעטן:
מיך נעם אין די הענט,
און כ'האָב עס גענומען,
װוי א ריינעם בריליאנט,
און אין כיין:גריבל דײַנעם
איך האָב עס פארפלאנצט.
און שטענדיק איך פריי זיך,
ווען ס'קווייטעלע בליט --
דער ליכטיקער שמייכל,
מײַן קינד, אף דײַן ליפּ..
פארנאכט
עס לעשט זיך דאָס הארבסטיקע גאָלד אף די צװײַגן.
ס'הענגט אוף זיך אין רוים א פארלאָשענע שאַ.
איך גיי און איך גיי, און עס גלוסט זיך מיר שװײַגן,
כוץ נאקעטע ביימער איז גאָרנישט ניטאָ.
נאָר כ'זע, וי דורך װײַטע פארנאכטיקע וועלטן
פון מיר טראָגט אוועק דיך, מײַן מיידל, דער באן.
כ'בלײַב שטיין מיט מײַן ליבע אין עק פון א וועלדל
און זע, װי פון װײַטן צו מיר טוסט א שפּאן.
מײַן שטאָט
כ'בין מיט הארץ און מיט מײַן זינען
צוגעבונדן צו מײַן שטאָט --
צו וולאדימירס בערגל גרינעם
און צו יעדן בוים אין סאָד,
צו די אױיסגעפּוצטע הײַזער,
אויסגעליכטיקטע פון טאָג,
וווּ מיט זון-פראָנטאָנען װײַסע
שמייכלען מיר פון יעדן שטאָק.
און ווען ס'צינדן אָן באשטאנען
צװײַגן זיײיערע מיט צוויט,
דאכט זיך, אז מיט װײַסע פלאמען
האָבן גאסן זיך צעבליט.
עפשער פונעם דניעפּער גרעסער
ערגעץ איז פאראן א טײַך,
נאָר בא מיר איז ער דער בעסטער,
און צו אים איז קיינער גלײַך.
שיין איז מיר דער בלויער הימל,
יעדעס ביימל אינעם סאָד,
יעדעס גרעזל, יעדעס בלימל, --
קיִעוו הייסט מײַן שיינע שטאַט.
ייַסראַעל סערעבריאני
ליטעראטור-קריטיק |
ן ביבליאָגראפיע
פראגן פון קונסט
דער יונגער גורשטיין ועגן דעם יונגן מענדעלע
דער פארהיטער מאנוסקריפּט פון דעם העל-
דיש אומגעקומענעם סאָוועטישן ייִדישן ליטע-
ראטור-פאָרשער א. גורשטיין , אייניקע באמער-
קונגען וועגן דער שפּראך און סטיל פון פרייקן
מענדעלע, אויסצוגן פון א גרעסערער אר-
בעט", -- דאָס איז א פאָרשונג פון דעם פרייקן
גורשטיין וועגן פרייִקן מענדעלע.
ארן גורשטיינס אינטערעס צו דער ייִדישער
קלאסיק, באזונדערס צוֹ מענדעלען, וי צום
גרונטלייגער פון דער נײַער ייַדישער ליטערא-
טור, האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דאן, ווען דער
פאָרשער האָט געשטעלט זײַנע ערשטע טריט
און געשריבן קימאט אויסשליסלעך אין רוסיש.
די ,באמערקונגען" זײַנען אָנגעשריבן, אן
ערעך, אין יאָר 1926. אין 1927 איז שוין געווען
פארטיק די גאנצע ארבעט: ,דער יונגער מענ-
דעלע אין קאָנטעקסט פון די 60'ער יאָרף,
װאָס איז פּובליקירט אין די קיַעװער , שריפטן"
אין 1928. דאָרט איז אויסגענוצט די דאָזיקע
ערשטע ארבעט, וועלכע דער יאװטאָר פאר-
צייכנט אין זײַן קורצן ארײַנפיר וי א ,זשור-
נאל-ארטיקל".
די ארבעט איז אָנגעשריבן מיטן געוויינלעכן
פּערל-קסאוו פון א. גורשטיין, אין א שילער-
העפט, און זי האלט דאָרטן 20 זײַטלעך, איז צע-
טיילט אף 5 קאפּיטלעך מיט א קליינער האק-
דאָמע. מיר געפינען דאָ באאָבאכטונגען איבער
מענדעלעס לעקסיק, פראזעאָלאָגיע, מעטאפאָרן,
עפּיטעטן, איבער אייניקע גראמאטישע דער-
שײַנונגען פון דעם טעקסט פון דער ערשטער
אויסגאבע פון , פישקע דעם קרומען".
אין זײַן שפּעטערדיקער, גאנצער ארבעט --
,דער יונגער מענדעלע..* נוצט שוין גוֹרשטיין
אויס אלע מענדעלעס װערק, װי אויך זייערע
וואריַאנטן פון די 60-ער יאָרן (אויסער דער
טאקסע"): /,דאָס קליינע מענטשעלע", ,דאָס
ווינטשפינגערל", , פישקע דער קרומער". דאָ
גיט שוין דער פאָרשער א ברייטערע אָפּהאנד-
לונג פון מענדעלעס אידיילש-קינסטלערישער
אנטוויקלונג אין קאָנטעקסט פון די 60-ער
יאָרן, פון דער ייִדישער געזעלשאפטלעך-ליטע-
רארישער און שפּראכלעכער טראדיציע, אפן
פאָן פון דער , וװעסנע-צײַט" (מענדעלעס אן
אויסדרוק), אדאנק די ,גרויסע רעפאָרמעס"
פונעם 1861, און טײילװײיז אין פארבינדונג אויך
מיט דער רוסישער פּראָגרעסיווער דעמאָקרא-
טישער ליטעראטור און געזעלשאפטלעכער
באוועגונג.
אין איינער פון זײַנע באמערקונגען צום
,יונגן מענדעלע אין קאָנטעקסט פון די זעכ-
ציקער יאָרן" שרײַבט גורשטיין;
,מיר לאָזן דאָ אינגאנצן אָן א זײַט די פּראָב-
לעם פון ליטערארישע , אײַנפֿלוסן" אינעם שאפן
פונעם יונגן מענדעלע. מיר װעלן דאָ בלויז
פארצייכענען, אז דער יונגער מענדעלע האָט
אין זיך טיף אײַנגעזאפּט די שטימונגען פון
דער רוסישער ליטעראטור (און פּראָגרעסיווער
געזעלשאפטלעכקײַט) פון זײַן צײַט. אף מענדע-
לען האָבן געװוירקט שטשעדרין, גאָגאָל. מענ-
דעלע איז געווען װי אײַנגעװאָרצלט אין דער
ארומיקער רוסישער ליטעראטור-אטמאָספער,
און עס איז אינטערעסאנט, װאָס די דאָזיקע רו-
סישע ליטעראטור-סוויווע איז געווען פאר מענ-
דעלען א מין ,טראנזיט"-סויווע אויך פאר
אײיראָפּעיַשע , אײַנפלוסן". מע קאָן בעפיירעש
באצייכענען אינעם שאפן פונעם יונגן מענדעלע
(אין , פישקע דעם קרומען") געוויסע ליטערא-
רישע , רעמיניסצענצן", לעמאָשל, פון װיקטאָר
הוגאָ (אף דעם האָט דער ערשטער אָנגעװיזן
שאָלעם-אלייכעם), און א דערקלערונג (,אן
אויסערלעכע") פאר דער דאָזיקער דערשלינונג
קאָן מען געפינען דערין, װאָס הוגאָ איז געווען
ביז גאָר פּאָפּולער אין דער רוסישער זשורנא-
ליסטיק אין די 60-ער יאָרן" (ציטירט פון גור-
שטיינס א מאשינקע-מאנוסקריפּט).
די ארבעט פון א. גורשטיין , אייניקע באמער-
קונגען" פּרעטענדירט ניט אף וועלכע-ניט:איז
גרויסע פאראלגעמיינערונגען בענעגייע מענדע-
11
לעס שאפן. דער אװטאָר װאָרנט אונדז אין זײַן
קורצן ארײיַנפיר, אז ער װעט ,זיך באגרענעצן
בלויז מיט איינצלנע באזונדערע באאָבאכ-
טונגען איבערן טעקסט פון דער ערשטער אויס-
גאבע פון ,פישקע דעם קרומען" (זשיטאָמיר,
9), דערבײַ װעט דאָס שאפן פונעם פרייקן
מענדעלע באטראכט וװוערן... אן אונד פיר זיך,
אין דעם, אזוי צו זאָגן, האָריזאָנטאלן פלאך,
אָן דער פּערספּעקטיוו פונעם קומענדיקן רײַפן
מענדעלע".
אָט די געבראכטע אָנװײַזונגען פונעם אװטאָר
און נאָך א ריי ענלעכע דארפן גענומען װערן
אין אכט באם אָפּשאצן די דאָזיקע ארבעט. מיר
האָבן דאָ צו טאָן מיט אייניקע אינטערעסאנטע
סיסטעמאטיזירטע פאקטן, באאָבאכטונגען און
קאָנסטאטאציעס, וועלכע האָבן אין די שפּעטער-
דיקע ארבעטן פון א. גורשטיין באקומען א גע-
העריקן סינטעטישן טיקן, א װײַטערדיקע פּרינ-
ציפּיעלע באהאנדלונג און פארטיפערונג. נאָר
אויך אין דעם צושטאנד, גלייבן מיר, האָט די
דאָזיקע ארבעט א באשטימטן אינטערעס פאר
אונדזער ליטעראטור-פאָרשונג און לינגוויסטיק
און פארן אקטיוון לייענער. זי שפּיגלט אָפּ די
ערשטע טריט פון גורשטיינס וויסנשאפטלעך-
ליטערארישער ארבעט, זײַן אייגנארטיקע מע-
טאָדיק באם זאמלען און פארנאָטירן דעם מא-
טעריאל, זײַן געוויסנהאפטע באציונג צו די
ליטערארישע פאקטן און ביכלאל זײַן שעפע-
רישע לאבאָראטאָריע.
אָט שוין דער עצעם פאקט, װאָס גורשטיין
האָט זיך גענומען פאר דער ארבעט איבערן
יונגן מענדעלע אין קאָנטעקסט פון די 60'ער
יאָרן, זײַן פארטיידיקן די קינסטלערישע אופ-
טוען פון מענדעלען אין דעם דאָזיקן פּעריאָד,
זײַן ארגומענטירן די פּאָזיטיװוע ראָל פון די
,סלאוויזמען" בא מענדעלען אין יענער צײַט, --
אין דעם אליין איז שוין געװען א היפּשער
פּרינציפּיעלער בײַטראָג צו דער יונגער סאָווע-
טישער ייַדישער מענדעלע-פאָרשונג.
גורשטיין שרײַבט אין דעם קאפּיטעלע וועגן
מענדעלעס לעקסיק:
,אזא איז ער געווען דעמלט, דער צושטאנד
פון אונדזער ליטערארישער (און גערעדטער)
שפּראך. צי איז דאָס געװען גוט, צי שלעכט,
איז עס אונדז אצינד ניט נויגייע: מיר ווילן דאָ
נאָר זאָגן, אז דער שפּעטערדיקער 6ייִדישיזם"
איז געווען צו ריגאָריסטיש אין זײַן באציונג
צוֹ די ,סלאוויזמען", אלע יעװאָנים האָבן גע-
האט פאר אים איין פּאָנעם. און ער האָט אָפט-
מאָל ניט געקענט אונטערשיידן א גער פון א
טוישעוו צװוישן די דאָזיקע , סלאוויזמען", צו-
פעליקס פון אָרגאנישן און אלטגעזעסענעם.
אזוי אָדער אנדערש, -- די סלאוויזמען באם
פרייִקְן מענדעלע דארפן אופגענומען װערן אפן
אלגעמיינעם פאָן פון אונדזער דעמלטיקן װאָרט-
אויצער".
די װײַטערדיקע געשעענישן, די ליטעראטור-
אנטוויקלונג האָבן פאר גורשטיינען, װי פאר
דער גאנצער סאָוועטישער ליטעראטור-וויסג-י
142
שאפט, נאָך מער אנטפּלעקט דעם עמעסן זין
פון דער דאָזיקער , ריגאָריסטישער" באציונג
מיצאד די ,ייִדישיסטן" צו מענדעלעס ,סלא"
וויזמען" און ביכלאל צו זײַן וויכטיקן שעפערישן
פּעריָאָד אין די 60-ער יאָרן.
ארום דער פּראָבלעם פון די מענדעלע-ווא-
ריאנטן האָט זיך בא אונדז א געוויסע צײַט
שפּעטער פאנאנדערגעװויקלט א גאָר הייסע
פּאָלעמיק צװישן אונדז און דער אויסלענדישער
בורזשואזער ליטעראטור-קריטיק. די דאָזיקע
פּראָבלעם האָט װײַט איבערגעשפּאנט די ראמען
פון א רייןיליטערארישער. אייניקע פאָרשער
האָבן זיך באמיט אינגאנצן אָפּצולײיקענען דעם
קינסטלערישן װערט פון מענדעלעס ערשטע
וואר;אנטן פון זײַנע גרונט-ווערק אִין די 60"ער
יאָרן. דער הוֹיפּטיארגומענט, וועלכן זיי האָבן
ארויסגערוקט, איז געװען א פּאָליטיש און
אידיייַש צילגעװוענדטער און רעאקציאָנערער.
מענדעלעס װערק פון דעם פּעריאָד, -- האָבן
זי דערקלערט, -- זײַנען שוואך דערפאר, װײַל
אין זיי פארנעמט א גרויס אָרט דער, אזוי צו
זאָגן, פּובליציסטישער מיין און די אופקלערע-
רישע טענדענץ, און װײַל אין אזעלכע , שטו-
רעם-און דראנג-פּעריאָדן", װי די 60"ער יאָרן,
איז ביכלאל ניט מעגלעך געוען די רוַקע,
אָלימפּישע, ריין-קינסטלערישע שאפונג. אין
אזעלכע, הייסט עס, צײַטן קאָן מען נאָר שרײַבן
סאָצואלע סאטירעס, אגיטקעס און ביכלאל
אוטיליטאריסטישע, ניט אזעלכע קינסטלערישע
װערק, וועלכע האָבן צו טאָן מיט דער אייבי-
קײַט, בעקיצער, -- די אלטע מײַסע: ,ווען עס
ריידן די װאָפן, שװײַגן די מוזעס".
דער אינטערעס פון אונדזער ליטעראטור-
פאָרשונג צו מענדעלעס עװאָליוציע אין די 60-
ער און 70-ער יאָרן האָט דאן געהאט פאר אונדז
א ביז גאָר אקטועלע באדליטונג. די רעאקציאָ-
נערע באהויפּטונגען פון די אויסלענדישע , טע-
אָרעטיקער" האָבן אויך געשפּײַזט די פארשיי-
דענע ,היימישע" ליקװידאטאָרישע ,אוטיל"-
טעאָריעס. פארשטענדלעך, אז די װײַטערדיקע
מעכטיקע אנטוויקלונג פון דער סאָוועטישער
ליטעראטור האָט בעמיילע אראָפּגענומען די אלע
פארעלטערטע, װוּלגאריזאטאָרישע, רעאקצואָ-
נערע באהויפּטונגען.
אינטערעסאנט זײַנען גורשטיינס באאָבאכ-
טונגען איבער מענדעלעס פּאָעטיק פון די 60*
ער יאָרן, דאָס פאנאנדערקוקן מענדעלען, װי
א רינג אין דער ליטערארישער טראדיציע"
פון יענער צײַט, און באגלײַך מיט דעם --
מענדעלעס גרויסע נאָוואטאָרישע אופטוען.
דאָס טראדיציאָנעלעת און קאנאָנישע זעט
גורשטיין אין מענדעלעס שפּראך, אין זײַן
לעקסיקאָן, -- די פילצאָליקע סלאוויזמען, װוי א
כאראקטעריסטישער קען-צייכן פון אונדזער
דעמלטיקער , טראדיציע", סײַ אין דער ליטע-
רארישער שפּראך, סײַ אין דער גערעדטער
שפּראך... ,כוּץ די ליטערארישע װערק פון
מענדעלעס צײַטיכאװײירים, האָבן מיר אין דעם
דאָזיקן פּראט אזא אויסגעצייכנטן און באגלייבטן
*
איידעס, װוי דער מערקווירדיקער לעקסיקאָגראף
י.-מ. ליפשיץ, וועלכער האָט צוזאמענגעקליבן
אין זײַנע ווערטערביכער א באדײַטנדיקן װאָרט-
אויצער פון דעם דעמלטיקן פאָלקס-ייִדיש"..
דאָס טראדיצי;אָנעלע איז קענטיק אויך אין
מענדעלעס פראזעאָלאָגיע, פריִער פאר אלץ אין
דעם געברויכן דאָס שפּריכװאָרט. װײַטער שפּילט
דאָ א געוויסע ראָליע דער העברעישער פרא-
זעאָלאָגישער מאטעריאל (דער פּאָסעק). ,, ביידע
קאנאָנען".. האָבן א פארשיידענע סאָציַאלע
נאטור,
,דעם העברעישן קאנאָן האָט מענדעלע מיט-
געבראכט פון דער לאמדאָניש-אינטעליגענטי-
שער סוויווע, פון וועלכער ער איז געקומען.."
,נאָך עפשער בוילעטער װי אומעטום טרעט
ארויס די , טראדיצ;אָנעלקײַט? פונעם פרייקן
מענדעלע אין די סטיליסטישׂע מיטלען זײַנע,
אין דעם עפּיטעט, אין דער מעטאפאָרע, אין דער
פארגלײַכונג". מענדעלע איז דאן אין סטיליס-
טישן זין , עפּיטעטלאָז". זײַנע עפּיטעטן זעען
אויס וי פּאָשעטע אטריבוטן: אן אלטע שקאפּע,
א הויכע, א דארע... (,פישקע דער קרומער").
די זעלבע אייגנשאפטן האָבן אויך זײַנע פאר-
גלײַכונגען, ,מערסטנטייל שפּראכלעכע (רויט,
וי א צוויק)". אויך די ,, ברייטערע מעטאפאָ-
רע", דער גראם, די אליטעראציע זײַנען טראדי-
ציַאָנעלע.
און נאָר אין פּייזאזש פארשוינדט באם
פריַיִקן מענדעלע -- די שפּראכלעכע ,פארגלי-
װוערטקײַט? פון טראדיציאָנעלע ,פאָרמולעס",
און סע לעבט אוף די בעריישעסדיקע מעטא-
פאָרישקײַט, ס'קומט א פרישער עפּיטעט, א
פרישע פארגלײַכונג.
דערמיט אָבער ענדיקט זיך די נאָענטקײַט
צװישן די ביידע טראדיציעס -- צװישן דער
ליטערארישער און שפּראכלעכער. ס'הייבט זיך
אָן דאָס דערציילן, ד. ה. דאָס באזונדער-ספּע-
ציפישע אין דער ליטעראטור, און מיר בלײַבן
שוין בלויז אין רוים פון ,ליטערארישער טרא-
דיציע". :
אפן גרונט פון מענדעלעס שאפן פון די 60-
ער און 70יער יאָרן שטעלט פעסט גורשטיין
אייניקע עלעמענטארע מאָטיוון, וועלכע ,כא-
זערן זיך איבער קימאט בא אלע זײַנע ליטע-
רארישע צײַט-כאװיירים"?:
דער מאָטיוו פונעם כסידישן רעבע און זײַן
קנופיע, פון אָבערגלוױבן און קישעף אין א
סאטירישן אספּעקט, פון קינדער-דערציונג, פון
דער שמוציקער, ברודנער מיקווע, דער מאָטיוו
פון ,אָדעס", אלס אנטיטעזע צום ,ייִדישלעכן",
אין דער , פּאָליטיקע" פון שטאָטישע באלעטוי-
װעס, פון א פּאָדריאדטשיק א שווינדלער, פון
א שאדכן, װאָס פירט צונויף ,קאָטשערע מיט
לאָפּעטע", פון א דאָקטער און א רויפע, וועלכע
באשווינדלען דעם אוילעם, פונעם פארגרעבטן
רענדאר און אנד.
;בא מענדעלען טרעטן ארויס אפן פאָדער-
גרונט די מאָטיוון פון דעם ייִדישן דאלעס (לויט
שאָלעם-אלייכעמס פאָרמולירונג)', און אזי
גייט עס בא מענדעלען פון מאָטיוו צו דער
טעמע און צו דער קאָמפּאַזיצ;אָנעלער לייזונג
פון דער טעמאטישער פּראָבלעם.
און נאָך א וויכטיקער שטריך:
,דער קינסטלערישער וועג פונעם יונגן מענ-
דעלע לאָזט זיך דערקענען שוין דערין, װאָס
אלע זײַנע פריַיִקע װערק וויקלען זיך פאנאנ-
דער איינס פונעם צוייטן: שטעלט זײי אויס
אין איין רֵיי, און מיר װעלן זען, אז יעדעס נײַ
װערק איז דאָ א געוויסע פאָרזעצונג, און אלע
איניינעם בילדן זיי א געוויסע איינהײַטלעכע
ייט"
מענדעלע טיילט זיך אויס פון אייניקע זײַנע
צײַט-כאװײירים אויך אין פּראט פון די אופגא-
בעס פון דער קונסט. אין קעגנזאץ צו דעם
מאגידישן מוסער (א. מ. דיק) און אָפענער
מוסער-האסקלדיקער קאװאָנע (לינעצקי), פאר-
לירט בא מענדעלען די קאװאָנע ,איר
זעלבשטעדיקע עקזיסטענץ, און זי ווערט אזוי
וי ארײַנגעטריבן אינװייניק אין דעם ליטערא-
רישן זשאנער..."
א גרויס אָרט פארנעמט שוין דאן בא מענ-
דעלען די , מײַסע", די ,זײַטיקע זאך": , שוין
אין , דאָס קליינע מענטשעלע" פיגורירט זײַן
בארימטע פאָרמולע ,ניט דאָס בין איך אויסן",
וועלכע װערט פארוואנדלט אין אן אויסגע-
צייכנט קאָמפּאָזיציאָנעל מיטל".
אינטערעסאנט און טרעפלעך מערקט אָפּ
גורשטיין די ראָל און די עװאָליוציע פונעם
פּייזאזש באם יונגן מענדעלע:
,לעכאטכילע איז דאָ דער פּייזאזש ניט אזוי
נאטור-שילדערונג, װוי א געוויסע אידעאָלאָגישע
קאָנסטרוקציע, ניט אזוי פּייזאזש, װי א ליטע-
רארישע ,אגיטאציע" פאר פּייזאזש. דאָס איז
באזונדערס בוילעט צו זען פונעם ערשטן
פּייזאזש בא מענדעלען אין דאָס קליין מענ-
טשעלע", װוּ די קורצע נאטור-באשרײַבונג
ענדיקט זיך מיט די װוערטער: , אפּאַנעם, אז אין
דעם געסיל זײַנען ניט געזעסן קיין ייִדן, זיסט
װאָלט דאָך דאָרטן ניט געװועזן קיין ביימער און
אף דער ערד װאָלט דאָך ניט געװעזן צו זאט
קיין בלעטער". דאָ האָבן מיר א קאפּולער אָנצו-
הערעניש דערוף, אז א פּייזאזש איז ניט קיין
,ייִדישע זאך"... דעריבער איז ניט קיין װוּנדער,
װאָס די מערהײַט פּייזאזשן שליסט דער יונגער
מענדעלע מיט דער זעלבער זײַנער שלוס- און
שוץ-פאָרמולע --- ,ניט דאָס בין איך אויסן".
א גרויס אָרט פארנעמט אין מענדעלעס קאָמ-
פּאָזיציע דער ,אסאָציאטיווער" מאָמענט: ,א
װאָרט, א סיטואציע דערמאָנט", שטויסט אָן
מענדעלען אף א שכיינעסדיקער סיטואציע, און
אזוי אנטװיקלט זיךך די דערצילערישע
ליניע..."
גורשטיין שטעלט זיך דאָ ניט אָפּ גענוי אף
דעם ,, סאָציַאלן קנויל", װאָס איז געווען פאר-
קניפּט אין דער דעמלטיקער ייִדישער ליטערא-
טור. ס'איז אָבער קלאָר, אז אין דער יונגער
ייִדישער ליטעראטור זײַנען דאן געקומען צום
װאָרט נײַע, יונגע שיכטן. און אָט אין די דאָ-
143
זיקע יונגע שיכטן איז געװען אײַנגעפלאנצט
אויך דער יונגער מענדעלע. ,א װוּנדערבאר
מאזל פון א קינסטלער, וועלכער האָט געטראָגן
אף זיך די בענטשונג (און דעם אֶל) פון א
דרײַפאכיקער יוגנט".
אָט די אלע באאָבאכטונגען, װאָס מיר האָבן
אָפּנעמערקט אין גורשטיינס פריַיִקער גרעסע-
רער ארבעט -- ,דער יונגער מענדעלע אין
קאָנטעקסט פון די 60'ער יאָרן (שטריכן)"
זײַנען אין גרונט שוין פארצייכנט אין זײַנע
;אויסצוגן", וועלכע זײַנען געװידמעט בלויז
איין װערק פון די 60-ער יאָרן -- ,פישקע דעם
קרומען".
די ערשטע ארבעטן פון א. גורשטיין װעגן
יונגן מענדעלע האָבן, װי מיר זעען, געבראכט
גרויסע נוצן אונדזער יונגער ייַדישער סאָוועטי-
שער ליטעראטור-וויסנשאפט. ס'איז אינטערע-
סאנט און באלערעוודיק צו וויסן די ערשטע,
נאָך ניט אינגאנצן זיכערע טריט פונעם יונגן
גורשטיין אפן דאָזיקן געביט, װײַל איצט איז
שוין בא אונדז גורשטין פארעכנט צו די
בעסטע, אנערקענטע סאָוועטישע ליטעראטור-
פאָרשער, ער איז איינער פון די ערשטע מאר-
קסיסטיש-לענינישע ליטעראטור-קריטיקער אין
מוניע גלײזער
ייִדיש. אויך ער האָט אָנגעהויבן זײַן טעטיקײַט
אין ,א וועסנע-צײַט", אָבער שוין אין גאָר אן
אנדער װעסנע-צײַט -- באם אָנהייב פון דער
סאָוועטישער סאָצנאליסטישער עפּאָכע, ווען די
בעסטע טרוימען און האָפענונגען פון אונדזערע
פּראָגרעסיווע פאָרגייער, דערין אויך פון מענ"
דעלען, זײַנען פארווירקלעכט געװאָרן, װען
די פּראָבלעם פונעם ייִדישן דאלעס (מענדעלעס
הױיפּטיטעמע), פון דער ,ייִדישער טאָרבע" איז
גרינטלעך געלייזט געװאָרן אף א סאָוועטישן,
סאָצאליסטישן אויפן. און אויך דער קאפּיטאי
ליסטישער , אשמעדײַ", די מאָדערנע באלטאק-
סעס, די הײַנטצײַטיקע מאָנאָפּאָליסטן און פּלוי
טאָקראטן, די פּיאווקינס און בלוטזויגער זײַנען
דעמאסקירט אין זייער גאנצער נאקעטקײַט.
פאר דער דאָזיקער נײַער ,וועסנע-צײַט" האָט
א. גורשטיין געקעמפט שוין אין דער צײַט
פונעם בירגערקריג מיטן װאָרט און מיט טאט,
געקעמפט אין מעשעך פון זײַן גאנצער פרוכט-
בארער טעטיקײַט, װי א סאָוועטישער ליטערא-
טוריפאָרשער און קריטיקער. פאר דער דאָזײ
קער װעסנע-צײַט האָט א. גורשטיין אויך אֶפּי
געגעבן זײַן לעבן אין דער גרויסער פאָטער-
לענדישער מילכאָמע.
ייִסראָעל סערעבריאני--א פינף=און= זיבעציקער
ייִסראָעל סערעבריאני, וועלכער האַט הינטער
זיך בא פופציק יאָר ליטערארישע טעטיקײַט,
קאָן צו זײַנע פינף און זיבעציק באטראכט װערן
וי אן אקטיווער טוער פון דער הײַנטצײַטיקער
ליטעראטור.
געבוירן איז סערעבריאני דעם 24 דעקאבער
0 אין װוײַסרוסישן שטעטל קאלינקאַװיטש,
אין א מישפּאָכע פון א שנײַדער. צו 12
יאָר, נאָכן טױט פון זײַן פאָטער, איז ער
אוועק אף ארבעט אין דער קאלינקאַװויטשער
דרוקערײי. אין 1916 יאָר פאַרט ער אריבער
קיין קלעוו און ארבעט דאָרט װײַטער אלס זע-
צער. ווען אין קיעוו זײַנען ארײין די רויטאר-
מיייַשע טיילן, האָט סערעבריאני זיך אָנגע-
שלאָסן אין זייערע רייען. נאַכן בירגערקריג
144
האָט ער זיך באזעצט אין האַמעל, געארבעט
אין דער דרוקערײַ פון דער דאַרטיקער צײַטונג
,דער קאָמוניסטישער וועג", גלײַכצײַטיק גע-
לערנט אין ייִדישן פּעדטעכניקום און געמאכט
זײַנע ערשטע פּעןפּרוּוון. מע וויילט אים אויס
אלס סעקרעטאר פון דער האַמליער ליטגרופּע,
וועלכע טראָגט דעם נאָמען ,אַקטיאבער-דאָר"
(דאָס איז געווען אין 1924 יאָר). אין א יאָר
ארום פאָרט ער אריבער קיין מינסק, ארבעט
אלס זעצער אין דער שיפּאָגראפיע פון דער
טעגלעכער צײַטונג ,אָקטיאבער" און איז טע-
טיק אין דער ליטגרופּע ,יונגער ארבעטער". ער
הייבט אָן לערנען אפן ליטעראריש-לינגװיסי
טישן אָפּטײל פונעם פּעדאגאַגישן פאקולטעט
באם מינסקער מעלוכע-אוניווערסיטעט, וועלכן
9--264
ער האָט געענדיקט אין יאַר 1920. דער ליט-
קרײַז, מיט וועלכן ער פירט אָן, לאָזט ארויס
א זאמלונג פון ארבעטעראָנפאנגער אונ-
טערן נאָמען , שלאָגלערישע טריט'. דער
דאָרשט צו וויסן איז נאָך אלץ ניט געשטילט.
י. סערעבריאני פארענדיקט אויך אין מינסק די
אספּיראנטור, און דערנאָך װערט ער בא-
שטימט אלס ויסנשאפטלעכער מיטארבעטער
פונעם אינסטיטוט פאר ייַדישער קולטור בא
דער װײַסרוסישער וויסנשאפט-אקאדעמיע. פאר
זײַן דיסערטאציע , שאָלעם-אלייכעם און פאַלק-
לאָר" באקומט ער דעם טיטל ,קאנדידאט פון
פילאָלאָגישע וויסנשאפטן". אין 1939 דערשײַנט
אין מינסק זײַן בוך , שאָלעםיאלייכעם און פאַל-
קלאָר". אינעם פאָרװאָרט שטרײַכט דער מעכא-
בער אונטער, אז , אין דער ייִדישער און סאַ-
וועטישער ליטעראטור-פאָרשונגג. און פאַלקלאָ-
ריסטיק זײַנען ארומגעגאנגען טעאַריעס און
קאָנצעפּציעס, וועלכע האָבן אף פארשיידענע
אויפאנים קאָמפּראָמעטירט די פאַלקלאַריסטי-
כיע בא די ייִדישע אופקלערער און קלאסי-
קער". דער געדאנק איז געוויס א ריכטיקער. די
צווייטע, פארברייטערטע און איבערגעארבעטע
אופלאגע פון דעם אױבנדערמאַנטן בוך איז
דערשינען אין 1959 אין מאַסקװע אף רוסיש
אונטערן טיטל ,שאָלעסיאלײיכעם און די
פאָלקס-שאפונג".
דער אינטערעס צו שאַלעםיאלייכעמס שא-
פונג איז בא אונדזער יוביליאר אין פארלויף
פון יאָרן ניט אָפּגעשװאכט געװאַרן. , מיטצײַט-
לער און קלאסיקער"-- אזוי הייסט סערעבריא-
ניס א זאמלונג, װאָס איז אין 1971 דערשינען
אף רוסיש אין מאָסקװע. דאַרט זײַנען אײַנגע-
שלאָסן דרײַ ארבעטן וועגן שאַלעם-אלייכעמען:
,שאָלעם-אלייכעם דער דעביוטאנט", ,שאַלעם-
אלייכעם און פּראָבלעמען פון קינסטלערישער
איבערזעצונג" און ,די ארבעט פון שאַלעם-
אלייכעמען איבערן װערק ,מאנאכעםימענדל"
(דאָס לעצטע ארטיקל איז פריַער געווען גע-
דרוקט אין , סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 6, 1966,
אונטערן קעפּל ,צו דער געשיכטע פון א קונסט-
ווערק").
די אופמערקזאמקײַט פונעם פאַרשער איז
אויך געװוענדט צום , זיידן" פון דער ייִדישער
ליטעראטור. אין 1948 דערשײַנט אין מאַסקװער
,עמעס"-פארלאג סערעבריאניס בוך , מענדעלע
מױיכער-ספאָרים". אויך אין דער אױבנדערמאָנ-
טער רוסישער זאמלונג , מיטצײַטלער און קלא-
סיקער" איז פארעפטלעכט אן אָפּהאנדלונג
,דאָס װויכטיקסטע אין מענדעלעס שאפונג".
ייִסראַעל סערעבריאניס בוך , מיטצײַטלער
און קלאסיקער" איז פּאָזיטיוו אַפּגעשאצט גע-
װאָרן אין דער סאָוועטישער ייַדישער און רו"
סישער קריטישער ליטעראטור. ,א נײטיק
בוך"-- אזוי האָט א. ראסקין אָנגערופן זײַן רע-
צענזיע אין , סאָװעטיש היימלאנד" (נומ. 2,
3 אויך דער -ביראָבידזשאנער שטערן"
האָט אין נ. פרידמאנס רעצענזיע אַנגעװיזן אפן
ערנסטן ניוואָ פונעם בוך. אינעם מאַסקװער רו"
סישן ליטערארישן זשורנאל ,װאַפּראָסי ליטע-
ראטורי" (נומ. 4, 1972) איז געווען אַפּגעדרוקט
ז. ליבינזאָנס א פּאָזיטיוער אַפּרוף אף ,מיט-
צײַטלער און קלאסיקער". וועגן די דאָזיקע
ביכער האָט דער אװטאָר באקומען ווארעמע אָפּ-
רופן פון שרײַבער און לייענער. מיר װעלן זיך
דערלויבן צו ברענגען א ציטאט פון באַריס פּאַ-
לעװאָיס בריוו פונעם 17 יאנוואר 1960: , מיט
גרויס אינטערעס האָב איך איבערגעלייענט אלי-
ער ארבעט. ביז איצט בין איך אויך געװען
באקאנט מיט שאָלעם-אלייכעמען, װועמען איך
האָב שטארק ליב אלס איינעם פון די גרעסטע
הומאָריסטן אין דער וועלט. ער איז מיר בא-
װוּסט אלס מענטש, װאָס איז געווען ענג פאר-
בונדן מיט זײַן פאָלק. ער איז אין פאלק און
דאָס פאָלק איז אין אים. איך בין זיך מוידע, אז
איבערלייענענדיק אײַער בוך --- קוק איך איצט
אפסנײַ אף שאָלעם-אלייכעמס שאפונג: און
ווייסט איר, װאָס פאר אן אויספיר איך מאך
פון אײַער בוך! איך לייען נאַכאמאָל און וי-
דעראמאָל שאָלעם-אלייכעמען".
אונדזער יוביליאר נעמט אן אָנטײל אויך אין
אקאדעמישע ראטנפארבאנדישע אויסגאבעס,
וועגן דעם האָט געשריבן דער דאַקטאַר פון פיי
לאָלאָגישע וויסנשאפטן אוראן גוראלניק אין
זײַן ארטיקל , טרײַהײַט דעם בארוף" (,סאַװוע-
טיש היימלאנד" נומ. 7, 1975, ז. 170).
י. סערעבריאני האָט איבערזעצט אף ייִדישׁ
טורגעניעווס װערק ,ערעוו" און , פאַטער און
קינדער", לערמאַנטאָװס ,דער העלד פון אונד"
זער צײַט* (מינסק, 1940). ער האַט אויך אי-
בערזעצט פון ייִדיש אף רוסיש מ. דעכטיארס
אויסגעוויילטע דערציילונגען (1969). ער
שרײַבט וועגן די בינע-מײַסטערס פונעם ייַדישן
טעאטער: , מיכאָעלס דער קינסטלער און דענ-
קער" (, פאָלקס-שטימע", ווארשע, 1956), ,א.
145
גאָלדפאדען" (,אײניקײַט", 1946), ,עסטער-
ראָכל קאמינסקע אין ראטנפארבאנד" (,ייִדישע
שריפטן", ווארשע, 1956).
א באזונדער קאפּיטל אין סערעבריאניס ליי
טערארישער טעטיקײַט איז ביבליאַגראפיע. אין
צוזאמענהאנג מיטן 50יטן יאָרטאָג פונעם
גרויסן אָקטיאבער איז אין א ריי נומערן פון , סאַ-
וועטיש היימלאנד" (פארן 1966 און 1967) גע-
ווען פארעפנטלעכט י. סערעבריאניס ,כראַניק
פון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור",
װוּ עס וװערט געגעבן א ביבליאַגראפישער
איבערבליק איבער אונדזער נאַכאַקטיאבערי-
שער ליטעראטור-טעטיקײַט. סערעבריאני האַט
אויך פארעפנטלעכט א ביבליאַגראפיש ארטיקל
לעקאָװעד לענינס 100*טן געבורטסטאַג (,סאָ-
וועטיש היימלאנד", נומ. 4, 1970).
דעם קריטיקער איז אויך ניט פרעמד דער
פארצייכענונגס-זשאנער. דאָס איז צו זען פון
זײַנע ,וויזיטיקארטלעך" און , אײַנדרוקן פון א
רײַזע קיין ביראָבידזשאן" (פארעפנטלעכט אין
די נומ. 6 און 7 פון ,סאָװעטיש היימלאנד",
5.
סערעבריאני דער ביבליאָגראף איז א גוטער
מיטהעלפער סערעבריאני דעם ליטעראטור-
פאָרשער. אין זײַנע ,באמערקונגען צו דער נײַ-
ער אויסגאבע פון , מישפּאַכע מאשבער" (,סאָ-
וועטיש היימלאנד" נומ. 8, 1975) קאַנסטאנ-
טירט דער אװטאָר, אז די נײַע אופלאגע פון
דעם ניסטערס ,מישפּאַכע מאשבער", וועלכע
איז דערשינען אין מאָסקװע אין 1974, איז שוין
די פינפטע אופלאגע. עס װערט געגעבן אן
אויספירלעכע ביבליאָגראפישע ספּראווקע וועגן
דעם אָרט, וועגן דער צײַט און פארנעם פון אלע
פינף אויסגאבעס, װאָס זײַנען געווען געדרוקט
אין מאָסקװע און אין ניו-יאָרק. איבערצײַגעװו-
דיק טרעט ארויס דער אװטאַר פון די ,באמער-
קונגען" קעגן די אויסלענדישע בורזשואזע
קריטיקער, װאָס , אורטיילן וועגן אים (ועגן
דעם ניסטערס ראַמאן --מ. 1.) װי װעגן א
ניט-װילנדיק לויבגעזאנג דער דאָזיקער פאר-
גאנגענער עפּאָכע פונעם פארצויגענעם ייִַדישן
מיטלאלטער".
אונדזער באל-יויוול זעצט פאַר מיט זײַנע
פּאָפּולערע ארבעטן די טראדיציעס פון דעם
ערשטן סאָוועטישן דאָר ייִדישע ליטעראטור-
קענער, פאָרשער און קריטיקער.
מיר ווינטשן אים אריכאס-יאַמים, געזונט און
נײַע שעפערישע אופטוען.
0
הערש רעמעניק
קולטור = היסטאָרישע און ליטערארישע באטראכטונגען
3 די אנטוויקלונג פון דער
בעלעטריסטיק. באַגראָוו.
לעוואנדע. ניקיטין
אין די 60'ער און 70-ער יאָרן פונעם 19-טן יאָרי
הונדערט האָט די ייִדישע ליטעראטור אף רוסיש זיך
אנטוויקלט מיט גאנץ גיכע טעמפּן און האָט ארויס"
גערוקט שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט א בא"
מערקבארן שפּור אין דער געשיכטע פון דער קולי
טור.
כאראקטעריסטיש פאר אָט דער ליטעראטור איז
דאָס, װאָס זי איז געווען דורכויס שאפונג פון פּראָזע
(ראָמאנען, דערציילונגען, פארצייכענונגען). מיר ווייסן
ניט אין אָט די צוויי צענדליקער יאָרן קיין איין דיכ"
טער, קיין איין דראמאטורג. אין דעם זין איז דער
ליטערארישער פּראָצעס געווען ענלעך גיכער צו דער
ליטעראטור אף ייִדיש, אָבער ניט צו דער העברע;"-
שער און ניט צוּ דער רוסישער ליטעראטור, וועלכע
האָבן ארויסגערוקט אין יענער עפּאָכע ניט בלױז
באדײַטנדיקע פּראָזע-מײַסטערס, נאָר אויך אָנגעזע-
ענע דיכטער און דראמאטורגן.
די סיבע פון אָט דער פּאראדאָקסאלער דערשטי
נונג קאָן אױסגעקלאָרט װערן, װען מע באטראכט
דעם אידיייַשן אינהאלט, די סאָציאלע און פּאָליטישע
טענדענצן פון אָט דער ליטעראטור. דאָס איז נאָך
אלץ געווען אױסגעשפּראָכן בורזשואזע אופקלערע-
רישע שאפונג, װאָס איר הױפּט:ציל איז געװען
גלײַכבארעכטיקונג פאר ייִדן, דאָס הייסט גלײַכבאי
רעכטיקונג פאר דער ייִדישער בורזשואזיע, קעדיי זי
זאָל קאָנען קאָנקורירן מיט דער רוסישער בורזשוא-
זיע, פרײַ אָנטײלנעמען אין דער אנטוויקלונג פון קא-
פּיטאליזם אין רוסלאנד. דער שוין פּריִער דערמאָנ-
טער בורזשואזער אופקלערער יאָאכים טארנאָפּאָל,
וועלכער האָט איבער זײַנע קאָנסערוואטיווע אָנשױוּנ-
גען צעריסן מיט אָסיפּ ראבינאָוויטשן און איז ארויס
פון דער רעדאקציע פון ,ראסוויעט", האָט אין זײַן
ווערק ,א פּרוּוו פון א הײַנטצײַטיקער און באטראכ-
טער רעפּאָרם אפן געביט פון ייִדנטום" אונטערשיידט
,וויכטיקע* און , אומוויכטיקע* ייִדן. וויכטיקע ייִדן
זײַנען, נאטירלעך, די רײַכע ייִדן בורזשוא, אומוויכ-
טיקע -- די אָרעמעלײַט. טארנאָפּאָל פאָדערט גלטַכ-
בארעכטיקונג אויך פאר אומוויכטיקע" ייַדן, אָבער
ער באטראכט דאָס בלויז װי א ,נויטװענדיק בייז",
וװוײַל אָן דער גלײַכבארעכטיקונג פון ייִדן אינגאנצן
זע ,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 2, 4 פארן 1975
יאָר.
גענומען װעט דאָך די ייִדישע בורזשואזיע אויך ניט
באקומען קיין גלײַכע רעכּט מיט דער רוסישער
בורזשואזיע.
די מער באוװװוּסטע ייִדישע שרײַבער אף רוסיש זײַי
נען אין די 60'ער און 70-ער יאָרן געווען גריגאָרי
איסאקאָװויטש באָגראָו (1825--1885), לעוו אֶסיפּאָי
וויטש לעוואנדע (1835--1888) און װיקטאָר ניקיטיטש
ניקיטין (1839--1908). אין זייער שאפן איז פאראן א
סאך אלגעמיינס. ערשטנס, די טעמאטיק, דער אידייײי
שער אינהאלט און די אידײיַשע פּראָבלעמאטיק,
וועלכע כאזערן זיך איבער אין זייערע װערק. איך
האָב דאָ אין זינען די טעמע פון רעקרוטשינע, די
קריטיק פון ייִדישן שטייגער, פון מיטלאלטערלעכע
רעליגיעזע מינהאָגים, פון שטעטלדיקן קאָנסערווא-
טיזם,. באגרענעצטקײַט און דאָס לײַדנשאפטלעכע
שטרעבן צו בילדונג, צו אײראָפּעיַשע, וועלטלעכע,
ציוויליזירטע לעבנסי-פאָרמען. דאָס אלץ איז פאראן
בא באָגראָװן, בא לעוואנדען און בא ניקיטינען.
צווייטנס, זײַנען די װערק פון אָט די שרײַבער
נאָענט איינס צום אנדערן לויט דער זשאנערישער
פאָרם. זיי געהערן אלס קלאל צו דעם אװטאָביאָגרא-
פישן זשאנער אָדער צו דעם, װאָס מע רופט אָפט
אָן דאָקומענטאלער זשאנער. דריטנס, צייכענען זיך
אויס זייערע ווערק מיטן שילדערן די הײַנטצײַטיקײַט
און מיט פּובליציסטישקײַט. אפילע זייערע היסטאָריי
שע ראָמאנען און דערציילונגען אָטעמען מיטן גלי
פון אקטועלע געשעענישן אינעם לעבן פון דעם פאָלק
און פונעם לאנד.
גריגאָרי באָגראָוו איז באװוּסט דעריקער מיט זײַן
דרײַבענדיקן אװטאָביאָגראפישן ראָמאן , שריפטן פון
א ייִדן" (עה68/6 אאסװח32+). ער איז אָבער דער
אװוטאָר פון זיבן בענדער ראָמאנען, דערציילונגען,
נאָװועלן, פארצייכענונגען, סקיצן און בילדער, מעמו"
ארן, ארטיקלען, וועלכע ער האָט געדרוקט אין פאר-
שיידענע רוסישע און רוסיש-ייִדישע זשורנאלן און
צײַטונגען!. געבוירן אין פּאָלטאװע אין א ראבאָנישער
פאמיליע, האָט ער זיך דערצויגן אין שטרענג רעלי-
גיִעזן גײַסט. אָבער נאָך קינדװײַז האָט ער שוין גע"
לייענט רוסישע ביכער, די עלטערן זאָלן ניט זען און
דערפון ניט וויסן. צו 17 יאָר האָט מען אים געצװווני
גען כאסענע האָבן. זײַן װײַב איז געװוען ביז גאָר
אָפּגעשטאנען, און ער האָט דאָס גאנצע לעבן זיך געי
פילט איינזאם אין זײַן אייגענער פאמיליע. אדאנק
דעם, װאָס ער האָט זיך אויסגעלערנט רוסיש, האָט ער
געארבעט אלס אָנגעשטעלטער אין אָפּקױף (חצאזס),
1 0ת068ת006 86װ00602 .אס } 82:0088-
0780ט1610432876.7 1116220828. )026008, 1919.
17
און דאָס האָט אים געגעבן א רײַכן רעזערוו פון
לעבנס-דערפארונג און באאָבאכטונגען פון דער רעא-
לער װױרקלעכקײַט. אין אָנהייב 60-ער יאָרן האָט
באָגראָוו אָנגעשריבן אף רוסיש דעם ערשטן באנד
פון זײַנע , שריפטן פון א ייִדן". עס זײַנען אוועק מא"
טערנישן איבער פארשיידענע רעדאקציעס פון רוסי-
שע זשורנאלן, בין דער קסאוויאד איז ארײַנגעפאלן
אין זשורנאל ,אָטעטשעסטװעניע זאפּיסקי", און דאָ
האָט אָפּגעגליקט דעם אװטאָר. נעקראסאָוון איז דער
ראָמאן געפעלן געװאָרן אי לויט זײַן קינסטלערישער
מײַסטערשאפט, אי לויטן אָריגינעלן אינהאלט. נעק-
ראסאָוו האָט ביכלאל געשטרעבט אין זײַן זשורנאל
צו װײַזן ניט בלויז דאָס רוסישע לעבן, װאָס איז
געווען באקענט דעם רוסישן לייענער, נאָר אויך דאָס
לעבן פון אלע פעלקער אין לאנד. דאָס האָט אים
געגעבן א מעגלעכקײַט צו שילדערן קריטיש די גאנ-
צע צארישע אָרדענונג. באָגראָווס װערק האָט געגעבן
גענוג מאטעריאל דערצו. עס איז אָבער געווען אין
באָגראָווס װוערק אזוינס, װאָס האָט פארינטריגירט
ניט בלויז נעקראסאָװון, נאָר אויך סאלטיקאָווישטשע-
דרינען, וועלכער איז געווען דער רעדאקטאָר פונעם
ליטעראריש-קינסטלערישן מאטעריאל אין ,אָטעטשע-
סטװועניע זאפּיסקי" נאָך דעם, וי דער זשורנאל איז
אריבער אין נעקראסאָווס הענט.
שטשעדרינען זײַנען באָגראָװס , שריפטן פון א
ייִדן" געװען נאָענט לױטן מאטעריאל, לױט די
לעבנס-בילדער און באזונדערס לויטן שילדערן די
פּארשוינען, די פיגורן פון פּראָװינציַעלע טשינאָווני-
קעס. שטשעדרין האָט געהאט א סמאך צו מיינען, אז
באָגראָווס , שריפטן" זײַנען נאָענט לויט זייער זשא-
נער און טענדענץ, לויט דער שארפער קריטיק פון
דער װירקלעכקײַט צו זײַנע, שטשעדרינס, , גובער-
ניאלע פארצייכענונגען" (עהאאקסטס סעאסמטקססץז6).
באָגראָווס װערק איז נעקראסאָוון און שטשעדרינען
ניט בלויז געפעלן. עס איז קימאט פעסטגעשטעלט,
אז שטשעדרין האָט צוגעלייגט זײַן האנט צו דעם
און עס געבראכט אין דער בעסטער אָרדענונג.
,שריפטן פון א ייִדן"' איז אן אװטאָביאָגראפיש
װערק, װאָס גייט אָבער אריבער די גרענעצן פון
ריינעם אװטאָביאָגראפיזפ און וואקסט אויס אין א
ברייטער קינסטלערישער שילדערונג פון א גאנצער
עפּאָכע אינעם לעבן פון די ייִדן אין רוסלאנד אין
דער מיט פונעם 19-טן יאָרהונדערט. דער אװטאָר
האָט באװוּסטזיניק געשטעלט פאר זיך אזא ציל: אופ-
שטעלן לוט דער געשיכטע פון זײַן לעבן די געשיכ-
טע פונעם פאָלקס לעבן אינגאנצן גענומען. אין דער
פאָרעדע צו דעם װערק שרײַבט באָגראָװ:
,איך בין שוין אלט פערציק יאָר. מײַן לעבן איז
ניט פארפולט מיט אזעלכע ראָמאנטישע אומדער-
ווארטקײַטן, װאָס ווארפן דעם לייענער אין היץ און
אין קעלט. פארקערט, מײַן לעבן אין פּראָסט און
קליין. בא דעם אלעמען אָבער, אויב איך זאָל האָבן
באגאבונג פון א דערציילער, װאָלט די געשיכטע
פון מײַן לעבן געקאָנט פארינטערעסירן, אוב ניט
יעדן לייענער, אין לעכאָלהאפּאָכעס דאָס ייִדישע
לייענער-פּובליקום. פּונקט װי א טראָפּן וואסער גיט
אמאָל דעם באװאָפּנטן אויג פונעם נאטוראליסט א
מעגלעכקײַט צו באאָבאכטן א גאנצן מיקראָקאָסם,
אזוי איז אויך דאָס שמאָלע שטעגל, איבער װעלכן
148
איך האָב אױסגעטראָטן א היפּשן טייל פון מײַן לעבן,
אָנגעזעטיקט מיט מערקװירדיקסטע זײַטן פונעם
ייִדישן לעבן פאר די לעצטע פיר צענדליק יאָר, מיט
זײַנע דירעקטע און אומדירעקטע ווירקונגען אף יעדן
ייִדן באזונדער. ווען מיר זאָל זיך אײַנגעבן פארקערפּערן
אלץ, װאָס איך האָב געזען און איבערגעלעבט פאר
מײַן לעבן, אין א געהעריקער פאָרם פון װאָרט,
װאָלטן מײַנע ברידער לויטן גלויבן באנומען יענעם
קאָשמאר, װאָס האָט געשטיקט דעם שלאָפנדיקן גײַסט
פונעם ייִדן -- יענעם קאָשמאר, װאָס האָט ניט גע-
געבן אפילע קיין מעגלעכקײַט גרינגער צו מאכן דאָס
הארץ מיט א געשריי אָדער מיט א באוועגונג. אָבער
איך זאָג נאָכאמאָל: מײַן װערק האלט איך פארן
ערשטן און, קאָן זײַן, גאָר שוואכן שריט אפן וועג
צום באװוּסטזײַן, װעלכער דארף ברענגען די יידן
צו א נײַ לעבן, װאָס אנטשפּרעכט דער קלוגער נאי
טור פונעם מענטשן".
באָגראָווס , שריפטן פון א ייִדן" לייענען זיך נאָך
איצט מיט אינטערעס. עס דערשיטערן מאמעש די
שוידערלעכע בילדער פונעם לעבן, וועלכע זײַנען אָנ-
געשריבן װאָרהאפטיק, אזוי רירנדיק, אז ניט גע-
קוקט אף דער װײַטער פארגאנגענהײַט, אף דער
אָפּגעלעבטקײַט און פארעלטערטקײַט פון דעם געשיל-
דערטן, ווערט מען ארײַנגעצויגן אין יענער וועלט און
מע לעבט איבער אלץ, װאָס דער שרײַבער שטעלט
אוף פאר די אויגן. די מענטשן, די געשעענישן, דער
שטייגער, די פּסיכאָלאָגיע -- אלץ אינעם װערק איז
לעבעדיק און אפילע הײַנטצײַטיק. דער אװטאָר שוינט
ניט קיינעם -- ניט קיין אייגענע, ניט קיין פרעמדע,
עס גייט אדורך א גאנצע גאלעריי פּארשוינען -- רא-
באָנים, מעלאמדים, הענדלער, שאדכאָנים, כאפּערס,
געכאפּטע, זשוליקעס, טשינאָװניקעס, ארענדארן,
קרעטשמערס, מעקלערס. ס'וויקלען זיך פאנאנדער
אלערליי געשעענישן, אומגליקן פון רעקרוטשינע, גע-
צװונגענע כאסענעס, קאָנפליקטן, דאָס לעבן פון
מענטשן אין דער גאנצער פארשידנארטיקײַט און
פילזײַטיקײַט. דאָס איז ניט דער גוירל פון איין העלד,
נאָר פונעם גאנצן פאָלק.
דער רוסישער לייענער פון די 70-ער יאָרן, די
פּראָגרעסיװוע רוסישע געזעלשאפּטלעכקײַט פון יע"
נער צײַט האָט דערזען פאר זיך אין באָגראָװס
,שריפטן פון א ייִדן" אן אומבאקאנטע וװעלט פון שויי
דער און קאָשמאר. דער אװטאָר פון דעם װערק איז
אומראכמאָנעסדיק אין דער קריטיק. זײַן סוינע איז
געווען דער ייִדישער אָבסקוראנט און דער אונטער"
דריקער פון יעדער שטראלעכל פון אופקלערונג. ס'איז
גענוג זיך צו באקענען מיט די קעפּלעך פון באזונ"
דערע קאפּיטלען, קעדיי צו באקומען א פאָרשטעלונג
וועגן דעם ייַדישן לעבן און שטייגער אין יענער
צײַט: , די ליידן אין דער קינדהײַט", ,א ליבע אין
פייעס", , דער אומגליקלעכּער יערוכעם", ,װער איז
שטארקער -- די כּאָלערע צי דער צאדיק" א. אנד.
באָגראָװוס , שריפטן פון א ייִדן" דערמאָנען לױטן
אינהאלט און לויט דער פאָרם די װערק פון דער
פאָרגעשריטענער ליטעראטור אף ייִדיש אין די 60*
ער און 70יער אאָרן -- מענדעלעס ,דאָס קליינע
מענטשעלע", לינעצקיס , דאָס פּוױלישע ייַנגל", וועלכע
זײַנען אויך געװוענדט קעגן דעם פארצויגענעם מיטלאל-
טער אין ייַדישן לעבן. ס'איז ניט באװוּסט, צי באָגראָװו
האָט געלייענט מענדעלעס און לינעצקיס װערק, דערי-
בער איז אויך שווער פעסטצושטעלן מענדעלעס אָדער
לינעצקיס ווירקונג אף באָגראָװן. ס'איז אָבער גאָרניט
שװוער אָפּצומערקן דאָס אלגעמיינע אינעם שאפן פון
אָט די שרײַבער. מער ווארשײַנלעך איז די ווירקונג
פון דער העברעישער ליטעראטור, וועלכע באָגראָו
האָט געקענט זייער גוט. קאָנקרעט קאָן גיין א רייד וועגן
אזעלכע שרײַבער, װוי אווראָם מאפּו, באזונדערס וועגן
זײַן קריטישירעאליסטישן ראָמאן , עיט צבוע" (, איט
צאָװוּא" --,דער פילקאָליריקער רויבפויגל", אף רו'
סיש -- *2א42:800), פּערעץ סמאָלענסקין מיט זײַן
סעריע ראָמאנען , התועה בדרכי החיים" (,האטויע
בעדארקיי האכאים"-- דער בלאָנדזענדיקער אף די
וועגן פונעם לעבן") און ,קבורת חמור" (,קװוּראס
כאמויר" --,, דאָס באגראָבן פון אן אייזל"; אָט די
שרײַבער האָבן ניט וייניקער שארף איידער מענ-
דעלע און לינעצקי, אָנגעגריפן דעם ייִדישן מיטלאל-
טער.
,שריפטן פון א ייִדן" איז באָגראָװוס הױפּטיװערק,
מיט וועלכן ער איז באװוּסט געװאָרן אין דער ליטע-
ראטור. אין די אנדערע דערציילונגען זײַנע דער-
גרייכט ער ניט אזא קינסטלעריש איבערצײַגעװדדי-
קײַט. די דערציילונג , פּאָימאניק" (, דער געכאפּטער"),
װאָס האָט אן אונטערקעפּל *מתמ68 (א זאך, װאָס איז
ווירקלעך געשען), איז גיכער ענלעך אף א דעטעק-
טיוו. אויב , שריפטן פון א ייִדן" קויפט אונטער מיט
דער װאָרהאפּטיקײַט פון דער שילדערונג, אין ,פּאָל-
מאניק" געבויט דורכויס אף אויסערגעוויינלעכע, אומ-
נאטירלעכע געשעענישן און פאקטן. די גוזמעדיקײַט
װערט דער הױפּט-מעטאָד פון מאָלן סײַ פּאָזיטיווע,
סײַ נעגאטיווע געשטאלטן. דער פּאָזיטיווער העלד אראָן
איז ניט בלויז לײַטיש, נאָר אויך קלוג, און דורכגע-
טריבן, און כיטרע, און שרעקלאָז, און ערלעך, און
העלדיש. פונעם ערשטן אױגנבליק פארליבט ער זיך
גלײַך אין דער איידעלער, שיינער סאָרע און אין
אומגעוויינלעך שװערע באדינגונגען דערשלאָגט ער
זיך פאָרט זײַן ציל, ער האָט מיט איר כאסענע. פאר-
קערט, די נעגאטיווע פּארשוינען, די קרעטשמארעס
און ספּעקוליאנטן און קאָנטראבאנדיסטן הענעך און
זײַן זון שמועל, זײַנען אויסװוּרפן, צװויאקעס, ראָצַ-
כים און באנדיטן. נאטירלעך, די רעשאָיִם װערן
באשטראָפט, און די צאדיקים, די פּאָזיטיװוע פּארשוי-
נען דערשלאָגן זיך א גוט לעבן, װאָס זיי האָבן ער-
לעך פארדינט.
דער זעלבער סכעמאטיזם איז פאראן אויך אין די
װערק ,דאָס ברודערל" (,בראטעץ"), יאָרטאָדאָקס"
און אנד. אָבער אויך אין אָט די וויניקער געלונ-
גענע װערק פילט זיך דער פּאטאָס פון קאמף קעגן
אָפּגעזונדערטקײַט פונעם ייִדישן לעבן, קעגן רעלי-
גיעזער דערציונג, קעגן פארשיידענערליי פינצטערע
קויכעס אין ייִדישן לעבנשטייגער. דאָס זײַנען אויך
קריטישירעאליסטישע ווערק.
פונקט װי ג. באָגראָ אין מער באװוּסט מיטן
ראָמאן , שריפטן פון א ייִדן", אזוי איזן ל. לעוואנדע
באװוּסט אין דער ליטעראטור דעריקער מיטן ראָמאן
.א הייסע צײַט" (עאסק8 41004466), האגאם אויך
ער האָט אויסער דעם ראָמאן ,א הייסע צײַט" גע-
שאפן א היפּשע צאָל ראָמאנען, דערציילונגען, נאָ-
װעלן, פארצייכענונגען, פּובליציסטישע ארטיקלען,
איך האָב שוין פריִער געזאָגט, אז די ייִדישע לי-
טעראטור אף רוסיש אין דער צווייטער העלפט פונעם
9"טן יאָרהונדערט האָט זיך אויסגעצייכנט מיט איר
פּובליציסטישקײַט, מיט דער אקטועלקײַט פון די גע-
שטעלטע און פארקערפּערטע פּראָבלעמען. דאָס איז
געווען אין טאָך פּובליציסטישע בעלעטריסטיק אָדער
בעלעטריסטישע פּובליציסטיק. באזונדערס טיילט זיך
אויס אין דעם זינען ל. לעוואנדע, וועלכער איז
געװען א טעמפּעראמענטפולער פובליציסט סײַ אין
זײַנע בעלעטריסטישע װערק, סײַ אין זײַנע ארטיק-
לען און פארצייכענונגען.
לעוואנדע איז געװוען א טיפּישער אידעאָלאָג פון
דער ייִדישער בורזשואזיע. זײַן הויפּט- פּראָגראם איז
געווען רוסיפיקאציע פונעם ייִדישן לעבן און אסימי-
ליאציע. ער איז געװען א באדאכטער באאָבאכטער,
א גרינטלעכער קענער פונעם ייַדישן לעבן און א
הייסער קעמפער קעגן אלטן סיידער, קעגן אלטן
ייִדישן שטייגער. ער איז געװען איבערצײַגט, אז
דער איינציקער וועג פאר דער ייִדישער באפעלקע-
רונג איז אסימילירן זיך מיט דער רוסישער באפעל-
קערונג, באהערשן די רוסישע שפּראך און די רוסי-
שע קולטור און וערן גלײַך מיט אלע בירגער פון
רוסלאנד.
באנאנד דערמיט איז לעוואנדע אין פּאָליטישן זין
געווען דורכגעדרונגען מיט רעאקציאָנערע סערווילי-י
סטישע אידייען בענעגייע דער צארישער אָרדענונג.
ער האָט געהאלטן, אז די צארישע אָרדענונג איז א
גערעכטיקע סאָציאלע אָרדענונג פאר אלע פעלקער
און פאר אלע אירע אײַנװױנער. לעוואנדעס בורזשוי
אזע און רעאקציאָנערע פּסיכאָלאָגיע און אידעאָלאָגיע
האָט זיך אנטפּלעקט אין א ריי אקטן, װאָס קאָנען
אויסזען װידערשפּרעכיק איינער דעם צוייטן, נאָר
אין טאָך כאראקטעריזירן זיי גאנץ בוילעט דאָס גע-
שטאלט פון א בורזשואזן שרײַבער און טוער אין
דער צווייטער העלפט פונעם 19-טן יאָרהונדערט. ער
איז שארף ארױיסגעטראָטן קעגן דעם אופשטאנד אין
פּױלן אין יאָר 1863 און האָט פולשטענדיק געשטיצט
מוראװויאָוו דעם הענקער, וועלכער האָט אין בלוט
דערשטיקט דעם רעװאָליוצײאָנערן פּױלישן אופשטאנד
קעגן דעם רוסישן צאריזם. ער איז געווען דער , או-
טשאָני יעווריי", דער קאזיאָנע ראָװ בא דעם זעלבן
מוראװויאָוו דער הענקער, ווען יענער איז געווען גע"
נעראל-גובערנאטאָר פון װילנע! ער האָט רעדאקטירט
מוראװיאָוו דעם הענקערס צײַטונג , ווילענסקיע גו-
בערנסקיע װעדאָמאָסטי". און דער זעלבער לעוואנדע
איז צום סאָף פון זײַן לעבן אין די 80-ער יאָרן, אין
דער עפּאָכע פון די פּאָגראָמען אף ייִדן און אין דער
עפּאָכע פון אלעקסאנדער וון| און פּאָבעדאָנאָסצעװס
פּאָליטישער רעאקציע, געװאָרן אן אָנהענגער פון
דער באוועגונג כיבאס-ציִען! אזא איז געווען די אמ"
פּליטודע פון וואקלונגען און די עװאָליוציע פון דעם
שרײַבער און געזעלשאפטלעכן טוער לעוואנדע.
אין א ריי פּובליציסטישע ווערק האָט לעוואנדע
אָפן און שארף געפּרײידיקט זײַנע אידייען. דאָס איז
באזונדערס צו זען אינעם ראָמאן ,א הייסע צײַט'"
(42א6ק8 41078466). די העלדן פונעם װערק זײַנען
ניט קיין לעבעדיקע טיפּן מיט אינדיווידואליזירטער
פּסיכאָלאָגיע: זיי זײַנען בלויז רופּאָרס פונעם אוו"
טאָר, דורך זיי רעדט ער און שרײַט און פּראָפּאגאנ-
149
דירט; דורך זיי גיט ער איבער זײַן פארשטיין און
באנעמען די עפּאָכע, זײַנע לײַדנשאפטן און זײַן
פּאטאָס. דעריבער איז דאָס װערק געשאפן אין א
פּרימיטיווער פאָרם פון בריוו און טאָגביכער, וועלכע
דארפן איידעס זאָגן וועגן דעם דענקען און שטרעבן
פון די פּארשוינען, אָבער זיי גיבן איבער בלויז דאָס
שטרעבן און דענקען פונעם שרײַבער. דער הויפּט"
העלד ארקאדי סארין שרײַבט צו זײַן פרײַנט מאָזיר"
סקי:
,אלץ ארום אונדז האָט זיך א ריר געטאָן, איז גע"
קומען אין באוועגונג, האָט זיך צערוישט.. איבער
אלע ברייטן פון רוסלאנד גייט איצט א גענעראלער
אופבראָך פון אויבן ביז אראָפּ. עס װערן געבראָכן
אלטע אידייען, אָפּגעלעבטע פּרינציפן, פארשטיינטע
אנשטאלטן און נימעס געװאָרענע מינהאָגים. א טומל,
א טראסק און א ראש: אלץ אײַלט זיך צו באנײַען
צו ריין מאכן זיך; אלץ שטרעבט אקעגן דעם נײַעם,
ניט געזעענעם, קימאט אומדערווארטן. אפילע אונדי
זערע איינגלױביקע -- אויך זיי האָבן זיך אופגעי
שטעלט אף די פיס און זײַנען גרייט צו גיין. זי
ווייסן אָבער נאָך ניט --- װוּהין".
,זײַט װיסן, אז עס דערנעענטערט זיך א הייסע
צײַט, אין וועלכער אײַערע װײַנגערטנער װעלן ניט
זײַן קיין זיכערע שטיצע פאר די, װאָס באהאלטן זיך
אין זייער שאָטן. עס דערנעענטערט זיך א צײַט,
װאָס װעט מיט א מעסער צושטיין צו אײַער האלדז,
פאָדערנדיק א קאטעגאָרישן ענטפער אף דער פראגע:
ווער זײַט איר, װאָס זײַט איר! פאר וועמען זײַט איר!
מיט וועמען זײַט איר?"
די הייסע צײַט--- דאָס איז די צוגרייטונג פונעם
פּוױלישן אופשטאנד אין 1863 יאָר. לעוואנדע האָט
גענומען א טעמע, װאָס גיט מאטעריאל פאר א רעװאָ-
ליוצ;אָנער װערק. ער פארקערפּערט אָבער דעם מא"
טעריאל אזוי, אז וועגן קיין רעװאָליוציע שטייט בא
אים אפילע קיין פראגע ניט. דעם רעװאָליוצ;אָנערן
אופשטאנד באגרענעצט ער מיט ענגע נאציאָנאל-י
ייִדישע ראמען: װאָס איז בעסער פאר די ייִדן -- פּױלן
צי רוסלאנד? וועלכע דארף זײַן די פּאָזיציע פון די
ייִדן אין דער פראגע, צי דארפן זיי שטיצן דעם
אופשטאנד אָדער, פארקערט, שטעלן זיך אינגאנצן
אף דער זײַט פון רוסלאנד!? דער ענטפער פונעם
הויפּטיהעלד ארקאדי סארין און אויך פון דעם אווי
טאָר לעוואנדע איז א גאנץ קלאָרער און דײַטלע-
כער: די ייִדן דארפן זײַן אף דער זײַט פון רוסלאנד,
קעגן פּױלן. ארקאדי סארין שרײַבט:
צי האָט איר געטראכט, װוּהין מיר דארפן גיין.
איר דארפט ניט פארגעסן, אז פון דעם איז אָפּהענגיק
די צוקונפט פון אונדזער גאנצן שייװעט, ס'איז דע-
ריבער קעדײַ צו ברעכן איבער דעם דעם מויעך. מיר
האָבן דאָ געטראכט און האָבן באשלאָסן -- צושטיין צו
מאָסקװע. אהין ציט אונדז דער אינסטינקט, דער
פארשטאנד, דער ייִשעוויהאדאאס און, לעסאָף, דאָס
געפיל פון דאנקבארקײַט. מיר דארפן קיײנמאָל ניט
פארגעסן, אז רוסלאנד האָט די ערשטע אָנגעהויבן
זאָרגן וועגן אונדזער בילדונג און דערציונג. מיטן
דערוואכן פון אונדזער זעלבסטבאוווּסטזײַן האָבן מיר
צו פארדאנקען רוסלאנד און ניט פּױלן.. מיט רוס-
לאנד װעט אונדז עפשער מער אָפּגליקן. באקומענדיק
דאָ דעם שליסל צו בילדונג, װעלן מיר, מיט גאָטס
150
הילף, מיט אָט דעם שליסל עפענען פאר זיך די רױ
סישע פאָלקסטימלעכקײַט, די רוסישע בירגערלעכ-
קײַט, דאָס רוסישע היימלאנד. דאָס הארץ זאָגט מיר,
אז מיט דער צײַט װעלן די רוסן אונדז ליב באקוי
מען. מיר װעלן זיי צווינגען אונדז ליב צו באקומען.
מיט װאָס! טאקע מיט אונדזער ליבע צו זיי".
וועגן דעם פּױלישן אופשטאנד קעגן צאריזם אין
יאָר 1863 האָט װו. אי. לענין געשריבן: ,ק. מארקס
און פר. ענגעלס האָבן געהאלטן פאר אן אומבא-
דינגטן כויוו פון דער גאנצער מײַרעװ-אײראָפּע:"
שער דעמאָקראטיע, און אוואדע פאר דער סאָציאלי
דעמאָקראטיע, אן אקטיווע אונטערשטיצונג דער פאָ-
דערונג פון פּולישער אומאָפּהענגיקײַט. פאר דער
עפּאָכע פון די 40-ער און 60*ער יאָרן פונעם פאָריקן
יאָרהונדערט, פאר דער עפּאָכע פון בורזשואזע רע-
װאָליוציעס אין עסטרײַך און דײַטשלאנד, דער עפּאָכע
פון , פּוױערישער רעפאָרמע* אין רוסלאנד, איז אָט
דער שטאנדפּונקט געווען א פולשטענדיק ריכטיקער
און דער איינציקער קאָנסעקװענטידעמאָקראטישער
און פּראָלעטארישער שטאנדפונקט":. װ. אי. לענין
האָט אויך געהאלטן, אז ,דער אלרוסלענדישער רע-
װאָליוצ;אָנער:דעמאָקראט טשערנישעווסקי האָט אויך
(פּונקט װוי מארקס) געקאָנט שעצן די באדײַטונג פון
דער פּוילישער באוועגונג"?.
זעלבסטפארשטענדלעך, מיר קאָנען זיך ניט פאָרי
שטעלן, אז א בורזשואזער אופקלערער זאָל אין דער
פראגע וועגן פּױלישן אופשטאנד פון 1863 שטײן
אפן שטאנדפּונקט פון מארקסן און ענגעלסן, צי ער
זאָל פֿארנעמען אין דער פראגע די פּאָזיציע פונעם
רעװאָליוצאָנערן דעמאָקראט טשערנישעווסקי. וועגן
דעם קאָן קיין רייד ניט זײַן. עס רופט אָבער ארויס
סימפּאטיע זײַן ליבע צו רוסלאנד, דאָס גלויבן אין
רוסלאנד און די זיכערקײַט אין דעם, אז רוסלאנד
װעט זײַן דאָס היימלאנד אויך פון דער ייִדישער בא-
פעלקערונג. דער אװטאָר און זײַנע העלדן זײַנען
פארגאפט פון דער רוסישער קולטור און באזונדערס
פון דער רוסישער ליטעראטור. איינע פון די העלדנס
אין לעוואנדעס ראָמאן, מערי טידמאן, שטודירט די
רוסישע ליטעראטור און שרײַבט צו איר געליבטן
שוין ניט אף דײַטש, װי ביז איצט, נאָר אף רוסיש.
דאָס איז געװוען א נײַער עטאפּ אין דער געשיכטע
פון דער ייַדישער אופקלערערישער אינטעליגענץ.
אין דער ערשטער העלפט פונעם 19-טן -אָרהונדערט
האָט די האסקאָלע אין רוסלאנד זיך אנטװיקלט
הויפּטזאכלעך אונטער דער שטארקער וירקונג פון
דער דײַטשישער קולטור. די ייַדישע מאסקילים האָבן
אנערקענט און פּראָפּאגאנדירט דײַטש און העברעיש.
דאָס זײַנען געווען, אזוי צו זאָגן, די ,בערלינער", די
,עלטערן". אָנהײבנדיק פון די 60*ער יאָרן קומט אָן
א נײַער עטאפּ פון דער האסקאָלע און אין דער גאנ"
צער עװאַליוציע פון דער ייִדישער אופקלערערישער
אינטעליגענץ. די ,, בערלינער" און די ,פאַטערס"
ווערן אָן זייער פריערדיקן גלאנץ, טרעטן אָפּ דאָס
אַרט דעם נײַעם דאָר אופקלערער, די .קינדער",
וועלכע רוקן ארויס א נײַע אופקלערערישע פּראָג-
ראם. אין דער נײַער פּראָגראם פארנעמט דעם אויבנ-
1961 ,4ת 95 ז ,1100 אװאסה 18
.7 .דס
286 אגך 2
אָן רוסיש און ייָדיש. לעוואנדע איז געװוען דער
סאמע קאָנסעקווענטער, טעמפּעראמענטפולער, ענער-
גישער פּראָפּאגאנדיסט און אגיטאטאָר פון רוסיש אין
דער ייִדישער סוויווע. ער איז געווען אנטשיידן אין
זײַן קאמף פאר רוסיש און ער איז געווען איבער-
צײַגט, אז בלויז דורך רוסיפיצירן דאָס ייִדישע לעבן,
דורך באהערשן די רוסישע שפּראך, די רוסישע לי-
טעראטור און די רוסישע קולטור אין מעגלעך א
פולשטענדיקע און גערעכטיקע לייזונג פון דער ,ייִדן-
פּראָבלעם* אין רוסלאנד.
לעוו אָסיפּאָװיטש לעוואנדע איז ניט געװען קיין
ערשטראנגיקער מײַסטער פון פּראָזע. דער פּובליציסט
האָט שטענדיק געהאט די אויבערהאנט איבער דעם
מאָלער אין זײַנע װערק. ער איז אָבער געװוען א
קלוגער, הויך ערודירטער שרײַבער, א באדאכטער
און גוטער קענער פונעם ייִדישן לעבן, פונעם ייִדישן
שטייגער אין זײַן צײַט. און דאָס האָט אים געגעבן
א מעגלעכקײַט צו שאפן װאָרהאפטיקע בילדער פון
דער װירקלעכקײַט און פארקערפּערן וויכטיקע פּראָב-
לעמען פון דער עפּאָכע. אויסער דעם ראָמאן ,, הייסע
צײַט' האָט ער געשאפן א היפּשע צאָל היסטאָרישע
ראָמאנען, דערציילונגען, פארצייכענונגען, פון וועל-
כע מיר װעלן דאָ אָנרופן בלויז די װיכטיקסטע: ,אוו
ראָםס יעזאָפּאָװיטש", היסטאָרישע דערציילונג פון דער
ערשטער העלפט פונעם 16טן יאָרהונדערט, אָדעס,
0 .דער צאָרן און דער כעסעד פון א מאגנאט
(א וארע געשיכטע פונעם 218טן יאָרהונדערט)",
אָדעס, 1912 , ווילנער לעבן", פּעליעטאָנישע עטיודן,
ווילנע, 1878: , דעפּאָ פון באקאליי-סכוירעס (בילדער
פון ייִדישן שטייגער"), ווילנע, 1869; ,דער וידע
פון א געשעפטמאן", ראָמאן אין צוויי טיילן, ספּב,
0 ,דער גרויסער רעמיז", ראָמאן וועגן קאָמער-
ציִעלן לעבן פון די ייִדן, ספּב, 1881 יאָרז.
סײַ אין די װערק ועגן זײַן צײַט, סײַ אין די
היסטאָרישע ראָמאנען און דערציילונגען איז לעוואנ-
דע געווען דער אופגעקלערטער אידעאָלאָג פון דעם
בורזשואזן סיידער. זײַן העלד איז געווען א מענטש
מיט איניציאטיוו, מיט ענערגיע, וועלכער דערשלאָגט
זיך אן אָרט אין לעבן. אין דעם זין איזן ער געגאנ-
גען מיטן וועג פון די גרויסע מײַפָטערס פונעם קריי
טישן רעאליזם אין דער מײַרעװ-אײראָפּעיַשער ליטע-
ראטור (סטענדאל, באלזאק). װי שארף ער זאָל ניט
קריטיקירן די װירקלעכקײַט, די אָפּגעשטאנענקײַט,
דעם קאָנסערוואטיזם, איז ער אָבער דער ענערגישער
אונטערנעמער, דער שטענדיקער באזיגער און דער-
פאָלגרײַכער טריומפאטאָר, װאָס דערגרייכט זײַנע
צילן אין לעבן. דאָס איז באזונדערס צו זען אינעם
ראַמאן ,דער ווידע פון א געשעפטמאן"411000862)
(ל8גוטתס2ת און אויך אין דעם מער קינסטלערישן
װערק ,דער גרויסער רעמיז".
,דער גרויסער רעמיז" איז כאראקטעריסטיש דער-
מיט, װאָס דאָ אנטפּלעקט זיך בוילעטער דער אידיי!-
שער טאָך פון לעוואנדעס שאפן. דער שרײַבער מאָלט
דאפקע דעם ,דעק" פון דער בורזשואזער געזעלי
שאפט, די אָרעמע און פארשטויסענע לײַט, דעם
: אלע װוערק פון לעוואנדען זײַנען איבערגערעכנט
אין דער אויסגאבע: -232אץ /460884ע4640166081
-/431 זאסאססץק 88 אהס/ק68 0 מקץזהקסזחה פהסז
. (1892 ,.0116)) .69א
שארמאנשטשיק אילקע פּרוסאק און זײַן שיינע בא-
גאבטע טאָכטער מאניע פּרוסאק. זיי וואלגערן זיך
אין אָרעמקײַט און אין נויט פון איין אָרט אין צווייטן,
ביז א פּױלישער מאגנאט, א ראָטמיסטער, ווארפט
אן אויג אף דער שיינער מאניעטשקע. ער רעדט זיך
צונויף מיטן טאטן, און מע פארפירט זי צו אים אין
גוט. דערפאר באקומט דער פאָטער א סומע געלט,
ער װוערט דער אייגנטימער פון א קאפע ,פּאריזשער
בופעט", װוּ די שיינע מאניע באדינט די קליענטן
אײינצײַטיק דערמיט לערנט זי זיך שוין איצט זינגען
בא א בארימטן פּראָפּעסאָר פון מוּזיק, א פּױלישן
עמיגראנט. דער ראָטמיסטער קערט זיך אום אין עט-
לעכע יאָר ארום אין דער זעלבער שטאָט און איז
נאָך מער אנציקט פון מאניעטשקעס שײנקײַט. איצט
בעט ער זי װערן זײַן פרוי. אָבער זי האָט אן אנדער
געליבטן בעני גרוינימס, אויך א באגאבטן פידלער,
װאָס לערנט זיך מוזיק בא דעם זעלבן פּראָפּעסאָר.
מיט דער הילף פון אָט דעם פּראָפּעסאָר װערן אָפּגע-
שלאָגן דעם ראָטמיסטערס בייזע קאװאָנעס בענעגייע
מאניעטשקען. זי האָט כאסענע פאר איר געליבטן
בעני גרוינימס. ביידע װערן זיי באװוּסטע אקטיאָרן,
וועלכע טרעטן ארויס מיט דערפאָלג, און דער אוי-
לעם באגריסט זייער קונסט מיט ענטוזיאזם. א גוטער
סאָף.
אז מע פארגלײַכט לעוואנדעס ראָמאן , דער גרוי-
סער רעמיז" מיט שאָלעם-אלייכעמס ראָמאנען , סטעמ"
פּעניו" און ,יאָסעלע סאָלאָװײי", זעט מען דעם אידיי-
יִשן אונטערשייד אינעם קינסטלערישן אינטערפּרע-
טירן און פארקערפּערן איינע און די זעלבע פּראָב-
לעם. בא דעם פאָלקס-שרײַבער שאָלעסיאלייכעם איז
געוויזן, אז די קונסט און דער קינסטלער אין דער
ייַדישער בורזשואזער סוויווע אין א סכוירע, מיט
וועלכער מע האנדלט. דער הויךיטאלאנטירטער פיד"
לער סטעמפּעניו פאלט ארײַן אין די הענט פון דער
געלטגיריקער הענדלערן און אָנזאמלערן פריידל,
וועלכע נוצט אויס זײַן קונסט און זײַן שאפונג װי א
מיטל פון בארײַכערונג! דער גלענצנדיקער זינגער
יאָסעלע סאָלאָװײ פאלט ארײַן צו דער אונטערנעמערן
פּערעלע די דאמע. אין גערעכטיקע סאָציָאלע באדינ-
גונגען װאָלטן אזעלכע טאלאנטן געװאָרן ערשטראנ-
גיקע ארטיסטן. אָבער אין דער ייִדישער בורזשואזער
האנדלס-סוויווע ווערן זיי פארשקלאפט. זייערע הויי
כע שעפערישע אימפּולסן און שטרעבונגען װערן
אויסגעלאָשן...
בא לעוואנדען, װוי מיר ווייסן שוין פון זײַן ראָמאן
,דער גרויסער רעמיז", וערן ניט פארפאלן קיין
פאָלקס-טאלאנטן, זיי דערגרייכן זייער ציל און װערן
אָנגעזעענע קינסטלער. אין ראָמאן , די ווידע פון א
געשעפטמאן" דערגרייכט אויך דער הויפּטיהעלד זײַ-י
נע צילן. פון דעם קליינעם שטעטל קומט ער אין
דער הױפּטשטאָט פּעטערבורג און װערט א גויר
אדאנק זײַנע אונטערנעמערישע פּייַקײַטן. אויך דאָ
זעען מיר אינגאנצן אן אנדער אידייישע אינטערפּרע-
טאציע באם בורזשואזן אופקלערער לעוואנדע און באם
פאָלקס-שרײַבער שאָלעם-אלייכעם אין זײַן ראָמאן
,סענדער בלאנק".
א גאנץ מערקווירדיקע פיגור אין דער ליטעראטור,
װאָס מיר באטראכטן דאָ, איז געווען אויך ניקיטין
װיקטאָר ניקיטיטש. ער האָט אליין איבערגעטראָגן
151
די צאָרעס און פּלאָגן פון א קאנטאָניסט. נאָך קינד"
װײַז איז ער ארויסגעריסן געװאָרן פון דער היים
און מע האָט אים צוגענומען אין דער ארמיי. דאָרטן
איז ער געווען געצװוּנגען זיך צו שמאדן. אדאנק זײַן
באגאבונג, ארבעטספיײיַקײַט און אומופהערלעכן
שטרעבן צו וויסן און קולטור, אדאנק זײַן שיינעם
האנטשריפט, איז ער געװאָרן א קאנצעליאריסט,
וועלכן מע האָט אין די 50-ער יאָרן אריבערגעפירט
קיין פּעטערבורג, װוּ ער איזן שפּעטער געװאָרן א
היימישער סעקרעטאר בא דעם דירעקטאָר פון דער
קאנצעליאריע אין קריגס-מיניסטעריום ק. פּ. קאופ"
מאן (שפּעטער -- גענעראל-גובערנאטאָר אין טורקע-
סטאן). אין אָנהײיב פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט
איז ניקיטין שוין געווען אן אָנגעזעענער אמט-טוער,
איינער פון די דירעקטאָרן אין פּעטערבורגער קאָמיי
טעט פון די טורמעס און א טשינאָװניק פון באזוני
דערע פליכטן באם מיניסטעריום פון לאנדווירטשאפט
און פון מעלוכע-פארמעגן.
וו. נ. ניקיטין איז געווען אי א היסטאָריקער, אי
א בעלעטריסט. זײַענדיק גוט באקאנט מיטן לעבן
און מיטן שטייגער פון די ארעסטאנטן, האָט ער, װי
דאָסטאָיעװסקי, אָפּגעגעבן אופמערקזאמקײַט אָט דער
טעמע, וועלכע איז אין צארישן רוסלאנד געװען א
וויכטיקע אין דער ליטעראטור. אין 1871 איז דער"
שינען זײַן בוך , דאָס לעבן פון די ארעסטירטע". דער
זעלבער טעמע איז געװידמעט אויך די פאָרשונג
, טפיסע און פארשיקונג" (6687822 א האטקסו61),
וועלכע איז דערשינען אין יאָר 1880. ער האָט צוי
נויפגעזאמלט א רײַכן היסטאָרישן, געזעצגעבערישן און
אדמיניסטראטיוון מאטעריאל װעגן דער רוסישער
טורמע פאר דרײַ הונדערט יאָר.
צו אָט דעם מין ליטעראטור געהערן אויך ניקי-
טינס װערק דער געריכט אין סאנקטיפּעטערבורג"
(1867), ,גיריקײַט נאָך רײַכטום" (1875), ,געזעל-
שאפטלעכע און געזעצגעבערישע פעלערן" (1872),
,דערציילונגען און פארצייכענונגען" (1886), ,דער
שטייגער פון די מיליטערישע ארעסטאנטן אין די
פעסטונגען" (1873), , אומגליקלעכע" (1840), , שפּלי
טערס פון א צעבראָכענער שיף" (1891) און אנד.
פאר אונדז שטעלט ביז איצט פאָר אן אינטערעס
ניקיטינס ארבעט ייִדן -- ערדארבעטער":. דאָס איז
א קאפּיטאל װערק וועגן די ליידן פון דער ייַדישער
-ה362626 -- אסק8 א דחא אהו |ז ם 1
-/א22 ,388040221628006 ,1161004660806 +.נזן
-4020 0020086446 6810806 א 48806ד2קזסװט
:112 20 803:8:086442 אצת אהסוסקם 00 אנ
7 ,0116 .1887--1808 .2160
באפעלקערונג, וועלכע האָט געזוכט אן אויסוועג פון
דער פארצווייפלטער לאגע אין ערדארבעט. אין די
באדינגונגען פון דער צארישער אָרדענונג און
פונעם קאפּיטאליזם זײַנען די אומגליקלעכע גע-
ווען פארורטיילט אף אָרעמקײַט, נױט, דערנ"
דעריקונג. איך מיין, אז אונדזערע הײַנטצײַטיקע
שרײַבער, װאָס פארנעמען זיך מיט שילדערן דאָס
לעבן אין דאָרף, װאָלטן געקאָנט א סאך זיך דערוויסן
פון ניקיטינס וװערק. די מאטעריאלן פונעם בוך
װאָלטן אויך געקאָנט דינען פאר א יעסאָד פון א
גרעסערער קינסטלערישער היסטאָרישער ארבעט
וועגן א פארגעסענעם געביט פון דער ייִדישער גע-
שיכטע אין רוסלאנד.
די בעלעטריסטישע שאפונג ניקיטינס איז אין טאָך
געווידמעט דער שילדערונג פון דער רעקרוטשינע
אין דער ייִדישער סוויווע. ער איז דאָ געגאנגען מיטן
וועג פון אנדערע ייִדישע שרײַבער אף רוסיש, הע-
ברעיש און ייִדיש. זײַנע צוויי דערציילונגען ,א לעבן
אָפּלעבן איז ניט קיין שפּאציר איבערן פעלד" און
, פילגעליטענע" זײַנען אװטאָביאָגראפישע װערק, אין
וועלכע דער אװטאָר מאָלט אופריכטיק און װאָרהאפ-
טיק, פּונקט וי ג. באָגראָװו אין , שריפטן פון א
ייִדן", זײַן אייגן לעבן, דעם שוידערלעכן קאָשמאר
פון א קינד, װאָס איז ארײַנגעפאלן אין די אויסער-
געוויינלעך שווערע באדינגונגען פון די קאנטאָניסטן.
ניט געקוקט דערוף, װאָס דער אװטאָר, אלס קינסט-
לער, קאָן זיך ניט פארגלײַכן מיט באָגראָװן אָדער
מיט לעוואנדען, זײַנען די ביידע דערציילונגען גע-
בליבן, וי וויכטיקע קינסטלערישע מענטשלעכע דאָי
קומענטן, וועלכע שטעלן אוף א בױלעט בילד פון
דער איצט שוין אזוי װײַטער פארגאנגענהײַט.
ס'איז אינטערעסאנט און כאראקטעריסטיש, װאָס
ניקיטינס װערק ועגן די ייִדן אין רוסלאנד זײַנען
אויך פּובליקירט געווען אין , אָטעטשעסטװעניע זא-
פּיסקי", אין נעקראסאָווס און סאלטיקאָווישטשעדרינס
זשורנאל, װוּ עס איז פּובליקירט געװוען באָגראָװס
,שריפטן פון א ייִדן". אין די 70דער און 80-ער יאָרן
איז אָט דער זשורנאל געווען דער סאמע פּראָגרעסי-
ווער אָרגאן פון דער רוסישער ליטעראטור. אין דעם
זשורנאל האָבן זיך געדרוקט די אָנגעזעענסטע שרײי
בער פון יענער עפּאָכע.
פאר דער רוסישער פאָרגעשריטענער ליטעראטור
זײַנען די װערק וועגן לעבן פון די ייִדן אין רוסלאנד
געווען א נײַע אומבאקאנטע װעלט, װאָס האָט גע-
רעגט און געצװוּנגען זיך צו פארטראכטן איבער
פראגן וועגן דעם לעבן פון די פעלקער אינעם גרויסן
לאנד.
א פאָדעם אין געװעכ
די ערשטע פּרוּוון אין
פּראָזע, װוי באװוּסט, האָט
ריווקע רובין געמאכט נאָך
בייס און באלד נאָך דער
גרויסער פאָטערלענדישער
מילכאָמע. צו די ביכער,
וועלכע אנטהאלטן אירע
ליטעראטור - פאָרשערישע
און קריטישע ארבעטן,
איז צוגעקומען אצינד דער
בוך דערציילונגען ,עס
שפּינט זיך א פאָדעם".
װאָס זשע שטעלט מיט זיך פאָר דער דאָזיקער בוך!
לייענענדיק איינע פון די ,, דערציילונגען וועגן דעבֿ
מומע מאלקע" (1964) --,א פלעק", -- האָבן מיר אג-
מעסנעפעש צוזאמען מיט דער אָרעמער לייעלע דער-
פון, װאָס מע נעמט זי מיט אף א כאסענע, נאָר קיין
פאסיק קלייד דערצו פארמאָגט זי ניט. די מומע
מאלקע, אויך אן אָרעמע, הארציקע ייִדענע, לײַט איר
אויס דאָס נײַע קלייד פון איר טאָכטער, און עס
געשעט אן אומגליק -- אף דער כאסענע האָט לייעלע
געמאכט אפן אנטליענעם קלייד א פלעק. זי קומט
צו דער מומע אין איינע טרערן, נאָר יענע טרייסט
זי: ,נארעלע, אבי די נעשאָמע זאָל זײַן אָן א פּגי
מע. א פלעק אף דער נעשאָמע איז יניט אזוי גרינג
אָפּצוּוואשן, און פארבײַטן זי קאָן מען ניט".
די דערציילונג איז אָנגעשריבן אין דער ערשטער
פּערזאָן, און גיכער פאר אלץ איז זי, װי אויך אנ-
דערע דערציילונגען אינעם בוך, אװטאָביאָגראפיש.
אויב אזוי, האָט די קינפטיקע שרײַבערן נאָך אין איר
גאָר פריַער קינדהײַט באקומען פון א קלוגן און ער"
לעכן פאָלקסמענטש, איר מומע, א וויכטיקע לעקציע
און האָט זי פארגעדענקט אפן גאנצן לעבן. און טאקע
דאָס, אייגנטלעך, גייט אָן דער שרײַבערן אין אלע
אירע גרעסערע און קלענערע דערציילונגען מער
פאר אלץ -- באװײַזן די נעשאָמעישײנקײַט און נעי
שאָמע-רײנקײַט פון איינע און אויסגעפינען, ארויסי
ציען אף דער ליכטיקער שײַן, דעמאסקירן די פּגײ-
מעס אין די נעשאָמעס פון אנדערע, וי יענע זאָלן
ניט פּרוּוון און ניט װעלן אָט די פּגימעס אויסבא-
האלטן.
ריװקע רובין ,עס שפּינט זיך א פאָדעם".
פארלאג ,סאָוועטסקי פּיסאטעל", מאָסקװע, 1975.
אין דער דערציילונג ,עס שפּינט זיך א פאָדעם"
לייענען מיר: , דאָס פארגאנגענע פארגייט ניט, עס
לעבט אין אונדז... דער הײַנט און דער נעכטן בײַטן
זיך מיט די ערטער". און אזוי טאקע קומט עס פאָר
אין אָט דער גרעסערער דערציילונג, מיט וועלכער
די זאמלונג הייבט זיך אָן. די עלטערע פרי, די
זשורנאליסטקע לייע פּײַנבערג פאָרט צו איר יוגנט"
כאווערטע עסטער קיין קאזאכסטאן. אין װעג בא-
געגנט זי זיך מיט פארשיידענע מענטשן און דער"
מאָנט זיך אין יענער צײַט, ווען זי און איר כאווער-
טע זײַנען געווען יונג. פארן לייענער גייט דורך א
היפּשער צײַטיאָפּשניט -- פון די צוואנציקער אאָרן
ביז הײַנטיקן טאָג. ארײַנגערעכנט די שװערע מיל-
כאָמעײיאָרן, -- א פּעריאָד, אין וועלכן די העלדן פון
דער דערציילונג -- ארטיסטן, סאָלדאטן, לערער, דאָק-
טוירים -- האָבן פיל דערגרייכט, פיל אָנגעװוירן, אָן
א שיר איבערגעלעבט און דורכגעמאכט --יעדערער
אף זײַן אויפן.
אין צענטער האָבן מיר דאָ צוייען -- לייען און
דעם שרײַבער יויסעף פּײַנבערג. די ליבע האָט זי
פארייניקט אף ניט אָפּצוטײלן איינעם פונעם אנדערן
אפילע נאָך דעם, װי לייע דערװיסט זיך ועגן יו"
סעפס אומקום...
עס ווארפט זיך אין די אויגן דאָס געמיינזאמע און
דאָס פארשיידענע אין די צוויי גרעסערע דערציילונ-
גען, וועלכע שטייען אינעם בוך באנאנד,--.עס
שפּינט זיך א פאָדעם" און ,, אין א הארבסטיקן טאָג".
אין דער ערשטער דערציילונג הייסט די העלדן לייע
פײַנבערג, לויט דער פּראָפּעסיע איז זי א זשורנא"
ליסטקע, אין דער צווייטער -- מירע בליום, א וויסנ-
שאפטלעכע טוערן. נאָר אין ביידע לאָזן זיך דײַטלעך
מערקן אלציינע כאראקטער-שטריכן, ענלעכע ביאָי
גראפיעס. ניט מער, אויב אין דער ערשטער דערציי-
לונג איז גענויער געשילדערט דער אָנהייב פון אָט
דער ביאָגראפיע, װוערט אין דער צווייטער הויפּטזאכ-
לעך באוויזן די רײַפע עלטער. סײַ דאָ, סיי דאָרט
אָבער גייט רעטראָספּעקטיוו דורך פארן לייענער דאָס
גאנצע לעבן פון אָט די מוטיקע, קעסיידער ענערגיש
טעטיקע, איבערגעגעבענע פרויען. ביידע זײַנען זי
פארליבט אין קינסטלער. אין ערשטן פאל איז עס
דער שרײַבער און דראמאטורג יויסעף פּײַנבערג, אין
צווייטן -- דער טאלאנטפולער מאָלער יעכיֶעל בליום.
סײַ פײַנבערג, סײַ בליום קומען אום אף אן ענלעכן
אויפן -- אין פאשיסטישן לאגער. סײַ לייע, סײַ מירע
158
בלײַבן אפן גאנצן לעבן טרײַ דעם אָנדענק פון זייע-
רע אומגעקומענע לעבנסיפרײַנט, טוען אלץ, װאָס
מעגלעך, אף צו פארײיביקן זייער אָנדענק.
מיר האָבן גענוי נאָכגעשפּירט דאָס געמיינזאמע
אין די צוויי דערציילונגען, קעדיי אונטערשטרײַכן
דאָס פארשיידענע אין זיי, און אָט דאָס פארשיידענע
איז וועזנטלעך און באװײַזלעך. ביידע דערציילונגען
זײַנען אָנגעשריבן װי אף פארשיידענע פלאכן. סײַ
די מענטשן, סײַ די געשעענישן װערן אין דער דער-
ציילונג , אין א הארבסטיקן טאָג" געשילדערט מיט א
באדײַטנדיק גרעסערן גראד פארטיפּטקײַט אין דער
פּסיכאַלאָגיע פון די פּערסאָנאזשן, אינעם אונטער-
גרונט פון אלץ, װאָס קומט פאָר. דאָס, וֹעגן װאָס
אין דער ערשטער דערציילונג ווערט געזאָגט צװוישן
אנדערס, ביכלאל, װערט אין דער צווייטער דײַטלעך
דעטאליזירט. דאָס, װאָס מיר זעען אין דער ערשטער
וי דורך די דערװײַטערנדיקע גלעזלעך פונעם שפּאק-
טיוו, ווערט באוויזן אין דער אנדערער דורך די
שפּאקטיוו-גלעזלעך, װאָס דערנעענטערן און פארגרע-
סערן יעדן קעגנשטאנד אף אזויפיל, אז מע קאָן אים
אָנטאפּן מיט דער האנט.. אין ,עס שפּינט זיך א
פאָדעם" װערט װעגן פֿײַנבערגס אװעקגיין אפן
פראָנט, וװעגן זײַן אומקום דערציילט ניט זייער
בעאריכעסדיק. בוילעט און דעטאל װערן אָבער גע-
שילדערט יעכיִעל בליומס איבערלעבונגען, ווען ער
פארבלײַבט אליין נאָכן אָפּשיקן די פרוי מיטן קינד, זײַן
טראגישער צוריקער פונעם װאָקזאל אהיים, זײַן ארבעט
איבערן לעצטן בילד, זײַן געפינען זיך אין געטאָ..
באנאנד מיטן העלדישן געשטאלט פון יעכיעל
בליום, װאָס האלט פאר בעסער אומקומען, איידער
פארנייגן זיך פארן סוינע, װוערט באוויזן דאָס העס-
לעכע געשטאלט פונעם פארעטער אווערקיעוו. לאָמיר
באמערקן אגעוו-אורכע, אז אויך פאר אָט דעם גע-
שטאלט געפינען מיר א קורצע עסקיז-צייכענונג אין
,עס שפּינט זיך א פאָדעם" --דעם פּארשוין מיט די
לאנגע האָר, וועלכער מאָלט דעם פּאָרטרעט פון דער
פארדינסטפולער לערערן.
די דערציילונג ,עס שפֿינט זיך א פאָדעם" איז
פארעפנטלעכט געװאָרן אין 1968 יאָר, די דערציי-
לונג ,אין א הארבסטיקן טאָג" אין 1973-טן. דאָס
אלץ, װאָס דער שרײַבערן איז פאר אָט די פינף יאָר
צוגעקומען אין איר מענטשלעכער און קינסטלערי-
שער דערפארונג, האָט, זעט אויס, װעזנטלעך גע-
לאָזט זיך מערקן אף דער פארשײידנקײַט פון אָט די
דערציילונגען, וועלכע פארמאָגן אין זיך אזויפיל גע-
מיינזאמס.
אין 1947 יאָר האָט ר. רובין אָנגעשריבן די דער-
ציילונגען ,זאָלן מענטשן וויסן" און ,װעמען דער
שלאָס האָט געהיט" (זיי גייען אויך ארײַן אין דער
זאמלונג), אין וועלכע זי האָט געפּרוּווט פארצייכענען
דעם גרויל און שוידער, װאָס די מילכאָמע האָט מיט-
געבראכט. דאָס אָבער, װאָס זי האָט דאן עסקיזארטיק
פארצייכנט, האָט זי פאנאנדערגעװויקלט אין 1971
יאָר אין א גרעסערער דערציילונג ,װען די יינגלעך
זײַנען אויסגעוואקסן".
אין איינער א שטאָט האָבן געלעבט פיר ייַנגלעך--
די ברידער דאָװיד און בּאָרעך הורוויטש, לעאָניד
154
טשיסטיאקאָוו און ניקאָלײַ דאָברינין. מע האָט זיך
צוזאמען געלערנט, פארבראכט, געארבעט, געװען
אלע אייגענע מענטשן אין שטוב בא לעאָנידן און
זײַן מוטער יעלענא מאקסימאָװונא -- דער באליבטער
לערערן פון דײַטש. די מילכאָמע האָט אלעמען צע-
שיידט, צעװאָרפן. דאָװיד און באָרעך -- אפן פּראָנט,
דאָברינין, א דאָקטער, אויך דאָרט, לעאָניד האָט
זיך ניט באוויזן עוואקוירן, פארבליבן אין דער אָקױי
פּירטער שטאָט. דאָ זײַנען אויך פארבליבן דאָװידס
און באָרעכס מוטער און באָרעכס פרוי דינע מיטן
קינד. זיי האָט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן, א געוויסע
צײַט אוֹיסבאהאלטן בא זיך יעלענא מאקסימאָוונא.
נאָכֿן פּלוצלינגדיקן טױט פונעם קינד האָט דינע
באשלאָסן אוועקגיין אין דאָרף, װוּ עס האָט זיך
אויסבאהאלטן באָרעכס מוטער, און בא אומקלאָרע
אומשטענדן פאלן זיי ביידע ארײַן אין די הענט פון
געסטאפּאָ און קומען אום...
וועגן דעם אלעם דערוויסן מיר זיך פונעם בריוו"
אויסטויש צװוישן יעלענא מאקסימאָוונא, לעאָנידן און
אנדערע מיט באָרעך הורוויטשן, וועלכער געפינט זיך
סאָף מילכאָמע אף היילונג אין א שפּיטאָל. די דאָ-
זיקע בריוו, װוי אויך די טיילן, געשריבענע פונעם
אוטאָר, שאפן צוזאמען א שטײַפן סוזשעטישן קנויל,
װאָס האלט דעם לייענער די גאנצע צײַט אין שפא-
נונג, און דער פאָדעם, װאָס איז נייטיק אף פאנאנ"
דערפּלאָנטערן דעם קנויל, גיט זיך לאנג נישט אין
די הענט ניט די העלדן פון דער דערציילונג, ניט
דעם לייענער... דער ערשטער אָנדײַט אף אזא פאָי
דעם איז דער בריוו פון באָרעכס שװעגערן זאָיעי
עס װוערט ארויסגעזאָגט א שווערער כשאד:
לעאָניד איז א פארעטער. אין דעם איז אומעגלעך
צו גלייבן, נאָר באָרעך הורוויטש קערט זיך אום נאָך
דער מילכאָמע אהיים און דער כשאד װערט בא-
שטעטיקט... וועמען די מילכאָמע האָט פארהארטע-
װעט אין איר פײַער, װעמען אומגעבראכט און װוע-
מען פארדאָרבן...
צום סאָף פוֹן דער דערציילונג קומט אוף נאָך איין
געשטאלט -- יודעס. א ייִֵדיש מיידל פון פּױלן זי
האָט זיך לאנג אויסבאהאלטן און שױן באם סאמע
סאָף פון דער מילכאָמע ארײַנגעפאלן צו א פאשיס-
טישן סאָלדאפאָן אין די הענט. דער מערדער איזי
דיעקעוועט זיך איבער איר. , מיִעס בין איך, צע-
טראָטן", -- שרײַבט זי אין איר בריוו צו באָרעכן, פאר
וועלכן זי וויל זיך פארמיעסן, ער זאָל ניט שטרעבן
צו איר. נאָר צוזאמען מיט אים ווילט זיך דעם לייי
ענער ענטפערן יודעסן: ,ריין זײַט איר, ריין און
צארט, װי א טויב"...
אין אָט דער געלונגענער דערציילונג רופט ארויס
דערווידערונג איר ניט קלאָרער סאָף. אונדז דאכט,
אז אין אזא װערק, װוּ מיר האָבן צו טאָן די גאנצע
צײַט מיט אבסאָליוט באשטימטע קאטעגאָריעס פון
גוטס און שלעכטס, מעג אויך דער סאָף זײַן א קלאָר
באשטימטער: באָרעך בלײַבט טרײַ דינעס אָנדענק,
אָדער, ניט מינערנדיק אָט די טרײַשאפט, גייט ער
זיך דאָך צונויף מיט יודעסן. איז דאכט זיך -- קלאָר:
,באָרעך האָט געװוּסט, אז װערן זיך קעגן דער נײַי
ער ליבע איז ער ניט בעקויעך. ער װעט נאָכגין
יודעסן כאָטש אפן אנדערן עק װעלט. ער װעט זי
זוכן און געפינען". נאָר אָנשטאָט צו שטעלן דאָ דעם
לעצטן פּונקט האָט די שרײַבערן צוגעגעבן נאָך עט-
לעכע, װי אונדז דוכט, איבעריקע שורעס: באָרעך
בעט זיך אָפּ פון דער ארבעט, זעצט זיך ארײַן אין
א פולגעפּאקטן צוג, פאָרט. װוּהין, צוליב װאָס! , באָ-
רעך איז געזעסן, -- לייענען מיר, -- אף דעם זײַטיקן
בענקעלע באם פענצטער, פארזונקען אין בענקשאפט,
נאָך וועמען!" מיט אָט דעם פרעגצייכן פארענדיקט
זיך די דערציילונג. דער לייענער דארף זיך, הייסט
עס, פארטראכטן -- צי איז די בענקשאפט נאָך דער
אומגעקומענער דינע, אָדער נאָך דער לעבעדיקער
יודעס?! די שרײַבערן אליין שטעלט זיך דערבײַ אין
א זײַט.
דעם בוך שליסט איינע פון ר. רובינס בעסטע
דערציילונגען ---.דרייזשע". דרייזשע איז א נאָמען
פון א פרוי. אן אָריגינעלער נאָמען. אָריגינעל אין
אויך די גאנצע דערציילונג, כאָטש איר טיפאזש,
סוויווע, האנדלונג זײַנען גאנץ טראדיצואָנעלע. אָרי-
גינעל איז דער קינסטלערישער פארטראכט: א גרוי-
סע שטוב, א סאך מענטשן, איבער אלץ און אלעם
קיניגט דאָ די שטרענגע באלעבאָסטע כאנע-עסטער.
אין א קליין קעמערל פון אָט דעם הױז לעבט אן
אלטע, שטילע, ניט באמערקבארע פרוי, א מין אָרע-
מע קרויווע, דרייזשע. װײַזט זיך ארויס, זי, דרייזשע,
איז דאָ דער סאמע אינטערעסאנטער, סאמע אָנשטענ-
דיקער מענטש. לוט איר איצטיקן אויסזען איז אפי-
לע ניט צו טרעפן, װאָס פאר א שײנהײַט זי איז
אמאָל געװען, װאָס פאר א שטורמישע יוגנט (א
שטורמישע, ביפראט אפן פאָן פונעם אלטן ייִַדישן
שטעטל) זי האָט איבערגעלעבט. דערציילן דערציילט
וועגן דעם זי אליין --- און װעמען! א צעניאָריקן מיי-
דעלע, אן אָרעמער קרויווע, װאָס איז געקומען צו-
גאסט... דער הופּטישטריך אין דרייזשעס כאראקי
טער איז זעלבסטאָפּפערונג. זי איז זיך מאקריוו פאר
א בוך (אָװעלעטן
וטאזאשבגס אפגוא - דעם מענטשן רינגלט
ארום א גרויסע װעלט: א
טומלדיקע, א פארביקע,
ששעהנזןץ = פלשטמקע, א אאכי
ירע יא לעכע. דער מענטש בא-
געגנט פארשיידענע מענ-
טשן: גוטע און שלעכטע,
צוגעלאָזטע און גלײַכגיל-
טיקע, פריילעכע און או'
מעטיקע, מאָרעשכוירעני-
קעס און אָפּטימיסטן. די
מענטשלעכע צווישנבאצי"
ונגען זײַנען בונט און
פארשיידנארטיק.
יאָרהונדערט, ווען עס האָט זיך
אין אונדזער
פארקלענערט דער מעהאלעך צװישן קאָנטינענטן,
צװישן לענדער, צװוישן װײַטע געאָגראפישע ראנד"
.2סצהסז 43020100 /צואאצָבג? אקג,
1973 ,גי ,4:1460:185 ס8-ת113
איר ברודער אװראָם, װאָס איצטער איז ער דער בא-
לעבאָס פונעם גאנצן, פאקטיש -- אירן, דרייזשעס,
פארמעגן; פאר איר געליבטן, וויגדערן -- פאר וע-
מען ניט! און כאָטש פאר איר גוטס האָבן מענטשן
איר שטענדיק געצאָלט און צאָלן ביז איצט מִיט
שלעכטס, האָט דרייזשעס הארץ זיך ניט געענדערט,
זי געפינט פאר אלעמען א זכוס, אפילע פאר איר
בייזער פארפאָלגערן כאנע-עסטער. עמעס, דער זכוס
באשטייט אין דעם, װאָס, װי דרייזשע זאָגט, גאָט
האָט פארגעסן צו געבן יענער א נעשאָמע..
די הויפּטידערגרייכונג פון דער שרײַבערן זײַנען
אירע פרויען-געשטאלטן. מיר פארמאכן דעם בוך,
און אָט שטייען זיי, װי לעבעדיקע, פאר אונדזערע
אויגן -- לייע פּײַנבערג, מירע בליום, דינע, יודעס,
די מומע מאלקע, דרייזשע. אין אָט דער ריי דארף
מען אויך ארײַנשטעלן דאָס געשטאלט פון דער רן-
סישער פרוי יעלענא מאקסימאָוונא. אלע אזעלכע
פארשיידענע, האָבן זיי דאָך אין זיך אלגעמיינס: װאָס
עס זאָל זיי ניט אויסקומען איבערצוטראָגן, פארלירן
זיי קיינמאָל ניט זייער ליבע צו מענטשן...
די שפּראך פון ריווקע רובינס דערציילונגען איז
א פּאָשעטע, א קלאָרע. די פראזע -- ניט געקינצלט,
אויסדריקלעך, קורץ. דאָס װאָרט -- עמאָציאָנעל און
געדאנקלעך אָנגעלאָדן.
דער בוך איז קנאפּ, אָבער פּײַן איליוסטרירט מיט
די צייכענונגען פון מייער אקסעלראָד.
,א גרויסע פרייד און א קליינע פרייד, -- לייענען
מיר אין איינער פון די דערציילונגען, -- איז אלץ א
פרייד. װוילט זיך זי נעמען אף די הענט און ניט אָפּי
לאָזן פון זיך". א גוטער בוך איז אלע מאָל א גרויסע
פרייד.
ב. מילער
פון מארק ראזומני
געביטן, איז דער סאמע לאנגער און קאָמפּליצירטער
פארבליבן דער וועג פון מענטש צו מענטש.
דער מענטש, זײַן אינערלעכע ועלט, זײַנע פריידן
און ליידן, זײַן ארבעט, זײַנע אלטעגלעכע זאָרגן,
זײַנע קאָנטאקטן מיט אנדערע מענטשן -- דאָס איז
דער קינסטלערישער יעסאָד פון דער זאמלונג נאָי
וועלעטן , די גאָלדענע טויב", וועלכע ס'האָט ארויס"
געגעבן אין דער איבערזעצונג אף רוסיש מארק רא-
זומני.
עס װאָלט זיך קאָנען דאכטן, אז קעדיי פאָרצונע-
מען אן ,עקספּעדיציע" אין דער אינערלעכער װעלט
פונעם מענטשן, איז נייטיק א ראָמאן, אָדער א גרע-
סערע דערציילונג, אָדער א פּיעסע. דאָרט איז ראכ"
וועסדיקער דער רוים און ס'איז דאָ גענוג מיטלען
אף צו שילדערן א גענוי בילד. די זאמלונג , די גאָל-
דענע טויב" איז ניט קיין ראָמאן, ניט קיין גרעסע-
רע דערציילונג, און דאָך געפינען מיר אין איר גע-
דאנקען וועגן אײיביקע פּראָבלעמען, ועגן ליבע און
העלדנמוט, וועגן מילכאָמע און פרידן.
155
בא א קליינינקער דערציילונג--בא דער נאָװע-
לעטע -- איז אן אויסערסט געפּרעסטער שעטעך, אין
איר טרעפן מיר זיך אָן מיט געדאנקען, װאָס זײַנען
ארײַנגעפאסט אין קורצע שורעס, קימאט װי אין א
ליד.
א. קופּרין האָט געשריבן, אז לעבעדיקע אינטע-
רעסאנטע דערציילונגען לויפן אליין נאָך דעם געניטן
באאָבאכטער אומעטום: אף דער גאס, אפן מארק, אין
רעסטאָראן, אף דער שיף--אף שריט און טריט.
אייניקע פון זיי האלטן אינגאנצן א צענדליק שו"
רעס, -- שרײַבט א. קופּרין, -- זיי זײַנען אָבער פול
מיט אזא געדיכטער עסענץ, אז עס װאָלט געסטלײ-
עט אף א גאנצן ראָמאן.
דער אװטאָר פון דער זאמלונג ,די גאָלדענע
טויב" -- איז א געניטער באאָבאכטער. אין זײַן קליי-
נינקער נאָװעלעטע שטרעבט ער באװײַזן פארשי-
דענע זײַטן פונעם מענטשלעכן כאראקטער, ער פירט
א געשפּרעך וועגן לעבן, ער אנטבלויזט די טיפענישן
פון מענטשלעכע צווישנבאציונגען.
די העלדן פון די נאָװעלעטן פאלן ארײַן אין פאר-
שיידענע לעבנס-פּעריפּעטיעס, אין וועלכע עס װערט
אױיסגעפּרוּװוט די שטאנדהאפטיקײַט פון זייער זיט-
לעכקײַט. אמאָל קאָן זיך אויסדוכטן, אז די נאָװע-
לעטן זײַנען צו װאָכעדיק, דער שרײַבער זוכט אָבער
ניט נאָר סענסאציאָנעלע סוזשעטן, אויסטערלישע
גױיראָלעס, אָפּטער פון אלץ זוכט ער און געפינט זײַ-
נע העלדן אין דער װאָכעדיקער אלטעגלעכקײַט. אין
די געשעענישן און טאטן יאָגט ער זיך ניט נאָך
עפּעס אויסטערלישעס. דאָס געפיל פון רעאלן --אָט
װאָס עס באשטימט דעם קינסטלערישן געװעב פון
דער זאמלונג נאָװועלעטן.
;די גאָלדענע טויב" איז ניט דער ערשטער בוך,
װאָס מארק ראזומני גיט ארויס אין רוסיש. ,אז דאָס
הארץ זאָל ניט וויי טאָן" -- אזוי הייסט די זאמלונג,
וועלכע איז ארויסגעגעבן געװאָרן אין לעטלענדישן
מעלוכע-פארלאג אין 1963 יאָר. א סאך נאָװעלעטן
פון דער זאמלונג זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אף
לעטיש, פראנצויזיש, דײַטש, פּױליש, בולגאריש און
אנדערע שפּראכן. דער פָאָלקסיפּאָעט פון קאבארדי"
נאָיבאלקאריע קײַסין קוליעוו האָט געשריבן װעגן
דעם בוך:
,...מיך האָט דערפרייט נאָך איין באשטעטיקונג
וועגן דעם, אז אף דער װעלט זײַנען פאראן ניט ויי-
ניק מענטשן, פאר וועלכע װערטער וװעגן מענטש-
לעכקײַט און װערטער, וועלכע באשולדיקן אכזאָרי-
עס, זײַנען ניט קיין פּוסטער קלאנג. אזא אָפּקלאנג
האָט ארויסגערופן אין מײַן הארץ די זאמלונג אאז
דאָס הארץ זאָל ניט ויי טאָן". איך האָב די זאמ-
לונג געלייענט מיט גרויס אינטערעס, און זי האָט
מיר געבראכט גרויסע נוצן".
אין דער נײַער זאמלונג --,די גאָלדענע טויב"--
איז דער שרײַבער געבליבן טרײַ זײַן אויסדערווייל-
טער ליטערארישער פאָרם. ער איז געבליבן טרײַ
זײַן קינסטלערישן פּרינציפּ --זוכן דאָס אויסערגע-
וויינלעכע אינעם געוויינלעכן און דאָס געויינלעכע
אינעם אויסערגעוויינלעכן, און דערציילן װעגן דעם
אין דער סאמע געפּרעסטער, לאקאָנישער פאָרם, װאָס
באשטימט דעם זשאנער פון דער נאָװעלעט.
156
אין דער זאמלונג ,די גאָלדענע טויב" געפינען
מיר סײַ דעם ראָמאנטישן טרוים, סײַ די הארבע
װירקלעכקײַט; די לירישע מיניאטיור און דעם פּסי-
כאָלאָגישן עטיוד; טרויער נאָך די נאָענטע, וועלכע
זײַנען אוועק פונעם לעבן; א מוסערהאסקל, װאָס אין
געװוענדט צו דער יוגנט. דער בוך אינגאנצן גענר"
מען איז דורכגעדרונגען מיט אָפּטימיזם.
דער שרײַבער מארק ראזומני לעבט זײַן גאנץ לעבן
אין ריגע. דאָ האָט ער זיך געלערנט, געארבעט, דאָ איז
ער געװאָרן א שרײַבער. זײַנע ערשטע ביכעריזאמ"
לונגען (,הינטערגעסלעך",,מענטשן אין שטויב") האָט
ער געווידמעט די זאָרגן און דעם קאמף פון דער
ריגער אזויגערופענער , פאָרשטאָט", װוּ ס'האָבן גע"
לעבט לעטן און רוסן, ייִדן און ליטווינער, װײַסרוסן
און פּאָליאקן. דער גוירל פונעם ,, קליינעם מענטשע-
לע" האָט שטענדיק אָנגערעגט דעם שרײַבער, װײַל
אינדערעמעסן איז דאָך דער דאָזיקער מענטש גאָר ניט
קיין קלייןן מענטשעלע: ער איז דער שעפער פונעם
לעבן -- ער בויט הײַזער, טרײַבט פּליטן איבער דאו"
גאווע, נייט בגאָדים און שטיוול, באקט ברויט און
דערציט קינדער, קעמפט פאר גערעכטיקײַט און
פרײַהײַט, גיט אָפּ דאָס לעבן פאר דער גערעכטיקײַט.
דאָס האָט באשטימט די הומאניסטישע צילגע-
װענדטקײַט פון דעם שרײַבערס שאפונג, זײַן אידייי
יִשיעסטעטישע פּאָזיציע.
מארק ראזומני ארבעט אין פארשיידענע זשאנרען
פון דער ליטעראטור.
מיט א קורצער צײַט צוריק האָט ער פארענדיקט
א גרויסע פאָרשערישע ארבעט וועגן דער פארגאני
גענהײַט, קעגנווארט און צוקונפט פון דער שטאָט
ריגע. די ארבעט שטעלט מיט זיך פאָר א צוזאמענ-
שמעלץ פון געשיכטע און בעלעטריסטיק, פון פּינקטי
לעכער דאָקומענטאלישקײַט, שטרענגער פאקטאָגרא-
פיע. דאָס איז סײַ א ליטערארישער עסיי וװעגן
מענטשן פון דער ליטעראטור און קונסט, סײַ א
פאָרשונג פון דער אוראלטער און הײַנטצײַטיקער
ארכיטעקטור פון ריגע.
ניט וייניק צײַט און קויעך גיט דער שרײַבער
אָפּ דער ארבעט איבער איבערזעצונגען. דאָס אין
נאָך איין שטריך פון זײַן שאפונג. ער האָט איבערי
געזעצט אין ייִדיש יאן רײַניסעס לידער, א סאך
װערק פון די הײַנטצײַטיקע לעטישע אװטאָרן--
מירדזע קעמפּע, אייזשען ועוועריס, אָיאר וואציע-
טיס, עוואלד ווילקס, אימאנט זײדאָניס,. צעציליע
דינערע, אנדריס ועיאן, רעגינע עזערע, ערויד
סקאלבע, מירדזע בענדרופּע און אנדערע. דער שרטי
בער האָט איבערגעזעצט א ריי ראָמאנען פון פויכט-
וואנגער און רעמארק, נ. גארינס ,טיאָמעס קינד-
הײַט". אָבער דאָס וויכטיקסטע אין מארק ראזומניס
שאפונג איז די ארבעט אינעם זשאנער פון דער נאָ-
וועלעטע. װײַזט אויס, אז דעם שרײַבער איז נייטיק
געווען דאָס גאנצע לעבן באאָבאכטן, טראכטן, קע"
דיי צו דערגרייכן די גרויסע מײַסטערשאפט, װאָס
גיט אים די מעגלעכקײַט צו באהערשן דעם זשאנער
פון דער נאָוועלעטע.
די זאמלונג , די גאָלדענע טויב" איז דורכגעדרונ-
גען מיטן געפיל פון דער צײַט, ניט געקוקט אף
דעם, װאָס דער אװטאָר װענדט זיך אָפט צו דער
פארגאנגענהײַט, װי צו א קוואל פאר מאכשאָוועס,
אסאָציאציעס. זײַן הויפּטיהעלד בלײַבט דער מיט-
צײַטלער.
אין בוך איז ניטאָ קיין איינהײַטלעכער סוזשעט.
מיר האָט זיך צוערשט געדאכט, אז דעם בוך ,די
גאָלדענע טויב" קען מען לייענען סײַ פון מיטן, סײַ
פון סאָף -- ניט װי א ראָמאן אָדער װי א גרעסערע
דערציילונג, װוּ דער סיפּער-האמײַסע פירט דיך וי
א געניטער װעגװײַזער. און פונדעסטוועגן זײַנען אָט
די קליינינקע נאָװועלעטן, וועלכע זײַנען פארזאמלט
אונטערן אלגעמיינעם דאך פונעם אײַנבונד, פאר-
בונדן מיט אן אלגעמיינעם אומזעבארן פאָדעם און
מיט אן אלגעמיינער קינסטלערישער צילגעווענדט-
קײַט.
מער װי פופציק יאָר ארבעט מארק ראזומני אין
דער ליטעראטור. דאָס װיכטיקסטע פאר אים זײַנען
די אָנגעשטרענגטע װאָכעדיקע ארבעטסיטעג. דער
שרײַבער פארנייגט זיך אלע טאָג איבער א ריינעם
בויגן פּאפּיר -- דאָס איז יענע בריק, וועלכע פאריי-
ניקט אים מיט דער ארומיקער וועלט.
אידע שולקינע
אין דער איבערזעצונג אף אוקראיניש
מ. מאָגילעװויטש איז מיט זײַנע ערשטע לידער
ארוױיסגעטראָטן, ווען ער איז נאָך גאָר יונג געװען--
איצט איז ער שוין אריבער פופציק. באזונדערס האָט
זיך אנטוויקלט זײַן טאלאנט אין מעשעך פון די
לעצטע אָנדערהאלבן צענדליק יאָר, ווען עס האָט אָנ-
געהויבן דערשײַנען דער זשורנאל , סאָװעטיש היימ-
לאנד". זײַנע לידער האָבן צוגעצויגן די אופמערק-
זאמקײַט מיט זייער לירישקײַט און מיטן פּרוּו צו
שילדערן דאָס לעבן פון די מענטשן, פאר וועלכע די
מי איז דער איקער אין לעבן.
מאָגילעװיטש איז אליין אן ארבעטער. אויך איצט
פארייניקט ער די טאָגטעגלעכע מי אפן זאװאָד מיט
דער פּאָעטישער שאפונג. באזונדערס נעמען אויס
יענע זײַנע לידער (סלי אין אָריגינאל, אף ייַדיש, סײַ
אין דער איבערזעצונג), װעלכע געהערן צו דער
ארבעטער-יטעמאטיק. א סאך יאַרן ארבעט מאַגילע-
וויטש אף א זאװאָד פון קעראמיק, ער האַט צו טאָן
מיט ליים, אים זײַנען באקאנט די סוידעס פון בא-
העפטן ליים מיט פּײַער. ער איז איצט פארטרעטער
פונעם שעף פון א צעך, און װען ער שרײַבט אין
זײַו ליד, מיט וועלכער עס עפנט זיך די זאמלונג
די זון באגעגנט זיך אף מיזרעך מ"ש דער ערךד-
צוויי קײַלעכן, צוויי פלאמענדיקע לעבנס.
דורך ליכטיק-שטראליקע, דורך גאַלדענע געװעבן
א נײַער טאָג פון לאנג געבױרן וערט.
און ער, דער גרויסער װוּנדער פון דער װעלט,
דער מענטש אלמעכטיקער --דאַס דריטע לעבן,--
ער װערט מיט אָט דער שײַן פון זון באהעלט
און קומט דעם טאָג זײַן פלאם פון הארצן געבן, --
דאן דערפילט דער לייענער, אז דאָס אין א לױב-
געזאנג אונדזער מי, אונדזער ארבעטערימענטש.
סטאניסלאוו טעלניוק שרײַבט אין זײַן פאַרעדע,
-4/2 ,עתאדדא/4 יח מס6תחזס)? סהת/ה8צחװע
1974 ,1668 ,לאעאאסאטסעח האטסמוהת
אז מאָגילעוויטשעס היים איז אוקראינע -- מיט אירע
בערג און טאָלן, מיט איר פארגאנגענהײַט און הײַנט-
צײַטיקײַט. דאָס אלץ,-- שרײַבט טעלניוק,-- איז
איבערגעפלאָכטן מיט דער סטיכיע פון דער ייִדישער
שפּראך.
טאקע די פארליבטקײַט אין טאַגטעגלעכער מי
װערט די גרונט'טעמע פון מאַגילעוויטשעס ערשט
ביכל אין דער אוקראינישער איבערזעצונג. העכער
זעכציק לידער האָט דער מעכאבער אײַנגעשלאַסן
אין דער זאמלונג. דער פערז איז דאָ געצוימט אין
דער מאָס, און דאָס איז, מיין איך, איינע פון די
מײַלעס פון דעם דיכטערס שאפונג.
אין די בעסערע לידער מאָגילעוויטשעס פילט זיך
דער פרישער אָטעם פון דער צײַט (,שאפפונג",
,ליים", , אומשטערבלעכקײַט" אא.). דער דיכטער
האָט א פעסטע פּאָזיציע אינעם לעבן, און ער האָט
קיין מוירע ניט זיך ווענדן צום לייענער מיט א פּוב-
ליציסטיש װאָרט. א היפּש אָרט אינעם ביכל פאר-
נעמען די מאָטיוון פון דער פאָטערלענדישע מילכאַ-
מע.
אין א קורצער רעצענזיע איז אומעגלעך צו מאכן
א גענויעם אנאליז פון דער איבערזעצערישער מײַ-
סטערשאפט פון די אוקראינישע כאוויירים, און דאָר
גלוסט זיך מיר אויסטיילן אייניקע פון זיי. דער פרי
פארשטאָרבענער דיכטער וולאדימיר פּידפּאלי האַט
איבערגעזעצט די ליד ,א קאָל". די שטימונג פונעם
פּאָעטישן װערק אין דאָ איבערגעגעבן קלינגעוודיק
און מוזיקאליש.
מאָגילעװיטשעס זאמלונג שליסט אײַן א היפשע
צאָל לירישע מיניאטורן. דאָס איז בעפיירעש א מײַ-
לע. עס וילט זיך אָבער זען לידער, און עפשער
אויך א פּאָעמע, מיט אן אנטװיקלטן סוזשעט. דאָס
װעט געבן מאָגילעװיטשן די מעגלעכקײַט צו באנע-
מען ברייטער אונדזער הײַנטצײַטיקײַט.
מ. טאלאלאיעווסקי
157
פישל טאַביִאש
גי" לעטערנדיק
4 זשורנאלן
=
און צײַטונגען
רי עמעסע פרײַנגט פון ייִכראָעל
אין זײַן וועכנטלעכן פּרעסע-איבערזיכט אין דער , מאָרגױפּרײַהײַט" פארן 7 אװגוסט
ד. י. האָט דער רעדאקטאָר פון דער צײַטונג פּ. נאָװיק געמאכט אן אומדערלאָזבארן לויטן
טאָן אַנפאל אף דער פּראָגרעסיווער ייַדישער באועגונג אין ארגענטינע און אורוגוװט.
וי באװוּסט, זײַנען די ,איקוף"-קרײַזן אין ביידע לאטײַןדאמעריקאנער לענדער, די פּרע-
סע-אָרגאנען זייערע געבליבן טרײַ די אידײייַשע פּרינציפּן פון פרײַנטשאפט צום סאָװועטג"
פארבאנד, פונעם קאמף פאר די סאָציאלע און קולטור-אינטערעסן פון די ייִדישע מאסן
קעגן ציעניזם און רעאקציע. ארויסגייענדיק פון די דאָזיקע פּרינציפּן, זײַנען די פּראָגרע-
סיווע ייִדישע טוער פון אורוגװײַ און ארגענטינע ארױסגעטראָטן ניט איין מאָל מיט טיף"
ארגומענטירטער קריטיק פון דער איצטיקער אידיייישיפאלשער פּלאטפאָרם פון די אָנפירער
פון דער , מאָרגן-פרײַהײַט".
די רעדאקציע פון , סאָװועטיש היימלאנד" האָט אינעם יולינומער פונעם זשורנאל פאר
הײַנטיקס יאָר איבערגעדרוקט פון דער מאָנטעװידעער צײַטונג / אונדוער פרײַנט" דאָס
ארטיקל פון פישל טאָביאש , דער סאָף פון אן אוואנטיוריסטישער פּאַליטיק", װאָס עס האָט
ארויסגעבראכט פון די קיילים דעם רעדאקטאָר פון דער , מאָרגןפּרײַהײַט". אָנשטאָט אָבער
צו אָפּערירן אין דער פּאָלעמיק מיט ארגומענטן און לאָגישע באװײַזן, לאָזט זיך פּ. נאָװיק
אראָפּ ביז אזא סאָרט לאָשן: ,די סעקטאנטן-דאָגמאטיקער פון בוענאָס אײַרעס און מאָנטע-
װידעאָ װערן מיט רעכט באצי'כנט װי נאטורי קארטא, אָדער סאטמארער, פון עקסטרעם
לינקס... איינער פון די נאטורי קארטא, א פישל טאָביאש, האָט אָפּגעדרוקט אן אומווירדי-
קע זאך. איז געגאנגען , סאָװועטיש היימלאנד" אין נומ. 7 און איבערגעדרוקט דאָס דאָזיקע
מיסט..."
ס'איז שוין ניט דאָס ערשטע מאָל, ווען די איצטיקע רעדאקטאָרן פון דער , מאָרגן-פרטי-
הײַט* קומען אָן צו זידלרייד, ארופברענגענדיק אף דער פּאָלקס-טריבונע פוּן די אמעריקא"
נער ייִדישע מאסן אזעלכע אקצענטן, וועלכע זײַנען קיינמאָל ניט געווען אייגנטימלעך אֶל-
גינס צײַטונג, פּונקט װוי זיי װאָלטן גענומען געװאָרן פון דער געלער פּרעסע.
װאָס איז שײַעך דער פּערזענלעכקײַט פון פישל טאָביאשן, מוז בא אָט דער געלעגנהײַט
אָפּגעגעבן ווערן קאָװעד אָט דעם טיף-ערודירטן, טאלאנטפולן פּובליציסט און ליטעראטור"
פאָרשער, וועלכער האָט זיך ניט געלאָזט אראָפּפירן פון דער יוישערדיקער מארקסיסטי"
שער פּלאטפאָרם אין דער ייִדישער פּראָגרעסיווער באוועגונג.
מיר דרוקן דאָ איבער דעם געקירצטן טעקסט פון פ. טאָביאשעס אן ארויסטרעטונג פאר
א ייִדישער פאָלקס-אאודיטאָריע אין דער הױפּטשטאָט פון אורוגװײַ מאָנטעװידעאָ.
א דאטע פון נאציאָנאלער אומאָפּהענגיקײַט,
פון נאצ;אָנאלער זעלבשטענדיקײַט װוערט דער"
מאָנט און געפּײַערט מיצאד אלע פעלקער
אין דער וועלט, און באזונדערס מערקבאר און
פײַערלעך-דערהויבן װערט זי געפײַערט בא
יענע פעלקער, וועלכע האָבן אין לויף פון דויי
רעס געלעבט אין נאציאָנאלער אונטערדריקונג,
אונטער פרעמדע קאָלאָניאליסטישע רעזשימען
און האָבן פאר דער פּרײַז פון די גרעסטע קאָר-
באָנעס דערװאָרבן זייער נאצ;אָנאלע באפרליונג.
מיט דער גאנצער בױלעטקײַט זעען מיר עס
בא די צענדליקער פעלקער פון אפריקע און
אזיע, וועלכע זײַנען אויסגעשטאנען פּײַן פון
שקלאפערישער עקספּלואטאציע און אין אומ-
דערמידלעכן אקשאָנעסדיקן און קאָרבאָנעספולן
קאמף דערגרייכט זייער אייגן מעלוכעילעבן
נאָך דער צווייטער וועלט-מילכאָמע, ווען צוזא-
158
מען מיט דער צעשמעטערונג פונעם נאצי-פא-
שיזם איז גוואלדיק דערוואכט געװאָרן דער
אומגעצוימטער ווילן צו נאציאַנאלער באפרײַונג,
דעם זעלבן אקשאָנעסדיקן ווילן צו אן אייגן
פרײַ,. נאצ;אָנאל-אומאָפּהענגיק מעלוכע-לעבן
האָט דאן אויך באוויזן דער ייִשעוו אין פּאלעס-
טינע. דערמוטיקט פון די אָפּגעהאלטענע
ניצכוינעס פון דער רױטער ארמ בא
סטאלינגראד, װוי אויך פון די העראָיַשע אופ-
שטענדלער פון דער ווארשעווער געטאָ, איז
דער פּאלעסטינער ייַשעוו אופגעשטאנען א
באװאָפּנטער אין אײינהײַטלעכן קאמף קעגן דער
ענגלישער מאנדאטן-מאכט און איר קאָלאָניא-
ליסטישער הערשאפט. אין יענער צײַט איז דער
קאמף פונעם פּאלעסטינער ייִשעוו באטראכט
געװאָרן װי א טייל פון דער גרויסער נאצלי
אָנאל-באפרײַערישער באועגונג, װאָס האָט
10*
פישל טאָביאש
ארומגעכאפּט צענדליקער פעלקער פון אזיע
און אפריקע.
אין אָט דעם אנטיקאָלאָניאליסטישן קאמף
פאר נאציאָנאלער אומאָפּהענגיקײַט האָט דער
פּאלעסטינער ייִשעוו ארויסגעוויזן גװוּרע און
מעסירעסנעפעש, און, פּונקט װי אלע אנדערע
אונטערדריקטע פעלקער פון אפריקע און אזיע,
פאר דער פּרײַז פון גרויסע קאָרבאָנעס, האָט
ער ארויסגעטריבן די פרעמדע הערשער.
און דאָ דארפן מיר ניט פארגעסן די גרויסע
אינטערנאציאָנאלע סאָלידאריטעט און די פיל-
פאכיקע מאמאָשעסדיקע הילף, װאָס די נאציאַ-
נאל-באפרײַערישע באוועגונג, דערונטער אויך
אין פּאלעסטינער ייִשעוו, האָט באקומען מיצאד
אלע פעלקער פון דער וװעלט און באזונדערס
מיצאד דעם ראטנפארבאנד, דער גרעסטער
סאָציַאליסטישער מעלוכע, וועלכע אלע אונטער-
דריקטע פעלקער האָבן צו פארדאנקען פארן
ניצאָכן איבערן קאָלאָנ:אליזם. באזונדערס וויכ-
טיק איז געווען די סאָוועטישע הילף בייס דער
אנטשטייוּנג פון מעדינאס ייִסראָעל און אין דער
זיכערונג פון איר עקזיסטענץ,
די ציעניסטישע פּאַליטיק האָט דערפירט די
מעדינע צום מאצעוו פון א מיליטערישן לאגער,
וועלכע האָט צעשטערט דאָס נאציאָנאלע פאָלקס-
לעבן פונעם פּאלעסטינער פאָלק. נאָך מער,
די דאָזיקע פּאָליטיק לייקנט לאכלוטן אָפּ די
עקזיסטענץ פון אזא פאָלק. די ציעניסטישע
פּאָליטיק האָט דערפירט די מעדינע צו א בונד
מיט אלע קאַלאָניאליסטישע הערשער. דערבלַ
פירט די ייִסראָעל-רעגירונג אן אומדערהערטן
און אומגעצוימטן אניסאָוועטישן קאמף אונטער
דעם אויסרייד און מיט דער פאלשער ארגומענ-
טאציע, אז דער ראטנפארבאנד איז קלוימערשט
דער שטענדיקער , סוינע" פון דער מעדינע און
וויל זי ,,אומברענגען".
הײַנט איז צוועקמעסיק און נייטיק מאכן אן
איבערבליק פון די געשעענישן. מיר װעלן
נעמען פאר אן איידעס פון די גוירלדיקע טעג
אין דער אנטשטייוּנג פון דער מעדינע ניט קיין
אנדערן, װי דעם ערשטן פּרעמיער פון ייִסראָ-
על -- דאָװיד בען-גוריאָן.
געווען איז דאָס בעשאס דעם דריטן יאָרטאָג
נאָך דער ,זעקסטאָגיקער מילכאָמע", ווען אין
ייַסראָעל און אין אנדערע ייִשוּוױים האָט די
ציִעניסטישע באוועגונג צעבלאָזן א ניצאָכןיפרייד,
דורכפירנדיק דערבײַ א פארשטארקטע העצע-
רישע קאמפּאניע קעגן דעם ראטנפארבאנד. און
דעמלט, גראָד דעמלט, האָט בעױגוריאָן געפו"
נען פאר נייטיק צו דערמאָנען װעגן יענע
ערשטע טעג פון דער אנטשטייוּנג פון דער מע-
דינע, ווען זי, א נאָרװאָס פּראַקלאמירטע, האָט
געציטערט אף דער היסטאָרישער װאָגשאָל פון
זײַן אָדער ניט זײַן, -- אז דעמלט האָט די
מעדינע געהאט נאָר איין פּרײַנט, דעם ראטנ-
פארבאנד. בעױגוריאָן שרײַבט: ,אלע מיליטע-
רישע עקספּערטן האָבן אונדז געזאָגט, אז אין
מעשעך פון א צען-דרײַצן טעג װעט קיין איין
ייַד ניט בלײַבן לעבן אין לאנד, די אראבישע
זעלנער װעלן אויסהארגענען אלע ייִדֹן דאָס
האָט אונדז געזאָגט ניט בלױז דער צאָפן-
אמעריקאנער גענעראל מארשאל, נאָר אויך א
נאָרװעגישער אָפיצער, וועלכער האָט זיך דעמלט
געפונען אין לאנד, א צוגעשיקטער פון דער
אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס. דער
דאָזיקער אָפיצער איז געווען אן איבערגעגע-
בענער פרײַנט פון דער ,האגאנא", מיטגעאר-
בעט מיט איר און גוט געװוּסט, װאָס די ,הא-
גאנא" פארמאָגט און װאָס איר פעלט. ווען מיר
האָבן באשלאָסן צו פּראָקלאמירן די מעדינע,
איז ער געקומען צו מיר און געזאָגט: , איר
ווייסט, װאָס מיר אין נאָרװעגיע האָבן בייס
דעם לעצטן וועלט-קריג געליטן פון היטלערן?
זײַנען אָבער אונדזערע ליידן א קינדער-שפּיל
אנטקעגן דעם, װאָס עס דערווארט אײַך. איר
האָט ניט קיין הארמאטן, קיין טאנקען און קיין
באָמבעס, און דער גרעסטער טייל פון אײַער
יוגנט איז מיליטעריש ניט אויסגעשולט". מיר
האָבן אין יענער צײַט געהאט נאָר איין
פרײַנט -- רוסלאנד".
דערנאָך שילדערט בעױגוריאָן דעליקאט,
אָבער אָן דיפּלאָמאטיע, די ,, פּרײַנטשאפט" פון
צאָפן-אמעריקע. די צאָפן-אמעריקאנער , פרײינט-
שאפט" האָט געלאָזט אף העפקער די ייִדן אין
פּאלעסטינע. בעןגוריאָן האָט דעמלט אָנגעויזן,
אז זײַנע כאוויירים לויטן מעלוכע-רודער אין
דער מעדינע זײַנען צו װײַט אוועק, צופיל זיך
צעיאָגט אין דעם אנטיסאָוועטיזם, און דאָס קאָן
האָבן א שלעכטן סאָף פאר דער מעדינע. דאָס
איז געווען זײַן װאָרענונג קעגן דער שיגאָענ-
דיקער אנטיסאָוועטישער פּאָליטיק, א װאָרע-
נונג וועגן דעם, אז די מעדינע װעט זיך נאָך
נייטיקן אין דער הילף פונעם סאָוועטנפארבאנד.
באטראכטנדיק די ציעניסטישע פּאָליטיק אין
דער מעדינע אין איר היסטאָרישער אנטויק-
לונג, זעען מיר, אז מיט דער אנטשטייוּנג פון
199
דער מעדינע האָט זי אָנגענומען אן אנדער
כאראקטער: מער רעאקציאָנער, מער שאָװיניס-
טיש, מער אגרעסיוו אינעם ייִדישן לעבן. ס'האָבן
זיך געמערט די פּאָליטישע ארויסטרעטונגען
קעגן די נאציאָנאל-באפרײַערישע באוועגונגען,
קעגן די סאָציאליסטישע מעלוכעס, שוין אָפּי
גערעדט פון די מילכאָמעס קעגן די שכיינישע
אראבישע לענדער.
אין דעם פארמעדינע-פּעריַאָד האָט דער ציִע-
ניזם ארופגעצויגן אף זיךך א מאסקע פון
פאָלקסטימלעכקײַט, פון דעמאַקראטישקײט, פון
מיטפילן די אונטערדריקטע פעלקער, פון בא-
טראכטן זיך אליין, װי א טייל פון דער נאצואָ-
נאל-באפרײַערישער באוועגונג. אָבער גלײַך
מיט דער אנטשטייוּנג פון מעדינאס ייַסראַעל
האָט ער די מאסקע אראָפּגעװאָרפן. ער האָט
זיך ענגער פארבונדן מיט זײַנע קאפּיטאליס-
טישע קלאסן-ברידער, מיט די קאָלאָניאליס-
טישע גרויסמאכטן. באנאנד מיט זיי, אין דער
שוטפעס מיט זיי און זיי צו דינסט האָבן די
ציעניסטישע פירער באם מעלוכע-רודער פּלא-
נירט זייער פּאָליטיק, אויסרעכענענדיק אף א
פולן אָנשפּאר אף דער מײַרעװיװעלט, אף
אוועקצושטעלן זיך פּאָליטיש אינגאנצן צו
דינסט דער גלאָבאלער פּאָליטיק פונעם צאָפן-
אמעריקאנער אימפּעריַאליזם און פון די מיַ-
רעוודיקע גרויסמאכטן, איבערײַסנדיק אמשארפ-
סטן מיטן ראטנפארבאנד, מיט די מיזרעך-
לענדער, מיט דער גאנצער סאָציאליסטישער
וועלט.
שוין אין 1948, אינעם ערשטן יאָר פון דער
עקזיסטענץ פון דער מעדינע, ווען זי האָט זיך
נאָך געראנגלט צוישן זײַן און אומקום און
ווען דער איינציקער פרײַנט אירער איז, לויט
בעןגור;אָנס װוערטער, געווען דער ראטנפאר-
באנד, זײַנען צװישן די ציעניסטישע אָנפירער
געווען מענטשן, וועלכע זײַנען גרייט געווען
אָנצוהייבן זייער , ספּעציַאליזירטע קונסט" פון
פארלוימדונגען קעגן דעם ראטנפארבאנד און
אלע יונגע סאָציָאליפטישע מעלוכעס.
אין דער ציעניסטישער הויכער אָנפירונג איז
דעמלט געווען שטארקער די עקסטרעםירעכטע
פּאָליטישע טענדענץ אײַנצוגלידערן זיך אין דער
גלאָבאלער צאָפן-אמעריקאנער פּאָליטיק פון
אנטיסאָוועטיזם און קאלטן קריג און מיט דער
,פּרײַנטשאפט" און הילף פונעם צאָפן-אמערי-
קאנער אימפּעריאליזם זיך נעמען צו רעאליזירן
די אלטע ציעניסטישע כאלוימעס וועגן א מעדי-
נע אף ביידע זײַטן יארדן, א ,גרויס ייַסראָעל".
פונדאנען איז אוועק דער װײַטערדיקער פֹּאָ-
ליטישער וועג פונעם ציִעניזם. פונדאנען נעמט
זיך די שוטפעסדיקע מילכאָמע צוזאמען מיט
ענגלאנד און פראנקרײַך קעגן עגיפּטן אין
6 -- װוי אן אָנזאָג, אז דער מיליטערישער
קויעך פון דער מעדינע װעט ניט דערלויבן, עס
זאָל זיך אנטוויקלען די נאציַאָנאל-באפרײַע-
רישע באוועגונג אין די אראבישע לענדער און
עס זאָלן נאציאָנאליזירט װערן די נאטור-
אויצרעס אין אָט די לענדער, וועלכע װערן
100
עקספּלואטירט דורך די אויסלענדישע מאָנאָפּאָ
ליעס.
אין צען יאָר ארום אָקופּירט די מעדינע, א
געשטארקטע אין איר מיליטערישן קויעך, אין
רעזולטאט פון דער , זעקסטאָגיקער מילכאָמע",
גוואלדיק גרויסע טעריטאָריעס פון די שכַייניי
שע אראבישע לענדער.
אף דער טאָגיאָרדענונג פונעם ציעניזם שטייט
די שאפונג פון א ,גרויס ייַסראָעל". מוישע
דאיאן, דער דעמלטיקער פארטיידיקונגס-מיניס-
טער, רעדט ועגן אויסנוצן ,די היסטאָרישע
געלעגנהײַט פון אונדזער מיליטערישן קויעך".
שימען פּערעס, דער איצטיקער פארטיידיקונגס-
מיניסטער, מאכט װײַטגײענדיקע פּלענער אף
איבער א גאנצן יאָרהונדערט און גיט אפילע
אָן ציפערן, אז צום סאָף פונעם קומענדיקן יאָר-
הונדערט װעט די ייִסראָעלדיקע באפעלקערונג
דערגרייכן פון זיבעציק ביז אכציק מיליאָן ייַדן.
פונדאנען דרינגט ארויס, אז דער ציִעניזם נייי
טיקט זיך אין אָקופּאציע-מילכאָמעס, קעדיי
צוגרייטן דעם טעריטאָריעלן שעטעך פאר אָט
די זיבעציק אָדער אכציק מיליאָן ייִדן אין דער
מעדינע.
די ציעניסטישע רעדלפירער זײַנען פיייִק צו
מאכן פאנטאסטישע פּלענער פון א ,גרויס ייַס-
ראָעל" און פון א זיבעציק-אכציקמיליאָניקער
באפעלקערונג פאר דער מעדינע. אָבער לאכ-
לוטן פרעמד זײַנען פאר זיי די פּלענער צו
דערגרייכן א שאָלעם פאר דער מעדינע, א רויִק
לעבן און פרידלעכע ארבעט, אין וועלכע דאָס
פאָלק נייטיקט זיך אזוי שטארק. אלע זייערע
פּלענער און די גאנצע פּאָליטיק זייערע איז
אויסער אָרט און צײַט, ניט קיין רעאלע און
ניט קיין צוגעפּאסטע צו די פארלאנגען פון די
פעלקער.
א טײלװײַזע ענדערונג אין דער סיטואציע
האָט ארײַנגעבראכט די אָקטיאבערימילכאָמע
פון 1973 -- איבערהויפּט דערמיט, װאָס זי האָט,
פון איין זײַט, צעשטערט די לעגענדע װעגן
דער אומבאזיגבארקײַט פון ייִסראָעל, און, פון
דער צווייטער זײַט, האָט זי געװירקט, אז א
באדײַטנדיקער טייל פונעם פאָלק זאָל אופוואכן
פונעם שאָװיניסטישן דרעמל. נאָך דער דאָזיי
קער מילכאָמע האָבן זיך פארשטארקט די קוי-
כעס פון שאָלעם אין ייַסראָעל, און דאָס האָט
זייער א גרויסע באדײַטונג אין דער איצטיקער
לאגע פונעם לאנד.
הײַנט זײַנען פאראן רעאלע מעגלעכקײַטן אף
צו דערגרייכן א שאָלעם מיט די אראבישע
לענדער. הײַנט זײַנען שוין ניט גילטיק אלע
פּריערדיקע טערוצים, אז מע וויל, קלוימערשט,
מיט ייִסראָעל ניט זיצן בא איין טיש.
הײַנט איז די לאגע קלאָר פאר אלעמען. עס
רעדט זיך אין גרונט וועגן צוויי זאכן: וועגן
אומקערן אלע פארנומענע בייס דער , זעקסטאָ-
גיקער מילכאָמע* אראבישע טעריטאָריעס און
װעגן אנערקענען דאָס פּאלעסטינער פאָלק,
זײַן רעכט אף אייגענער מעלוכעשאפט.
ס'איז דאָך ווירקלעך הימלשרײַענדיק: מיר,
ייִדן, זײַנען א פאָלק, װאָס האָט אין לויף פון
10--4
הונדערטער יאָרן געפאָדערט און געבעטן בא
דער וועלט רעכט אף אונדזער פאָלקסילעבן, --
און איצט קומען די רעגירער פון דער יידי-
שער מעדינע, וועלכע זײַנען פאראנטװאָרטלעך
פאר דעם נאווענאדילעבן פונעם פּאלעסטינער
פאָלק, און לייקענען אינגאנצן אָפּ סי זײַן
עקזיסטענץ, סײַ זײַן רעכט אף אן אייגענעם
מעלוכע-לעבן
עס זײַנען הײַנט פאראן אלע באדינגונגען
און מעגלעכקײַטן צו דערגרייכן דעם אראביש-
ייַסראָעלדיקן שאָלעם.
דער וועג צו שאָלעם איז ניט דער קריכערי-
שער וועג פון קיסינדזשערס ,טריט בא טריט",
וועלכער איז אויסגערעכנט אף אָפּצוציען די
הײַנטיקע סיטואציע אף אאָרן, שאפנדיק א
געפאר פון נײַע מילכאָמעס. דער רעאלער וועג
צו לייזן דעם קאָנפליקט גייט דורך דער זשע-
נעװער קאָנפערענץ. די באטייליקונג פונעם
ראטנפארבאנד אין אָט דער קאָנפערענץ איז
די זיכערסטע גאראנטיע פאר דער מעדינע און
פארן ייִסראָעלדיקן פאָלק.
אפילע דער געוועזענער אויסערן-מיניסטער
פון ייִסראָעל -- אבע עבאן, וועלכן מע קאָן אין
א גרויסער מאָס באטראכטן אלס דעם שעפער
פון דער ייִסראָעלדיקער אױסער-פּאָליטיק,
וועלכע האָט זיך באזירט און באזירט זיך אויך
נאָך הײַנט אף דעם אינציקן פּאָליטישן און
מיליטערישן אָנשפּאר -- אף די פאריניקטע
שטאטן, -- באטראכט הײַנט די דאָזיקע פּאָלי-
טיק פאר א פאלשער און פארפירערישער. אין
אן אינטערוויו פאר א פראנצויזישער צײַטונג
האָט ער דערקלערט: ,... פארװאָס דארפן אלע
אונדזערע פארבינדונגען זײַן שטענדיק אויס-
שליסלעך נאָר מיט די פארייניקטע שטאטן?! מיר
דארפן פארשטיין, אז קיין שום פארשטענדי-
קונג אין מיטעלן מיזרעך קאָן ניט דורכגעפירט
ווערן אָן דער אײַנשטימונג און אָן דעם אָנטייל
פון דעם ראטנפארבאנד".
אבע עבאנס דערקלערונג איז ניט קיין צופע-
ליקײַט, נאָר א רעזולטאט פון די טיפע ראדי-
קאלע ענדערונגען אין די פּאָליטישע קויכעס-
פארהעלטענישן, װעלכע האָבן זיך געשאפן
הײַנט אין דער וועלט.
די צײַט האָט באוויזן, וי פּאָליטיש נויטווענ-
דיק עס איז פאר ייִסראָעל די פרײַנטשאפט מיטן
ראטנפארבאנד, מיט אלע סאָציאליסטישע מע-
לוכעס.
(;אונדזער פרײַנט")
עשט.; /-/מ ײז
נײַס פון אויסלאנד
צוויי
(: ר
בוכאו -- אן אלטעך ייוו צ+ײַטשריפט
אין בוכאו, א שטעטל אין דער
אומגעגנט פון באדעןך-וויורטעמ-
בערג (דײַטשישע פעדעראלע רע"
פּובליק), האָט מיט יאָרהונדערטער
צוריק עקזיסטירט א ייִדישע קעי
איינע פון די וויכטיקסטע אינ-
סטיטוציעס בא דער פעדעראציע
איז דער ייִדישער מוזיי אין בעל-
גראד, וועלכער איז געשאפן גע-
װאָרן מיט 16 יאָר צוריק. לעצטנס
איז ער בארײַכערט געװאָרן מיט
נײַע עקספּאָנאטן. איין מאָל אין
כאדאָשים דערשײַנט די
.יעוורעיסקי
לער", אין וועלכער עס װערן פא-
רעפנטלעכט מאטעריאלן
ייִדישן לעבן אין יוגאָסלאויע.
די בעלגראדער צײַטונג , באָרבא"
האָט אינפאָרמירט, אז דער ייַדי-
אין מעשעך פון 30 יאָר האָט
פּראָפּעסאָר דרינגער געליענט
לעקציעס אין קעמברידזשער אוני-
ווערסיטעט, װוּ ער האָט אָנגעפירט
מיט דער קאטעדרע פון סעמיטי-
שער עפּיגראפיע (אינטערפּרעטא-
ציע און קלאסיפיקאציע פון די
סעמיטישע אופשריפטן). אין 1954
האָט ער געגרינדעט א מוזיי פון
דער געשיכטע פון שריפט.
אכוץ זײַנע צאָלרײַכע ויסנ-
שאפטלעכע ארבעטן װעגן דער
געשיכטע פונעם אלעפבייס האָט
דאָװיד דרינגער אויך געשריבן
עסייען וועגן ייִדישער קולטור.
פּרעג"
וועגן
הילע. היסטאָריקער האָבן לעצטנס * שער פאָלקסיכאָר פון זאגרעב איז
פעסטגעשטעלט, אז דער גרויסער
געלערנטער אלבערט אינשטין
שטאמט פון דעם דאָזיקן ייִשעו,
װוּ זײַנע אורעלטערן האָבן זיך
באזעצט אין יאָר 1665.
בוכאו אין אמאָל בארימט גע-
ווען מיט דער אָריגינעלער ארכי-
טעקטור פון א סינאגאָגע (אויס-
געבויט אין 1839), צו וועלכער עס
איז אין 1854 צוגעבויט געװאָרן
א גלאָקןיטורעם. דאָס איז, וי מע
מיינט, געווען די איינציקע סינא-
גאָגע אין דער וװועלט מיט אזא ניט
געוויינלעכן טורעם.
מילכאָמע.
פונעם יידישן קולטור-לעבן
אין יוגאָסלאוויע
אין בעלגראד איז פאָרגעקומען
די יערלעכע קאָנפערענץ פון דער
פעדעראציע פון די ייַדֹישע גע-
מיינדעס אין יוגאָסלאװיע.
מענטאלע בוך
וויליזאציע".
געשטאָרבן אן אָנגעזעענער
געלערנטער
עס איז געשטאָרבן דער וועלט-
בארימטער אָריִענטאליסט און עפּי-
גראפיסט דאָוװויד דרינגער. גע-
בוירן אין א ספארדישער מישפּאַ-
כע אין איטאליע, איז פּראָפּעסאָר
דרינגער געווען א קענער פון דער
געשיכטע פון שריפט. זײַן וויכ-
טיקסטע שאפונג איז דאָס פונדא-
;דער אלעפבייס
אין דער געשיכטע פון דער צי-
לעצטנס אופגעטראָטן אין מילאן
מיט עטלעכע קאָנצערטן אין די
ראמען פונעם אינטערנאציאָנאלן
פעסטיוואל פון רעװאָליוצ:אָנערער
פּאָעזיע און פאָלקס-מוזיק, געוויד-
מעט דעם קאמף קעגן פאשיזם אין
די יאָרן פון דער צווייטער וועלט-
געשיכטע פונעם ייִדישן ייַשעוו
אין עסטרײַך
אין ווינער פארלאג איוגנט און
פאָלק" איז דערשינען אן ארבעט
.דאָס עסטרײַכישע ייִדנטום". די
זאמלונג האָט צונויפגעשטעלט א
גרופּע געשיכטע-פאָרשער פון דער
עסטרײַכישער ויסנשאפטלעכער
אקאדעמיע. צוויי פון די ארבעטן,
װאָס זײַנען ארײַן אינעם בוך,
אנאליזירן דעם יורידישן און סאָ-
ציאלן סטאטוט פון דער ייַדישער
קעהילע פון עסטרײַך אין פאר-
שיידענע פּעריאָדן. דער באנד
שליסט אויך אײַן דאָקומענטן אין
פאקסימיליעס.
שש - =
161
ונ 0653ס
ארן וינ קאַָװעצקי
דאָס לעבן און די ארבעט פון אן עטנאָגראף
ער איז געשטאָרבן אין א גרויען פראָסטיקן
פרימאָרגן דעם 12 יאנוואר 1942. קיינער איז
לעבן אים ניט געווען, קיינער האָט ניט געהערט
און ניט געזען, װיָאזױי ער האָט אויסגעהויכט
זײַן לעצטן אָטעם. זײַן אויסגעהונגערטער, אויס-
געצערטער קערפּער איז געװאָרן פון טאָג צו
טאָג אלץ שוואכער, די געשװאָלענע פיס האָבן
זיך אָפּגעזאָגט צו טראָגן דעם קערפּער, עס
האָט אים געצויגן צו דער ערד...
ערשט נעכטן אין אָװנט, -- דערציילט די
מיטארבעטערן פון עטנאָגראפישן מוזיי טאטיא-
נע אלעקסאנדראָוונא קריוקאָווא, -- האָט ער
זיך אָנגעפרעגט בא מיר, װען עס איז מײַן
געבורטסטאָג,. מע דארף דאָך אים אָפּמערקן
און אף מאָרגן איז ער שוין געווען טויט"?.
באלד נאָך די ערשטע אָנפאלן פון דער פא-
שיסטישער אויאציע אף דער באלאגערטער
שטאָט לענינגראד זײַנען די פארבליבענע אין
שטאָט מיטארבעטער פונעם עטנאָגראפישן
מוזיי אריבערגעפירט געװאָרן אף ,קאזארמע-
רעזשים", זיי האָבן זיך באזעצט אין קעלער
פונעם מוזיי, װאָס איז פארוואנדלט געװאָרן
אין א שוץיפּונקט. זייער פליכט איז געװען
ראטעווען דעם מויי פון די צינד-באָמבעס.
שײַע פּולנער איז געװאָרן א מיטגליד פון דער
פײַערלעשער-קאָמאנדע, און ער פלעגט שטענ-
דיק פּינקטלעך און פּלײַסיק אויספילן זײַן
פליכט, ביז ער איז, אן אויסגעמאטערטער פון
שטענדיקן הונגער, געבליבן אָן קויכעס און
שטיל אויסגעגאנגען אין פינצטערן קעלער..
א גרויסע און ווערטפולע יערושע האָט אונדז
איבערגעלאָזט שײַע פּולנער, אָדער, װי מע
פלעגט אים רופן, איסײַ מענדעלעוויטש פּול-
נער.
אין די 95 פּאפּקעס פון פּולנערס קולטור-
יערושע, וועלכע געפינען זיך אין ארכיוו פונעם
לענינגראדער מעלוכישן עטנאָגראפישן מוזיי,
איז פארהיט דער אומרויַקער, שטענדיק זוכנדי-
קער גײַסט פונעם אומדערמידלעכן פאָרשער,
װאָס איז אזוי יונג, אפן 42-טן יאָר פון זײַן
162
לעבן, אומגעקומען אין די גרויזאמע טעג פון
דער לענינגראדער בלאָקאדע.
דער דאָקטאָר פון היסטאָרישע וויסנשאפטן
און פארוואלטער פון דער קאווקאזער אָפּטײ-
לונג פונעם עטנאָגראפישן אינסטיטוט פון דער
וויסנשאפט-אקאדעמיע, פּראָפּעסאָר יע. װו. קא-
האראָוו שרײַבט אין זײַנעם אן אָפּרוף: ,בא
הײַנטיקן טאָג איז איסײַ מענדעלעוויטש פּול-
נער דער בעסטער קענער פון ייַדישער עטנאָ-
גראפיע אין ראטנפארבאנד און איז איך
איינער פון די סאמע באװוּסטע פאָרשטייער
פון דער סאָוועטישער עטנאָגראפישער ויסנ-
שאפט ביכלאל".
שײַע פּולנער איז געבוירן געװאָרן דעם
1 אוגוסט 1900 אין שטעטעלע סנאָווסק, גע-
וועזענע טשערניגאָװוער גובערניע, אין א פאמי-
ליע מיט זיבן קינדער -- פיר יינגלעך און
דרײַ מיידלעך. דער פאָטער -- א לאמדן, לויטן
פאך א בוכהאלטער בא ואלדיהענדלער --
האָט אײַנגעפלאנצט בא די קינדער א שטארקן
ווילן צו קענטענישן.
שײַעס שװעסטער -- אנא מענדעלעונא
פּולנער, װאָס װוינט איצט אין לענינגראד, די
איינציקע, װאָס איז געבליבן פון דער גאנצער
פאמיליע, דערציילט מיר: גאָט דאָ אין דעם
צימער, בא דעם קלינעם טישל פלעגט ער
שטענדיק זיצן, פארטיפט אין זײַנע קסאָווים.
איך געדענק ניט, ער זאָל ווען-עס-איז אָפּרוען"..
ווען די פאמיליע איז איבערגעפאָרן קיין
האָמעל, איז שײַע ארײַנגעטראָטן אין א פּר
וואטער גימנאזיע. אין יענע צײַטן, ווען אין די
קאזיאָנע גימנאזיעס האָט געװעלטיקט די בא"
רימטע פּראָצענט-ינאָרמע פאר ייִדן, זײַנען די
פּריוואטע געווען דער אינציקער אויסועג.
פארענדיקט די גימנאזיע אין 1919, האָט שײַע
דרײַ יאָר געארבעט אלס אָנגעשטעלטער אין
פארשיידענע אנשטאלטן און פלײַסיק זיך פאר-
נומען מיט זעלבסטבילדונג. אין 1923 קומט ער
קיין לענינגראד און טרעט ארײַן אין אינ-
סטיטוט. אין 1924 װוערט ער קאָמאנדירט דורך
דעם עטנאָגראפישן אָפּטײל פונעם לענינגרא-
דער מעלוכישן אוניווערסיטעט אין די שטעט.
לעך פון װוײַסרוסלאנד לעפּעל און ראָהאטשאָװ.
דאָס איז געװען די ערשטע עטנאָגראפישע
עקספּעדיציע זײַנע, וועלכע האָט געדויערט פו"
נעם 5 יול ביזן 25 אווגוסט 1924.
אינעם ארכיוו פונעם לענינגראדער עטנאַ-
גראפישן מוזיי ווערן אָפּגעהיט פּולנערס קסאווי
יאדן, די טאָגביכער פון זײַנע עקספּעדיציעס,
פיל וויסנשאפטלעכע ארטיקלען, ביבליאָגרא"
פיעס, פאָלקלאָר-זאמלונגען, אויסצוגן פון צַי
טונגען און זשורנאלן, פּלענער פון עקספּעדי-
ציעס, פּראָיעקטן און באשרײַבונגען פון אויס-
שטעלונגען, װוי אויך א רײַכער בריוו-אויסטויש
מיט מוזייען און אנדערע אָרגאניזאציעס.
אינעם טאָגבוך פון דער ערשטער עקספּע-
דיציע (160 זײַטן העפט-פאַרמאט) לייענען מיר
גענויע און פּינקטלעכע באשרײַבונגען פונעם
ייִדישן לעבנסשטייגער, גלױבענישן, אָפּשפּרע-
כונגען, רעצעפּטן פון פאָלקס-מעדיצין, א ריי
דערציילונגען וועגן דעם לעבן פון היימלאָזע
ייִדִישֶׁע קינדער, געשריבּן פון די קינדער אליין,
פאָלקס-לידער, רעטענישן, גלײַכװערטלעך, וויצן
אדגל. פון דער רעשימע פון פּולנערס וערק,
װאָס זײַנען אויסגערעכנט אין זײַן שריפטלע-
כער אװוטאָביאָגראפיע, װוערן מיר געוווירע, אז
שוין אין 1925 זײַנען ארויס פון דרוק צויי
זײַנע װערק: א בוך , באוועגלעכע און ספּאָר-
טיווע מאסן-שפּילן אין שטעטל", פארלאג , שול
און בוך", מאָסקװע, 1925, 4000 עקזעמפּליארן,
5 דרוקבויגן (פארפאסט צוזאמען מיט ד. בענ-
ציַאנאָוון) און אן עטנאָגראפיש-עקאָנאָמישער
באריכט: , פון דעם לעבן אין דער שטאָט
האָמעל? (אין רוסיש), געדרוקט אין דער זאמ-
לונג אונטער דער רעדאקציע פונעם פּראַפע-
סאָר באָהאָראזיטאן, פארלאג ,גיז", מאָסקװע,
5, זז. 157 -- 196.
דאָס עטנאָגראפישע ווערק , פון דעם לעבן
אין דער שטאָט האָמעל" שטעלס מיט זיך פאָר
אן עכטע וויסנשאפטלעכע ארבעט פון א רײַפן
עטנאָגראף, װעלכע אנטהאלט א שלאל מיט
סטאטיסטישע מאטעריאלן און אן אלזײַטיקן
פאָרשערישן אנאליז פונעם סאָציַאלן און עקאָ-
נאָמישן לעבנס-שטייגער פון דער שטאָט.
אין 1925 טרעט פּולנער ארײַן אינעם לע-
נינגראדער מעלוכישן אוניווערסיטעט אף דער
עטנאָגראפישער אָפּטײלונג פון דעם געאָגרא-
פישן פאקולטעט. דאָ באקומט ער די געהעריקע
בילדונג, װאָס איז נייטיק פאר זײַן װײַטער-
דיקער ארבעט. די זומערדיקע כאדאָשים בייסן
שטודירן אין אוניווערסיטעט האָט ער אויסגע-
נוצט אף עטנאָגראפישע עקספּעדיציעס. אין
6 יאָר פאָרט ער צו די גרוזינישע יידן אין
דער שטאָט קוטאיסי. ער איז אָפּגעװען דאָרט
4 טעג און האָט געבראכט א טאָגבוך, נאָטיצן
און באריכטן פון 300 זײַטן. אינעם באריכט
איז באשריבן: 1) די אופגאבן און צילן פון
שײַע פּולנער
דער עקספּעדיציע: 2) די געשיכטע פון די
ייַדן אין קוטאיסי: 3) די עקאַנאָמישע לאגע
און דער שטייגער זײיערער; 4) די גײַסטלעכע
קולטור; 5) די סאַָצואלע קולטור;: 6) דער
נײַער שטייגער. אין די טאָגביכער זײַנען
קימאט סטענאָגראפיש פארצייכנט געשפּרעכן,
באגעגענישן מיט אָרטיקע טוער, שטיגער-
שטריכן. איינצײַטיק װערן די באגעגענישן
אויסגענוצט אף צו זאמלען ענטפערס אף ש.
אניסקיס פראגע-בוך לויט דער ,ייִדישער עטנאַ-
גראפישער פּראָגראם".
אין 1927 קאָמאנדירט דער עטנאָגראפישער
אָפּטײל פונעם לענינגראדער מעלוכע-אוניווער-
סיטעט פּולנערן קיין װײַסרוסלאנד אין דעם
ייִדישן דאָרף זאװערעזשיע, מאָהיליאָװוער
געגנט, קעדיי צו שטודירן דעם שטייגער פון
די ייַדישׁע פּויערים. ער ברענגט פון דאָרט א
שלאל מאטעריאלן, פארשריבענע אף 475 זייטן.
די זומערדיקע כאדאָשים פון די יאָרן 1928
און 1929 האָט פּולנער פארבראכט אין גרוזיע,
אין די שטעט אָנו, דרינוואלי, קוטא;סי, טבי-
ליסי, װוּ ער האָט געפאָרשט דאָס לעבן פון
די גרוזינישע און בארג-יידן. ער האָט געי
בראכט פון די עקספּעדיציעס אן איצער פון
ווערטלעך, פאָלקס-מײַסעס, פאָלקסלידער, נאָ-
טיצן וועגן פאמיליען-ישטייגער פון די גרוזי-
נישע ייַדן. אומגעקערט זיך קיין לענינגראד,
שרײַבּט ער אָן צוויי ארטיקלען: ,גלויבונגען,
מינהאָגים און סימאָנים אין צוזאמענהאנג מיט
שוואנגערײַ, געבורט און פרוכטלאָזיקײַט בא
די גרוזינישע ייִדן" און אָבערגלויבונגען און
אָפּשפּרעכענישן באם היילן קראנקײַטן.
אין 1926, ווען פּולנער האָט נאָך שטודירט
עטנאָגראפיע אין אוניווערסיטעט, האָט ער אויך
געשאפן די אָריגינעלע ארבעט ,ייִדישע שפּריב-
ווערטער און רעדנסארטן װעגן שפּײַז" (ביז
103
איצט נאָך ניט געדרוקט). די ארבעט איז פאר.
פאסט אפן סמאך פון העכער 330 שפּריכװער-
טער און רעדנסיארטן װעגן שפּײַז. דער מא"
טעריאל איז אויסגעקליבן פון א ריי ספּעציַעלע
זאמלונגען, פון די עקספּעדיציע-נאָטיצן און פון
פּערזענלעכן ארכיוו פונעם אװטאָר. אין דעם
ארײַנפיר פּאָלעמיזירט פּולנער מיטן ענגלישן
עטנאָגראף עדוארד טײלאָר, װועלכער האָט
געשריבן, אז , מיטן גאנג פון דער געשיכטע
האָט דאָס שפּריכװאָרט ניט געביטן זײַן כאראק"
טער". אין די ערשטע צוויי קאפּיטלען פון זײַן
ארבעט אנאליזירט ער די ייַדישע שפּריכװער-
טער אין פארגלײַך מיט ענלעכע שפּריכװער-י
טער אין אנדערע שפּראכן -- העברעיש,
דײַטשיש, רוסיש, װײַסרוסיש, אוקראיניש -
און קלאסיפיצירט זיי לויט זייער אינהאלט. ער
דערװײַזט, אז פון אן ערעך 300 אזעלכע
שפּריכװערטער זײַנען 247 אָריגינעלע ייִדישע
און 58 אנטליענע בא אנדערע פעלקער. אינעם
דריטן קאפּיטל ברענגט ער די צעטיילונג פון
שפּריכװערטער לױט זיער געאָגראפישער
צעשפּרײטונג. דאָס פערטע קאפּיטל איז געוויד-
מעט דעם ספּעציפישן כאראקטער פון די יידיי
שע שפּריכװערטער, אין וועלכע ס'הערן זיך
הויפּטזאכלעך מאָטיוון פון נויט און אָרעמ-
קײַט. די שפּריכװערטער װערן קלאסיפיצירט
אין גרופּעס לויטן עטנאָגראפישן פּרינציפּ, לוט
דער טעכניק פון שפּײַזיבאארבעטונג, לוט דעם
כימישן באשטאנד פון דער שפּײַז, לױט די
דערנערונגס-פּראָצעסן.
דעם 1 יאנוואר 1920 ענדיקט פּולנער דעם
אוניווערסיטעט און באקומט א דיפּלאָם פון אן
עטנאָגראף קאווקאזיקענער. דער מאָסקװער
צענטראלער אינסטיטוט פאר פאָלקס-קענטע-
ניש אָרגאניזירט אין 1930 אן עקספּעדיציע אין
די שטעט און שטעטלעך פון װײַסרוסלאנד מיטן
ציל צו שטודירן דעם לעבנסשטייגער פון דער
דאָרטיקער ייִדישער באפעלקערונג. אלס אָנ-
פירער פון דער עקספּעדיציע װערט באשטימט
פּולנער. פון דער עקספּעדיציע האָט ער גע-
בראכט א רײַכן פאָטאָימאטעריאל, פארצייכע-
נונגען (152 זײַטן) און עקספּאַנאטן.
אין סאָף 1930 הייבט זיך אָן א װיכטיקער
פּעריִאָד אין פּולנערס טעטיקײַט, װעלכער
דויערט גאנצע זיבן יאָר. דער יונגער געלערנ-
טער װוערט באשטימט אלס פארוואלטער פונעם
ייִַדישן אָפּטײל פון דער לענינגראדער עפנט-
לעכער ביבליאָטעק אפן נאָמען פון סאלטיי
קאָווישטשעדרין. ער פירט דורך א גרינטלעכע
רעאָרגאניזאציע פון דעם יידישן אָפּטײל,
שטעלט צונויף די קאטאלאָגן, פירט דורך פּע-
ריאָדישע באראטונגען צוזאמען מיט די ייִדישע
אָפּטײילן פון די ביבליאָטעקן פון רספסר,
אוססר, ווססר. אָנהײיבנדיק פון 1934 גייט ארויס
א סספּעציַעלער ביבליאָגראפישער ביולעטעףן
פּולנער פירט א ברייטע און פארצװײַגטע
ביבליאָגראפישע ארבעט.
צו דער אקטועלער וויסנשאפטלעכער אר-
164
בעט ,ביבל;אָגראפיע פון דער ייִדישער או"
טאָנאָמער געגנט" איז פּולנער צוגעטראָטן אין
2 יאָר. אין 1925 איז פארעפנטלעכט געװאָרן
דער 1יטער טייל פון דער ארבעט (20 דרוק"
בויגן) אף ייִדיש, אוקראיניש און װײַסרוסיש,
װאָס נעמט ארום די יאָרן 1928 --- 1934.
פּולנער האָט צונויפגעשטעלט א ביבליאָי
גראפיע און א קריטישן איבערזיכט איבער דער
וויסנשאפטלעכער ארבעט אף ייִדישער שפּראכ-
קענטעניש אין ראטנפארבאנד (7 דרוקבויגן),
א ביבל;אָגראפיע פון ליטעראטור װעגן די
מיטלאזיאטישע און קאווקאזער ייִדן (20 דרוק-
בויגן).
אין סאָף 1927 גייט ער איבער אף ארבעט
אין לענינגראדער מעלוכישן עטנאָגראפישן מוזיי,
װוּ ער ווערט באשטימט אלס פארוואלטער פו"
נעם ייַדישן אָפּטײל.
דאָ שטייט אים פאָר צו שאפן צוויי עטנאָ-
גראפישע װערק: די אויסשטעלונגען ייִדן אין
צארישן רוסלאנד און אין ראטנפארבאנד" און
די מאָנאָגראפיע ,,כאסענע-מינהאָגים בא ייַדן".
אין דער אויסשטעלונג האָבן אָנטײלגענומען
די ייַדישע מאָלער און גראפיקער טאנכום קאפַּי
לאן, שלוימע יודאָװוין, טראוגאָט און אנדערע.
די גרופע ענטוזיאסטן, בעראָש מיטן פארוואל-
טער פונעם אָפּטײל, האָט פּלײַסיק געהאָרעװעט
א גאנץ אאָר. עס זײַנען געמאכט געװאָרן פיל
סטענדן, מאקעטן מיט מאנעקענען אין דער נא"
טורעלער גרייס. אף די סטענדן -- פאָטאָגרא-
פיעס, דיאגראמעס, טעקסטן, טאבעלן, צייכע-
נונגען, בילדער.
אין מארט 1929 איז די אויסשטעלונג
געעפנט געװאָרן. זי האָט געהאט א גרויסן
דערפאָלג.
פּולנערס דיסערטאציע ,כאסענע-מיהאָגים
בא ייִדן" פארנעמט אין זײַן ארכיוו 6 היפּשע
פּאפּקעס, 992 זײַטן, געדרוקטע אף א שרײַב"
מאשין. צום באדויערן, איז אומעגלעך פעסט-
צושטעלן, ווען ער האָט אָנגעהױבן צו ארבעטן
אף דער טעמע און ווען ער האָט זי פארענדיקט.
איינס איז קלאָר, אז ער האָט פיל יאָרן שטו-
דירט און געפאָרשט די כאסענע-מינהאָגים,
באארבעט אָן א שיר מאטעריאלן און געשאפן
אן אייגנארטיק װערק אין דער ייִדישער וויסג-
שאפטלעכער ליטעראטור.
אין דער דיסערטאציע זײַנען אויסגענוצט
מאטעריאלן פון דעם טאלמוד, פון דער ביבל,
מישנע. מעדראָשים, א מענגע פאָלקלאָרימאי
טעריאלן, ליטערארישע װערק, מעמוארן פון
פארשיידענע פאָרשער און פון גאנצע עקספּע-
דיציעס, די ייַדישע ענציקלאָפּעדיע, מאנו"
סקריפּטן פון עטנאָגראפן און ליטעראטן (יאראָ-
שעוויטש, גובניצקי, גאָטלאָבער, לעואנדא,
שאָלעם-אלייכעם, ווילענסקי, טאלאלײַ, שפּילי
בערג, באָגראָוו, פּאפּערנא און אנד.).
עס װערן אין דער דיסערטאציע אלזײַטיק
און גענוי באלויכטן מינהאָגים, שטייגעריגע-
וווינשאפטן, פאראָרדענונגען, דינים, גלויבונגען,
וועלכע האָבן א שײַכעס צו כאסענעס בא ייָדן,
אָנהײבנדיק פון די ביבלישע צײַטן און ביז
דער הײַנטיקער צײַט. דאָס װערק פארנעמט
7 זײַטן אף רוסיש און טײלװײַז אף ייָדיש.
עס זײַנען אויך געבליבן ניטיפארעפנטלעכט
מער פון 100 דרוקבויגן ווערטפולע עטנאָגרא-
פישע מאטעריאלן, וועלכע שײַע פּולנער האָט
צונויפגעקליבן.
אייניקע מוסטערן פון ייִדישע שפּריכװערטער
און רעדנסארטן
וועגן שפּײַז, געזאמלטע פון ש. פּולנערן
פא ר װײַ סן--מיט איין איי קאָן מען א גאנצע
שיסל באָרשטש פארװײַסן.
גיסן--גיס ניט ארויס דאָס אומריינע ואסער,
קאָלזמאן דו האָסט ניט קיין ריינס. (ואריאנט:
מע זאָל דאָס אומריינע ניט אויסגיסן, ביז דאָס
ריינע קומט ניט צו פליסן).
שיטן-- שיט מעל און גיס וואסער.
-- ער שיט זאלץ אף די װוּנדן.
מאכן--ער מאכט גאלקעס (װעגן איינעם, װאָס
האָט ליב מאכן א קויסע).
א ר ײַ נ ל יי גן-- דעם גאנצן קעז לייגט מען ניט ארײַן
אין איין קרעפּל.
קרופּניק--אז קרופּניק איז אן אכילע, אין כאנ-
דרעווקע א קעהילע. (כאנדרעווקע--א נאָמען
פון א קליין שטעטעלע).
-- װער עס קלאָגט, װאָס דער קרופּניק איז ביי
טער, און װער עס קלאָגט, װאָס די פּערל זײַי
נען שיטער.
האָב ער-- דער האָבער שטעכט אים.
-- ער קויפט בא א גאנדז האָבער.
מעל--אז די מױז איז זאט, איז די מעל ביטער.
קלײַען--אז מע לײגט זיך אין קלײַען, שלעפּן
אוועק די כאזיירים.
ברויט--ריבוינעשעלוילעם, גיב מיר ברויט, אזוי
לאנג איך האָב ציין.
-- אז מע האָט ברויט, זאָל מען קיין לעקעך ניט
זוכן.
-- ברויט אָן פּאָװידלע קאָן מען עסן, פּאָװידלע
אָן ברויט אוואדע.
-- צום ברויט געפינט מען שוין א מעסער.
-- פאר ברויט אנטלויפט מען ניט.
-- ברויט אונטערוועגנס איז קיין מאסע ניט.
-- אז מע האַט ניט קיין ברויט, איז ערגער, וי
דער טויט.
-- מיט געבראכטן ברויט איז מען אומעטום א
גוטער אוירעך.
-- קלוג, װוי א הייס ברויט.
-- קערט זיך איבער א לעבל ברויט --א סימען,
אז ס'וועלן קומען געסט.
-- אז דאָס ברויט פאלט מיט דער פּוטער אראָפּ--
א סימען, אז די קאלע איז הונגעריק.
-- פרעמד ברויט רײַסט אין האלדז.
-- ער בעט אף א שטיקל ברויט און מיינט גאָר
א טרונק בראנפן.
קרויט - קרויט פילט די הויט.
-- א נאר וואקסט ווי אין קרויט ארלַן.
צוקער-װוּ מע דארף האָבן צוקער, דארף מען
ניט קיין זאלץ.
-- זײַ ניט צו זיס, מע זאָל דיך ניט אופעסן. זײַ ניט
צו ביטער, מע זאָל דיך ניט אױסשפּײַען
טאבעק--א שמעק טאבעק איז איך א
לעס'כעסעד.
כ אל ע -- איבער אן אָנגעהױבענער כאלע איז ניט
גוט צו מאכן קיין האמויצע.
-- די גאנצע כאלע גייט אװעק אף האמיצע.
-- עס ניט די כאלע פאר דער האמויצע.
טשאָלנט- אין א טשאָלנט און אין א שידעך
קוקט מען ניט צופיל ארײַן.
קוגל --דער קוגל ליגט אים אף דעם פּאָנעם.
-- דער קוגל וויינט, און מיר קװועלן.
מאצע--אף מאצע און אף טאכריכים מון זײַן
-- מאצע און װײַן מוזן זײַן, שמאלץ און איי-
ער -- ניט זייער.
הון--א הון איז גוט צו עסן זאלבאנאנד, איך און
די הון.
פיש-- פון דעם גרעסטן קארפ קאָן מען האָבן נאָר
איין קארפּן-קאָפּ. :
הערינג- צו א הערינג באדארף מען קיין זאלץ
און צו גריוון -- קיין שמאלץ.
מילכיקס--דאָס בעסטע מילכיקס אין די נײַן
טעג איז דאָך א שטיקל פלייש.
ה אָנ יק -- װוּ האָניק, דאָרט פליגן.
אײער--נעכטן א פייגעלע, הײַנט אן אייעלע.
-- גליטשיק, וי אן איי.
-- די אייער זײַנען טאקע קליגער פאר די הי"
נער, נאָר זיי װוערן באלד פארשטונקען.
-- ער באגייט זיך מיט אים, װווי מיט א רוי איי.
עסן--װער עס עסט אף דער גאס, קאָן קיין איי-
דעס ניט זאָגן.
-- עס דיך אָן, איידער די קליינע קינדער קומען
אָן, טו זיך אָן, איידער די גרויסע קומען אָן.
-- האָסט ניט װאָס צו עסן? עס בולקע מיט פּו-
טער.
-- בא דעם עסן קאַן מען קוים דעם הונגער פאר-
געסן.
גמי-
| צו אונדזער
| קינסטלערישער |
בײַלאגע 6
גריגאָרי פּערקעלס
אי אונדזער קינסטלערישער בײַלאגע פארעפנט-
לעכן מיר אין הײַנטיקן נומער רעפּראָדוקציעס פון
די נײַע ארבעטן פונעם מאָסקװער קינסטלער גרי'
גאָרי פּערקעל, וועלכער איז שוין באװוּסט דעם ליי-
ענער פון ,סאָװעטיש היימלאנד" לט די ליטאָ-
גראפיעס אף דער טעמע פון שאָלעם-אלייכעמס
װוערק. דעם קינסטלערס נײַע בילדער האָבן מיר גע"
נומען פון זײַן אלבאָם, וועלכער שליסט אײַן ליטאָ-
גראפיעס צו ל. נ. טאָלסטאָיס ,מילכאָמע און שאָ-
לעם" און רעפּראָדוקציעס פון קאָסטיומען צום ספּעק-
טאקל ,דער פארקישעפטער שנײַדער" אין דער
שטעלונג פונעם מאָסקװער ייַדישן דראמאטישן אנ-
סאמבל.
מיר האָבן געבעטן דעם קינסטלער ענטפערן אף
עטלעכע פראגעס.
-- װאָס קאָנט איר אונדז דערציילן װעגן אײַער
ארבעט איבער די איליוסטראציעס צו ל. נ. טאָל-י
סטאָיס , מילכּאָמע און שאָלעם"?!
-- די קאָמפּליצירטקײַט פון אָט דער טעמע איז
באשטאנען אין דעם, װאָס איך האָב געשטעלט פאר
זיך א ציל ניט סטאם אין טראדיציאָנעלן סטיל איליר"
סטרירן דאָס דאָזיקע װערק (דאָס האָבן שוין געטאָן
א סאך קינסטלער), נאָר דעריקער -- איבערגעבן טאָל-
סטאָיס געדאנק דורך נײַע קאָמפּאָזיציאָנעלע און
פּלאסטישע מיטלען. דערגרייכן דעם דאָזיקן ציל קאָן
מען בלויז דורך דער ליטאָגראפיעיטעכניק, װעלכע
גיט א מעגלעכקײַט אויסצונוצן איינצײַטיק סײַ די
פּען, סײַ דעם בלײַער, סײַ דאָס פּענדזל. פון די 12
בויגנס אין מײַן טאָלסטאָאלבאָם זײַנען אין דער
קינסטלערישער בײַלאגע פאָרגעשטעלט דרײַ. אָט,
לעמאָשל, די טעמע ,דעם גראף בעזוכאָווס טויט".
אינעם ראָמאן איז דאָס איינער פון די עפּיזאָדן, אין
וועלכע טאָלסטאָי באװײַזט די אנטװויקלונג פון די
כאראקטערס פון זײַנע העלדן און טײלװײַז-- דעם
לעבנשטייגער פונעם מאָסקװער אדלטום. איבערגעבן
גראפיש די דאָזיקע מאָמענטן, ניט ארײַנפאלנדיק
אין שטייגערישילדערונג, אין פּראָסטן נאטוראליזם,
איז אומעגלעך. זייער וויכטיק איז געװען צו בא"
װײַזן גופע דעם באגריף טויט, װײַל טאָלסטאָי רעדט
אָפּט װעגן דעם טאָך פון לעבן און טױט. דעריבער
האָב איך געשטרעבט מיט קינסטלערישע מיטלען
איבערגעבן אָט דעם איבערגאנג פונעם רעאלן אין
גאָרנישט --.צעשטערן" אלץ, װאָס רינגלט ארום
דעם גויסעס, אויסטײילנדיק דערבײַ דאָס, װאָס ער
זעט רעאל פאר זיך אין דער לעצטער רעגע: דעם
פלאם פון דער ליכט.
נײַע ליטאָגראפיעס
די ליטאָגראפיע , אאוסטערליץ" שפּיגלט אָפּ דעם
איקער-עפּיזאָד פון דער גאנצער עפּאָפּייע, וועלכער
איז פול מיט סוזשעטישער, אידיייישער, עמאָציאָנע-
לער אָנגעלאָדנקײַט, מיט אים הייבט זיך אָן דער
ראָמאן, דורך אים דריקט טאָלסטאָי אויס א גאנצע
פילאָסאָפישע סיסטעם. אאוסטערליץ - דאָס איז די
מאפּאָלע פונעם אינדיווידואליזם, דער טריומף פון
אײיביקײַט איבער נישטיקײַט, וועלכע מאסקירט זיך
אונטער פאלשער גאדלעסדיקײַט. ליגנדיק א שווער-
פארװװוּנדעטער אפן אאוסטערליצער פעלד, פילט אנ-
דריי מיט אלע זײַנע כושים די קלײנלעכקײַט און
טריװיַאלקײַט פון זײַן לעבן אין פארגלײַך מיטן דער-
הויבענעם און גרויסארטיקן אידעאל, װי אויך די
נישטיקײַט פון נאפּאָלעאָנען. איך האָב געשטרעבט
אויסדריקן אין מײַן ליטאָגראפיע אָט דעם קאָנטראסט.
-- וויַאזוי פילט איר אויס אײַער ארבעט טעכניש!
-- צו מײַנע קאָמפּאָזיציעס מאך איך ניט קיין שום
עסקיזן, קיין צייכענונגען פון דער נאטור, איך שטו-
דיר ניט עטנאָגראפישע מאטעריאלן אדגל. קוידעמ"
קאָל דארף איך דערפילן דעם אינערלעכן טאָך, דער
זען די דערשײַנונג, וועלכע איך קלײַב זיך באװײַזן.
-- און ויַאזוי זײַט איר געקומען צו דער ארבעט
אין טעאטער?!
-- אייגנטלעך, איז ,דער פארקישעפטער שנײַי
דער" מײַן ערשטע ארבעט אין טעאטער. דער רע-
זשיסער פונעם ספּעקטאקל האָט אין א שמועס מיט
מיר אונטערגעשטראָכן, אן דאָס איזן א ספּעקטאקל
פון מאסקעס, א מיוזיקל -- דער קאָסטיום פון יעדן
פּערסאָנאזש דארף אויסדריקן א קאָנקרעטן מענטש-
לעכן כאראקטער. אָט דאָס טאקע האָט מיך פארינ-
טערעסירט, און כ'האָב זיך גענומען פאר דער אר"
בעט. א טייל פון די דאָזיקע קאָסטיומען רעפּראָדו-
צירן זיך אין דער בײַלאגע. דער ספּעקטאקל האָט
געהאט דערפאָלג, און איך בין גליקלעך, װאָס איך
בין צוניץ געקומען דעם ייַדישן דראמאטישן אנ"
סאמבל מיט מײַן ארבעט.
-- ענדלעך, א טראדיצ!אָנעלע פראגע: אײַערע
פּלענער אף װײַטער?
-- איצט האָב איך בעדייע אָפּגעבן מער אופמערק-
זאמקײַט דער מאָלערײַ-יקונסט. איך האָב אויך גע-
מאכט א פאָרשלאָג דעם פארלאג ,כודאָזשעסטוװוע-
נאיא ליטעראטורא" צו איליוסטרירן די מאטאָנע-
אויסגאבע פון שאָלעם:אלייכעמס א באנד אויסגע-
וויילטע װערק, דעהײַנע: מאכן פערציק ליטאָגרא-
פיעס צו פערציק דערציילונגען פונעם גרויסן ייַדישן
קלאסיקער.
יט
106
אן ארטיקל אין א רוסישער זאװואָד-
צײַטונג
כאָשעװוער כאווער רעדאקטאָר!
אין דער צײַטונג ,זא טיאזשאָלאָע
מאשינאָסטראָיעניע", וועלכע דערשײַנט
אפן סװוערדלאָווסקער אוראלמאשזאואָד,
איז פארעפנטלעכט אן ארטיקל וועגן דעם
װעטעראן פון דער פאַטערלענדישער
מילכאָמע, דעם דאָקטער יויסעף װײַני
טרוב. מיר דוכט, אן עס האָט א זין
איבערצודרוקן דאָס ארטיקל אין אונד'
זער זשורנאל ,סאָװועטיש היימלאנד".
ל. מאָגינשטיין, סװערדלאָווסק
דער דאָקטער, װואָס האָט אים
געראטעוועט דאָס לעבן
די פראגע איז געווען אן אומגעריכטע. דער
דאָקטער, ניט פארשטייענדיק גלײַך, וועגן װאָס
מע פרעגט אים, האָט פּאמעלעך אופגעהויבן די
אויגן אפן פּאציִענט. נאָר איידער באטראכטן
דעם קראנקן, האָט ער א װײַלע אים דורכגענו-
מען מיטן בליק: וועגן װאָס האָט מען אים גע-
פרעגט? אך, יאָ, טיכווין, דער מעדסאנבאט אין
מאָנאסטיר. וויפל זשע יאָרן זײַנען דורכגעגאנ-
גען?
מיט אינטערעס קוקט זיך אײַן דער דאָקטער
אין זײַן פּאציַענט, וועלכער זיצט אנטקעגן אים.
עפּעס א באקאנט פּאָנעם, נאָר ס'איז שװער,
זייער שװוער צו דערקענען אין דעם שוין בא-
יאָרטן פולבלעכן מענטשן יענעם יונג אין דער
מיליטערישער שינעל, װעמען ער האָט אמאָל
געראטעוועט דאָס לעבן. וויפל אזעלכע יאטן
זײַנען געלעגן אף זײַן אָפּעראציע-טיש אין יענע
אומרויִקע יאָרן!
דער דאָקטער קוקט אפגיך דורך דאָס ער-
שטע זײַטל פון דער קראנקײַטיליסטע: ,פּע-
טשאָנקין פעאָדאָסי פיאָדאָראָװיטש, הויפּט-אינ-
זשעניער פון דעם אויסערלעכן מאָנטאזש-צעך".
פּעטשאָנקין... אים דוכט זיך, אז ער גע-
דענקט אָט די פאמיליע.. צוויי מענטשן, ווע-
מענס לעבנסיוועגן עס האָבן זיך איבערגע-
(+)
די פּאָװשט פוןן,,
קרייצט אין די , פערציקער גרויזאמע", זיצן
איינער לעבן צווייטן,
...דערצאָרנטע פון זייערע דורכפאלן, האָבן
די פאשיסטישע כאיאָלעס זיך געריסן צו טיכ-
ווין, קעדיי ארויסגיין צום טײַך סוויר. זיי האָבן
ארײַנגעפירט אין שלאכט נײַע טאנקען און מאַ-
טאָריזירטע קאָלאָנעס, שטרעבנדיק װאָס גיכער
פארענדיקן די פולע אומרינגלונג פון לענינ-
גראד.
אין באשטאנד פון אונדזער מיליטער איז
געווען א מעדיצינישער וװזװאָד, וועלכער האָט
זיך פארְטײַיעט הינטער די שטיינערנע ווענט פו-
נעם טיכווינער מאָנאסטיר. אָן אופהער, קימאט
קײַלעכדיקע מעסלעסן, האָבן געטאָן זייער העל-
דישע ארבעט די פראָנט-כירורגן. איין אָפּערא-
ציע נאָך דער צווייטער. באטאָג און באנאכט.
בעראָש פון אָט דער גרופּע איז געשטאנען דער
מאיאָר פון מעדיצינישער אמט יויסעף אברא-
מאָוויטש װײַנטרוב.
ווען ס'איז געװאָרן אומעגלעך צו ארבעטן
אין מאָנאסטיר, האָט די גרופּע זיך איבערבא-
זירט אין דער מיזרעכדיקער פאָרשטאָט פון
טיכווין, אין א ציגלנער צװײישטאָקיקער שול-
געבײַדע.
קיין מעדסאנבאט איז שוין ניט געווען, ס'איז
אויסגעקומען אים איבערפירן אין הינטערלאנד,
נאָר א טייל פון אים ---'א פאַרפּאָסט -- איז פאר-
בליבן אינעם ראיאָן פון די שלאכטן.
ס'איז געווען יאָמטעװו, דעם אכטן נאָיאבער
1. דער סוינע האָט, װײַזט אויס, בעקיוון גע-
װאָלט פארשטערן דעם אָקטיאבעריאָמטעװ,
און װי א לאווינע האָט די פאשיסטישע פּעכאַ-
טע, באגלייט פון מאָטאָציקליסטן, זיך אָנגע-
װאָרפן אף טיכווין.
זי זײַנען געקומען פון מײַרעו, און אף דער
מיזרעכדיקער זײַט פון דער בײַשטאָט, אפן
צווייטן שטאָק פון דער שול-געבײַדע, זײַנען
געלעגן פארװוּנדעטע סאָלדאטן און אָפיצערן.
מע האָט געדארפט װאָס גיכער זיי איבערפירן
אין הינטערלאנד. נאָר ויָאזוי? און װוּהין! דער
מאיאָר האָט אָפּגעגעבן א באפעל די שאָפערן
פון די סאניטאר-מאשינעס, זיי זאָלן אױסשפּירן
דעם וועג. אָבער זיי האָבן זיך אומגעקערט מיט
ניט קיין פריילעכע נײַס: גלײַך נאָך דער בײַ-
שטאָט איז אן אָפן פעלד, א וװועלדל זעט זיך
נאָר אפן האָריזאָנט.
167
קורץ איז געווען די באראטונג פון דעם מע"
דיצינישן פּערסאָנאל. דערקלערנדיק די אומ-
שטענדן, האָט דער מאיאָר געזאָגט:
-- די לאגע איז א קלאָרע און א פּאָשעטע,
אװוטאָמאשינעס זײַנען בא אונדז נאָר אכט, פאר-
װוּנדעטע -- העכער הונדערט, א סאך פון זי
קאָנען נאָר ליגן... קומט אויס, אז פאר אונדז,
מעדיקער, זײַנען קיין ערטער ניט פאראנען אין
די מאשינעס.
ער האָט א קוק געטאָן אף די פארשווארצ-
טע, מידע פון שלאָפּלאָזע נעכט פּענעמער פון
זײַנע כירורגן, סאניטארן, מעדיצינישע שוועס-
סטער... און איבערגעלייענט אין זייערע אױיגן
דאָס, װאָס ער האָט דערווארט.
-- איך האָב געקאָנט אָפּגעבן א באפעל, נאָר
איך זע, אז דאָס איז איבעריק. איר פארשטייט
אזוי אויך גוט. פאר אונדז איז נאָר איין וועג --
צופוס.
אינעם נאכט-כוישעך האָט זיך אָנגעהויבן די
שנעלע עוואקואציע. א קאנאָנאדע האָט זיך גע-
הערט פון אלע זײַטן. פארשײידנקאָליריקע רא"
קעטעס האָבן געלויכטן פון דער הייך, פון זיי-
ער שײַן האָט מען זיך באדארפט אויסבאהאלטן
װאָס גיכער.
דאָס פארשנייטע פעלד, א באלויכטנס פון
לעװאָנעישײַן, האָט שעמערירט. דעם מאאאָר
און זײַנע כאוויירים האָט זיך געדאכט, אז דאָס
פעלד איז אומענדלעך. די פיס האָבן געזונקען
אין ווייכן, קימאט א מעטער די טיף, שניי. די
קעלט האָט קיינעם ניט געשאנעװעט - בייזע
פרעסט זײַנען געשטאנען אין יענעם ווינטער.
װוּ אָנגעבױגן, װוּ פּױזענדיק, לאנגזאם, זייער
לאנגזאם, נאָר אָן אן איבערײַס, האָבן די
מענטשן זיך וי אײַנגעשניטן אין דער ווינטער-
דיקער נאכט. זיי האָבן אונטערגעהאלטן איינער
דעם צווייטן, געהאָלפן די מידע... ניט אלע זײַ-
נען אריבער דאָס פארשנייטע פעלד. פיר
מענטשן זײַנען געבליבן ליגן אין שניי -- אומי
געקומען פון דעם סוינעס קוילן. די איבעריקע
האָבן פארטאָג דערגרייכט צום וואלד. ער האָט
זיי ארײַנגענומען אין זײַנע אָרעמס, דער לִלַ-
בלעכער רוסישער וואלד, געהאָלפן זיך בא-
האלטן פונעם פאשיסט, איבערכאפּן דעם אָטעם.
זיי זײַנען געגאנגען װײַטער און װײַטער, און
דורכמאכנדיק א קילאָמעטער פערציק, מיזרעכ-
דיקער פון טיכווין, אינגאנצן אויסגעמאטערטע,
האָבן זי געפונען דעם מעדסאנבאט. אהין האָבן
1605
נאָך פריער זיך דורכגעשלאָגן אלע אכט סאני-
טאר-אװוטאָמאָבילן מיט די פארװוּנדעטע.
פאר ראטעווען א גרויסע צאָל פארװוּנדע-
טע סאָלדאטן און אָפיצערן, פאר העלדנמוט און
אנטשלאָסנקײַט אין שלאכט-אומשטענדן איז
דער דאָקטער װײַנטרוב באלוינט געװאָרן מיטן
אָרדען פון רויטן שטערן.
אין די יאָרן פון דער מילכאָמע האָט דער
דאָקטער יויסעף אבראמאָוויטש װײַנטרוב גע-
מאכט א סאך אָפּעראציעס. נאָר אָט די ,אָפּע-
ראציע", וועלכע ער האָט דורכגעפירט, אזוי צו
זאָגן, אָן א סקאלפּעל, איז געווען, װײַזט אויס,
איינע פון די ויכטיקסטע אין זײַן לעבףן
דעמלט, אף דער פראָנט-ליניע, איז ער ארײַנ-
געטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּארטײ.
ס'האָט זיך געצויגן די מילכאָמע, ס'האָבן זיך
געביטן די מעדסאנבאטן און שפּיטאָלן --און
דער הויפּטיכירורג האָט אומעטום אויסגעפילט
זײַן װויכטיקע פליכט. ער איז באערט געװאָרן
מיט דער העכסטער באלוינונג פון אונדזער
היימלאנד --מיט דעם לעניךאָרדען. פינף
שלאכט-אַרדענס און עטלעכע מעדאלן טראָגט
ער אף זײַן ברוסט. פארענדיקט דעם רומפולן
שלאכטיוועג האָט ער אין בערלין, שוין אלס
פּאָלקאָװניק פון מעדיצינישער אמט.
אף דעם אוראלמאשזאװאָד איז אלעמען בא-
װוּסט יויסעף אבראמאָוויטש װײַנטרוב --דער
כירורג פונעם שפּיטאָל נומער 14, דער פאר-
וואלטער מיט אן אָפּטײיל אין דער זאװאָדישער
פּאָליקליניק. בא אים זײַנען געניטע הענט און
א שארף אויג. ער איז בארײַכערט געװאָרן מיט
א קאַלאָסאלער פּראקטיק אין די מילכאָמע-יאָרן.
מענטשן גייען צו אים מיט זייערע קראנקײַטן
און ווייטעקן און צווייפלען ניט, אז ער װעט
טאָן אלץ, קעדיי אומקערן זיי דאָס געזונט--
אזוי, װי ער האָט אמאָל אויסגעהיילט סאָלדאטן
און אָפיצערן, אומקערנדיק זיי אין די רייען פון
די פארטיידיקער פונעם היימלאנד.
ניט װײַט פון דער פּאָליקליניק, אין איינעם
פון די זאװאָדישע צעכן, ארבעט פעאָדאָסי פיאָ-
דאָראָװיטש פּעטשאָנקין, וועלכער האָט דורכ-
געמאכט די ניט גרינגע מילכאָמע-װעגן. דאָ מי-
ען זיך צענדליקער און הונדערטער פראָנטאָ-
וויקעס, און אָפט, אומדערווארט, קומען פאָר אָט
אזעלכע צופעליקע באגעגענישן, װאָס ועגן
איינער פון זיי האָבן מיר דאָ דערציילט.
ס. מאלער
נײַע איבערזעצונגען פון שאָול טשערניכאַווסקיס לידער
טײַערע רעדאקציע!
עס איז מיר געפעלן דער אויפן, וויאזוי ,סאָוועטיש היימלאנד"
דערמאָנט פארשטאָרבענע שרײַבער: אמאָל מיט אן ארטיקל װעגן
דער שאפונג פונעם שרײַבער, אן אנדערס מאָל מיט זײַנס א װײניק
באקאנט וװערק. ווען די רעדאקציע האָט אין איינעם פון די נומערן
פונעם זשורנאל, באפרידיקנדיק די באקאָשע פון א ליענער, פאר'
עפנטלעכט א ציקל לידער פונעם פארגעסענעם דיכטער לֵייב נײַדוס,
האָט עס בא מיר פּערזענלעך פארפולט א גרויסן דערקענטעניש:
בלויז.
אצינד קום איך צו אײַך מיט נאָך א באקאָשע -- איר זאָלט אָפּדרוקן
עטלעכע נײַע איבערזעצונגעןפון דעס העברעישןפּאָעט שאָול טשער"
ניכאָווסקי, וועמענס 100:יאָריקער יוביליי עס ווערט אָפּגעמערקט.
שאָול טשערניכאַװסקי
מ. װואלדמאן, כארקאָוו.
אוב אנלהב
לאכן לאכסטו פון מײַנע כאלוימעס,
איך, דער טרוימער, רעד צו דיר הײַנט,
לאך פון מיר, װאָס איך גלייב אינעם מענטשן,
װאָס אויך אין דיר איך גלייב, מײַן פרײַנט.
װײַל מײַן נעשאָמע, װאָס לעכצט נאָך פרײַהײַט,
דעם גאָלדענעם קאלב ניט פארקויפט איך האָב,
גלייב איך אין גײַסט פונעם שטאָלצן מענטשן,
װאָס גייט אף דער ערד מיט פארהויבענעם קאָפּ.
דער גײַסט װעט צערײַסן די קייטן פון ניוועץ,
דערהייבן דעם מענטש, װאָס די צוקונפט בויט,
מער שטארבן פון הונגער
עס װועט ניט דער קאפּצן, :
פרײַהײַט -- דער זעל,
און דעם אָרעמען -- ברויט.
לאך, וי דיר ווילט זיך,
װאָס כ'גלייב אין פרײַנטשאפט,
כ'גלייב, אז געפינען איך װעל א הארץ --
א הארץ, פּונקט װוי מײַנס,
װאָס מיט האָפענונג פול איז,
װאָס פילן קען גליק און אויך פילן שמארץ.
יאָ, אין דער צוקונפט דער ליכטיקער גלייב איך,
אפילע -- זאָל זײַן, אז נאָך װײַט איז צו טאַג,
קומען דאָך װעט ער, און אָפּגעבן שאָלעם ---
א ברייטן, געבענטשטן װועט פאָלק צו פאָלק,
אופבליִען אויכעט מײַן פאָלק װעט ווידער,
אופשטיין עס װעט אף דער ערד א דאָר,
אײַזערנע קייטן צעשמעטערן װועט ער,
שײַן פאר די אויגן דערזען װעט ער קלאָר,
לעבן און ליבן, אופטאָן און שאפן
דאָ, אף דער ערד, װעט דער נײַער דאָר,
ניט אין כאָלעם און ניט אפן הימל --
אלץ, װאָס דאָס לעבן אים גיט אין דער װאָר.
א נײַע ליד װעט זינגען דער דיכטער,
וועמענס הארץ איז צו שײינקײַט וואך,
אים, דעם יונגן, פון קייווער מײַנעם
א קראנץ װועט מען קלײַבן מיט קווייטן א סאך,
פריילעך געווען כ'בין א גאנצן פרימאָרגן,
און אפדערנאכט כ'האָב געיאָמערט אין פּלאָגן.
פרעגט מען;
,פארװאָס דו באוואשסט זיך מיט טרערן?"
ענטפער, מײַן טײַבעלע, װאָס זאָל איך זאָגן?
זאָל איך זיי זאָגן, אז האָסט מיר געשוווירן,
אין איײיביקער ליבע געשוווירן זיך נעכטן,
און אפדערנאכט כ'האָב געטראָפן דיך טאנצן
פריילעך-פארשײַט מיט אן אנדער באשערטן?
זאָגן, אז ביטער איז מיר אפן הארצן --
װעט מען א גלעזל מיט װײַן מיר שטעלן.
זאָגן, אז ס'האָט מיך פארלאָזט מײַן געליבטע --
לאכן מע וועט: , שיינע אויגן דען פעלן?"
ניין, ניט די לידער, װאָס כ'האָב דיר געשריבן,
זײַנען א שאָד מיר -- איך קאָן זיך דיר שווערן,
נאָר די נעשאָמע, זי בענקט נאָך די אויגן,
װאָס זיי צו קושן כ'האָב ליב געהאט גערן.
169
בענקשאפט
קערט צוריק מיר אום מײַן קינדהײַט,
צײַט פון זינגען, וועלט מיט פריידן,
פעלדער -- גאָלד, און הימלען ריינע,
טעג פון גלויבן, טעג אָן ליידן.
וויפל צויבער, וויפל פארבן!
קערט מיר װידער אום די טרוימען,
װאָס דאָס הארץ האָט אויסגעוועבט זיי
און פארפלאנצט פון קישעף זוימען.
יענע צײַט, ווען ניט נאָך אויגן
שיינע בין איך נאָכגעגאנגען -
נאָך דער פרילינג-זון, װאָס האָט מיך
קישעף-מײַסעדיק געפאנגען.
קערט מיר אום די שיינע לידער,
מײַנע פרײַנט מיט ריין געוויסן,
יוגנט-צײַט, ווען ס'פלעגט געלעכטער
פונעם פולן הארץ זיך גיסן.
צײַט פון ערשטע טריט, ווען ברויזן
פלעגן, װוי א קוואל, געפילן,
ווען מיט האָפענונג די זעל האָט
אויסגעטרוימט די העכסטע צילן,
קערט מיר אום אויך מײַנע טרערן --
זײַן זי װעלן מײַן נעכאָמע,
ווען דער גלויבן איז אנטרונען, --
שמערצן טאָטשען די נעשאָמע.
קער זיך אום, מײַן קינדהײיט-פרילינג,
אומרויק, װי דער פרימאָרגן!
-.נאָר צי אופבליען אף פּוסטקײַט
קען די ערד, װאָס איז פארדאָרבן?!
ייִדיט--כ. ביידער
א גרוס פון לאָסיאנדזשעלעס
כאָשעװוע פרײַנט פון רעדאקציע ,סאָוועטיש
היימלאנד"!
איך האָב גרויס פארגעניגן דערפון, װאָס
איך שאף מוזיק צו די לידער פון די סאָוועט-
שע יידישע דיכטער.
איך וויל האָפּן, אז איך װעל נאָכאמאָל אינ"
גיכן האָבן די געלעגנהײַט צו באװכן אײַער
װוּנדערלעך גרויס און שיין לאנד און װידער
זײַן צוגאסט אין אײַער רעדאקציע.
פאר די לעצטע פּאָר יאָר האָב איך אָנגע"
שריבן מוזיק צו די לידער פון שיקע דרין--
,א ניגנדל", ארן ווערגעליס-- א טרער", אי
ציק פעפער-- איך זע אײַך בא פלאמען פון
שײַטער", פערעץ מארקיש --,צ1 די פולע
קוואלן", מוישע טייף--;,אלע פעלקער זײַנען
ברידער", מענדל ליפשיץ --, צום גרויסן פּאָעט
פּושקין" און אנדערע.
מיט דערעכערעץ--
אלבערט ביטער,
לאָס-אנדזשעלעס
170
בראָניק,
ביראָבידזשאנער נײַס
א לעקציע-קאָנצערט
אין ביראָבידזשאנער קולטור"
פּאלאץ איז פאָרגעקומען א קאָנ"
צערט פונעם לאורעאט פון דעם
אלפארבאנדישן קאָנקורס פון עס-
טראדע-ארטיסטן, איינעם פון די
עלטסטע פּעדאגאָגן-דאָמריסטן פו"
נעם מאָסקװער אינסטיטוט אפן
נאָמען פון די גנעסינס רודאָלף
בעלאָוו. מיט אן ארײַנפיר-װאָרט
צום קאָנצערט איז ארױיסגעטראָטן
די באקאנטע פּיאניסטקע עלעאָ-
נאָרע קירילאָווסקאיא. זי האָט
דערציילט די צושויער וועגן דער
אױסטערלישקײַט פון דעם אלטן
מוזיקאלן אינסטרומענט, מיט דער
הילף פון װעלכן די רוסישע
פאָלקס-שפּילער סקאָמאָראָכן
פלעגן אויסדריקן די ליידן און
פריידן פונעם פאָלק, דעם סאָציי
אלן פּראָטעסט פון די עקספּלוא-
טירטע קעגן די עקספּלואטאטאָרס.
דערפאר האָבן אין !עא יאָרהוג"
דערט, לעמאָשל, די מאכטהאָבער
צונויפגעקליבן באם פאָלק אלע
דאָמרעס און זיי פארברענט.
א נײַ לעבן האָט באקומען דער
אלטער סטרונע-אינסטרומענט אין
סאָף פונעם א/} יה., נאָך דעם וי
דער בארימטער מוזיקער אנדריי
אנדרייעוו האָט געגרינדעט דעם
ערשטן אָרקעסטער פון רוסישע
פאָלקס-אינסטרומענטן.
אין דעם האָבן זיך איבערצײַגט
די ביראָבידזשאנער ליבהאָבער
פון מוזיק, הערנדיק רודאָלף בע-
לאָװוס סאָלאָ-קאָנצערט אונטערן
אקאָמפּאנעמענט פון עלעאָנאָרע
קירילאָווסקאיא, אין װעלכן עס
האָבן געקלונגען פיל רוסישע
פאָלקס-געזאנגען, וי אויך אזעל-
כע קאָמפּליצירטע װערק, װי שאָ-
סטאקאָוויטשעס ,א שפּאס", פּא-
גאניניס ,װענעציאנער קארנא-
וואל" אא.
די װאָך פון בריוו
װי באװוּסט,. האָט דער צו}
קאָנגרעס פונעם אלועלטלעכן
פּאָטשטיפארבאנד רעקאָמענדירט
אין 1957, אז די לענדער -- מיט-
גלידער פונעם פארבאנד זאָלן
יעדן יאָר דורכפירן א ,װאָך פון
בריוו". די דאָזיקע איניציאטיו
האָט באװיליקט די אָרגאניזאציע
פון די פארייניקטע נאציעס. בא
אונדז אין לאנד איז ,די װאָך פון
בריוו" געװאָרן אן אייגנארטיקער
דורכקוק פון דער ארבעט פון די
פארבינדונגס-אָרגאניזאציעס.
אין דער ייַדישער אװטאָנאָמער
געגנט איז הײַנטיצױיטאָג אין יעדן
דאָרף און ייַשעװ פאראן א
פּאָטשט-אָפּטײלונג. װאָס אין שיַי
עך די ויניק-באפעלקערטע
פּונקטן, װערן זיי באדינט דורך
באוועגלעכע פארבינדונגס-אָפּטײ-
לונגען אף אװטאָמאשינעס.
פאר די יאָרן פונעם נײַנטן פינפ-
יאָר זײַנען אין דער געגנט אויס-
געבויט געװאָרן 10 נײַע און רע-
קאָנסטרױַרט געװאָרן העכער 20
אלטע געבײַדעס פון די פארבינ-
דונגס-אָפּטײילונגען, דערונטער אין
די דערפער וואלדהיים, ביראָפעלד,
פּאשקאָװאָ, באבסטאָװאָ, לעניג"
סקאָיע, נאגיבאָװאָ, אינעם ייִשעװ
בירא.
געשאנקען פון דער טײַגע
די װאָרצלען פונעם טײַגעיגע-
וויקס עלעוטאָראָקאָק שטעלן מיט
זיך פאָר א ווערטפול רוווארג
פאר דער פארמאצעוט-אינדוסטי
ריע. מער פון צוויי טאָן אזעלכע
װאָרצלען האָבן האיאָר פארגרייט
די טוער פון דער אָבלוטשיער
מעלוכישער געװוערב-ווירטשאפט.
די וואלדציכטלער פון דער
ווירטשאפט פארגרייטן אויך טי
געייאגעדעס, זריִע-קנאָספּן פון
דער אמורער אקאציע און שיפּאָוו-
ניק, וועלכע וערן אָפּגעשיקט אין
די וואלד-ווירטשאפטן פון די דאָ-
רעם-ראיאָנען פונעם לאנד.
דער בירער בינע-סאָװירט איז
באװוּסט אינעם כאבאראָווסקער
קאנט אלס איינער פון די גרעס-י
טע פּראָדוצירער פון האָניק, וואקס
און פּראָפּאָליוס, וועלכע װערן
אויך אויסגענוצט אלס רוווארג
פאר ווערטפולע הילונגס-פּרעפּא-
ראטן.
די געגנטלעכע לאנדוירט.
שאפטלעכע אויסשטעלונג
אין ביראָבידזשאנער קולטור"
פּאלאץ איז לעצטנס פאָרגעקומען
די יערלעכע געגנטלעכע לאנד-
ווירטשאפטלעכע אויסשטעלונג.
בא 200 עקספּאָנאטן האָבן דער-
ציילט ועגן די אופטוען פון די
קאָלעקטיוון פון די סאָווירטן און
קאָלװירטן, פון דער געגנטלעכער
פארייניקונג פון , סעלכאָזטעכּני-
קא", ביראָבידזשאנער געגנטלע-
כער לאנדווירטשאפטלעכער פּרוּװו-
סטאנציע, אמורער מעלוכישן
סאָרטן-באצירק און פון אנדערע
ווירטשאפטן.
באם ארײַנגאנג אף דער אויס.
שטעלונג זײַנען אויסגעשטעלט
פּאַָרטרעטן פון די פאָרגעשריטע-
נע האָרעפּאשניקעס, מיט וועלכע
עס שטאָלצירן די ארבעטנדיקע
פון דער צוויי מאָל אָרדענטרעגע-
רישער ייִדישער אװטאָנאָמער
געגנט -- פּאָרטרעטן פון די העלדן
פון סאָציאליסטישער מי װ. פּע-
לער, מ. פּאָקאטילאָ, װו. פּאָזדניא-
קאָוו, פון די קאוואלערן פון פיל
אָרדענס פונעם סאָוועטנפארבאנד
פ. פיימאן, ע. שישליאניקאָווא, ג.
קראמאר, יו. גריב און אנדערע.
הײַזער פאר די בער פונעם
באם
דער קאָלעקטיוו פונעם צעך פון
הײַזעריבױוּנג באם טנונגוסקער
געהילץיבאארבעטנדיקן קאָמבינאט
פילט אויס באשטעלונגען פאר דער
בײַקאליאמורער מאגיסטראל.
פון אָנהײיב יאָר זײַנען פאר די
בויער פונעם באם שוין אָפּגעשיקט
געװאָרן 328 צװיידירעדיקע הײַי
זער, יעדער הויז מיט א װווין-שע-
טעך פון 47 קוואדראטע מעטער --
צוויי צימערן און א קיך, אויסגע-
שטאטע מיט סטאנדארט מעבל.
אדאנק אָט די וװוין-הײַזער זײַנען
אף דער מאגיסטראל אויסגעוואקסן
ייִשוּווים מיט שיינע גאסן
ביזן סאָף יאָר װעט דער טונ"
גוסקער קאָמבינאט אָפּלאָדן פאר
דער גרויסער בויוּנג נאָך הונדערט
וװוויל-אײַנגעאָרדנטע קאָטעדזשן.
שפּאלעס פאר דער מאגיסטראל
א צווייטע האָלץיבאארבעטנדי-
קע אונטערנעמונג פון טונגוסק
גרייט שפּאלעס פאר דער בײַקאל-
אמורער מאגיסטראל. דער קאַָי
לעקטיוו פון דער אונטערנעמונג
האָט אין מעשעך פונעם יאָר אָפּי
געשיקט פאר דער בױוּנג אריבער
0 טויזנט שפּאלעס.
לעקאָװעד דעם פאָרשטייענדיקן
ץא פּארטיי-צוזאמענפאָר האָבן די
פאָרגעשריטענע בריגאדעס גענו"
מען אף זיך פארפליכטונגען אויס-
צופילן די טאָג'נאָרמעס אף 150
פּראָצענט.
עס גײט די קעטא
טעפּלאָאָזיאָרסקער פיש-זאװאָד
איז איינער פון די עלטסטע אפן
װײַטן מיזרעך. ער געפינט זיך
באם ברעג פון אן אוניקאלער
אָזערע, וועלכע װערט קײנמאָל
ניט פארפרוירן. אהין קומט די
קעטא אָפּלײגן איר רױיג.
פאר די קימאט 50 יאָר, זינט
דער זאװאָד איז געשאפן געװאָרן,
האָבן די פישציכטלער פון דער
אונטערנעמונג אינקובירט און
אומגעקערט אין שטילן אָקעאן
הונדערטער מיליאָנען קעטא-פי"
שעלעך.
לויטן פּלאן דארפן די טעפּלאָ
אָזיאָרסקער פישציכטלער אין הא"
יאָריקן סעזאָן אױיסכאָװוען 50 מי-
ליאָן אזעלכע פישעלעך.
אף דער באזע פונעם פישיזא-
װאָד פירן א באשטענדיקע פאָרי
שערישע ארבעט די געלערנטעי
איכטיאָלאָגן -- מיטארבעטער פוי
נעם שטיל אָקעאנישן וויסנשאפט-
לעכן אינסטיטוט פון דער פישי
ווירטשאפט.
1262 5 :25
ז : לש
ר אע :21 24
על
111
די באפעלקערונג פון דער פּלאנעטע
מיט וועלכע טעמפּן וואקסט די באפעלקערונג פון אונדזער
פּלאנעטע און װי האלט עס מיט די פּראָגנאָזן אף דער צו-
קונפט! דעם ענטפער אף דער דאָזיקער פראגע גיט דער
פארעפנטלעכטער פאָרטראָג פונעם גענעראל-יסעקרעטאר פון
דער אונאָ ק. וואלדהײַם ,די רעכט פונעם מענטשן און דער
וויסנשאפטלעך-טעכנישער פּראָגרעס". אויב אין 1950, ווערט
אָנגעװויזן אינעם פּאָרטראָג, האָט די באפעלקערונג פון אונ-
דזער פּלאנעטע באטראָפן 2,5 מיליארד מענטשן, האָט אין
0 די דאָזיקע צאָל שױן איבערגעשטיגן 36 מיליארד.
אויב אזא טענדענץ װעט דויערן אין מעשעך פון נאָך דרײַ-
סיק יאָר, װעט צום סאָף 44 יאָרהונדערט די באפעלקערונג
פון דֶער פּלאנעטע באטרעפן העכער 6 מיליארד מענטשן.
לוט די פאָרלויפיקע כעזשבוינעס, װעט צום סאָף אא יאָר-י
הונדערט די צאָל קינדער באטרעפן 26 פּראָצענט פון דער
אלגעמיינער צאָל באפעלקערונג אין די אינדוסטריעל אנט"
וויקלטע לענדער און 35 פּראָצענט אין די זיך אנטוויקלענ-
דיקע לענדער. דאָס װעט פאָדערן צו פארדאָפּלען די צאָל
אָנפאנג- און מיטלשולן.
אינעם פאָרטראָג װוערט אָפּנעמערקט, אז יעדע װאָך װוערט
אף דער וועלט געבוירן העכער א מיליאָן מענטשן. באזונ-
דערס אינטענסיוו וואקסט די באפעלקערונג פון די זיך אנט-
וויקלענדיקע לענדער.
צו דער געשיכטע פון א
דעטעקטיװן ראָמאן
אלס אורפאָטער פונעם דעטעקטיון
זשאנער אין דער נאָכמילכאָמעדיקער
יאפּאָניע האָט מען ביז דער לעצטער
צײַט געהאלטן איינעם א סאָכיי סיבאיא-
מא, וװעלכער האָט פארעפנטלעכט אין
46 א ראָמאן ,דער מאָרד אפן עלעקט-
ראָרלאָקאָמאָטיװו". ניט לאנג צוריק האָט
א פּראָװינציעלער פארלאג באשטימט
ארויסלאָזן א זאמלונג פון שארפסוזשעטי-
שע וװערק, אין װװעלכע די געשעענישן
זײַנען פארבונדן מיטן אײַזנבאן"טראנס.
פּאָרט, און געבן אויך קורצע ביאָגראפיעס
פון די אװטאָרן. וועגן סיבאיאמא אָבער
האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו געפינען קיין
שום יעדיעס. נאָך לאנגע זוכענישן האָט
זיך ארויסגעוויזן,. אז סיבאיאמא אין א
פּסעװדאָנים און דער עמעסער נאָמען פונעם
אװטאָר פונעם ראָמאן אין סיראָ סעקי,
דער איצטיקער פּרעזידענט פון ,מײַדענ-
סיא", איינער פון די גרעסטע עלעקטראָ-
טעכנישע קאָמפּאניעס אין יאפּאָניע. ,נאָך
דער מילכאָמע האָט אין דער עקאָנאָמיק
פון יאפּאָניע געהערשט א כאאָס, -- האָט
ער געמאָלדן, -- האָב איך געהאלטן, אז
פריִער פאר אלץ איז נייטיק צו אנטוויק-
לען דעם אײַזנבאן-טראנספּאָרט. קעדיי
אופהייבן דעם אינטערעס צו די דאָזיקע
פּראָבלעמען, האָב איך דעמלט באשטימט
אָנשרײַבן דעם ראָמאן".
מע זוכט אויצרעס
דאָס פינפטע יאָר פּרוּװון די אמעריקאנער אויצרעסיזוכער געפינען די רעשטן פון דער שפּאנישער
שיף , נועסטרא סעניאָרא דע אטאָטשא", װאָס איז דערטרונקען געװאָרן אין !וא יאָרהונדערט. אף איר
באָרט, מיינט מען, האָט זיך געפונען 27 טאָן גאָלד און 47 טאָן זילבער.
לוט די יעדיִעס, איז די דאָזיקע שיף, וועלכע האָט איבערגעפירט א טייל אויצרעס, אָנגערױבטע אין
אמעריקע, אפן ועג קיין שפּאניע באגעגנט געװאָרן דורך א גוואלדיקן שטאָרם און איז דערטרונקען גע"
װאָרן בא די ברעגן פון פלאָרידע.
דער כיישעק צו געפינען דעם דאָזיקן אויצער איז אזוי גרויס, אז מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אין
פשא געשאפן געװאָרן א ספּעציעלע קאָמפּאניע, וועלכע איז צוגעטראָטן צו דער ארבעט, אויסנוצנדיק די
לעצטע דערגרייכונגען פון דער טעכניק. אין 1973 יאָר האָט מען באם פּלאָרידער ברעגלאנד אופגעהויבן
פונעם אָקעאן-דעק גאָלד- און זילבער-שטיקער אף א סומע פון 5 מיליאָן דאָלארן.
װי ס'האָט מיטגעטיילט דער ויצע-פּרעזידענט פון דער קאָמפּאניע ב. מאקקעללי, האָט מען אפן
4טן קילאָמעטער מײַרֶעוויצוּ פון קייאועסטא ניט לאנג צוריק געפונען פינף בראָנזענע הארמאטן און
פעסטגעשטעלט, אז זיי זײַנען פון דער שיף ,אטאָטשא". לוט דער מיינונג פון ספּעציאליסטן, קאָן דאָס
דאָזיקע געפינס פארלײַכטערן אין א באדײַטנדיקער מאָס די זוכונגען פונעם דערטרונקענעם אױיצער.
,כ'געדענק א װוּנדערלעכע רעגע.-"
איינע פון פּושקינס סאמע, בארימטע לידער, געווידמעט א. פּ. קערן, האָט דער פּאָעט געשאפן מיט
0 יאָר צוריק אין דאָרף מיכײַלאָװסקאָיע.
מיט אנא קערן האָט ער דאָס ערשטע מאָל זיך געטראָפן אין 1819 אף אן אָװנט בא די אָלענינס. די
נײַנצניאָריקע אנא פּעטראָוונא האָט אָנטײלגענומען אין א ספּעקטאקל, שפּילנדיק די ראָל פון קלעאָפּאט-
רען.
די צווייטע באגעגעניש איז פאָרגעקומען אין זעקס יאָר ארום. קערן איז געווען צעקריגט מיטן מאן,
דעם גענעראל יע. נ. קערן, זי איז געקומען צו איר מומע פּ. א. אָסיפּאָווא, וועלכע האָט געוװווינט אינעם
שכיינעסדיקן מיט מיכײַלאָװסקאָיע דאָרף טריגאָרסקאָיע, און האָט דאָ פארבראכט ביזן 19 יול. פּושקין
איז געווען איבעראשט פון איר שיײנקײַט און אנציקט פון איר זינגען און האָט ניט דורכגעלאָזט קיין
מעגלעכקײַט צו זען זיך מיט איר. דער מומען זײַנען ניט געפעלן געװוען די ראָמאנטישע באציונגען
צווישן דעם פּאַעט און איר פּלעמעניצע און האָט זי אוועקגעפירט קיין ריגע צו אנעס מאן. פאר איר
אָפּפאָר האָט פּושקין אָנגעשריבן די שורעס , כ'געדענק א װוּנדערלעכע רעגע...*
די ליד איז צום ערשטן מאָל געווען פארעפנטלעכט אינעם אלמאנאך לתסז 1827 118 צוזסמןז 40:68606816
(,צאָפן-קווייטן אפן 1827 יאָר") אונטער דער באצייכענונג 14"*"*2+ און דערנאָך אײַנגעשלאָסן געװאָרן
אין דער זאמלונג פון פּושקינס װוערק אין 1829. צוגרייטנדיק זי צום דרוק, האָט דער פּאָעט צונויפגע-
שטעלט צעטלען פון די לידער, װוּ ער האָט דעשיפרירט די ווידמונג: /, צו קערן א. פּ. ק." און ,קערן".
ין. אקוטין (,װעטשערניאיא מאַסקװוא")
19
באלוינטע ביכער
קימאט א װאָך האָט אף דער אויסשטעלונג , בוך-75" געארבעט אן אװוטאָריטעטע זשורי פונעם צווישנ-
פעלקערלעכן קאָנקורס אף דער קינסטלערישער אויספורעמונג און פּאָליגראפישער אויספילונג פון ביכער
אין באשטאנד פון מאָלער, שרײַבער, פארלעגער פון פערצן לענדער.
די העכסטע באלוינונג -- די גאָלדענע מעדאל ,סערפ און האמער" -- איז איינשטימיק צוגעפּאסקנט
געװאָרן דעם בוך פון , פּאָליטיזדאט", װאָס אנטהאלט די רעדע פונעם גענעראל-סעקרעטאר פון צק קפּספ
ל. אי. ברעזשנעוו ,דער גרויסער העלדנטאט פונעם סאָװועטישן פאָלק", געווידמעט דעם דרײַסיקסטן יאָר-
טאָג פונעם זיג פונעם סאָװועטישן פאָלק אין דער גרויסער פּאָטערלענדישער מילכאָמע, און אויך דעם
טעקסט פון דער וענדונג פונעם צענטראל קאָמיטעט פון קפּספ, פּרעזידיִם פונעם אױיבער-סאָװעט פון
פססר, פון דער רעגירונג פונעם סאָוועטנפארבאנד , צו די פעלקער, פּארלאמענטן און רעגירונגען".
ביכלאל איז דער אָפּטײל פון פּאָליטישן בוך געװען זייער ברייט פאָרגעשטעלט. צום בײַשפּיל, די
פינפבענדיקע ,גרויסע געשיכטע פון דער קאָמונע"* (פראנקרײַך) האָט באקומען א זילבערנע מעדאל. די
פינפבענדיקע אויסגאבע --,ווידערשטאנד" פון דעם זעלבן פראנצויזישן פארלאג --, לִיוור קלאוו דידראָ"
איז באלוינט געװאָרן מיט א גאָלדענער מעדאל. דער אלבאָם , דײַטשישער אנטיפאשיסטישער וידער-
שטאנד אין פאָטאָגראפיעס און דאָקומענטן. 1933 --1945" פונעם ,רעדעבערג-פערלאג" (דײַטשישע פע-
דעראטיווע רעפּובליק) איז באלוינט געװאָרן מיט א זילבערנער מעדאל. איינע פון די דרײַ זילבערנע
מעדאלן , סערפ און האמער" האָט די זשורי צוגעפּאסקנט דעם פארלאג פון ד. ד. ר. ,מיטטעלדייטשע
פערלאג" פארן בוך ,.טשילי --א ליד און א רעפּאָרטאזש".
לויטן אָפּטײל פון וויסנשאפטלעכע אויסגאבעס אין א גאָלדענע מעדאל צוגעפּאסקנט געװאָרן דעם
בוך , קאָפּערניק* (פּױלישע וויסנשאפט-אקאדעמיע).
לויטן אָפּטײל פון קינסטלערישער ליטעראטור איז א גאָלדענע מעדאל צוגעפּאסקנט געװאָרן דעם
סאָװעטישן בוך , די געטלעכע קאָמעדיע"* פון דאנטע (קינסטלער מ. פּיקאָוו), א זילבערנע מעדאל -- דער
אויסגאבע פון פּושקינס ,, יעווגעני אָניעגין" (קינסטלער נ. קוזמין).
א גאָלדענע מעדאל לויטן אָפּטײל פון קינדער-ליטעראטור האָט באקומען נ. לעסקאָווס בוך , לעוושא"
(,א געלינקטער") מיט די איליוסטראציעס פון די קוקריניקסן.
צװוישן די באלוינטע מיט דער מעדאל , די גאָלדענע צװײַג פון פרײַנטשאפט" געפינען זיך די אויס-
גאבעס: מ. גאָרקי --,די מוטער" (קינסטלער ד. ביסטי). מ. סערוואנטעס --.דאָן קיכאָט" (קינסטלער
ס. בראָדסקי).
געהײמע מוזײען
העכער דרײַ טויזנט װערק פון דער אנטישער קונסט האָט
קאָנפיסקירט די איטאליענישע פּאָליצײי בייס די אונטערזוי
כונגען אין פּריוואטע הײַזער אפן צאָפן פון איטאליע. לוט
דער אָפּשאצונג פון ספּעציאליסטן, באטרעפט זייער װערט
בא פינף מיליארד ליר (אן ערעך 8 מיליאָן דאָלארן).
וי ס'האָט געמאָלדן א פאָרשטייער פון דער פּאָליצײ, זײַי
נען אייניקע הײַזער געווען ענלעך אף עכטע מוזייען. בלויז
אף איין ווילע הינטער מילאן האָט מען געפונען 2.830 ווא-
זעס, בעכערס, סטאטועטקעס און אנדערע קונסטיווערק, א
טייל פון וועלכע עס װערט דאטירט מיטן וע יאָרהונדערט
פאר אונדזער ערע.
אפן שפּור פון די , קאָלעקציאָנערן" האָט די פּאָליצײי אָנַ-
געטראָפן, אױיספאָרשנדיק מיטיילונגען וועגן אומגעזעצלעכע
ארכעאָלאָגישע אױסגראָבונגען אין צענטראל- און דאָרעם-
איטאליע און וועגן דעם, אז עס װערן געהיים ארויסגעפירט
פון דאָרטן ווערטפולע געפינסן, דערונטער פון דער עטרוס"
קישער און אלט-רוימישער קעראמי?,,
די באפעלקערונג פון פּאריזש װערט
װײניקער
די ניט לאנג דורכגעפירטע פאָלקס-ציילונג אין פראנקרײַך
האָט באוויזן טשיקאווע יעדיִעס וועגן דער הױפּטשטאָט. איר
באפעלקערונג װערט מיט יעדן יאָר װייניקער. אוב אינעם
פּעריֵאָד צװישן 1954 און 1962 האָבן די הױפּטשטאָט פאר-
לאָזט 0 טויזנט מענטשן, איז איר באפעלקערונג פאר די
לעצטע זיבן יאָר געװאָרן װײיניקער אף 300 טויזנט. פאר די
פארגאנגענע צוואנציק יאָר האָט פּאריזש פארלאָרן 660 טויזנט
אײַנװווינער. הײַנט-צטאָג פארמאָגט די פראנצויזישע הויפּט-
שטאָט אין אירע אדמיניסטראטיווע גרענעצן בלוין 2,2 מי-
ליאָן אײַנװױנער (אין די פּאריזשער פאָרשטעט וװוינט 2.5 --
3 מאָל מער מענטשן, וי אין דער הױפּטשטאָט גופע).
די סיבעס פון דער דאָזיקער דערשײַנונג זײַנען ניט קיין
סאָד: די הויכע וװינונגס-פּרײַז אין דער הױפּטשטאָט, דער
;אָנגריף" פון פריוואטע קאָנטאָרן און אנשטאלטן אפן
וווינונגס-פאָנד. באזונדערס איז דאָס צו מערקן אין שטאָט-
צענטער, װוּ אייניקע ראיאָנען האָבן פארלוירן ביז 40 פּראָ-
צענט פון זייער פריִערדיקער באפעלקערונג. ס'קומט פאָר אן
אייגנארטיקע , פארעלטערונג" פונעם מיטעלן פּאריזשער
אײַנװױנער: פיל יונגע פאמיליעס האָבן ניט קיין מאטע-
ריעלע מעגלעכקײַטן צו װווינען אין די גרענעצן פון דער
פראנצויזישער הױפּטשטאָט.
דער היטער פון
,דזשאָקאָנדא"
די גאנצע װעלט וייסט וועגן לעאָ-
נארדאָ דא ווינטשיס , דזשאָקאָנדא", װאָס
געפינט זיך אינעם לוּוור. אין מעשעך פון
א יאָר האָבן אָנדערהאלבן מיליאָן באזוי
כער פונעם פּאריזשער מוזיי גרויס גענוס
פון דער באגעגעניש מיט איר. נאָר ס'איז
א סאָפעק, צי ס'איז כאָטש איינעם פון זיי
געקומען אפן געדאנק, אז דער באשי"
דענער מוזיי-דינער, װאָס געפינט זיך
שטענדיק באם פּאָרטרעט, האָט געווידמעט
א סאך יאָרן פון זײַן לעבן איין לײַדני
שאפט -- דער פארגעטערונג פון מאָנא
ליזא.
שוין צוואנציק יאָר, וי לעאָן מעקיוזא
צעשיידט זיך ניט מיט מאָנא ליזא. ער
האָט פארנומען זײַן פּאָסטן, נישט זײַענ-
דיק ניט קיין קונסטקענער, ניט קיין מאָ-
לער. ער האָט פּאָשעט ליב געהאט , דזשאָ-
קאָנדא" און האָט פארביטן די שטעלע
פון א דירעקטאָר פון א קנעפּליפאבריק
אפן פּאָסטן בא לעאָנארדאָ דא ווינטשיס
שאפונג. ער צעשיידט זיך ניט מיטן בילד
אלע שאָען, װוען דער לוּוור ארבעט, און
װוי עס דערציילן זײַנע קאָלעגן, קומט ער
אלע טאָג אין מוזיי אף א האלבער שאָ
פאר דער עפענונג, קעדיי זיך מיסיאכיד
זײַן מיטן גרויסן ווערק.
ןפ
178
ביראַבידזשאנער
פאָטאָי-כראָניק
1
4 דער צעך פון גרויספאנעליקער הײַזער-בױוּנג פון
דער בוייפארוואלטונג נומ. 254, װוּ עס װערן צוגעג"
רײַט פּאנעלן פאר דער בױוּנג פון פילשטאָקיקע
װוױינהײַזער אינעם געגנטלעכן צענטער
2 דער קינדער-גאָרטן אינעם דאָרף יעקאטערינאָי
ניקאָלסקאָיע
3 אף דער בינע -- א קינדעריכאָר
4 א גוטע גערעטעניש פון גאָרטן-קולטורן האָט געי
בראכט דער פארגאנגענער הארבסט, אויך די טײַגע
האָט געשענקט א רײַכע שעפע. אף די בילדער: דער
: שװאָם װועגט 800 גראם: שוין אײנמאָל א קאבאק
ויע? פן אאעל?0סט?וכן פארטפר"טור
פיון
י כ;ווו ל'גסי,ס הי *אעסש בי
נײַע לייענער, נײַע פארשפּרייטער פונעם זשורנאל
אין דער אבאָנירונג אפן זשור-
נאל , סאָװועטיש היימלאנד" האָבן
זיך האיאָר אײַנגעשלאָסן א גרוי-
סע צאָל אקטיווע ליענער, גע-
זעלשאפטלעכע פארשפּרייטער און
שרײַבער. די ווענדונג פון דער
רעדאקציע, וועלכע אין אָפּגע-
דרוקט אין סענטיאבער:נומער,
האָט ארויסגערופן א היפּשן אינ-
טערעס. װעגן דעם זאָגן איידעס
די פילצאָליקע יעדיַעס פון די ער-
טער.
דער שרײַבער אלעקסאנדער לי-
זען האָט מיטגעטיילט פון לװאָוו,
אז צום סאָף סענטיאבער האָט ער
פּערזענלעך אבאָנירט אפן זשור-
נאל 27 לייענער. אין לװאָוו פירן
דורך א גרויסע ארבעט די גע-
זעלשאפטלעכע פארשפּרייטער
יאקאָוו גערשקאָװיטש, אלבערט
סטאָצקי, װיקטאָר דארקאָווסקי,
יולי שולמייסקי און אנד.
פון האָמעל שרײַבט אונדז דער
געזעלשאפטלעכער פארשפּרייטער.
מיִעל רוּווינסקי, ויאזוי ס'האָט
זיך אים אײַנגעגעבן צו אופווירקן
מיטן אייגענעם בײַשפּיל אף די
שכיינים און באקאנטע, זיי זאָלן
ניט דורכלאָזן דעם טערמין פון
דער אבאָנירונג. קוידעמקאָל האָט
ער אליין זיך אונטערגעשריבן
דעם 15 סענטיאבער אפן זשורנאל.
ער האָט אופגעקלערט זײַנע כא"-
וויירים, אז אױיספאָרמירן די אבאָ-
נירונג איז בעסער פון אלץ אף
א גאנץ יאָר, מע זאָל ניט דארפן
פארנעמען זיך מיט דעם צוויי
מאָל. אזוי האָבן, לויט זײַן בײַי
שפּיל, טאקע געטאָן א סאך לייע-
נער פון דער שטאָט.
וי נאָר דער געזעלשאפטלעכער
פארשפּרייטער ו. אײַזענבערג
(בערדיטשעוו) האָט דורכגעלייענט
דעם רוף פון דער רעדאקציע צו
פארשפּרייטן דעם זשורנאל, האָט
ער זיך פארבונדן מיט די לייע-
נער-, וועטעראנען" און געהאָלפן
זיי אין דער אבאָנירונג. ער האָט
אויך געשאפן נײַע לייענער. אויס-
נוצנדיק די געלעגנהײַט, וינטשן
מיר דעם כ' אײַזענבערג, וועלכער
איז ניט לאנג צוריק באלוינט גע-
װאָרן מיט דער מעדאל ,װעטע-
ראן פון מי", אריכאס-יאָמים און
אויך נײַע דערפאָלגן אין זײַן אר-
בעט אלס געזעלשאפטלעכער פאר-
שפּרײטער פון , סאָװועטיש היימ-
לאנד".
גוטע גרוסן באקומען מיר פון
וויניצע. אין דער שטאָט האָבן מיר
געהאט פון טאָמיד אָן א ברייטן
אקטיוו, בעראָש פון וועלכן עס
איז געשטאנען דער אומדערמיד-
לעכער פּאָפּוליאריזאטאָר פונעם
ייִדישן געדרוקטן װאָרט ייִצכאָק
קיל. מיט א פּאָר יאָר צוריק, ווען
קיל איז געשטאָרבן, איז די אבאָ
נירונג עטװאָס געפאלן. די עסטא-
פעטע פונעם אלטן מויכער-ספאָ-
רימניק האָט איבערגענומען דער
ענטוזיאסט און ליבהאָבער פונעם
געדרוקטן װאָרט, קילס א געוע-
זענער געהילף, דער ייִדישער לי-
טעראט געדאליע קאָסאָי. ער האָט
צונויפגענומען א קרײַז ענטוזי-
אסטן פון דער ייִדישער ליטערא-
טור, אזעלכע וי רוּוון אקיװויסאָן,
ייַסראָעל ספּיוואק, מאָטל שטערנ-
בערג און אנדערע. צוזאמען מיט
די פריִערדיקע אקטיויסטן, די
אלטע וויניצער טוישווים ארן סי-
וואק, שימען בערשאד און וועלוול
אנאפּאָלסקי, פירן זיי איצט דורך
אן ענערגישע ארבעט אף צו שאפן
נײַע לייענער.
אין א בריוו אין רעדאקציע
וועגן דעם גאנג פון דער אבאָני-
רונג אף ,סאָװועטיש היימלאנד"
אפן 1976 יאָר שרײַבט געדאליע
קאָסאָי:
,כאָשעװע כאוויירים!
. איך קלײַב זיך צופאָרן קיין
מאָסקװע, קעדיי אײַך אָפּגעבן א
מינדלעכן באריכט וועגן דעם צו-"
שטאנד פון דער אבאָנירונג בא
אונדז אין וויניצע, דערציילן וועגן
די מאָסמיטלען, וועלכע מיר האָבן
אָנגענומען צו פארגרעסערן די
צאָל אבאָנענטן. דערװײַל, ביז
װאָס-װען, וויל איך זיך באנוגע-
נען מיט עטלעכע ציפערן, פון
וועלכע איר װעט זען, אז אין
פארגלײַך מיטן פאָריקן יאָר איז
דאָ די צאָל אבאָנענטן אויסגע-
וואקסן אין דריטהאלבן מאָל. איך
אליין האָב אבאָנירט 90 לייענער,
פון זיי -- 82 נײַע".
און אָט איז א צווייטער גרוס
פון וויניצע -- פון רוּוון אקיװיסאָן:
,מיך פרייען, נאטירלעך, די דער-
גרייכונגען אין דער אבאָנירונג
אף סאָװועטיש היימלאנד" אפן
נײַעם יאָר. ס'וועט אײַך, גלייב
איך, זײַן אינטערעסאנט צו וויסן
וועגן מײַן מעטאָד פון פּאָפּוליא-
ריזירן דעם זשורנאל און פון צו"
ציִען נײַע לייענער. צוליב דעם
האָב איך פאר פיל פון מײַנע בא-
קאנטע פאָרגעלייענט א ריי פא-
רעפנטלעכטע אינעם זשורנאל מא-
טעריאלן, און דאָס האָט געגעבן
גלענצנדיקע רעזולטאטן. איך האָב
זיך נאָכאמאָל איבערצײַגט, אז דער
בעסטער אגיטאטאָר פאר סאָווע-
טיש היימלאנד" אין ,סאָװועטיש
היי'מלאנד" אליין".
אין סמאָלענסק זעצט פאָר אק"
טיוו די אבאָנירונג די גרופּע כא-
וויירים --- ארן שקונדיק, איסאק
סארניעוויטש, יעפים סאָסִין, בע-
ראָש מיט אײַזיק שפּילבערגן.
און אָט איז א בריו פון אן
אויסלענדישן פּרײַנט פון דעם
זשורנאל:
,טײַערע פרײַנט!
שוין 12 יאָר פארנעם איך זיך
מיט פארשפּרייטן ,סאָוועטיש
היימלאנד". איך טו דאָס מיטן
גרעסטן פארגעניגן,. װײַל דער
זשורנאל איז פאר מיר א קוואל
פון וויסן, און ניט נאָר אין גע-
ביט פון ליטעראטור. מיט גרויס
אינטערעס לייען איך די פּובליי
ציסטישע מאטעריאלן-- פון זיי
דערוויס איך זיך דעם עמעס וועגן
א סאך זאכן, איבערהויפּט ועגן
דער לאגע אף דעם נאָענטן מיז"
רעך.
איך וויל אײַך מיטיילן, אז איך
האָב געשאפן א ריי נײַע אבאָ-
נענטן, און זיי זײַנען אויך ביז
גאָר צופרידן מיטן זשורנאל.
מיט כאװוערישן גרוס --
ש. פײַנטוך, מעלבורן,
אווסטראליע".
פון דער שטאָט דאָנעצק שרײַבט
אונדז דער אקטיווער געזעלשאפט-
לעכער פארשפּרייטער זאלמען
מינקין, אז אין סענטיאבער האָט
ער זיך גלײַך אײַנגעשלאָסן אין
דער אבאָנירונג און שוין אין די
ערשטע טעג געשאפן 20 נײַע
אבאָנענטן. ז. מינקין איז שטענ-
דיק פארבונדן מיט פיל לאנגיאָ-
ריקע לייענער פונעם זשורגאל,
און זיי, פון זייער זײַט, העלפן
אים אין דער בעקאָװעדיקער אר-
בעט.
דער שרײַבער ה. רעלעס האָט
זיך ניט לאנג צוריק אומגעקערט
פון א רײַזע איבער א ריי שטעט
און שטעטלעך פון װײַסרוסלאנד.
ער טיילט אונדז מיט, אז אין
שטעטל הלוסק איז פריִער געװען
185
איין אבאָנענט--ב. אוליאנאָו.
איצט זײַנען דאָרט צוגעקומען
נײַע פיר. ב. אוליאנאָוו האָט בא"
שטימט װערן אף װײַטער א גע-
זעלשאפטלעכער פארשפּרייטער.
נײַע לײענער זײַנען צוגעקומען
אויך אין קאלינקאָוויטשי און מאָ-
זיר.
אין האָמעל האָט ה. רעלעס
פּערזענלעך געשאפן פינף נײַע
לייענער.
און אָט איז נאָך איין בריו:
, טײַערע רעדאקציע!
וועגן אײַער זשורנאל האָב איך
געהערט אויך פריִער, נאָר באקע-
נען זיך מיט אים האָט מיר אֶפִּי
געגליקט בליז האיאָר. ער איז
מיר זייער געפעלן--סײַ לױטן
אינהאלט, סײַ לוט דער פּאָליגרא-
פישער אױספאָרמירונג. ווען איך
האָב אים געבראכט צו טראָגן מײַי
נע קרויווים און פרײַנט, האָבן זי
זיך אויך אבאָנירט אפן קומענ"
דיקן יאָר.
װי א לייענער פונעם זשורנאל
און זײַנער א פּאטריאָט, װיל איך
ארױסזאָגן א װוּנטש. לוט מײַן
מיינונג, װאָלט צוועקמעסיק גע-
ווען צו פארברייטערן דעם כראָ-
ניק-אָפּטײל, דרוקנדיק פון צײַט
צו צײַט פארשיידנארטיקע אינ-י
פאָרמאציעס, נוצלעכע אייצעס,
אָדער אפילע קלינינקע ;אײַגי
פאלן", לאָמיר זאָגן -- פון א ליב"
האָבער פון דער נאטור אָדער פון
א פילאטעליסט. עפשער בין איך
ניט גערעכט, דער זשורנאל איז
דאָך א ליטעראריש-קינסטלערי-
שער -- דאָס װעט איר שוין אליין
באשטימען". ט
דעם דאָזיקן איבערזיכט פון
בריוו פון די ערטער שרײַבן מיר
אין די ערשטע טעג פון אָקטיא-
בער כוידעש, אוּן מיר האָפן, אז
צום סאָף יאָר װעלן מיר אין
יעדער שטאָט, אין יעדן ייִשעװ
מיט א ייַדישער באפעלקערונג
באקומען נײַע לייענער, װאָס דאָס
זאָגט געװויס איידעס,. אז דער
זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד"
ווערט פון טאָג צו טאָג אלץ מער
פּאָפּולער בא אונדז אין לאנד און
אין אויסלאנד.
יאשע טשערניס
1
176
06 076טקאוזד
דיומא איז געווען גערעכט
דער גרויסער פראנצויזישער שרײַבער אלעקסאנדער
דיומא האָט, װי באװוּסט, ליב געהאט ארומצורײַזן איבער
דער װעלט. ער האָט דורכגעמאכט א לאנגע נעסיע אױך
איבער רוסלאנד. ארויסגעפאָרן אין 1858 פון פּאריזש קיין
פּעטערבורג, האָט ער זיך װײַטער אװעקגעלאָזט קיין מאָסק-
ווע און אסטראכאן. שפּעטער האָט ער פאַרגענומען א רײַוע
איבער קאווקאז און טראנסקאווקאז. די פּראַטים פון אָט דער
נעסיַע זײַנען גענוי באשריבן אין זײַנע צוויי ביכער ,פון
פּאריזש קיין אסטראכאן" און , קאווקאז". האגאם ער האָט
אָפט דאָס ווירקלעכע צונויפגעמישט מיט פאנטאזיע, האָט ער
אָבער געגעבן א רעאל בילד װעגן די מענטשן און וועגן
דער נאטור פון רוסלאנד, דערציילט פארשיידענע מײַסעס
און לעגענדעס, וועלכע ס'האָבן אים דערציילט די אָרטיקע
מענטשן.
די הײַנטצײַטיקע היסטאָריקער האָבן געפונען אין די
ארכיוון געהיימע באפעלן פון פּעטערבורג צו די גובערנא"
טאָרן, זיי זאָלן באגעגענען דעם גאסט מיטן געהעריקן קאָ-
װעד, אָבער גלײַכצײַטיק זאָלן זי אופמערקזאם אכטונג געבן
אף דער אופירונג פון אָט דעם טרייף-פּאָסלדיקן שרײַבעַר,
ניט דערלאָזן, ער זאָל האָבן קאָנטאקטן מיטן פאָלק, מיטיילן
וועגן אלע זײַנע באגעגענישן, האנדלונגען, שמועסן, װעגן
די דאטעס, ווען ער קומט און ווען ער פאָרט אװועק.
א כוידעש צײַט האָט דיומא פארבראכט אין באקו. ער
האָט דערנאָך גענוי באשריבן די פעסטונג-שטאָט, אירע מאָ-
נומענטאלע װענט, דעם פּאלאץ פונעם כאן, דעם ,מײדלי
טורעם", אָבער מער פאר אלץ האָט אים אינטערעסירט אין
באקו דאָס געבורטסיאָרט פון אפּשעראָנער נאפט און דער
סוראכאנער טעמפּל פונעם פּײַער-גאָט. נאָך דער רײַזע האָט
ער געשריבן:
,...נאפט -- דאָס איז שטיין-אייל, פּעטראָל. נאפט בא-
קומט מען ארויס אין עטלעכע פּונקטן פונעם ערדקײַלעך.
דאָס רײַכסטע געבורטסיאָרט פון נאפט איז אין באקו און
אין זײַן אומגעגנט. ארום דער שטאָט, איבערן גאנצן ברעג-
לאנד פונעם קאספּישן יאם, זײַנען אינעם ליימיקן מערגעל,
װאָס איז דורכגעזאפּט מיט נאפט, אױסגעגראָבן ברינעמער
פון 3 ביז 20 מעטער די טיף. 100 ברינעמער גיבן שוארצן
נאפט, 15 -- העלן. מע באקומט ארויס בעערעך 100 טויזנט
קווינטאלן נאפט א יאָר. דעם דאָזיקן נאפט שיקט מען פון
באקו קיין פּערסיע, טיפליס און אסטראכאן. פאראן א פולעך
גרונט צו האלטן, אז אונטערן קאספּישן יאם ליגט א מעכטי-
קער נאפט-שיכט, װאָס ציט זיך ביזן לאנד פון די טורקמע-
נער".
די ליטעראטור-פאָרשער האָבן ניט איין מאָל אָנגעװיזן,
אז אין דיומאס רײַזעיבאשרײַבונגען איז פאראן א היפּש
ביסל אויסטראכטענישן, אומפּינקטלעכקײַטן, גרײַזן. אָבער
דאָס, װאָס דיומא האָט געשריבן װעגן דעם באקוער נאפט,
איז אבסאָליוט װאָרהאפטיק. א באזונדערן אינטערעס רופט
ארויס זײַן סװאָרע, אז , אונטערן קאספּישן יאם ליגט א מעכ-
טיקער נאפט-שיכט...*
דיומא איז געווען גערעכט.
די שטאָט מיטן נאָמען נאפט-שטיינער, אָדער װי דאָס
פאָלק רופט זי קאמושקי (װאָס באטײַט אין רוסיש שטײג"
דעלעך), איז איסגעבויט געװאָרן אין קאספּישן יאם אין
09, ארום די אזויגערופענע , שווארצע פעלדזן", װאָס זיי-
ערע שפּיצן זעען זיך קוים ארויס אפן יאם-אויבערפלאך. די
שטאָט געפינט זיך 42 קילאָמעטער פונעם אפּשעראָנער
האלב-אינדזל, זי שטייט אף א מעטאלענער עסטאקאדע
אינעם אָפּענעם יאם.
פארן פערטל יאָרהונדערט פון איר עקזיסטענץ איז די
שטאָט נאפּט-:שטיינער געװאָרן אן אייגנארטיקע שול פון
פּראָפּעסײ;אָנעלער מײַסטערשאפט און אינטערנאציאָנאלער
פרײַנטשאפט. נאפט-אינזשעניערן פון אנדערע לענדער קו-
מען קיין פססר זיך לערנען, װיַאזױי ארויסבאקומען נאפט
אינעם אַפענעם יאם.
י. גינעווסקי
11--64
איליוסטראציע צו ל. נ. טאָלסטאָיס ראָמאן .מילכאָמע און שאָלעם"
קינסטלער גריגאָרי פּערקעל
עסקיזן
פון
קאָסטיומען
צו
דער
שטעלונג פון שאָלעסיאלייכעמס
,דער פארקישעפטער שנײַדער"
{ = ?יי
בי -ניצטיאולאפברקנקמאני א
יי האר הלע
3 0:
4
.
א
.
=
ם
םב
:-
5
24
.'
ה:
גי
וי
=
יי
נִי
בצ
56
+.
ם
ם
56
.
=
-ת
56
2
53
=?
רנ
.
-.
ה
+:
רנ
ה:
22
2
=
בי
56
.
ר
ה
קאָטענטאלן פון דעדאקציע
די רעאָליוציע פון דער גענעראל=אסאמבליי פון דער אָרגאניזאציע פון די
פארייניקטע נאציעס װעט צווינגען זיך צו פארטראכטן אויך יענע,
װאָס לאָון זיך נאָך פארפירן פונעם ציעניום
אין נאָיאבער כוידעש פון הײַנטיקס יאָר האָט
די גענעראל-אסאמבליי פון דער אָרגאניזאציע
פון די פארייניקטע נאציעס אָנגענומען א רע-
זאָליוציע, אין וועלכער עס װוערט געשטעמפּלט
דער ציעניזם װוי א פאָרם פון ראסיזם און ראסן-
דיסקרימינאציע. 72 לענדער פון דער װעלט
האָבן געכאסמעט דעם דאָזיקן דאָקומענט. וי
מע האָט געקאָנט דערווארטן, האָט עס ארויס-
גערופן אן אויסברוך פון קאס אין די קרײַזן
פונעם ציעניזם און פון זײַנע אדװאָקאטן. אין
די ייִסראָעלדיקע רעגירונגס-אינסטאנצן, אינעם
קנעסעט, אין דער בירגערלעכער פּרעסע, אין
די פילקאָליריקע בורזשואזינאציאָנאליסטישע
פארטיי-קרײַזלעך קומען פאָר סצענעס פון
מאסן-היסטעריע. אויך די אמעריקאנער באלע-
באטים פון די רעגירער פון ייַסראָעל האָבן,
װײַזט אויס, פארלאָרן דעם קאָנטראָל איבער
זיך. לעמאָשל, װי עס טיילן מיט די צײַטונגען,
האָט דער דעלעגאט פון די פארייניקטע שטאטן אין
דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס
דעניִעל פּאטריק מאָיניכען געווידמעט דער דאַָזי-
קער רעזאָליוציע א ראדיאָ-אינטערוויו, וועלכער
ווערט טרעפלעך באצייכנט װוי דער ,אמװייניק-
סטנס דיפּלאָמאטישער פון אלע. אינטערוויוען,
װאָס די אמעריקאנער דיפּלאָמאטן האָבן ווען-
עס-איז געגעבן". מאָיניכען האָט אין א צו"
שטאנד פון צערייצטקײַט געמאָלדן, אז ייַסראָעל
איז ,,איינע פון די וייניקע דעמאָקראטישע און
ליבעראלע מעלוכעס", בייס די 72 לענדער, װאָס
האָבן געשטעמפּלט דעם ציעניזם אלס ראסיסטי-
שע אידעאָלאָגיע, זײַנען ,דיקטאטאָרישע לוט
די רעזשימען", --און ער האָט געפונען אן
אויסוועג פון דעם טעמפּן ווינקל, װוּהין עס האָט
זיך אליין פארטריבן דאָס ציעניסטישע אידעאָ-
לאָגישע כאיל: מע דארף , ענטפערן מיט א ביס",
האָט ער זיך דערלויבט צו אייצענען אינעם
אינטערוויו,
איצט, נאָך דעם, װוי די דעבאטן וועגן ציעניזם
אינעם פאָרום פון דער װעלט-עפּנטלעכקײַט
האָבן זיך פארענדיקט און דאָס אָרט פון די
פּראָפּאגאנדיסטישע קאָמאנדעס --- די טומלער --
מוזן אזוי אָדער אנדערש פארנעמען ערנ-
סטע צווישנפעלקערלעכע באאָבאכטער, קומט,
זעלבסטפארשטענדלעך, די צײַט פאר מער װײַט-
גייענדיקע אָפּשאצונגען און אנאליזן, אין רע-
זולטאט פון וועלכע עס װוערט אומפארמײַדלעך
פעסטגעשטעלט אָט װאָס:
ארויסטרעטנדיק קעגן פארורטיילן דעם ציִע-
ניזם אלס פאָרם פון ראסיזם, ברענגען ניט די
אפּאָלאָגעטן און פארטיידיקער פון אָט דער
אידעאָלאָגיע קיין שום באװײַזן, וועלכע זאָלן
האָבן צו טאָן מיטן טאָך פון דער באשולדיקונג
גופע. זיי האלטן פאר איבעריק צו ריידן וועגן
הונדערטער טויזנטער פּאלעסטינער, װאָס זײַ-
נען מיט קויעך פארטריבן געװאָרן פון זייערע
היימען, וועגן די פארעכנטע אין ייַסראָעל פאר
מענטשן פון צווייטן סאָרט , שווארצע ייִדן". זיי
מײַדן אויס צו דערמאָנען די , צושמידונגס-גע-
זעצן" פאר אראבער, די אכזאָריעסדיקע
שטראָף-עקספּעדיציעס, די אקציעס פון בולדאָ-
זערן אף אראָפּצוטראָגן דערפער מיט ניט-ייִדי-
שער באפעלקערונג אדג. אלס איינציקער ,אר-
גומענט" דינט זיי דער לעכערלעכער טעזיס, אז
די טאדלונג פונעם ציעניזם איזן דאָס זעלבע,
װאָס עס איז אנטיסעמיטיזם. אוב אָנעמען
ערנסט די דאָזיקע, מישטיינסגעזאָגט, , לאָגיק",
באקומט זיך, אז אלע די, װאָס האלטן ניט מיט
דער ציַעניסטישער אידעאָלאָגיע און קעמפן
קעגן איר, אלע אנדערש-דענקענדיקע, ארײַנגע-
רעכנט ברייטע ייִדישע מאסן אין פארשיידענע
לענדער פון דער װעלט, זײַנען אנטיסעמיט.
,די באשולדיקונג אין אנטיסעמיטיזם, -- האָט
געזאָגט דער פאָרשטייער פון יוגאָסלאװיע אין
דער אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס
יא. פּעטריטש, ---איז א באליידיקונג פאר די
לענדער, וועלכע האָבן זיך פארייניקט צו דער
רעזאָליוציע. מײַן לאנד איז געווען א קאָרבן
פונעם נאציזם, װועמענס א הױפּט-לאָזונג איז
אנטיסעמיטיזם, און דעריבער איז צושרײַבן
אונדז אנטיסעמיטיזם -- אן אבסורד".
אין פארלויף פון איינעם פון די טראגישסטע
צוזאמענשטויסן פון אונדזער צײַט, אין די לעצ-
טע, נאָך דער , זעקסטאָגיקער מילכאָמע", אכט מיט
א האלבן יאָר, װאָס האָבן געקאָסט די פעלקער
פונעם נאָענטן מיזרעך טויזנטער פארשניטענע
לעבנס, -- פּרוּוון די פּראָפּאגאנדיסטן פונעם
177
ציִעניזם דעקן זײַנע פארברעכנס מיט ביליקער
דעמאגאָגיע פונעם סאָרט , כאפּט דעם גאנעוו".
דער קאטעגאָרישער פּסאק-דין פון דער אאא סע-
סיע פון דער גענעראל-אסאמבליי באװײַזט, אז
ס'האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו פארעדן די ציין
דער װועלט-עפּנטלעכקײַט. עס ווערט אלץ שווע-
רער צו שרעקן עמעצן, אז, זעט איר, דער צאָרן
קעגן די מײַסים פונעם עקסטרעמיסטישן ציִע-
ניזם איז געצילט קעגן די ייִדן. פארקערט, אלע
פארשטייען, אז די ראסיסטישע אידעאָלאָגיע איז
א פײַנט פון די ייַדישע פאָלקסמאסן, פּונקט װי
פון אנדערע פעלקער.
אין דער ייִדישער סוויווע פון די מײַרעװ-
לענדער װוערט איצט פארשפּרייט און געפּרײ-
דיקט אויך א , לאָגיק", קלוימערשט אין נאָמען
פון פּראָגרעסיווע אָרגאניזאציעס און פּרעסע-
אָרגאנען, װאָס זי איז פאקטיש א ניואנס פון
דער אויבן אָנגערופענער. וויבאלד מע פאר-
טרעט פּראָגרעסיווע קערפּערשאפטן, זאָגט מען
זיך ארויס ווערטערלעך קעגן דער ציעניסטי-
שער אידעאָלאָגיע. אָבער דאָ גלײַך מאכט מען
איבעראשנדיקע באװאָרענישן, וועלכע זײַנען
אין טאָך אן אויסרייד אף ארויסצוטרעטן קעגן
דער פארדאמונג פונעם ציעניזם אלס פאָרם פון
ראסיזם, װאָס עס דרינגט ארויס פון דער רעזאָ-
ליוציע פון דער גענעראליאסאמבליי פון דער
אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע נאציעס.
צווישן די ציעניסטן, טײַנעט מען, זײַנען פא-
ראן, אויסער רעאקציאָנערן און עקסטרעמיסטן,
אזעלכע, װאָס קריטיקירן די האנדלונגען פון
דער רעגירונג פון ייִסראָעל; פאראן אויך אין
אמעריקע, לעמאָשל, ראבאָנים און ראביייִם--
ציעניסטן, װאָס נעמען אן אַנטײל אין דער שאָ-
לעם-באוועגונג און טרעטן ארויס פאר די רעכט
פונעם נעגערשן פאָלק. פונדאנען דרינגט די
באװאָרעניש: ,ניט ארײַנווארפן אלע ציִעניסטן
אין איין זאק", װאָס קיינער טוט עס ניט אין
העסקעם מיטן אלעפבייס פון יעטווידער געזעל-
שאפטלעכער מאסן-באוועגונג. װי באװוּסט, זײַ-
נען צװישן די גרינדער און אָנפירער פון דער
וועלט-באוועגונג פון שאָלעם-קעמפער, באנאנד
מיט קאָמוניסטן, געווען אזעלכע גײַסטלעכע, װי
דער ענגלענדער דזשאָנסאָן, דער דײַטש נימע-
לער אא. דער סאָוועטישער קאָמיטעט פון שאָ-
לעם האלט אונטער פּאָזיטיווע קאָנטאקטן מיט
יענע לינקע ציעניסטישע טוער אין ייִסראָעל,
וועלכע שליסן זיך אָן אין דער פרידאון
פרײַנטשאפט-באוועגונג. דאָס דעמאָנסטראטיוע
ברעכן זיך אין אן אָפּענער טיר ברענגט אינעם
פאל, וועגן וועלכן מיר ריידן דאָ, צו באשײַמ-
פּערלעכע טענדענצן פון קאשערן די אידעאָלאָ-
גיע פונעם ציַעניזם.
לעצטנס איז גאנגבאר אויך אזא באװאָרעניש:
העיויס די ציעניסטישע פּראָפּאגאנדע פּרײ-
דיקט, אז ציעניזם און ייִדן זײַנען איינס און
דאָס זעלבע, דארף מען ניט באשולדיקן דעם
ציעניזם אין ראסיזם, אומאַפּהענגיק פון דעם,
צי דאָס איז יאָ אזוי, צי ניט, קעדיי ניט ארויס-
רופן טאקע אף אן עמעס שטימונגען קעגן די
ייִדן. דער דאָזיקער טעזיס, שוין אָפּגערעדט פון
זײַן טעאָרעטישער נישטיקײַט, איז פאקטיש --
קאפּיטוליאציע פאר דער דעמאגאָגיע פונעם
ציעניזם. א ווירדיקן ענטפער אף אזעלכע פֹּאַ-
ליטישע סאָפיזמען האָבן געגעבן די 72 לענדער
אף דער סעסיע פון דער גענעראל-אסאמבליי.
אופגעבראכטע פון די געפערלעכע מײַסים
פונעם ציעניזם, וועלכע דרינגען ארויס פונעם
פּאָסטולאט ,דאָס פאָלק אָן א לאנד דארף בא-
הערשן דאָס לאנד אָן א פאָלק", פארייניקן זיך
די סאָוועטישע מענטשן צום פּסאקידין פון די
פעלקער פון דער װעלט: דער ציעניזם איז א
פאַרם פון ראסיזם און ראסן דיסקרימינאציע.
;שש( ײז
דער טיראזש --3500.000
עקזעמפּליארן
0:
דער מאָסקװער פארלאג ,מא. 8 ואסיליעװ.
ליש", וועלכער לאָזט ארויס לי-
טעראטור פאר די קינדער פון דעם
פאָרשוליעלטער, האָט לעצטנס
ארויסגעגעבן אין א מאסןיטיראזש
(200.:000 עקז.) לייב קװיטקאָס
מײַסעלע ,א בער אין וואלד" אין
דער רוסישער איבערזעצונג פון
יעלענע בלאגינינא.
דער
דאָס -מײַסעלע איז רײַך איליוי
סטרירט מיט די צייכענונגען פון
די קינסטלער ע. בולאטאָו און
י א. ראָנטש--75 יאָר
עס איז אלט געװאָרן 75 יאָר
ייִדישער
שרײַבער און קולטוריטוער ייצ'
כאָקיעלכאָנען ראָנטש.
י.-א. ראָנטש איז איינער פון די
פּאָפּולערע שעפער פון דער הײַנט-
צײַטיקער ייִדישער ליטעראטור
אין אמעריקע. ער איזן באקאנט
אין די לײענער-קרײַזן מיט לי-
דער-זאמלונגען, מיטן ראָמאן , מאָ-
טעק און סאלטשע" און מיט פילי
צאָליקע ארטיקלען און עסייען.
פּראָגרעסיווער די רעדאקציע פון ,סאָוװועטיש
היימלאנד" באגריסט הארציק י.-א.
ראָנטשן.
178
ל ײב קװיטקאַס אלעפ ביס
סאליוטן, סאליוטן אין מאָסקװע,
די סאַנים מיר האָבן פארטריבן
און שאַלעם געגעבן דער װעלט!
עס פירט דאָס פערד פון װײַטן בארג
דעם קאַלװירטניק אפן מארק,
עפּל רויטע,
העלן האַניק,
עמערס פול מיט עסנווארג.
ערד און הימל האָבן געשוווירן;
הימל זאָל רעגענען,
ערד זאָל געבוירן,
עמעס זאָל שטראלן,
שעקער זאָל פאלן!
יעטן זאָלסטו יעדער בייט,
יעדער בייט וועט זײַן א פרייד,
8 ען, פּענדזל און פּאפּיר--
פּוץ איך אויס א גאַרטן דיר;
פּאוועס זיצן אף די ערטער,
פּאָפּוגײַען שרײַען ווערטער,
פּיפּערנאָטער אין מונדיר --
פּיף-פּאף -- שיסט אין טיר.
סאָף. זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 10, 11 פארן 1975,
179
180
פענדלעך זידן, פּארע פאָכט.
פון פארטאָג שוין קאַכט דער קאָך,
פארפל שיט ער, ציבל בריט ער,
פעטס אין בעקן קריגט זיר ביטער,
פריִער פּרוּװוט דער קעכער פײַן,
פעפערט צו און זאלצט ארײַן.
עפשער עפּעס נאָך פארגעסן!
פארטיק, זעצט זיך עסן.
פײַער אף די סאָנים, פײַער!
פאר מײַן פרײַ לאנד, פאר מײַן טרײַען!
פלי, מײַן פליימאשין, געשווינד
אף די פליגל פונעם װוינט!
ציגל לייגט מען,
צעמענט מישט מען,
צוקער-זאװאָדן דארפן דאָ זײַן.
צעכן נײַיַנקע וואקסן אויס.
צוקער-בורעקעס װעלן ארײַן,
צוקער-ציגעלעך וועלן ארויס.
מײַן ציבעלע וואקסט,
די שפּיצן צעצויגן.
דאָס ציגעלע ווארפט
צו דעם מיט די אויגן.
ניטע, ציג!
א וואקס איך אויס,
קוים ווער איך גרויס,
קלײַב איך די בעסטע
ארבעט אויס.
איך קלער און טו אלץ קלערן --
איך וויל א קאַנסטרוקטאָר ווערן.
קלאפּט א קינד אין פּײַקל;
-- קומט אהער, קומט אהער!
א קאַמעדיע מיט א בער;
קלוגע קעמלען טאנצן שערן;
קונצן װײַזט אן אלטער שפּער;
קראָקאָדילן גיסן טרערן!
וינגעלע, רינגעלע, רויגעז,
זײַנען מיר בערויגעז,
רינגעלע, רינגעלע ריק --
זײַנען מיר כאווער צוריק,
ראשט דער וואסער-שטראָם,
שפּרינגט און פאלט,
און שפּריצט, און פּראלט, און ברילט--
און נאָר אין ווייכן שוים זיר שטילט.
רעדט צום ריבײַזן די מער:
דײַן גלאטע זײַט געפעלט מיר מער!
שענסטער כאָלעם, ווער שוין װאַר!
שווימען כ'זאָל אף דעם לינקאַר,
מיט די שיפּלײַט שטיין אף וואך,
פארן היימלאנד גיין אין שלאכט.
שמידער, שמידער,
שטעל אונדז ווידער
שטארקע גליטשערס,
שטעל אנידער
אונדז צו גליטשן זיך אף זיי.
פעטער שנייער,
שיט אָן ווידער
: שניי אף שניי!
2
סא אונָדזננר
וו א ווייניק-באװוּסטע פאָטאַגראפיעס פון פּערעץ מארקישן
עטאט
אין די יוגנטײיאָרן פון לינקס אף רעכטס: פּ. מארקיש,
ש. האלקין און אי. פעפער
צװוישן די קרויווים אין פּאָלאָנע (1919)
פּאָרטרעט פונעם דיכטער. קינסטלער מאנע קאץ
אפן אָװנט, געווידמעט פּ. מארקישעס 60-טן געבורטסטאָג אין מאָסקװער צענטראלן ליטעראטן-
הויז. אין פּרעזידיום פון לינקס אף רעכטס: סעמיאָן טרעגוב, ארן ווערגעליס, אנא אכמאטאָװא,
סערגיי נאראָווטשאטאָוו, װוסעװאָלאָד איוואנאָוו, פּאװועל אנטאָקאָלסקי. אף דער טריבונע -- לעוו אָזעראָו
13
במא א ריב
|ע
אָליעווסקי, בוזי
(1908--1941)
-- דיַכטער,
אין שטעטל טשערניכאָוו (זשיטאָי
פּראָזאיקער. געבוירן
מירער געגנט). געענדיקט דעם
מאָסקװער פּעדאגאָגישן אינסטי"
טוט אף װ. אי. לענינס נאָמען
(1930). געלערנט אין דער אס-י
פּיראנטור און פארטיײדיקט א
דיסערטאציע אפן טיטל קאנדידאט
פון פילאָלאָגישע וויסנשאפטן. די
טעמע פון דער דיסערטאציע--
דאָװיד האָפשטיין. דעביוטירט מיט
לידער אין מינסקער זשורנאל
,שטערן" (1926). א באגאבטער
ליריקער, האָט ער אָפּגעשָפּיגלט
אין זיין שאפן די איבערבוי-פּראָ-
צעסן אינעם שטעטל אין די יאָרן
פון נעפּ, די ראָמאנטיק פונעם
בירגערקריג (, אין װוּקס"), דאָס
אריינדרינגען פון דער יידישער
יוגנט אין דער אינדוסטריע
(, שאכטע"). אין אָליעווסקיס שא"
פונג פארנעמט אן אָנגעזעען אָרט
די פּאטריאָטישע טעמע. אָליעווסקי
האָט געשאפן לידער און מייסע-
לעך פאר קינדער. פיל פון זיינע
דיכטערישע וװערק זיינען געוויד"
מעט דער ביונג פון דער יידי-
שער אװטאָנאָמער געגנט, וו ער
איז געװען מיטרעדאקטאָר און
סעקרעטאר פונעם זשורנאל , פאָר-
פּאָסט".
אויסער דיכטונג, האָט אָליעווסקי
געשאפן אויך פּראָזעיװערק, אין
וועלכע עס זיינען פארקערפּערט
184
מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן
ו דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור
די זעלבע טעמעס און מאָטיון,
װאָס אין זיין ליריק (פּאטריאָטיזם,
בירגערקריג און אנד). פון אָליע-
ווסקיס דערציילערישער שאפונג
טיילט זיך באזונדערס אויס דאָס
אװוטאָביאָגראפישע װערק אָשערל
און זײַנע פרײַנט". אָליעװוסקי איז
געװען דער אװטאָר פון ארטיק-
לען איבער אקטועלע פּראָבלעמען
פון דער ליטעראטור. ער איז
אויך געװוען אן איבערזעצער פון
רוסיש אף ידיש (ל. קאסיל.
, שוואמבראניע", דערציילונג, מאָ-
סקווע, 1934 און אנד.).
נאָך ביז דעם אָנהייב פון דער
גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָ-
מע איז בזי אליעװוסקי, אלס
אָפיצער, גערופן געװאָרן אין דער
רויטער ארמיי. ער איז אומגעקו-
מען אין שלאכט אין די ערשטע
װאָכן פון דער מפילכאָמע אין
9.1
װוערק. ,, אין וווקס". לידער. מאָס-
קווע -- כארקאָוו --- מינסק, 1930;
,אלץ העכער און העכער". לופט-
פארצייכענונגען. מאָסקװע, 1933;
,שאכטע". פּאָעמע. מאָסקוע,
3 ,ביראָבידזשאנער לידער".
מאָסקװע, 1938: ,א נאכט אפן
אמור". מאָסקװע, 1938; גאָנהײב
לעבן". דערציילונגען. מאָסקװע,
9 אף ביראָבידזשאנער ערד".
לידער. מאָסקווע, 1940 , לידער".
מאָסקװע, 1940; אָשערל און זיי"
נע פריינט", די געשיכטע פון א
יינגל, מאָסקװע, 1947. אָליעװוס-
קיס װערק זיינען דערשינען אויך
אין דער איבערזעצונג אף רוסיש.
ביבליאָגראפיע. , ליטעראטורנאיא
ענציקלאָפּעדיא", ב. 8, מאָסקװע,
4 /קראטקאיא ליטעראטור"י
נאיא ענציקלאָפּעדיא" (קלע), ב.
5, מאָסקװע, 1968; ה. רעמעניק.
,אונדזער יונגער ליטערארישער
דאָר", זשורנאל , שטערן", נומער
110, מינסק, 1930; י. דאָברו"
שין, ב. אַליעווסקיס , שאכטע",
זשורנאל , שטערן", נומ. 7, מינסק,
אט
4 ה. רעמעניק, ,דער אופ"
גאנג פון א דאָר", צייטונג ,אָקי
טיאבער", מינסק, 1939, נומער
83 . קליטעניק, זשורנאל
פאָרפּאָסט", נומער 2, ביראָבי-
דזשאן, 1936; מ. נאָטאָװיטש. צייי
טונג אייניקייט", מאָסקװע, 28
אָקטיאבער, 1943; י. דאָברושין,
צייטונג ,אייניקייט", מאָסקװע,
7 פעווראל, 1945; נאָכעם לעווין.
,בוזי אָליעווסקי", פאָרװאָרט צו
;אַשערל און זיינע פריינט", מאָס-
קווע, 1947; ריווקע רובין. {אן
,אָדלער און א טױיב", זשורנאל
,סאָװעטיש היימלאנד", נומער 0,
מאָסקװע, 1963.
אלטשולער, מוישע
(1887--1969)
-- געזעלשאפטלעכער טוער, פּוב-
ליציסט. געבוירן אין שטעטל באָי
בער (מאָהילעװוער גובערניע),
אריינגעטראָטן אין דער קאָמוניס-
טישער פּארטיי אין 1921. די לי-
טעראריש-פּובליציסטישע טעטי-
קייט אָנגעהויבן אין 1919. מ. אלט-
שולער אין געװען סעקרעטאר
פון דער הױפּטיביוראָ פון די
יידסעקציעס באם צק פון דער
קאָמפּארטײ פון אוקראינע, מיט"
גליך פון דער צענטראליביוראָ
פון די יידסעקציעס באם צק
רקפּ(ב), מיטגליד פון דער רעד-
קאָלעגיע פון דער צייטונג ,דער
עמעס", פאראנטװאָרטלעכער רע-
דאקטאָר פונעם אנטירעליגיעזן
זשורנאל ,אפּיקױרעס". אלטשר
לערס ליטערארישע און ויסג-
שאפטלעך-פּובליציסטישע טעטי"-
קייט איז קאָנצענטרירט געוען
הויפּטזאכלעך ארום פראגן פון
אנטירעליגיעזער פּראָפּאגאנדע, ער
האָט אויך איבערגעזעצט פון רו"
סיש אייניקע װערק פון װ. אי.
לענין.
װערק. ,האגאָדע פאר גלויבער
און אפּיקאָרסים", מאָסקװע, 1927
, אנטירעליגיעזער לערנבוך", מאָס-
קוע, 1929; ,גוף און נעשאָמע",
מאָסקװע, 1948,
ביבליאָגראפיע. ש. דימאנשטיין,
פאָרװאָרט צו אלטשולערס אנטי-
רעליגיעזן לערנבוך;: נ. רובינ"
שטיין, , די ביכער-פּראָדוקציע אֹף
יידיש אין סאָוועטנפארבאנד",
זשורנאל .אפן ויסנשאפטלעכן
פראָנט", מינסק, 1933,
אלעק, ש.
(1888---1937)
-- געזעלשאפטלעכער טוער, רע-
דאקטאָר, פּובליציסט. נאָך דער אָק-
טיאבער-רעװאָליוציע ארינגע-
טראָטן אין דער קאָמוניסטישער
פּארטיי. אָנהײבנדיק פונעם 1930 --
רעדאקטאָר פון דער צייטונג
.אָדעסער ארבעטער".
ווערק. ,פארמעקטע ועגן". בער-
דיטשעו, 1932; יאין אָנגלי",
כארקאָוו, 1932; , טעמפּן", פאר-י
צייכענונגען, כארקאָוו -- קיעוו,
6.2
ביבליאָגראפיע. י. קוויטני, י.
מיטלמאן. ,די ייִדישע סאָוועטישע
ליטעראטור", צייטונג ,מאָרגן-
פרייהייט", 9 יאנוואר, 1933.
אלעקסאנדראָוו, הילעל
(1890--1972)
--היסטאָריקער, ליטעראטורפאָר-
שער, געבוירן אין באָברויסק,
אין א פאמיליע פון א אופקלע-
רער. אלעקסאנדראָוו האָט אקטיוו
זיך באטייליקט אין דער ויסנ-
שאפטלעכער ארבעט אין וייס-
רוסלאנד, געווען א מיטארבעטער
פונעם יידישן סעקטאָר אין דער
ווייסרוסישער וויסנשאפטיאקאדע-
מיע. די לעצטע יאָרן פּובליקירט
אין , סאָװועטיש היימלאנד" פאָר-
שונגען איבער דער געשיכטע פון
דער יידישער ליטעראטור (װעגן
מענדעלען, וועגן ייסראָעל צינ-
בערגס ארכיוו און אנד.).
ווערק. ,סאָציאלע קעגנזאצן אין
יידישע קעהילעס אין 16-טן און
זטן י. ה." (, צייטשריפט", ב.
2, 3, מינסק, 1928); , די ייִדישע
באפעלקערונג אין די שטעט און
שטעטלעך פון וויסרוסלאנד"
(דאָרטן); ,יידן אין װו. ס. ס. ר.",
מינסק 1930 (צוזאמען מיט ארן
װאָראָבײטשיקן); ,דער פּראָלע-
טאריאט אין װו. ס. ס. ר.", מינסק,
3.
ביבליאָגראפיע. ד"ר י. שאצקי,
,געשיכטע פון בילדונג בא יידן",
שריפטן פאר פּסיכאָלאָגיע און
פּעדאגאָגיק, ב. 1, ייװאָ, ווילנע,
3. זאלמען קאהאן, ,א לעבן
פול מיט שעפערישער מי", זשור-
נאל , סאָוועטיש היימלאנד" נומ.
8, מאָסקװע, 1970.
אקסעלדאָר, זעליק
(1904--1941)
-- דיכטער. געבוירן אין מינסק,
באקומען א טראדיציאָנעלע יידיי
שע דערציונג, געלערנט אין
מינסק. צו 16 יאָר דעביוטירט
מיט א ליד אין מינסקער ,װע-
קער" (1920). זיך געלערנט אין
מאָסקװער ליטערארישן אינסטי-
טוט אף װו. בריוסאָווס נאָמען. אין
די צוואנציקער און דרייסיקער
יאָרן אקטיוו זיך באטייליקט אין
ליטערארישן לעבן, געדרוקט לי-
דער אין זשורנאלן און צייטונגען,
געװוען א מיטארבעטער פון דער
רעדאקציע פונעם זשורנאל
,שטערן". אין אקסעלראָדס ליריק
זיינען טיף און שטארק עמאָציאָ-
נעל פארקערפּערט די אינטימסטע
געפילן און איבערלעבונגען פונעם
מענטשן, באזונדערס -- פון דער
יוגנט, אין זיין עפּאָכע.
ווערק. ,, צאפּל".מינסק, 11922 , לי-
דער". מינסק, 1932 , און ווידער
לידער". מינסק, 11935 , אויג אֹף
אויג". פּאָעמעס, מינסק, 1937;
,רויטארמיייַשע לידער", מינסק,
9 אקסעלראָד האָט איבערגע-
זעצט פון וייסרוסיש אף יידיש
לידער פון יאנקא קופּאלא.
ביבליאָגראפיע. י. בראָנשטײין. ,ז.
אקסעלראָדס דיכטערישער ועג",
,אפן וויסנשאפטלעכן פראָנט" נו-
מער 3 4, מינסק, 13 ;דער
סטילן"קאמף", פּראָליט", כאר-
קאָװו, נומער -4, 1930 ,שע-
פערישע פּראָבלעמעס פון דער
יידישער סאָוועטישער פּאָעזיע",
מינסק, 1936; ב. אָרשאנסקי, , די
יידישע פּאָעזיע אין ווייסרוסלאנד
נאָך דער רעװאָליוציע", צייט-
שריפט", ב. 5, מינסק, 119231 י.
דאָברושין, , זעליק אקסעלראָדס
וועג", זשורנאל , שטערן" נומער
11-0, מינסק, 1932; ריווקע רו-
בין, דערהויבענע שטילקייט",
זשורנאל ,סאַָװעטיש היימלאנד",
נומ. 1, 1963,
קלעזמאַרימלעך
ווערטער פון ארן ווערגעליס מוזיק פון סערגיי טשעבאָטאריאָוו
(2:124) 90סשסון פיונט!2,
ברידערלעך קלעזמאָרימלעך,
יעדערער און קיינער,
טוט א נעם די פידעלעך,
אלע וי איינער.
זיצט ניט בא די פײַערטעפּ,
בעסער בא א שײַטער,
אין די אויגן --- פײַערלעך,
און דאָס בלוט -- פארשײַטער.
אײַער ליד איז אויסגעבענקט,
אויגן פול מיט טרערן.
ער ס'איז ניט קיין שפּילפױגל,
װועט שוין מער ניט װערן.
שוין גענוג געזעסן דאָרט,
שטיל אף די נאסידעלעך.
קומט באװײַזן אלעמען,
װאָס עס שטעקט אין פידעלע.
ברידערלעך קלעזמאָרימלעך,
יעדערער און קיינער,
טוט א נעם די פידעלעך,
אלע וי איינער.
אינהאלט פונעם זשורנאל , סאַװועטיש היימלאנד" פארן יאָר 1975
ראָמאנען, דערציילונגען, נאָװעלן,
פארצייכענונגען
מ. אלבערטאָן (צום 75:טן געבורטסטאָג). איינער
י
:
ש.
ה
שׂ =
ה.
=
2
אונדזערע מיטצײַטלער.
פון די אוראלער גיבוירים (פארצייכענונג). נומ. 8,
ז. 169.
בורג. קורצע דערציילונגען. נום. 12, ז. 113.
גאָרדאָן. ליכט (דערציילונג). נומ. 9, ז. 57.
. דאָבין. אף כּאָרעװוע ערטער (דערציילונג). נומ. 6,
ז. 169.
ווערגעליס. די צײַט (ראָמאן.
עפּילאָג). נומ. 12, ז. 3.
זאבארע. אינמיטן העלן באטאָג (ראָמאן). נומ. 1,
ז. 411 נומ. 2, ז. 43 נומ. 3, ז. 7.
האלפּערן. צוויי דערציילונגען. נומ. 11, ז. 68.
. האָפּמאן. דער איבערזעצער פון געסטאפּאָ (דאָקו-
מענטאלע דערציילונג). נומ. 1, ז. 79.
טאבאטשניקאָוו. עלטשיק (דערציילונג). איליוסט-
רירט פון ג. קר אװצ אָ װ, נומ. 4, ז. 103.
ליזען. פון יענעם ברעג, פון קאיאָריקן (דערציי-
לונג). איליוסטרירט פון יע. גאַ ר. נומ. 10,
ז. 66,
מעלאמוד. צװוישן דניעסטער און פּרוט (ראָמאן).
איליוסטרירט פון ה. אינג ער. נוֹמ. 1, ז. 26;
נומ. 8, ז. 4175 נומ. 9, ז. 9.
פערטע נאָוועלע,
. ניורענבערג. איך דערמאָן זיך... (נאָװעלן).
נומ. 11, ז. 124.
פּאָליאנקער. צוויי כאסענעס מיט א געט און אנד.
דערציילונגען. נומ. 3, ז. 81; שמײַע גאזלען
(ראָמאן). איליוסטרירט פון ה. א יג ג ע ר. נומ. 10,
ז. 227 נומ. 11, ז. 11.
. פאליקמאן. פּײַער און אש (ראָמאן). איליוסטרירט
פון ה. אינגער. נומ. 7, ז. 80; נומ. 8, ז. 1104
נומ. 9, ז. 83.
קאלינאָווסקאיא. אלטעי לײַט (ראָמאן). פון רו"
סיש -- ש. גאָרשמאןן. אייוסטרירט פון
ג. ק אל ינ אָ װו ס ק י. נומ. 2, ז. 55; נומ. 3, ז. 42.
קאָבריאנסקי. מאמע אנע (דערציילונג). אילין"
סטרירט פון ע. מ אסטבוים. נומ. 11,
ז. 92; נומ. 12, ז. 52.
קאָסאָי. צוויי מאָנאָלאָגן. נומ. 8, ז. 74.
. קיפניס. מיניאטור-ידערציילונגען. נומ. 1, ז. 55
ראבין. העשל דער סטאָליער און זײַן אייניקל
(ראָמאן). נומ. 4, ז. 150 נומ. 6, ז. 53.
רוביאן. קורצע דערציילונגען. נומ. 12, ז. 119.
רעלעס. באם סאָזש און באם דניעפּער. רײַזע-
בילדער. נומ. 2, ז. 4104 נומ. 12, ז. 123.
ל. ש קאָלניק. די מאגי-
סטראל פון פרײַנטשאפט (,באם") נומ. 1, ז. 4;
י.. ש ר ײַ ב מ א ן. װײַנטרױבן, שטאָל און היימי-
שע מענטשן. נומ. 4, ז. 8! י. סערעבריאני
אײַנדרוקן פון א רײַזע קיין ביראָבידזשאן. נומ.
6 ז. 9 נומ. 7, ז. 4152 ס. ט א ס ק. דרײַצן --
א גליקלעכע צאָל. נומ. 7, ז. 157.
188
י. שרײַבמאן. ליטערארישע מיניאטורן. נומ. 10,
ז. 122,
פון דעם שרײַבערס נאָטיץ-ביכל. ש. ג אָר ש מאן
פון זומער ביז הארבסט. נומ. 1, ז. 13 מ. ליל
נ א. פּאול און גערטרודא. ייִדיש -- מ. איטקאָוויטש.
נומ. 12, ז. 136.
פונעם ליטעראטור-אויצער. מ. א ל ט מ אן. די ווינער
קארעטע (דערציילונג). נומ. 4, ז. 35;
לידער פון מוישע: לב האלפּערן נומ. 12,
ז. 146
אװראָם רײזענס לידער (צו זײַן 100-טן גע-
בורטסטאָג). נומ. 9, ז. 53; י. טש עמערינ-
ס ק י. פאבלען. ארײַנפיר-יװאָרט פון מ. גלייזער.
נומ. 10, ז. 63,
לידער, פּאָעמעס
. איסאקאָווסקי. די פייגל, װאָס זײַנען פארבלענ-
דעט. פרײַ איבערגעזעצט פון רוסיש א. ווע ר"
געליס. נומ. 6, ז. 3.
. בוכבינדער. פון מײַן ניט אױסגעשעפּטן ברונעם.
נומ. 4, ז. 47.
ביידער. אלץ, װאָס איז דעם מענטש געגעבן.
נומ. 1, ז. 52: ס'גייט דער מענטש. נומ. 6, ז. 20.
. ביידער. באם יאם. נומ. 6, ז. 52.
. בלאָשטײן. א געזאנג צו רוסלאנד. נומ. 6, ז. 49;
יונגע עלטער. נומ. 8, ז. 101.
. בעלאָוסאָוו. נײַע לידער. נומ. 3, ז. 40.
בראָמבערג. פונעם בוך ,עלטער אף א אָר".
נומ. 9, ז. 79; מיניאטורן (לידער). נומ. 11, ז. 83.
. גאָנטאר פונעם בוך אנעגינע". נומ. 2, ז. 4100
נומ. 4, ז. 29; נומ. 8, ז. 69.
העלער. אין מיר שפּיגלט זיך אָפּ דער זײַן
נומ. 6. ז. 450 לידער (צום 760טן געבורטסטאָג).
נומ. 8, ז. 157.
ווינטמאן. זיקאָרן און אנד. לידער וייֵדישׁ --
ר. בא ליא סנ ע). נומ. 2, ז. 53.
. װײַנערמאן. סאָף טאָג. נומ. 6, ז. 49; באטראכטן
מיט ליבשאפט די וועלט. נומ. 10, ז. 24.
. ווערגעליס. פון נײַעם קוואל. נומ. 21, ז. 13 דאָס
גאָלדענע פינגערל (פּאָעמע). נומ. 9, ז. 3.
װערניק. א ואלדילעגענדע און אנד. לידער.
נומ. 6. ז. 124; לידער. נומ. 12, ז. 110.
. ליפשיץ. װאָס איז דער איקער! און אנד. לידער.
נומ. 2, ז. 47.
. מאָגילנער. נײַע לידער. נומ. 4, ז. 199 אף אָט
דעם אָרט. נומ. 6, ז. 51; לידער. נומ. 12, ז. 111.
. מאָגילעוויטש. אפדערנאכט. נומ. 6, ז. 152 שיין
איז דער בלויער הימל. נומ. 12 ז. 140.
. מילער. ביימער ציִען זיך ארוף. נומ. 3, ז. 1101
מײַן הארץ -- א לעבעדיקע בריק. נומ. 12,
{ *' 7,
. פּלאָטקין. דאָס געהעריקע װאָרט (צום 60-טן גע-
בורטסטאָג). נומ. 3, ז. 78.
א. סאצטוו. די ערד איז רײַך. נומ. 4, ז. 139,
9 קיריטשאנסקי. אין הארץ בא זיך און אין זיקאָרן.
נומ. 1, ז. 171 שמעקט מיט ליבע און מיט זומער.
נומ. 6, ז. 51; צו אונדזערע שוועלן. נומ. 10, ז. 100.
מ. שטורמאן. מונטערקײַט. נומ. 2, ז. 129 באלאדע.
צווישן בערג (לידער). נומ. 11, ז. 128.
פון דער דיכטערישער יערושע. מ. גרוביאן א
גאנץ לעבן געטרוימט. נומ. 1, ז. 138; צוואנציק
לירישע מיניאטורן. נומ. 1, ז. 75,
ש. דריז. הערט א מײַסע. נוֹמ. 2, ז. 117.
ש. כאָלאָדענקאָ. ניט-פארעפנטלעכטע לידער. נוֹמ. 6,
ז. 123.
װו. רעדקאָ. פון פארבליבענע העפטן (לידער). ארײַנ"
פיר פון ד. כ לט קינע און י. פא ליקמאף
נומ. 11, ז. 117,
פון דער ליטעראטור-געשיכטע. כ. בייד ער. אנט-
פּלעקטע סוידעס. נומ. 10, ז. 102,
צום 80'טן געבורטסטאָג פונעם דיכטער סערגײ
יעסענין. אָ. טומ א נ אָ װו. ליכט און שאָטן (נאָ-
וועלע). נומ. 11, ז. 84.
צום 80'טן געבורטסטאָג פונעם דיכטער פּערעץ מאר.
קיש. פופצן בריוו פון פּערעץ מארקישן צו י.
אָפּאטאָשו! א. יערוסא לימס קי. זיכרוינעס
וועגן פּערעץ מארקישן; א. ק א ה א ן. מײַן ערשטע
באגעגעניש מיטן דיכטער. נומ. 12, ז. 26.
צום 85'טן געבורטסטאָג פונעם דיכטער ארן קוש"
ניראָוו. רוסישע סאָוועטישע שרײַבער וועגן ארן
קושניראָוון. נומ. 2, ז. 135,
דרײַסיק יאָר פון אונדזער גרויסן ניצאָכן
(נומער 5)
לידער פון ה. ב לאָשטײן, אי
הופח 3 .-בתדצעה. ד
אי. בראָנפמאן, מ. גאָלבשטײן א.
גאָנטאר, מ. גרוביאן מ. גרוּװמאן,
ד. האָפשטײן, ש. האלקײַן כ. װײַנער-
מאן, א. װערגעליס, מ. טאלאלאיע-
װסקי, ש. טשערניאװסקי, מ. טײף,
ש. כאָלאָדענקאָ, ד. כײַקינע, מ. ליפ-
שיץ, פ9. מארקיש, פּ. פּלאָטקין, ע. פי-
נינבערג, אי. פעפער, י. קאָטליאר,
א. קושניראָװ. ל. קװיטקאָ, פּ. קירי-
טשאנסק, זז. 9--27.
א. טווארדאָווסקי. כ'בין דערהארגעט לעבן רזשעו.
ייִדיש ---א. לײ ב ע ש. ז. 56.
ד. בערגעלסאָן. פּובליציסטישע ארטיקלען, געדרוקטע
אין ,אײניקײַט". זז. 28--49.
מ. שאָלאָכאָוו. זיי האָבן זיך געשלאָגן פארן היימ-
לאנד. ייִדישׁ -- ט. גען. ז. 50.
וו. טשוּיקאָוו, מארשאל פון סאָוועטנפארבאנד. ויָאזוי
דאָס איז פאָרגעקומען. ז. 4.
י. פאליקמאן. פּײַער און אש. ראָמאן. ז. 59.
פארשריבן באם פאָלקס-מענטש (מילכאָמע-פאָלקלאָר).
צוגעגרייט צום דרוק דורך א. װױנקאָוועצקי.
זז. 97 -- 105.
ב אָרוכ אָי
בּראָמבערג,
פראָנט-פארצייכענונגען פון א. פּאק, ל. בערנשטין,
א. קאצעוו. זז. 106--132,
רעפּראָדוקציעס פון די װערק און בריוו פון ע.
פינינבערג (ז. 126), מ. כאשטשעוואצקי (ז. 132),
א. קושניראָוו (ז. 139), מ. גאָלדשטײן (ז. 144),
פײַװול סיטאָ (ז. 150), ש. ראבינאָוויטש (ז. 156).
קיינער איז ניט פארגעסן. ל. װ ער כ אָװ ס קי. נאָכ-
פאָלגער פון ניקאָלײַ גאסטעלאָ. ז. 133,
מ. גערשענזאָן. גורשטיין און כיסמאטולין. ז. 140.
פ. פוקסמאן. דעם פּאָלקאָװניק קושנירס קייװער.
ז. 145.
י. קראסילשטשיק. ,טרײַ זײַן דעם היימלאנד, דער
פּארטיי" (די געשיכטע פונעם בריוו פון דעם
קאצעטלער מיכאיל בעספּראָזוואני, געפונען אין
מײַדאנעק. ארטיקל פון אי. ערענבורג .מיי
כֹאיַל בעספּראָזוואניס צאװאָע"). ז. 51.
פון אונדזער פראָנט קאָרעספּאַנדענט. פראָנטינאָטיצן
פון ש. ראבינאָװיטש, ש. גאָ רדאָן נ. זא-
בארע, ע. גאָרדאָן, ש. פּערסאָװ,
ה. פּאַליאנקער. זז. 157--166.
ס'האָט געשלאָגן די שאָ פון ניצאָכן
אי. פעפער. אזוי זײַנען די דײַטשן געקומען קיין
מאָסקװע. ז. 167,
ז. װענדראָף. אין יענער נאכט. ז. 119.
*או. גוראלניק. איין עפּיזאָד פון א סאך. ז. 171.
אי. דרוקער. אז דער טאָג איז געקומען. ז. 174.
כ. מעלאמוד. אונדזער שוווּע. ז. 175.
פאָטאָגראפיעס דערציילן
וו. קאָוויטש. איציק פייגין און זײַנע צוויי זין. ז. 177.
מ. גרוביאן. די מאמע פון צוואנציק קינדער. ז. 181.
יא. גאָרעליק. אפן פארהער דער ,פאשיסט נומ. 2".
ז. 182.
א. ווערגעליס. עס לייגט זיך אפן סייכל. ז. 185.
ליטעראטור-קריטיק, פראגן פון קונסט,
ביבליאָגראפיע
דער קינסטלער און די עפּאָכע (צום 770טן געבורטס-
טאָג פון מיכאיל שאָלאָכאָװ). נומ. 4. ז. 3.
א. דאָברינקי. װעגן מייער אלבערטאָנס שאפונג.
נומ. 8, ז. 167.
אי. דרוקער. אייניקע געדאנקען וועגן א. ווערגעלי-
סעס דיכטערישער שאפונג. נומ. 1, ז. 162.
א. ווערגעליס. נאָטיצן אָן א סיידער. נומ. 2, ז. 1139
דער דענקמאָל אין באבי יאר װעט שטיין לעדויי
רעס. נומ. 6, ז. 158.
י. סערעבריאני. דער יונגער גורשטין וועגן דעם
יונגן מענדעלע. נומ. 12, ז. 141.
א. ראסקין. כ.-נ. ביאליק אין די יאָרן פון דער
ערשטער רוסישער רעװאָליוציע. נומ. 3, ז. 1142
אין איינקלאנג מיטן לעבן (װעגן די דערציילונ-
189
גען אין ,,סאָװועטיש היימלאנד" אין 1974). נומי
1 ז. 147,
ה. רעמעניק. א קרעפטיקער טאלאנט (װעגן דער
שאפונג פון מאָזי קאָבריאנסקי). נומ. 1, ז. 157
קולטוריהיסטאָרישע און ליטערארישע באטראכ"
טונגען. נומ. 2, ז. 149: נומ. 4, ז. 145; נומ. 12,
ז. 147; נאטאן זאבארע און זײַן לעצטער ראָמאן.
נוֹמ. 6, ז. 151; דער דיכטער פון זיג (וועגן איציק
פעפער). נומ 9, ז. 156.
בריוו פון ייַדישע שרײַבער. עזראָ פינינבערגס בריוי
נומ. 1, ז. 172; בריוו פון לייב קװיטקאָ. נומ. 9,
ז. 163.
ליטערארישער טאָגבוך. או. גוראלניק. יערושע
און יאָרשים. נומ. 2, ז. 162; פארברידערטקײַט
פון ליטעראטורן (וועגן דעם זשורנאל ,דרוזשבא
נאראָדאָװו"). נומ. 3, ז. 138; פארן זיג פונעם לעבן.
נומ. 8, ז. 172; די כראָניק פון דער נײַער
וועלט (צום 50יאָריקן יוביליי פונעם זשורנאל
,נאָװווי מיר"). נומ. 10, ז. 149; דער פולבלוטיקער
דויפעק פון לעבן. נומ. 11, ז. 156.
מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָ"
װעטישער ליטעראטור. נומ. 9, ז. 185 --
מ. אבארבאנעל, א. אבטשוק, ל. אבראם,
ש. אגורסקי; נומ. 10, ז. 189--ד. אוטקעסי
נ. אויסלענדער, מ. איטקאָװיטש, ה. אינגער,
י. איצקאָוו, ש. אײַזנווארג, י. אלבירט; נומ. 11,
ז. 149 -- מ. אלבערטאָן, מ. אלטמאן, פּ. אלטמאן;
נומ. 12, ז. 1844 -- ב. אַליעװוסקי, מ. אלטשולער,
ש. אלעק, ה. אלעקסאנדראָוו, ז. אקסעלראָד.
װערק פון אונדזערע לײיענער (נומ. 9, ז. 135 --
2).
דיכטונג: י. עלקיס (כארקאָוו). כ'האָב פאר"
שטאנען שוין פון לאנג;
ש. זינג ער (ויניצע). ס'טוט מיר קיין ביסל ניט
וויי}
ש. ר א פּאָ פּאָ ר ט (לענינגראד). 60 און 5.
פּראָזע: ב. שײנגאוטער (מאָסקװע). א באקאנט"
שאפט אין אטעליע; א פּאָרטרעט.
ליטערארישע געדענק'דאטעס (נומ. 10, ז. 133--
119);
י. זעלדין. א באגעגעניש מיט באגריצקין!
װ. זש ד א נ אַָ װ. ארן גורשטיין און זײַנע קרי"
טישע ארבעטן; מ. ג אָל ד ש ט יי ן. רויך.
קורצע רעצענזיעס. ט. ג ען זאָרג און פרייד אין
דער ייִדישער שטוב". (וועגן א. גובניצקיס בוך
,מײַן אויצער"). נומ. 2, ז. 156: מ. ג לײזער.
וועגן מוישע לאקס' בוך ,, מעמואריסטישע פעדער"
שפּריצן". נומ. 2, ז. 158; מ. לאָ סיעװ. א
רעאליסטישער צוגאנג (װעגן דעם בוך פון
ד. שמידט ,די אראבער קעגן ייִסראָעל"). נומ. 2,
ז. 158; י. ט שער ניס. וועגן ש. כאָלאָדענקאָס
בוך , דאָס װאָרט". נומ. 4, ז. 2153 ל. פרוכ ט-
מ אן. ריווע באליאסנעס בוך ,א פערטל יאָרהונ-
דערט" (אין אן אוקראינישער איבערזעצונג).
נומ. 4, ז. 155; י. ליוב אַָ מירס קי ועגן צוויי
לידער-זאמלונגען מיט נאָטן (ייִדישע לידער פון
זינאָװי שולמאן און באסיע רובין). נומ. 4, ז. 157;
א. װינ קאָװע צ קי. װעגן ל. ווילסקערס בוך
190
,די שוימרוינישע שפּראך". נומ. 4, ז. 159
מ. ג ל יי ז ע ר. לייענענדיק ע. רײַזמאנס בוך ,וויי
דערקלאנגען". נומ. 4, ז. 160; י. ס ערעב-
ריאני. איניקע באמערקונגען צו דער נײַער
אויסגאבע פון ,מישפּאָכע מאשבער". נומ. 8,
ז. 176 יא. ג אָר ע ליק. וועטעראנען דערמאָנען
זיך. נומ. 8, ז. 4179 מ. ג לײיזער. ,װער אין
לעבן דינט זײַן צײַט -- לעבט אין אלע צײַטן.
נומ. 8, ז. 180; י. ט ש ע ר ניס. פריידיקע מאָי
טיוון (וועגן כ. טאבאטשניקאָווס בוך ,בארשעווער
מאָטיוון"). נומ. 10, ז. 2152 ל. פרוכטמאף
דער לעבנסיפאקט און דאָס פּאָעטישע געשטאלט
(רוסישע אויסגאבע פון ה. רעלעסעס בוך יאָפּי
קלאנג פון צײַטן"). נומ. 10, ז. 1154 ה. פּאָ ליאנ-
ק ער. ,באגינען" (וועגן פּ. קיריטשאנסקיס ליי
דער-זאמלונג אין אן אוקראינישער איבערזעצונג).
נומ. 10, ז. 156 א. װוינאָ קור. צוהילף די
אטעיסטן. נומ. 10, ז. 3157 ב. מילער. א
פאָדעם אין געװועב (וועגן ריווקע רובינס בוך .עס
שפּינט זיך א פאָדעם"). נומ. 12, ז. 153
אי שולקינא. ,די גאָלדענע טויב" פון מ. רא-
זומני. נומ. 12, ז. 156.
ביבליאָגראפיע. א. פינק על ש טיין. איציק פעפערס
ביכער (איבערזיכט). נומ. 10, ז. 2176 קורצער
איבערזיכט פון ארן קושניראָווס װערק. נומ. 11,
ז. 182.
ליטערארישע פּאָרטרעטן. זיכרוינעס.
פּובליקאציעס
ה. אדאם אלט געװאָרן 75 יאָר. נומ. 3, ז. 167.
מ. גלייזער. י. סערעבריאני -- א פינף-אוןזיבעצי"
קער. נומ. 12, ז. 145.
או. גוראלניק. צו ה. רעמעניקס 70-טן געבורטסטאָג.
נומ. 7, ז. 165.
אי. דרוקער. געזען און געהערט. נומ. 6, ז. 136; דער
לעצטער פונעם .בעסאראבער אֶלימפּ" (צום 85יטן
געבורטסטאָג פון מ. אלטמאן). נומ. 10, ז. 142.
ה. רעמעניק. צו מ. לעווס 760טן געבורטסטאָג. נומ. 7,
ז. 171 מיטן אייגענעם גאנג (צו ד. בראָמבערגס
0-טן געבורטסטאָג) נומ. 11, ז. 153.
זיכרױינעס. ה. ב לאָ ש טיין. איך װיל אײַך דער-
ציילן. נומ. 2, ז. 4121 כ. לויצקער. דער
מענטש אינעם דיכטער (װעגן ד. האָפשטײנען.
נומ. 2, ז. 118; י. טשערניס. די ערשטע
באגעגעניש (װעגן ע. קאזאקעװויטשן). נומ. 4,
ז. 4124 װו. קיי לין אף לענינס לעקציעס אין
דער ,סװערדלאָווקע". נומ. 4, ז. 141; ד. כ אָ ר אָל.
לירישע העפטן (פון די זיכרױינעס װעגן ד.
בערגעלסאָנען). נומ. 9, ז. 1150 א. ט שוזשי
,כאווער לייב" (וועגן דעם דיכטער לייב קװיטקאָ).
נומ. 11, ז. 135; י. ליובאָמירסקי. בלעטלעך
פון מײַן לעבן. נומ. 11, ז. 138.
5 -- דאָס צװישנפעלקערלעכע פרױעןיאָר.
ג. קיזעל. איינע פון די ערשטע רעװאָליוציאָ-
נערן אין רוסלאנד. נומ. 8, ז. 159: ז. ק א ה א ן.
די אײַזערנע װערע (די אלטע באָלשעוויטשקע
15
ווערא סלוצקאיא); ג. יע ליסאװ עטסקיי. דער
דאָקטאָר פון פילאָסאָפיע מאריא זלאָטינאו ק ל א"
רע פּעשטשאנסקאיא דער טרוקענער ברו"
נעם (ליד פון ק. פּעשטשאנסקאיא ---א געוועזענע
קאצעטלערן פון פאשיסטישן טוױיטילאגער אין
דארניצע); דער גוירל פון א מיידל א רעגולירערן
לידיע ספּיוואק (פאָטאָיבילדער פון א פּראָנטיקאָ-
רעספּאָנדענט); ר. שויכ עט. כאנע קאב און איר
האָרעפּאשנע מישפּאָכע. נומ. 10, זז. 13--23;
לידער פון די יַדישֶׁע סאָוועטישע דיכטערנס
ר. באליאסנע, ל. וואסערמאן, ס. טוטשינסקע,
ש. כאָלאָדענקאָ, ד. כאָראָל, ד. כײַקינע, ס. כענ-
קין, ד. ליפּקעס, כ. לעווין, א. פּיאטיגאָרסקאיא,
ס. קאהאן, ל. טשערניאק. נוֹמ. 11, זו. 61--467
י. ס אָ וו א ל אָ װו. דער טיפער שפּור אין לעבן
ד. דאָברושין - גאָלדע קאָגאן און אירע
פראָנט-כאוויירים; אי. אָ קוניעװ. די טריומ"
פאלע ארקע אנטקעגן פענצטער. נומ. 12, ז. 108.
פּאָלעמיק. א. ג ל א ד יל י'ן. איבער דעם װאָרט װעל
איך זיך מיט טרערן באװאשןף ל. לעװיף
....דאָס, װאָס איר רופט דוניע, דארף זײַן א
מאנצבל". ייַדישׁ -- מ. איטקאַװיטש. נומ. 3,
ז. 151.
לעבעדיקע גרוסן. ב. הא לפּ ערן. איך לעב אין
ווילנע. נומ. 9, ז. 143; י. טשיטשעלניצקי
בא די קיעװער ייִדישע שרײַבער אין צויי יאָר
ארום. נומ. 1, ז. 3127 ב. מילער. אין דער
זייער אלטער און ביז גאָר יונגער שטאָט לװאָוֹ.
נומ. 7, ז. 132.
מענטשן -- זײער צײַט און זײיער גױירל. ר. לאִי
מאָװס קי. א קעמפער פאר דער סאָוועטנמאכט
אין יאקוטיע און אפן װײַטן מיזרעך (ס. סטרו-
לעוויטש). נומ. 2, ז. 1111 מ. פּאָליאנאָװ-י
ס קי. ניט װײַט פון קאָטלובאן. נומ. 3, ז. 102;
א. ליזען. די טױבע. נומ. 4, ז. 1124
א. ליבערמאן צויי געלערנטע. נומ. 6,
ז. 4125 ש. װו ײַ ס ב ר יי ט. ער זוכט און געפינט.
נומ. 7, ז. 143.
באגעגענישן מיט אינטערעסאנטע מענטשן מ. פּאַ-
ליאנאָװסקי. לעו סלאוין און וואלענטין
קאטײַעװו. -- איינער פון די ערשטע סאָוועטישע
קינאָירעזשיסערן אלעקסאנדער ראזומני. נומ. 1,
ז. 141.
איבערוף פון צײַטן י. פײַ װוּסאָװיטש. מיט
די אויגן פון קינדער. נומ. 1, ז. 180.
געלייענט אין די רוסישע זשורנאלן: ,נאָװאָיע וורע-
מיא", , דרוזשבא נאראָדאָװ". נומ. 10, ז. 138.
פּובליציסטיק
ייִדן און אראבער קאָנען און דארפן לעבן אין פרײַנט-
שאפט. נומ. 11, ז. 3.
אף די שפורן פון געשעענעם. נומ. 2, זז. 48 -- 52,
ל. װעשטאָרט. דער העלדן-טויט פון א שרל-
בער; װ. מע לניק. א געזינד פון 80 מענטשן;
צ. צירולניק. דער דאָקטער אבראמסאָן
ב. קאָמס קי. די צאװאָע פונעם יעפּרײטאָר
מ. קאנטאָראָװויטש.
נומ. 6, זז. 111 -- 122. מ. ל וו אָ וו. די שװוּעו
י. פא ליקמ אן. פיר ייַנגלעך! ר. קאץ יר א-
ב ינאָװיט ש. אזוינס פארגעסט זיך ניט.
עס װערט פּאָרגעזעצט דער שמועם, װאָס ,סאָװועטיש
הימלאנד" האָט אָנגעהױבן. אָ. לופּיי. צו
כאווע וואטערס זיכרוינעס , שטייט אן אָבעליסק
אין שענדעראָווקע". נומ. 3, ז. 1170 ב. פ ר אַ-
כ אָראָװ. דער סאָף פונעם פעלד'סעזאָן (װעגן
,באם"). נומ. 4, ז. 26 מ. ברוקאזש. דער
קאָמיסאר יעפים פאָמין. נומ. 11, ז. 169.
אויסלענדישע זשורנאליסטן צוגאסט אין ביראָביד.
זשאן. ע. ק לינגער (יַסראָעל). די ייִדישע
אװטאָנאָמע געגנט עקזיסטירט און אנטװיקלט
זיך. נומ. 2, ז. 132.
מיר ענטפערן אף פראגן פון אונדזערע לײענער.
יא. ליפשיץ, א. קריגער. די שטאָט בי-
ראָבידזשאן הײַנט און מאָרגן. נומ. 7, ז. 160;
או. בור שטיײן (יַסראָעל). ,טויבן" קעגן
, שפּארבערס". נומ. 10, ז. 159.
װאָס דערויסן מיר זיך פון נײַע פובליקאציעס.
ל. קרילאָװ, ט. קאר א סאָ װא. ועגן דעם
אנטיסעמיטיזם אין פשא. נומ. 6, ז. 4165
ל. קרילאָװ. דער אידעאָלאָגישער קריזיס
פונעם ציַעניזם. נומ. 8, ז. 164 ב. פ ע ד אַ ט אָ װו.
די געשיכטע האָט א גוטן זיקאָרן. נומ. 10, ז. 132,
מיר אינפאָרמירן אונדזערע לײענער. וועגן דער
לאגע פון די געװעזענע סאָוועטישע ייִדן אין
אמעריקע. נומ. 8, ז. 3; שווערע פּראָבלעמען אין
דער עקאָנאָמיק פון ייִסראָעל, נומ. 10, ז. 3; וי
האלט עס מיט דער יאליע" הײַנט. נומ. 1,
ז. 146.
י. בראגינסקי. מיר זײַנען אינטערנאצ;אָנאליסטן.
נומ. 6, ז. 4.
ל. דאדיאני. וועגן , סאָציַאל-ציעניזם". נומ. 3, ז. 124;
נומ. 4, ז. 171.
א. יערוסאלימסקי. ליכטיק זאָל װערן (צום
0טן אאָרטאָג, זינט עס איז דערשינען די
ערשטע סאָציאליסטישע בראָשור אין ייֵדישׁ.
נומ. 6, ז. 129.
צום 50-טן יאָרצײַט פון נאפּטאָלע באָטװין. נומ. 11,
ז. 170.
צען יאָר , דער וועג" און ,זו הדרך" (אָרגאנען פון
דער קאָמפּארטיי פון ייִסראָעל). נומ. 10 און 11.
אונדזערע מיטיילונגען
פרידריך ענגעלסעס אן אומבאװוּסט װערקו
לעם-אלייכעם און די וועגעטאר;אנער.
ז. 170.
י. קאַוועלמאן. העבראיסטיק אין די רוסישע לערן-"
אנשטאלטן און וויסנשאפטלעכע אינסטיטוציעס.
נומ. 3, ז. 158; העברעישע ליטעראטור אין א
רוסישער איבערזעצונג. נומ. 7, ז. 178.
ל. ווילסקער. צו דער געשיכטע פונעם דרוקוועזן
בא ייִדן. נומ. 6. ז. 4170 אומבאװװוּסטע , אויסדער-
וויילטע אפאָריזמען פון פילאָסאָפן". נומ. 9, ז.
9 נומ. 10, ז. 164.
שאָ-
נומ. 2,
191
א. װינקאָוועצקי. צום 100-טן יאָרצײַט פון א. פיר"
קאָוויטש. נומ. 10, ז. 162; דאָס לעבן און די אר-
בעט פון אן עטנאָגראף (וועגן שײַע פּולנער).
נומ. 12, ז. 162.
טעאטער און קונסט
פּאָרטרעטן פון הײַנטצײַטיקע יידישע שױישפּילער.
כ. ב יי ד ע ר. אויג אף אויג מיטן צושויער (וועגן
ראָזע קורץ). נומ. 3, ז. 2111 ד. ג ר אָ זזאָװ סק עי
מיט ליבע צו מענטשן (װעגן זאלמען מיימאן.
נומ. 7, ז. 148; י. שוסטער. שעפערישע
יונגקײַט (װעגן מאניע קאָטליאראָוא). נומ. 11,
ז. 130.
ב. האלפּערן. א לעבן אין טעאטער (צום 65טן גע"
בורטסטאָג פונעם ייַדישן שוישפּילער און רעזשי-
סער יולי קאץ). נומ. 3, ז. 169.
ז. קאָמפּאנייעץ. א זינגעװודיקער דענקמאָל. נומ. 4,
ז. 162 דער שעפער פון דער מיליטערישפּאט-
ריַאָטישער ליד. נומ. 7, ז. 185.
צום 25-יאָריקן יוביליי פונעם ווארשעװוער ייִדישן
מעלוכעיטעאטער (פאָטאָ-רעפּאָרטאזש). נומ. 10.
לאָמיר זינגען נײַע לידער
באם שווארצן יאם. װערטער פון ש. דריז, מוזיק פון
ר. באָיארסקאיא. נומ. 1.
די ליד וועגן שאָלעם. װערטער פון כ. ביידער, מו-
זיק פון ר. באָיארסקאיא. נומ. 2.
קום ארײַן אין מײַן װעלט. װערטער פון א. ווערגע-
לים, מוזיק פון ס. טשעבאָטאריאָוו. נומ. 3.
דאָס סאָלדאטישע קעסעלע. װערטער פון א. כאזין
(ייִדיש --כ. ביידער)), מויק פון ז. קאָמפּא-
נייעץ. נומ. 5.
קוק, װי די בלעטער שלאָפן. װערטער פון מ. מאָי
גילעוויטש, מוזיק פון ס. פײַנטוך. נומ. 6.
הײַנטצײַטיקע רוסישע זינגלידער (אין דער איבער-
זעצונג פון א. ווערגעליס), װערטער פון ר. ראָ-
זשדעסטווענסקי, ס. אָסטראָװאָי, אי. יושין, מ.
אגאשינא, ג. רעגיסטאן, מ. ליסיאנסקי, ל. אָװ"
סיאניקאָווא, א. גלאדקאָװ; מוזיק פון מ. טארא-
װערדיִעוו, װו. שאינסקי (דרײַ לידער)), ג. פּאָנאָי
מארענקאָ, אָ. פעלצמאן, ב. מאָקראָוסאָוו, ט. כרע-
ניקאָוו. נומ. 7,
די ליד וועגן דעם אונטערוואסער-שיפל , מאליוטקא".
ווערטער פון י. פיסאנאָוויטש (ייִדיש --א. װ ע ר"
געליס), מוויק פון יע. זשארקאָווסקי. נומ. 9.
גלין"גלאָן. װערטער פון א. ווערגעליס, מוזיק פון
ס. טשעבאָטאריאָוו. נומ. 10.
קלעזמאָרימלעך. װערטער פון א. ווערגעליס, מוזיק
פון ס. טשעבאָטאריאָו. נומ. 12.
נאָטיצן אפן קאלענדאר. יובילייען פון דאָװויד אפּאָט-
העקער, בער האָראָװיץ, וואנדא וואסילעווסקאיא
(נומ. 1); װסעװאָלאָד איוואנאָוו, הילעל זאָלאָטא-
ריאָוו, ייִצכאָק-דױװו בערקאָװויטש (נומ. 42 מי"
קעלאנדזשעלאָ בואָנאראָטי, דאָווידימוישע הער-
מאלין, בערל באָטװיניק (נומ. 3); עמיל זאָליא,
נאפּטאָליע בוכוואלד (נומ. 4); היימאן פּאָלסקי,
טאָמאס מאן, אלעקסאנדער קאָרנייטשוק (נומ. 6).
פריילעכע שורעס. װויצן פון ייִסראָעל (איליוסטרירט
פון ה. אינגער) נומ. 1, 6, 7, 10.
בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען. נומ. 2, 3, 4,
6 7 8, 9, 11, 12.
קאָמענטארן פון רעדאקציע. נומ. 2, 9, 10, 11, 12.
די פּאָטשט פון ,סאָװועטיש היימלאנד". נומ. 1, 11 12.
אונדזער רעפּליק. נומ. 1, 3, 4.
רעפּאָרטאזשן. נומ. 11.
דאָס איז טשיקאװע. נומ. 1, 3, 6, 7, 8, 9, 10, 12.
ווינקל פון געזעלשאפטלעכן פארשפרייטער פון ,סאָ"
ועטיש היימלאנד". נומ. 8, 10, 12.
פּרעסע-איבערזיכט. נומ. 11.
פּאָטאָכראָניק. ביראָבידזשאן הײַנט. נומ. 1; יונגע
ביראָבידזשאנצעס. נומ. 10.
פון אונדזער פּאָטאָיארכין. נומ. 2, 9, 10, 11, 12.
פארשיידנס. נומ. 1--4, 6--12.
כראָניק -- אין אלע נומערן.
ליב קװיטקאָס אלעפבייס. גומ. 10, 11, 12.
ע. פאלקאָװויטש. שמועסן װעגן ייֵדיש. נומ. 1--4,
9-6.
קינסטלערישע בײַלאגעס
יובילײייעקספּאָזיציע פון צענטראלן אויסשטעלונגיזאל
צום 25'טן יאָרטאָג פון דער קונסטיאקאדעמיע
פון פססר. נומ. 1 (זע אף ז. 176 דאָס ארטיקל
,די קונסט פון סאָציַאליסטישן רעאליזם"); איליוי
סטראציעס צו אי. באבעלס װערק פונעם קינסט"י
לער יע. לאדיזשענסקי. נומ. 2 (אף ז. 174 ארטיקל
פון פ. ראסקין , אי. באבעלס געשטאלטן אין די
װערק פונעם מאָלער יעפים לאדיזשענסקי"); אי"
ליוסטראציעס פונעם קינסטלער ה. אינגער צו
שאָלעס-אלייכעמס וערק. נומ. 3; רעפּראָדוקצי-
עס פון די װערק פונעם ליטווישן קינסטלער מיי
קאָלאיוס-קאָנסטאנטינאס טשורליאָניס. נומ. 4 (אף
ז. 177 ארטיקל פון ס. פרײַ ,מוזיק, פארב,
פּאָעזיע,); איליוסטראציעס פונעם קינסטלער ה.
אינגער צו די װערק פון שאָלעם-אלייכעם. נומ.
6 זיבן װערק פון מיקעלאנדזשעלאָ (אף ז. 182
ארטיקל פון נ. באניקאָוו ,,דורך יאָרהונדערטער").
נומ. 7; װערק פונעם קינסטלער מ. אקסעלראָד.
נומ. 8; רעפּראָדוקציעס פון די װערק פונעם קינ"
סטלער מ. גאָרשמאן. נומ. 9; רעפּראָדוקציעס פון
די װערק פון ה. אינגער , שאָלעם: אלייכעם אין
קאסרילעווקע", איליוסטראציעס צו שאָלעם-אליי-
כעמס דערציילונג ,יויסעף", צו י.-ל. פּערעצעס
דערציילונג ,װאָס אין פידעלע שטעקט", רעפּי
ראָדוקציעס פון דער סעריע /, דער פּארצעף פו"
גֶעם פאשיזם" (אף ז. 166 דאָס ארטיקל פון א.
גערטשוק ,הערש אינגערס גראפיק"). נומ. 10;
פּאָרטרעטן פון קונסט-טוער (אף ז. 175 דאָס אר-
טיקל פון י. קאָוועלמאן , פּאָרטרעטן"זשאנער אף
ייִדישער טעמאטיק"). נומ. 11; גריגאָרי פּערקעלס
נײַע ליטאָגראפיעס (ארטיקל אף ז. 166). נומ. 12.
12--4
אכטונג, ליבהאָבער פון דער ר
ליטעראטור!
עס געפינען זיך נאָך אין פארקויף פאָלגנדע
ביכער פון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער,
דערשינענע אין פארלאג , סאָוועטסקי פּיסאטעל":
4 נאָטע לוריע. הימל און ערד. 306 ז., פּרײַז
2 קאָפּ,
2 דאָװיד האָפּשטײן געקליבענע װערק. 376
ז., פּרײַז 55 קאָפּ.
3. אזוי לעבן מיר. זאמלונג. 484 ז., פּרײַן 36 קאָפּ.
4 איציק פעפער. לידער, פּאָעמעס, באלאדעס.
2 ז., פּרײַן 68 קאָפּ.
5 איציק קיפּניס. צום לעבן. 296 ז,, פּרײַן
8 קאָפּ.
6 ז. װ ענדראָף. אונדזער גאס. 577 ז., פּרײַן 48
קאָפּ.
7 לײב קװיטקאָ. געקליבענע װערק. 479 ז.,
פּרײַז 43 קאָפּ.
8 שיקע דריז. די פערטע סטרונע. לידער. 223
ז., פּרײַן 36 קאָפּ.
9 דערציילונגען פון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער.
0 ז., פּרײַז 74 קאָפּ.
0אלעקסאנדער גובניצקי מײַן אױיצער.
9 ז,, פּרײַן 80 קאָפּ.
1 שמועל גאָר ד אָן. פרילינג. 562 ז., פּרײַן 62
קאָפּ.
2 מענדל ליפשיץ בא זיך אין דער היים. 166
ז., פּרײַן 25 קאָפּ.
3 .ש. ה אל קין. מײַן אויצער. 218 ז., פּרײַן 22
קאָפּ.
4 עליע גאָרדאָן. אין אייגענע קאנטן. 442 ז.,
פּרײַז 57 קאָפּ.
דער אדרעס פונעם מאגאזין:
2 אע :הץ ,2100482 .קסז 125209
4,341 4::428111/1 ,19 94א. /א20 ,8088ה80
.ע06470/4ה 4102 סתדס 124 פא
די ביכער, וועלכע זײַנען דערמאָנט אויבן, קאָן מען
אויך קריגן דירעקט אין מאגאזין לויטן אדרעס:;
-6 ,1640082 .הץ ,8100882
.ז 1975 ,ובווגתה/סז שאזס6008 תבאקקאו (0)
82גהת הו?ץקז ווו דמ0084ס
(212סקן 0086108848))
|/ומאטהססאסאנץן
ד-2קץאג /ואחס18ססאנסתצא-סווקעזהקסזות
0 2162640סאח 001038) 8זקץס
0 /6820008021 6
.ז 1961 6 1132261648
כטת216סחעח 460086108800 2176.156180ת1/3
ס/ תפז?88 2 קסזאגתגסק פוז
:4 1 ? 8 ת. ת 0 א ת ק?
ח10220 .0 ,פקגזאס} .2 ,אס} .1 ,קסת/סם .א
,תצוגתסו/ .2 ,סמקעה. פּזסו! ,268 הז
,4228 .0 ,קסאװהאתסה .} ,קסתתאהה .טם
אאווואפתסטאט 16
62 צען 11 ט0ג2זסקאסס //0186101866800
1 קדאאג אאואה28סק ססקת2
7 ,100082 .הץ ,1160 ,82א2400
1 0 ע) 6 ה 6 1
1----- 02דא622ק 880818הז
7=--- מק82דס2קא66ס 018616786:1844
הװ4גאה2ס2 28א64400א16 ה ההאטסםמדססאנסתצא
א א זא 46 .0 ,שא ה8ס7װ7ססקש68ס א
06 2 א ת א 2 1. .4 קסזדאסקקסא
-7006108//44 ד8זאקסש ז 18.41.1975 דסח א סװו8סעחהסוז
.670,128 .ה .אצַם (1715) .האם 12360,25 .ה -שסון
.2864 .388 .חסא 50 1688
4 1608600 סזסמסתעט1 002648
צאעעסהספסק 28אס411 7 טאג הא פקוזסחהז אהאסמסאססא
א0מ8א928026186ץ106 אקח עהאסקחש8קזװה0ח46003
אהתסת סח 6000 8סעזסטאא)! 6008678 16סדואסא
.עה102008 281104:א אעהקזהוהסם ,8078ת322162ע
.13 ,28628088 .קסת ,1-19 ,88אססןות
06 שט 88118016 ש|ס1וסטט 06ה8מת 1085 8161121נת פום 1
116116296 21016045 1:000021100
פיט 08
נמסס. 14016טס-404100190ס1םו
001 1116ס-100150ץ//:פמןזזח
מ02400מ03 6019(סזק 116116896 86 1 0